נאָך דעם, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט פֿאַראַכטאָגן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רשימה חנוכּה־לידער האָט מען אַרײַנגעשיקט אַ רײ באַמערקונגען און פֿאָרשלאָגן אויף נאָך לידער, וואָס מיר זאָלן אַרויפֿשטעלן. צוליב דער בקשה פֿון די לייענער ברענגען מיר נאָך אַ סעריע לידער לכּבֿוד חנוכּה.
די צווייטע ליסטע הייבט זיך אָן מיט אַ ליד, וואָס איז מסתּמא דאָס סאַמע־עלטסטע; ווי אַלע באַקאַנטע ייִדישע תּפֿילות, האָבן די פֿאַרשידענע ייִדישע עדות געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער חזן פּנחס באָרענשטיין האָט געזונגען דאָס ליד, באַגלייט מיט אַ כאָר.
פֿאַראַכטאָגן, אין מײַן איבערזיכט פֿון לידער לכּבֿוד חנוכּה, האָב איך געשריבן, אַז כאָטש אַ סך קלעזמאָרים זינגען און שפּילן די חנוכּה־לידער פֿון משה אוישער, קען קיינער פֿון זיי דאָך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישער אַליין.
אָבער נאָכן זיך צוהערן ווי אַזוי שלום לעמער שטעלט פֿאָר אַ פּאָפּורי פֿון אוישערס לידער, באַגלייט פֿונעם „שירה־כאָר‟ און דעם „פֿריילעך־אָרקעסטער‟, מיין איך אַז איך האָב זיך טועה געווען.
די מאָדערנע אינטערפּרעטאַציע פֿון „האָב אַ גוטן חנוכּה‟, „דרײ דריידל‟ און נאָך לידער פֿון אוישערס רעפּערטואַר בינדט צונויף די בעסטע עלעמענטן פֿון אוישערס אָריגינעלער קאָמפּאָזיציע מיט מאָדערנע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, אַזוי ווי די עלעקטרישע גיטאַר, וואָס האָבן ניט עקזיסטירט ווען דער באַקאַנטער חזן האָט געלעבט. די אַראַנזשירונג מיטן פֿולן אָרקעסטער, באַנאַנד מיט די שטאַרקע קולות פֿונעם כאָר, גיבן אַ סך צו צו לעמערס זינגען אָבער ווענדן ניט אָפּ פֿון זײַן שטאַרקן קול. אַפֿילו די בלאָז־אינסטרומענטן, וואָס זענען געוויינטלעך די הויפּט־חסרון פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, קלינגען פּערפֿעקט אינעם נײַעם נוסח. דער סאַקסאָפֿאָן־סאָלאָ אין „דריי דריידל‟ איז בפֿירוש שטאַרק. מיט איין וואָרט: ס׳איז כּדאַי צו זען און הערן. און שפּילן אויף אײַער חנוכּה־שׂימחה.
מרדכי־צבֿי ראָסלס טיפֿע באַסאָווע שטימע איז אַן אוניקאַלע אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון ייִדיש־געזאַנג. אַ קלאַסיש־אויסגעשולטער אָפּערע־זינגער, האָט ער זיך פֿאַרליבט אינעם רעפּערטואַר פֿונעם ייִדישן זינגער סידאָר בעלאַרסקי און פֿאַרנעמט זיך שוין עטלעכע יאָר איבערהויפּט מיטן זינגען ייִדישע קונסט־לידער.
ראָסל האָט זיך לעצטנס פֿאַרבונדן מיט מיר, כּדי מיטצוטיילן אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ, וואָס ער האָט אַליין געשאַפֿן כּדי צו באַגלייטן זײַן אויסערגעוויינטלעכן נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלדס „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟. מרדכי־צבֿי האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז „׳אָ איר קליינע ליכטעלעך׳ איז געווען איינס פֿון די ערשטע ייִדישע לידער וואָס איך האָב זיך אַמאָל געלערנט. איך מיין אַז ס׳האָט לכתּחילה אַפּעלירט צו מיר ווײַל עס באַטראַכט די נאַטור פֿון דער ייִדישער געשיכטע אויף אַן אופֿן וואָס שפּיגלט אָפּ די פֿאַרשידנאַרטיקע געדאַנקען וועגן ייִדישקייט וואָס מע הערט אויף ייִדיש‟.
ס׳איז נאַטירלעך אַז די פֿאַרטראַכטע נאַטור פֿונעם ליד און די פֿאַרשידנאַרטיקייט וואָס ער רעפּרעזענטירט וואָלטן מרדכי־צבֿי געפֿעלן געוואָרן, ווײַל ער אַליין פֿאַרקערפּערט אין זיך פֿאַרשידנאַרטיקע הינטערגרונטן. אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער גר, פֿאָרשט מרדכי־צבֿי אויס די ענלעכקייטן צווישן די גלותדיקע טראַדיציעס פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און די פֿון די אַשכּנזים און אַרבעט איצט אויף אַ פּראָיעקט וואָס בינדט צונויף זייערע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. ער איז אויך אַקטיוו אין פֿאַרשידענע אַקטיוויסטישע סבֿיבֿות. זײַן מאַן מײַקל ראָטבאַום איז אַ ראַבינער וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן פּאָליטישן אַקטיוויזים, און ער און מרדכי־צבֿי זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין פֿאַרשידענע קאַמפּאַניעס לטובֿת דעם סאָציאַלן יושר. דערפֿאַר איז עס ניט קיין חידוש, וואָס עלעמענטן פֿון אַלע אַספּעקטן פֿון ראָסלס אידענטיטעט און הינטערגרונט באַווײַזן זיך אינעם מוזיק־ווידעאָ.
מע זעט קלאָר אינעם פֿילם אַן אויסדרוק פֿון מיטגעפֿיל פֿאַר אימיגראַנטן, עפּעס וואָס פֿילט גאַנץ אַקטועל אין דער תּקופֿה פֿון דאָנאַלד טראָמפּ, וואָס האָט זיך אָפֿט אויסגעדריקט קעגן אימיגראַנטן בעת זײַן וואַל־פֿאַרמעסט מיט הילערי קלינטאָן. ראָסל האָט דערקלערט אַז די ווערטער פֿונעם ליד זענען אים געווען ספּעציעל באַדײַטנדיק צוליב אַן אַנדער הײַנטיקער פּאָליטישער געשעעניש: „די ווערטער ׳טיף אין האַרץ באַוועגט עס זיך/ און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך/ וואָס וועט איצטער זײַן׳ האָט מיך טאַקע געקלונגען אין קאָפּ נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל בײַם הערן די ידיעה, אַז מע האָט געפֿונען (דעם פּאָליציאַנט) דאַרין ווילסאָן ניט שולדיק פֿאַרן מאָרד פֿון מײַקל בראָון אין 2014. עס דוכט זיך מיר אַז די סטראָפֿעס ווערן נאָך מער רעלעוואַנט מיט יעדן טאָג וואָס גייט פֿאַרבײַ‟.
ראָסל האָט ווײַטער דערקלערט, אַז „צווישן די פֿילצאָליקע באַטײַטן פֿון חנוכּה וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט במשך פֿון די יאָרהונדערטער, פֿיל איך ווי די סאַמע דרינגענדיקע איז איצט די געלעגנהייט זיך צו דערמאָנען, אַז די מוטיקייט בײַם טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים מיט דער טיראַניע דאַרף ניט בלויז בלײַבן אין דער ייִדישער געשיכטע. ׳די מידע, אָרעמע און צונויפֿגעקאָרטשעטע מאַסן׳ בענקען נאָך אַלץ נאָך פֿרײַהייט, און חנוכּה איז אַ דערמאָנונג, אַז די געשיכטע פֿון אונדזער ייִדישער באַפֿרײַונג איז געקניפּט און געבונדן מיט זייער באַפֿרײַונג.‟
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס חנוכּה איז שטענדיק געווען אַ באַליבטער יום־טובֿ בײַ ייִדן, זענען כּמעט אַלע באַקאַנטע חנוכּה־לידער, בפֿרט די אויף ייִדיש, אָנגעשריבן געוואָרן אין אַמעריקע אין די לעצטע 100 יאָר.
דאָס באַקאַנסטע חנוכּה־ליד פֿון זיי אַלע, „איך בין אַ קליינער דריידל‟ איז באַקאַנט אַדאַנק דעם, וואָס עס איז געוואָרן זייער ברייט באַקאַנט אויף ענגליש אין אַמעריקע ווי I Have A Little Dreidel. כאָטש קיינער קען עס ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, זעט עס אויס אַז מיכל געלבאַרטס ייִדישן נוסח האָט מען פּשוט געגנבֿעט און פֿאַרוואַנדלט אינעם ענגלישן ליד. די צוויי לידער זענען זייער ענלעך, כאָטש אין געלבערטס ייִדישן אָריגינאַל זינגט דאָס דריידל אַליין וועגן זיך און עס איז געמאַכט פֿון בלײַ. אינעם ענגלישן נוסח מאַכט אַ ייִנגל אַ דריידל פֿון לײם (clay), עפּעס וואָס לייגט זיך ניט בפֿירוש אויפֿן שׂכל אָבער וואָס גראַמט זיך יאָ מיטן ענגלישן play.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס חנוכּה איז שטענדיק געווען אַ באַליבטער יום־טובֿ בײַ ייִדן, זענען כּמעט אַלע באַקאַנטע חנוכּה־לידער, בפֿרט די אויף ייִדיש, אָנגעשריבן געוואָרן אין אַמעריקע אין די לעצטע 100 יאָר.
דאָס באַקאַנסטע חנוכּה־ליד פֿון זיי אַלע, „איך בין אַ קליינער דריידל‟ איז באַקאַנט אַדאַנק דעם, וואָס עס איז געוואָרן זייער ברייט באַקאַנט אויף ענגליש אין אַמעריקע ווי I Have A Little Dreidel. כאָטש קיינער קען עס ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, זעט עס אויס אַז מיכל געלבאַרטס ייִדישן נוסח האָט מען פּשוט געגנבֿעט און פֿאַרוואַנדלט אינעם ענגלישן ליד. די צוויי לידער זענען זייער ענלעך, כאָטש אין געלבערטס ייִדישן אָריגינאַל זינגט דאָס דריידל אַליין וועגן זיך און עס איז געמאַכט פֿון בלײַ. אינעם ענגלישן נוסח מאַכט אַ ייִנגל אַ דריידל פֿון לײם (clay), עפּעס וואָס לייגט זיך ניט בפֿירוש אויפֿן שׂכל אָבער וואָס גראַמט זיך יאָ מיטן ענגלישן play.
עס איז שוין פֿאַרבײַ 91 יאָר זינט דזשעק יעלען און לבֿ פּאָלאַק האָבן מחבר געווען דאָס באַליבטע ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, און 88 יאָר זינט די זינגערין סאָפֿיע טאָקער (פֿון דער היים: סאָניע קאַליש) האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקן שלאַגער. ניט געקוקט אויף דעם בלײַבט אָבער די ייִדישע מאַמע אַ הויפּט־מאָטיוו אין דער ייִדישער מוזיק עד־היום.
לעצטנס האָט די ישׂראלדיקע חרדישע ראַדיאָ־סטאַנציע „גאולה FM‟ אַרויפֿגעשטעלט אויף איר „יו־טוב‟־קאַנאַל אַ ווידעאָ־רעקלאַמע פֿאַר אַ נײַעם אַלבאָם לידער געווידמעט דער ייִדישער מאַמע. די לידער, געזונגען אין גאַנצן אויף ייִדיש, ווערן פֿאָרגעשטעלט דורך אַ גרופּע פּאָפּולערע זינגער אין ישׂראל און ניו־יאָרק, ווי אויך אַ ריי קינדער־סאָלאָיִסטן. ווי מע קען זען פֿון די אילוסטראַציעס, איז דער מאַרק פֿאַר אַזאַ פּראָדוקט הײַנט דורכויס אַ חסידישער. להיפּוך צום אָריגינעלן ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, וואָס איז אַחוץ איין רעפֿערענץ צו גאָט אַ סעקולערע, זענען די דאָזיקע לידער אַוודאי פֿרימער געשטימט. די ייִדישע מאַמע ווי אַן אַרכיטיפּ ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס באַציִונג מיט גאָט און די וויכטיקסטע אָפּהיטערין פֿון תּורה־ווערטן. פֿונדעסטוועגן, זענען די לידער אין גאַנצן ניט פּעדאַנטיש און להיפּוך צו אַ סך פֿון דער הײַנטצײַטיקער פֿרומער מוזיק פֿאַרמאָגן די לידער אַן עכטן ייִדישן טעם, ווײַל די מוזיק — ווערט ניט דאָמינירט פֿון טרומייטן און אַנדערע בלאָז־אינסטרומענטן.
ניט אַלע הײַנטיקע חסידישע לידער זענען וועגן הייליקע רבנים אָדער דעם באַשעפֿער. געוויסע, און אָפֿט מאָל די שטאַרקסטע, זענען דווקא געווידמעט מער אַלגעמיינע טעמעס.
לעצטנס האָט יוסי שטענדיג, דער דירעקטאָר און דיריגענט פֿון אַ פּאָפּולערן חסידישן אָרקעסטער „שטענדיגס מיוזיקאַליטי‟, אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל, אין וועלכן זײַן אָרקעסטער שטעלט פֿאָר ליפּא שמעלצערס ליד „קאַווע‟. דאָס ליד, פּרעכטיק געזונגען דורכן סאָלאָיִסט יהושע בערקאָ, פֿאַרגלײַכט דאָס לעבן צום פּאָפּולערן געטראַנק: אַזוי ווי מע דאַרף אַרײַנלייגן סײַ זיסע, סײַ ביטערע זאַכן כּדי צו מאַכן אַ טעפּל קאַווע, דאַרף מען אויך איבערלעבן סײַ גוטע און סײַ שלעכטע צײַטן כּדי צו ווערן אַ פֿולשטענדיקן מענטש.
די מוזיק, מיט קליינע אָבער פֿאָרט מערקווערדיקע השפּעות פֿונעם „קאָנטרי‟־סטיל, האָט קאָמפּאָנירט יוסי גרין פֿאַר ליפּא שמעלצערס אַלבאָם „בדרך‟ (2003). די איצטיקע אַראַנזשירונג האָט געשאַפֿן יוסי שטענדיג, וואָס דיריגירט זײַן אָרקעסטער אין דער אויפֿפֿירונג פֿון דעם ליד בעת אַ חתונה.
אין 2009 האָב איך אויף דער ייִדיש־וואָך זיך באַקענט מיט דער פּראָפֿעסיאָנעלער דערציילערין רייזל קירקל. אַ סימפּאַטישע פֿרוי מיט אַ וואַרעמען שמייכל, רעדט זי אויף אַ זעלטענעם היימישן ליטווישן ייִדיש. צוליב דעם וואָס זי איז יונג פֿאַר אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָב איך צו ערשט געמיינט, אַז זי איז אַ קינד פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. ווי זי האָט אָבער דערציילט אויף איר אייגנאַרטיקן אופֿן בעת אַ פּאַנעל מיט וועלכן זי האָט זיך אָנגעפֿירט, איז איר געשיכטע אַ סך מער טראַגיש.
רייזל קירקל איז געבוירן געוואָרן אין אַפּריל 1941, צוויי חדשים פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע איבער ליטע. בעת דער אָקופּאַציע איז זי מיט אירע עלטערן, ברודער און שוועסטער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער שאַוולער געטאָ. אין נאָוועמבער 1943 האָט איר מאַמע זיך דערוווּסט, אַז מע וועט באַלד מאַכן אַ קינדער־אַקציע און כאַפּן אַלע יונגע קינדער אין געטאָ. רייזלס מאַמע האָט באַהאַלטן אירע דרײַ קינדער אין אַ קליינעם בוידעם און זיי געזאָגט, אַז זיי טאָרן זיך ניט רירן פֿון אָרט אָדער מאַכן קיין פּיפּס. צום באַדויערן האָבן די דײַטשן יאָ געפֿונען זייער באַהעלטעניש און די סאָלדאַטן האָבן אַוועקגענומען איר ברודער און אים אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַן אויטאָבוס. רייזל איז דעמאָלט געווען בלויז 2 יאָר אַלט אָבער זי געדענקט נאָך דעם גרויליקן טאָג, ווײַל איר פֿאָטער האָט איר שפּעטער פּרטימדיק דערציילט וואָס איז געשען.
מיט אַ טאָג שפּעטער האָט רייזל זיך צעשיידט מיט דער מאַמען און שוועסטער אויף אייביק. אַזוי ווי אינעם באַקאַנטן ליד „אַ ייִדיש קינד‟ פֿון דער זעלביקער שאַוולער געטאָ, האָט רייזלס מאַמע איר איבערגעגעבן גוייִשע שכנים, וואָס האָבן ריזיקירט מיט זייער לעבן זי צו באַהאַלטן במשך פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָר. אין דער צווישנצײַט זענען איר מאַמע און איר שוועסטער דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ. איר פֿאָטער האָט איבערגעלעבט דאַכאַו און נאָך לאַנגע חדשים פֿון אויסהיילן זיך איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין שאַוול, כּדי אָפּצונעמען זײַן טאָכטער.
ווען איך האָב זיך לכתּחילה צוגעהערט צו רייזלס האַרצרײַסנדיקע עדות־זאָגן, האָב איך שטאַרק חרטה געהאַט, וואָס איך האָב צו יענער צײַט ניט געהאַט מיט זיך מײַן קאַמערע זי צו פֿילמירן. צום גליק איז אין אַ יאָר אַרום אויך געקומען אויף דער ייִדיש־וואָך קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמערסט, מאַסאַטשוסעטס. דאָרטן האָט קריסטאַ זיך באַקענט מיט רייזלען (צופֿעליק האָבן זיי זיך געטיילט מיט אַ צימער) און געמאַכט מיט איר אַ וווּנדערלעכן אינטערוויו וועגן איר לעבן און איר אידענטיטעט ווי אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה און ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויף איר קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלע דערציילערין.
לעצטנס האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אַרויפֿגעשטעלט אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו אויף זייער „יו־טוב‟־קאַנאַל מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אינעם ערשטן אויסצוג (אויבן) דערקלערט רייזל ווי אַזוי די דײַטשן האָבן געכאַפּט איר ברודער. אינעם צווייטן אויסצוג דערקלערט זי ווי אַזוי מע האָט זי אַרויסגעשמוגלט פֿון דער געטאָ און ווי אַזוי זי האָט רעאַגירט ווען זי האָט זיך ווידער באַגעגנט מיט איר פֿאָטער נאָך דרײַ יאָר פֿון צעשיידונג.
שוין צען יאָר שאַפֿט דער טאַלאַנטירטער חסידישער זינגער חיים שלמה מאַיעס פּאָפּולערע לידער דורכן צונויפֿשמעלצן דעם קלאַנג פֿון דער פּאָפּולערער מוזיק (ראָק, רעפּ, דזשעז, און אַזוי ווײַטער) מיט ווערטער וואָס זענען פּאַסיק פֿאַרן פֿרומען עולם.
אויבן זינגט ער זײַן אייגענעם „טראַנס‟־נוסח (אַ מין עלעקטראָנישער טאַנץ־מוזיק) פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן קינדער־ליד „לשון־הרע ניט צו מיר‟. דער ווידעאָ האָט מען אַ פּנים געמאַכט אין אַ רעקאָרדיר־סטודיאָ אין ישׂראל.
אַחוץ זײַנע פֿרומע אָנהענגער פֿאַרמאָגט חיים שלמה מאַיעס אויך, אַ פּנים, „חסידים‟ מחוץ דער פֿרומער וועלט. לעצטנס האָב איך זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אויפֿן דאָזיקן חנעוודיקן שטיקל פֿילם, אין וועלכן אַ פּיצל קינד טאַנצט צום ריטעם פֿון מאַיעס׳ שלאַגער „בס־קול‟ (אַ ווערטערשפּיל פֿון „בת־קול).
דער טאַלאַנטירטער חסידישער קאָמעדיאַנט און אַקטיאָר מנשה לוסטיג איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע ענערגעטישע און אָפֿט־מאָל אַבסורדישע העלדן, ווי אויך פֿאַר זײַן פֿיזישער קאָמעדיע. אַפֿילו אַז מע קען ניט גוט פֿאַרשטיין די ייִדישע שפּראַך, רופֿן זײַנע באַוועגונגען אַרויס אַ געלעכטער.
מע קען באַצייכענען זײַן קאָמעדיע־סטיל ווי אַ געמיש פֿון שמעון דזשיגאַן מיט, להבֿדיל, טשאַרלי טשאַפּלין און ראָווין אַטקינסאָן („מיסטער בין‟). כאָטש זײַנע העלדן זענען אָפֿט מאָל לעכערלעכע פּאַרשוינען, וואָס מע טאָר ניט אָננעמען אַזוי ערנסט, פֿאַרמאָגן זײַנע סקיצן און שפּילן געוויינטלעך אַ מער ערנסטן מוסר־השׂכל ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ הײַנטיקן חסידישן פֿאַרווײַלער.
אַ סקווערער חסיד, טרעט ער אָפֿט אַרויס אינעם סקווערער הויף לכּבֿוד פֿאַרשידענע שׂימחות און יום־טובֿים. לעצטנס האָט ער אַרויפֿגעשטעלט אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל אַ חנעוודיקע סצענע, אין וועלכער ער שפּילט אַ פֿאָטער וואָס רעאַגירט זיך בייז אויף אַ ריי דערשײַנונגען. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן העלד, טרעט אויך אויף אַ צווייטער אַקטיאָר, וואָס רעאַגירט אויף אַ מער לײַטישן אופֿן.
דער גרויסער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשיין האָט אָנגעשריבן זײַן טרויעריק ליד „אַ גוטע נאַכט וועלט‟ אין 1938, בעת ער איז געפֿאָרן אויף אַ רײַזע קיין פּוילן. דאָס ליד איז באַקאַנט פֿאַר זײַן בייזן טאָן, וואָס וועבט צונויף אַ שאַרפֿע קריטיק פֿון דער דעמאָלטיקער פּאָליטיק מיט אַ כּמעט־מיסטישער נבֿואה אויף די גרויליקע געשעענישן פֿון די קומענדיקע אַכט יאָר. זײַן ביטערע, אַפֿילו סאַרקאַסטישע, שורה „גיי איך צוריק אין געטאָ‟ באַקומט גאָר אַן אַנדער טעם נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
15 יאָר שפּעטער, אין 1955, האָט דער פּאָעט און קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק געמאַכט אַן אינטערוויו מיט יעקבֿ גלאַטשטיין אין צענטראַל־פּאַרק אין ניו־יאָרק, אין וועלכן גלאַטשטיין האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער. די רעקאָרדירונג פֿונעם ליד אויבן קומט פֿון אָט דעם אינטערוויו. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער.
בשעתן זעלביקן אינטערוויו האָט גלאַטשטיין אויסגעדריקט זײַן מיינונג וועגן דעם באַטײַט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע נאָכן חורבן. בעת מײַן צײַט ווי אַ סטיפּענדיאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וווּ איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג פֿונעם אינטערוויו, האָב איך געשאַפֿן אַ פֿילם מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך צו באַגלייטן גלאַטשטיינס דערקלערונג. אָט קען מען זען דעם פֿילם:
להיפּוך צו ס׳רובֿ ישׂראלדיקע זינגערס וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים אָבער זענען געוואָרן באַרימט אויף העברעיִש, בלײַבט חוה אַלבערשטיין געטרײַ אירע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.
אַ געבוירענע אין שטשעטשין, פּוילן, אין 1947, האָט זי מיט איר משפּחה זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1950, וווּ זי איז צו 16 יאָר געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין. הײַנט בלײַבט זי, מיט 80 אַלבאָמען שפּעטער, איינע פֿון די באַליבטסטע זינגערינס אין ישׂראל און דער גרעסטער שטערן צווישן די הײַנטצײַטיקע ישׂראלדיקע זינגערס מחוץ דער חסידישער וועלט, וואָס טרעטן אויף רעגולער מיט ייִדישע לידער.
אַחוץ דעם וואָס אַלבערשטיין זינגט ייִדישע לידער, קאָמפּאָנירט זי אויך מוזיק צו באַגלייטן די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטן. צווישן אירע באַליבטע ייִדישע פּאָעטן געפֿינט מען אַ ריי ישׂראלדיקע ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט בינעם העלער, ישׂראל פּאַפּיערניקאָוו, אַבֿרהם סוצקעווער, און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מיט וועמען זי האָט זיך געחבֿרט אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. פֿון איר באַקאַנטשאַפֿט מיט זיי האָט זי געהאָלפֿן שאַפֿן דעם דאָקומענטאַר „צו פֿרי צו זײַן שטיל, צו שפּעט צו זינגען‟ (1995), וואָס גיט איבער אַ פּרעכטיקע באַשרײַבונג פֿון די לעצטע ייִדישע פּאָעטן אין ישׂראל וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן.
יוסף פּאַפּיערניקאָוו, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1897 און איז געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1993, איז געווען צווישן די אַקטיווסטע פּאָעטן, אויב ניט דער סאַמע אַקטיווסטער, אין דער ייִדישער מדינה. במשך פֿון 52 יאָר (1935־1987) האָט ער אַרויסגעלאָזט אין תּל־אָבֿיבֿ 24 בענד פּאָעזיע. זײַן סאַמע פּאָפּולערסט ליד „זאָל זײַן‟ האָט ער אָנגעשריבן אין די 1930ער יאָרן, ווען ער האָט נאָך געלעבט אין פּוילן, וווּ עס איז אין גיכן געוואָרן אַ שלאַגער סײַ דאָרטן, סײַ אין אַמעריקע און ישׂראל. חוה אַלבערשטיינס נוסח פֿונעם ליד האָט עס ווידער פּאָפּולאַריזירט אין ישׂראל אין די 1980ער יאָרן.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן דניאל קאַהן זינגט זײַן ייִדישן נוסח פֿון לענאַרד כּהנס באַליבט ליד „הללויה‟. אין משך פֿון קנאַפּע צען טעג האָבן העכער 333,000 מענטשן שוין אָנגעקוקט דעם ווידעאָ, מער ווי קיין שום אַנדער פֿילם, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט ווען אַ מאָל אַרויסגעלאָזט.
דער ווידעאָ איז געוואָרן זייער פּאָפּולער ניט בלויז אַ דאַנק קאַהנס געראָטענער איבערזעצונג און פּרעכטיק קול, נאָר אויך צוליב דעם טרויעריקן צופֿאַל, אַז די וועלט האָט זיך דערוווּסט, אַז לענאָרד כּהן איז ניפֿטר געוואָרן גלײַך נאָך דעם, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אַרויסגעלאָזט דעם ווידעאָ. (כּהן איז געשטאָרבן מיט אַ טאָג איידער דער ווידעאָ איז אַרויס, אָבער זײַן משפּחה האָט ניט מודיע געווען וועגן דעם ביז נאָך זײַן לוויה מיט דרײַ טעג שפּעטער.) צוליב דעם צופֿאַל האָבן אַ סך מענטשן פֿאַרשפּרייט דעם ווידעאָ ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד כּהנס אָנדענק.
אַ דאַנק דער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם ווידעאָ האָבן עטלעכע לייענערס זיך געוואָנדן צו מיר מיט דער פֿראַגע „ווער איז דניאל קאַהן און וואָס נאָך זינגט ער?‟ קאַהן איז, על־רגל־אַחת, אַ כאַריזמאַטישער אַמעריקאַנער זינגער וואָס וווינט שוין יאָרן לאַנג אין בערלין, וואָס שפּילט און זינגט אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון קלעזמער־, „פּאָנק‟־ און „ראָק‟־מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש, דײַטש און רוסיש. כאָטש ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, ווי אויך אַ געראָטענער מחבר פֿון זײַנע אייגענע לידער, באַשטייט זײַן ספּעציעל גאונות אין זײַן פֿעיִקייט איבערצוזעצן לידער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען זיי נאָך אַלץ זינגען. לויט מײַן מיינונג איז ער, באַנאַנד מיט זײַן מענטאָר טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל, דער סאַמע געראָטנסטער שאַפֿער פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע זינגלידער. עס גייט די רייד ניט בלויז וועגן די ווערטער, נאָר אויך וועגן די נאָטן צו די לידער, וואָס ער מאָדערניזירט אויף אַזאַ אופֿן, אַז גאָר אַלטע לידער קלינגען בײַ אים גאַנץ נײַ אָן צו קלינגען געקינצלט אָדער אַנאַכראָניסטיש.
וועגן דניאל קאַהנס אַרבעט און צוגאַנג צו מוזיק קען מען זיך קודם דערוויסן פֿון איציק גאָטעסמאַנס ווידעאָ־אינטערוויו מיט אים פֿון מיט פֿיר יאָר צוריק:
אויבן קען מען זען ווי ער זינגט זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ באַנאַנד מיט זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟. אין קאַהנס געזאַנג הערט מען ניט בלויז די יסורים פֿון אַ ייִדישן מילנער אין צאַרישן רוסלאַנד, נאָר עס הילכן אויך אָפּ אין דער איבערזעצונג אַ דאַנק דער קלאָרער השפּעה פֿון ברוס ספּרינסטין די ליידן פֿון די מענטשן אין זײַן היימשטאָט דעטרויט און אַנדערע ערטער אינעם „פֿאַרזשאַווערטן פּאַס‟ פֿון אַמעריקע, וווּ די גלאָבאַליזאַציע האָט איבערגעלאָזט מיליאָנען מענטשן אָן אַרבעט.
איינע פֿון די הויפּט־מעלות פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיקוועלט איז אַז די גרויסע שטערנס טרעטן אויף צוזאַמען אַ סך אָפֿטער ווי, להבֿדיל, בײַ די פּאָפּ־זינגער.
לעצטנס האָט דער גרויסער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר דודי קאַליש פֿון ישׂראל פֿאָרגעשטעלט מאָטי אילאָוויטשס „אשת חיל‟ באַנאַנד מיטן זינגער לוי פֿאַלקאָוויטש, דעם „ידידים־כאָר‟ און אַ ריזיקן אָרקעסטער דיריגירט פֿון יוסי שטענדיג.
כאָטש דער ניוואָ פֿון די פֿאָרשטעלונגען אין דער חסידישער וועלט שטײַגט וואָס העכער און העכער, איז דער דאָזיקער אויפֿטריט בפֿרירוש אימפּאָנירנדיק. די הויכע טענער פֿון קאַלישס קול מישן זיך פּערפֿעקט צונויף מיט לוי פֿאַלקאָוויטשס פּרעכטיקער שטים, און די שיינע האַרמאָניעס פֿונעם „ידידים־כאָר‟ באַגלייטן זיי פּערפֿעקט. די מוזיק, פֿאָרגעשטעלט דורך אַן אָרקעסטער פֿון איבער 30 אינסטרומענטן, איז ניט צו שטאַרק ווי עס טרעפֿט זיך בײַ אַ סך חסידישע פֿאָרשטעלונגען, נאָר גוט צוגעפּאַסט צו די זינגער. בקיצור, ס׳איז אַ געלונגענע פֿאָרשטעלונג, וואָס הייבט אַרויס אילאָוויטשס ווערטער, וועלכע שטעלן פֿאָר דאָס ייִדישע פֿאָלק ווי גאָטס „אשת־חיל‟.
אין 1938 און 1939 האָבן די ברידער שאול און יצחק גאָסקינד, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט דער וואַרשעווער פֿילם־פֿירמע „סעקטאָר־פֿילמען‟, פּראָדוצירט זעקס דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות אין פּוילן: וואַרשע, ווילנע, לעמבעריק, קראָקע, ביאַליסטאָק און לאָדזש. דער פֿילם וועגן לאָדזש איז נעלם געוואָרן אָבער מע קען נאָך אַלץ זען די אַנדערע פֿינף, אַ דאַנק דעם „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿילם‟ אין „בראַנדײַס אוניווערסיטעט‟, וואָס האָט רעסטאַוורירט די סעריע.
אין זייער פֿילם וועגן ווילנע זעט מען, צו ערשט, די הויפּט־אַטראַקציעס פֿון דער דעמאָלט־פּוילישער שטאָט, אַרײַנגערעכנט דעם ווילנער אוניווערסיטעט, וואָס איז הײַנט דער וויכטיקסטער לערן־אַנשטאַלט אין דער ליטע. דערנאָך פֿאָרט מען אַריבער אינעם ייִדישן קוואַרטאַל, וווּ מע זעט דעם אַלטן בית־עולם, וואָס עקזיסטירט שוין ניט מער און דעם קבֿר פֿונעם ווילנער גאון, וואָס מע האָט שפּעטער אַוועקגעטראָגן אינעם נײַעם ייִדישן בית־עולם.
מע זעט דעם ווילנער שול־הויף מיט זײַנע באַרימטע שטיבלעך, שולן, קלויזן און אַלטמאָדישע זייגערס, וואָס איז אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן און וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט אַ שפּילפּלאַץ. מע זעט אויך די באַקאַנטע „סטראַשון־ביבליאָטעק‟ און דער „ייִוואָ‟. בעת מע פֿאָרט אינעם אַמאָליקן פֿאַרמלחמדיקן ווילנער געטאָ, וואָס איז אַפֿילו אין די 1930ער יאָרן געווען דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן ווילנע, הערט מען אין הינטערגרונט מרדכי געבירטיגס ליד „קינדער־יאָרן‟, אַן אויסקלײַב וואָס האָט מסתּמא געקלונגען הײַנצײַטיק ווען מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אָבער וואָס קלינגט הײַנט אומבכּיוונדיק איראָניש און פֿאַרווייטיקט. דאָס איז אויך שייך די לעצטע צוויי ווערטער פֿונעם פֿילם, דווקא די איינציקע אויף ענגליש: „גודבײַ ווילנע, גודבײַ‟.
די ייִדישע שפּראַך ווערט אויך דערמאָנט אַ פּאָר מאָל אינעם פֿילם. דער נאַראַטאָר רעדט וועגן דעם ליטווישן ייִדיש מיט זײַן „סאַבעסדיקן לאָסן‟ און דערקלערט, אַז אַפֿילו די דענטיסטן רעדן אין ווילנע אויף ייִדיש.
ס׳איז משיחס צײַטן אין שיקאַגע. ניט בלויז האָבן די „קאָבס‟ נעכטן געוווּנען דעם בייסבאָל־טשעמפּיאָנאַט צום ערשטן מאָל אין 108 יאָר, נאָר ס׳איז אויך לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין דער „ווינטיקער שטאָט‟ אַ מוזיק־ווידעאָ אויף מאַמע־לשון.
דעם ווידעאָ האָט געשאַפֿן די פּאָפּולערע חסידישע „פֿאָלק־ראָק‟־קאַפּעליע „ראָדזשערס פּאַרק‟, וואָס באַשטייט פֿון די יונגע חב׳׳דניקעס יוסף פּייסין און מאָרדי קורץ. זייער ליד „הרנינו‟ וועבט צונויף אַ ייִדיש פֿאָלקסליד מיט אַן אַלטן חב׳׳ד־ניגון.
די יונגע זינגער, וואָס האָבן אַ נאָמען געגעבן זייער קאַפּעליע נאָך דער ייִדישער געגנט אין שיקאַגע, וווּ זיי זענען אויפֿגעוואַקסן, גיבן צו פֿאַרשטיין אויף זייער וועבזײַט אַז עס טוט זיי באַנג וואָס ייִדיש איז מער ניט אַזוי פּאָפּולער בײַם ייִנגערן דור און זיי ווילן די שפּראַך ווידער „קיל מאַכן‟. לאָמיר האָפֿן אַז עס וועלן זיך באַווײַזן נאָך אַזעלכע מוזיק־ווידעאָס אויף מאַמע־לשון.
ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אַז אַחוץ די פּאַרטיזאַנער גרופּירונגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען ניט געווען קיין מיליטערישע איינהײַטן, וווּ ייִדיש איז געווען די אומגאַנג־שפּראַך.
ווי עס טרעפֿט זיך אָבער, האָט אַ געוויסע צײַט יאָ עקזיסטירט אַ ייִדיש־רעדנדיקע קאָמפּאַניע וואָס האָט געקעמפֿט ווי אַ טייל פֿון אַ גרעסערער פּוילישער בריגאַדע קעגן די פֿאַשיסטן אינעם שפּאַנישן בירגערקריג. די קאָמפּאַניע אויפֿן נאָמען פֿון נפֿתּלי באָטווין איז געווען אַ קליינער טייל פֿון די „אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַגעס‟, אַ גרופּע פֿון איבער 35,000 וואָלונטירן וואָס זענען געקומען פֿון איבער 50 לענדער, כּדי צו קעמפֿן לטובֿת דער שפּאַנישער רעפּובליק. אויך צווישן די רייען פֿון אַנדערע נאַצאָינאַלע איינהײַטן אין דער בריגאַדע האָבן ייִדן רעפּרעזנטירט זייער אַ הויכע פּראָפּאָרץ, בפֿרט אין דער אַמעריקאַנער בריגאַדע אויפֿן נאָמען פֿון אַבראַהאַם לינקאָלן. די ייִדן האָבן געזען אין דעם קאַמף אַ געלעגנהייט צו באַשיצן די וועלט פֿון היטלערן, וועמענס רעזשים האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שפּאַנישן בירגערקריג ווי די הויפּט־שטיצער פֿון די שפּאַנישע פֿאַשיסטן.
די קאָמפּאַניע האָט געהאַט זײַן אייגענע צײַטונג „באָטוויניק‟, וואָס איז מסתּמא געווען די איינציקע ייִדיש־שפּראַכלעכע צײַטונג אין דער שפּאַנישער געשיכטע. אויפֿן סמך פֿון אַן עסיי וואָס מע האָט אין דעצעמבער 1937 געדרוקט אין דער צײַטונג האָט „בית־שלום־עליכם‟ לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ קורצן דאָקומענטאַר־פֿילם אויף ייִדיש וועגן די ייִדישע סאָלדאַטן וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער באָטוויניק־קאָמפּאַניע. ערן טאָרבינער האָט צונויפֿגעשטעלט דעם פֿילם. דער נאַראַטאָר איז אליעזר ניבאָרסקי.
לעצטנס האָט דער שטאָטישער קינדער־כאָר פֿון לאָדזש, פּוילן זיך פֿאַרבינדן מיט אונדז דורך „פֿייסבוק‟, כּדי מפֿרסם צו זײַן דעם פֿאַקט, וואָס דער כאָר שטעלט פֿאָר ייִדישע לידער.
פֿאַר וואָס דווקא ייִדישע לידער? ווי דער כאָר דערקלערט אויף „יו־טוב‟, זענען די „פּוילישע און ייִדישע קולטורן דאָך געקניפּט און געבונדן. מיר האָבן געוווינט צוזאַמען אין די זעלביקע שטעט און שטעטלעך במשך פֿון יאָרהונדערטער. לאָדזש איז אַוודאי געווען אַ ספּעציעלע שטאָט מיט אַ ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַר דער מלחמה. אונדזער מוזיק, קונסט, עסן און געדאַנקען זענען געווען צונויפֿגעמישט. די צוויי נאַציעס זענען געווען גאַנץ נאָענט. מע קען עס אפֿשר ניט דערשפּירן ביז מע רעדט איינעם מיטן צווייטן און הייבט אָן זיך צו באַקענען. דערפֿאַר ווילן מיר פֿאַרזיכערן, אַז אונדזערע קינדער דערוויסן זיך וועגן דער ייִדישער געשיכטע און וועגן דער געשיכטע פֿון אונדזער שטאָט.‟
„אין לאָדזש איז געווען אַ טרויעריק־באַרימטע געטאָ מיטן נאָמען ׳ליצמאַנשטאַט׳, וווּ אַ סך מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן. מיר ווילן פֿאַרזיכערן, אַז מע וועט דאָס קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן. די קינדער ווערן טיף גערירט ווען זיי זינגען די לידער פֿונעם לאָדזשער געטאָ.‟
כאָטש דער וואָס האָט געשריבן אויף „יו־טוב‟ מיינט, אַז דער מחבר פֿונעם ליד איז אומבאַקאַנט און אַז דאָס ליד שטאַמט פֿונעם לאָדזשער געטאָ ווייסט מען יאָ, אַז כּתריאל ברוידאָ (1907־1945) האָט עס אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ ווי אַ טייל פֿון זײַן פּיעסע „מע קען גאָרניט וויסן.‟ די אָפֿטע לייענער פֿון „עונג־שבת‟ וועלן דערקענען דאָס ליד, ווײַל מע האָט אויפֿגעשטעלט קאַראָל טעלערמאַנס נוסח מיט 6 וואָכן צוריק. טעלערמאַן איז געווען פֿון לאָדזש און האָט דאָס ליד באַקאַנט געמאַכט אין אַמעריקע נאָך דער מלחמה. מסתּמא דערפֿאַר מיינט דער וואָס פֿירט אָן מיטן כאָרס „יו־טוב‟־קאַנאַל, אַז דאָס ליד שטאַמט פֿון לאָדזש.
ווי עס זאָל ניט זײַן, שטעלט דער לאָדזשער קינדער־כאָר פֿאָר אַ פּרעכטיקן נוסח פֿונעם ליד אויף די חורבן־אָנדענק־צערעמאָניעס אין זייער שטאָט. די יונגע סאָלאָיִסטקע הייסט זוזאַנענאַ מאַציאַטשעק. אינעם דאָזיקן ווידעאָ זינגען די קינדער אויף אַ חורבן־אָנדענק־צערעמאָניע בײַ דער באַנסטאַנציע ראַדעגאַסט, פֿון וועלכן מע האָט געפֿירט די ייִדן פֿון דער געטאָ ביז כעלמנאָ און אוישוויץ.
ייִדיש פֿאַרמאָגט זייער אַ סך שאַרפֿע אויסדרוקן און שפּריכווערטער. לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿילם אויף „יו־טוב‟, אין וועלכן דיטאַ שפּערלינג, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס וווינט אין קאָוונע, לייענט פֿאָר אַ ריי אידיאָמען, וואָס זי געדענקט פֿון איר יונגט. דורכן באַקענען זיך מיט די פּיקאַנטע וועלטסווערטלעך קען מען אויך זיך באַקענען מיט איר היימישן ליטווישן ייִדיש. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דאָס וואָרט, וואָס זי רעדט אַרויס ווי „אבֿר‟ (אייווער) מיינט ניט קיין גליד פֿונעם קערפּער, נאָר דווקא דער אויער. אין קאָוונע האָט מען אַרויסגערעדט דאָס וואָרט ווי „אייווער‟, און אין ווילנע — „אייער‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ליטוואַקעס האָבן געשאַפֿן זייער אַ סך וויצן אַרום דעם וואָרט.
צווישן די באַקאַנטע ייִדישע אידיאָמען וואָס זי דערמאָנט, געפֿינט מען:
„תּכריכים האָבן ניט קיין קעשענעס‟
„מיט איין הינטן קען מען ניט זײַן אויף צוויי ירידן‟
„וואָס בײַ אַ ניכטערן אויפֿן לונג איז בײַ אַ שיכּורן אויפֿן צונג‟
„פֿון דײַן מויל אין גאָטס אויער (אַרויסגערעדט: אייווער)‟
„אַז מע פֿרעגט אַ שאלה, ווערט זי טרייף‟
„אַז מע דאַרף אַ גנבֿ, נעמט מען אים אַפֿילו אַראָפּ פֿון דער תּליה‟
„פֿון על־חטא ווערט מען ניט פֿעט‟
„אַ חסרון צום שידוך: די כּלה איז צו שיין‟
„אַלץ קלענער דער עולם, אַלץ גרעסער די שׂימחה‟
„דער עולם (אַרויסגערעדט: איילעם) איז אַ גולם (אַרויסגערעדט: גיילעם)
„יעדער טעפּל האָט זײַן דעקל‟
„מע לייענט די הגדה אָבער מע מיינט די קניידלעך‟
„אַלעס אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם‟
ווי אַ קינד אין פֿילאַדעלפֿיע אין דער אָרטיקער ייִדישער פֿאָלקסשול האָב איך זיך אויסגעלערנט אַ ריי לידער אויף ענגליש, ייִדיש און העברעיִש און אַפֿילו אַ פּאָר אויף דזשודעזמאָ וועגן די ייִדישע יום־טובֿים (די פֿאָלקסשול האָט צו יענער צײַט, ליידער, ניט מער געלערנט קיין ייִדיש). אויף וויפֿל איך קען זיך דערמאָנען, איז דאָס איינציקע ייִדישע ראָש־השנה ליד וואָס מיר האָבן געזונגען געווען „לשנה טובֿה — אַ גוט יאָר‟.
נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס דאָס ליד איז ניט ברייט באַקאַנט. ווי אַ קינד האָב איך דאָך געמיינט, אַז ס׳איז אַן אַלט פֿאָלקסליד. ווי עס ווײַזט זיך אויס, איז דאָס ליד ניט אַזוי אַלט. ס׳איז פֿון די 1940ער אָדער 1950ער יאָרן און געשאַפֿן האָט עס חנה מלאָטעק ז׳׳ל, וואָס האָט דעמאָלט געאַרבעט ווי אַ געזאַנג־לערערין אין אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסשולן. זי האָט אַדאַפּטירט די ווערטער פֿון שמואל צעסלערס אַ ליד. אָט דערקלערט זי אין אַן אינטערוויו מיט האַנקוס נעצקי ווי אַזוי זי האָט געשאַפֿן דאָס ליד:
פֿאַראַיאָרן האָט זיך באַוויזן אויף „יו־טוב‟ אַ פּרעכטיקע רעקאָרדירונג פֿונעם ליד, אויפֿגעפֿירט פֿון אַ קינדער־כאָר בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין 1974. ליידער קען איך איצט אין ערגעץ ניט געפֿינען די רעקאָרדירונג, אַחוץ אויף אַ פּלאַטע מיטן נאָמען „גוט יום־טובֿ קינדער‟, וואָס מע האָט קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט ווי אַ קאָמפּאַקטל אָדער אַפֿילו אַ קאַסעט.
איך האָב אָבער יאָ געפֿונען דעם פֿילם אויבן, אין וועלכן דער מינסקער ייִדישער כאָר שטעלט פֿאָר דאָס ליד. אונטן, נאָך 2:23 מינוט, קען מען זען ווי דער ראַבינער אַבֿרהם מלאָטעק און זײַן פֿרוי יעל קאָרנפֿעלד שטעלן אויך דאָס ליד פֿאָר. אַבֿרהם איז, אַוודאַי, חנה מלאָטעקס אַן אייניקל.
אָט קען מען אויך הערן אַ פּראָפֿעציאָנעל רעקאָרדירטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס סינדי פּיילי האָט געשאַפֿן ווי אַ טייל פֿון איר אַלבאָם „ס׳איז יום־טובֿ קינדער, לאָמיר זינגען‟.