Oyneg Shabes

„אַ ייִדישע מאַמע‟ פֿון יאָסעלע ראָזענבלאַט

My Yiddishe Momme Sung by Yossele Rosenblatt

צוויי ייִדישע לידער זענען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע אויף ענגליש: „דאָנאַ דאָנאַ‟ און „אַ ייִדישע מאַמע‟, אינעם ענגלישן נוסח — My Yiddishe Momme. ביידע לידער זענען געווען ריזיקע שלאַגערס אויף ביידע שפּראַכן און ווערן הײַנט געזונגען אַרום דער וועלט אויף צענדליקער שפּראַכן. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער (שוין אָפּגערעדט פֿון פֿראַנצויזן און יאַפּענעזער), ווייסן בכלל ניט, אַז „דאָנאַ דאָנאַ‟ איז לכתּחילה געווען אַ ייִדיש ליד, ווייסן אַלע גלײַך בײַם צוהערן זיך צו „אַ ייִדישער מאַמע‟ וועגן וואָס עס האַנדלט זיך דאָרט.

Read more


ייִדישער מיזערלו פֿון קאַפּעליע „דזשוריטמיקס‟

Yiddish Misirlou by Jewrythmics

לעצטנס איז דערשינען אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל Jewniverse אַן אַרטיקל וועגן דעם ייִדישן זינגער דזשאָ פֿלײַש און זײַן גרופּע, „די ייִדישע מאַלפּעס‟. פֿלײַש, אַ ייִדיש־רעדנדיקער זון פֿון פּוילישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה איז אויפֿגעוואַקסן אין דײַטשלאַנד. צוזאַמען מיט די גרופּעס Jewrythmics און „די ייִדישע מאַלפּעס‟ שטעלט ער פֿאָר אַלטע ייִדישע לידער אינעם „עלעקטראָ־פּאָפּ‟-סטיל, וואָס איז פּאָפּולער אין די אייראָפּעיִשע נאַכטקלובן. בעת אַן אינטערוויו מיטן זשורנאַל Vice, האָט ער דערקלערט, אַז ער וויל שאַפֿן די ייִדישע מוזיק וואָס וואָלט עקזיסטירט ווען קיין חורבן וואָלט ניט געווען.

אַחוץ קלאַסישע ייִדישע לידער זעצט ער אויך איבער אויף ייִדיש אַ ריי פּאָפּולערע דײַטשישע לידער, וואָס ווערן געזונגען סײַ דורך אים, סײַ דורך מער באַקאַנטע אייראָפּעיִשע זינגער. ווי מע קען זען אינעם ווידעאָ אויבן, זענען זיי פּראָדוצירט אויף זייער אַ הויכן ניוואָ. ווי מע קען אויך זען פֿון די מוזיק־ווידעאָס אינעם אַרטיקל אויף Jewniverse, האָט ער אויך ניט קיין מורא אויפֿצוטרעטן אין ווידעאָס, וואָס זענען נישט פּאַסיק פֿאַר אונדזער צײַטונג. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַזעלכע ווידעאָס, צוזאַמען מיט זײַן אוניקאַלן „מיזורלו‟ זעען פּונקט אויס ווי עפּעס פֿון אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, אין וועלכן עס זינגען הונדערטער עלעקרטאָ־פּאָפּ און „האַוס‟־גרופּעס אויף מאַמע־לשון.

דער ייִדישער נוסח פֿונעם „מיזורלו‟ איז דרך־אגבֿ, זייער אַן אַלטער. אָט זינגט סימאָר רעכטצײַט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם באַרימטן גרעכישן ליד וועגן אַן עגיפּטישן מיידל.


מוזיק־ווידעאָ: „נאָך איין שבת‟ געזונגען פֿונעם „מלכות־כאָר‟

Music Video: "Just One Shabbos" Sung by the Malchus Choir

די שטרעבונג נאָך משיחן איז אַ שטענדיקע טעמע אין דער ייִדישער קולטור און די מאָדערנע חרדישע מוזיק איז ניט קיין אויסנאַם. צווישן די פּאָפּולערע פֿרומע לידער פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער וואָס דריקן אויס אַ בענקעניש נאָך די צײַטן פֿון משיח איז מרדכי בן דודס Just One Shabbos, וואָס ליפּא שמעלצער האָט איבערגעזעצט און אַרויסגעלאָזט אויף ייִדיש ווי „נאָך איין שבת‟.

לעצטנס האָט דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער „מלכות־כאָר‟, וואָס טרעט אויף אַ סך אויף ייִדיש בײַ חרדישע שׂימחות און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען אין ישׂראל, אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן ער שטעלט פֿאָר דאָס ליד צוזאַמען מיט די זינגער ברוך און מאָטי וויזל. דעם ווידעאָ האָט מען פֿילמירט צום טייל אין אַ באַרימטן באַר אין ירושלים, „זוסיאַס קרעטשמע‟. די דאָזיקע קרעטשמע איז איינע פֿון די איינציקע שענקען אין גאַנץ ישׂראל, וואָס איז געצילעוועט אויפֿן פֿרומען עולם. אויפֿן שילד פֿונעם באַרימטן טרינקהויז לייענט מען אויף ייִדיש „צו דערקוויקן דאָס ייִדיש האַרץ‟.

דאָס אָריגינעלע ליד אויף ענגליש, געזונגען פֿון מרדכי בן דוד, קען מען הערן דאָ:


ווידעאָ: חיים גראַדע רעדט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור

Video: Chaim Grade Speaks About Yiddish Literature

ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָב איך אָנגעפֿירט מיט דער דיגיטאַליזאַציע פֿון טויזנטער שעהען רעפֿעראַטן, וועלכע באַרימטע ייִדישע שרײַבער האָבן געהאַלטן בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟ במשך פֿון די יאָרן 1953 און 2005. צווישן די הונדערטער רעדנער זענען אפֿשר די בעסטע פֿון זיי די ווילנער שרײַבער אַבֿרהם סוצקעווער און חיים גראַדע. (וועגן אַ רעקאָרדירונג פֿון סוצקעווער האָב איך שוין געשריבן.

להיפּוך צו סוצקעווער, וואָס האָט גערעדט צום־ווייניקסטן 6 מאָל צווישן 1959 און 1989, איז חיים גראַדע אויפֿגעטראָטן ווי אַ רעדנער אין מאָנטרעאָל בלויז צוויי מאָל, אין דעצעמבער 1958 און אין דעצעמבער 1969. די פֿולע רעקאָרדירונגען פֿון זײַנע רעפֿעראַטן קען מען הערן דאָ.

אין זייער אַן אינטערעסאַנטן רעפֿעראַט, וואָס ער האָט געהאַלטן אין דעצעמבער 1958 האָט ער דערקלערט פֿאַר וואָס ער האַלט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז געווען אַ המשך סײַ פֿון דער חסידישער באַוועגונג, סײַ פֿון דער השׂכּלה. אין דער רעדע דערקלערט גראַדע די היסטאָרישע ראָלע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דריקט אויס זײַן מיינונג, אַז ס׳איז דווקא געווען די ערשטע ליטעראַטור צו פֿאַראייביקן דעם לעבן פֿונעם ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווײַל די תּורה און גמרא האָבן מער־ווייניקער איגנאָרירט דעם פֿאָלקס־ייִד. דערפֿאַר האַלט ער, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז געווען אַ מין המשך פֿון דער תּורה און גמרא.

בײַם הערן די רעדע איז מיר געווען קלאָר, אַז זי וועט פֿאַראינטערעסירן אַ סך מענטשן, וואָס פֿאַרשטיין ניט קיין ייִדיש. איך האָב דערפֿאַר באַשלאָסן אים צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿילם מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. דעם פֿילם קען מען זען אויבן.


ווידעאָ: ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן וועגן ליבע און טשערנאָוויץ

Video: Beyle Schaechter-Gottesman on Love and Czernowitz

אַרום אַ יאָר איידער די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן איז אַוועק אין דער אייביקייט, האָט לייזער בורקאָ געמאַכט מיט איר אַן אינטערוויו וועגן דעם ווי אַזוי מענטשן אין איר היימשטאָט טשערנאָוויץ האָבן זיך פֿאַרליבט און די ווערטער וואָס זיי האָבן זיך גענוצט כּדי צו רעדן וועגן קרובֿים, פֿרײַנט און געליבטע. צווישן אַנדערע טעמעס שילדערט ביילציע די אַמאָליקע מאַרק־גנבֿים און פּראָסטיטוטקעס, ווי אַזוי די יונגע־לײַט פֿלעגן פֿאַרברענגען צוזאַמען און די „פֿרײַע ליבע‟ (מע האָט געגלייבט אין איר, „כאָטש טעאָרעטיש‟). זי דערציילט אויך אַ ביסל וועגן איר משפּחה־געשיכטע.

פֿונעם אינטערוויו דערוויסט מען זיך אַז דאָס אַמאָליקע שטעטלדיקע לעבנסשטייגער וואָס איז אונדז באַקאַנט פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער איז פֿאַר די טשערנאָוויצער ייִדן פֿון איר דור שוין געווען גאַנץ אַלטמאָדיש. וואָס שײך ליבע און מענטשלעכע באַציִונגען איז די וועלט פֿאַר די יונגע ייִדן אין די גרויסע שטעט געווען מער ענלעך צו דער הײַנטיקער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער קולטור איידער דעם שטעטל פֿון זייערע באָבע־זיידעס אָדער די הײַנטיקע פֿרומע לעבן אין ברוקלין.


לכּבֿוד יום־העצמאות: באַרימטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש

In Honor of Israeli Independence Day: Israeli Songs in Yiddish

די טעג פּראַוועט מען 69 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. לכּבֿוד דער אומאָפּהענגיקייט־פֿײַערונג „יום־העצמאות‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש.

די לידער האָבן געזונגען דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער זינגער דוד עשת אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס געווידמעט די ישׂראלדיקע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין צה׳׳ל האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער. צוליב זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען אים אָבער ניט געוואָלט רעקאָרדירן. איז ער אַריבער אויף מאַמע־לשון און געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וואָס איז געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע.

ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולעריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער איבער דער גאָרער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ער האָט געהאַט מורא אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל צו יענער צײַט צו זײַן אַ שטערן, אויב מע זינגט ניט אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען, דער עיקר, אויף ייִדיש, און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז ליידער הײַנט זייער אַ קליינע.

ווי מע קען הערן אין זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער געווען גאַנץ מאָדערן צו יענער צײַט, עפּעס וואָס איז דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.

אפֿשר דאָס סאַמע־באַקאַנטסטע ליד אויף העברעיִש אין אַמעריקע איז „הבֿה נגילה‟. אָט קען מען הערן ווי עשת שטעלט אים פֿאָר אויף ייִדיש.

און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ 14:20.


„אין דרויסן איז פֿינצטער‟ געזונגען דורך אַליסאָן פּאָזנער און אַדה־רבֿקה העטקאָ

"It's Dark Outside" Sung by Allison Posner and Adah Hetko

אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, פּאָעט, רעדאַקטאָר און צומאָל אויך אַ שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, איז ד״ר דובֿ־בער קערלער איינער פֿון די וויכטיקסטע זאַמלער פֿון ייִדישע לידער און פֿאָלקלאָר אויף דער אינטערנעץ.

אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל קען מען געפֿינען צענדליקער אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן פֿון דער אַלטער היים וואָס ער האָט געמאַכט ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים‟־פּראָיעקט, ווי אויך אַ סך זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער.

לעצטנס האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט דרײַ פּרעכטיקע ווידעאָס, אין וועלכע צוויי פֿון זײַנע סטודענטקעס בײַם „אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟ — אַליסאָן פּאָזנער און אַדה־רבֿקה העטקאָ, זינגען ייִדישע לידער. אַליסאָן פּאָזנער איז אַ דאָקטאָראַנטקע וואָס פֿאָרשט אויס די חורבן־ליטעראַטור און האָט פֿריִער געאַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַנטקע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אַדה־רבֿקה העטקאָ לערנט זיך אויף אַ מאַגיסטער און פֿאַרנעמט זיך איבערהויפּט מיט דער ייִדישער מוזיק. ווי מע קען הערן פֿון דער רעקאָרדירונג פֿונעם פֿאָלקסליד „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ (אויבן), זענען ביידע פֿון זיי טאַלאַנטירטע זינגער, וועמענס קולות פּאַסן זיך זייער גוט צו צום זינגען ווי אַ דועט.

אַחוץ „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט נאָך צוויי ווידעאָס פֿון לידער וואָס ווערן געזונגען דורך די סטודענטקעס.

אָט קען מען הערן ווי אַליסאָן און אַדה־רבֿקה שטעלן פֿאָר אַבֿרהם רייזענס „שווימט דאָס קעסטל אויפֿן טײַך‟.

און אָט קען מען הערן ווי זיי זינגען מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד אויף די קרבנות פֿונעם „טרײַענגל־פֿײַער‟: „מײַן רוע פּלאַץ‟.


ווידעאָ: ערשטע רעקלאַמע פֿאַרן ייִדישן פֿילם „מנשה‟

Video: First Trailer for Yiddish Film Menashe

נאָך עטלעכע יאָר פּראָדוקציע, וועט דעם סעפּטעמבער, סוף־כּל־סוף, אַרויסקומען דער ייִדיש־שפּראַכיקער פֿילם, באַזירט, צום טייל, אויפֿן לעבן פֿונעם חסידישן קאָמיקער מנשה לוסטיג. דעם דראַמאַטישן פֿילם, אַ זעלטענער צוזאַמענאַרבעט צווישן חסידישע ייִדן און סעקולערע פֿילם־פּראָדוצענטן, האָט געשאַפֿן יהושע ווײַנשטיין, אַ רעזשיסאָר פֿון דאָקומענטאַר־פֿילמען. דער פֿילם ווײַזט ווי אַזוי אַ יונגער אַלמן (מנשה לוסטיג) וואָס וויל ניט ווידער חתונה האָבן, פּרובירט אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט זײַן זון (געשפּילט דורך ראובֿן ניבאָרסקי), ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַן רבֿ פֿאָדערט אַז דאָס קינד מוז וווינען מיט אַנדערע קרובֿים ווײַל מנשה האָט ניט קיין ווײַב.

דער פֿילם האָט באַקומען זייער גוטע רעצענזיעס אויף אַ ריי קינאָ־פֿעסטיוואַלן און וועט אַרויסגעלאָזט ווערן פֿאַרן ברייטערן עולם אין יולי. די ערשטע רעקלאַמע פֿאַרן פֿילם האָט מען נאָר וואָס אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟.


באַרימטע פֿילם־סצענעס — אויף מאַמע־לשון

Legendary Movie Scenes in Yiddish

כּדי צו שאַפֿן פּירסום פֿאַר זייער קאָמעדיע־סעריע ”ייִדלײַף־קריזיס“ האָבן די קאָמיקער חיימי עלמאַן און לייזער באַטאַליאָן לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקן קורצן ווידעאָ, אין וועלכן מע ווײַזט באַרימטע מאָמענטן פֿון אַמעריקאַנער האָליוווּד־פֿילמען, אָבער אַנשטאָט די אָריגינעלע רעפּליקן, הערט מען ווי אַזוי זיי וואָלטן געקלונגען אין אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, ווען מע וואָלט די פֿילמען געשאַפֿן אויף ייִדיש. 

אינעם ווידעאָ, למשל, זעט מען ווי דאָראָטי פֿונעם ”מכשף פֿון אָז“ באַמערקט צו איר הינטל טאָדאָ, אַז ”מיר דאַכט זיך אַז מיר זענען מער ניט אין קענסעס“, און ווי אַזוי דאָס ייִנגל פֿון ”דעם זעקסטן חוש“ זאָגט זײַן פּסיכאָלאָג: ”איך זע טויטע מענטשן“. 

די איבערזעצונגען האָבן געשאַפֿן ריבֿקה אויגענפֿעלד, ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי און לייזער בורקאָ. דער ווידעאָ איז געוואָרן זייער פּאָפּולער. במשך פֿון בלויז איין טאָג האָט מען אים שוין געשפּילט אויף ”פֿייסבוק“ מער ווי 8,000 מאָל.  


ווידעאָ: 1948־הזכּרה פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד — אויף ייִדיש

Video: 1948 Memorial Service for Warsaw Ghetto Uprising — in Yiddish

מיר ברענגען אײַך אַן אויסצוג פֿון אַ וויכטיקן פֿילם געמאַכט אין וואַרשע אין 1948 בײַ דער אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל לזכר די העלדן פֿונעם געטאָ־אויפֿשטאַנד. דעם באַקאַנטן דענקמאָל האָט געשאַפֿן דער קינסטלער נתן ראַפּאָפּאָרט, און דעם פֿילם — נתן גראָס.

דער גאַנצער פֿילם, וואָס דויערט אַ האַלבע שעה, געפֿינט זיך אינעם פּוילישן נאַציאָנאַלן פֿילם־אַרכיוו, אָבער דער דאָזיקער אויסצוג, וואָס געפֿינט זיך אין ישׂראל, נעמט אַרײַן בלויז די לעצטע צען מינוט.


„אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟, רעציטירט פֿון הדסה קעסטין

''It's the Month of Nissan in the Warsaw Ghetto,'' Recited by Hadassah Kestin

הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 74סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. צוליב דעם, וואָס דער פּינקטלעכער יאָרטאָג איז מיטוואָך, דעם 19טן אַפּריל, די קומענדיקע וואָך, שטעלן מיר צו אַ זעלטענעם פֿילם, אין וועלכן די אַקטריסע הדסה קעסטין לייענט פֿאָר בינעם העלערס האַרץ־רײַסנדיק ליד וועגן דעם אויפֿשטאַנד בעת אַ וואָרט־קאָנצערט בײַם „ייִדישן קולטור־קלוב‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1990.

בינעם העלער איז אַליין ניט געווען אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער ס׳רובֿ פֿון זײַן משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן מאַמע, ברידער און שוועסטער, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, זענען דאָרטן פֿאַרשפּאַרט געווען און שפּעטער אומגעקומען. אינעם ליד „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟ שילדערט ער ווי אַזוי ס׳האָט בײַ זיי אפֿשר אויסגעזען דער לעצטער פּסח, און ער פֿאַרבינדט דערבײַ די גרויליקע געשעענישן אין דער געטאָ מיט דער געשיכטע, וואָס ווערט דערציילט בײַם פּסחדיקן סדר. ס׳איז אַ ליד, וואָס איז כּדאַי צו הערן יעדעס יאָר, סײַ אויפֿן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד, סײַ בײַם סדר.


„חד־גדיא‟ אויף ייִדיש, לשון־קודש, דזשודעזמע און נאָך

Chad Gadyo in Yiddish, Aramaic, Ladino and More

ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ (אויף אַרמיש: איין ציגעלע) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.

לחתּכילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם עפּעס מיט וואָס מע האָט געקענט פֿאַרווײַלן די קינדער. אַזוי ווי דאָס דריידל, אָבער, האָט מען עס שפּעטער אויסגעטײַטשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים, סימבאָליזירן די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון, דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — די מיצרים און, דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.

דאָס ליד, אָנגעשריבן אויף לשון־קודש (מערסטנס אַרמיש), איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחישער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאות פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע, האַקאַטיִאַ (אַ מאָראָקאַנישער וואַריאַנט פֿון דזשודעזמע) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 150 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. אַ צווייטע פּאָפּולערע ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יצחק פּירזשניקלאָוו.

אויבן קען מען הערן, ווי שלום לעמער שטעלט פֿאָר דעם חזן משה אוישערס נוסח פֿון „חד־גדיא‟, וואָס טראָגט שטאַרקע השפּעות סײַ פֿונעם טראַדיצאָנעלן חזנות, סײַ פֿון דזשעז. אָט זינגט דער „זמירות־כאָר‟ זייער אייגענעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון „חד־גדיא‟, וואָס מע האָט צוגעפּאַסט צום ניגון פֿונעם „פּינגווין־טאַנץ‟, אַ טאַנץ פֿון סאַודיע, וואָס איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ די חסידים מיט דרײַ יאָר צוריק.

אָט זינגט טובֿה בן־צבֿי „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי.

אָט קען מען הערן ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאָראָקאַנישע ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף האַקאַטיִאַ און אַראַביש.

און אָט איז אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע.


„מה נשתּנה‟ — די פֿיר קשיות אויף ייִדיש און לשון־קודש

The Four Questions in Yiddish and Ashkenazi Hebrew

די „פֿיר קשיות‟ פֿון דער הגדה שטאַמען לכתּחילה פֿון דער גמרא. צוליב דעם, וואָס דער מינהג פֿון פֿרעגן די פֿיר קשיות בײַם סדר איז אָנגענומען געוואָרן בײַ אַלע ייִדישע עדות זענען דאָ אַ סך פֿאַרשידענע ניגונים, מיט וועלכע מע זינגט זיי. דערצו איז דאָ אַ מינהג אין ס׳רובֿ ייִדישע קהילות, אַז אַ קליין קינד זאָל פֿרעגן די פֿיר קשיות. דערפֿאַר זענען דאָ נוסחאות פֿונעם ליד אויף באַזונדערע ייִדישע שפּראַכן, ווײַל מע האָט געוואָלט, אַז דאָס קינד זאָל פֿאַרשטיין די ווערטער.

אין ישׂראל הערט מען נאָך אַלץ אין אַ סך חרדישע היימען, וווּ מע רעדט געוויינטלעך אויסשליסלעך העברעיִש, אַז דאָס קינד זאָל זינגען די פֿיר קשיות אויף ייִדיש, ווי אויך אויף דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער חבֿרה. דאָס זעלביקע קומט אויך פֿאָר אין אַמעריקע צווישן די ענגליש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער חסידים און אַפֿילו בײַ געוויסע וועלטלעכע ייִדישע משפּחות. אין דער דאָזיקער חנעוודיקער רעקאָרדירונג קען מען הערן ווי דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער „רבי אַלטער‟, באַגלייט פֿון אַ קינדער־כאָר, שטעלט פֿאָר די פֿיר קשיות אויף ייִדיש און אויף לשון־קודש אויפֿן טראַדיציאָנעלן שטייגער.


„טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟, געזונגען פֿון וויראַ לאָזינסקי

Sunrise, Sunset in Yiddish, Sung By Vira Lozinsky

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם בלויז דורך „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, די פּאָפּולערע „בראָדוויי‟־אַדאַפּטאַציע פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿיה דער מילכיקער. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און אַזעלכע לידער ווי „לחיים‟, און „טראַדיציע‟ זענען אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז מע האַלט זיי כּמעט פֿאַר אַ טייל פֿון אַ מין סעקולערער ייִדישער מסורה.

די פּוריסטן און ס׳רובֿ ייִדישיסטן האַלטן אַוודאי ניט פֿונעם דאָזיקן מיוזיקל פֿון דזשערי באָק, שעלדאָן האַרניק און דזשאָסעף שטײַן, ווײַל זיי האַלטן, אַז זי פֿאַרוואַנדלט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה אין אַ ריי האַמעטנע און סטערעאָטיפּישע אימאַזשן. ניט געקוקט אויף דעם איז „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער צווישן די ייִדישע מאַסן איבער דער גאָרער וועלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט. דאָרטן האָט שׂרגא פֿרידמאַן, דער גרויסער בינע־קינסטלער און מחבר פֿון פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, איבערגעזעצט דעם טעקסט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון.

אויבן זינגט וויראַ לאָזינסקי זײַן נוסח פֿון Sunrise, Sunset, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟. בײַם קלאַוויר שפּילט רעגינע דריקער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בײַם „ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟ אין וואַרשע.


„וואָלט איך געהאַט כּוח‟ אויף צען שפּראַכן

"Peace in the Streets" Sung in Ten Languages

איינס פֿון די פּאָפּולערערע נײַע ייִדישע לידער פֿון די לעצטע 25 יאָר איז באמת אַ פֿאָלקסליד אין אַ נײַעם לבֿוש. די זינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין חנה קופּער ז׳׳ל האָט גענומען אַן אַלט חסידיש ליד וועגן שבת און עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ שלום־ליד דורכן בײַטן איין וואָרט.

דאָס ליד, „וואָלט איך געהאַט כּוה‟ האָט זי דערנאָך איבערגעזעצט אויף ענגליש און העברעיִש. ווי מע קען זען אויבן, זינגט מען עס הײַנט אין צענדלקיער שפּראַכן. אינעם קאָנצערט־נוסח בײַם „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ האָבן סטודענטן און לערער פֿון דער פּראָגראַם פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף ייִדיש, דײַטש, ענגליש, רוסיש, האָלענדיש, שפּאַניש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, אַראַביש און נאָך אַ שפּראַך, וואָס איך דערקען ניט.

אָט קען מען זען ווי חנה קופּער און זלמן מלאָטעק האָבן פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף ייִדיש און רוסיש אויף אַ קאָנצערט מיט אַן ערך 15 יאָר צוריק.

און אָט קען מען הערן אַ ראָק־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש, ענגליש און העברעיִש געזונגען דורך חנה קופּער און איר טאָכטער שׂרה־מינע גאָרדאָן.

און אָט קען מען הערן דאָס ליד אויף ייִדיש — געזונגען דורך אַ גרופּע מוסולמענישע מיידלעך!


ווידעאָ: „שלום־עליכם זאָל לעבן‟ פֿאָרגעלייענט דורך יענטע מאַש ז״ל

Video: Yente Mash Reads "Long Live Sholem Aleichem"

יענטע מאַש (1922־2013) איז געווען אַן אוניקאַל קול אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַ געבוירענע אינעם בעסאַראַבער שטעטל זגוריצע, האָט זי פֿאַר 1941 פֿאַרענדיקט אַ העברעיִשע פֿאָלקסשול און אַ רומענישער גימנאַזיע. גלײַך פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן די קאָמוניסטן פֿאַרשיקט איר משפּחה קיין סיביר, וווּ אירע עלטערן זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער. מאַש האָט זיך באַזעצט אין קעשענעוו אין 1948, וווּ זי האָט געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין. קיין דערציילונגען האָט זי ניט אָנגעשריבן ביז נאָך דעם וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1977, ווײַל זי האָט ניט געוואָלט, אַז אירע ווערק זאָלן דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די דיקטאַטן פֿון דער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע.

שוין צו 68 יאָר האָט זי אין 1990 אַרויסגעלאָזט איר ערשט בוך, „טיף אין דער טײַגע‟, צו גלענצנדיקע רעצענזיעס. דאָס בוך גיט איבער אירע שוידערלעכע איבערלעבונגען בעת די יאָרן אין סיביר. במשך פֿון די ווײַטערדיקע 17 יאָר האָט זי פּובליקירט נאָך דרײַ ביכער און באַקומען פֿינף ליטעראַרישע פּרעמיעס. אַחוץ אירע ביכער אויף ייִדיש איז אַן אויסקלײַב פֿון אירע דערציילונגען פּובליקירט געוואָרן אויף העברעיִש און מע האָט לעצטנס געדרוקט עטלעכע פֿון אירע דערציילונגען אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט „מאָנאַ־באָבע‟, וואָס איז דערשינען אין דער זאַלמונג פֿון „פֿאָרווערטס‟־דערציילונגען ,Have I Got A Story for You, אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון עלען קאַסעדי.

אַחוץ „מאָנאַ־באָבע‟ איז אין מאַשס זאַמלונג דערציילונגען, „משנה מקום‟, אויך דערשינען די דערציילונג „שלום־עליכם זאָל לעבן‟. אָט קען מען זען ווי זי לייענט פֿאָר די מעשׂה אין איר קיך אין ישׂראל אין די סוף 1990ער יאָרן. דעם פֿילם האָט געמאַכט באָריס סאַנדלער.


„אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟

By the Wayside Stands a Tree

עס קען זײַן, אַז אחוץ מאַרק וואַרשאַווקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, איז ניטאָ קיין ליד אויף ייִדיש פֿון אַ באַקאַנטן מחבר, וואָס איז אַזוי ברייט באַליבט ווי איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַזוי ברייט באַוווּסט פֿאַרן חורבן, אַז ס׳איז אַפֿילו פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן.

זייער אַ סך באַקאַנטע זינגער האָבן רעקאָרדירט אַן אייגענעם נוסח פֿונעם ליד. איידער מע הערט זיך צו צו געוויסע פֿון זיי איז עס אָבער קודם כּדאַי זיך צוצוהערן צו דעם, ווי אַזוי איציק מאַנגער האָט אַליין פֿאָרגעלייענט דאָס ליד.

ווי דערמאָנט, קען מען געפֿינען פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד. צווישן די שיינסטע איז אַ רעקאָרדירונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז אַרויס אויף איר קאָמפּאַקטל „בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע‟. די רעקאָרדירונג קלינגט באמת היימיש, ניט בלויז ווײַל מאַנגערס ייִדישער דיאַלעקט איז געווען גאַנץ נאָענט צו שעכטער־גאָטעסמאַנס, נאָר אויך צוליב די מוזיקאַלישע קנייטשן וואָס זי גיט צו, וואָס דערמאָנען מאַנגערס ריטעם בײַם לייענען. אין איר נוסח הערט מען טאַקע די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער בוקאָווינע, פֿון וועלכער ביידע האָבן געשעפּט אַ סך פֿון זייער ליטעראַרישער אינספּיראַציע.

מער אָפֿט ווי אַלע אַנדערע זשאַנערן הערט מען הײַנט דאָס ליד געזונגען, קודם, ווי אַ קונסטליד. אָט זינגט נחמה ליפֿשיץ איר נוסח פֿונעם ליד:

גאַנץ פּאָפּולער זענען אויך די מער טעאַטראַלע צוגאַנגען צום ליד. אָט שטעלט פֿאָר דודו פֿישער זײַן נוסח פֿונעם ליד בעת אַ קאָנצערט מיטן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין ישׂראל.

אַ שיינער נוסח אין אַ מער פּאָפּולערן מאָדערנעם „פֿאָלק‟־סטיל שטעלט פֿאָר די באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין.

איינער פֿון די סאַמע שיינסטע רעקאָרדירונגען פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ וואָס איז אַרויס אין די לעצטע 10 יאָר, האָט געמאַכט עפֿים טשאָרני. אין זײַן נוסח שטעלט ער פֿאָר די מעלאָדיע ווי אַ וויגליד.

אויך כּדאַי צו הערן איז משה אוישערס נוסח פֿונעם ליד. איך האַלט, פּערזענלעך, אַז די מוזיקאַלישע באַגלייטונג איז אַ ביסל איבערגעטריבן, אָבער ס׳איז גאָר אינטערעסאַנט צו הערן די השפּעות פֿון חזנות און אַפֿילו דזשעז אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג.

דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ אַ קאָנצערט פֿונעם לעגענדאַרן קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס. צווישן די לידער, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט בעתן קאָנצערט, געפֿינט זיך „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. עס זינגט מאַקס גאָלדבערג. דאָס ליד הייבט זיך אָן 34:38.

מע האָט בכלל ניט אויפֿגעהערט צו שאַפֿן נײַע נסחאָות פֿונעם ליד. די שוועדישע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן „ראָק‟־נוסח פֿונעם ליד אין 2010, צוזאַמען מיט אַ מוזיק־ווידעאָ.

אין 2014 האָבן לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל אַרויסגעלאָזט אַן אוניקאַלן אַלבאָם „וויגלידער פֿון גלות‟, אין וועלכן זיי האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזישע און איראַקישע ייִדן. אין זייער צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ ברענגט דלאלס אוד־שפּילן עפּעס נײַ צום ליד, וואָס איז ממש אַן אַנטפּלעקונג. דאָס ליד האָט אויך אַן ערנסטן טאָן אויף אַראַביש, וואָס עס פֿעלט אָפֿט אויף ייִדיש און וואָס פּאַסט זיך זייער גוט צו צום טרויער, וואָס באַהאַלט זיך אונטערן אויבערפֿלאַך פֿונעם ליד.


„ס׳איז גוט פֿאַר מיר‟, געזונגען דורך לוי פֿאַלקאָוויטש

"It's Good for Me" Sung by Levy Falkowitz

אַזוי ווי אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן „איסט־סײַד‟, ווערן הײַנט אַ סך פֿון די גרעסטע מוזיקאַלישע שלאַגערס בײַ די חסידים לכתּחילה געשאַפֿן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אַזוי האָב איך געמיינט איז געווען דער פֿאַל מיטן ליד „ס׳איז גוט פֿאַר מיר‟ פֿון באָריס האַס׳ שפּיל „סליחות־נאַכט אין קיִעוו‟ (1992), וואָס מע הערט עד־היום אויף די חסידישע שׂימחות.

דאָס ליד צייכנט זיך אויס ניט בלויז מיט זײַן לעבעדיקער מוזיק, נאָר אויך מיט זײַן רײַכן ווערטער־אוצר: די שפּראַך און די גראַמען זענען אַ היפּש ביסל מער ליטעראַריש ווי בײַ ס׳רובֿ פּאָפּולערע חסידישע לידער. טאַקע דערפֿאַר האָב איך אַ ביסל אויסגעפֿאָרשט דאָס ליד און געפֿונען, אַז ניט ברוך האַס האָט אים אָנגעשריבן ווי ס׳רובֿ מענטשן מיינען, נאָר דווקא אַהרן לעבעדעוו, וואָס האָט אים אָנגעשריבן פֿאַרן זינגער און אַקטיאָר מאַקס פּערלאַן. די ווערטער אין די ערשטע טיילן פֿון פּערלמאַנס נוסח פֿון 60 יאָר פֿריִער זענען אידענטיש. אָט קען מען עס הערן:

עס זעט אָבער אויס, אַז ברייט באַקאַנט איז דאָס ליד ניט געוואָרן ביז 1992, ווען ברוך האַס האָט אים אַרײַנגענומען אין זײַן שפּיל.

דער דאָזיקער נוסח, פֿאָרגעשטעלט דורכן פּאָפּולערן זינגער לוי פֿאַקלאָוויטש, אין איינעם מיט יוחי בריסקמאַנס אָרקעסטער איז בפֿירוש געלונגען. אַ מחיה צו הערן אַ מאָל, אַז אַ חסידישער זינגער זאָל אויפֿטרעטן מיט אַ ליד אָן קיין עלעקטראָנישער באַגלייטונג.


אַבי געזונט!

Abi Gezunt

אײנס פֿון די באַליבטסטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר די זינגער, װאָס זינגען ניט געװײנטלעך אויף ייִדיש, איז „אַבי געזונט‟.

עס קען זײַן, אַז די אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיװ פֿונעם ליד און זײַן דזשעז־סטיל ציִען צו אַ ריי טאַלאַנטירטע אַרטיסטן. עס העלפֿט אױך, אַז דער גרױסער אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער קאַב קאַלאָװײ האָט אַרױסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „אַבי געזונט‟, כאָטש עס האָט גאָרניט געהאַט קײן שײַכות צום אָריגינאַל, אַחוץ די־אָ צװײ װערטער.

װײניק מענטשן געדענקען הײַנט, אַז אַחוץ דעם װאָס מאָלי פּיקאָן איז געװען די ערשטע זינגערין פֿונעם ליד, האָט זי עס אױך מחבר געװען. פּיקאָן האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר איר העלדין אינעם פֿילם „מאַמעלע‟, אַ ראָמאַנטישע מוזיקאַלישע קאָמעדיע אױפֿן סמך פֿון „צינדערעלאַ‟, רעזשיסירט דורך יוסף גרין. די אָריגינעלע מוזיק, פֿון אײב עלשטײן, װערט געשפּילט פֿון אַן אָרקעסטער אין אַ מער קלאַסישן סטיל; דער דזשעז־צוגאַנג האָט זיך, אַ פּנים, אַנטװיקלט שפּעטער, אין אַמעריקע.

אָט דער דזשעז־סטיל הערט מען בולט אינעם נוסח פֿון די שװעסטער בערי, װאָס האָבן געזונגען דאָס ליד אױפֿן ייִדישן ראַדיאָ אין די 1940ער יאָרן װי אַ טײל פֿון זײער פּראָגראַם.

אױף ענגליש זינגט מען געװײנטלעך דאָס ליד פּאַמעלעכער. אָט קען מען הערן װי די זינגערין אַמאַנדאַ קינג שטעלט פֿאָר דאָס ליד מיט אַ דזשעז־קאַפּעליע. איר ייִדיש הינקט אונטער אָבער דער ענגלישער נוסח איז װוּנדערלעך.

אין אַן ענלעכן סטיל האָט די יונגע זינגערין לאה רײס־דעניס פֿאָרגעשטעלט „אַבי געזונט‟ אױף דער ייִדיש־װאָך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.


צוויי לידער לכּבֿוד פּורים

Two Songs for Purim

פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אויפֿן ייִדיש לוח און דערפֿאַר ס׳גלוסט זיך צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.

אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן. דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט אַזוי זיך אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח

פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.

Read more