אין 1996 איז עס דעם פֿילם־פּראָדוצענט און ייִדישיסט ראָלאַנד (ראובֿן) מילמאַן אײַנגעפֿאַלן צו מאַכן אַ געניטונג־פֿילם אויף ייִדיש. קיינער האָט ניט דערוואַרט, אַז עס וועט ווערן אַ שלאַגער, נאָר מע האָט געמיינט אַז גענוג מענטשן וועלן אים קויפֿן אויף טשיקאַוועס. ווי עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, איז דער ווידעאָ „שוויץ‟ געוואָרן אַ שלאַגער, בפֿרט נאָך דעם וואָס מע האָט געוויזן אַ טייל פֿון אים אויף דער טעלעוויזיע ווי אַ וויץ. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס „שוויץ‟ האָט זיך צום־מערסטנס פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס מענטשן האָבן אים געשאָנקען אַנדערע ווי אַ וויץ, דינט עס ווי אַ גוטע ייִדיש־לעקציע, בפֿרט פֿאַר די וואָס ווילן וויסן ווי אַזוי צו רעדן וועגן געניטונגען און ספּאָרט אויף מאַמע־לשון. דער פֿילם פֿאַרמאָגט אויך אַ גוטן ייִדישן חוש פֿאַר הומאָר און איז זיכער דער איינציקער פֿון זײַן מין, מיט מוזיק פֿון סידאָר בעלאַרסקי. עס האָבן אָנטייל גענומען אינעם פֿילם די אַקטריסע שיפֿרה לערער ז׳׳ל, די אַקטריסע בעטי זילבערמאַן און דער אַקטיאָר יחיאל געלער־קאַץ.
חנה ראָווינאַ, באַקאַנט אין ישׂראל ווי די „ערשטע דאַמע פֿון דער העברעיִשער בינע“, איז געווען אַ גרינדנדיקע מיטגלידין פֿונעם העברעיִשן טעאַטער „הבימה“ פֿון 1917 ביז איר טויט אין 1980. איר ראָלע ווי „לאהלע“ אין ש. אַנסקיס „דיבוק“ איז געווען אַזוי באַרימט, אַז אַ בילד פֿון איר פֿאַרשטעלט ווי לאהלע איז יאָרן־לאַנג געווען דער אָפֿיציעלער עמבלעם פֿון דער טרופּע.
אַ געבוירענע אינעם שטעטל בערעזין, ניט ווײַט פֿון קיִעוו, האָט זי זיך פֿאַרליבט אין דער העברעיִשער שפּראַך און האָט פֿאַרענדיקט אַ קורס אויף צו ווערן אַ לערערין אין אַ וועלטלעכער העברעיִשער שול. מע האָט אָבער באַלד אַנטדעקט אירע טאַלאַנטן ווי אַן אַקטריסע און זי איז געפֿאָרן איבער דער וועלט מיט „הבימה“, ביז די טרופּע האָט זיך אין 1927 באַזעצט אויף אייביק אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ עס ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי דער פּרעסטיזשפֿולסטער העברעיִשער טעאַטער.
אפֿשר צוליב אירע אַרומוואַנדערונגען האָט זי זיך געפֿילט אַ געוויסע נאָענטשאַפֿט מיטן פּאָעט איציק מאַנגער, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל צום סוף פֿון זײַן לעבן. מאַנגער האָט באַשריבן זײַנע אייגענע וואַנדערונגען אין זײַן ליד „כ׳האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פֿרעמד“, וואָס ער האָט אָנגעשריבן קורץ נאָכן באַזעצן זיך אין לאַנד.
צו יענער צײַט איז חנה ראָווינאַ געווען צווישן אַ ריי אָנפֿירנדיקע ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט מאַנגערס ווערק אויף ייִדיש פֿאַרן ישׂראלדיקן עולם. די פּרעמיער־מיניסטאָרשע גאָלדע מאיר (וואָס איז אין אירע יונגע יאָרן געווען אַ ייִדיש־לערערקע אין מילוואַקע מיטן נאָמען גאָלדע מאַבאָוויטש), איז, למשל, געגאַנגען אויף עטלעכע קינסטלערישע אָוונטן לכּבֿוד איציק מאַנגער — די ערשטע פּרעמיער־מיניסטאָרשע צו גיין אויף אַ ייִדיש־שפּראַכלעכער פּראָגראַם ווי אַ טייל פֿון איר אַרבעט. אויף איינעם פֿון די אָוונטן האָט מען רעצטיטירט מאַנגערס ליד „כ׳האָב זיך געוואַלגערט אין דער פֿרעמד“, וואָס דער עולם האָט אָנגענומען ווי אַ ציוניסטיש ליד, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט קיינמאָל ניט אויסגעדריקט קיין קלאָרע פּאָליטישע מיינונגען. דאָס ליד איז שפּעטער געוואָרן פּאָפּולער אין ישׂראל אין דער העברעיִשער איבערזעצונג.
די ליבהאָבער פֿון שפּראַכן און איבערזעצערײַ האָבן ספּעציעל ליב די אַנימירטע „דיזני“־פֿילמען, ווײַל להיפּוך צו די פֿילמען פֿאַר דערוואַקסענע, וואָס מע זעט געוויינטלעך מיט אונטערקעפּלעך, שאַפֿט מען פֿאַר די קינדער־פֿילמען נײַע גערעדטע נוסחאָות אויף צענדליקער און אַמאָל אַפֿילו הונדערטער שפּראַכן. אַזוי אַרום קען מען הערן די לידער פֿון די פֿילמען אין די אַלע שפּראַכן און באַטראַכטן אַלע באַשלוסן, וואָס די איבערזעצער האָבן געמאַכט בײַם שאַפֿן די נײַע ווערסיעס פֿון די לידער.
צוליב דעם וואָס עס עקזיסטירט, צום באַדויערן, ניט קיין מאַרק וואָס פֿאָדערט, אַז מע זאָל שאַפֿן פֿולע נוסחאָות פֿון די פּאָפּולערע „דיזני“־פֿילמען אויף די קלענערע מינאָריטעט־שפּראַכן, דאַרפֿן די רעדנער פֿון די שפּראַכן אַליין שאַפֿן ווערסיעס פֿון די לידער צו פֿאַרווײַלן זייערע קינדער. ס׳איז אַוודאי אוממעגלעך פֿאַר אַ גרופּע פֿרײַוויליקע איבערצוזעצן און רעקאָרדירן אַ נײַעם נוסח פֿון אַ 90־מינוטיקן פֿילם אָבער מע קען יאָ איבערזעצן און רעקאָרדירן געוויסע לידער. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אַזאַ שיטה געוואָרן פּאָפּולער בײַ אַ ריי אַקטיוויסטן, איבערהויפּט די וואָס אַרבעטן לטובֿת די אַמעריקאַנער־אינדיאַנער שפּראַכן, וואָס ווילן צוציִען דעם אינטערעס בײַם ייִנגערן דור צו זייערע באַדראָטע לשונות.
אינספּירירט פֿון אַזאַ שיטה האָט שמואל זערין אין 2014 אָנגעפֿירט מיט אַ וואַרשטאַט אויף דער „ייִדיש־וואָך“, אין וועלכן ער און אַ גרופּע אַמאַטאָרע איבערזעצער האָבן געשאַפֿן ייִדישע נוסחאָות פֿון באַרימטע „דיזני“־לידער. ספּעציעל געלונגען איז געווען זייער נוסח פֿון „לאָז אַרויס“ פֿונעם פֿילם „פֿאַרפֿרוירן“, וואָס „דיזני“ האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון האַנס קריסטיאַן־אַנדערסאָנס קינדער־ראָמאַן „די שניי־מלכּה“ ( וואָס עקזיסטירט, דרך־אַגבֿ, אין זייער אַ פֿײַנער ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם „ניסתּר“.
דאָס ליד איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער אויף דער „ייִדיש־וואָך“, אַז מע האָט באַשלאָסן צו מאַכן אַ רעקאָרדירונג און איר פֿאָרשטעלן אין איינעם מיטן ייִדישן טעקסט. עס זינגט טעמע־ליבע שעכטער.
אין אַפּריל 1959 איז אַבֿרהם סוצקעווער געקומען אויף אַ לאַנגן באַזוך קיין אַמעריקע און קאַנאַדע, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ ריי רעפֿעראַטן און פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער.
אויף אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, זענען די איינציקע רעקאָרדירונגען וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון סוצקעווערס רעדעס בעתן דאָזיקן באַזוך געמאַכט געוואָרן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, וווּ מע האָט צווישן די יאָרן 1953 און 2005 רעקאָרדירט טויזנטער עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. ווי אַ סטיפּענדיאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז מײַן אַרבעט געווען אויסצוסדרן די אַלע רעדעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. איך האָב אויך געמאַכט אַ סעריע פֿילמען מיט אויסצוגן פֿון די רעדעס באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אָט קען מען זען, למשל, אַן אויסצוג פֿון סוצקעווערס אַ רעדע וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959 וועגן זײַן לעבן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין די ליטווישע וועלדער
מיט אַ חודש פֿריִער, ווען דער פּאָעט איז ערשט אָנגעקומען קיין מאָנטרעאָל, האָט מען געמאַכט פֿאַר אים אַ ריזיקן קבלת־פּנים. צווישן די רעדנער וואָס זענען געקומען אים באַגריסן זענען געווען באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער פֿון מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק, קינדער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע טאָגשולן און עטלעכע זינגער, צווישן זיי — אַניע לעדערהענדלער, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט הירש גליקס פּאַרטיזאַנער־הימען בײַנאַנד מיטן רירנדיק ליד „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ (ווערטער: אַ. ל. וואָלפֿסאָן; מוזיק: אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי). כאָטש עס קלינגט ווי אַ ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן לזכר דער פֿאַרניכטעטער ירושלים ד׳ליטא, האָט מען דאָס ליד אין דער אמתן אָנגעשריבן לאַנג פֿאַר דעם חורבן ווי אַ טייל פֿון אַ פּיעסע.
אין דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג האָב איך צופֿעליק זיך אָנגעשטויסן אויף לייזער ראַנס בילדער־אַלבאָם „ירושלים ד׳ליטא אילוסטרירט און דאָקומענטירט‟. די אוניקאַלע בילדער, מיט קליינע דערקלערונגען אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש האָבן מיך טיף אָנגערירט. ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, איך זאָל באַגלייטן אַניע לעדערהענדלערס נוסח פֿון „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ מיט די בילדער פֿונעם אַמאָליקן ווילנע וואָס לייזער ראַן האָט צונויפֿגעזאַמלט. אויבן קען מען זען דעם רעזולטאַט פֿון דעם אײַנפֿאַל.
דער אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן איז צום־מערסטנס הײַנט באַקאַנט צוליב זײַן פּרעכטיק קול און זײַן קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר, ווי אויך צוליב זײַנע פּאָליטישע אַקטיוויטעטן און נאָענטע פֿאַרבינדונגען צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַן עכטער עילוי — איינער, וואָס האָט יונגערהייט אַרויסגעוויזן אַ סך טאַלאַנט אין גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע געביטן; אַ באַקאַנטער אַטלעט, איינער פֿון די ערשטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, וואָס מע האָט געלאָזט שפּילן פֿוטבאָל אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט. אין מיטן פֿון זײַנע לימודים אין דער יוריספּרודענץ־שול בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און זײַן גלײַכצײַטיקער קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿוטבאָל־שפּילער אינעם NFL האָט ער אינטענסיוו זיך פֿאַרנומען מיט שפּראַכן, אויסלערנענדיק מער ווי 20 פֿון זיי.
כאָטש ראָבסאָן האָט געזונגען אויף מער ווי 50 שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט די וואָס ער האָט בכלל ניט געקענט, האָט ער יאָ פּערפֿעקט באַהערשט מער ווי 10 שפּראַכן, צווישן זיי — רוסיש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, כינעזיש און דײַטש. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט בעת די שטודיעס אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן, ווי אויך בעת זײַנע רײַזעס אין פּוילן און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, כאָטש ניט אויפֿן זעלביקן ניוואָ ווי זײַנע „בעסטע‟ שפּראַכן. אויבן קען מען הערן ווי אַזוי ער האָט געזונגען דאָס באַקאַנטע פֿאָלקסליד „ווי אַזוי ס׳לעבט דער קייסער‟.
ראָבסאָן איז אפֿשר, צום מערסטנס, באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער צוליב זײַן חבֿרשאַפֿט מיטן פּאָעט איציק פֿעפֿער. אין 1949, ווען ראָבסאָן האָט באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער געבעטן זיך צו טרעפֿן מיט פֿעפֿערן. מע האָט ראָבסאָן דערקלערט, אַז פֿעפֿער איז אויף אַ וואַקאַציע אין קרים, אָבער אין דער אמתן איז פֿעפֿער שוין געזעסן מער ווי צוויי יאָר אין טורמע. נאָך דעם ווי די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן פֿעפֿערן אַ פּאָר טעג געגעבן עסן, ער זאָל אויסזען מער געזונט, האָט מען אים געבראַכט זיך צו טרעפֿן מיט ראָבסאָנען. אויף זײַן מאָסקווער קאָנצערט האָט ראָבסאָן געזונגען דעם פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויפֿן ראַדיאָ איבערן גאַנצן לאַנד, ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט פֿעפֿערן. נאָכן צוריקפֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער, האָט ראָבסאָן אין גאַנצן געליינקט, אַז מע האָט גערודפֿט די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַ רעקאָרדירונג פֿון „זאָג ניט קיינמאָל‟, וואָס מע האָט געמאַכט בעתן קאָנצערט נאָך זײַן טרעפֿונג מיט איציק פֿעפֿער קען מען הערן דאָ:
פּיט סיגער (1919־2014) איז צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַן קאַריערע ווי אַ פּאָפּולערער זינגער במשך מער ווי 70 יאָר. אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט, אַ געניטער עטנאָמוזיקאָלאָג, אַ מוזיק־פֿאַרלעגער, אַ מוזיקאַלישער פּראָדוצענט און נאָך.
אין זײַן שליחות ווי אַן עטנאָמוזיקאָלאָג איז סיגער ניט בלויז געווען אַ שטאַרקער שטיצער פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלק־מוזיק־טראַדיציע, נאָר אויך פֿון די טראַדיציאָנעלע זינגער פֿון מוזיק פֿון אַלע עקן וועלט. דורך זײַנע קאָנצערטן, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַם האָט ער פֿאָרגעשטעלט צום אַמעריקאַנער עולם זינגער פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע לענדער און קולטורן לאַנג איידער דער באַגריף פֿון מולטיקולטוראַליזם איז געווען אין דער מאָדע.
צווישן זײַנע פֿרײַנד און קאָלעגן זענען געווען אַ ריי אַנדערע עטנאָמוקאָלאָגן, אַרײַנגערעכנט מאָ אַש (דער זון פֿון שלום אַש און גרינדער פֿון Folkways Records) און די אָנפֿירנדיקע עטנאָמוזיקאָלאָגין פֿון ייִדישער מוזיק — רות רובין. אויבן קען מען זען, ווי פּיט סיגער און רות רובין שטעלן פֿאָר „טומבאַלאַלײַקע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest, וואָס מע האָט טראַנסימיטירט אין 1965 און 1966.
סיגער האָט אויך באַגלייט רות רובין מיטן באַנדזשאָ אויף אַ ריי קאָנצערטן, ווי אויך אויף אַן אַלבאָם פֿון ייִדישע קינדערלידער, וואָס מאָ אַש האָט פּראָדוצירט פֿאַר זײַן פֿירמע „פֿאָלקווייס‟. אָט קען מען הערן ווי רות רובין און פּיט סיגער שטעלן פֿאָר דאָס ליד „טאַנץ טאַנץ‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן ווי סיגערס באַנדזשאָ־שפּילן גיט צו צום ליד דווקא אַן אַמעריקאַנער (און דערצו אַפּאַלאַטשיאַנער) טעם.
אַליין אַ קענער פֿון יאַפּעניש, דײַטש און רוסיש, האָט סיגער זיך אויסגעלערנט זינגען לידער אויף צענדליקער שפּראַכן פֿון די געסט אויף זײַנע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכנט ייִדיש און העברעיִש. אַחוץ מאָ אַש און רות רובין האָט סיגער זיך געלערנט ייִדישע לידער פֿון זײַן חבֿר טעאָדאָר ביקעל און פֿון דער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, די שוויגער פֿון זײַן נאָענטן חבֿר און מענטאָר, דעם לענגענאַרן אַמעריקאַנער פֿאָלקזינגער וווּדי גאָטרי. גאָטרי, סיגער און גרינבלאַט פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען מיט אַנדערע זינגער און זיך טיילן מיט די לידער.
אָט קען מען זען ווי ער שטעלט פֿאָר דאָס סאָוועטיש־ייִדישע ליד „דזשאַנקױע‟ אויף זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם Rainbow Quest.
אין דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק הערט מען אַ געמיש פֿון זייער אַ סך באַזונדערע אײַנפֿלוסן. אויף דער זעלבער חתונה קען מען הערן טראַדיציאָנעלע בדחנות, קלעזמער און חזנות באַנאַנד מיט ראָק־מוזיק און צומאָל אַפֿילו רעפּ.
לויט אַלע סימנים איז אויף דער חסידישער גאַס לעצטנס אויך געוואָרן אַ מאָדע די קלאַסישע מוזיק. מע זעט אויף „יוטוב‟ פֿאַרשידענע ווידעאָס, אין וועלכע ריזיקע אָרקעסטערס שפּילן אויף די פֿרומע חתונות אַ געמיש פֿון באַקאַנטע חסידישע לידער מיט קלאַסישער מוזיק.
אָט זעט מען, למשל, ווי דער אָרקעסטער פֿון אַהרן טייטלבוים (דער מוזיקאַלישער פּראָדוצענט, ניט איינער פֿון די אדמו”רים מסאַטמאַר), דיריגירט פֿון ישׂראל לאַם, שטעלט פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון מאָצאַרטס 25סטער סימפֿאָניע באַנאַנד מיטן „ידידים־כאָר‟. להיפּוך צו אַ סך פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, אין וועלכער די בלאָז־אינסטרומענטן נעמען דעם אויבן אָן, בלײַבן די סטרונע־אינסטרומענטן דער הויפּט־טייל פֿונעם קלאַנג, ווי עס באַדאַרף צו זײַן. דער ייִדישער קנייטש באַשטייט אין דעם, וואָס דער כאָר נעמט איבער די ראָלע פֿון מאָצאַרטס פֿלייטן און אַנדערע הויכע בלאָז־אינסטרומענטן. אינעם דאָזיקן „היימישן‟ נוסח ווערט דער הויפּט־מאָטיוו פֿון דער קאָמפּאָזיציע כּמעט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ניגון.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אַ סך גויים גוט געקענט ייִדיש אָבער בלויז איינער פֿון זיי איז געווען אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילם שטערן: דזשיימס קאַגני.
קאַגני, וואָס איז באַקאַנט איבערהויפּט פֿאַר זײַנע ראָלעס אין די פּאָפּולערע „גענגסטער‟־פֿילמען פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט געוויינטלעך געשפּילט שטאַרקע באַנדיטן, פּאָליציאַנטן, סאָלדאַטן אָדער ענלעכע טיפּן. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט ווי אַ קינד אויפֿן „איסט־סײַד‟, וווּ זײַן אָרעמע משפּחה האָט געוווינט אין אַ טענעמענט־הויז וואָס איז געווען כּמעט אויסשליסלעך באַפֿעלקערט פֿון ייִדן. לויט עטלעכע לעגענדעס, האָט זײַן ייִדיש אים געהאָלפֿן אין האָליוווּד, וווּ די ייִדישע אייגנטימער פֿונעם גרויסן פֿילם־סטודיאָ Warner Brothers האָבן אים כּלומרשט פּרובירט אָפּצונאַרן בעת אַ פֿאַרהאַנדלונג איבער אַ קאָנטראַקט דורכן רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש. לויט דער לעגענדע האָט קאַגני זיי שאָקירט דורכן שרײַען אויף זיי מיט אַ פּאָר זאַפֿטיקע ייִדישע קללות.
קאַגני האָט גערעדט ייִדיש אין צוויי פֿון זײַנע פֿילמען, „טאַקסי‟ און The Fighting 69th, אַ דראַמע וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָלק בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין „טאַקסי‟ שפּילט ער אַ טאַקסי־שאָפֿער וואָס אָרגאַניזירט אַ בלוטיקן קאַמף קעגן אַן אַנדער גרופּע טאַקסי־שאָפֿערן, וואָס גנבֿענען בײַ אים קליענטן. פֿאַר דעם וואָס דער פֿילם ווערט אָבער שרעקלעך פֿאַרבלוטיקט, כאַפּן זיך אַרײַן אַ פּאָר מאָמענטן פֿון קאָמעדיע, צווישן זיי די הומאָריסטישע סצענע, אָן קיין שום אונטערקעפּלעך אָדער דערקלערונג, אין וועלכער אַ ייִדישער אימיגראַנט שרײַט בייז אויף אַ פּאָליציאַנט. דער פּאָליציאַנט, וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, ווייסט ניט וואָס צו טאָן מיטן שרײַענדיקן אימיגראַנט, ביז עס קומט אָן דער העלד פֿונעם פֿילם, דעם טאַקסי־שאָפֿער מאַקס נאָלען (קאַגני). זעט וואָס געשעט ווײַטער.
בײַ ייִדן זאָגט מען אַז „אויף געלט שטייט די וועלט‟. אינעם דאָזיקן הומאָריסטישן ליד הערט מען דאָס זעלביקע פֿאָלקסווערטל ממש אינעם רעפֿרען. הענרי געראָ האָט דעם רעפֿרען גענומען פֿון אַן אַנדער ליד אָנגעשריבן פֿון אַהרן לעבעדעף און האָט געשריבן פֿאַר אים נײַע פֿערזן, באַנאַנד מיט אַ מוזיקאַלישן אַרײַנפֿיר.
כאָטש מע קען הערן דעם מאָטיף פֿונעם ליד — אַז דאָס געלט האָט אַ שלעכטע השפּעה אויף מענטשן — אין לידער פֿון אַלע קולטורן, פֿאָרמאָגט „אַלץ פֿאַר געלט‟ דאָך אַ ייִדישן חן צוליב זײַן שוואַרצן הומאָר. דעם פֿילם האָט געשאַפֿן דזשיין פּעפּלער, וואָס פֿאָרשט אויס די פּאָפּולערע ייִדישע לידער פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. כאָטש עס געפֿינען זיך עטלעכע גרײַזן אינעם טראַנסקריפּט פֿונעם ליד וועלן זיי באמת ניט שטערן דעם צוקוקער.
לכּבֿוד דעם 208סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן אַמעריקאַנער פּאָעט עדגאַר אַלען פּאָו האָב איך באַשלאָסן פֿאָרצושטעלן אַ ווידעאָ, וואָס איך האָב געמאַכט מיט פֿיר יאָר צוריק ווען איך האָב געאַרבעט אינעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אינעם פֿילם לייענען לייבל און סענדער באָטוויניק פֿאָר פּאָוס סאַמע באַרימטסטע ליד, „דער ראָב‟ סײַ אינעם אָריגינעלן ענגליש, סײַ אין דער פּרעכטיקער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לייב נײַדוס.
דעם קלאַנג האָב איך גענומען פֿון אַ רעקאָרדירונג פֿון אַ פּראָגראַם געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם פּאָעט לייב נײַדוס, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן אָקטאָבער 1982 בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟. די רעקאָרדירונג איז איינע פֿון איבער טויזנט רעקאָרדירונגען פֿון מאָנטרעאָל, וואָס איך און שפּעטערדיקע סטיפּענדיאַנטן אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָבן דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿונעם „קלאַנגאַרכיוו א׳׳ן פֿון פֿראַנצין בראַנדט‟. מע קען זיך צוהערן צו דער גאַנצער פּראָגראַם. אָט איז די צווייטע העלפֿטerary-evening-dedicated-poet-leib-naidus-leybl-sender-david-botwinik.
להיפּוך צו די ווידעאָס פֿון אַלטע ייִדישע לידער, קען מען אויף „יוטוב‟ קוים געפֿינען פֿילמען פֿון געשמאַקע ייִדישע וויצן וואָס ווערן טאַקע דערציילט אויף מאַמע־לשון. איך ווייס, ווײַל איך האָב כּמעט אַ שעה געזוכט ביז איך האָב געפֿונען נאָר זעקס. פֿון זיי האָב איך אויסגעקליבן מײַנע באַליבטסטע צוויי, וואָס איך שטעל דאָ צו.
איז, טאָמער קענט איר אַ געשמאַקן ייִדישן וויץ, זײַט אַזוי גוט און מאַכט אַ ווידעאָ אין וועלכן איר דערציילט דעם וויץ, שטעלט אים אַרויף אויף „יוטוב‟ און שיקט מיר די פֿאַרבינדונג אויף kutzik@yiddish.forward.com. אויב דער וויץ געפֿעלט מיר וועל איך אים אַרײַננעמען אין אַ קומענדיקן „עונג־שבת‟.
ביידע וויצן וואָס איך האָב אויסגעקליבן האָבן אַ מין גמרא־לאָגיק. דאָס הייסט ניט, אַז זייער אינהאַלט שטאַמט פֿון דער גמרא, נאָר אַז די לאָגיק דורך וועלכן זייער העלד קומט צו אַן אויספֿיר אָדער דערלייזט אַ פּראָבלעם איז ענלעך צום אופֿן ווי אַזוי מע טײַטש אויס אַ בלאַט גמרא. דער הומאָר באַשטייט אין דעם, וואָס די העלדן פֿון די וויצן טראַכטן אויף אַן אופֿן וואָס איז זייער לאָגיש, ניט געקוקט אויף דעם וואָס זיי קומען צו אַן אויספֿיר וואָס איז דווקא אומלאָגיש.
דער דערציילער פֿונעם ערשטן וויץ, „דער אַפּאַראַט‟, איז דער אַקטיאָר און קאָמיקער יאַנקעלע אַלפּערין ז״ל וועלכער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אין אַן אומפֿאָרמעלער טעאַטער־טרופּע וואָס האָט געשפּילט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער בשעתן חורבן. נאָך דער מלחמה איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ ריי ייִדישע טעאַטערס. נאָכן באַזעצן זיך אין ישׂראל אין 1961 האָט ער געשפּילט מיט שמעון דזשיגאַן און אַ ריי אַנדערע באַליבטע אַקטיאָרן. שפּעטער אין זײַן קאַריערע איז ער געווען אַ שטענדיקער אַקטיאָר בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ.
אינעם דאָזיקן וויץ דערציילט ער מיט אַ ייִדישן לאָגיק ווי אַזוי אַ קאַרגער טויבער קען אָפּשפּאָרן אַ ביסל געלט.
להיפּוך צו יאַנקעלע אַלפּערין איז דער דערציילער פֿונעם צווייטן וויץ „דעם בעל־עגלהס וועג,‟ ניט קיין פּראָפֿעציאָנעלער קאָמיקער, נאָר אַ ישׂראלדיקער חסיד פֿון אַ גאַנץ יאָר און מע קען עס דערקענען. זײַן וויץ איז אָבער זייער געשמאַק און פֿאָלקלאָריסטיש אינעם נסוח פֿון די כעלעמער חכמים.
עס זענען דאָ אויף ייִדיש, ווי אויך אויף אַ ריי מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַ סך לידער וועגן פּאַסטעכער, וואָס זענען אין דער אמתן אַלעגאָריעס אויף גרעסערע טעמעס. איינס פֿון די באַקאַנסטע איז דאָס טרויעריק־ און גאָר מיסטעריעז ליד „ס׳איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟. אינעם ליד פֿאַרלירט דער פּאַסטוך זײַן שעפֿעלע און עס דאַכט זיך אים, אַז זײַן „איין און איינציק שעפֿעלע‟ האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ מיאוסער משונה. דערפֿאַר טענהט ער זיך אויס מיטן רבנו־של־עולם, וואָס ענטפֿערט אים, דורך אַ פּויער, אויף אוקראַיִניש.
פֿאַר וואָס פֿאַרמאָגט אַ פּאַסטעך בלויז איין שאָף? און פֿאַר וואָס דאַכט זיך אים, אַז אַ ריי נאָרמאַלע חפֿצים אין פֿעלד זענען די רעשטלעך פֿון זײַן שעפֿעלע? און צי זעט ער באמת די אַלע זאַכן, צי ס׳איז אַלץ בלויז אַ בייזער חלום? די אַלע פֿראַגעס ווערן ניט פֿאַרענטפֿערט אינעם ליד גופֿא, נאָר יעדער צוהערער מוז פֿון די ווערטער געפֿינען זײַן אייגענעם אָפּטײַטש. דאָס ליד איז, אָבער, זיכער, אין אַ געוויסן זין אַן אַלעגאָריע וועגן דער שטאַרבלעכקייט פֿונעם בשׂר־ודם און זײַן מאַכטלאָזיקייט אין פֿאַרגלײַך מיט גאָט.
דאָס ליד, אַזוי ווי אַ סך אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, עקזיסטירט אין פֿאַרשידענע נוסחאָות מיט פֿאַרשידענע וואַריאַציעס. אַלע, אָבער, נעמען אַרײַן אַספּעקטן פֿון חזנות, דעם דיאַלאָג אויף אוקראַיִניש און לשון־קודש און שפּורן פֿון פּיזמונים. דער קלעזמער און עטנאָמוזיקאָלאָג זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס האָט אַליין רעקאָרדירט זײַן אייגענער „רעפּ‟־נוסח פֿונעם ליד, טײַטשט עס אויס ווי אַ „מוזיקאַלישער מדריש‟.
אינעם נוסח אויבן זינגט דער חזן מרדכי הירשמאַן. אַ געבוירנער אין טשערניגאָוו, אוקראַיִנע, איז ער געווען אַ שטיקל צײַט דער ווילנער שטאָט־חזן. אין 1920 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט רעקאָרדירט דעם דאָזיקן גאָר־פֿאַרכאַפּנדיקן נוסח פֿונעם ליד. דער פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט דזשיין פּעפּלער.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן די אויפֿפֿירונג פֿונעם חזן ישׂראל באַקאָן. אַ באָבאָווער חסיד פֿון קשאָנאָוו, האָט ער, צוזאַמען מיט אַ ריי קרובֿים זײַנע, געהאַלטן וויכטיקע פּאָסטנס ווי אַ חזן אין פֿאַרשידענע שטעט אין פּוילן און דײַטשלאַנד. ער האָט אַ לאַנגע צײַט געוווינט אין בערלין, וווּ ער האָט רעקאָרדירט אַ טוץ לידער אין 1936, אַרײַנגערעכנט זײַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון „ס׳איז אַמאָל געווען אַ פּאַסטעכל‟. נאָך „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט ער פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד און איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון, זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם פֿאַרטיליקונגס־לאַגער בעלזשעץ, אין 1943.
ד״ר דובֿ־בער קערלקער און ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער זענען במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע בכלל און אוקראַיִנע בפֿרט, כּדי צו מאַכן אינטערוויען מיט אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין זייערע שטעטלעך.
אין 2005 האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט שמעון קראָטש אין קאָלאָמיי, און ער האָט געזונגען אַ ריי לידער, צווישן זיי, דאָס דאָזיקע אומבאַוווּסטע פֿאָלקסליד וועגן אַ ייִד, וואָס האָט, אַ פּנים, צו פֿיל געטרונקען. עס זענען דאָ אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן שיכּרות („דער רבי אלימלך‟, „יאָשקע‟), אָבער דער ייִדישער הומאָר אינעם דאָזיקן ליד גיט צו אַן אומדערוואַרטן קנייטש.
לזכר „דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג‟, דעם 27סטן יאַנואַר, שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר פֿילמען אויף ייִדיש וועגן דעם חורבן.
עס זענען דאָ אומצאָליקע פֿילמען אויף „יו־טוב‟, אין וועלכע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה רעדן וועגן זייערע איבערלונגען. זייער ווייניק פֿון זיי האָט מען אָבער געשאַפֿן דווקא אויף ייִדיש, און צווישן זיי — גאָר אַ קליינע צאָל האָט מען טאַקע פֿילמירט אין מיזרח־אייראָפּע.
אין אוקראַיִנע האָט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער אינטערווויִרט אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער אין פּעטשערע. זי דערמאָנט זיך אין אַ ליד, וואָס עס פֿלעגן זינגען אַ ייִד פֿון טשערנאָוויץ מיטן נאָמען מאַקס, וועמענס מאָרד זי האָט אַליין געזען.
אָט קען מען הערן אַ ביסל מער וועגן איר געשיכטע און די שוידערלעכע יאָרן, וואָס זי האָט איבערגעלעבט. מע מוז וואָרענען פֿון פֿריִער, אַז די פּרטים, וואָס זי גיט איבער זענען זייער ברוטאַל:
קיין מיזרח־אייראָפּע איז אויך געפֿאָרן קריסטאַ וויטני פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, כּדי צו מאַכן אינטערווויען מיט די אָרטיקע ייִדיש־רעדנדיקע. צווישן זיי האָט זי גערעדט מיט הענריק ראָבאַק, וואָס דערקלערט אינעם דאָזיקן שטיקל פֿילם, ווי אַזוי ער האָט זיך אַרויסגעשמוגלט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ.
די אַמעריקאַנער פֿאָלק־טראַדיציע פֿאַרמאָגט, אַזוי ווי די ייִדישע, זייער אַ סך פֿינצטערע לידער וועגן מענטשן, וואָס לײַדן צוליב די שלעכטע באַשלוסן וואָס זיי האָבן געמאַכט אינעם לעבן.
צווישן די באַקאַנטסטע פֿון דעם זשאַנער אין אַמעריקע איז דאָס ליד „די שטוב פֿונעם זונאויפֿגאַנג”, וואָס עקזיסטירט אין אַ פּאָר פֿאַרשידענע נוסחאָות אָבער וואָס האַנדלט זיך שטענדיק וועגן אַ שאַנדהויז אין ניו־אָרלינס, וווּ אַ יונגער מענטש איז רוינירט געוואָרן. כאָטש מע ווייסט אויף זיכער, אַז מע האָט געזונגען דאָס ליד אין אַפּאַלאַטשיע, טעקסאַס און לויִזיאַנע אין די סוף־1800ער יאָרן, איז דאָס ליד ניט ברייט באַקאַנט געוואָרן ביז די 1940ער יאָרן, ווען אַזעלכע פּאָפּולערע פֿאָלקזינגער ווי וווּדי גוטרי, לעד־בעלי און פּיט סיגער האָבן עס רעקאָרדירט. אין 1964 איז אַ ראָק־נוסח פֿונעם ליד, געזונגען דורך דער בריטישער קאַפּעליע The Animals געוואָרן אַ ריזיקן שלאַגער, איינער פֿון די גרעסטע פֿונעם יאָרצענדליק.
ס׳איז קלאָר בײַם הערן דעם נײַעם נוסח פֿון דער שוועדישער „מעטאַל־גרופּע” „דיבוקים”, אַז זי נעמט די מוזיק פֿון The Animals און גיט צו אַ מער „מעטאַלענעם” טעם, בפֿרט אין די לאַנגע שרײַענדיקע נאָטן פֿונעם רעפֿרען. די איבערזעצונג איז אין גאַנצן געטרײַ דעם נוסח פֿון The Animals מיטן אויסנאַם פֿון דער שטאָט וווּ עס געפֿינט זיך דער בית־זונות: אַנשטאָט ניו־אָרלינס שטייט ער דווקא אין תּל־אָבֿיבֿ. ס׳איז אַן אינטערעסאַנטער באַשלוס, ווײַל ווען מע טראַכט וועגן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן און שאַנדהײַזער טראַכט מען גיכער פֿון וואַרשע, ווילנע אָדער בוענאָס־אײַרעס איידער די „ערשטע העברעיִש־רעדנדיקע שטאָט”. ס׳איז קלאָר, אָבער, אַז מע וויל ניט בלויז מאַכן דאָס ליד מער ייִדישלעך, נאָר אויך מער הײַנטצײַטיק און, צום באַדויערן, איז תּל־אָבֿיבֿ, אַחוץ איר „באַוהאַוס”־אַרכיטעקטור און פּלאַזשעס, אַ שטאָט וואָס איז הײַנט אויך באַקאַנט פֿאַר פּראָסטיטוציע. כאָטש אַ ייִדישער מעטאַל־נוסח פֿון „די שטוב פֿון דער זונאויפֿגאַנג” קען קלינגען ווי עס קומט פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס, איז דער דאָזיקער פּרוּוו פֿאָרט אַ געלונגענער ווײַל די טעמעס פֿונעם ליד זענען פֿאָרט אוניווערסאַלע
געוויינטלעך שטעל איך ניט אַרויף קיין ווידעאָס ווי אַ טייל פֿון „עונג־שבת‟ ביז איך האָב אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי. אין דעם פֿאַל האָב איך דערפֿילט, אַז דאָס שטיקל פֿילם איז פּשוט צו גוט צו האַלטן בײַ זיך. דערצו האָב איך ניט קיין שום אַנונג, ווער עס האָט אים געשאַפֿן אָדער ווער טרעט אויף אין אים אָדער אַפֿילו וווּ איך וואָלט געקענט אויסגעפֿינען די דאָזיקע זאַכן. שטעל איך דעם פֿילם אַרויף, מיט דער האָפֿענונג, אַז איר, דער לייענער, וועט האָבן אויף דעם אַן ענטפֿער.
עס גייט די רייד וועגן אַ חנעוודיקן שטיקל פֿילם פֿון 13 מינוט, אין וועלכן אַ טרופּע פֿון טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן שטעלן פֿאָר אַ סצענע פֿון שלום־עליכמס „דאָס גרויסע געווינס‟ מיט אַן עכטן ייִדישן טעם. ווען ניט די פֿראַנצייזישע אונטערקעפּלעך אָדער דער פֿאַקט, אַז עס שטייט לעבן דעם פֿילם אַז מע האָט אים געמאַכט אין פּאַריז אין 1967, וואָלט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז ס׳איז אַ פֿילם פֿון אַ פֿאַרמלחמהדיקער טעאַטער־טרופּע.
אויב איר ווייסט ווער עס שפּילן די ראָלעס, וואָס פֿאַר אַ טרופּע דאָס איז געווען אָדער ווער עס האָט געמאַכט דעם פֿילם (און אויב עס זענען בנימצא ענלעכע פֿילמען), זײַט אַזוי גוט און שיקט מיר אַ בליצבריוו אויף kutzik@yiddish.forward.com און איך וועל שרײַבן אַ צוגאָג צום דאָזיקן פּאָסט.
ווי באַוווּסט, פֿאַרמאָגט אויסטראַליע אַן אוניקאַלע ייִדישיסטישע קהילה מיט אַ טאָגשול וואָס לערנט קליינע קינדער ייִדיש אויף אַן ערנסטן אופֿן, און האָט אויך אַ ריי געזעלשאַפֿטן צו שטיצן די שפּראַך. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס מע געפֿינט דאָרטן אויך אוניקאַלע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש.
אין די 1980ער יאָרן האָבן אַ גרופּע יונגע אויסטראַלישע ייִדן אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישער „ראָק‟־קאַפּעליע „פֿלאַמען‟. די גרופּע האָט אַרויסגעלאָזט כאָטש צוויי מוזיק־ווידעאָס וואָס מע קען זען אויף „יו־טוב‟. אָט, למשל, איז איר אָריגינעל ליד — „זיבן טעג‟, פֿון 1986.
אַ פּאָר וועטעראַנען פֿון „פֿלאַמען‟ שפּילן איצט אין דער קלעזמער־קאַפּעליע „קלעזמאַניע‟. די גרופּע, בראָש מיט דער זינגערין פֿריידי מראָצקי, זענען אין 2011 אויפֿגעטראָטן אויף דער אויסטראַלישער טעלעוויזיע־סטאַנציע SBS מיט איר נוסח פֿון דוד עשתס ליד „די שוואַרצע קאַץ‟.
אָט קען מען הערן ווי דוד עשת האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף זײַן אַלבאָם פֿון לידער, וואָס זענען געווען פּאָפּולער אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די אָנהייב 1970ער יאָרן.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס ליד „די שוואַרצע קאַץ‟ לכתּחילה געווען אַ רוסישע פֿון די אָנהייב 1960ער יאָרן. אָט קען מען זען אַ חנעוודיקן אַנימירטן פֿילם וואָס באַגלייט דאָס ליד אויף רוסיש.
ס׳איז שוין פֿאַרבײַ צוויי חדשים, זינט עס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרויסער זינגער און פּאָעט לענאָרד כּהן ז״ל, וואָס האָט, מער ווי אַלע אַנדערע באַקאַנטע ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן און זינגער פֿון זײַן דור, געשריבן וועגן ייִדישע טעמעס. לכּבֿוד זײַנע שלושים (כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג צוליב חנוכּה) האָב איך געטראַכט אַז ס׳איז כּדאַי ווידער אַרויפֿצושטעלן דעם ווײַטערדיקן פּאָסט פֿון מײַ וועגן אַ פֿילם, אין וועלכן כּהן שטעלט פֿאָר אַ פֿאָלקסדליד אויף ייִדיש.
במשך פֿון די יאָרן האָבן פֿאַרשידענע מענטשן מיך געשטעלט די פֿראַגע: צי רעדט דער זינגער לענאָרד כּהן ייִדיש?
עס דאַכט זיך מיר, אַז דער ענטפֿער איז ניין. ער האָט אָבער יאָ געזונגען אַ פּאָר לידער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דאָס פֿאָלקסליד „אַז דער רבי זינגט‟, אויף זײַנע קאָנצערטן, בפֿרט אין אייראָפּע. אויבן קען מען זען, ווי ער האָט געזונגען דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין ווין אין 1976.
עס איז אָבער יאָ פֿאַראַן איין אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונג צווישן לענאָרד כּהן און דער ייִדישער ליטעראַטור. איידער לענאָרד כּהן איז געוואָרן אַ וועלט־באַרימטער זינגער, איז ער קודם געווען אַ ניט־אַזוי־באַרימטער פּאָעט. כּהן האָט זיך געהאַלטן דווקא פֿאַר אַ ייִדישן פּאָעט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן זײַנע לידער אויסשליסלעך אויף ענגליש.
אין 1964 האָט זײַנע אַ באַקאַנטע, ד״ר רות ווײַס, אים פֿאַרבעטן אָנטיילצונעמען אין אַ דיסקוסיע בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, צוזאַמען מיט איר, דער מחברטע איידעלע ווײַסמאַן און דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער מלך ראַוויטש. די פֿיר האָבן אַרומגערעדט די פֿראַגע: צי קען מען שאַפֿן ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש? די דיסקוסיע צווישן ראַוויטש און כּהן איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ דעבאַטע און ס׳איז קלאָר אין געוויסע מאָמענטן, אַז ביידע גרויסע שרײַבער האָבן ניט געהאַלטן איינער פֿונעם אַנדערן. כּהן האָט אין ראַוויטשן דערזען אַן אַנאַכראָניזם פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט, און ראַוויטש האָט אין כּהנען געזען אַ חוצפּהדיקן יונגאַטש, וואָס האָט ניט געוווּסט, פֿון וואַנען עס וואַקסן די פֿיס. אַ רעקאָרדירונג פֿון דער פּראָגראַם קען מען הערן אָט דאָ:
ערשטער טייל:
צווייטער טייל:
נאָכן ריזיקן דערפֿאָלג פֿון דניאל קאַהנס ייִדישן נוסח פֿון לענאָרד כּהנס באַליבט ליד „הללויה‟, האָבן אַ ריי מענטשן פֿאָרגעלייגט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ זאָל אַרויסגעבן נאָך אַ ווידעאָ אין וועלכן מע שטעלט פֿאָר אַ ליד פֿון באָב דילאַן אויף מאַמע־לשון לכּבֿוד זײַן באַקומען די „נאָבל‟־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.
ס׳איז אונדז נאָך ניט געלונגען צו פּראָדוצירן אַזאַ ווידעאָ אָבער ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער געדאַנק איז ברייט פֿאַרשפּרייט. לעצטנס האָט אַ לייענער אונדז געשיקט אַ ווידעאָ פֿון מאַלמאָ, שוועדן, אין וועלכן די זינגערין לויִזאַ לײַן שטעלט פֿאָר אַ טייל פֿון דילאַנס 1973 ליד Knockin’ on Heaven’s Door אויף ייִדיש. דאָס ליד, איבערגעזעצט פֿון שלמה שולמאַן ווי „קלאַפּן אויפֿן הימלס טיר‟, ווערט פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט דער „ייִדישער קאַפּעליע‟, וואָס באַשטייט פֿון אַ באַס־שפּילער, אַ טשעלאָ־שפּילערין, אַ פֿידלער, אַ גיטאַריסט און אַן אַקאָרדעאָניסט. כאָטש מע קען ניט אַלע ווערטער גוט פֿאַרשטיין, פּאַסט זיך לויִזע לינעס קול גוט צו צום דאָזיקן אָרקעסטער־נוסח פֿונעם ליד מיט אַ קלעזמערישן קנייטש. דער רעפֿרען האָט באמת דעם געפֿיל פֿונעם ענגלישן אָריגינאַל.
איצט וואַרטן מיר אויפֿן ייִדישן נוסח פֿון „דעם ענטפֿער בלאָזט אויפֿן ווינט‟.
אונדזער הײַנטיקע פּרשה איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיט חנוכּה און ווערט אַלעמאָל געלייענט במשך פֿונעם איצטיקן יום־טובֿ.
דער נצחון פֿון די חשמונאָים איז געווען אַ שטאַפּל אינעם גאולה־פּראָצעס, אָבער למעשׂה האָט ער געבראַכט צו קאָרומפּירטער מאַכט פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע מלכים און צום רוימישן גלות. דאָס וואָרט „מקץ‟ איז מרמז אויף דער קומענדיקער ביאת־המשיח, קץ־הימים; צוליב יוסף הצדיקס באַפֿרײַונג און הצלחה ווי שני־למלך בײַם פּרעה האָט זײַן גאַנצע משפּחה זיך געראַטעוועט פֿון הונגער. אַנשטאָט דער משיחישער גאולה איז אָבער געקומען די מיצרישע שקלאַפֿערײַ.
אין ביידע פֿאַלן איז פֿאַראַן אַן עכטן משיחישן עלעמענט — בפֿירושע ניסים. יוסף האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און די חשמונאָים אויף זייערע גאולה־טרוימען. אין דער מענטשלעכער געשיכטע איז אָבער דער חילוק צווישן ניסים און דרך־הטבֿע נישט אַלעמאָל קלאָר. די שטאַרקע אמונה קאָן אויפֿוועקן איבערנאַטירלעכע כּוחות אין אַנטשלאָסענע מענטשן; די אַנטשלאָסנקייט גופֿא קאָן גורם זײַן אַ נס. לאָמיר זיך קודם דערמאָנען די עיקרדיקע געשעענישן. אין דער הײַנטיקער סדרה ווען יוסף איז געזעסן אין טורמע צוליב דער פֿאַלשער באַשולדיקונג מצד פּוטיפֿרס ווײַב, האָט דער מלך־מצרים דערזען אַ מאָדנעם חלום מיט זיבן דאַרע קי, וואָס האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, ווי אויך וועגן זיבן אָפּגעשלאָגענע און געראָטענע זאַנגען.