Oyneg Shabes

ווידעאָ: געניטונג־ליד אין זומער־לאַגער „קראַסנאַ”

Video: Camp Krasna Exercise Song

אַז דאָס באַוועגן זיך און מאַכן געניטונגען (אָדער „איבונגען‟, ווי אַנדערע זאָגן אויף ייִדיש, אָדער „עקסערסײַז‟, ווי מע זאָגט הײַנט בײַ די חסידים) שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם בלײַבן געזונט ווייסט יעדער איינער. נאָר ווי אַזוי זאָל מען דערמוטיקן מענטשן, בפֿרט קינדער, צו מאַכן געניטונגען? איין אופֿן איז צו שאַפֿן אַ ליד, וואָס חזרט איבער אַ רוטין. אַזעלכע „געניטונג־לידער‟ פֿאַר קינדער (און אַ מאָל אויך פֿאַר דערוואַקסענע) זענען פּאָפּולער איבער דער גאַנצער וועלט.

לעצטנס האָט דער זומער־לאַגער „קראַסנאַ‟ אין מאָנטיסעלאָ, ניו־יאָרק אַרויסגעלאָזט אַ שטאַרק־חנעוודיקן מוזיק־ווידעאָ פֿון אַ נײַעם ליד, די Exercise Song (געניטונג־ליד), וואָס ווײַזט ווי אַ ריזיקע גרופּע קינדער מאַכט געניטונגען, פֿאָלגנדיק די באַפֿעלן פֿונעם ליד. די „עקסערסײַז־סאָנג‟, ווי עס הייסט פּשוט, זעט אויס ווי אַ געמיש פֿון עלעמענטן וואָס זענען ענלעך צום אַמעריקאַנער ליד Head, Shoulders, Knees and Toes („קאָפּ, אַקסלען, קניִען און פֿינגער פֿון די פֿיס‟) און פּאָפּולערע טענץ פֿון די 1990ער יאָרן ווי די „מאַקאַרענאַ‟, באַנאַנד מיט פּאָפּ־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. ס׳איז גרינג צו געדענקען און דערמעגלעכט די קינדער טאַקע זיך צו רירן אַ סך. דערצו זעט עס אויס לויט אַ צווייטן פֿילם, וואָס מע האָט געמאַכט אינעם לאַגער, אַז די קינדער האָבן טאַקע אַ סך הנאה.

פֿאַר די וואָס קענען ניט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש קען דאָס ליד אויך דינען ווי אַ טשיקאַווע לעקציע כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם דיאַלעקט. אַ פּאָר בײַשפּילן: בײַ די חסידים גיט מען אָפֿט צו אַ „סמך‟ בײַם סוף פֿונעם באַפֿעל־פֿאָרם פֿון אַ ווערב, למשל, „קומטס‟ אַנשטאָט „קומט‟. אַזוי אַרום פֿאָדערט דאָס ליד „הערטס‟, „טוטס‟ און אַזוי ווײַטער. „הויך‟ רעדט מען אַרויס „הויעך‟, אַז עס גראַמט מיט „כּוח‟. און מע נוצט אַמאָל דעם פּראָנאָם „עץ‟, וואָס אויף כּלל־ייִדיש איז „איר‟.

דאָס ליד האָט אָנגעשריבן און פּראָדוצירט שלומי שטיינמעץ, און די מוזיק האָט געשפּילט הערשי לאָקער. די צוויי יונגע סאָלאָיִסטן שלום רובין און משה האָלצלער ווערן באַגלייט פֿונעם כאָר פֿון „קעמפּ־קראַסנאַ‟. אָט זענען די ווערטער צום ליד אינעם אָריגינעלן חסידישן אויסלייג.

קינדערלעך קומטס יעדער איינער,
לאמיר זיך אויסזשוכענען די ביינער,
לאמיר זיך דעפרישן און מאכן עקסערסייז!
וויאזוי מאכט מען עקסערסייז?

פון די פלאץ שטעלט מען זיך אויף און מהייבט די הענט ארויף,
יעדער צוזאמען לאמיר זען.
בייג דיין הענט די רעכטע זייט און יעצט צי די לינקע זייט,
זענט עטס גרייט צו וואס גייט יעצט געשען.

זענט עטס גרייט? יא!
זענט עטס גרייט? נ’וודאי!
זענט עטס גרייט? זיכער!
נו, געגאנגן

הערטס מיך אויס געשווינד ווייל אזוי וועט זיין געזונט,
די ערבלעך טוהט’ס אויפקאטשן, צוזאמען הייבט’ס אן פאטשן,
הויעך געב א שפרינג אפילו ס’איז נישט גרינג קלאפ דיין פיס און מאך א קלינג,
נעם איין טריט צי די רעכטע זייט אין 2 מאל געב א קלאפ
בייג דיך אויף אראפ יעצט דיין אטעם געב א כאפ.
דריי דיין הענט ארום ביז צומישט ווערן זיי צוזאמען ציילט איין צוויי דריי….

איינס! צוויי! דריי!

שפרינג זייער הויעך מיט די גאנצע כח, יעצט אויף איין פיס ס’זאל גיין א רויעך
מיט ביידע הענט שווים יעצט שאקל זיי אומעטום און דריי זיך שנעל ארום.

הייב אן פאטשן מיט א חיות הער ווי אזוי איך טו עס,
פאטש פאטש, פאטש פאטש פאטש, יעצט הייב אן לויפן שנעל אין א גרויסע שמייכל שטעל,
כאפ אן דיין קאפ, אקסל, קני
אוי מאכסטו עס גיט, אבער נאך ווי,

קאפ אקסל קני
קני אקסל קאפ
קאפ קני אקסל קאפ, סטאפ!

פריז!

אה הא הא יעצט שפיל אויף א פידל
אה הא הא יעצט קלאפ אויף א דראם
אה הא הא יעצט פייף מיט א טראמפייטער
אה הא הא יעצט זינג מיט, מיט מיר

“אה הא הא מחנה אהל ברוך
אה הא הא אהל ברוך קראסנא קעמפ

מאך זשאמפינג זשעק’ס פיר ביסט אויסגעמוטשעט? אוי וויי דיין כוחות נישט פארליר יעדער שרייט יעי,
יעצט הויעך געב א שפרינג אפילו ס’איז נישט גרינג קלאפ דיין פיס און מאך א קלינג ,

נעם איין טריט צי די רעכטע זייט און 2 מאל געב א קלאפ בייג דיך אויף אראפ יעצט דיין אטעם געב א כאפ.
דריי די הענט ארום ביז צומישט ווערן זיי.
צוזאמען ציילט איינס צוויי דריי…
איינס! צוויי! דריי!

שפרינג זייער הויעך מיט די גאנצע כח, יעצט אויף איין פיס ס’זאל גיין א רויעך
מיט ביידע הענט שווים יעצט שאקל זיי אומעטום און דריי זיך שנעל ארום.

הייב אן פאטשן מיט א חיות הער ווי אזוי איך טו עס,
פאטש פאטש, פאטש פאטש פאטש, יעצט הייב אן לויפן שנעל אין א גרויסע שמייכל שטעל,
כאפ אן דיין קאפ, אקסל, קני
אוי מאכסטו עס גוט, אבער נאך ווי,

קאפ אקסל קני
קני אקסל קאפ
קאפ קני אקסל קאפ, סטאפ!

פריז!

אה הא הא יעצט שפיל אויף א פידל
אה הא הא יעצט קלאפ אויף א דראם
אה הא הא יעצט פייף מיט א טראמפייטער
אה הא הא יעצט זינג מיט, מיט מיר

“אה הא הא מחנה אהל ברוך
אה הא הא אהל ברוך קראסנא קעמפ


„מיידעלע‟ פֿון אַריק איינשטיין

"Girl" by Arik Einstein

אַריק איינשטיין איז געווען די סאַמע־וויכטיקסטע פֿיגור אינעם אויפֿקום פֿון דער ישׂראלדיקער „ראָק‟־מוזיק, אַזוי וויכטיק בײַ די ישׂראלים ווי באָב דילאַן, עלוויס פּרעסלי און די „ביטלס‟ זענען געווען אין אַמעריקע.

כאָטש ער איז באַקאַנט בלויז פֿאַר זײַנע לידער אויף העברעיִש, האָט ער אין 1971 רעקאָרדירט איין ליד אויף ייִדיש, אַ ליבעס־ליד מיטן נאָמען „מיידעלע‟, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן, אַז ער האָט עס געטאָן ווי אַ שפּאַס. איינשטיין האָט אַליין אָנגעשריבן דעם טעקסט און געשאַפֿן די מוזיק, וואָס קלינגט פּונקט ווי די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער „ראָק‟־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. אַז מע וואָלט זיך צוגעהערט צום ליד ניט וויסנדיק ווער האָט עס געשאַפֿן, וואָלט מען אפֿשר געמיינט, אַז עס קומט פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס אין וועלכן קיין חורבן איז ניט געווען און די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן נאָכגעמאַכט די פּאָפּולערע מוזיקאַלישע סטילן פֿון אַמעריקע. דאָס ליד האָט מען רעקאָרדירט אין אַ סטודיאָ און געשפּילט אויף עטלעכע קאָנצערטן, אָבער קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט אויף קיין אַלבאָם.

איינע פֿון איינשטיינס מוטערשפּראַכן איז טאַקע געווען ייִדיש. זײַן פֿאָטער, דער באַקאַנטער ייִדישער און העברעיִשער אַקטיאָר יעקבֿ איינשטיין האָט אים אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ קינד. זײַן פֿאָטער האָט געוואָלט, אַז אַריק זאָל ווערן אַן אַקטיאָר אַזוי ווי ער, אָבער דער יונגער אַריק האָט בעסער געוואָלט ווערן אַן אַטלעט. שפּעטער איז ער אַליין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע, אָבער דאָס מאָל — ווי אַ „ראָק‟־זינגער.


„רבנו־תּם‟ געזונגען פֿון חוה אַלבערשטיין און שמעון דזשיגאַן

Rabeynu Tam Sung by Chava Alberstein and Shimon Dzigan

שמעון דזשיגאַן איז ניט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטער קאָמיקער און אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער הומאָר, נאָר אויך, אַ פּנים, אַ שטיקל מוזיקער.

אויף זײַן איינמאָליקער טעלעוויזע־פּראָגראַם אין ישׂראל, די איינציקע וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש אינעם ייִדישן לאַנד, האָט ער פֿאַרבעטן חוה אַלבערשטיין אויפֿצוטרעטן ווי זײַן „מוזיקאַלישער גאַסט‟. אַלבערשטיין האָט געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט איציק מאַנגערס „רבנו־תּם‟ פֿון זײַנע „מגילה־לידער‟. בעת אַלבערשטיין זינגט דאָס ליד באַגלייט זי דזשיגאַן דורכן פֿײַפֿן און מאַכן אַנדערע קלאַנגען. פֿון דעם חנעוודיקן שטיקל קען מען זען, אַז דער קאָמיקער האָט טאַקע געהאַט אַ חוש פֿאַר מוזיק און ריטעם.

דער ווידעאָ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט טשאַרלס גאָלדשלאַגער אויף זײַן יו־טוב קאַנאַל.


„זיצט די מאַמע‟: אַ שמד־באַלאַדע פֿון קעשענעוו

As Mother Sits: A Ballad About Conversion

כאָטש דאָס חתונה האָבן צווישן ייִדן און גויים איז הײַנט גאַנץ אָנגענומען אין אַמעריקע, איז עס געווען אַ זעלטענע און אַפֿילו טראַגישע געשעעניש אין דער אַלטער היים. דערפֿאַר האָט זיך טאַקע אַנטוויקלט אַן אייגענער זשאַנער פֿונעם ייִדישן ליד — די שמד־באַלאַדע — וואָס דערציילט פֿון אַזעלכע פֿאַלן אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן.

צווישן די הונדערטער לידער וואָס ד״ר דובֿ־בער קערלער און ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער פֿונעם „אַהיים־פּראָיעקט‟ בײַם אינדיאַנער־אוניווערסיטעט האָבן פֿילמירט אין מיזרח־אייראָפּע בײַ דער שארית־הפּליטה, געפֿינט מען עטלעכע אַזעלכע שמד־באַלאַדעס. איין פּרעכטיקער מוסטער זינגט זעלדע רויף פֿון קעשענעוו אין איר היימישן בעסעראַבער דיאַלעקט. דאָס ליד „זיצט די מאַמע‟, דערציילט פֿון אַ ייִדיש מיידל, וואָס אַנטלויפֿט מיט אַ טשאַבאַן (פּאַסטעך). נאָך דעם וואָס די מאַמע געפֿינט איר אַנטלאָפֿענע טאָכטער, פּרובירט זי איר אײַנצורעדן זיך אומצוקערן, און חתונה האָבן מיט אַ ייִדשן בחור. אין דער סאַמע לעצטער שורה פֿונעם ליד דערקלערט די טאָכטער, אַז זי „קען ניט פֿאַרלײַדן די ייִדישע נאמנה (אמונה)‟.

די ווערטער צום ליד און מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם זשאַנער קען מען לייענען דאָ אויפֿן בלאָג „ייִדיש ליד פֿון דער וואָך‟, וואָס עס האָט געשאַפֿן איציק גאָטעסמאַן


„ווען‟ געזונגען פֿון דודי קאַליש און דעם ידידים־כאָר

"When" Sung By Dudi Kalish and the Yedidim Choir

ממש אין די לעצטע זיבן טעג האָט מען אַרויסגעלאָזט פֿיר נײַע לידער אויף ייִדיש פֿון פּאָפּולערע חסידישע זינגער און כאָרן. די אַלע לידער ווײַזן בולט אָן, אַז די חסידישע מוזיק־וועלט וואַקסט און מאַכט דורך אַן איבערגאַנג פֿון סטילן און דורות.

צווישן די נײַע לידער געפֿינט מען „ווען‟, אַ צוזאַמענאַרבעט צווישן דודי קאַליש, איינער פֿון די פּאָפּולערסטע הײַנטצײַטיקע חסידישע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן, און דעם „ידידים־כאָר‟. דאָס ליד אַליין איז שיין אָבער גאָרניט קיין חידוש פֿאַר די וואָס הערן זיך צו צו אַנדערע לידער פֿון קאַליש אָדער דעם ידידים־כאָר.

וואָס איז יאָ אַ נאָווינע איז דער מוזיק־ווידעאָ, געמאַכט דורך Sharp Productions אין אַן אויסגעפּוצטן סטיל, וואָס דערמאָנט מער די וועלט פֿון היפּסטערס איידער דעם עולם החסידות. אַז מע טוט אָבער אַ קוק אויף דעם ריזיקן רעסטאָראַן אין גאַונאַס, ברוקלין וווּ מע האָט פֿילמירט דעם ווידעאָ, דערוויסט מען זיך אַז ער איז טאַקע אַ כּשרער. Bison and Bourbon זעט עסטעטיש אויס ווי אַ היפּסטער־רעסטאָראַן מיט זײַנע דעקאָראַציעס פֿון די 1920ער יאָרן און שיינע הילצערנע מעבל אָבער ער איז אויך דער גרעסטער כּשרער רעסטאָראַן אין גאַנץ ברוקלין. דער רעסטאָראַן, וואָס סערווירט טײַערע סטייקן, לעמל־פֿלייש און פּערואַנישע עסן, באַנאַנד מיטן פּערפּלענעם „פּאָנטיאַק‟ פֿון די 1980ער יאָרן, גיט דעם פֿילם אַ געפֿיל פֿון וועלטלעכער סאָפֿיסטיצירטקייט. ווי עס פּאַסט אָבער פֿאַר אַ חסידישן מוזיק־ווידעאָ, מאַכט מען אַ מין „קומזיץ‟ און מע זינגט וועגן ביאת־המשיח. אַזאַ צונויפֿגאָס פֿון גײַסטיקער התפּעלות מיט גשמיות וועט אפֿשר אין גיכן ווערן אַ פּאָפּולערע סטיל בײַ די חסידישע מוזיק־ווידעאָס.


„אוי וויי מאַמעלע: אַ דראַמעלע‟

Oh Mother, A Tragicomedy

אַ סך מענטשן ווילן בעסער מיינען, אַז אַלע ייִדן אין דער אַלטער היים זענען געווען אומשולדיק און תּמימותדיק. אַז מע בלעטערט אָבער דורך די אַלטע לידער, דערוויסט מען זיך גלײַך, אַז דאָס לעבן איז ווײַט ניט געווען אַזוי פּשוט, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן אין שטעטל האָט זיך שוין כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרענדיקט.

די קאַבאַרעטן־לידער האָבן חוזק געמאַכט פֿון אַ סך פּראָבלעמען, וואָס מע האָט צום־מערסטנס פֿאַרשוויגן אין אַנדערע ערטער. די זינגערין דזשיין פּעפּלער האָט אויסגעפֿאָרשט הונדערטער אַזעלכע לידער און אַרויסגעלאָזט נײַע רעקאָרדירונגען פֿון מער ווי אַ הונדערט פֿון זיי מיט דער אָריגינעלער מוזיק. איין ליד, „אוי מאַמעלע‟, האָט זי אַרויסגעלאָזט צוזאַמען מיט אַ חנעוודיקן אַנימאַציע־פֿילם.

דאָס ליד דערציילט פֿון אַ מאַן, וואָס גייט אויף אַ שפּאַציר מיט אַ מיידל אין וואַלד און ווערט נײַן חדשים שפּעטער אַ פֿאָטער און דאַרף מיט איר דערפֿאַר חתונה האָבן. דאָס ליד איז ווײַט ניט אַזוי גרעבלעך ווי אַנדערע ייִדישע לידער אינעם זשאַנער, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ סך הײַנטיקע אַמעריקאַנער לידער. עס דינט אָבער יאָ ווי אַ טשיקאַוון באַווײַז, אַז אויך צווישן ייִדן זענען אַזעלכע פֿאַלן פֿאָרגעקומען.

עס זינגען ראַנדי קלאָקאָ און דזשיין פּעפּלער.


יאַנקל בוילע האָט מורא פֿאַר לילית

Yankl Boyle Is Afraid of Lillith

אַלען לויִס ריקמאַן, דער ייִדיש־ און ענגליש־שפּראַכיקער בינע־קינסטלער, האַלט אין אַרויפֿשטעלן אויסצוגן פֿון זײַנע אויפֿטריטן אויף „יו־טוב‟.

לעצטנס האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אַ פֿאַרכאַפּנדיקע סצענע פֿון לעאָן קאָברינס פּיעסע „יאַנקל בוילע‟, אין וועלכער זײַן העלד פּרובירט אָפּצושרעקן זײַן חבֿר (געשפּילט פֿון סטיוו סטערנער) פֿון פֿירן זיך אַ ליבע מיט אַ גוייִשער פֿרוי, אין וועלכער ער איז פֿאַרליבט.

די סצענע, וואָס קומט פֿון דער טעאַטראַלישער פּאָפּורי „דער עסענץ: אַ ׳דים־סום׳ פֿון ייִדישן טעאַטער‟, גיט איבער אין אַ געשמאַקן לשון די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מיינונג וועגן דעם גיהנום, וואָס עס דערוואַרט אַ ייִד, וואָס שלאָפֿט מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרוי.

ס׳איז ניט קלאָר פֿונעם שטיקל, צי לעאָן קאָברין האָט אָנגעשריבן די סצענע אין 1910 אויף אַן ערנסטן צי אויף אַ הומאָריסטישן אופֿן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז דער אַמעריקאַנער פּובליקום, וואָס האָט עס געזען מיט 104 יאָר שפּעטער, אין אַ וועלט אין וועלכן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן האָבן טאַקע חתונה מיט ניט־ייִדן, האָבן די סצענע געהאַלטן פֿאַר קאָמיש. ס׳קען זײַן, אַז דער געלעכטער פֿונעם עולם האָט מער צו טאָן מיט די קאָמישע מינעס, וואָס עס מאַכט סטיוו סטערנער, איידער דעם מאַטעריאַל גופֿא.


קאַראָל טעלערמאַן זינגט „געטאָ‟

Carol Tellerman Sings "The Ghetto"

קאַראָל טעלערמאַן ז״ל איז אויפֿגעוואַקסן אין לאָדזש, פּוילן, וווּ זי האָט צו 14 יאָר זיך אָנגעשלאָסן אינעם באַקאַנטן ייִדישן כאָר „הזמיר‟. געבוירן געוואָרן אין 1922, האָט זי געהאַט זייער אַ שווערע קינדהייט: איר פֿאָטער איז געשטאָרבן ווען זי איז געווען גאַנץ יונג און איר מאַמע איז געשטאָרבן פֿון ראַק ווען זי איז געווען 14. זי האָט אָפֿט ניט געהאַט קיין געלט אויף שיך.

אינעם „הזימר‟־כאָר (וואָס האָט עקזיסטירט פֿון 1899 ביז 1941), האָט זי זיך אויסגעלערנט צו זינגען קונסט־לידער דורכן קוקן אויף די ליפּן פֿון די אַנדערע זינגער. קיין פֿאָרמעלע וואָקאַלע טרענירונג, ניט אַפֿילו קיין איין לעקציע, האָט זי קיינמאָל ניט באַקומען. ניט געקוקט אויף דעם, איז זי געוואָרן אַן אָפֿטע סאָלאָיִסטקע בײַם כאָר.

אין דער לאָדזשער־געטאָ האָט זי זיך אויסגעלערנט כּתריאל ברױדאָס (1907־1945) ליד „געטאָ‟ פֿון איר קוזין, דעם אַקטיאָר און זינגער אַבֿרהם זיגלבלוים. זײַן ברודער איז געווען דער בונדישער פּאָליטיקער און „סיים‟־מיטגליד — אַרטור „שמואל‟ זיגלבלוים, וואָס האָט זיך גענומען דאָס לעבן אין לאָנדאָן ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס די וועלט האָט גאָרניט ניט געטאָן צו העלפֿן די פּוילישע ייִדן בשעתן חורבן.

בעת דער מלחמה האָט קאַראָל פֿאַרלוירן איר איינציק קינד, אַ טאָכטער, פּערל, אָבער זי האָט זיך על־פּי־נס ווידער געטראָפֿן מיט איר מאַן מאָריס נאָך אַ צעשיידונג פֿון פֿיר יאָר. צוזאַמען האָבן זיי זיך באַזעצט אין פֿלאָרידע, וווּ קאַראָל איז געבליבן אַן אַקטיווע זינגערין.

אין 1998 האָט די פּוילישע רעגירונג צוגעטיילט אַ מעדאַל אַרטור „שמואל‟ זיגבלוים, וואָס איז פֿאַר זײַן טויט געווען דער ייִדישער רעפּרעזענטאַנט אין דער פּוילישער גלות־רעגירונג אין לאָנדאָן. אויף דער צערעמאָניע בײַם „נאַציאָנאַלן חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן האָט קאַראָל טעלערמאַן, צו 75 יאָר, געזונגען אַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון כּתריאל ברוידאָס „געטאָ‟. איר קענט הערן אַ רעקאָרדירונג פֿון איר אויפֿטריט דאָ

מיט 15 יאָר שפּעטער, אין 2013, האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿון דעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ געהאַלטן אַן אינטערוויו מיט קאַראָל טעלערמאַן, אין וועלכן זי האָט געזונגען דאָס זעלביקע ליד. צו יענער צײַט איז טעלערמאַנס זכּרון ניט געווען אַזוי גוט און עס האָבן איר אָפֿט געפֿעלט ווערטער און נעמען. אָבער ווען קריסטאַ האָט דערמאָנט דאָס ליד „געטאָ‟, האָט זי עס גלײַך געזונגען אויף אויסנווייניק. כאָטש איר קול איז ווײַט ניט געווען אַזוי שטאַרק ווי עס איז געווען בײַם „חורבן־מוזיי‟ מיט 15 יאָר פֿריִער, איז עס געווען אַ פּרעכטיקן און אומפֿאַרגעסלעכן מאָמענט. מיט אַזאַ עמאָציע און פּאַטאָס קען נאָר זינגען אַ פֿרוי, וואָס האָט אַליין איבערגעלעבט די געטאָ וועגן וועלכער זי זינגט.

קאַראָל טעלערמאַן איז ניפֿטר געוואָרן אין 2015.


אַנטלאָפֿן קיין „קלעוועלאַנד‟

Escaping to Cleveland

פֿון ש. מיללער

Getty Images

יאָסקע פֿון דער טאָרהאָוויצע האָט מען אים גערופֿן בלויז צוליב „שיינקייט‟, דער אמתער נאָמען זײַנער איז געווען יאָסקע דער פֿערד גנבֿ, ווײַל אויף דער טאָרהאָוויצע האָט ער ניט איין מאָל פֿאַרקויפֿט אָדער געקויפֿט אַ געגנבֿעט פֿערד, און ער איז אויך ניט אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, ער איז ריכטיקער, אַנטלאָפֿן, און טאַקע צוליב אַ מיסחר אויף דער טאָרהאָוויצע.

אויף זײַן ווײַב גנענדל האָט כוטשיווקע שוין געקוקט ווי אויף אַן עגונה: יאָסקע פֿון דער טאָרהאָוויצע וועט עס אין זינען האָבן אַ ווײַב! אין אַ צײַט אַרום איז אָבער צו דער „עגונה‟ אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַמעריקע, אַ בילד פֿון יאָסקען אין אַ שוואַרצן פּידזשאַק, אַ האַרטן קאַפּעליוש, מיט אַ זייגער קייטל איבער דער ברוסט; אַ פּאָוויעסטקע אויף געלט, און אַן אָנזאָג אַז אין גיכן וועט ער צושיקן אַ שיפֿסקאַרטע.

פֿון אַן עגונה איז גנעדזל געוואָרן די אַמעריקאַנערקע פֿון שטעטל. זי איז געגאַנגען צו שמשון שרײַבער ער זאָל איר שרײַבן די בריוו און די אַדרעסן צו איר מאַן, און שמשון שרײַבער האָט געלייענט די בריוו פֿון יאָסקען, געשריבן די בריוו צו יאָסקען. „… און זײַ וויסן, מײַן ליבער הויכגעשעצטער געמאַל…‟ און אויך געשריבן און געלייענט דעם ענגלישן אַדרעס צו יאָסקען, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין קלעוועלאַנד, אָהיאָ. כושטיווקער לצים האָבן דעם נאָמען גלײַך איבערגעדרייט אויף „קעלעוו־לאַנד‟ און זיך געוויצלט: גאָט שיקט צו דעם הונט זײַן וואַנט… און דעם כּלבֿ זײַן לאַנד, אָבער מאַלע וואָס כושטיווקער לצים האָבן גערעדט, וואָס שמשון שרײַבער האָט געלייענט, געשריבן האָט ער ריכטיק, אָט ווי דער אַדרעס איז אָנגעקומען, קליוולאַנד, אָהײַאָ, די בריוו זײַנע זײַנען אָנגעקומען און איין ענטפֿער אויף זײַנעם אַ בריוו איז געווען אַ שיפֿסקאַרטע פֿאַר גנענדלען.

Read more


לילקע מײַזנער רעדט וועגן איר שול

Lilke Majzner Speaks About Her School

לילקע מײַזנער (1921־2009) איז יאָרן־לאַנג געווען בײַם סאַמע־שפּיץ פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט אין לאָס־אַנדזשעלעס. אַ געבוירענע אין לאָדזש, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין אַ בונדיסטישער היים און האָט פֿאַרענדיקט עטלעכע נאָוואַטאָרישע ייִדיש־שפּראַכלעכע שולן פֿאַרבונדן מיט דער באַוועגונג, אַרײַנגערעכנט די באַרימטע „מעדעם־שול‟.

בעת די מלחמה־יאָרן האָט זי איבערגעלעבט זעקס קאָנצענטראַציע־לאַגערן, בתוכם אוישוויץ. איר צײַט אינעם טרויעריק־באַרימטן אומברענג־לאַגער ווערט געשילדערט אינעם באַקאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם „שווימענדיק אין אוישוויץ‟, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־נעץ PBS. (דער פֿילם איז, דרך־אַגבֿ, איינער פֿון די סאַמע־בעסטע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן דעם לאַגער און כּמעט דער איינציקער, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף די איבערלעבונגען פֿון פֿרויען).

נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין דעטרויט, מישיגען, וווּ זי האָט געקראָגן אַ מאַגיסטער אין קינדער־דערציִונג. אין 1955 האָט מײַזנער זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי איז געוואָרן אַקטיוו אין אַ ריי ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס. נאָך אירע טעטיקייטן דאָרטן, איבערהויפּט מיטן אָרטיקן ייִדישן קולטור־קלוב און דעם זשורנאַל „חשבון‟, האָט מען אויך אָפֿט געדרוקט אירע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟. נאָך דעם וואָס די ייִדיש־רעדנדיקע אָרגאַניזאַציעס וואָס זענען באַשטאַנען פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה זענען געוואָרן ווייניקער אַקטיוו, איז זי ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט איר אַרבעט לטובֿת ייִדיש ווי מיטגלידין פֿון דער עקזעקוטיווע פֿון „ייִדישקייט־לאָס־אַנדזשעלעס‟ און „דער קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟. פֿאַר די צוויי אָרגאַניזאַציעס האָט זי געדינט ווי אַ בריק צווישן דער אַמאָליקער בונדישער סבֿיבֿה פֿון מיזרח־אייראָפּע און די גאָר־אַנדערע קולטורעלע באַדינגונען, אין וועלכע די ייִנגערע אַמעריקאַנער־געבוירענע ייִדישיסטן האָבן זיך געפֿונען.

מירי קאָראַל, די דירעקטאָרשע פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך‟, האָט געמאַכט אַ סעריע אינטערוויוען מיט איר ווי אַ טייל פֿון אַ פּראָיעקט צו פֿאַראייביקן די זכרונות פֿון די לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישיסטישע כּלל־טוער פֿונעם עלטערן דור. לעצטנס האָט זי אַרויפֿגעשטעלט דעם דאָזיקן שטיקל פֿילם, אין וועלכן מײַזנער רעדט וועגן איר דערציִונג אין די בונדיסטישע שולן און ווי אַזוי זיי האָבן אויפֿן גאַנצן לעבן משפּיע געווען אויף איר.


יצחק מאיר העלפֿגאָט און יצחק פּערלמאַן: „אַ ייִדישע מאַמע‟

Yitzchak Meir Helfogt and Itzhak Perlman: My Yiddishe Momme

אין 2013 האָבן דער גרויסער פֿידלער יצחק פּערלמאַן און דער וועלט־באַרימטער חזן יצחק מאיר העלפֿגאָט אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם פֿון חזנות און ייִדישע לידער, וואָס זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען. אַזאַ צונויפֿגאָס פֿון קלאַסישער מוזיק מיט חזנות האָט אויסגעטראַכט דער מוזיקער און עטנאָמוזיקאָלאָג האַנקוס נעצקי, וואָס האָט צוזאַמענגעבראַכט די צוויי ווירטואָזן און געהאָלפֿן צו אַראַנזשירן די מוזיק אויפֿן אַלבאָם.

אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿונעם אַלבאָם איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פֿילם דורך דזשאַש וואַלעצקי. דער פֿילם, Rejoice, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־נעץ PBS, נעמט אַרײַן ניט בלויז מוזיק, נאָר אויך קאָמענטאַרן וועגן די לידער, פֿון אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי אלי וויזל, דזשאָל גריי און ניל צדקה.

אויבן קען מען זען, ווי העלפֿגאָט און פּערלמאַן האָבן פֿאָרגעשטעלט דזשעק יעלענס באַליבט ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ אין זייער אייגנאַרטיקן סטיל. אויף דער פּיאַנע באַגלייט זיי האַנקוס נעצקי.


פּרעזידענט סמיט

President Smith

פֿון יוסף אָפּאַטאָשו

Yehuda Blum

ס׳איז געווען אַ זונטיק פֿאַר ראָש־השנה.

דער שנעלצוג, ניו־יאָרק־שיקאַגע, איז אָנגעלאָפֿן, ווי אַ שד, מיט אַ פֿײַפֿערײַ, מיט אַ סאָפּערײַ. פּאַסאַזשירן האָבן זיך גענומען אַרויסשיטן פֿון די וואַגאָנעס. טייל האָבן זיך געטראָגן צום אַרויסגאַנג, אַנדערע זענען געבליבן שטיין. פֿונעם לעצטן וואַגאָן איז אַרויסגעקומען ר׳ יוסל חזן, אַ געוויקסיקער ייִד, מיט אַ געוויקסיקער, שוואַרצער באָרד, וואָס האָט זיך שוין געגרויט אין די שפּיצן און מיט אַ רבנישן קאַפּעליוש. ער איז געפֿאָרן דאַוונען אויף די ימים־נוראָים צו זײַנע לאַנדסלײַט, צו די מלאַווער. ר׳ יוסל האָט אַוועקגעשטעלט די וואַליז, וואָס ער האָט געהאַלטן אין דער האַנט, און זיך גענומען אַרומקוקן, געזוכט מיט די אויגן די דעלעגאַציע פֿון דער שיל „אַנשי־מלאַווע‟, וואָס האָט אים געדאַרפֿט אָפּוואַרטן. אין דער אמתן האָט זיך ר׳ יוסל געקווענקלט, צי ער זאָל פֿאָרן קיין שיקאַגע. ער איז גיכער געווען אַ חזן אַ „זאָגער‟, ווי אַ זינגער. דערצו אַ חסיד און אַ ירא־שמים. און דאָ אַזאַ ווײַטע נסיעה. די לאַנדסלײַט זענען אָבער צוגעשטאַנען, האָבן באַטראָטן אַ הונדערטער און נאָך אַ הונדערטער. ס׳ווײַב, די קינדער האָבן זיך אַרײַנגעמישט — „פֿאָר יוסל, פֿאָר טאַטע‟ — איז ער געפֿאָרן. איז וווּ זענען די ייִדן, וואָס דאַרפֿן אים אָפּוואַרטן?

די גבאָים פֿון דער שיל „אַנשי־מלאַווע‟, בערל שנײַדער און ברוך קצבֿ, האָבן דערזען דעם ייִד מיט דער באָרד און זיך אַ כאַפּ געטאָן:

— דאָס דאַרף ער זײַן.

— ס׳זעט אַזוי אויס.

Read more


ייִדישער אַנימאַציע־פֿילם: דער כעלעמער גולם

Yiddish Cartoon: The Golem of Chelm

אַ סך עלטערן, וואָס פּרובירן אויסצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש באַקלאָגן זיך, אַז ס׳איז דאָ אַ ריזיקער דוחק פֿון אַנימאַציע־פֿילמען און אַנדערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון.

עס איז דאָ איין סעריע פֿון שוועדן, וואָס ווערט אונטערגערעדט (בלע׳׳ז: dubbed) אויף ייִדיש אָבער די סיפּורי־מעשׂיות האָבן ניט קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער קולטור אָדער געשיכטע. עס זענען אויך דאָ, ליידער, בלויז זעקס אָדער זיבן פֿון זיי.

איינער פֿון די גאָר־געלונגענע אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש האָט מען אַרויסגעלאָזט אין יאַנואַר אויף „יו־טוב‟. דער פֿילם, געשאַפֿן דורך די פּוילישע אַנימאַטאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ דערציילט וועגן דעם כעלעמער בעל־שם רבי אליהו און וואָס עס איז געשען נאָך דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ גולם.

דער פֿילם, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות אין אַ ריי שפּראַכן, איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך דער פּוילישער, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער רעגירונגען. מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם אין פֿיר נסוחאָות, מיט דער נאַראַציע פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און העברעיִש. אויף ייִדיש און העברעיִש לייענט קאָבי ווײַצנער פֿאָר דעם טעקסט. כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז די מעשׂה איז אויטענטיש פֿון אַ קולטורעלערן שטאַנדפּונקט האָט הרבֿ יואל־חיים נאָוויצקי איבערגעקוקט דעם פֿילם, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז די העלדן זענען אין גאַנצן ייִדישלעך.

צווישן די אַנדערע אַנימאַציע־פֿילמען מיט לעגענדעס פֿון פֿאַרשידענע קולטורן איז דאָ נאָך אַ פֿילם מיט אַ שײַכות צו די ייִדן: אַ פֿילם וועגן אַ וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד. מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אויף דער טערקישער שפּראַך, וואָס עס רעדן די מיזרח־אייראָפּישע קראָים.


„אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן‟

Under the Ruins of Poland

עס איז גאַנץ נאַטירלעך, אַז בײַ די ייִדן געדענקט מען גיכער דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ איידער דעם גרעסערן וואַרשעווער אויפֿשטאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ יאָר שפּעטער.

דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד פֿון 1944 איז אָבער אויך געווען אַ וויכטיקער מאָמענט סײַ אין דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע, סײַ אין דער געשיכטע פֿונעם חורבן. אינעם ווידערשטאַנד האָבן אָנטייל גענומען אַ סך פֿון די קעמפֿער, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם ווידערשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דער פּוילישער אויפֿשטאַנד האָט אויך, אומבכּיוונדיק, גורם געווען דעם טויט פֿון אַ סך ייִדן, ווײַל די דײַטשן זענען צוליב אים אַרײַן אין די דירות אויף דער אַרישער זײַט פֿון שטאָט און האָבן דאָרטן געפֿונען אַ סך ייִדן, וואָס האָבן זיך במשך פֿון עטלעכע יאָרן באַהאַלטן בײַ פּאָליאַקן.

די וואַרשעווער אײַנוווינער האָבן באַצאָלט אַ שוידערלעכן פּרײַז פֿאַרן אויפֿשטאַנד. אַחוץ די מער ווי 16,000 אויפֿשטענדלער וואָס זענען געפֿאַלן אין קאַמף, האָבן די נאַציס אויסגעשאָסן איבער 150,000 ציווילע־לײַט ווי אַ שטראָף קעגן דעם פּוילישן פֿאָלק. דערצו זענען 25% פֿון די בנינים אין שטאָט באָמבאַרדירט געוואָרן און די דײַטשן האָבן נאָך דער מפּלה פֿון די פּוילישע אויפֿשטענדלער חרובֿ געמאַכט ס׳רובֿ פֿון די בנינים, וואָס זענען שטיין געבליבן. מיליטערישע עקספּערטן האַלטן, אַז ווען די סאָוועטישע און אַמעריקאַנער רעגירונגען וואָלטן געהאָלפֿן די אויפֿשטענדלער, וואָלט דער רעזולטאַט פֿונעם אויפֿשטאַנד געווען אין גאַנצן אַן אַנדערער.

לזכר דעם 72סטן יאָרצײַט פֿונעם וואַרשעווער אויפֿשטאַנד שטעלן מיר פֿאָר אַ פּרעכטיקן נוסח פֿון איציק מאַנגערס ליד „אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן‟ געזונגען פֿון דניאל קאַהן און ניני דזשייקאָבס. דאָס ליד האָט קאַהן אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿונעם אַלבאָם „דאָס צעבראָכענע לשון‟ אין 2006. די מוזיק צום ליד האָט געשאַפֿן דער פּויליש־ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר שאול באַרזאָווסקי. דעם טעקסט האָט איציק מאַנגער אָנגעשריבן אין נאָוועמבער 1939, מיינענדיק אַז זײַן געליבטע, די זשורנאַליסטקע רחל אויערבאַך, איז שוין געהאַט אומגעבראַכט געוואָרן. ווי עס האָט זיך אויסגעוויזן, האָט זי יאָ איבערגעלעבט די מלחמה, זײַענדיק איינע פֿון די דרײַ אָנפֿירער פֿונעם אונטערערדישן „עונג־שבת־אַרכיוו‟, וואָס איז געבליבן לעבן.


ייִדישקייט

Judaism

פֿון יוסף אָפּאַטאָשו

Yehuda Blum

דאָקטאָר אַבולאַפֿיע, דער הויפּט־ראַבאַי פֿון דער ספֿרדישער קהילה „נווה־שלום‟, איז אַ גאַנצן פֿרימאָרגן געווען שלעכט אויפֿגעלייגט. דער זעכציק־יעריקער אַבולאַפֿיע האָט זיך שטענדיק איבערגענומען, אַז ער גייט אין זײַן זיידנס דרכים, אין זײַן פֿאָטערס דרכים. דער זיידע, דער טאַטע — אַמסטערדאַמער רבנים — האָבן געקענט שטעלן אויף זיך. זיי האָבן קיין מאָל נישט דערלאָזט, אַז אַ קריסט, צי אַ קריסטין, זאָלן צוליב אַ שידוך, צוליב אַ ליבע, ווערן ייִדן.

אַזוי האָט זיך אויך ראַבאַי אַבולאַפֿיע געפֿירט אין ניו־יאָרק. שוין דרײַסיק יאָר אַז ער איז רבֿ אין „נווה־שלום‟. נישט איין קריסט, נישט איין קריסטין, איז געקומען צו אים ער זאָל זיי מגייר זײַן. און ווי נאָר אַבולאַפֿיע האָט זיך אָנגעשטויסן, אַז דאָס מגייר־זײַן האָט צו טאָן מיט אַ שידוך, איז ער געווען אַ גרויסער מחמיר. ער האָט אַזוינע גרים געלייגט שוועריקייטן, זיי אָפּגערעדט פֿון ייִדישקייט. און אַז ס׳האָט נישט געהאָלפֿן, האָט ער פֿאַרבעטן צו זיך אַ גלח, און אין איינעם, דער רבֿ מיטן גלח, האָבן שוין געפּועלט ס׳זאָל פֿון אַזוינע שידוכים גאָרנישט ווערן. און אַז ס׳האָט אַלץ נישט געהאָלפֿן, האָט אַבולאַפֿיע, ווי שמאַי, געיאָגט די גרים פֿון זיך.

Read more


יצחק באַשעוויס־זינגער, דער פֿאַרכאַפּנדיקער רעדנער

Isaac Bashevis Singer, The Dynamic Speaker

יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס די וואָך מערקט מען אָפּ זײַן 25סטן יאָרצײַט, איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק. ער איז אָבער אויך געווען אַ באַגאַבטער רעדנער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט מענטשן מיט זײַנע אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, וויצן און אַנעקדאָטן (און זייער אָפֿט אַ געמיש פֿון אַלע דרײַ) אויף ייִדיש און ענגליש.

אין 1978 האָט באַשעוויס־זינגער גערעדט אויף ייִדיש פֿאַר אַ ריזיקן עולם, וואָס איז געקומען אים באַגריסן לכּבֿוד זײַן באַקומען דעם „נאָבל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור. אין דער רעדע, וואָס די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־נעץ „קול־ישׂראל‟ האָט דערנאָך טראַנסמיטירט מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿון אפֿרים שעדלעצקי, דערקלערט באַשעוויס־זינגער פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף ייִדיש. ער מאַכט אויך חוזק פֿון די, וואָס ווילן, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ וואָרט אויף „אַלץ‟. ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זײַן געשמאַקן וואַרשעווער לשון, עפּעס וואָס מע הערט ניט קיין סך הײַנט צו טאָג.


„טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟, געזונגען פֿון וויראַ לאָזינסקי

Sunrise, Sunset in Yiddish, Sung By Vira Lozinsky

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם בלויז דורך „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, די פּאָפּולערע „בראָדוויי‟־אַדאַפּטאַציע פֿון זײַנע דערציילונגען וועגן טבֿע דער מילכיקער. די פֿאָרשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור און אַזעלכע לידער ווי „לחיים‟, און „טראַדיציע‟ זענען אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז מע האַלט זיי כּמעט פֿאַר אַ טייל פֿון אַ מין סעקולערער ייִדישער מסורה.

די פּוריסטן און ס׳רובֿ ייִדישיסטן האַלטן אַוודאי ניט פֿונעם דאָזיקן מיוזיקל פֿון דזשערי באָק, שעלדאָן האַרניק און דזשאָסעף שטײַן, ווײַל זיי האַלטן, אַז זי פֿאַרוואַנדלט די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה אין אַ ריי האַמעטנע און סטערעאָטיפּישע אימאַזשן. ניט געקוקט אויף דעם איז „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער צווישן די ייִדישע מאַסן איבער דער גאָרער וועלט בכלל און אין ישׂראל בפֿרט. דאָרטן האָט שׂרגא פֿרידמאַן, דער גרויסער בינע־קינסטלער און מחבר פֿון פּאָפּולערע מוזיקאַלישע פּיעסעס אויף ייִדיש און העברעיִש, איבערגעזעצט דעם טעקסט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון.

אויבן זינגט וויראַ לאָזינסקי זײַן נוסח פֿון Sunrise, Sunset, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟. בײַם קלאַוויר שפּילט רעגינע דריקער. די רעקאָרדירונג האָט מען געמאַכט בײַם „ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟ אין וואַרשע.


דער פֿעטער קומט צוריק

My Uncle Returns

פֿון משה נאַדיר

דער פֿעטער איציק איז אַוועקגעפֿאָרן ערגעץ און האָט זיך געזאַמט אפֿשר אַ יאָר.

אַז ער איז אַהיימגעקומען, האָט ער געברענגט אַ נײַ רענצל מיט גוטן, ברוינעם לעדער, מיט שיב־שלעסלעך און רימענדלעך, אַ נײַעם הוט מיט זייער ברייטע קריסעס און מיט אַ שמאָל בענדל, אַ נײַעם שטעקן מיט אַ הענטל, וואָס מע קען עס אַראָפּנעמען און עס נוצן פֿאַר אַ ציגאַרנשפּיץ און — אַ נײַ ווײַב.

די דאַמע, אַ טונקל בלאַסע, ווי פֿון העלפֿTbטביין, איז געווען אָנגעטאָן שטײַף און דין, האָט געטראָגן אַ שטײַפֿן רײַטער־הוט, אַ קריסקע פֿון שיינע שפּיצן בײַם האַלדז, אויבן. זייער הויכע, אויפֿגעפּוישטע אָרעמס אונטער זייער שמאָלע אַרבל, וואָס האָבן קוים אַרויסגעלאָזט אַ מיידליש הענטל, מיט פֿײַנע פֿינגער און געפּוצטע נעגל… און אַ זונשירעם.

פֿאַרפֿאָרן איז ער פֿאַרפֿאָרן מיט אַ פֿיאַקערל, אָפּגעלאָזן די רענצלעך מיט די אַלע זאַכן, געהאָלפֿן דער דאַמע אַראָפּטרעטן ס׳שאָקלדיקע טרעפּל פֿונעם פֿיאַקערל — זי כּמעט אויפֿגעהויבן אויף די הענט און איר געקוקט אין די אויגן אַרײַן מיט ליבשאַפֿט, וואָס האָט קיין סוף און קיין גרענעץ נישט.

Read more


„ייִדיש‟ געזונגען פֿון דעם „שירה־כאָר‟

"Yiddish" Sung by the Shira Choir

די חסידישע שטיצער פֿון ייִדיש באַטראַכטן די שפּראַך ווי אַ הייליקע ירושה, וואָס דינט ווי אַ מיטל זיך צו באַשיצן קעגן דער אַסימילאַציע. אַזאַ צוגאַנג האָט געלערנט דער חת׳׳ם־סופֿר (הרבֿ משה סופֿר, 1762־1839), וואָס האָט געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען געבליבן אַ פֿאָלק ניט געקוקט אויף די לאַנגע יאָרן אין מצרים אַ דאַנק דעם, וואָס זיי האָבן ניט געביטן זייערע נעמען, זייער שפּראַך אָדער זייערע מלבושים.

דער דאָזיקער אָפּטײַטש פֿון אַ באַקאַנטן מדרש ווערט טאַקע דערמאָנט אינעם „שירה־כאָרס‟ גאָר־שיינעם נוסח פֿון הרבֿ שלמה קאַלישס ליד „ייִדיש‟. דאָס ליד דינט ווי אַ מוזיקאַלישער תּמצית פֿון דער חסידישער צוגאַנג צו ייִדיש און דערקלערט די חשיבֿות פֿון דער שפּראַך צווישן געוויסע פֿרומע קהילות.


זולי גאָלדפֿאַרבס ייִדישע טאַנגאָס

Zully Goldfarb's Yiddish Tangos

כאָטש אַלע ווייסן, אַז דער מוזיקאַלישער זשאַנער און טאַנץ־סטיל טאַנגאָ האָט זיך אָנגעהויבן אין אַרגענטינע, ווייסט קיינער ניט אויף זיכער, ווי אַזוי די דאָזיקע מוזיקאַלישע פֿאָרעם האָט זיך אַנטוויקלט. עס זענען דאָ אַ סך טעאָריעס וועגן וועלכע מוזיקאַלישע השפּעות האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער שאַפֿונג פֿון אָט דער רירנדיקער מוזיק. געוויסע עקספּערטן האַלטן אַפֿילו, אַז דווקא די ייִדישע מוזיק האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון טאַנגאָ.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳איז ניט באמת קלאָר צי די ייִדן האָבן טאַקע געהאַט עפּעס צו טאָן מיטן בראשית פֿון טאַנגאָ, האָט דער דאָזיקער זשאַנער יאָ אַ לאַנגן און בכּבֿודיקן ייִדישן ייִחוס. נאָך דעם וואָס די טאַנגאָ־מוזיק איז געקומען קיין אייראָפּע האַרט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז עס געוואָרן ווילד־פּאָפּולער אין עטלעכע לענדער, אַרײַנגערעכנט פּוילן. דאָרטן זענען צענדליקער ייִדן געווען צווישן די פּאָפּולערסטע טאַנגאָ־זינגער אויף פּויליש. צו דער זעלביקער צײַט האָט זיך אויך אָנגעהויבן אַן אייגענע ייִדיש־שפּראַכיקע טאַנגאָ־טראַדיציע. די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן דערנאָך געבראַכט דעם ייִדישן טאַנגאָ מיט זיך קיין אַרגענטינע, וווּ מע האָט רעקאָרדירט הונדערטער ייִדישע טאַנגאָ־לידער מיט שטאַרקע השפּעות פֿון דער קלעזמער־מוזיק.

דערפֿאַר איז ניט קיין חידוש, וואָס אַרגענטינע בלײַבט הײַנט דער סאַמע־צענטער פֿון טאַנגאָ־מוזיק אויף מאַמע־לשון. אויבן זינגט זולי גאָלדפֿאַרב הערמאַן יאַבלאָקאָווס פּאָפּולער טעאַטער־ליד „פּאַפּיראָסן‟, וואָס ער האָט געשריבן אין 1922 נאָך דעם, ווי ער האָט געזען ייִדישע יתומים וואָס פֿאַרקויפֿן פּאַפּיראָסן אין גראָדנע (דעמאָלט פּוילן, הײַנט ווײַסרוסלאַנד).

אָט זינגט גאָלדפֿאַרב דאָס פּאָפּולערע ליד „מײַן ייִדישע מאַמע‟ אין אַ טאַנגאָ־סטיל:

טאַנגאָס זענען אויך געווען פּאָפּולער אין די געטאָס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דער ווילנער געטאָ האָט דער גרויסער פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי געשריבן דאָס האַרץ־רײַסנדיקע ליד „פֿרילינג‟ וועגן זײַן פֿרויס פּטירה. דאָס ליד איז אין גיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טאַנגאָ. אָט זינגט גאָלדפֿאַרב קאַשטערגינסקיס געטאָ־טאַנגאָ אויף איר אַלבאָם De Donde Viene Mi Voz (פֿון וואַנען קומט מײַן קול).