Oyneg Shabes

ווידעאָ: „אָ, איר קליינע ליכטעלעך‟ געזונגען פֿון מרדכי־צבֿי ראָסל

Video: "Oh You Little Candles" Sung by Anthony (Mordkhe Tsvi) Russell

  • Print
  • Share Share

מרדכי־צבֿי ראָסלס טיפֿע באַסאָווע שטימע איז אַן אוניקאַלע אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון ייִדיש־געזאַנג. אַ קלאַסיש־אויסגעשולטער אָפּערע־זינגער, האָט ער זיך פֿאַרליבט אינעם רעפּערטואַר פֿונעם ייִדישן זינגער סידאָר בעלאַרסקי און פֿאַרנעמט זיך שוין עטלעכע יאָר איבערהויפּט מיטן זינגען ייִדישע קונסט־לידער.

ראָסל האָט זיך לעצטנס פֿאַרבונדן מיט מיר, כּדי מיטצוטיילן אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ, וואָס ער האָט אַליין געשאַפֿן כּדי צו באַגלייטן זײַן אויסערגעוויינטלעכן נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלדס „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟. מרדכי־צבֿי האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז „׳אָ איר קליינע ליכטעלעך׳ איז געווען איינס פֿון די ערשטע ייִדישע לידער וואָס איך האָב זיך אַמאָל געלערנט. איך מיין אַז ס׳האָט לכתּחילה אַפּעלירט צו מיר ווײַל עס באַטראַכט די נאַטור פֿון דער ייִדישער געשיכטע אויף אַן אופֿן וואָס שפּיגלט אָפּ די פֿאַרשידנאַרטיקע געדאַנקען וועגן ייִדישקייט וואָס מע הערט אויף ייִדיש‟.

ס׳איז נאַטירלעך אַז די פֿאַרטראַכטע נאַטור פֿונעם ליד און די פֿאַרשידנאַרטיקייט וואָס ער רעפּרעזענטירט וואָלטן מרדכי־צבֿי געפֿעלן געוואָרן, ווײַל ער אַליין פֿאַרקערפּערט אין זיך פֿאַרשידנאַרטיקע הינטערגרונטן. אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער גר, פֿאָרשט מרדכי־צבֿי אויס די ענלעכקייטן צווישן די גלותדיקע טראַדיציעס פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער און די פֿון די אַשכּנזים און אַרבעט איצט אויף אַ פּראָיעקט וואָס בינדט צונויף זייערע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. ער איז אויך אַקטיוו אין פֿאַרשידענע אַקטיוויסטישע סבֿיבֿות. זײַן מאַן מײַקל ראָטבאַום איז אַ ראַבינער וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן פּאָליטישן אַקטיוויזים, און ער און מרדכי־צבֿי זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין פֿאַרשידענע קאַמפּאַניעס לטובֿת דעם סאָציאַלן יושר. דערפֿאַר איז עס ניט קיין חידוש, וואָס עלעמענטן פֿון אַלע אַספּעקטן פֿון ראָסלס אידענטיטעט און הינטערגרונט באַווײַזן זיך אינעם מוזיק־ווידעאָ.

מע זעט קלאָר אינעם פֿילם אַן אויסדרוק פֿון מיטגעפֿיל פֿאַר אימיגראַנטן, עפּעס וואָס פֿילט גאַנץ אַקטועל אין דער תּקופֿה פֿון דאָנאַלד טראָמפּ, וואָס האָט זיך אָפֿט אויסגעדריקט קעגן אימיגראַנטן בעת זײַן וואַל־פֿאַרמעסט מיט הילערי קלינטאָן. ראָסל האָט דערקלערט אַז די ווערטער פֿונעם ליד זענען אים געווען ספּעציעל באַדײַטנדיק צוליב אַן אַנדער הײַנטיקער פּאָליטישער געשעעניש: „די ווערטער ׳טיף אין האַרץ באַוועגט עס זיך/ און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך/ וואָס וועט איצטער זײַן׳ האָט מיך טאַקע געקלונגען אין קאָפּ נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל בײַם הערן די ידיעה, אַז מע האָט געפֿונען (דעם פּאָליציאַנט) דאַרין ווילסאָן ניט שולדיק פֿאַרן מאָרד פֿון מײַקל בראָון אין 2014. עס דוכט זיך מיר אַז די סטראָפֿעס ווערן נאָך מער רעלעוואַנט מיט יעדן טאָג וואָס גייט פֿאַרבײַ‟.

ראָסל האָט ווײַטער דערקלערט, אַז „צווישן די פֿילצאָליקע באַטײַטן פֿון חנוכּה וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט במשך פֿון די יאָרהונדערטער, פֿיל איך ווי די סאַמע דרינגענדיקע איז איצט די געלעגנהייט זיך צו דערמאָנען, אַז די מוטיקייט בײַם טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים מיט דער טיראַניע דאַרף ניט בלויז בלײַבן אין דער ייִדישער געשיכטע. ׳די מידע, אָרעמע און צונויפֿגעקאָרטשעטע מאַסן׳ בענקען נאָך אַלץ נאָך פֿרײַהייט, און חנוכּה איז אַ דערמאָנונג, אַז די געשיכטע פֿון אונדזער ייִדישער באַפֿרײַונג איז געקניפּט און געבונדן מיט זייער באַפֿרײַונג.‟