פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185488/
דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע איז פּסח צום סדר געווען בײַ זײַן זיידן און האָט געהערט אַלע מעשׂיות פֿון דער הגדה, ווי די ייִדן זענען אויסגעלייזט געוואָרן פֿון מצרים, וווּ זיי זענען געווען קנעכט בײַ דעם קעניג פּרעה און האָבן פֿאַר אים געבויט גאַנצע שטעט, פּיתום מיט רעמסס, און אַליין האָבן זיי געמוזט וווינען אין שטיבער ווי גריבער.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט מיט אַלעמען גלײַך געטרונקען די אַרבע־כּוסות. דרײַ כּוסות האָט ער שוין געטרונקען און ער האָט געוואַרט אויפֿן פֿערטן. ער האָט געחלשט, עס זאָל וואָס גיכער קומען שוין צום פֿערטן כּוס, ניט ווײַל ער האָט געוואָלט טרינקען נאָך ווײַן, נאָר ווײַל ער האָט געוואָלט זען אליהו הנבֿיא, וועגן וועמען ער האָט זיך אָנגעהערט אַזוי פֿיל גוטע מעשׂיות. דער זיידע האָט אים געזאָגט, אַז צום פֿערטן כּוס קומט אליהו הנבֿיא טרינקען זײַן כּוס, וואָס עס שטייט אָנגעגרייט פֿאַר אים. האָט דערפֿאַר ייִנגעלע־רינגעלע געוואַרט מיט אומגעדולד אויפֿן פֿערטן כּוס.
עס איז אָבער געווען לאַנג צו וואַרטן, און דאָ איז שוין געווען שפּעט אין דער נאַכט, האָט זיך דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע גענומען שלעפֿערן און ער איז אַזוי אײַנגעשלאָפֿן זיצנדיק בײַם טיש. און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי האָט זיך אים גענומען חלומען.
חלומט זיך אים אַלץ וועגן דעם, ווי ער וויל גיין צום מלך אין פּאַלאַץ אויף יענער זײַט טײַך און זען דאָרטן אַלע גוטע זאַכן און אויך קריגן דאָס כּישוף־פֿײַפֿעלע, מיט וועלכן דער מלך רופֿט אַרויס די מכשפֿים און מכשפֿות פֿון צויבער־אינדזל.
גייט אַזוי דאָס ייִנגעלע און גייט, און אין דרויסן איז שוין פֿרילינג. אַלצדינג שמעקט אַזוי — אַ מחיה! און די זון שײַנט גאָר העלער און פֿריילעכער ווי תּמיד און עס בלענדט אַזש די אויגן! און ווי עס גייט אַזוי ייִנגעלע־רינגעלע, ערשט עס לויפֿט אים אָן אַנטקעגן אַ קעלבעלע, אָקערשט אָפּגעריסן זיך פֿון מאַמע־קוס בריסטן, און וויל זיך מיט אים שפּילן. גיט ייִנגעלע־רינגעלע אַ גלעט דאָס קעלבעלע און מאַכט צו דעם:
— ניין, קעלבעלע־שוועלבעלע! איצטער קאָן איך זיך מיט דיר ניט שפּילן, איך האָב קיין צײַט ניט. איך דאַרף גיין צום מלך אין פּאַלאַץ. צוריקגייענדיק וועל איך זיך שפּילן מיט דיר.
איז דאָס קעלבעלע אַוועקגעשפּרונגען צוריק צו דער מאַמע־קו, און ייִנגעלע־רינגעלע איז אַוועק ווײַטער זײַן וועג, און ער איז געגאַנגען און געגאַנגען, ביז ער איז געקומען צום טײַך, וווּ ער האָט געדאַרפֿט אַריבערגיין, און צו גיין צום מלך אין פּאַלאַץ. קוקט ער אַזוי און קוקט, ערשט ס’איז גאָר ניט קיין טײַך, נאָר אַ ים, אַ גרויסער ים, און די כוואַליעס וואַרפֿן הין און הער, אַזש עס כאַפּט גאָר אָן אַן אימה!
טראַכט ייִנגעלע־רינגעלע, ווי קומט גאָר אַהער אַ ים? אַז דאָ איז גאָר קיין מאָל קיין ים ניט געווען, נאָר אַ טײַך! וויל ייִנגעלע עפּעס זאָגן צום ים, פֿרעגן אים, פֿון וואַנען ער קומט און ווער ער איז? נאָר דער ים איז פּלוצלינג שטיל געוואָרן, אַזוי ווי ער וואָלט אײַנגעשלאָפֿן. ניטאָ צו וועמען צו רעדן! בייגט זיך אײַן ייִנגעלע־רינגעלע און זוכט אויף דער ערד עפּעס אַ זאַך, מיט וואָס ער זאָל קאָנען אויפֿוועקן דעם ים. געפֿינט ער אַ שטעקעלע, גיט ער אַ טאָרקע דערמיט דעם ים און מאַכט צו אים:
— ים, ים, טו זיך אַ קער!
זאָג מיר, פֿון וואַנען קומסטו אַהער?
כאָפּט זיך אויף דער ים פֿון שלאָף און גיט זיך אַ וואָרף צום ברעג מיט זײַנע כוואַליעס און ענטפֿערט אָפּ:
— איך בין דאָך דער ים־סוף, ייִנגעלע־קליין!
משה רבינו קומט באַלד צו גיין.
און טאַקע באַלד איז געקומען צו גיין משה רבינו מיט די צוויי שטראַלן־הערנער אויף זײַן שטערן און מיט זײַן וווּנדער־שטעקן אין האַנט. ייִנגעלע־רינגעלע האָט אים גלײַך דערקענט, ווײַל דער זיידע האָט אים נאָך פֿריִער דערציילט פֿון משה רבינו און פֿון די וווּנדער די גרויסע, וואָס ער האָט באַוויזן.
און גלײַך נאָך משהן האָבן זיך באַוויזן זייער אַ סך מענטשן. דאָס זענען געווען די ייִדן, וועלכע משה האָט אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים, אַלע מיט שטעקנס אין די הענט און מיט קלומקעס אויף די פּלייצעס, אַזוי ווי מענטשן, וואָס גייען אַוועק אין אַ ווײַטן וועג.
ווי משה האָט דערזען דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע שטייענדיק בײַם ברעג ים, האָט ער צו אים געזאָגט:
— וואָס טוסטו דאָ, ייִנגעלע?
ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:
— איך דאַרף גיין צום מלך אין פּאַלאַץ.
מאַכט משה:
— צום מלך אין פּאַלאַץ? זעסט דאָך, אַלע אַנטלויפֿן פֿון מלך, און דו ווילסט נאָר גיין צום מלך!
זאָגט דאָס ייִנגעלע:
— איך וויל ניט גיין צו פּרעה מלך מצרים, נאָר צו אַן אַנדער מלך.
מאַכט משה:
— מען דאַרף ניט גיין צו קיין מלך. איך בין אויך אַ מאָל געווען אַ ייִנגעלע ווי דו און איך בין געווען בײַם מלך אין פּאַלאַץ און האָב דאָרטן געזען אַלע גוטע זאַכן. אָבער איך בין דערנאָך אַרויס אין גאַס און האָב דערזען די ייִדן, אַ פֿאָלק פֿון שקלאַפֿן, שטייען און שאַפֿן, אַרבעטן שווער, שווער און ביטער אונטער בײַטש און ריטער, קנעטן ליים און מאַכן ציגל און בויען שטעט און פּאַלאַצן, און פֿון זייערע נאַקעטע לײַבער גיסט זיך שווייס פֿון דער אַרבעט און בלוט פֿון די שמיץ, וואָס זיי קריגן פֿון דעם קעניגס אויפֿזעער. און אַז איך האָב דאָס דערזען, האָב איך אויסגעשריגן צו די שקלאַפֿן: „פֿאַר וועמען טוט איר דאָס אַלץ?‟ — „פֿאַרן קעניג!‟ האָבן זיי געענטפֿערט. — „און וואָס וועט איר האָבן דערפֿון?‟ האָב איך געפֿרעגט. — „הונגער און נויט, שמיץ און טויט!‟ האָבן זיי געענטפֿערט. מער האָב איך שוין ניט געקאָנט גיין צום מלך אין פּאַלאַץ. איך בין געבליבן מיט די שקלאַפֿן און ניט אַוועק פֿון זיי, ביז זיי זענען באַפֿרײַט געוואָרן, און איצטער פֿיר איך זיי דאָס אין אַן אַנדער לאַנד, אין אַ לאַנד פֿון פֿרײַהייט. קיין ארץ־ישׂראל פֿיר איך זיי. ווילסט מיט אונדז גיין?
האָט דאָס ייִנגעלע־רינגעלע לאַנג ניט געטראַכט און ער האָט געענטפֿערט:
— איך גיי. אָבער ווי וועט מען דעם ים אַריבערגיין? אָ! איך האָב זיך גאָר פֿאַרגעסן, אַז איך האָב אַ רינגעלע, ניט גלאַט אַ רינגעלע, נאָר אַ צויבער־רינגעלע, וואָס טוט פֿאַר מיר אַלצדינג אין דער וועלט. וועל איך צו אים זאָגן:
רינגעלע, רינגעלע, טראַם־טאַראַראַם!
פֿיר אונדז אַריבער דעם ים!
און דאָס רינגעלע וועט אונדז שוין אַריבערפֿירן. איר וועט זען.
צעלאַכט זיך משה און ער זאָגט:
— ניין, ייִנגעלע, מיר דאַרפֿן ניט דײַן רינגעלע! דו זעסט מײַן שטעקן? נו, קאָן ער אַלע וווּנדער טאָן. ער איז שוין איין מאָל אַ שלאַנג געווען און ער האָט אײַנגעשלונגען אַלע שלאַנגען, וואָס פּרעהס כּישוף־מאַכער האָבן אויך געמאַכט פֿון זייערע שטעקנס. און נאָך אַ מאָל האָב איך מיטן שטעקן פּרעהס טײַך געשלאָגן, איז פֿון דעם וואַסער געוואָרן בלוט. דאָס האָב איך זיך אָפּגערעכנט מיט פּרעהן פֿאַר דעם בלוט פֿון די ייִדישע קינדער, וואָס ער האָט פֿאַרגאָסן. און מײַן שטעקן האָט פּרעהן נאָך מכּות אײַנגעטיילט. און איצטער וועל איך מיט מײַן שטעקן שפּאַלטן דעם ים און אַלע ייִדן וועלן קאָנען אַריבערגיין און דו אויך מיט אונדז.
אין דער רגע האָט זיך דערהערט אַ לויפֿערײַ פֿון פֿערד און אַ קלאַפּערײַ פֿון די רײַטוועגן: דאָס איז פּרעה מיט די מצרים זײַנע געלאָפֿן כאַפּן די ייִדן און ברענגען זיי צוריק קיין מצרים, זיי זאָלן ווידער אַרבעטן פֿאַר פּרעהן. ווי די ייִדן האָבן דערזען פּרעהן מיט די מצרים יאָגנדיק זיך נאָך זיי, האָבן זיי זיך זייער דערשראָקן און גענומען לויפֿן הענדעם־פּענדעם. האָט משה אויפֿגעהויבן זײַן שטעקן און אַ געשריי געטאָן צו די ייִדן:
— לויפֿט ניט! האָט קיין מורא ניט! זיי וועלן אײַך גאָרנישט ניט טאָן. קומט נאָך מיר אין ים אַרײַן!
און משה האָט מיטן שטעקן געשפּאָלטן דעם ים, און די וואַסערן האָבן זיך אויפֿגעשלעפּט ווי צוויי ווענט פֿון ביידע זײַטן, און אין מיטן איז געוואָרן טרוקן, אַזוי ווי אויף דער ערד. און די ייִדן זענען אַריבער דעם ים און ייִנגעלע־רינגעלע איז מיט זיי אויך אַריבער.
פּרעה מיט די מצרים האָבן דערזען, אַז די ייִדן זענען אַריבער דעם ים, האָבן זיי זיך אויך געלאָזט נאָך זיי, זיי האָבן געמיינט, אַזוי ווי די ייִדן זענען אַריבער דעם ים, אַזוי וועלן זיי אויך אַריבער, אָבער גלײַך ווי די ייִדן זענען אַריבער דעם ים, אַזוי האָבן זיך די וואַסערן צוריקגעקערט, און דער ים איז געוואָרן, ווי ער איז געווען, און פּרעה מיט די מצרים מיט די פֿערד און רײַטוועגן זענען דערטרונקען געוואָרן אין ים. קיין איינער איז ניט איבערגעבליבן. און די ייִדן האָבן געזונגען און ייִנגעלע־רינגעלע אויך מיט זיי:
— טראַם, טאַראַראַם, טראַם־טאַראַראַם!
מיר זענען אַריבער, אַריבער דעם ים!
— טראַם, טאַראַראַם, טראַם־טאַראַראַם!
די שׂונאים, זיי זענען דערטרונקען אין ים!
דערנאָך זענען די ייִדן מיט משהן אַוועק ווײַטער. ייִנגעלע־רינגעלע איז אויך מיט זיי געגאַנגען. זענען זיי געגאַנגען און געגאַנגען, מיד געוואָרן גייענדיק, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אָפּרוען. גאָרניט געזען, ווי ייִנגעלע־רינגעלע איז געבליבן שטיין פֿון הינטן.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט געמיינט, ער וועט זיך אָפּרוען אַ ביסל און גיין ווײַטער און אָניאָגן די ייִדן. אָבער ער איז געווען זייער אויסגעמאַטערט, און דאָ האָט זיך אים נאָך פֿאַרוואָלט אַ טרונק, און דאָ איז דאָך אַ מדבר, און קיין וואַסער איז אַפֿילו אויף אַ רפֿואה ניטאָ. האָט ער שוין געוואָלט בעטן זײַן רינגעלע זאָל אים העלפֿן. אָבער דאָ האָט זיך באַוויזן אַן אַלטער מאַן מיט אַ כּוס ווײַן אין האַנט, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט גלײַך דערקענט, אַז דאָס איז אליהו הנבֿיא.
— נאַ, טרינק, מײַן קינד! — האָט אליהו הנבֿיא געזאָגט צו ייִנגעלע־רינגעלע און אים צוגערוקט דעם כּוס ווײַן צו די ליפּן.
ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך גלײַך אויפֿגעכאַפּט און דערזען, דער זיידע שטייט איבער אים און רוקט אים צו די ליפּן אַ כּוס מיט ווײַן און זאָגט צו אים:
— נאַ, טרינק דעם פֿערטן כּוס!
ייִנגעלע־רינגעלע האָט די ערשטע זאַך געפֿרעגט, צי אליהו הנבֿיא איז שוין געווען טרינקען זײַן כּוס, און דער זיידע האָט מיט אַ שמייכל געענטפֿערט:
— אַוודאי געווען, און ער האָט פֿאַר דיר איבערגעלאָזן אַ זעקעלע ניס אויף צו שפּילן.
און דער זיידע האָט געגעבן דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע אַ זעקעלע ניס, און ייִנגעלע־רינגעלע איז אַוועק מיט טאַטע־מאַמע שלאָפֿן. נאָר וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.