Oyneg Shabes

פּורים צו דער סעודה (עלפֿטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

At the Purim Feast (Chaper XI of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185306/

Aharon Gudelman

אויף פּורים האָט דער זיידע געבראַכט אַ גראַגער דעם ייִנגעלע מיטן רינגעלע און ער האָט צו אים אַזוי געזאָגט:

— זע, אַז המן הרשע, אָט דער אַזוינער און אַזוינער, זאָל פֿון דיר ניט אַרויס מיט גאַנצע ביינער. גיב אים ווי ער איז ווערט!

— זאָרג זיך ניט, זיידע! — האָט ייִנגעלע־רינגעלע געענטפֿערט, — ער וועט שוין בײַ מיר קריגן!

און דערווײַל איז ייִנגעלע רינגעלע געגאַנגען שלאָפֿן.

ייִנגעלע־רינגעלע ווייסט אָבער ניט קיין רו אויך אין שלאָף. עפּעס מוז זיך אים חלומען. חלומט זיך אים, ווי ער גייט אַלץ צום מלך אין פּאַלאַץ, זען דאָרטן אַלע חידושים און דעם מלך מיט דער מלכּה און זייערע קינדער, דעם בן־מלך מיט דער בת־מלכּה.

גייט ער אַזוי און גייט, און זײַן גראַגער האַלט ער שטײַף אין האַנט, ער זאָל אים ניט אָנווערן. גייט ער אַזוי און גייט, ערשט אַנטקעגן קומט אים אָן אַן אַלטער מאַן מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד. זעט ער, עס איז יאָ דער זיידע און ניט דער זיידע, ווײַל אַלט זענען זיי ביידע, נאָר דער זיידע גייט ניט אַזוי אָנגעטאָן, ווי דער אַלטער מאַן. עפּעס מאָדנע גייט דער אַלטער מאַן אָנגעטאָן, ווי די מענטשן פֿון פֿאַרצײַטן: דער קאָפּ אַרומגעוויקלט מיט אַזאַ פֿאַטשיילע, אַ מאָדנער לאַנגער מאַנטל אויף די אַקסלען, מיט אַ גאַרטל אַרום די לענדן, און אויף די פֿיס ניט קיין שיך, ווי מען טראָגט הײַנט, נאָר סאַנדאַלן, פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע רימענדלעך.

ווערט שוין ייִנגעלע־רינגעלע טשיקאַווע און פֿרעגט בײַם אַלטן מאַן:

— ווער ביסטו?

ענטפֿערט דער אַלטער מאַן:

— מרדכי היהודי.

ווייסט שוין ייִנגעלע־רינגעלע, ווער דאָס איז, ווײַל ער ווייסט די גאַנצע מעשׂה פֿון פּורים, ווי אַזוי דער נאַרישער קעניג אַחשוורוש, וועלכער האָט געקעניגט פֿון הודו ביז כּוש, האָט איבערגעגעבן אַלע ייִדן צו המן הרשע, ער זאָל זיי אויסהרגענען, נאָר מרדכי היהודי האָט געהאַט אַ שוועסטערקינד אסתּר, וועלכע איז געווען דעם קעניג אַחשוורושעס ווײַב, האָט זי שוין געזען, אַז מען זאָל די ייִדן ניט אויסהרגענען, און המנען זאָל מען אויפֿהענגען אויף דער תּליה, וואָס ער האָט אָנגעגרייט פֿאַר מרדכין, און די ייִדן האָבן געמאַכט אַ יום־טובֿ פּורים און ס’איז געווען שׂשׂון־ושׂימחה!

אַז ייִנגעלע־רינגעלע האָט דערהערט, אַז דאָס איז מרדכי היהודי, האָט ער זיך אָנגערופֿן:

— אַזוי, מרדכי היהודי!

ער האָט זיך גאָר געוווּנדערט, וואָס ער זעט מרדכי היהודי פֿאַר זײַנע אויגן. און דער אַלטער זאָגט צו אים נאָך אַ מאָל:

— יאָ, מרדכי היהודי.

— און וווּהין גייסטו?

— פּורים צו דער סעודה.

האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע זייער דערפֿרייט און גענומען טאַנצן און שפּרינגען און זינגען:

— מרדכי היהודי

גייט פּורים צו דער סעודה!

רופֿט זיך אָן מרדכי היהודי צו ייִנגעלע־רינגעלע:

— איך האָב דיר געזאָגט, ווער איך בין און וווּהין איך גיי. טאָ זאָג מיר איצטער, ווער דו ביסט און וווּהין דו גייסט?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— ווייסט גאָרניט, ווער איך בין? איך בין דאָך ייִנגעלע־רינגעלע!

רופֿט זיך אָן מרדכי היהודי:

— אַזוי? דו ביסט דאָס ייִנגעלע־רינגעלע, וואָס מען שרײַבט פֿון אים אַזוי פֿיל מעשׂיות?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— יאָ, איך בין דאָס ייִנגעלע־רינגעלע און איך גיי דאָס צום מלך אין פּאַלאַץ.

שאָקלט מרדכי היהודי מיטן קאָפּ, אַרויף און אַראָפּ, צו ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַזאַ קלוג ייִנגעלע ווי דו זאָל גאָר וועלן גיין צום מלך אין פּאַלאַץ! איך בין אַ מאָל שוין געווען דאָרטן, און איך זאָג דיר, אַז עס וועט דיר טאָן באַנג. וועמען וועסטו דאָרטן זען? אַ מלך אַ טיפּש ווי אַחשוורוש, און אַ מיניסטער אַ שלעכטן ווי המן הרשע. פֿאָלג מיך און קום מיט מיר צו דער סעודה, וועסטו מער הנאה האָבן.

טראַכט ייִנגעלע־רינגעלע, צי זאָל ער גיין צום מלך אין פּאַלאַץ אָדער מיט מרדכי היהודי פּורים צו דער סעודה? האָט ער אַזוי לאַנג געטראַכט, ביז עס איז בײַ אים געבליבן, ער זאָל בעסער גיין פּורים צו דער סעודה מיט מרדכי היהודי.

גייען זיי ביידע. אויפֿן וועג פֿרעגט מרדכי היהודי בײַ ייִנגעלע־רינגעלע:

— האָסט אַ גראַגער?

זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַ פֿראַגע!

און ער ווײַזט אים דעם גראַגער, וואָס דער זיידע האָט אים געגעבן. מאַכט מרדכי היהודי:

— נו, איז גוט.

גייען זיי ווײַטער. אויפֿן וועג דערמאָנט זיך עפּעס ייִנגעלע־רינגעלע. וואָס האָט ער זיך דערמאָנט? ער האָט זיך דערמאָנט די מעשׂה, וואָס די פֿישער האָבן אים דערציילט, אַז דער קעניג האָט אַ פֿײַפֿעלע, איז אַז ער גיט דערמיט אַ פֿײַף, קומען צו אים גלײַך צו פֿליִען כּישוף־מאַכער פֿון דעם כּישוף־אינדזל און טוען פֿאַר אים אַלצדינג אין דער וועלט.

וויל ייִנגעלע־רינגעלע דערציילן מרדכי היהודי. נאָר ער גיט אַ קוק, זעט ער, אַז מרדכי היהודי איז שוין ניטאָ! וויל ער נעמען וויינען, ווײַל וואָס וועט ער איצט טאָן איינער אַליין און ווי וועט ער פּורים צו דער סעודה גיין, אָן מרדכי היהודי? רופֿט זיך צו אים אָן דאָס רינגעלע:

— וויין ניט, ייִנגעלע!

זאָגט ייִנגעלע צום רינגעלע:

טאָ זאָג מיר, וווּ איז מרדכי היהודי?

ענטפֿערט דאָס רינגעלע:

— קוק אויף די שטערן, באַלד וועט ער ווערן.

גיט ייִנגעלע־רינגעלע אַ קוק אויף די שטערן, ערשט עס באַווײַזט זיך גלײַך צוריק מרדכי היהודי, אָבער ניט ווי פֿריִער, צו פֿוס, נאָר רײַטנדיק אויף אַ פֿערד, און עמעצער פֿירט אים, עפּעס אַזאַ שלעכטער, בייזער מענטש. וויל זיך ייִנגעלע־רינגעלע עפּעס דערמאָנען, און ער קאָן ניט. זאָגט ער צום בייזן מענטשן:

— איך האָב דיך אַ מאָל וווּ געזען, נאָר איך געדענק ניט דײַן נאָמען.

ענטפֿערט דער בייזער מענטש:

— פֿרעג ניט מײַן נאָמען,

מײַן נאָמען איז המן!

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַזוי? המן הרשע?

איז דאָך נישקשה!

און ייִנגעלע־רינגעלע האָט גענומען טאַנצן און שפּרינגען און זינגען:

— המן הרשע ליגט אין דר’ערד,

מרדכי הצדיק רײַט אויפֿן פֿערד!

און גלײַך האָבן זיך באַוויזן אַ סך קינדער מיט גראַגערס, קאָלעקאָטקעס און המן־קלאַפּערס און האָבן אויך געהאָלפֿן זינגען:

— המן הרשע ליגט אין דר’ערד,

מרדכי הצדיק רײַט אויפֿן פֿערד!

און זיי האָבן אַלע געגראַגערט מיט די גראַגערס און געקלאַפּט מיט די קאָלעקאָטקעס און המן־קלאַפּערס און זיי האָבן אַזוי לאַנג געקלאַפּט, ביז המן הרשע איז פֿון דעם טומל מיט די קלעפּ געפֿאַלן אַ טויטער.

און אַז המן איז געפֿאַלן אַ טויטער, האָבן אַלע קינדער, און ייִנגעלע־רינגעלע אויך, זיך אַרויפֿגעכאַפּט צו מרדכי הצדיק אויפֿן פֿערד, און דאָס פֿערד האָט גענומען לויפֿן גאַלאָפּ, האָפּ־האָפּ, און איז געלאָפֿן און געלאָפֿן, ביז עס האָט זיי אַלעמען געבראַכט צו אַ שיינעם, גרויסן, פֿײַנעם פּאַלאַץ, אָבער דאָס איז ניט געווען דעם מלכס פּאַלאַץ, נאָר אסתּר המלכּהס.

— נו, קינדער! — האָט זיך מרדכי היהודי אָנגערופֿן צו זיי, — קריכט איצט אַרונטער פֿון פֿערד און לאָמיר אַרײַן צו אסתּר המלכּה אין פּאַלאַץ און עסן דאָרטן די סעודה!

זענען אַלע קינדער, און אויך ייִנגעלע־רינגעלע, אַרײַן מיט מרדכי היהודי אין פּאַלאַץ, און זיי זענען געגאַנגען און געגאַנגען, פֿון איין חדר צום צווייטן, ביז זיי זענען געקומען צום זאַל, וווּ עס זענען געווען געגרייט די טישן פֿאַר דער סעודה.

און אויבנאָן אויף אַ טראָן איז געזעסן אסתּר המלכּה, אָנגעטאָן אין אירע קעניגלעכע קליידער, וואָס דער מלך אַחשוורוש האָט איר געמאַכט פֿון זײַד און פּורפּורוואָל, אויסגענייט מיט גאָלד און זילבער, און פֿרענדז זײַנען אַרונטערגעהאָנגען, פֿרענדז גאָלדענע און זילבערנע און אויך פּערל. און אויפֿן קאָפּ האָט זי געטראָגן די קרוין, וואָס דער מלך אַחשוורוש האָט איר נאָך אָנגעטאָן, בעת ער האָט זי גענומען פֿאַר אַ ווײַב.

ווי אסתּר המלכּה האָט דערזען די קינדער און אויך ייִנגעלע־רינגעלע, אַרײַנקומענדיק מיט איר שוועסטערקינד, מרדכי היהודי, האָט זי זיך זייער דערפֿרייט און זי האָט צו זיי געזאָגט:

— ברוכים הבאָים! ליב אײַער קומען, אַ גוט יום־טובֿ אײַך, ליבע קינדערלעך!

און די קינדער האָבן אין איין קול געענטפֿערט:

— געבענטשט זאָל זײַן די מלכּה אסתּר!

און דערנאָך האָט ייִנגעלע־רינגעלע געפֿרעגט בײַ דער מלכּה אסתּר:

— און וווּ איז דער קעניג אַחשוורוש?

האָט אסתּר המלכּה געענטפֿערט:

— דער קעניג אַחשוורוש? ווער דאַרף אים, דעם מלך טיפּש?

פֿון הודו ביז כּוש איז דאָך נאָך אַזאַ נאַר ניט געווען. אַ מין גולם אַ פֿערד, וואָס די וועלט האָט נאָך ניט געזען. נו, האָב איך אים אַוועקגעשיקט אין שטאַל צו די פֿערד.

און דערנאָך האָט די קעניגין געזאָגט צו די קינדער:

— נו, זעצט זיך, ליבע קינדער, בײַ די טישן, עסט און טרינקט, זײַט פֿריילעך און זינגט! איר וועט באַלד אויך קריגן שלח־מנות און אָרעמע־לײַט וועלן קריגן מתּנות, און די פּורים־שפּילער וועלן קומען.

האָבן זיך די קינדער צעזעצט אַרום די טישן און זיי האָבן געגעסן און געטרונקען. און באַלד האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר און אַ קול פֿון יענער זײַט האָט געזונגען:

— מאַכט אויף, מאַכט אויף!

לאָזט אונדז אַרײַן, לאָזט אונדז אַרײַן!

ווייסט איר, ווער עס קאָן דאָס זײַן?

ווייסט איר, ווער עס קאָן דאָס זײַן?

המלך הכּבֿוד — די גאַנצע וועלט!

הײַנט איז פּורים, מע גייט פֿאַרשטעלט.

און די באַדינער וואָס שטייען בײַ דער טיר האָבן גלײַך געעפֿנט און די פּורים־שפּילער זײַנען אַרײַן אָנגעטאָן אין פֿאַרשטעלטע קליידער און מיט מאַסקעס אויף די פּנימער. און דער עלטסטער פּורים־שפּילער האָט גענומען אויף איין פֿוס שפּרינגען און זינגען:

— קום איך אַרײַן צו שפּרינגען

אויף אַ פֿיסעלע לויז,

הייב איך אָן צו זינגען,

דער דלות איז מיר גרויס!

און די איבעריקע פּורים־שפּילער האָבן אונטערגעכאַפּט אין כאָר:

— זינגען מיר, לויבן מיר:

שושנת יעקבֿ!

און דער עלטסטער פּורים־שפּילער האָט דאַן ווײַטער גענומען זינגען:

— פֿאַרפֿלוכט זאָל ווערן המן,

וואָס איז געווען דער ערגסטער!

געבענטשט זאָל ווערן מרדכי,

וואָס איז געווען דער בעסטער!

געבענטשט זאָל זײַן די מלכּה,

וואָס האָט געהייסן אסתּר!

און די איבעריקע פּורים־שפּילער האָבן ווידער אונטערגעכאַפּט אַלע אין כאָר:

— זינגען מיר, לויבן מיר:

שושנת יעקבֿ!

און דער עלטסטער פּורים־שפּילער האָט דאַן צום סוף אויסגעזונגען:

— הײַנט איז פּורים, מאָרגן איז אויס!

גיט אונדז אַ גראָשן און טרײַבט אונדז אַרויס!

מען האָט זיי אָבער געגעבן מער ווי אַ גראָשן און זיי אויך ניט אַרויסגעטריבן. אַדרבא, מען האָט זיי צעזעצט בײַ די טישן און געגעבן עסן און טרינקען, און דערנאָך האָבן זיי ערשט פֿריילעך געמאַכט דעם עולם מיט זייער פּורים־שפּיל. און אַלע קינדער און אויך ייִנגעלע־רינגעלע האָבן גוט פֿאַרבראַכט די גאַנצע נאַכט. און ווען עס איז טאָג געוואָרן האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע אויפֿגעכאַפּט. אָבער וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.