פֿון לעאָן עלבע
הירשעלעס טאַטע האָט געבראַכט אַהיים אַ נײַ בילד און דאָס אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט לעבן הירשעלעס בילד. האָט הירשעלע געקוקט און געקוקט אויפֿן בילד און האָט ניט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ מאָדנע חיה איז דאָס אויסגעמאָלט אויפֿן בילד. ער האָט נאָך אַזאַ חיה קיינמאָל אין זײַן לעבן ניט געזען און אויך ניט געהערט.
Read More
פֿון לעאָן עלבע
אַ ייִנגעלע האָט ל״ג־בעומר אויסגעשאָסן אַ פֿײַל פֿון בויגן, און דאָס ייִנגעלע האָט אָנגעזאָגט דער פֿײַל, אַז זי זאָל פֿליִען העכער פֿון אַלע דעכער, זי זאָל אָבער קיין שום פֿייגעלע ניט פֿאַרטשעפּען, נאָר זי זאָל פֿליִען גלאַט אין דער וועלט אַרײַן, און ווען זי וועט זיך אײַנמאַטערן, זאָל זי אַרונטערפֿאַלן אויף דער ערד און בלײַבן ליגן.
Read More
פֿון לעאָן עלבע
סטעלאַ איז געווען אַ רײַך מיידעלע און זי האָט געהאַט זייער אַ סך שפּילעכלעך, און נאָך מערער האָט זי געהאַט ליאַלקעס, גרויסע און קליינע ליאַלקעס, בלאָנדע און שוואַרצע ליאַלקעס. און כּדי זי זאָל געדענקען די אַלע ליאַלקעס, וואָס זי האָט, האָט זי יעדער ליאַלקע אַ נאָמען געגעבן. האָט זי איין ליאַלקע גערופֿן „בעבעלע“ און אַ צווייטע —„העזעלע“, און אַ דריטע — „שרעטעלע“ און אַ פֿערטע — „וועווערקע“, און אַ פֿינפֿטע —„קעצעלע“ און אַזוי כּסדר אַלעמען. יעדע ליאַלקע האָט בײַ סטעלאַן געהאַט אַ נאָמען. איך ווייס ניט, צי יעדע ליאַלקע האָט געדענקט איר נאָמען, אָבער סטעלאַ האָט יאָ געדענקט יעטווידע ליאַלקע בײַ איר נאָמען, און זעלטן ווען זי פֿלעגט אַ טעות האָבן.
Read More
פֿון לעאָן עלבע
אַמאָל איז אַ סוחר געפֿאָרן אין וועג מיט סחורה און געלט. זענען אים באַפֿאַלן צוועלף גזלנים און האָבן בײַ אים צוגענומען די גאַנצע סחורה מיטן געלט, און אים אַליין האָבן זיי געבונדן הענט און פֿיס און אַוועקגעשלעפּט צו זיך אַהיים אין וואַלד אַרײַן און אַרײַנגעוואָרפֿן אים אין אַ נאַסן קעלער, און געלאָזן אים אַזוי ליגן אָן עסן און אָן טרינקען.
Read More
פֿון לעאָן עלבע
איז געזעסן אַ שוואַלב אין אַ וואַרעמען נעסט, אין אַ וואַרעמען לאַנד, וווּ ס׳איז כּסדר זומער, כּסדר זומער, קיין מאָל ניט ווינטער, קיין מאָל ניט ווינטער.
Read More