אַ פּשוטער „ייִדישער‟ סופֿיקס קען אַ מאָל ברענגען צרות. מיט יאָרן צוריק האָב איך באַמערקט, אַז דאָס װאָס איז גוט אָדער נײטראַל אין עפּעס אַ „גױיִשער שפּראַך‟, קען זײַן פּונקט קאַפּױער און „גוט פּאַסקודנע‟ אין ייִדיש. אַז איך זאָל ניט ציִען די קו בײַ דעם עק, װעל איך גלײַך זאָגן, אַז עס רעדט זיך װעגן דעם סלאַװישן סופֿיקס „אַטש‟, װעלכער דינט אין אַלע סלאַװישע שפּראַכן װי אַן אײדעלער צוגאָב און גיט צו דעם אָדער יענעם סובסטאַנטיװ אַ הױפּט־כאַראַקטעריסטיק פֿון אַ פּערזאָן.
צום בײַשפּיל, איר נעמט אַ פּשוט סלאַװיש װאָרט „סילאַ‟ /קראַפֿט/, שטעלט צו אים צו דעם סופֿיקס „אַטש‟, און אָט, האָט איר שױן אַ כאַראַקטעריסטיק פֿון אַ מענטש — סילאַטש, זײער אַ קרעפֿטיקער מענטש. װײס איך װאָס… אַ מענטש װי אַ מענטש, גאָר פּאַרווע, ניט גוט און ניט שלעכט. ניט אַזױ איז דאָס בײַ די ייִדן. אַז אַ ייִד באָרגט שױן עפּעס בײַ אַן אַנדערן, דאַרף ער עס תּמיד אָפּפֿאַרבן — אָדער שװאַרץ אָדער װײַס.
נעמט אַ ייִד אַ שײן גערמאַניש־שטאַמיק װאָרט „יונג‟, קלעפּט צו אים צו דעם סלאַװישן סופֿיקס „אַטש‟… און איר הײבט אָן צו פֿאַרשטײן, אַז אײנס פּלוס אײנס איז ניט שטענדיק צװײ. אַ מאָל בלײַבט עס „אײנס‟, נאָר גאָר פֿון אַן אַנדער אָפּערע. אַ יונגאַטש איז דאָך גאָר ניט קײן יונג, אַ חכמאַטש איז װײַט פֿון זײַן אַ חכם. איך רעד שױן ניט, אַז אַ פֿערדאַטש איז גאָר אַ מענטש און ניט, להבֿדיל, קײן חיה, ניט קײן פֿערד.
מע דאַרף אָבער זײַן זײער פֿאָרזיכטיק מיט דעם־אָ געבאָרגענעם „אַטש‟, װײַל ניט תּמיד איז ער אַ סופֿיקס; אַ מאָל איז ער פּשוט אַ טײל פֿונעם װאָרצל, אַזױ װי אינעם װאָרט „טאָלמאַטש‟ אָדער אינעם װאָרט „סטראָקאַטש‟. אַגבֿ, דאָס װאָרט „סטראָקאַטש‟ איז אַ זעלטן װאָרט, און הײַנטיקע טעג זײַנען דאָ זײער װײניק מענטשן, װעלכע װײסן װאָס דאָס איז. אָט װעל איך אײַך זאָגן. כ’האָב אַ מאָל געהאַט אַ באַקאַנטן, אַן אַלטן בעל־עגלה. האָט ער מיר דערקלערט, אַז מע פֿלעגט אײַנשפּאַנען אין אַ פּריצס קאַרעטע פֿינף אָדער זיבן פֿערד, האָט דאָס דאָמינאַנטנע פֿערד, װאָס איז געשטאַנען אין מיטן, נאַ־שפּיץ, געהײסן אַ „סטראָקאַטש‟, װײַל ער האָט באַשטימט דעם ריטעם פֿונעם געלױף, ער האָט ממש „געסטראָטשעט”, געשטעפּט מיט די קאָפּיטעס, װי אַ נײמאַשין.
אַזױ אַרום, איז ניט יעדער יונגאַטש יונג און ניט יעדער בעל־עגלה איז אַ פֿערדאַטש, כאָטש אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר זײַנען די־אָ צװײ װערטער, פֿערדאַטש און בעל־עגלה, כּמעט סינאָנימען, און אַז מע דאַרף שױן געפֿינען צו זײ אַן אַנטאָנים, ס’הײסט עפּעס גלײַך פֿאַרקערטס, לײגט אונדז דאָס פֿאָלק פֿאָר: אַ רבֿ אַ חכם.
אַ רבֿ איז אַ מאָל געפֿאָרן מיט אַ בעל־עגלה פֿון אײן שטאָט אין אַן אַנדערער. אױפֿן װעג איז דעם רבֿ, נעבעך, אױסגעקומען שטאַרק לײַדן פֿונעם בעל־עגלה מיט זײַנע גראָבע שטיק. נאָר דער רבֿ איז דאָך געװען אַ ייִד אַ חכם, האָט ער אױף אַלץ אָפּגעשװיגן. נאָר דער בעל־עגלה איז דאָך אַן עקשן, פֿרעגט ער דעם רבֿ:
— רבי, איך האָב געהערט אַ מאָל, אַז צו אונדז, ייִדן, דאַרף קומען ניט אײן משיח, נאָר גאַנצע צװײ שטיק. זאָגט מיר, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד, איז דאָס טאַקע אמת?
— יאָ, ס’איז אמת, — ענטפֿערט אים דער רבֿ, — אײנער הײסט משיח בן־יוסף און דער צװײטער משיח בן־דוד.
— גיט זשע מיר צו פֿאַרשטײן, רבניו־לעבן, צוליב װאָס טױגן אונדז צװײ? װאָסי, אײנער איז ניט בכּוח אױסצולײזן אונדזערע ייִדעלעך פֿונעם גלות?
— נײן, מע דאַרף האָבן צװײ, — זאָגט דער רבֿ, — אײנער װעט אױסלײזן די ייִדישע קינדער פֿון גלות, און דער צװײטער װעט זײ אױסלײזן פֿון די בעל־עגלות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.