No Place Like Home

ווידעאָ: בײגל לױטן אַמאָליקן שטײגער

VIDEO: Old-Fashioned Bagels

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער


וועגעטאַרישע האָלעפּצעס לכּבֿוד סוכּות

Vegetarian Stuffed Cabbage for Sukkot

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

זעט ווי מיר מאַכן דאָס טראַדיציאָנעלע מאכל מיט שוועמלעך, רײַז און קעז (אָדער צעמאָלענע ניס, אויב איר ווילט אַ פּאַרעווע ווערסיע).


ווידעאָ: מאַמעליגע און קאָקאָשעס

WATCH: Mamelige and Popcorn

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

ווי צוצוגרייטן צוויי באַליבטע מאכלים פֿון קוקורוזע


װידעאָ: ייִדישע בוריקעס

VIDEO: Beets, Jewish Style

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

קוקט װי מיר גרייטן צו צוויי געשמאַקע סאַלאַטן: אײן זיסער און איינער — אַ ביסל שאַרף.


געבראָטענע הון און פּילאַוו מיט לאָקשן

Roast Chicken and Pilaf with Noodles

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

דער געשמאַקער הויפּט־געריכט איז גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אַ שבתדיקן מאָלצײַט אָבער איז אויך אַ שיינער אופֿן צו פֿאַרענדיקן אַ פּשוטן אַרבעטסטאָג.


מילכיקע און וועגאַנישע קעזקוכנס

Dairy and Vegan Cheesecakes

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

לכּבֿוד שבֿועות: לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן אַ טראַדיציאָנעלן מזרח־אייראָפּעיִשן קעזקוכן און אויך אַ וועגאַנישן נוסח פֿון שאָקאָלאַד


אַ היימיש מאכל: פֿאַרפֿל און בעבלעך

Jewish Comfort Food: Farfel and Lima Beans

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

פֿייגל ביאַלאָוואַס דערקלערט ווי מע האָט אַ מאָל אַליין געמאַכט די פֿאַרפֿל, און דערנאָך ווײַזן מיר ווי מע גרייט עס צו מיט צוקער־בעבלעך און ציבעלע.


פֿלאָדן, אַ געשמאַק פּורים־געבעקס

Fluden, A Delicious Purim Pastry

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

אַ סמעטענע־טייג געפֿילט מיט אַפּריקאָסן־אײַנגעמאַכטס, טייטלען, ניס און ראָזשינקעס, איז די פּאָטראַווע נאָך בעסער, בעת ס׳איז נאָך וואַרעם.


לאַטקעס, פּאָנטשקעס און משקה לכּבֿוד חנוכּה

Latkes, Donuts and Drinks for Your Hanukkah Party

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

שׂרה־רחל און איוו גרייטן צו די היימישע פּאָטראַוועס, און ליאַנאַ, די ייִדיש־רעדנדיקע „באַריסטאַ‟, מישט די געטראַנקען.


קרופּניק

Krupnik (Barley Soup)

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

דער וועגעטאַרישער נוסח פֿונעם היימישן מיזרח־אייראָפּעיִשן מאכל נעמט אָן אַ כּמו־פֿליישיקן טעם, אַ דאַנק די געטריקנטע שוועמלעך און סעלעריע־וואָרצל.


אינטערעסאַנטע אופֿנים ווי צו פֿלעכטן חלה

Fun Ways to Braid Challah

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

קוקט זיך צו ווי מיר קנייטן אויס טשערנאָוויצער חלה סײַ אויף אַ סאָפֿיסטיצירטן אופֿן, סײַ אויף אַזאַ גרינגן אופֿן, אַז אַפֿילו קינדער קענען עס טאָן.


וועגעטאַרישע האָלעפּצעס

Vegetarian Stuffed Cabbage

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

זעט ווי מיר מאַכן דאָס געשמאַקע טראַדיציאָנעלע סוכּות־מאכל מיט שוועמלעך, רײַז און קעז (אָדער צעמאָלענע ניס, אויב איר ווילט אַ פּאַרעווע ווערסיע).


מאכלים אָן אַן עלטער: טייגלעך און אינגבערלעך

Timeless Delicacies: Honey Balls and Ginger Candy

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

דער טראַדיציאָנעלער דעסערט איז אַ באַליבט מאכל ראש־השנה, ווען די ייִדן ווינטשן איינער דעם צווייטן אַ זיס, געבענטשט יאָר.


שטשאַוו און כרעמזלעך

Sorrel Soup and Matzah Meal Pancakes

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

שטשאַוו איז שוין ווידער פּאָפּולער, און ווייניק מענטשן ווייסן, אַז מע קען עס אָפֿט געפֿינען בײַ זיך אין גאָרטן!


ווײַסע בוריקעס און שפּינאַט — פֿון „ייִדיש־פֿאַרם‟

White Beets and Spinach – From Yiddish Farm

פֿון איוו יאַכנאָוויץ, שׂרה־רחל שעכטער

גאָר נישט קען זיך פֿאַרגלײַכן צום עסן שפּײַז וואָס איר האָט אַליין אָפּגעשניטן און אָפּגעקאָכט, בפֿרט ווען מע ניצט די באַליבטע ייִדישע געווירצן: קנאָבל און קריפּ!


באַקט קעזקוכן — און לערנט זיך אַ ביסל פֿראַנצייזיש!

Bake Cheesecake and Learn Some French!

אונדזער שבֿועות־קאַפּיטל וועגן טראַדיציאָנעלן און וועגאַנישן קעזקוכן קען מען איצט זען מיט פֿראַנצייזישע אונטערקעפּלעך.


מילכיקע און וועגאַנישע קעזקוכנס

Dairy and Vegan Cheesecakes

לכּבֿוד שבֿועות: לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן אַ טראַדיציאָנעלן מזרח־אייראָפּעיִשן קעזקוכן און אויך אַ וועגאַנישן נוסח פֿון שאָקאָלאַד


פֿאַר וואָס איז מיר תּמיד קאַלט?

Why Am I Always Cold?

1. איר האָט אַ נידעריקן פּראָצענט אײַזן אין בלוט:

די רויטע בלוט־קעמערלעך אין גוף פֿאָדערן אײַזן, כּדי אַרײַנצופֿירן זויערשטאָף אינעם בלוט; און אַ נידעריקער ניוואָ פֿון אײַזן קאָן שאַטן דער בלוט־צירקולאַציע. מע פֿילט די קעלט בפֿרט אין די הענט און פֿיס ווײַל דער גוף איז קלוג: ער ברענגט דאָס בלוט צו ערשט צו די נייטיקע אָרגאַנען ווי דאָס האַרץ און דער מוח.

פֿלייש, סאַלאַט־בלעטער און בעבלעך זענען גוטע קוואַלן פֿון אײַזן, אָבער בלויז ווען מע עסט זיי מיט שפּײַזן, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמען C אַזוי ווי רויטער פֿעפֿער, ווײַל דער וויטאַמין C העלפֿט, אַז דער אײַזן זאָל אַבסאָרבירט ווערן.

2. איר האָט בטבֿע אַ שוואַכע בלוט־צירקולאַציע:

כאָטש אַזאַ נטיה קען מען נישט בײַטן, רעקאָמענדירן די עקספּערטן צו מאַכן פֿיזישע געניטונגען יעדן טאָג, און אפֿשר אַפֿילו פּרוּוון אַקופּונקטור.

3. איר וועגט צו ווייניק:

פֿעטס דינט ווי אַ מין איזולאַציע. אויב מע האָט ווייניק פֿעטס איבערן לײַב, איז מעגלעך, אַז מע קען נישט אײַנהאַלטן די היץ אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן. אויב איר ווילט אָנלייגן אַ ביסל וואָג, טוט עס אויף אַ שׂכלדיקן אופֿן, מיטן אַזוי גערופֿענעם „גוטן פֿעטס‟, ווי אַוואָקאַדאָס, סטאַשקעשמיר, מאַנדלשמיר (almond butter), פֿול־פֿעטיקן גריכישער יאָגורט און געטריקנטע פֿרוכטן, ווי טייטלען און פֿײַגן. די אַלע שפּײַזן קאָנען אײַך „אָנוואַרעמען‟. אַגבֿ, דאָס עסן פֿרישע פֿרוכטן און טרינקען זאַפֿט האָט דעם פֿאַרקערטן עפֿעקט: זיי קאָנען אײַך נאָך מער „אָפּקילן‟.

4. איר שלאָפֿט נישט גענוג:

הגם די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען וועגן דער פֿראַגע, צי ס׳איז פֿאַראַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם שלאָפֿן און דעם פֿילן זיך קאַלט האָבן ביז איצט געהאַט געמישטע רעזולטאַטן, איז יאָ באַקאַנט, אַז דאָס נישט אויסשלאָפֿן זיך יעדן טאָג קאָן ווירקן אויף אַ מענטשנס מעטאַבאָליזם און דעריבער וועט אים קאַלט ווערן. בײַ נאַכט, בעת מע שלאָפֿט, בײַט זיך נאַטירלעך די טעמפּעראַטור כּסדר, און דער גוף געוויינט זיך צו צו דעם. ווען איר לייגט זיך שלאָפֿן זייער שפּעט, מאַכט דער גוף זיך נישט־וויסנדיק, און זײַן טעמפּעראַטור הייבט אָן שטײַגן און פֿאַלן, פּונקט אַזוי ווי איר וואָלט שוין געשלאָפֿן.

5. איר זענט דעהידרירט:

ווען מע טרינקט נישט גענוג וואַסער, קאָן דער גוף נישט צעפֿירן דאָס בלוט אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן. דאָס וואַסער האָט אַ מעלה: עס האַלט אײַן די היץ. ווען איר טרינקט נישט גענוג, בלײַבט נישט גענוג וואַסער אין גוף צו סטאַביליזירן די טעמפּעראַטור.

6. ס׳קאָן זײַן אַ סימן פֿון קאָמפּליקאַציעס מיט דיאַבעט:

פּאַציענטן וואָס לײַדן פֿון צוקערקרענק קאָנען אַנטוויקלען פּעריפֿערישע נעווראָפּאַטיע, וואָס שטערט די נערוון וועלכע קאָנטראָלירן אַלע חושים. ווי אַ רעזולטאַט קאָן דער פּאַציענט ווערן מער שפּירעוודיק אויף דער קעלט, ווייטיק אָדער היץ, אָן שום סיבה. דעם מענטשן איז נישט פֿיזיש קעלטער אָדער וואַרעמער; ס׳איז פּשוט אַ טעותדיקער סיגנאַל, וואָס די פֿיס אָדער הענט שיקן דעם מוח.

7. איר זענט אַ פֿרוי:

כאָטש די נאַרמאַלע טעמפּעראַטור בײַ אַ פֿרוי איז בערך 0.4 גראַד וואַרעמער ווי בײַ אַ מאַן, זענען די הענט בײַ איר געוויינטלעך כּמעט 3 גראַד קעלטער, האָט אַנטקעדט אַ גרופּע פֿאָרשער בײַם „יוטאַ־אוניווערסיטעט‟. ס׳איז נישט קיין גרויסער אונטערשייד, אָבער דאָס קאָן זײַן די סיבה פֿאַר וואָס פֿרויען פֿילן זיך אָפֿטער קעלטער ווי מענער. אַגבֿ, אַפֿילו די פּאָפּ־זינגערין מאַדאָנאַ, וואָס זינגט אַזוי „הייס־בלוטיק‟, האָט אַ מאָל דערציילט, אַז זי און איר מאַן קריגן זיך כּסדר, צי מע זאָל בײַטן די טעמפּעראַטור אינעם שטוב־טערמאָסטאַט, ווײַל אים איז תּמיד געווען צו וואַרעם, און איר — צו קאַלט.


קאָנען פֿיש־אייל פּילן העלפֿן קעגן דעפּרעסיע?

Can Fish Oil Supplements Help Fight Depression?

אַ באַריכט פּובליקירט די וואָך אינעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון פּסיכיאַטריע‟, האָט איבערגעגעבן, אַז „אָמעגאַ־3‟ פֿיש־אייל פּילן קאָנען ממשותדיק פֿאַרשטאַרקן די עפֿעקטיווקייט פֿון אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן.

„די מענטשן אין אונדזער שטודיע, וואָס האָבן אײַנגענומען אָמעגאַ־3 פֿיש־אייל, אין איינעם מיט אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען, האָבן געהאַט ממשותדיק בעסערע רעזולטאַטן, איידער די מענטשן, וואָס האָבן אײַנגענומען דעם מעדיקאַצענט מיט אַ פּלאַצעבאָ,‟ האָט דערקלערט דזשעראָם סאַריס, דער הויפּט פֿון דער „אַרקאַדיאַ פֿאָרש־אינסטיטוט פֿון פּסיכישן געזונט‟ אין מעלבורן, אויסטראַליע, און דער מחבר פֿון דער שטודיע.

„דאָס איז זייער אַ גוטע בשׂורה, ווײַל עס ווײַזט אונדז אַ געזונטן אופֿן ווי אַזוי מע קען בעסער באַהאַנדלען דעפּרעסיע, וואָס יעדער איינער קאָן ניצן,‟ האָט סאַריס געזאָגט. „אַ סך שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז אָמעגאַ־3 איז גוט פֿאַרן געזונט פֿונעם מוח בכלל, און איז אויך אַ פֿעיִקער מיטל צו פֿאַרבעסערן אַ מענטשנס שטימונג. אָבער דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט אַנאַליזירט אָמעגאַ־3 אין צוזאַמענהאַנג מיט אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן.‟

די מחברים פֿון דער שטודיע האָבן אָבער באַטאָנט, אַז פּאַציענטן דאַרפֿן, צו ערשט, רעדן מיט זייער דאָקטער, איידער זיי הייבן אײַננעמען פּילן, אַפֿילו אויב די פּילן זענען בלויז נערונג־דערגאַנצונג (dietary supplements).

ד״ר וויקטאָר פֿאָרנאַרי, אַן עקספּערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האַלט, אַז די־אָ אַנטדעקונג קאָן ווערן זייער ניצלעך פֿאַר פּאַציענטן. „דער פֿיש־אייל מיטל וועט אפֿשר פֿאַרבעסערן דעם גײַסטיקן געזונט־מצבֿ בײַ מענטשן, וואָס האָבן ביז איצט נישט גוט רעאַגירט אויף די אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען אַליין,‟ האָט ער געזאָגט.


ווען דאָס „פּאַסאַזשירעלע‟ האַלט אין איין וויינען

When Your Little Passenger Keeps Crying

די פֿון אונדז וואָס זענען אַמאָל געפֿאָרן מיט אַ פּיצל קינד אין אַן עראָפּלאַן ווייסן, אַז דאָס קאָן זײַן אַן אָפּקומעניש, בפֿרט אויב עס הייבט זיך אָן צו וואַרפֿן, וויינען און שרײַען.

וויפֿל איר זאָלט עס נישט פּרוּוון באַרויִקן אָדער סטראַשען, העלפֿט עס ווי אַ טויטן באַנקעס. דערווײַל באַוואַרפֿן אײַך די אַנדערע פּאַסאַזשירן מיט אומצופֿרידענע בליקן, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך: זיי מוזן אויך אויסשטיין די געוואַלדעס, ווײַל ס׳איז נישטאָ וווּהין צו אַנטלויפֿן.

אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַנאַליזירט ד״ר פּערי קלאַס — אַ קינדער־דאָקטערין און אַליין אַ מאַמע — די פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם. זי פֿאַרגלײַכט אַ וויינענדיק קינד, מיט אַ דערוואַקסענעם פּאַסאַזשיר, וואָס ווערט דענערווירט נאָך דעם ווי דער מענטש, וואָס זיצט פֿאַר אים לענט זײַן בענקל צוריק, שיִער נישט אין זײַן פּנים אַרײַן. אַ דערוואַקסענער קען אויסדריקן זײַן פֿרוסטרירונג מיט ווערטער; אַן עופֿעלע קען נישט, וויינט עס. ס׳קאָנען זײַן פֿאַרשידענע סיבות דערפֿאַר: ס׳טוען אים וויי די אויערן; ס׳גלוסט זיך אים אַרומצוקריכן, אָבער מע לאָזט נישט; די לופֿט האָט עפּעס אַ מאָדנעם ריח; דאָס בײַכעלע טוט וויי, אָדער דער טאָג איז געווען אַ לאַנגער און ס׳איז פּשוט אויסגעמוטשעט.

Read more