די פֿון אונדז וואָס זענען אַמאָל געפֿאָרן מיט אַ פּיצל קינד אין אַן עראָפּלאַן ווייסן, אַז דאָס קאָן זײַן אַן אָפּקומעניש, בפֿרט אויב עס הייבט זיך אָן צו וואַרפֿן, וויינען און שרײַען.
וויפֿל איר זאָלט עס נישט פּרוּוון באַרויִקן אָדער סטראַשען, העלפֿט עס ווי אַ טויטן באַנקעס. דערווײַל באַוואַרפֿן אײַך די אַנדערע פּאַסאַזשירן מיט אומצופֿרידענע בליקן, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך: זיי מוזן אויך אויסשטיין די געוואַלדעס, ווײַל ס׳איז נישטאָ וווּהין צו אַנטלויפֿן.
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַנאַליזירט ד״ר פּערי קלאַס — אַ קינדער־דאָקטערין און אַליין אַ מאַמע — די פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם. זי פֿאַרגלײַכט אַ וויינענדיק קינד, מיט אַ דערוואַקסענעם פּאַסאַזשיר, וואָס ווערט דענערווירט נאָך דעם ווי דער מענטש, וואָס זיצט פֿאַר אים לענט זײַן בענקל צוריק, שיִער נישט אין זײַן פּנים אַרײַן. אַ דערוואַקסענער קען אויסדריקן זײַן פֿרוסטרירונג מיט ווערטער; אַן עופֿעלע קען נישט, וויינט עס. ס׳קאָנען זײַן פֿאַרשידענע סיבות דערפֿאַר: ס׳טוען אים וויי די אויערן; ס׳גלוסט זיך אים אַרומצוקריכן, אָבער מע לאָזט נישט; די לופֿט האָט עפּעס אַ מאָדנעם ריח; דאָס בײַכעלע טוט וויי, אָדער דער טאָג איז געווען אַ לאַנגער און ס׳איז פּשוט אויסגעמוטשעט.
אָט זענען עטלעכע עצות, וואָס קענען אײַך צו ניץ קומען, דאָס קומעדיקע מאָל, וואָס איר געפֿינט זיך אין אַן עראָפּלאַן מיט אַן עופֿעלע:
1) איין עצה איז שוין גוט באַקאַנט: מע זאָל זייגן דאָס קינד אָדער אים געבן עפּעס צו סמאָטשקען ווי נאָר דער עראָפּלאַן פֿליט אָפּ און לאַנדעט, ווי אַ מיטל קעגן דעם ווייטיק אין די אויערן צוליב דער ענדערונג פֿונעם לופֿטדרוק. מע דאַרף אָבער אויך אין זינען האָבן נישט צו האָדעווען דאָס קינד צו פֿיל, ווײַל ווען מע געפֿינט זיך 30,000 פֿוס (9,144 מעטער) פֿון דער ערד, דרינגט אַרײַן 20% מער לופֿט אין די קישקעס צוליב דעם אַטמאָספֿערישן דרוק. אויב דאָס קינד וועט עסן מער ווי געוויינטלעך, קאָן עס לײַדן בויכווייטיק.
2) אויב דאָס קינד וויינט, הייבט אָן רעדן, אַנטשולדיקט זיך פֿאַר די אַרומיקע פּאַסאַזשירן, און זאָגט, אַז איר טוט אַלץ, וואָס איר קענט. בײַ ס׳רובֿ מענטשן וועט דאָס אַרויסרופֿן מיטגעפֿיל, ווײַל עס ווײַזט זיי, אַז איר זענט סענסיטיוו צו זייערע געפֿילן.
3) אַ טייל עלטערן „באַרויִקן‟ דאָס עופֿעלע דורך געבן אים „אַנטיהיסטאַמינען‟ וואָס מאַכן שלעפֿעריק דאָס קינד, אָבער קינדער־דאָקטוירים זענען קעגן דעם. ס׳איז נישט גוט צו געבן אומזיסטע מעדיקאַמענטן צו אַ פּיצל קינד, ווײַל די מיטלען קאָנען גורם זײַן פּונקט דאָס פֿאַרקערטע: געוויסע קינדער ווערן דווקא מער אַקטיוו ווען מע גיט זיי אַ מעדיקאַמענט, וואָס דאַרף זיי מאַכן שלעפֿעריק, און אַ שלעפֿעריק קינד, וואָס קען נישט אײַנשלאָפֿן, קאָן זײַן נאָך שווערער צו באַרויִקן ווי אַנדערע.
4) ווען נאָר מעגלעך, גיט איבער דאָס קינד דעם טאַטן. געוויינטלעך, שמייכלען מענטשן ווען זיי זעען ווי אַ מאַן האַלט אויף די הענט אַן עופֿעלע — אַפֿילו אַ וויינענדיק עופֿעלע. דערצו זענען די סטואַרדקעס גרייטער צו קומען צו הילף.
אינעם סאַטירישן וועגווײַזער פֿאַר עלטערן, Miss Manners’ Guide to Rearing Perfect Children‟ שרײַבט די מחברטע, ד״ר דזשודיט מאַרטין אַזוי: „ווען מענטשן זעען ווי אַ טאַטע פֿאַרנעמט זיך מיט אַ שרײַענדיק עופֿעלע אויפֿן עראָפּלאַן, שטעלן זיי זיך פֿאָר, אַז ער איז אַן אַלמן, נעבעך, וואָס איז אין גאַנצן איבערגעגעבן דעם וווילזײַן פֿונעם פֿאַריתומטן קינד… אַ מאַמע מיט אַ שרײַענדיק קינד זעט מען אָבער מיט גאָר אַנדערע אויגן: זי ווערט באַטראַכט, פֿאַרקערט, ווי אַ לא־יצלח, וואָס צוליב איר אומפֿעיִקייט צו דיסציפּלינירן די קינדער און צוליב דעם שלעכטן אויפֿפֿיר פֿון די קינדער, האָט איר מאַן זי טאַקע פֿאַרלאָזט.‟
בקיצור, שרײַבט ד״ר קלאַס, „לאָמיר אַלע אַרויסווײַזן אַ ביסל מער מיטגעפֿיל פֿאַר די עלטערן פֿון אַ וויינענדיק עופֿעלע. יענע מאַמע, וואָס קאָן זיך נישט קיין עצה געבן מיט אַן ענערגיש קינד, קאָן זײַן אַן אָבֿל אויפֿן וועג צו דער לוויה פֿונעם נאָענטן קרובֿ; אָדער אפֿשר איז דער טאַטע אָדער די מאַמע אַ גאַנצע נאַכט נישט געשלאָפֿן, ווײַל דאָס קינד ציינדלט אָדער לײַדט פֿון אַ מאָגן־ווירוס.‟
אָדער ווי ס׳האָט געשריבן די הומאָריסטין נאָראַ עפֿראָן אין איר בוך Heartburn, פֿון 1983: „ווען מע פֿאָרט מיט אַן עופֿעלע אין אַן עראָפּלאַן, פֿאַרזוכט מען דעם אמתן טעם פֿון אַ מענטש פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, ווען ער האָט געליטן פֿון צרעת.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.