אַ באַריכט פּובליקירט די וואָך אינעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון פּסיכיאַטריע‟, האָט איבערגעגעבן, אַז „אָמעגאַ־3‟ פֿיש־אייל פּילן קאָנען ממשותדיק פֿאַרשטאַרקן די עפֿעקטיווקייט פֿון אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן.
„די מענטשן אין אונדזער שטודיע, וואָס האָבן אײַנגענומען אָמעגאַ־3 פֿיש־אייל, אין איינעם מיט אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען, האָבן געהאַט ממשותדיק בעסערע רעזולטאַטן, איידער די מענטשן, וואָס האָבן אײַנגענומען דעם מעדיקאַצענט מיט אַ פּלאַצעבאָ,‟ האָט דערקלערט דזשעראָם סאַריס, דער הויפּט פֿון דער „אַרקאַדיאַ פֿאָרש־אינסטיטוט פֿון פּסיכישן געזונט‟ אין מעלבורן, אויסטראַליע, און דער מחבר פֿון דער שטודיע.
„דאָס איז זייער אַ גוטע בשׂורה, ווײַל עס ווײַזט אונדז אַ געזונטן אופֿן ווי אַזוי מע קען בעסער באַהאַנדלען דעפּרעסיע, וואָס יעדער איינער קאָן ניצן,‟ האָט סאַריס געזאָגט. „אַ סך שטודיעס האָבן שוין באַוויזן, אַז אָמעגאַ־3 איז גוט פֿאַרן געזונט פֿונעם מוח בכלל, און איז אויך אַ פֿעיִקער מיטל צו פֿאַרבעסערן אַ מענטשנס שטימונג. אָבער דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט אַנאַליזירט אָמעגאַ־3 אין צוזאַמענהאַנג מיט אַנטי־דעפּרעסיע מעדיקאַמענטן.‟
די מחברים פֿון דער שטודיע האָבן אָבער באַטאָנט, אַז פּאַציענטן דאַרפֿן, צו ערשט, רעדן מיט זייער דאָקטער, איידער זיי הייבן אײַננעמען פּילן, אַפֿילו אויב די פּילן זענען בלויז נערונג־דערגאַנצונג (dietary supplements).
ד״ר וויקטאָר פֿאָרנאַרי, אַן עקספּערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האַלט, אַז די־אָ אַנטדעקונג קאָן ווערן זייער ניצלעך פֿאַר פּאַציענטן. „דער פֿיש־אייל מיטל וועט אפֿשר פֿאַרבעסערן דעם גײַסטיקן געזונט־מצבֿ בײַ מענטשן, וואָס האָבן ביז איצט נישט גוט רעאַגירט אויף די אַנטי־דעפּרעסיע מיטלען אַליין,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.