No Place Like Home

משפּחה־חנדלעך

  • Print
  • Share Share

גאָלדשטיין און זײַן פֿרוי האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם שלאָפֿן. איין מאָל האָט פֿרוי גאָלדשטיין פֿאָרגעלייגט אַ מיטל זיך צו באַרויִקן, כּדי גיכער אַנטשלאָפֿן צו ווערן.

ליגנדיק אויפֿן בעט מיט די אויגן פֿאַרמאַכט, האָט זי באַשריבן אַזאַ סצענע: „מיר זיצן אין אַ שיינער געבײַדע אויף אַ טראָפּישן אינדזל. אַ צאַרט ווינטל שוועבט דורך די גלעזערנע טירן, וואָס פֿירן צו אונדזער פּריוואַטער סטעשקע צום ברעג…‟

„איין מינוט!‟ — האָט גאָלדשטיין איבערגעריסן די רויִקייט — „וויפֿל קאָסט אונדז אַזאַ וואַקאַציע?‟

* * *

אַ הויכפּונקט פֿון פּראָפֿעסאָר וואַסערמאַנס ביאָלאָגיע־קלאַס איז געווען דאָס האָדעווען, איין מאָל אַ חודש, די קלאַפּערשלאַנג אין אַ שטײַג פֿון דער לאַבאָראַטאָריע. איין מאָל האָט דער גאַנצער קלאַס זיך פֿאַרזאַמלט אַרום דער שטײַג און שווײַגנדיק זיך צוגעקוקט ווי די שלאַנג עסט איר מאָלצײַט.

„הלוואי וואָלטן מײַנע סטודענטן זיך צוגעהערט צו מײַנע לעקציעס מיט אַזאַ באַגײַסטערונג,‟ האָט פּראָפֿעסאָר וואַסערמאַן געזיפֿצט.

ענטפֿערט אַ סטודענט: „מע וואָלט עס זיכער געטאָן ווען איר וואָלט אויך פֿאַרשלונגען אַ מײַזל.‟

* * *

אַ פֿרוי איז געגאַנגען אין אַ געשעפֿט פֿאַר שטוב־חיות, און אויסגעקליבן אַ שיין טרינק־טעלערל פֿאַר איר הינטל.

„זאָלן מיר בײַם ראַנד פֿון שיסל אויסגראַווירן דעם הינטלס נאָמען?‟ — פֿרעגט דער קאַסירער.

„ניין — ס׳איז נישט נייטיק — ענטפֿערט די פֿרוי — מײַן מאַן טרינקט נישט קיין וואַסער, און דאָס הינטל קען נישט לייענען.‟

* * *

פֿרוי גאָלדשטיין האָט יעדן ערבֿ־שבת אויפֿגעראַמט די גאַנצע שטוב, אַפֿילו נאָך דעם ווי די קינדער האָבן זיך צעפֿלויגן. איין פֿרײַטיק האָט איר טאָכטער זיך צוגעכאַפּט און, אַ פֿאַרחידושטע, דערזען ווי זי זיצט און לייענט אַ זשורנאַל.

„דו פֿילסט זיך מיט אַלעמען?‟ — פֿרעגט די טאָכטער.

„יאָ.‟

„אָבער דו ראַמסט נישט.‟

די מאַמע האָט אַוועקגעלייגט דעם זשורנאַל און געשמייכלט. „נאָך די אַלע יאָרן האָב איך, סוף־כּל־סוף, זיך דערוווּסט ווי צו ענדיקן די אַרבעט אין צוויי שעה, אַנשטאָט פֿיר,‟ האָט זי געזאָגט. „איך טו אויס די ברילן.‟

* * *

אַן אַרבעטער אין אַ בוי־פֿירמע, האָט באַמערקט אַ טעות אינעם טשעק פֿון זײַנע שׂכירות.

„דאָס איז 100$ צו ווייניק,‟ האָט ער געזאָגט, ווײַזנדיק זײַן באַלעבאָס דעם טשעק.

„איך ווייס,‟ ענטפֿערט דער באַלעבאָס. „די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך דיר באַצאָלט 100$ צו פֿיל, און דו האָסט גאָרנישט געזאָגט.‟

„נו, אַ טעות פֿון צײַט צו צײַט אַרט מיך נישט,‟ זאָגט דער אַרבעטער. „אָבער ווען עס ווערט שוין אַ רעגלמעסיקע זאַך, קאָן איך מער נישט שווײַגן.‟