Dr. Berger Answers Your Health Questions

שיקט אײַערע שאלות צו: sholemberger@yiddish.forward.com

פֿאַר וואָס בין איך די איינציקע וואָס ווערט צעביסן?

Why Am I the Only One Getting Bitten?

ליבער ד״ר בערגער,

כ’זיץ אין דרויסן מיט צוויי טוץ מענטשן. פֿאַר וואָס וויל יעדער מאָסקיט זיך דווקא אָנפֿרעסן אין מיר? (קראַץ, קראַץ)

קערין טאָסאָ
באַלטימאָר, מ״ד

טײַערע קערין,

אַן אַרטיקל אין „סמיטסאָניען מאַגאַזין‟ אין 2013 האָט אויסגערעכנט עטלעכע סיבות וואָס ציִען אַ מאָסקיט צו איין מענטש מער ווי אַ צווייטן. טייל לייגן זיך אויפֿן שׂכל: אַ העכערע קערפּער־טעמפּעראַטור (צום בײַשפּיל, פֿון אַ טראָגעדיקער פֿרוי) קען זײַן אַן אַטראַקציע פֿאַר קאָמאַרן, און טייל קאָלירן אינטערעסירן זיי מער ווי אַנדערע. אַלקאָהאָל איז אַ שייכותדיקער פֿאַקטאָר, ווי אויך דאָס מאַכן פֿיזישע געניטונגען אָדער זיך אָנשטרענגען פֿיזיש, מסתּמא דערפֿאַר וואָס די־אָ אַקטיוויטעטן שיידן אויס כעמיקאַלן וואָס מאָסקיטן קענען אויפֿשפּירן.

אַ טשיקאַוועס וועגן מאָסקיטן: אויף זייערע קײַערס געפֿינט זיך אַ טאַפּערל (שפּיראָרגאַן) וואָס קען אויפֿכאַפּן קוילן־זײַערס (carbon dioxide בלע״ז) אין דער לופֿט. איין מענטש קען אַרויסאָטעמען מער קוילן־זײַערס ווי אַ צווייטער, איז דאָס אפֿשר אויך אַ השפּעה. לסוף, קען דער בלוטטיפּ פֿונעם מענטשן אויך שפּילן אַ ראָלע.

אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון די פֿאַקטאָרן קען מען נישט אויסמײַדן, איז מײַן עצה זיך גוט אָנצושמירן מיט אָפּטרײַבעכץ, טראָגן לאַנגע אַרבל און הנאָה האָבן פֿון דעם פּיקניק אָדער דער חופּה אונטער די שטערן. אפֿשר זאָל מען אָנהייבן אַ מאַרקע מאָדישע קליידער וואָס זײַנען דווקא „מיאוס בײַ מאָסקיטן‟!


ליבער ד״ר בערגער,

ֿפֿאַר וואָס, ווען מע גייט אין דרויסן ווען ס׳איז קאַלט, הייבן אָן רינען טרערן פֿון די אויגן? אַז מע רעדט שוין דערפֿון, פֿאַר וואָס הייבט אָן רינען פֿון דער נאָז? און איז דאָ אַן אופֿן דאָס אויסצומײַדן, אָדער צו פֿאַרהיטן קעגן דעם?

בנימין שעכטער

טײַערער בנימין,

פֿאַראַן צוויי סיבות פֿאַר וואָס ס’רינט פֿון די אויגן און דער נאָז ווען מע גייט אַרויס אויף דער קעלט. די ערשטע סיבה האָט צו טאָן מיטן ציל פֿון די לייכעץ־הײַטלעך וואָס באַלייגן די אויגן, נאָז און אַנדערע טיילן קערפּער: דורך זייערע פֿליסיקייטן, האַלטן זיי פֿײַכט יענע אָרגאַנען, וואָס טאָרן נישט אויסגעטריקנט ווערן. טרוקענע אויגן קענען דאָך שאַטן דער ריאה, און די נאָז העלפֿט אָנוואַרעמען די לופֿט, כּדי (צווישן אַנדערע זאַכן) זי זאָל אײַנזאַפּן מער זויערשטאָף (אָקסיגען). איז אַזוי: ווען ס׳ווערט קאַלט אין דרויסן, ווערט אויך טריקענער, און אונדזערע קערפּערלעכע רעפֿלעקסן דערפֿירן צו מער רינעכץ פֿון נאָז און אויגן. אַ צווייטע סיבה? ווען מע אָטעמט אין אַ קאַלטן טאָג, קאָנדענסירט אויס די וואַסער־פּאַרע וואָס אין אונדזער אָטעם און באַנעצט אונדזער פּנים…

ווי אַזוי פֿאַרהיט מען דאָס? בלײַבט אינעווייניק דאָרט וווּ ס׳איז טרוקן. פּרוּווט זיך אָנטאָן אויף אַ וואַרעמען אופֿן (ווי איציק מאַנגערס מאַמע וואָלט געזאָגט: „און דאָס ווינטער־לײַבל נעם/טו עס אָן, דו שוטה‟). פֿאַראַן אויך מעדיקאַמענטן וואָס פֿאַרמינערן די גוף־מאָלעקולן וואָס פּראָדוצירן דאָס רינעכץ; צום בײַשפּיל, „סודאַפֿעד‟, נאָר כ’וואָלט נישט געעצהט מע זאָל זיי נעמען מער ווי אַ טאָג צוויי. טראַכט וואַרעמע געדאַנקען!


קאָן מײַן אָפֿט פֿליִען העכערן די סכּנה פֿון אַ טראָמבאָז?

Does Frequent Flying Raise My Risk of a DVT?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

איך װױן אין אױסלאַנד און מוז דעריבער אָפֿט איבערפֿליִען דעם ים. בשעת לאַנגע אַעראָפּלאַן־רײַזעס װערן מײַנע פֿיס און קנעכלען אָנגעדראָלן. איך האָב מורא טאָמער דאָס איז אַ סימן אַז איך װעל אַ מאָל באַקומען אַ טראָמבאָז [DVT] בשעת אַ פֿלי. איך פּרוּװ שױן עטלעכע מיטלען; למשל, איך שטײ אױף אָפֿט בשעתן פֿלי און איך זיץ אין פֿאַרשײדענע פּאָזיציעס, אָבער דאַכט זיך, אַז עס העלפֿט נישט (אָדער נישט גענוג). טאָמער איז שײך: די שאַרנירן זענען בײַ מיר שפּירעװדיק און די װאָך שמאַרצן זײ באַזונדערש, און איך פֿיל אױך אַ סך אײַנשטשעמענישן אין פֿאַרשײדענע טײלן גוף װען איך זיץ אױף אײן אָרט אַ לאַנגע צײַט. װאָס קען איך טאָן כּדי דאָס פֿליִען זאָל נישט אַזױ שעדיקן מײַן גוף? דאַרף איך זיך זאָרגן וועגן אַ מעגלעכן טראָמבאָז?

רייזע טאָרנער
ישׂראל


טײַערע רייזע,

קודם־כּל, אַ וואָרט פֿאַר די לייענער וואָס ווייסן נישט. דײַן פֿראַגע האָט צו טאָן מיט די אַזוי־גערופֿענע DVTs, בלוט־פֿאַרגליווערונגען פֿון די טיפֿע ווענעס פֿון די פֿיס, און ווי אַזוי מע קען זיי פֿאַרהיטן. ווי דו ווייסט, קערן אַזעלכע בלוט־טראָמבאָזן אַרויסרופֿן אויפֿגעשוואָלענע שינביינען וואָס קענען זיך צערײַסן. נאָך וויכטיקער: אין געוויסע זייער זעלטענע פֿאַלן, זײַנען DVTs מסוגל אָפּצוברעכן זיך פֿון בלוט־געפֿעסל און „אַוועקפֿליסן‟ אין אַנדערע טיילן פֿון קערפּער. אַזעלכע עמבאָלוסן, וואַנדערנדיקע בלוט־פֿאַרגליווערונגען, קענען אָנטאָן שאָדנס אין לונג און מוח.

דאָס איז די שלעכטע בשׂורה. דער אמת איז, אַז געוויסע מענטשן מוזן זײַן מער אויף דער וואַך קעגן אָנגעשוואָלענע פֿיס בכלל צוליב קרענקען אין די בלוטגעפֿעסלעך (צום בײַשפּיל, צוקער־קראַנקייט אָדער אַ פֿעלער אין די אַרטעריעס). דאָס איז אויף זיי חל סײַ אין אַן עראָפּלאַן סײַ אויף דער ערד.

מענטשן וואָס זײַנען, בדרך־כּלל, געזונט מעגן אָבער וויסן אַז אַזעלכע טראָמבאָזן אויף עראָפּלאַנען זײַנען נישט אַזוי פֿאַרשפּרייט, און זייער זעלטן פֿאַרבונדן מיט סימפּטאָמען. אַן אַקאַדעמישער איבערזיכט פֿון שײַכותדיקע שטודיעס האָט באַשטעטיקט אין יאָר 2007, אַז לונג־עמבאָלוסן (DVTs וואָס וואַנדערן איבער אין די לונגען) קומען פֿאָר 27 מאָל פֿון יעדע מיליאָן פֿליִען, כּמעט אַזוי אָפֿט ווי געטראָפֿן ווערן פֿון אַ בליץ. אַ האַלב פֿון איין פּראָצענט (1 פֿון 200) פֿון אַלע DVTs פֿון פֿליִען ווערן פֿאַרבונדן מיט סימפּטאָמען בכלל.

ווי אָפֿט קומען זיי פֿאָר און וואָס פֿאַרהעכערט די ריזיקע דערפֿון? אין אַן אַנדער שטודיע דורכגעפֿירט אין בריטאַניע אין 2008, האָט מען אויסגערעכנט, אַז 50 פֿון 2,800 עראָפּלאַן־פּאַסאַזשירן האָבן געהאַט פֿיס־טראָמבאָזן, נאָר קיינער נישט מיט סימפּטאָמען. זיי קומען פֿאָר אָפֿטער אויף לענגערע פֿליִען און בײַ מענטשן מיט פּראָבלעמען אין די ווענעס און אַרטעריעס.

כּדי צו פֿאַרהיטן זיי, קען מען טאָן איין זייער עפֿעקטיווע זאַך: אָנטאָן זיך אַ פּאָר לאַנגע טעראַפּעווטישע עלאַסטישע זאָקן (בלע״ז compression stockings). די וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור ווײַזט אויף, אַז זיי טויגן זיך אויס צו פֿאַרהיטן בלוט־פֿאַרגליווערונגען אין די פֿיס. קויפֿן קען מען זיי אין אַזעלכע מאָדישע קאָלירן ווי שוואַרץ, בייזש און ברוין — אפֿשר אַ נישע פֿאַר אַ געניטן מאָדיסט.

פֿאָר זשע געזונטערהייט אָן קיין גרויסע דאגות: די פֿיס-טראָמבאָזן קומען פֿאָר זעלטן אויף די פֿליִען, ווערן בדרך־כּלל נישט פֿאַרבונדן מיט סימפּטאָמען, און קענען אויסגעמיטן ווערן דורך עלאַסטישע זאָקן.


ווי אַזוי צו היילן אַנעמיע און געלענקען־ווייטיקן

How to Treat Anemia and Joint Pain

פֿון שלום בערגער

ליבער ד״ר בערגער,

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מײַן דאָקטער זיך דערוווּסט, אַז כ’לײַד פֿון אַנעמיע און מיר געהייסן אײַננעמען אײַזנפּילן. די פּילן האָבן טאַקע געהאָלפֿן. ווען די פּראָבלעם איז צוריקגעקומען האָב איך נאָך אַ מאָל אָנגעהויבן אײַנצונעמען אײַזן. איצט איז דער ניוואָ אײַזן אין מײַן בלוט צו הויך, אָבער כ’בין נאָך אַלץ אַנעמיש. ווי קען דאָס זײַן? וואָס איז די באַציִונג צווישן אײַזן־ניוואָען און דער אַנעמיע?

אײַער
אַנאָנימע מיט אַנעמיע
ניו־יאָרק

טײַערע „אַנאָנימע מיט אַנעמיע‟,

נאָכן זיך דורכשרײַבן מיט אײַך, פֿאַרשטיי איך שוין, אַז בדרך־כּלל, פֿילט איר זיך געזונט; דאָס הייסט, נישט אָפּגעשוואַכט, נישט מיד — נאָר מע האָט צופֿעליק אויסגעפֿונען, אַז אײַער בלוט איז „נידעריק‟ לויט די ציפֿערן. האָט מען אײַך געהייסן אײַננעמען אײַזן, נאָר די ציפֿערן האָבן זיך קוים גערירט פֿון אָרט.

צוליב אײַער עלטער, וואָס כ’האָב דאָס אויך אויסגעפֿרעגט בײַ אײַך, זײַט איר מסתּמא אַ ביסל אַנעמיש, ווײַל איר מענסטרויִרט. אײַער דאָקטער האָט באַשלאָסן אײַך אויסצושרײַבן אײַזנפּילן צו נאָרמאַליזירן דעם ציפֿער, ווײַל די פּילן זײַנען ביליק און בדרך־כּלל עפֿעקטיוו. פֿאַר וואָס איז אײַער בלוטצאָל (העמאָגלאָבין אָדער העמאַטאָקריט) נאָך אַלץ די זעלבע?

זיכער בין איך נישט, נאָר לעצטנס האָב איך געלייענט, אַז די אײַזן־טעסטן וואָס מיר ניצן, שפּיגלען אפֿשר נישט אָפּ די אמתע אײַנזאַפּונג פֿון אײַזן אין גוף. בײַ אײַך איז, דאַכט זיך, ווייניקער וויכטיק — ווײַל איר פֿילט זיך גוט, און דער נומערישער אומבאַלאַנס איז נישט פּראָבלעמאַטיש. פֿון אײַער פֿראַגע האָב איך זיך פֿאָרט עפּעס אָפּגעלערנט. מעגלעך, אַז מיר וועלן זען נײַע, מער פּינקטלעכע מינים אײַזן-טעסטן אין די קומעדיקע יאָרן.


ליבער ד״ר בערגער,

כ׳לײַד אויף ערנסטע און כראָנישע ווייטיקן אין מײַנע געלענקען. צוליב דעם נעם איך אײַן סטעראָיִד־פּילן עטלעכע מאָל אַ וואָך, במשך פֿון עטלעכע חדשים לאַנג. איצט זאָרגט מען זיך, אַז דער מעדיקאַמענט קען אַליין אַרויסרופֿן פּראָבלעמען; צום בײַשפּיל, אַ ירידה פֿון דער ביינער־געדיכטקייט. וואָס זײַנען די זיכערסטע אַלטערנאַטיוון?

אײַער
איימי אַלאַראַ
פּענסילווייניע

טײַערע איימי,

כראָנישע ווייטיקן זײַנען איינע פֿון די פֿרוסטרירנדיקסטע און שווערסטע פּראָבלעמען. אונדזערע רפֿואות טויגן אָפֿט מאָל אויף כּפּרות, און אין אונדזער סיסטעם פֿעלט אָפֿט מיטגעפֿיל און, פּראָסט־און־פּשוט — רחמנות. כ’פֿאַרשטיי אײַער מצבֿ.

עס זעט אויס, אַז איר לײַדט אויף רעוואַמאַטישן אַרטריט — אַן אָנצינדונג אין די געלענקען. אַחוץ די סטעראָיִדן וואָס איר דערמאָנט, זײַנען דאָ צוויי מינים רפֿואות. איינער נעמט אײַן, צווישן אַנדערש, דעם מעדיקאַמענט methotrexate, וואָס קען ווירקן אויפֿן האַרץ, די לונגען און לעבער. טויזנטער מענטשן האָבן פֿאַראַיאָרן אײַנגענומען דעם מעדיקאַמענט און ס’ווערט ברייט באַנוצט.

אין די לעצטע יאָרצענדליקער זײַנען אויפֿגעקומען די אַזוי־גערופֿענע ביאָלאָגישע באַהאַנדלונגען צום אָנצינדונג־אַרטריט, וואָס האַלטן אײַן דעם קערפּערלעכן אימון־אָפּרוף. אַזעלכע רפֿואות קענען זײַן עפֿעקטיוו אויך, נאָר ווערן פֿאַרבונדן מיט אַ געהעכערטער ריזיקע פֿון אינפֿעקציִעס.

בקיצור — ס׳ווענדט זיך. יעדער טיפּ מעדיקאַמענטן טראָגט מיט זיך אַ ריי מעלות און חסרונות. מע קען נישט גרינג פֿאַרסך־הכּלען, וואָס איז בעסער. דערפֿאַר מוז די פּאַציענטקע זיך אַוועקזעצן מיטן דאָקטער, אָדער אַן אַנדערן פֿאַרלאָזלעכן מומחה, און באַשליסן אירע פּריאָריטעטן.


פֿאַר װאָס מוז איך אַזױ אָפֿט משתּין זײַן בײַ נאַכט?

Why Do I Need to Urinate So Often at Night?

פֿון שלום בערגער

ליבער ד”ר בערגער,

פֿאַר וואָס, אַז מיר ווערן עלטער, וועקן מיר זיך אויף אַזוי אָפֿט אין מיטן פֿון דער נאַכט צו גיין פּישן?

אַבֿרהם פּאַט,
ווערמאָנט


טײַערער אַבֿרהם פּאַט,

יעדער ווייסט, אַז די עלטערע לײַט כאַפּן זיך אָפֿט מאָל אויף בײַ נאַכט צו לאָזן אורין — נאָר אָפֿט מאָל טראַכט מען נישט קיין סך וועגן דעם איידער מ’איז אַליין שוין אין די יאָרן. מע שרײַבט, אַז ביז 80 יאָר האָבן פֿון 80 ביז 90 פּראָצענט עלטערע לײַט „נאָקטוריע‟, דאָס הייסט זיי מוזן אורינירן בײַ נאַכט. מיט אַזאַ פּראָפּאָרציע, קען מען זאָגן פֿון אָנהייבן אַז ס’איז לאַוו־דווקא אַ מעדיצינישע פּראָבלעם, נאָר אַ נאַטירלעכע געשעענישן וואָס קומט פֿאָר כּמעט בײַ יעדן. צוריקגערעדט, קען דאָס אורינירן בײַ נאַכט שטערן דאָס שלאָפֿן און פֿירן צו מידקייט און אַ געשטערטער שטימונג און אויפֿמערק בײַ טאָג — איז כּדאַי, דערפֿאַר, פֿרעגן וועגן דעם וואָס, וווּ און ווען.

בײַ די מערסטע מענטשן וואָס אורינירן אויף דער נאַכט שטעקט די פּראָבלעם מסתּמא אין אורין־פּענכער. אָדער דער אַרויסלאָז פֿון פּענכער ווערט פֿאַרשטעלט (בײַ מענער) פֿון אַ פֿאַרגרעסערטן פּראָסטאַט, אָדער (אין ביידע מינים) דער הויפּטמוסקל פֿון פּענכער ווערט היפּער — צי היפּאָאַקטיוו. בײַ פֿרויען גייט די פּראָבלעם אָפֿט מאָל אין די מוסקלען פֿון בעקן (פּעלוויס) וואָס ווערן שוואַכער נאָכן האָבן קינדער. אַנדערע זאַכן קענען ווירקן אויפֿן פּענכער: אַ פּענכערשטיין, אָדער גאָר אַן אָנוווּקס, קען אַוודאי שטערן זײַן פֿונקציע, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּענכער־אָנצינדונג. (אַן אינפֿעקציע אָדער אַ שטיין ווײַטער אינעװייניק, אין די נירן צי די אורין־רערן, קען דאָך אויך ווירקן דערויף, נאָר זײַנען ווייניקער אָפֿט סיבות פֿאַר נאַכט־אורינירן.)

אָדער קען זיך האַנדלען, ווידער, אין אַ פּראָבלעם מיט די קערפּער־פֿליסיקייטן. אין טייל מענטשן איז גאַנץ פּשוט: אַ יונגאַטש קען אָפּטרינקען אַ פֿלאַש יין און אָפּכראָפּען ביז בראָנטש, נאָר אַלקאָהאָל און קאַפֿעיִן, בײַ מענטשן וואָס זײַנען מער נישט אַזוי יונג, קענען זיכער פֿירן צו נאָקטוריע. מעדיקאַמענטן קענען אויך פֿירן דערצו. און מע טאָר אוודאי נישט פֿאַרגעסן אין אַ לאַנגער רשימה קרענקען וואָס קענען צעשטערן דעם קערפּערס פֿליסיקייט־באַלאַנץ, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות: דיִאַבעט איז דאָס פֿאַרשפּרייסטע מן־הסתּם, נאָר די פּאַרקינסאָן־קראַנקייט און אַלצהיימערס קענען אויך זײַן שולדיק.

איר פֿרעגט, מסתּמא, וואָס מע קען טאָן. בײַ טייל מענטשן איז די לייזונג גאַנץ פּשוט: לייגט זיך שלאָפֿן נישט נאָר אויף אַ ניכטערן מאָגן (דאָס הייסט צוויי שעה, צי מער, נאָכן אָפּעסן וועטשערע), נאָר אויך מיט אַ ליידיקן פּענכער, דאָס הייסט, זאָל מען משתּין זײַן פֿאַרן שלאָפֿן גיין און פֿאַרמײַדן פֿליסיקייטן: אַלהאָקאָל, קאַפֿעיִנירטע געטראַנקען און סאָדעס. מע זאָל רעדן מיטן דאָקטער צי קראַנקן־שוועסטער וועגן באַהאַנדלען די געזונט־פֿעלער, צום בײַשפּיל צוקערקראַנקייט, וואָס קענען אויך פֿירן צו נאַכט־אורינירן. אין ערנסטע פֿאַלן קען מען באַטראַכטן כירורגיע צו העלפֿן פֿאַרריכטן דעם פּענכער, אַרויסנעמען צי פֿאַרקעלענרן דעם פּראָסטאַט, אָדער פֿאַרשטאַרקן די בעקן־מוסקלען.

ווי אָפֿט מאָל ווענדט זיך אַלץ אין ווי מע פֿילט זיך בכלל. ס’איז נישט קיין גרויסער חידוש אַז אַ מענטש אויף דער עלטער זאָל זיך אויפֿכאַפּן אַ מאָל אויף דער נאַכט צו גיין „כאַפּן פֿיש‟. אויב סע שטערט אײַך, פֿרעגט זיך צי איר קענט אײַנפֿירן פּשוטע מיטלען, און אויב נישט, רעדט מיט אַ מומחה.


פֿאַר וואָס פֿאַלט אָפֿט דער בלוטדרוק ווען מע שטעלט זיך אויף?

Why Does Blood Pressure Often Drop when Standing Up?

ליבער ד״ר בערגער,

כ׳װיל װיסן, צי דער פּחד (anxiety) קען נאָכמאַכן די סימטפּאָמען פֿון אַ נידעריקן בלוטדרוק ווען כ’שטעל זיך אויף?

איך פֿרעג װײַל במשך פֿון די יאָרן מאַכן זיך בײַ מיר פֿאַרשײדענע אױסדריקונגען פֿון אַזאַ פּחד. קינדװײַז האָב איך געליטן פֿון הונדערטער אױסשיטן אױף דער הױט, און ווי אַ דערװאַקסענער — ווער איך באַוואָרפֿן מיט קורץ־דױערנדיקע, פֿאַרבלענדנדיקע קאָפּװײטיקן. כ׳קען אָבער עפּעס נישט דערגײן, װאָס פֿאַר אַ שײַכות זאָלן די אַנגסטן האָבן מיטן בלוטדרוק. װען מע קאָנטראָלירט מײַן בלוטדרוק איז ער תּמיד אין אָרדענונג. דער דאָקטער זאָגט מיר, אַז איך לײַד פֿון אָרטאָסטאַסיס.

ניקאָלאַס גרידער
מילוואָקי, וויס’

טײַערער ניקאָלאַס,

לאָמיר אָנהײבן מיט קמץ־אלף אָ, פֿאַר די װאָס זײַנען נישט באַקאַנט מיט די טערמינען. בײַ טײל מענטשן (מערסטנס בײַ עלטערע לײַט), פֿאַלט דער בלוטדרוק בײַם אױפֿשטעלן זיך. דאָס רופֿט מען אָרטאָסטאַטישע היפּאָטענסיע, װאָס דאָס איז טײַטש, פּשוט, דער נידעריקער בלוטדרוק בײַם אויפֿשטעלן זיך. פֿאַראַן אױך ענלעכע סינדראָמען. בײַ געוויסע מענטשן, צום בײַשפּיל, ווען מע שטייט אויף, פֿאַלט נישט דער בלוטדרוק, אָבער דאָס האַרץ הייבט אָן גיכער צו קלאַפּן.

פֿאַראַן אַ סך מעדיצינישע פּראָבלעמען וואָס זײַנען אפֿשר פֿאַרבונדן מיטן נידעריקן בלוטדרוק בײַם אויפֿשטעלן זיך. בײַ אַ געזונטן מענטש וואָס שטעלט זיך אויף, זאַמלט זיך דאָס בלוט אין די פֿיס. דער קערפּער „כאַפּט זיך‟, אַז ס’פֿעלט (דערווײַל) בלוט אין די בלוטגעפֿעסלעך און דערפֿאַר הייבט אָן דאָס האַרץ גיכער צו קלאַפּן. דערבײַ ציִען זיך צונויף די בלוטגעפֿעסלעך, ווערט במילא דער בלוטדרוק ווידער נאָרמאַליזירט.

בײַ אַ מענטש מיט דער אָרטאָסטאַטישער היפּאָטענסיע, ווידער, קען די סיבה דערפֿאַר זײַן איינע פֿון די ווײַטערדיקע: אָדער פֿעלט דעם קערפּער גענוג פֿליסיקייט (ווען מע לײַדט, למשל, אויף אַ שווערער אינפֿעקציע; אָדער מע האַלט אין איין ברעכן), אָדער מע לײַדט פֿון אַ געוויסער קרענק, וווּ די נערוון שיקן נישט צוריק ווי געהעריק די סיגנאַלן פֿון די פֿיס (צום בײַשפּיל, אין צוקערקרענק), און דערפֿאַר קען דער קערפּער נישט רעגולירן דעם בלוטדרוק ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן.

דאַכט זיך מיר אָבער, כאָטש פֿון דער ווײַטנס (כ׳בין דאָך פֿאָר אַ קאָלומניסט, נישט אײַער דאָקטער), אַז איר זײַט געוויינטלעך אַ געזונטער. איר פֿרעגט וועגן פּחד. כ’בין מסופּק, צי דער פּחד קען אַליין אַרויסרופֿן דעם גענויעם פֿענאָמען פֿון נידעריקן בלוטדרוק ווען מע שטעלט זיך אויף. ס’איז אָבער ווײַט נישט אוממעגלעך — דער גוף און דער מוח זײַנען דאָך געקניפּט און געבונדן. איר דערמאָנט אַ מעדיקאַמענט פֿאַר בלוטדרוק, און דאָס קען אָפֿט יאָ אַרויסרופֿן אַזעלכע סימפּטאָמען.

אמת איז אויך, אַז אַנגסטן רופֿן אָפֿט מאָל אַרויס אַלגעמיינע, נישט ספּעציפֿישע סימפּטאָמען (האַרצקלאַפּעניש, שווינדלענישן אין קאָפּ, אַ קאַלטן שווייס), וואָס מע קאָן פּלאָנטערן מיטן אָרטאָסטאַסיס.

על רגל אַחת איז מײַן ענטפֿער — אפֿשר. אויב איר זענט בטבֿע געזונט, פֿרעגט אײַער דאָקטער, צי אפֿשר קענט איר נעמען אַ שטיקל איבעררײַס פֿון אײַער מעדיקאַמענט, אויב דאָס וועט העלפֿן אָפּשוואַכן די סימפּטאָמען. זאָל זײַן מיט מזל!


מײַן דאָקטער באַציט זיך ניט ערנסט צו מיר

My Doctor Doesn't Take Me Seriously

ליבער ד״ר בערגער,

וואָס זײַנען די וויכטיקסטע זאַכן, וואָס אַ פּאַציענטקע קען טאָן, כּדי זיך אַליין אַרויסצוהעלפֿן בײַם דאָקטער? אָפֿט מאָל דאַכט זיך מיר, אַז דער דאָקטער נעמט מיך נישט אַזוי ערנסט, אָדער ווײַל כ׳פֿרעג אַן עצה וועגן עפּעס וואָס כ׳האָב געהערט וועגן דעם אויף „גוגל‟, אָדער ווײַל כ׳בין אַ פֿרוי, אָדער כ׳קוק אויס צו זײַן אַ ביסל יונג, אָדער וואָסער סיבה זאָל נישט זײַן. פֿאַרשטייט זיך, ווען דער דאָקטער איז אַ סימפּאַטישער, איז דאָס ווייניקער אַ פּראָבלעם, אָבער בכלל: וואָס זײַנען דײַנע הויפּט־עצות פֿאַר אַ פּאַציענטקע וואָס וויל צום בעסטן זיך משתּדל זײַן פֿאַר זיך אַליין אין דאָקטערס ביוראָ?

טובֿה ראָס, נ״י

טײַערע טובֿה,

אויף איין פֿוס האָב איך דרײַ הויפּט־עצות. (כ׳האָב אָנגעשריבן אויף דער טעמע אַ גאַנץ בוך, אויב מע וויל אַלע פּרטים.)

1) גרייט צו אַ געשריבענעם סדר־היום, אַ רשימה טעמעס וואָס דו ווילסט אַרומרעדן מיטן דאָקטער. אַ מאָל ווערט מען פּריטשמעליעט בײַם דאָקטער אין ביוראָ; מע ווערט באַוואָרפֿן מיט אומאײַנגענעמע עמאָציעס, מע ווערט נערוועז — אָדער מע פֿאַרגעסט אין גאַנצן וואָס מע האָט פּלאַנירט צו פֿרעגן און זאָגן.

דערפֿאַר איז נייטיק, מע זאָל עפּעס צוגרייטן פֿון פֿריִער. מע קען זיך אַליין שיקן אַ טעקסל מיט די פֿראַגעס; מע קען אַפֿילו (לויטן אַלטן נוסח) פֿאַרשרײַבן די רשימה אויף אַ שטיקל פּאַפּיר. נאָר עפּעס מוז מען האָבן צו דער האַנט. נאָך בעסער איז צו פֿאַרבעטן מיט זיך אַ קרובֿ אָדער אַ גוטן פֿרײַנד, וואָס זאָל דינען ווי דײַן וואָרטזאָגער, ווען דײַנע געדאַנקען ווערן צו פֿאַרפּלאָנטערט.

2) זײַ גרייט זיך צו „דינגען‟ אַ ביסל מיטן דאָקטער. דו האָסט זיך דײַן חשבון (זע נומער 1), נאָר דער דאָקטער האָט זיך זײַנעם. סײַדן איר זײַט דער זעלבער מענטש, וועט איר האָבן אַנדערע מיינונגען און אַנדערע פּריאָריטעטן וועגן די צילן פֿונעם וויזיט. וועט איר דאַרפֿן „האַנדלען‟ אַ ביסל. אָפֿט מאָל וועט דער דאָקטער זײַן דער ערשטער, וואָס רעדט וועגן די וויכטיקסטע פּונקטן פֿונעם וויזיט, נאָר טאָמער נישט, זײַט איר מחוייבֿ עס צו טאָן. פֿרעג, למשל: וואָס האַלט איר פֿאַר וויכטיק הײַנט אַרומצורעדן? כ׳האָב אַליין זיך פֿאַרשריבן אַ פּאָר נאָטיצן…‟ זײַ נישט איבערראַשט, אויב דער דאָקטער האָט נישט די זעלבע דאגות ווי דו. דײַנע דאגות זײַנען דײַנע, און דערפֿאַר זענען זיי באַרעכטיקט.

3) שטעל פֿראַגעס. וואָס מער, אַלץ בעסער: „וואָס האַלט איר איז דאָ די אמתע פּראָבלעם? ווי זיכער זײַט איר? וואָס וואָלט איר געטאָן אין אַזאַ פֿאַל?‟ מע דאַרף, ווי אַ פּאַציענט, באַלוינען אָרנטלעכקייט און אָפֿנקייט בײַם דאָקטער. אויב ער (צי זי) זאָגט, למשל: „כ׳ווייס נישט‟, איז דאָס דווקא אָפֿט מאָל אַ גוטער סימן, ווײַל עס ווײַזט, אַז מע האָט צו טאָן מיט אַ מענטש וואָס האָט נישט מורא פֿאַרן אמת.

אײַ, אַ מאָל זײַנען די מיטלען נישט שטאַרק גענוג, ווי דו האָסט אָנגעוויזן אין דײַן שאלה, און דײַן מיינונג ווערט פֿאָרט נישט רעספּעקטירט? אויב מע האָט נישט קיין פֿרײַע ברירה פֿון דאָקטוירים, מוז מען אַ מאָל העלפֿן דעם דאָקטער „זיך אויסצובעסערן‟, אײַנזען אַז דו ביסט נישט סתּם אַ שווערער פּאסאַזשיר, נאָר אַן אייגנאַרטיקער יחיד מיט אייגענע זאָרגן. דאָס שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג אויף אַן אייבערפֿלעכלעכן נאָר פֿרײַנדלעכן אופֿן (אַ פּשוטער שמועס וועגן די קינדער, וועטער צי ספּאָרט) קען אַ מאָל העלפֿן דעם דאָקטער דיך צו זען ווי אַ מענטש וואָס איז ווערט זײַן אויפֿמערק און דרך־ארץ.


זאָל איך קאָנטראָלירן די וואָג, ווען איך בין קראַנק?

Should I Watch My Weight When I'm Sick?

ליבער ד״ר בערגער,

כ׳בין אָנגעשטעקט מיט „מאָנאָ‟ (מאָנאָנוקלעאָז) און כ׳בין כּסדר הונגעריק. תּחילת האָב איך נישט צוגענומען קיין וואָג, כאָטש כ׳בין געלעגן אין בעט צוויי חדשים לאַנג און געגעסן מער ווי געוויינטלעך. אָבער נאָך פֿיר חדשים, כאָטש כ’האָב שוין אָנגעהויבן טאָן לײַכטע געניטונגען, נעם איך יאָ, צו־ביסלעך, צו וואָג. זאָל איך באַפֿרידיקן מײַן הונגער ווי אַ סימן פֿון דער קרענק, עסן ווי עס פֿאָדערט מײַן קערפּער און זיך נישט זאָרגן וועגן דעם צוגענומענעם וואָג? צי העלפֿט דאָס מיר זיך אויסהיילן? אָדער זאָל איך זײַן שטרענג מיט זיך און ווײַטער קאָנטראָלירן וויפֿל שפּײַז כ׳נעם אײַן?

אַ דאַנק,
וועראַ סאַבאָ

טײַערע וועראַ,

ס’איז טאַקע שווער צו לײַדן אויף אַזאַ קרענק ווי מאָנאָ, וואָס קען געדויערן אַ חודש אָדער מער. ווי אין פֿאַל פֿון אַ סך אַנדערע ווירוס־קראַנקייטן (צום בײַשפּיל, פֿאַרקילונגען צי אַ גריפּע), איז אָפֿט מאָל נישטאָ קיין ספּעציפֿיש מיטל וואָס איז בכּוח אויסצוהיילן דעם גוף גיכער ווי די נאַטור: דאָס הייסט, דעם גוף און די צײַט אַליין. (פֿאַראַן אַלע מאָל אויסנאַמען. אויב די סימפּטאָמען בעסערן זיך בכלל נישט אויס, אַדער לאָזן איבער אַ נײַע כראָנישע פּראָבלעם וואָס געדויערט מער ווי אַ פּאָר חדשים, אָדער מע האָט אַ געשיכטע פֿון ערנסטע געזונט־ענינים, איז כּדאַי צו רעדן מיטן דאָקטער פּנים־אל־פּנים.)

צוליב דעם, וואָס די ווירוסן קומען און גייען, און מע קען, בדרך־כּלל, בלויז פּרוּוון צו באַגרענעצן די סימפּטאָמען, וואָלט איך געזאָגט, אַז מע טאָר זיך נישט זאָרגן צו פֿיל וועגן „באַפֿרידיקן‟ דעם ריטעם פֿון אַ קראַקנייט. די געזעצן פֿון דער ביאָלאָגיע זײַנען אָפֿט מאָל מחוץ אונדזער קאָנטראָל. קעמערלעך ווערן צעשיקט, און זעלבשוץ קעגן ווירוסן ווערט דורכגעפֿירט אָן דײַן וויסן. מיט איין וואָרט: ווען דו ביסט הונגעריק — עס. ווען דו ביסט זאַט, הער אויף צו עסן.

אײַ, מע וועט צונעמען וואָג? אַ דערווײַליקער בײַט אין דער וואָג (אַרויף צי אַראָפּ) אין קאָנטעקסט פֿון אַ קראַנקייט איז אַ געוויינטלעכע זאַך און דאַרף נישט אַרויסרופֿן קיין דאגה אין פֿאַל פֿון אַזאַ אָפֿטמאָליקן ווירוס. (וואָג־ענדערונגען אין שווערע קרענק וואָס שפּיטאָליזירן דעם חולה איז שוין אַן אַנדער זאַך.) וואָס יאָ, אַן ערנסטע קראַנקייט קען אַ מאָל ענדערן די רגילותן פֿון לעבן, אויף אַזוי פֿיל, אַז מע דאַרף זיך ווידער „אײַנחזרן‟ געזונטע געוווינטשאַפֿטן. בכלל אָבער, אַז מע היילט זיך צו ביסלעך אויס, וועט דער קערפּער ווידער אָננעמען זײַן געוויינטלעכע וואָג.

טייל „פֿאָרווערטס‟־לייענערס קענען דיך ווי אַ יאָגע־אָנפֿירערין און ־לערערין, באַזונדערש אויף דער „ייִדיש־וואָך‟. ווינטש איך דיר זאָלסט קומען צו זיך, וועסטו ווידער קענען לערנען מיט אַנדערע ווי זיך צו באַוועגן אויף אַ געזונטן אופֿן. אַ רפֿואה שלמה!


פֿאַר וואָס ניסט מען, אַז מע גייט אַרויס אויף דער זון?

Why Do We Sneeze When Stepping into Sunlight?

חשובֿער ד״ר בערגער,
יעדעס מאָל װאָס איך גײ אַרױס פֿון דער אונטערבאַן און די זון שײַנט אויפֿן פּנים, דאַרף איך פּלוצלינג ניסן. פֿאַר װאָס?
איציק בלימאַן
קװינס, נ״י

טײַערער איציק בלימאַן,

די דאָזיקע קשיא האָט איר געשטעלט, זייער פּאַסיק, אין חודש ניסן, נאָר כ׳האָב זיך פֿאַרשפּעטיקט. כ׳האָף, אַז „אייר‟ וועט מיך מוחל זײַן!

דער דאָזיקער רעפֿלעקס פֿון ניסן ווען מע גייט אַרויס פֿון פֿינצטער אין דער זונענשײַן אַרײַן געפֿינט זיך בײַ 18% ביז 35% פֿון דער באַפֿעלקערונג. די סיבה איז ביז הײַנט אומבאַקאַנט, כאָטש פֿאָרשערס טראַכטן שוין לאַנג וועגן דעם ענין (אַפֿילו אַריסטאָ האָט דאָס דערמאָנט). לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט, אַז מע האָט געפֿונען אַ פֿאַרבינדונג צווישן אַ געוויסן גענע־טיפּ און דער „זון־ניסערײַ‟, כאָטש — ווי עס באַקומט זיך אָפֿט מאָל אין דער גענעטיק — איז נישט קלאָר ווי שטאַרק זי איז טאַקע פֿאַרבונדן דערמיט, און וויפֿל פּראָצענט פֿון די געווירקטע טראָגן די דאָזיקע גענע.

די זון־ניסערײַ איז איינע פֿון אַ משפּחה „ניס־רעפֿלעקסן‟. צום מערסטן טשיקאַווע, למשל, איז וואָס אַ טייל מענטשן ניסן נאָכן אָנפֿרעסן זיך מיט אַ גרויסן מאָלצײַט. מע האָט פֿאָרגעלייגט, אַז אַזעלכע רעפֿלעקסן האָבן אפֿשר צו טאָן מיט אַ פּלאָנטערניש אין מוח צווישן פֿאַרשיידענע נערוון־אימפּולסן. אַזוי ווי אַנדערע רעפֿלעקסן זײַנען איבערבלײַבעכצן פֿון די עופֿל־יאָרן, קען גאָר געמאָלט זײַן (אָדער זאָג איך דאָס נאָר אין שפּאַס?), אַז אַזאַ נאָס איז אַן איבערחזרונג פֿון יענער ערשטער רעקאַציע, ווען מ’איז אַרויס צום ערשטן מאָל פֿון טונקעלן הייבמוטער אין דער ליכטיקער וועלט אַרויס. אַסותא!


אַ חבֿר פֿון ענגלאַנד פֿרעגט:
„פֿאַר וואָס האָט איר אויסגעקליבן די מעדיצין ווי אַ קאַריערע?‟

פֿאַראַן אַ סך ענטפֿערס, נאָר כ׳וועל דערציילן וועגן אַן איבערלעבונג, וואָס איז מיר פּונקט הײַנט פֿאָרגעקומען בײַ דער אַרבעט. כ׳האָב זיך געאַמפּערט אין קליניק מיט אַ פֿרוי מיט פֿיר קינדער, אַ נישט־לאַנג באַזײַטיקטע פֿון דער אַרבעט, מיט כראָנישע ווייטיקן. זי האַלט בײַ דער מיינונג, אַז די נאַרקאָטיק איז די בעסטע לייזונג פֿון איר פּײַן. כ׳בין טיילווײַז מסכּים, און כ׳שרײַב איר דווקא אויס נאַרקאָטיק. (אַנדערע טיפּן מעדיקאַמענטן, ווי, צום בײַשפּיל די קעגן־אָנצינדונג־מיטלען, טאָר זי נישט ניצן צוליב אַנדערע מעדיצינישע פּראָבלעמען.) זי וויל אָבער מער, און כ׳זאָג זיך אָפּ: אַ העכערע דאָזע, זאָג איך, וועט אַרויסרופֿן נישט־גינציקע עפֿעקטן; אויף פּראָסט ייִדיש — בײַ די הויכע דאָזעס נאַרקאָטיק, איז אַ רפֿואה אַ מאָל ערגער ווי די מכּה. כ׳גיב זיך נישט אונטער, כאָטש כ׳פּרוּוו אויסדריקן דאָס טיפֿסטע מיטגעפֿיל און פֿאַרשטאַנד. זי שטייט־צו. זי וויינט און גייט אַרויס אַן אַנטוישטע.

אין אַ פּאָר שעה אַרום קומט אָן פֿון איר אַ בליצבריוול: „נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, ביסט אַ גוטער דאָקטער.‟

נחת און טרערן, קאָנפֿליקט און מיטגעפֿיל — דאָס איז מײַן נייטיקע מעדיצינישע געצײַג.


קשיא וועגן דער טאָכטערס טעסט־רעזולטאַטן

Concern About a Daughter's Test Results

טײַערער ד״ר בערגער,

מײַן 37־יאָריקע טאָכטער האָט מען געלאָזן ביִאָפּסירן צוליב געוויסע לאַבאָראַטאָריע-רעזולטאַטן פֿון איר לעבער — ALP און AMA. קענסט מיר ביטע געבן צו פֿאַרשטיין, וועלכע רעזולטאַטן פֿון די טעסטן זײַנען נאָרמאַל, און וועלכע קערן אָנווײַזן אויף אַ פּראָבלעם?

אַ דאַנק,
מאָריס וואָלפֿטהאַל,
היוסטאָן, טעקסאַס


עס טוט מיר באַנג צו הערן וועגן די געזונט־פּראָבלעמען פֿון אײַער טאָכטער. אויף איין פֿוס קען איך נישט ענטפֿערן וועגן דעם פּינקטלעכן מצבֿ פֿון איר לעבער, נאָר כ’קען עפּעס איבערגעבן וועגן דעם, ווי צו פֿאַרשטיין די לאַבאָראָטאָריע־רעזולטאַטן וואָס זײַנען געקניפּט און געבונדן מיט דער הײַנטיקער מעדיצין.

וועגן די געוויסע לעבער־טעסטן וואָס איר האָט דערמאָנט, קענט איר לייענען דאָ: https://www.nlm.nih.gov/medlineplus/ency/article/003470.htm

און דאָ:

//www.mayomedicallaboratories.com/test-catalog/Clinical+and+Interpretive/8176

איין פּשוטן כּלל וויל איך דאָ איבערגעבן, וואָס קען גרינג פֿאַרגעסן ווערן ווען מע ווערט פֿאַרפֿלייצט פֿון געזונט־ידיעות: אַ לאַבאָראַטאָריע־רעזולטאַט — צום בײַשפּיל, אַ בלוטטעסט — איז נאָר נוצלעך כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין וואָס קומט פֿאָר מיטן פּאַציענט. ס’איז זעלטן, אַז איין רעזולטאַט, איין ציפֿער, זאָל האַלטן אין זיך דעם גאַנצן סוד פֿון אַ מענטשנס געזונט.

לאָמיר אָננעמען, צום בײַשפּיל, דעם לעבער. אַ געוויינטלעכע סעריע טעסטן כאַפּט אַרײַן אפֿשר 5 אָדער 6 רעזולטאַטן, וואָס קאָנען באַשרײַבן פֿאַרשיידענע פֿונקציעס פֿון יענעם אָרגאַן. נאָר וואָס דען? נישט יעדע נומערישע אומנאָרמאַלקייט הייסט, אַז אַ באַטײַטיקע אומנאָרמאַלקייט — שוין אָפּגערעדט, פֿון אַן ערנסטער קרענק — שטעקט אין דעם טעסטירטן אָרגאַן. געוויסע אָפֿט־אויסגעשריבענע לעבערטעסטן (די ALT און AST) קענען אויסקומען העכער צוליב העפּאַטיט, ווירוס־אינפֿעקציעס, אָדער אַפֿילו צוליב געוויסע מעדיקאַמענטן. אַ מאָל קען זיך באַקומען אַן „אומנאָרמאַלקייט‟ גלאַט אַזוי.

בקיצור, קיין טעסט איז נישט פּערפֿעקט. אַלץ מוז מען באַטראַכטן אין קאָנטעקסט. אין מעדיצין ווי אין לעבן בכלל, ווענדט זיך עס וווּ דער חמור שטייט. ווען אַ געזונטער מענטש באַקומט, ווי עס פֿירט זיך דער רוטין אין אַמעריקאַנער דאָקטער־ביוראָען, מיט איין מאָל אַ גאַנצע ריי טעסטן, וועט אַ טייל פֿון זיי מן־הסתּם צוריקקומען ווי „אומנאָרמאַל‟, בלויז צוליב די תּקנות פֿון דער סטאַטיסטיק. אַ דאָקטער — ווי אויך אַ פּאַציענט — מוז וויסן די פּריאָריטעטן און די ערנסטקייט פֿון סימפּטאָמען, כּדי צו דערגיין די וויכטיקייט (אָדער אומשײַכות) פֿון די טעסטן.

דער פֿאַל פֿון אײַער טאָכטער איז עפּעס אַנדערש. צום באַדויערן ווייסט מען שוין, אַז עפּעס איז מיט איר דער מער אין לעבער. מסתּמא זײַנען די לאַבאָראַטאָריע־טעסטן וויכטיק, נאָר איצט — ווי איר גיט איבער — פּרוּווט מען זיי צונויפֿבינדן מיט די רעזולטאַטן פֿון דער ביאָפּסיע. אויף דעם דאַרף מען נישט קיין עצות־רובריק, נאָר גיכער אַ דאָקטער, וואָס קען מיט מיטגעפֿיל און קענטשאַפֿט באַטראַכטן די פּאַציענטקע פֿון דער נאָענט, און זיך אויך באַקענען מיט איר סבֿיבֿה. אַרום און אַרום ווינטש איך איר אַ רפֿואה־שלמה.


מעג מען ניצן גרייפּפֿרוכט נידעריקער צו מאַכן דעם בלוט־דרוק?

Can Grapefruit Safely Lower One's Blood Pressure?

ליבער ד״ר בערגער:
צי איז גרייפּפֿרוכט געזונט צו עסן, כּדי נידעריקער צו מאַכן עמעצנס בלוטדרוק?
איידל רעזניק
צפֿת, ישׂראל

מיר זײַנען נישט באַקאַנט קיין באַווײַזן, אַז דער גרייפּפֿרוכט אַליין מאַכט נידעריקער דעם בלוטדרוק. נאָר ער קען בײַטן די ווירקונג פֿון מעדיקאַמענטן, וואָס זאָלן באַהאַנדלען דעם הויכן בלוטדרוק — ווי אויך אַ סך אַנדערע טיפּן מעדיצינען.

ווי אַזוי? גאָר אַ סך מעדיקאַמענטן ווערן פֿונאַנדערגענומען אין קערפּער פֿון אַ געוויסער משפּחה ענזימען (בלע”ז — enzymes) וואָס מע רופֿט זיי ציטאָכראָמען. די דאָזיקע ענזימען געפֿינען זיך סײַ אין די אינגעוויידן, סײַ אינעם לעבער. באַקומט זיך, אַז אַ צאָל רפֿואות ווערן פֿאַרדײעט צוויי מאָל, איידער זיי ווערן סיסטעמאַטיש אײַנגעזאַפּט פֿונעם גוף און האָבן אַן אַלגעמיינעם עפֿעקט.

גרייפּפֿרוכט־זאַפֿט איז אַ רײַך געמיש פֿון פֿאַרשידן־מיניקע מאָלעקולן, נאָר טייל פֿון זיי בינדן זיך גרינג צו צו די דאָזיקע „צעשטערערישע‟ ענזימען. די אונטערשטע שורה: דער גרייפּפֿרוכט־זאַפֿט, דורכן בלאָקירן די ענזימען, קען גאָר פֿאַרהעכערן די בלוט־קאָנצענטראַציע פֿון אַ צאָל רפֿואות.

ס’איז שווער צו האַלטן אַ גענויעם חשבון פֿון אַלע מעגלעכע פּראָבלעמען מיט די מעדיקאַמענטן, און אַ סך דאָקטוירים פֿרעגן נישט, אָדער הערן זיך נישט צו צום פּאַציענטס ענטפֿער. כּדי צו זײַן זיכער, קען איך פֿאָרלייגן צוויי מעגלעכקייטן:

  1. אויב מע מוז טרינקען אַ גלעזל גרייפּפֿרוכט־זאַפֿט, איז בעסער נישט צו טרינקען אין זעלבן טאָג ווען מע נעמט אײַן אַ מעדיצין, וואָס קען געשטערט ווערן. (פֿרעגט אײַער דאָקטער, צי אײַער מעדיצין געהערט צו דער קאַטעגאָריע).

  2. זעט אַז אַלע אײַערע מעדיקאַמענטן זײַנען טאַקע נייטיק. רעדט זיך גוט דורך מיט אײַער דאָקטער וואָס שייך די פּלוסן און מינוסן פֿון אײַערע רפֿואות; ס׳קען זײַן אַז טייל פֿון זיי זײַנען נישט אַזוי נייטיק ווי איר האָט געמיינט, קענט איר זיי אויפֿהערן אײַננעמען, און במילא אויסטרינקען אײַער זאַפֿט מיט אַ לײַכטערן געמיט.


ליבער ד״ר בערגער:
װי רעאַליסטיש זײַנען די קרענק אין דער טעלעװיזיע־סעריע „דאָק’ מאַרטין‟? קען מען טאַקע מיט אײן אױגנבליק שטעלן דעם דיאַגאָז „קושינגס סינדראָם“?
רפֿאל פֿינקל
לעקסינגטאָן, קענטאָקי

כ’קען נישט די דאָזיקע פּראָגראַם. מיינט איר, ס’איז כּדאַי צו קוקן?

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז זיכער אמת, אַז טייל דיאַגנאָזן קען מען דערקענען מיט בלויז איין בליק. איר האָט אָנגעגעבן אַ קלאַסישן בײַשפּיל. אין „קושינג־סינדראָם‟, לײַדט דער קערפּער פֿון אַן עודף פֿון קאָרטיסאָל, אַ מאָלעקול וואָס ווערט פּראָדוצירט פֿון די אַדרענאַלע דריזן (די צוויי „יאַרמולקעס‟ פֿון די נירן). פֿון אַזאַ איבעריקייט פֿון קאָרטיסאָל באַקומעט מען זייער אַן אייגנאַרטיקע רונדלעכע צורה, בײַנאַנד מיט אַ הויקער און דינע, רויטלעכע הויט. פֿריִער איז די סיבה פֿון אַזאַ קרענק געוויינטלעך געווען אַן אָנוווּקס אויפֿן צוגאָבדריז (בלע”ז pituitary gland), נאָר הײַנט צו טאָג, געפֿינט מען דאָס גיכער בײַ מענטשן וואָס נעמען אײַן געוויסע מעדיצינען.

טשיקאַווע צוצוגעבן, אַז האַואַרד קושינג, וואָס האָט אַנטדעקט דעם סינדראָם (און האָט אויך געאַרבעט בײַ מײַן שפּיטאָל, דזשאָנס־האָפּקינס), איז, ווי אַ נעווראָכירורג, געווען אַ פּיִאָנער בײַם ניצן אָרטיקע אַנעסטעטיק (שלאָפֿמיטלען) בײַ כירורגישע אָפּעראַציעס.


פֿרעגט אַ געזונט־שאלה!

Ask A Health Question!

די וואָך פֿירט דער „פֿאָרווערטס” אײַן אַ בלאָג, „פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער”, וווּ ד״ר שלום בערגער, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר אין דער „דזשאָנס האָפּקינס” מעדיצינישער שול אין באָלטימאָר, מערילאַנד, וועט ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿון אונדזערע לייענער, פֿאַרבונדן מיט געזונט־ענינים.

ד״ר שלום בערגער איז דער מחבר פֿונעם בוך, Talking to Your Doctor [ווען איר רעדט מיט אײַער דאָקטער] — אַ וועגווײַזער פֿאַרן פּאַציענט, ווי אַזוי אויפֿצוהאַלטן אַ גוטע קאָמוניקאַציע מיטן דאָקטער, נישט בלויז בעת דער גוף־באַטראַכטונג, נאָר אין אַלגעמיין.

ד״ר בערגער וווינט אין באָלטימאָר מיט זײַן פֿרוי און דרײַ קינדער, וואָס ער דערציט אויף ייִדיש.

שיקט אײַערע שאלות צו: sholemberger@yiddish.forward.com