Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (ערשטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 1)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
  • Single Page

(Page 5 of 5)

ווי פֿריִער, האָט זעליג כײַמאָוויטש יעדן טאָג געלייענט די מאָסקווער צײַטונג “פּראַוודאַ” און פֿון דאָרט געשעפּט טעמעס פֿאַר זײַן קעגנערשאַפֿט — די קללות. זיי פֿלעגן אַרויספֿליִען פֿון זײַן מויל און זיך אויפֿרײַסן אין דער לופֿטן, ווי באָמבעס: “זאָלן זיי שוין עסן, וואָס ס’איז דאָ אין די קלייטן!”, “זאָלן זיי שוין לעבן אויף דעם געהאַלט וואָס איך באַקום!”, “זאָלן זיי שוין ברענען אויפֿן שײַטער פֿון זייער ליכטיקער צוקונפֿט!”…

— וואַרף שוין אַוועק די צײַטונג! — האָט מאַניע קאָמאַנדעוועט פֿון קיך, — וואָס רעגסטו זיך אויף די נערוון?

— וווּ קענסטו עס פֿאַרשטיין? — האָט זאַכאַר געענטפֿערט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ יחיד־במינו. — זיי פֿירן אונדז אַלעמען צו אַן אָפּגרונט!

אַן אַנדער מקום פֿאַר זײַן שטילן קאַמף איז געווען דער טעלעוויזאָר. יעדן פֿאַרנאַכט, זאָל אַפֿילו דער הימל פֿאַלן צו דער ערד, פֿלעגט כײַמאָוויטש קוקן די נײַעס־פּראָגראַם; און יעדעס מאָל, נאָכן אויסהערן דעם וועטער־פּראָגנאָז, זיך אויפֿהייבן פֿונעם פֿאָטעל און ווי אַ פּסק־דין אַרויסברענגען: “ליגנערײַ, אַרום און אַרום! ווי קען מאָרגן זײַן אַ זוניקער טאָג, אַז עס ברעכן מיר הײַנט די ביינער צו אַ רעגן?”

אָנגעלאָדן מיט אַ “פּאָזיטיווער ענערגיע”, באַקומען פֿון די “מאָסקווער נײַעס”, פֿלעגט דער טאַטע אַרײַנגיין אין שלאָף־צימער. דאָרט, אין אַ ווינקל, ווי אַ טייל פֿונעם מעבל־גאַרניטור, איז געשטאַנען אונדזער ראַדיאָלע “מאַיאַק” (לײַכט־טורעם); דאָס הייסט, אַז מ’האָט עס געקאָנט נוצן ווי אַ ראַדיאָ, אָבער אויך דרייען אויף דעם פּלאַטעס. צו קויפֿן די דאָזיקע “שיינע און נוצלעכע זאַך” האָט אויסגעפֿירט די מאַמע.

— דו ווייסט כאָטש, וויפֿל סע קאָסט די באַנדורע? — האָט זיך באַלד קעגנגעשטעלט דער טאַטע.

ער האָט בכּיוון באַטאָנט דאָס וואָרט “באַנדורע”, אַראָפּרײַסנדיק דערמיט די ווערט פֿון אַ זאַך, וואָס ס’איז נישט כּדאי אויסצוגעבן אויף דעם קיין געלט. און צוגעגעבן אַ נײַעם אַרגומענט:

— ס’איז דאָ מער וויכטיקערע זאַכן צו קויפֿן!

— דיר וואָלט געווען גענוג ביז הײַנט אַרומצוגיין אין דײַן אָפּגעבליאַקעוועטער גימנאַסטיאָרקע און אָפּגעריבענע גאַליפֿע־הויזן! — האָט די מאַמע אים נישט געקאָנט מוחל זײַן דאָס נישט וועלן זיך שטעלן אונטער דער חופּה אין אַ “דאַראַבאַנץ־קאָסטיום”. — נישט דו דאַרפֿסט עס האָבן, נאָר דײַן זון, צו הערן שפּילן פּלאַטעס מיט גרויסע פֿידל־ווירטואָזן.

— און וווּ וועסטו נעמען אַזוי פֿיל געלט? — האָט דער טאַטע זיך געטשעפּעט פֿאַר דער לעצטער געלעגנהייט. די מאַמע האָט אָבער געהאַט אַן ענטפֿער אויך אויף דער פֿראַגע:

— איך האָב מײַן קניפּל!

ס’איז קלאָר געווען, אַז די מאַמע האָט זיך צוגעגרייט צו דעם שמועס פֿון פֿריִער; זי האָט אַפֿילו שוין געוווּסט וואָסער ראַדיאָ־אַפּאַראַט מע דאַרף קויפֿן. איר שוועסטערקינד, וואָס האָט געאַרבעט אינעם שטאָטישן “אוניווערמאַג”, האָט עס איר דײַטלעך דערקלערט — בעסער פֿון “מאַיאַק” איז הײַנט נישטאָ!

דאָס באַווײַזן זיך אין אונדזער שטוב פֿון אַזאַ לוקסוס־זאַך, האָט געלייגט אַן אָנהייב פֿון מײַן זאַמלען פּלאַטעס מיט קלאַסישער מוזיק. די ערשטע צײַט פֿלעגט דער טאַטע, מעגלעך, ווי אַ מין פּראָטעסט אויף זײַן מפּלה, נישט צוגיין צו דער ראַדיאָלע, געקוקט אויף איר, ווי אויף אַ שיין אומניצלעך שפּילעכל. צומאָל, פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן, האָט ער זיך שטיל צוגעשאַרט צו דער “באַנדורע”, אַ קוועטש געטאָן איין קלאַוויש פֿון די זיבן אויפֿן פּאַנעל, אַן אַנדערע, אַ דריי געטאָן די ווײַסע קײַלעכדיקע הענטלעך פֿון איין זײַט, פֿון דער צווייטער זײַט; דערנאָך אַרײַנגעקוקט אינעם גרינעם אייגל-לאָקאַטאָר, וואָס האָט געוויזן, ווי פּינקטלעך איז געפֿונען געוואָרן די סטאַנציע, און מיטן לעצטן קוועטש — אויסגעלאָשן דעם אַפּאַראַט.

נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין מיטעלן מיזרח, האָט “מאַיאַק” צוגעצויגן כײַמאָוויטשן אַלץ מער און מער. גאָר אין גיכן האָט ער שוין געוווּסט, וווּ פּינקטלעך צו געפֿינען די געגאַרטע סטאַנציע “קול־ישׂראל”, און, שיִער נישט אַרײַנקריכנדיק מיט אַן אויער אין זײַן “באַנדורע”, אַרויסכאַפּן פֿון דעם גרילצנדיקן זשום שטיקער זאַצן און באַזונדערע ווערטער אויף ייִדיש… אים איז עס געווען גענוג, כּדי דערנאָך, בײַ נאַכט, אָנשטעלנדיק דעם בליק אין דער סטעליע אַרײַן, פֿון די שטיקלעך ידיעות צונויפֿשטוקעווען “אַ פֿול בילד פֿון די מעשׂים”.

ווי אַ געניטער פֿאַרבינדלער אין שטאַב פֿון אַ געהיימער אַרמיי אויף אַ געהיים־פֿראָנט, האָט זאַכאַר כײַמאָוויטש אויסגעזוכט די סטאַנציעס פֿון “פֿײַנטלעכע שטימען”, וואָס די מאַכט האָט קעגן זיי געלאָזט אין גאַנג אַלע אירע טראַסקענדיקע, זשומענדיקע, פֿײַפֿנדיקע און גרילצנדיקע מיטלען צו דערשטיקן די “ליגנערישע אימפּעריאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע”, צו וועלכער עס זײַנען אַזוי נײַגעריק געווען אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי כײַמאָוויטש. שוין אַליין אין גאַנצן פֿאַרהילכט און פֿאַרהלושעט, מיט אַ שווערן קאָפּ, אָנגעשטאָפּט מיט “פֿרישער אינפֿאָרמאַציע”, פֿלעגט זאַכאַר אַ מידער זיך קוים דערשלעפּן צום געלעגער און אַ פֿאַל טאָן אָן כּוח, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן סאָלדאַט נאָך אַ טייטלעכער שלאַכט.

איך האָב שוין צו יענער צײַט נישט געוווינט מיט די עלטערן, זיך געלערנט אין אַן אַנדער שטאָט, אָבער בײַ מײַנע קורצע באַזוכן, האָט די מאַמע זיך געקלאָגט פֿאַר מיר: “גיי ווייס, אַז די ‘באַנדורע׳ טראָגט אין זיך אַזאַ בייזן כּישוף!” און שוין גאָר באַזאָרגט, צוגעגעבן:

— ווער דאַרף עס האָבן, מיט אַזעלכע צעשרויפֿטע נערוון? דערצו איז ער שוין אין גאַנצן טויב געוואָרן פֿון דעם טראַסק און זשום!

צו דעם יאָר וואָס איך האָב געזאָלט זיך שטעלן צום פּריזיוו, איז פֿון די הויכע מיליטערישע פֿענצטער אַראָפּגעלאָזט געוואָרן אַ באַפֿעל, אַז פֿאַר אַזעלכע יאַטן ווי איך, וואָס זיי איז דערלויבט געוואָרן אָפּציִען זייער דינסט, כּדי צו פֿאַרענדיקן די בילדונג, איז גענוג אויך צו דינען איין יאָר, נישט צוויי, ווי ס’האָט געפֿאָדערט דער חובֿ פֿון אַנדערע רעקרוטן. מעגלעך, אַז די תּפֿילות פֿון אַזעלכע מאַמעס ווי מײַן מאַמע, זײַנען דערגאַנען צום אייבערשטן, צי אין שטאַב פֿון די סאָוועטישע באַוואָפֿנטע קראַפֿטן אין מאָסקווע, וווּ מ’האָט באַשלאָסן, אַז פֿון אַזעלכע סאָלדאַטן ווי איך, וועט סײַ־ווי קיין גרויסער טאָלק נישט זײַן. צוריק גערעדט, וווּ נאָך קאָן מען אויסנוצן אַזעלכע נישט־טויגערס, ווי מוזיקאַנטן, אַרטיסטן, מיט איין וואָרט, מענטשן “אָן אַ נוצלעכער פֿאַך”, אַז נישט אין די מיליטערישע בוי־באַטאַליאָנען. לויט די חשבונות פֿון די גענעראַלן, איז נישט שווער צו פֿאַרבײַטן, למשל, אַ פֿידל אויף אַ באַרשט אָדער אַ קעלניע, און דעם פֿידלער אַליין אויסלערנען צו פֿאַרבן אָדער טינקעווען די ווענט אויף די אַרמיייִשע אָביעקטן. וואָס איז דער אונטערשייד צווישן דעם רײַבן מיטן סמיטשיק, און שמירן מיט דער באַרשט?!

אַזאַ פּערספּעקטיוו פֿון זײַן איינציקן זון, וואָס שפּילט אויף קאָנצערטן דאָס ווירטואָזע ווערק “ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”, האָט געמאַכט אַ סוף צום שטילן קאַמף פֿון זעליג כײַמאָוויטשן קעגן “זײ”; אַפֿילו אָן מאַניעס קאָמאַנדע האָט עס אים אויפֿגעהויבן פֿון זײַן “פֿרידלעכער אָקאָפּע” און אַ טרײַב געטאָן אין אַן אָפֿענער שלאַכט…

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

*”בעלאָמאָר קאַנאַל” — אַ סאָרט פּאַפּיראָסן

**”וופּעריאָד, זאַ ראָדינו, זאַ סטאַ…” — פֿאָרויס, פֿאַרן היימלאַנד, פֿאַר סטאַלין!

המשך