Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (ערשטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 1)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
  • Single Page

1. פֿידל

Yehuda Blum

אין מײַן לעבן איז געווען איין יאָר, וואָס ווען איך קוק זיך אום, זעט עס מיר אויס, ווי אַ שמאָל, געל פּאַסיקל אויף די טונקל־רויטע פּאָגאָנעס, נישט ברייטער פֿון מײַן קליינעם פֿינגער. און דאָך פֿלעגט דאָס פּאַסיקל אַרײַנברענגען אין דעם ניט־פּשוטן לעבן פֿון אַ סאָלדאַט אַ דין האָפֿענונג־שטראַלעכל; עס האָט דעם סאָלדאַט צוגעטיילט דעם ראַנג פֿון אַ יעפֿרייטער, און יעפֿרייטער איז שוין נישט אַבי ווער, נאָר דאָס ערשטע טרעפּל אויפֿן לאַנגן לייטער אַרויף צו די גאָלדענע עפּאָלעטן פֿון אַ גענעראַל.

אויף דער אַרמיייִשער שפּראַך האָט מען דאָס דאָזיקע געלע פּאַסיקל גערופֿן “ליטשקאַ”. אויף רוסיש האָט עס אַפֿילו נישט קיין פּינקטלעכן טײַטש, און קאָן מיינען אַ מין צוטשעפּעניש, אַ שטיקל פֿון עפּעס; מיט איין וואָרט — אַ קלייניקייט. אָבער נישט, חלילה, אויף די פּאָגאָנעס פֿון אַ סאָלדאַט. אַ ליטשקע טיילט באַלד אָפּ דעם גרינעם רעקרוט פֿונעם אויסגעפּרוּווטן “גרײַז”, וואָס ווייסט שוין גוט דעם טעם פֿון דער סאָלדאַטסקע קאַשע. אָט די איינציקע שמאָלע ליטשקע גיט דעם סאָלדאַט צו קראַפֿט און אָפּשײַ, מאַכט ברייטער זײַנע אַקסלען, פֿעסטער זײַן שטים, לענגער זײַנע הענט, שטעלט אים נענטער צום קאָמאַנדיר און צו דעם מאָגערן קעסעלע פֿון אַרמיייִשע פּריווילעגיעס…

איין יאָר פֿון מײַן לעבן האָב איך געדינט אין אַן אַרמיי, וועלכע עקזיסטירט שוין נישט מער, ווײַל דאָס לאַנד וואָס זי האָט פֿאַרטיידיקט, איז אויך מער נישטאָ אויף דער וועלט־מאַפּע. פֿאַר יעדן בירגער פֿון יענעם לאַנד, וואָס האָט דערגרייכט צום פּריזיוו־עלטער, איז עס געווען אַ הייליקער חובֿ — פֿאַרן אויסהאָדעווען, דערציִען, לערנען, היילן, פֿאַרטיידיקן… מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז שוין פֿון דער ערשטער רגע אָן, ווי נאָר ס’איז קלאָר געוואָרן, אַז דאָס גליטשיקע נפֿשל פֿון אַ בערעק־קאָליר, נאָך וועלכן עס שלעפּט זיך פֿון דער קימפּעטאָרינס טראַכט דער נאָפּלשנור, איז אַ ייִנגעלע, — מע זאָל אויף דער ליסטע פֿון פּריזיווניקעס געווען מאַכן אַ פּאַסיקע רעגיסטרירונג. אַזוי איז געשען אויך אין יענעם טאָג: די פֿעסטע האַנט פֿונעם שטאַלטנעם רוסישן אָפֿיציר אין די העכסטע הימלען פֿון דער מיליטערישער קאַנצעלאַריע האָט פֿעסט, מיט אַ קאַליגראַפֿישן כּתבֿ אַרײַנגעשריבן — כײַמאָוויטש, אײַזיק זאַכאַראָוויטש, פּריזיוו־דאַטע — 1969. אָפּגעקלעקט די טינט מיט אַ שווערן מאַרמאָר־קלעקער, האָט דער בלוי־אויגיקער אַפֿיציר לײַכט אַ פֿיר געטאָן מיט דער ברעם, וואָס האָט געקאָנט מיינען: “נו, נו… שוין איין מאָל אַ סאָלדאַט — כײַמאָוויטש!” — און ווידער זיך גענומען צו דער פּען; אין יענעם פֿינפֿטן נאָך־מלחמהדיקן יאָר האָבן די ווײַבער איבערן גאַנצן רחבֿותדיקן שטח פֿונעם מעכטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך צעקינדלט מיט ייִנגעלעך.

און דער נײַ-געבוירענער סאָלדאַט, אײַזיק כײַמאָוויטש, האָט שוין געגעבן וועגן זיך צו וויסן מיט זײַן קוויטשיק שטימעלע, אַז די וועלט קאָן זיך אויף אים פֿאַרלאָזן. יעדנפֿאַלס, דער וועלט־טייל, פֿאַר וועלכן זײַן פֿאָטער, זאַכאַר כײַמאָוויטש, האָט פֿאַרגאָסן בלוט. ער האָט אָנגעהויבן זײַן מלחמה־וועג אין אויגוסט 1941, און פֿאַרענדיקט אים אין 1945, אין קעניגסבערג, מיט אַ שווערער קאָנטוזיע… אמת, דעם נאָמען זאַכאַר האָט אים פֿאַרשריבן אין זײַן אַרמיייִש ביכעלע דער סטאַרשינאַ אויפֿן פּריזיוו־צירקל, דווקא אַ ייִד: “גענוג — האָט ער שטילערהייט דערקלערט — אַז דו ביסט כײַמאָוויטש, טראָגסטו נאָך אַ פֿאַרדרייטן נאָמען — זעליג. ווער וועט עס דען קאָנען אַרויסרעדן?!”

ווען זעליג־זאַכאַר איז געלאָפֿן אונטער דעם פֿײַפֿנדיקן קוילן־האָגל אין זײַן ערשטער אַטאַקע, האָט אים קיינער נישט גערופֿן אויפֿן נאָמען. אין יענע מינוטן האָט ער, דאַכט זיך, אַליין פֿאַרגעסן ווי ער הייסט. ער וואָלט, אַוודאי, געקאָנט דערציילן יענעם סמאַרקאַטש פֿון די הויכע מיליטערישע פֿענצטער, דער שטאַב־מויז, וואָס הייסט, צו גיין אין אַן אַטאַקע, אָבער די דאָקטוירים, צוליב זײַן קאַנטוזיע, האָבן אים פֿאַרווערט סײַ זיך צורירן צום פּעקל פּאַפּיראָסן און סײַ זיך איבעריק נערווירן. אין זײַן לעבן איז דעם עלטערן כײַמאָוויטש אויסגעקומען צו זען נישט איין פּאַסקודניאַק. נישט זיי אָבער האָבן געקאָנט איבערקערן זײַן גלויבן אין דער גערעכטיקייט פֿון דעם לעבנס־וועג, וואָס ער האָט דורכגעמאַכט.

די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע בײַ אונדז אין שטוב, וואָס האָט דערמאָנט אין מײַן טאַטנס מלחמה, איז געווען דאָס שוואַרץ־ווײַסע פּאָרטרעט־בילד, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט אינעם שלאָף־צימער פֿון מײַנע עלטערן. דער טאַטע אין זײַן סאָלדאַטסקע מונדיר, וואָס פּונקט אין אַזעלכן האָבן די מלחמה־זיגער מאַרשירט אויפֿן רויטן פּלאַץ אין מאָסקווע, דעם 24סטן יוני 1945, בעתן נצחון־פּאַראַד; און לעבן אים זיצט מײַן מאַמע אין אַ ווײַסער דורכזיכטיקער דעקטוך פֿון אַ כּלה, מיט אַ קרענצל פֿון פֿאָרנט — ביידע פֿאָטאָגראַפֿירט אינעם טאָג פֿון זייער חתונה. און כאָטש עס זײַנען אַוועק זינט דער מלחמה כּמעט דרײַ יאָר, איז מײַן טאַטע, אין דעם גליקלעכן טאָג פֿון זײַן פֿרידלעך לעבן, געגאַנגען צו דער חופּה אָנגעטאָן אין זײַן אַרמיייִשן פּאַראַד־מונדיר, מיט פּאָגאָנעס פֿון אַ יעפֿרייטאָר, און מיט די דרײַ מעדאַלן, צוגעטשעפּעט צו דער לינקער זײַט — “פֿאַר דרייסטקייט”, “פֿאַר באַפֿרײַען קעניגסבערג” און “פֿאַרן זיג איבער די דײַטשישע פֿאַשיסטן”. וויפֿל די מאַמע זאָל אים נישט געווען בעטן און זיך מיט אים נישט געאַמפּערט אָנצוטאָן דעם טונקל־בלאָוון דאַראַבאַנץ־קאָסטיום, וואָס איר שוועסטערקינד איז אים גרייט געווען צו באָרגן צו דער חתונה, האָבן אירע רייד נישט געהאָלפֿן.

ווי געזאָגט, איז דער חתונה־פּאָרטרעט געהאָנגען אינעם שלאָף־צימער פֿון אײַזיקס טאַטע־מאַמע, אַקוראַט איבער זייער ברייטער אײַזערנער בעט, און איז געוויס געווען אַן עדות פֿון אײַזיקס פֿאַרשוואַנגערונג. כאָטש ס’איז געשען אין סאַמע אָנהייב פֿון דער קאַלטער מלחמה, און וועדליק די נײַעס, וואָס האָבן זיך געטראָגן פֿון דעם ראַדיאָ, ווי האַרבע קללות אויפֿן קאָפּ פֿונעם וועלט־קאַפּיטאַליזם, האָט זאַכאַר כײַמאָוויטש באַשלאָסן בײַ זיך, אַז ווי ס’זאָל ווײַטער זיך נישט אויסדרייען, מוז ער, ווי אַן עכטער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אַרײַנברענגען זײַן שטיקל חלק צו פֿאַרשטאַרקן די שוצפֿעיִקייט פֿון זײַן פֿאָטערלאַנד. נישט אומזיסט האָט דאָך חבֿר סטאַלין געשטעלט דעם “פּלוידערזאַק טשערטשיל” אויף איין ברעט מיט היטלערן; שוין אָפּגערעדט, וועגן דעם “כיטרע פֿיקסל טרומען” מיט זײַנע מיאוסע אינטריגעס…

זאַכאַר כײַמאָוויטש האָט געלייענט יעדן טאָג די צײַטונג “פּראַוודאַ” (אמת) און, אַז חבֿר סטאַלין האָט אַזוי געזאָגט, איז עס געזאָגט! ניין, זאַכאַר כײַמאָוויטש איז נישט געווען קיין מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, צו אַזאַ כּבֿוד איז ער נאָך נישט דערוואַקסן; ער איז געווען אַ פּשוטער עקספּעדיטאָר אויף דעם “שוך־קאָמבינאַט”, אָבער דער סעקרעטאַר פֿון זייער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע, מאַטוויי יאָסיפֿאָוויטש בראָנשטיין, האַלט פֿון אים אַ וועלט. חבֿר בראָנשטיין האָט שוין נישט איין מאָל געזאָגט פֿאַר אַן עולם אַז, נישט געקוקט דערויף, וואָס חבֿר כײַמאָוויטש איז נישט קיין קאָמוניסט, איז ער מיטן גײַסט אַ פּאַרטיימענטש!

חבֿר בראָנשטיין פֿירט יעדן מאָנטיק דורך מיט די מיטאַרבעטער פֿונעם קאָמבינאַט אַ “פּאָליטשטונדע” אין זייער “רויטן ווינקל”, און דערקלערט זיי זייער פּינקטלעך און קלאָר סײַ די אַלגעמיינע פּאָליטישע סיטואַציע אין דער וועלט און סײַ ווי זי ווערט אָפּגעשאַצט פֿון דעם צענטראָל־קאָמיטעט. איז אָט, ווען ער וואָלט, למשל, אַרײַנגערופֿן דעם מיטאַרבעטער זאַכאַר כײַמאָוויטשן צו זיך אין קאַבינעט און אים שטיל, נאָר פֿעסט געזאָגט: “איר ווייסט דאָך, חבֿר כײַמאָוויטש, אַז אונדזער רעגירונג האָט אָנערקענט די יונגע ייִדישע מדינה אין מיטעלן מיזרח, איזראַיִל…” — אַוודאי, ווייסט ער; חבֿר בראָנשטיין אַליין האָט עס דערקלערט אויף דער לעצטער פּאָליטשטונדע… — “איז דאָ אַ מיינונג פֿון אויבן, מע זאָל אײַך שיקן אַהין מיט אַ שליחות — צוצושטעלן דער יונגער ייִדישער מלוכה לעדערנע פּאָדעשוועס און עטלעכע וואַגאָנען הילצערנע פֿלעקלעך פֿאַר זייער שוך־אינדוסטריע…”