Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (ערשטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 1)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
  • Single Page

(Page 3 of 5)

דער מוזיקאַליש־פּאָליטישער סיכסוך אין דער משפּחה כײַמאָוויטש אין סאַמע ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה, ווען ס’האָט שוין בפֿירוש געהאַלטן זייער שמאָל מיטן שלום אין דער וועלט — איז געווען נאָר דער הינטערגרונט, דער אַראָפּגעלאָזטער פֿאָרהאַנג, אַזוי צו זאָגן. אויף דער אַוואַנסצענע איז געשטאַנען אַן אומגעלומפּערטער בחור אין דער עלטער, ווען אַלץ אין אים “ברעכט זיך” און “בײַט זיך” — די שטים און שטימונג, דער אויסזען און אײַנזען, דער אימוניטעט און נערוון־סיסטעם — ער איז זייער שעמעוודיק און ווייסט נאָך דערווײַל נישט, וואָס צו טאָן מיט זײַן געשלעכטלעכער רײַפֿקייט.

זײַן טאַטע, זאַכאַר כײַמאָוויטש, וואָס שעפּט זײַן חכמה אויף די “פּאָליטשטונדעס” פֿון חבֿר בראָנשטיין, האָט געהאַלטן, אַז זײַן זון מוז פֿון קליינערהייט אָן וואַקסן אַ פּאַטריאָט, אַ געטרײַער בירגער פֿון זײַן לאַנד; און אויב ס’וועט, חלילה, קומען אַ סכּנה, צו קענען עס פֿאַרטיידיקן פֿונעם פֿאַרביסענעם שׂונא. צוליב דעם דאַרף זײַן אײַזיק פֿאַרהאַרטעווען סײַ דעם גוף און סײַ דעם גײַסט. פֿידל־שמידל — ווײַבערישע מאַנקאָליעס, וועלכע שפּילן צו די אימפּעריאַליסטן, וואָס זוכן נאָר אַ וועג, ווי אַזוי צו דעמאָראַליזירן די סאָוועטישע יוגנט.

מאַניע, די “פֿאַרברענטע מאַנקאָליסטקע”, האָט זיך נישט סתּם אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ, אַז איר זון וואַקסט אַ פֿידלער; זי האָט דעם חלום אַרויסגעטראָגן פֿון איר קאַלטער, הונגעריקער מיידלשאַפֿט. דאָרט, אין דער ווײַטער שטאָט סווערדלאָווסק אויף אוראַל, וווּ זי, מיט איר מאַמען, האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די מלחמה־יאָרן, האָט מאַניע צום ערשטן מאָל דערהערט די וווּנדערלעכע קלאַנגען פֿון “ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”… אַוודאי, האָט זי נישט געוווּסט, ווי די זאַך רופֿט זיך, זי האָט אָבער געפֿילט, אַז די סטרונעס פֿונעם פֿידל קניפּן זיך אָן מיט אירע אָדערן און פֿילן אָן מיט זייער קלאַנג איר יונג לײַב, ווי זי אַליין וואָלט געווען אַ פֿידל. ראָווימטשיק — אַזוי האָבן אים אַלע גערופֿן, דעם פֿידלער אין זייער דירה, וווּ אויף דעם וווין־שטח פֿון 24 קוואַדראַט־מעטער, האָבן זיך באַזעצט דרײַ משפּחות, עוואַקויִרט פֿון די “אָקופּירטע געביטן” — האָט ער מיט זײַן מאַמען פֿאַרנומען אַ קליינעם אַלקער, אָן אַ פֿענצטער, אָבער אָפּגעטיילט פֿון די אַנדערע קוואַרטיראַנטן, וואָס איז אין יענע צײַטן געווען אַ באַזונדערע פּריווילעגיע. דער פֿופֿצן־יאָריקער ראָווימטשיק, איז געווען אַ לאַורעאַט פֿונעם אַל־אוקראַיִנישן קאָנקורס פֿון יונגע מוזיקאַנטן. עוואַקויִרט האָבן זיי זיך פֿון אָדעס, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַם באַרימטן פּראָפֿעסאָר סטאָליאַרסקי און איז טאַקע מיט אים צוזאַמען געקומען קיין סווערדלאָווסק.

ווער ס’איז געווען סטאָליאָרסקי האָט מאַניע אויך נישט געוווּסט, אָבער דער שכן פֿלעגט זײַן נאָמען נישט אַרויסזאָגן, נאָר ממש אַרויסזינגען, ווי אַ תּפֿילה — פּיאָטער סאָלאָמאָנאָוויטש! אַ וועלט מיט מעשׂיות און וויצן האָט זי אויסגעהערט פֿון ראָווימטשיקן וועגן זײַן “געניאַלן פּעדאַגאָג”. מאַניע פֿלעגט, נעבעך, נישט אַלץ פֿאַרשטיין, ווײַל אַ רוסיש וואָרט האָט זי צום ערשטן מאָל דערהערט מיט אַ קנאַפּ יאָר צוריק, ווען די סאָוועטן זײַנען געקומען אין בעסאַראַביע. מעגלעך, דערפֿאַר האָבן אייניקע זאַכן, דערציילט שוין מיר, מיט יאָרן שפּעטער, געקלונגען מאָדנע, פֿאַרדרייט און אַפֿילו אויסטערליש. אַזוי, למשל, האָט די מאַמע זיך דערמאָנט, אַז אויפֿן אַנדערן טאָג נאָך סטאָליאַרסקיס לוויה, האָט מען געפֿונען זײַן קבֿר אויסגעגראָבן, דאָס דעקל פֿון דער טרונע אויפֿגעריסן, און דער פֿאַרשטאָרבענער פּראָפֿעסאָר איז געלעגן אויסגעטאָן, אין די הוילע גאַטקעס.

“איין וואָרט — פֿאַשסיטן! — האָט די מאַמע זיך נישט געקאָנט באַרויִקן. דער ווייטיק פֿון יענע יאָרן איז איר נאָכגעגאַנגען. — די גאַנצע שטאָט האָט געזשומעט… און פֿאַרוואָס, מיינסטו, האָבן זיי עס געטאָן, די רויבער? צוליב דעם קאָסטיום, אין וועלכן מ’האָט סטאָליאָרסקין באַגראָבן. מ’האָט געקאָנט אים גוט פֿאַרקויפֿן!”

און נאָך איין דערמאָנונג. אייגנטלעך, איז טאַקע פֿון דעם פֿאַל אײַנגעפֿאַלן מאַניען די “מאַנקאָליע” אין האַרצן. אין אַ זונטיק האָט ראָווימטשיק פֿאַרבעטן זי אויף אַ קאָנצערט פֿון סטאָליאַרסקיס קלאַס. ראָווימטשיק אַליין האָט געשפּילט צום סוף. “קאַמיל סען־סאַנס, אינטראָדוקציע און ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ” — האָט געמאָלדן די באַיאָרטע פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ שוואַרצער, לאַנגער קלייד, וואָס האָט דעם קאָנצערט געפֿירט, און אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם “סאָליסט”. מאַניע האָט אַפֿילו נישט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דער “רעוּווען גולקאָ” איז בפֿירוש איר שכן ראָווימטשיק; אָבער ער האָט זיך באַלד באַוויזן אויף דער בינע, מיט זײַן פֿידל אין דער האַנט, ווי זיך געאײַלט צו באַשטעטיקן, אַז “יאָ, דאָס בין איך, דער סאָליסט, רעוּווען גולקאָ, אָדער פּשוט ראָווימטשיק!”…

נישט איין מאָל האָב איך געהערט די מעשׂה און יעדעס מאָל פֿלעגט די מאַמע זיך אויף דעם אָרט אָפּשטעלן; צי די קלאַנגען פֿון ראָווימטשיקס פֿידל האָבן פּלוצעם אויפֿגעוואַכט אין איר זכּרון און דערמאָנט גאָר אַן אַנדער געשיכטע, וועגן צוויי פֿאַרליבטע יונגע מענטשן אין מיטן אַ קאַלטער הונגעריקער עוואַקואַציע־נאַכט; צי זי, אויף דעם וועג צו איר נעכטן, וואָלט מיט דער קורצער פּויזע, געקאָנט פֿאַרהאַלטן דעם לויף פֿון צײַט.

נאָכן קאָנצערט האָט זי ראָווימטשיק צוגעפֿירט צו סטאָליאָרסקין.

“אָט דאָס איז זי, דײַן באַרישניע?” — האָט געפֿרעגט דער אַלטיטשקער, פֿאַרריכטנדיק זײַנע ברילן. ער איז געזעסן אַ מידער, אויסגעשטרעקט די הענט און מיט די ווייכע דלאָניעס זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ שטעקן. די אויגן האָבן אים געטרערט, האָט ער מיט אַ פֿינגער, ציטערנדיק, אַ פֿיר געטאָן אונטער אַ גלעזל, און גאָר אומדערוואַרט, האָט מאַניע דערהערט אויף ייִדיש: “ער איז אַ וווילער בחור, אָבער דער קאָפּ פֿליט אים” — זײַן שווערער גוף האָט זיך פֿאַרטרוילעך צוגערוקט צום שטעקן און ער האָט צוגעגעבן: “היט אָפּ, מיידעלע, זײַן קאָפּ…”

גאָר אין גיכן נאָך סטאָליאָרסקיס טויט, איז ראָווימטשיק פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט. ער האָט זיך כּסדר געריסן נקמא צו נעמען נאָך זײַן פֿאָטער, אָבער זײַן “געניאַלער פּעדאַגאָג” האָט אים אָפּגעהאַלטן. מער האָט מאַניע ראָווימטשיקן נישט געזען. מיט אַ חודש שפּעטער האָט זי מיט איר מאַמען זיך אומגעקערט אין דער באַפֿרײַטער מאָלדאַוויע. נישט איין יאָר — מאַניע האָט שוין געהאַט אַ מאַן און אַ קינד — פֿלעגט זי פּלוצעם אויפֿציטערן און פֿאַרטײַען דעם אָטעם, ווען פֿון דעם “שוואַרצן טעלער” האָט זיך דערהערט שפּילן סען־סאַנס’ “ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”. זי פֿלעגט אָפּלייגן אַלע אַרבעטן, וואָס האָבן אין שטוב נישט אויסגעפֿעלט, און זיך אַוועקזעצן אויפֿן דיוואַנדל, מיט די הענט אויף די קני. זי האָט געוואַרט אויפֿן סוף, ווען מע וועט מעלדן דעם נאָמען פֿונעם “סאָליסט”.

און אַזוי האָבן זיי געוווינט, מאַניע און זאַכאַר, אונטער איין דאַך, געטיילט צווישן זיך די זעלבע פֿרייד און לייד, אָבער געזען גאָר פֿאַרשידענע חלומות. זאַכאַר פֿלעגט אײַנשלאָפֿן גיך, און באַלד געבן וועגן דעם צו וויסן מיט אַ גאָרגלדיק כראָפּעניש פֿון אַ מידן עקספּעדיטאָר. גראָד אין יענעם מאָנטיק, אויף דער פּאָליטשטונדע, האָט חבֿר בראָנשטיין זייער דײַטלעך דערקלערט זיי, ווי סכּנותדיק פֿירן זיך אויף די “ציוניסטישע אַגרעסאָרן”. “זיי דראָען אויפֿצורײַסן דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח!” — האָט ער שיִער נישט געשריגן. “אונדזערע אַראַבישע ברידער, אין שפּיץ מיטן חבֿר גאַמאַל אַבדעל נאַסער, דעם העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלן מיט איין קנאַק צעשמעטערן די מחנה אימפּעריאַליסטישע תּחת־לעקערס; און דעם הויפּט־ציוניסט, משה דאַיאַן, צוזאַמען מיט זײַנע גענעראַלן, וועט מישפּטן דער אינטערנאַציאָנאַלער מיליטער־טריבונאַל!… ווי עס זײַנען אין נירנבערג פֿאַרמישפּט געוואָרן די פֿאַשיסטישע פֿאַרברעכערס…” דאָס קוויטשיק שטימעלע פֿונעם הויפּט־פּראָפּאַגאַנדיסט אינעם שוך־קאָמבינאַט איז נאָכגעגאַנגען זאַכאַרן נישט איין טאָג און נישט איין נאַכט. ער האָט נישט געקאָנט זיך געפֿינען קיין רויִק אָרט: “סטײַטש, די אַראַבער זײַנען טאַקע פֿרײַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און שטייען מיט אונדז אינעם קאַמף קעגן דעם וועלט־אימפּעריאַליזם אויף איין סאָציאַליסטישער פּלאַטפֿאָרמע; אָבער איזאַריִל איז דאָך דאָס לאַנד פֿון ייִדן, פּונקט אַזעלכע ווי ער, זעליג־זאַכאַר כײַמאָוויטש?! פֿאַר וואָס זשע דאַרף ער זיי ווינטשן ׳צעשמעטערט צו ווערן׳?”