Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (צווייטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 2)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

דער פֿריִערדיקער טייל

2. האַרבסטיקער פּריזיוו

Yehuda Blum

ווען אײַזיק איז געווען נאָך אַ קליין ייִנגעלע, פֿלעגט ער אויף דער פֿראַגע, וואָס טוט זײַן טאַטע? — ענטפֿערן מיט שטאָלץ: „ער פֿאָרט אין עקספּעדיציעס זוכן גאָלד!” קיין ליגן האָט דאָס קינד נישט געזאָגט, ווײַל אמת גאָלד אין יענע צײַטן איז גרינגער געווען צו קריגן, איידער הילצערנע פֿלעקלעך, אָדער קליינע צוועקלעך־טעקס, אָדער גומען אויף פּאָדעשוועס; וועגן אַ גוט שטיק לעדער — נישטאָ וואָס צו רעדן. דער עקספּעדיטאָר זאַכאַר כײַמאָוויטש האָט אָבער געוווּסט, אַז אויב ער קריגט נישט די סחורה, מאַכט דער שוך־קאָמבינאַט נישט דעם פּלאַן; און אויב דער פּלאַן איז נישט געמאַכט געוואָרן, בלײַבן די אַרבעטער אָן דער קוואַרטל־פּרעמיע. זײַן דירעקטאָר, חבֿר מונטיאַן, אַן אָרטיקער נאַציאָנאַלער קאַדער, וואָס אויף ייִדיש האָט ער גערעדט בעסער ווי אויף מאָלדאַוויש, פֿלעגט אים טאַקע יעדעס מאָל, בײַם אַרויסבאַגלייטן אין אַ נײַער „עקספּעדיציע”, זאָגן: „זעליג, ברידערקע, קיין אַנדער ברירה האָסטו נישט! לייג צו דײַן ייִדישן קאָפּ!” צולייגן האָט מען געזאָלט נישט בלויז דעם קאָפּ, נאָר קודם־כּל, „כאַבאַר” — בפֿירוש אַ מאַטעריאַליסטישער באַגריף, וואָס אויף אים האָט זיך געהאַלטן די גאַנצע סאָוועטישע עקאָנאָמיע.

פֿון זײַנע אָפֿטע עקספּעדיציעס איבערן לאַנד האָט כײַמאָוויטש געמאַכט זײַן אייגענעם אויספֿיר: „כאַבאַר נעמען אַלע! וויכטיק איז — וויפֿל צו געבן און דורך וועמען צו געבן?” נאָך מיט יאָרן צוריק האָט ער זיך אײַנגעפֿירט אַ קליין נאָטיץ־ביכעלע, וווּ ער פֿלעגט אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אַז קיין שום „הונט מיט אויערן” זאָל נישט קאָנען דערשמעקן און פֿאַרשטיין, וואָס עס מיינען דאָרט די „קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס”, — פֿאַרשרײַבן די וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע: וועמען און וויפֿל; און אין אַ באַזונדער שורה, אונטערן וואָרט „שליסל” — דורך וועמען. דאָס דאָזיקע נאָטיץ־ביכעלע האָט כײַמאָוויטש געהאַלטן אין אַן אָרט, וואָס אַפֿילו מאַניע וואָלט אַהין נישט געקאָנט צוקומען. וווּ? אין קאָפּ! יאָ, אין זײַן „ייִדישן קאָפּ”. אַזוי אַז דער דירעקטאָר, חבֿר מונטיאַן, האָט געוווּסט וואָס ער רעדט.

במשך פֿון די צענדליקער יאָרן פֿון זײַנע עקספּעדיציע־אַרויספֿאָרן האָט כײַמאָוויטש אָנגעזאַמלט אין זײַן „נאָטיץ־ביכעלע” אַזוי פֿיל וויכטיקע נעמען פֿון „נעמערס”, און אַזוי פֿיל „גאָלדענע שליסלען”, אַז פֿאַרגלײַכן זיך מיט דעם דאָזיקן אינפֿאָרמאַציע־באַנק וואָלט דעמאָלט געקאָנט נאָר די אַלפֿאַרבאַנדישע סטאַטיסטישע ביוראָ.

צו יענעם האַרבסטיקן טאָג, ווען זײַן זון, דער פֿידלער אײַזיק כײַמאָוויטש, האָט באַקומען דאָס רופֿצעטל זיך שטעלן צום פּריזיוו אויף אַ יאָר, האָט זײַן טאַטע, דער עקספּעדיטאָר זאַכאַר כײַמאָוויטש, שוין אַלץ דערליידיקט. ער האָט זיך אַ גריבל געטאָן אין זײַן געהיימען אינפֿאָרמאַציע־באַנק און אין דער שורה „שליסל” אָפּגעזוכט דעם פּאַסיקן נאָמען: „ר. פּ.” — וואָס האָט געזאָלט מיינען: רפֿאל פּריבלודע. אַזוי האָט געהייסן דער דאַמסקע שנײַדער, וואָס פֿלעגט „באַנייען” די ווײַבער פֿון דער העכסטער רעפּובליקאַנער נאַטשאַלסטווע. צו אים האָט זיך געוואָנדן כײַמאָוויטש, האַלטנדיק זיך בײַם כּלל: אויב דו ווילסט צוקומען צו אַ גרויסן נאַטשאַלניק, גיי צו זײַן „באַדינער”. געמיינט האָט עס, אַז אָנהייבן דאַרף מען דעם וועג אַרויף פֿונעם ערשטן טרעפּל, נישט שפּרונגען איבער קעפּ.

רפֿאל האָט געוווינט אין דער הויפּטשטאָט, אין קעשענעוו, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ספּעציאַליסט פֿון אַזאַ הויכער מדרגה. זיך פֿאַרבונדן אויפֿן טעלעפֿאָן, האָבן זיי אָפּגערעדט זיך צו טרעפֿן דעם נאָענטסטן שבת אינעם פּושקין־פּאַרק. כאָטש כײַמאָוויטש און פּריבלודע האָבן געקענט איינער דעם אַנדערן נישט איין יאָר, האָבן זיי פֿון דעסטוועגן, אויף מאַלע וואָס, באַשלאָסן, אַז טרעפֿן וועלן זיי זיך צוועלף אַ זייגער בײַ טאָג, אין דער „שרײַבער־אַלעע”.

— אַז דו קומסט פֿריִער, — האָט אַרײַנגעשריִען אינעם טרײַבל דער שנײַדער, גלײַך ווי נישט ער, נאָר זאַכאַר וואָלט געווען טויב, — זעץ זיך אויף דער צווייטער באַנק פֿון רעכטס און לייג לעבן זיך אַוועק די „פּראַוודאַ” פֿון פֿרײַטיק. האָסט פֿאַרשטאַנען?

כײַמאָוויטש האָט, אַוודאי, אַלץ פֿאַרשטאַנען. אַזאַ מענטשן, מע קאָן זאָגן, אַ „שליסל צו אַלע טירן”, דאַרף זײַן פֿאָרזיכטיק! זאַכאַר איז געקומען צום אָרט מיט אַ שעה פֿריִער, זיך אַרומגעדרייט אין פּאַרק, דערנאָך צוגעקומען צו דער „שרײַבער־אַלעע”. ער האָט זיך פּאַמעלעך באַוועגט, זיך אײַנקוקנדיק אין די סקולפּטורן פֿון די מאָלדאַווישע קלאַסיקער, אויסגעשטעלט פֿון ביידע זײַטן. אויסגעהאַקט פֿון טונקל־רויטן מאַרמאָר, זײַנען זייערע ביוסטן, אָן הענט, ווי זיי וואָלטן קיין הענט אויך בײַם לעבן נישט געהאַט, געשטאַנען אויף די הויכע פּיעדעסטאַלן, יעדער פֿאַרטיפֿט אין זײַנע מחשבֿות. יעדעס מאָל האָט כײַמאָוויטש איבערגעפֿירט זײַן בליק פֿון אַ שרײַבער צו דער „צווייטער באַנק”, צי קיינער זיצט נישט אויף איר, ביז ער איז צו איר אַליין צוגעקומען און זיך אויף איר אַוועקגעזעצט. אַ קוק געטאָן אויפֿן זייגערל, האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן בוזעם־קעשענע אויפֿן מאַנטל דעם הויפּט־סימן פֿון קאָנספּיראַציע — די נעכטיקע „פּראַוודאַ”, צונויפֿגעלייגט אין עטלעכע מאָל; זי פֿונאַנדערגעוויקלט, אַ בלעטער געטאָן, האָט ער זי ווידער צונויפֿגעלייגט און אַוועקגעלייגט לעבן זיך, מיט דער ערשטער זײַט אַרויף, עס זאָל זיך קלאָר אָנזען דער קורצער נאָמען — „פּראַוודאַ” און די דאַטע.

דער שנײַדער איז ווי אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם הימל, נישט געקוקט דערויף, וואָס זאַכאַר האָט זיך נישט גערירט פֿון אָרט און יעדעס מאָל אויסגעדרייט דעם קאָפּ אָט אויף לינקס און אָט אויף רעכטס. רפֿאל האָט אַ וווּנק געטאָן אויף דער צײַטונג און נײַגעריק אַ פֿרעג געטאָן:

— אַנטשולדיקט, צופֿעליק, איז עס נישט דער נעכטיקער נומער פֿון „פּראַוודאַ”?

זאַכאַר האָט זיך אַ רגע פֿאַרלוירן, אָבער באַלד זיך געכאַפּט און ערנסט געענטפֿערט:

— איר האָט פּונקט געטראָפֿן!

— אויב אַזוי, קאָן איך זיך אפֿשר לעבן אײַך צוזעצן? — האָט ווידער געפֿרעגט דער שנײַדער און זיך שווער אַראָפּגעלאָזט אויף דער באַנק, נאָך איידער זאַכאַר האָט אַרויסגעקוועטשט זײַן ברייטהאַרציקן „ביטע…”.

אַ ווײַלע האָט דער שנײַדער געשוויגן, דערנאָך ווידער אַ קוק געטאָן אויף דער צײַטונג, ווי אַ האָן אויף אַ קערנדל און, צוזשמורענדיק אַן אויג, אויסגעקרייט:

— וואָס האָט מען נעכטן געשריבן, מכּוח די אויסזיכטן אויף דעם גערעטעניש הײַנטיקס יאָר? מ׳וועט אויספֿירן דעם פּלאַן?

דעם אמת געזאָגט, האָט די פֿראַגע אַרויסגערופֿן בײַם עקספּעדיטאָר אַ געוויסע צעמישונג, אָבער, ווי אַ פּאָר מינוט צוריק, האָט ער גיך געכאַפּט דעם דינעם געוועב פֿונעם שנײַדערס געדאַנקען־גאַנג און, פּונקט אַזוי ערנסט, געענטפֿערט:

— מיר האָבן גוטע אויסזיכטן, באַזונדערס, אויף פּאָמידאָרן… — אַ רגע אויסגעהאַלטן די פּויזע, האָט ער צוגעגעבן: — אין קאַמף פֿאַר דעם גערעטעניש וועט זיך אויך אָנשליסן די אַרמיי.

די לעצטע ווערטער האָבן אַרײַנגעבראַכט אַ ממשותדיקן דריי אין זייער שמועס, און אים אָנגעשטעלט אויפֿן וועג, וואָס האָט, אייגנטלעך, די ביידע אַלטע באַקאַנטע געבראַכט צו דער פּאַרק־באַנק.

— אַזוי גאָר? — האָט באַלד געכאַפּט דעם אָנדײַט דער שנײַדער, — פֿאַרשטייט זיך, עס קומט דאָך די צײַט פֿאַרן האַרבסטיקן פּריזיוו.

— טאַקע וועגן דעם וואָלט איך געוואָלט…

רפֿאל האָט אָבער זיך פּלוצעם פֿאַרהוסט, און זאַכאַר האָט געמוזט איבערהאַקן זײַנע רייד. אָפּגעווישט דאָס מויל מיט אַ טיכל, האָט דער שנײַדער געפֿרעגט:

— איר האָט קינדער?

— אַ זון, אַ בן־יחיד און דערצו נאָך אַ פֿידלער! — האָט מיט שטאָלץ געענטפֿערט זאַכאַר. מיטן זעלבן דערהויבענעם טאָן האָט ער צוגעגעבן: — ער פֿאַרענדיקט דאָס יאָר די קאָנסערוואַטאָריע און, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ סאָוועטישן בירגער, גייט ער דינען אין אַרמיי.

— אַ מחיה צו הערן! — זײַנען די אויגן בײַם שנײַדער פֿײַכט געוואָרן, — נישט יעדער פֿאָטער וואָלט געוואָלט, אַז זײַן קינד, דערצו נאָך אַ בן־יחיד און אַ פֿידלער, זאָל פֿאַרשיקט ווערן צו דינען ערגעץ עק וועלט, צו די ווײַסע בערן… איר רעדט, ווי אַן עכטער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אמת?

אמת… — האָט צוגעבאָמקעט זאַכאַר; אָבער אין דער זעלבער רגע, האָט זיך צו זײַן האַרץ פּלוצעם צוגערירט אַ קאַלטער צווייפֿל: צי איז עס טאַקע דער זעלבער שנײַדער רפֿאל פּריבלודע, דאָס זעלבע „שליסעלע”, וואָס אינעם פֿאַרבאָרגענעם „נאָטיץ־ביכעלע” איז זײַן נאָמען אונטערגעשטראָכן מיט אַ פֿעטער ליניע? צי האָבן אים נישט פֿאַרביטן די לײַט פֿון „פּלאַנעטאַריום”?…

דאָ דאַרף מען עפּעס וואָס דערקלערן. אין קעשענעוו איז דער בנין פֿון די „דרײַ אותיות” — „ק. ג. ב.” — געשטאַנען אַקוראַט לעבן דעם פּלאַנעטאַריום. האָט מען דעם „פֿינצטערן מקום” צווישן זיך גערופֿן „פּלאַנעטאַריום”, און יעדער האָט שוין געוווּסט וואָס מע מיינט. וואָס שייך דאָס פֿאַרבײַטן איין פּריבלודע אויף אַן אַנדערן, חלילה, האָט כײַמאָוויטש שוין געהערט פֿון פֿאַלן, ווען אין „פּלאַנעטאַריום” איז אַרײַנגעגאַנגען איין מענטש און אַרויסגעגאַנגען איז ער פֿון דאָרטן גאָר אַן אַנדערער.

און דער שנײַדער, ווי ער וואָלט נישט באַמערקט די בלייכקייט, וואָס האָט זיך צעגאָסן אויף זײַן שכנס פּנים, האָט געשטעפּט ווײַטער זײַנע רייד מיט געדיכטע שטעך:

— די חבֿרה ווערן דאָרט, נעבעך, אויסגעריסן, אָבער זיי טוען זייער אַ וויכטיקע אַרבעט, לטובֿת דעם היימלאַנד, אמת?

זאַכאַר האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ. דווקא אין דעם מאָמענט האָט רפֿאל זיך אָנגעבויגן צו אים און אַרײַנגעשעפּטשעט אין אויער אַזוי שטיל, ווי ווײַט עס האָט אים דערלויבט זײַן טויבקייט: — זאָג, זעליג, אַז כ׳האָב נישט געטראָפֿן?!

ער האָט נישט געוואַרט קיין באַשטעטיקונג בײַם געפּלעפֿטן עקספּעדיטאָר; אין זײַן מוח האָט שוין אויסגערײַפֿט אַ פּלאַן, וואָס ער האָט אים אויסגעלייגט מיט עטלעכע ווערטער אויפֿן זעלבן קאָנספּיראַטאָרישן אופֿן:

— מאָרגן קומט זי צו מיר אין אַטעליע מעסטן איר קאָסטיום… פֿרעג נישט ווער און וואָס, ס׳איז פּונקט דאָס וואָס מיר דאַרפֿן…

רפֿאל האָט צוגעטראָגן צו זײַן אַקסל צוויי פֿינגער און זיך לײַכט אַ פּאַטש געטאָן עטלעכע מאָל, ווי עפּעס צום אַקסל צוגעקלאַפּט.

— צוויי גרויסע שטערן… העכער פֿון אים איז דאָ נישטאָ קיינער. זײַן וואָרט איז אַ באַפֿעל, און צוליב איר וועט ער טאָן אַלץ… ער פּגרט נאָך איר… זי האָט עס מיר אַליין געזאָגט. ווען דו זעסט זי — אַ בריליאַנט, אַ ליאַלקעלע, און אַ טאַליע האָט זי?!.. ער פּרעסט זי, אַז סע גייט אַזש אַ פּאַרע!…

בײַ זאַכאַרן איז אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרץ. אָט אַזאַ קען ער אים, דעם מײַסטער פֿון העכסטער קאַטעגאָריע, רפֿאל פּריבלודע, און אַזאַ איז ער געבליבן. אַלטע קאַדרען לאָזן זיך נישט צו ווערן פֿאַרביטן!

אין אַ חודש אַרום האָט מען זײַן זון, אײַזיק כײַמאָוויטש, אַרויסגערופֿן אינעם צענטראַלן פּריזיוו־פּונקט און דערלאַנגט אין די הענט אַ גרויסן ברוינעם פֿאַרקלעפּטן קאָנווערט. אין דער מיט האָט בולט זיך אָפּגעשטעמפּלט אַ הערבאַלער טינטצייכן, וואָס האָט ווי אַ סודותפֿול אויג געקוקט אויפֿן פֿריש־אָפּגעבאַקענעם פּריזיווניק. דעם דאָזיקן קאָנווערט האָט אײַזיק געדאַרפֿט איבערגעבן אינעם מיליטערישן שטאַב פֿון דער דיוויזיע ХУ 7631. וואָס מיינען אָט די צוויי אותיות און די ציפֿערן האָט דער פּריזיווניק נישט געוווּסט, אָבער אַז זיי טראָגן אין זיך אַ גרויסן מלוכישן סוד, איז בײַ אים קיין צווייפֿל נישט געווען. אפֿשר צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן האָט אײַזיק כײַמאָוויטש דערפֿילט, אַז ער ווערט אויך אַ טייל… ניין, אַ קליין טיילעכל פֿון אַ ריזיקער קאָנסטרוקציע — אַ מעכטיקער, אַחזריותדיקער און אומברחמנותדיקער צו יעדן שׂונא, וואָס דראָט אונטערצורײַסן אירע יסודות…

פֿון דעם טאָג אָן, דעם 4טן אָקטאָבער 1975, האָב איך אָנגעהויבן אָפּצוציילן די טעג צו מײַן „דעמבעל”, וואָס האָט געמיינט אויף דעם סאָלדאַטסקע לשון, „דעמאָביליזאַציע”. ס׳איז געשטאַנען אַ שיינער האַרבסטיקער טאָג. אין אַזעלכע שיינע טעג פֿלעג איך די אַלע פֿינף יאָר פֿון מײַן לערע, אין איינעם מיט אַנדערע סטודענטן און סטודענטקעס פֿון דער קאָנסערוואַטאָריע זיך געפֿינען ערגעץ אין אַ קאָלכאָז, אויף די פֿעלד־אַרבעטן, ווײַל אינעם „קאַמף פֿאַרן גערעטעניש” איז אויסגעקומען צו „קעמפֿן” נישט בלויז דער סאָוועטישער אַרמיי, נאָר אויך דער סאָוועטישער סטודענטשאַפֿט.

דער הויף פֿונעם צענטראַלן פּריזיוו־פּונקט האָט אויסגעזען ווי אַ פּאַראַד־פּלאַץ, אַרומגעצאַמט מיט הויכע בעטאָן־ווענט. ס׳איז דאָ געווען לעבעדיק. יונגע־לײַט, אָנגעטאָן אין אַלטע בגדים און אויסגעריבענע שטיוול, זײַנען ווי אַראָפּ פֿונעם עקראַן, וווּ מע ווײַזט אַ פֿילם וועגן פּאַרטיזאַנער. זיי האָבן זיך אויסגעזעצט אויפֿן גרויען אַספֿאַלט און געוואַרט ביז מע וועט זיי געבן אַ נײַע קאָמאַנדע, וואָס צו טאָן ווײַטער. זייערע פּנימער האָב איך נישט געזען, ווײַל די שמאַטענע קוטשמעס זײַנען זיי געווען אַראָפּגעשלעפּט אויף די אויגן, און די קעפּ — אַרײַנגעצויגן אין די אַקסלען. אַ טייל פֿון זיי האָט גערייכערט, אָבער ס׳רובֿ — געכאַפּט אַ דרעמל, זיצנדיק און אָנשפּאַרנדיק זיך אויף די מאָגערע רוקזעקלעך אָדער אָפּגעריבענע טשעמאָדאַנדלעך.

ס׳האָט אויסגעזען, אַז די פּריזיווניקעס האָט מען געבראַכט אַהער פֿון פֿאַרשידענע דערפֿער נאָך בײַ נאַכט און אין זיי פֿאַרגעסן. איך, אָנגעטאָן אין מײַן דעמיסעזאָן־פּאַלטאָ, מיט אַ טונקל־בלוי בערעטל אויפֿן קאָפּ, האָב מסתּמא אויסגעזען אין זייערע אויגן, ווי אַן אַרײַנגעבלאָנדזשעטער שטאָטישער פֿראַנט. דאָס איינציקע שטיקל באַגאַזש, וואָס כ׳האָב געהאַט מיט זיך, איז געווען אַ קליין רענצל אויפֿן אַקסל און מײַן פֿידל אינעם שוואַרצן פֿוטליאַר.

בײַם געזעגענען זיך מיט די עלטערן האָט מיך דער טאַטע אָנגעזאָגט, אַז איך זאָל זײַן רויִק, ווײַל „ס׳מוז גיין געשמירט”. כ׳האָב אָבער געזען אויף אים און באַזונדערס אויף דער מאַמען, וואָס האָט געהאַלטן אין איין אַרײַנשטופּן אינעם רענצל פּעקעלעך מיט אירע פּאָטראַוועס, אַז באַרויִקן וואָלט איך געדאַרפֿט זיי.

— מאַניע, כ׳בין שוין מיד דיר צו דערקלערן, אַז אַלץ איז אָפּגערעדט, ס׳מוז גיין געשמירט!

— בײַ זיי, וויפֿל מע שמירט נישט, הייבט אָן גיך סקריפּען ווידער!

אַז דער טאַטע האָט געפֿונען אַ “שליסל” כ’זאָל דינען ווי אַ מוזיקער אין אַ מיליטערישן בלאָז־אָרקעסטער, האָב איך געוווּסט; ער אַליין האָט עס מיר געזאָגט, און באַלד קאַטעגאָריש צוגעגעבן: „אָבער קיין איבעריקע פֿראַגעס פֿרעג מיך נישט!” ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָט ער מיר דערציילט וועגן זײַן קאָנספּיראַטיווער טרעפֿונג מיטן באַרימטן דאַמסקיע שנײַדער רפֿאל פּריבלודע אין קעשענעוו, אין דער „שרײַבער־אַלעע”.

איך האָב אויסגעשפּאַנט מיט מײַנע ציווילע טריט לענגויס דער בעטאָן־וואַנט, וואָס האָט אַרומגעצאַמט דעם גאַנצן הויף פֿונעם פּריזיוו־פּונקט, הין און קריק, ווי כ׳וואָלט דאָ געשטעלט געוואָרן אויף דער וואַך אָפּצוהיטן די פּריזיווניקעס. דערווײַל איז מיר שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז צווישן מיר און זיי איז די מחיצה זייער אַ וואַסערדיקע; אַז איין טראָפּן, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון אַ קאַליוזשע, קאָן אין זײַן אָפּגעריסנקייט לאַנג נישט פֿאַרבלײַבן — סוף־כּל־סוף, שלינגט אים די קאַליוזשע אײַן. איך האָב געקוקט אויף זיי, אויף דער מאַסע, וואָס וואַלגערט זיך אויף דעם פּלאַץ אָן שום ווילן און פֿאַרשטאַנד, ענלעך צו אַ סטאַדע בהמות, און געטראַכט צו זיך: ניין, איך וועל קיין מאָל זיך מיט זיי נישט צונויפֿגיסן. איך בין איך, און זיי זײַנען זיי! איך דאַרף נישט וואַרטן אַ קאָמאַנדע וואָס צו טאָן ווײַטער, איך האָב מײַן אייגענעם קאָפּ…

דווקא אין דעם מאָמענט איז צו מיר צוגעקומען אַ סאָלדאַד און מיך אָפּגעמאָסטן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס מיט אַ געניט אויג פֿון אַ יעפֿרייטאָר. דאָס שמאָלע פּאַסיקל אויף זײַנע שוואַרצע פּאָגאָנען האָט אַרויסגענומען די אויגן מיט איר געלקייט. אַליין איז ער געווען אַ קליינוווּקסיקער, שוואַרץ־חנעוודיקער יאַט, מיט שמאָלע אויגן, צוגעפּלעטשט נעזל, וואָס נאָר די צוויי נאָזלעכלעך האָבן זיך אָנגעזען אין מיטן פֿון זײַן ברייט פּנים.

— ווער ביסטו? — האָט ער פֿאָרזיכטיק געפֿרעגט.

— איך בין אײַזיק, — האָב איך רויִק געענטפֿערט, ווי מײַן טאַטע האָט מיר אָנגעזאָגט, און אויסגעשטרעקט אים די האַנט.

זײַן האַנט האָט ער מיר נישט דערלאַנגט, אָבער אויפֿן פּנים בײַ אים האָט זיך אָנגעצייכנט אַ צווייטע פֿראַגע, וועלכע ער האָט אַרויסגעבראַכט מיט אַ דײַטלעכן אַזיאַטישן אַקצענט:

— אַזיג — דאָס איז דײַנע נאָמען, צי דײַנע פֿאַך?

שוין נישט צום ערשטן מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זען ווי מײַן ייִדישער נאָמען ברענגט אַרײַן אין אַ פֿאַרלעגנהייט. זײַענדיק גרייט צו אַזאַ צעמישטקייט, פֿלעג איך האָבן צוגעגרייט פֿון פֿריִער אַ צענדליק ענטפֿערס. האָב איך דעם נײַגעריקן יעפֿרייטאָר געענטפֿערט מיטן ערשטן ענטפֿער־פֿאַבריקאַט, וואָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן אין דער מינוט:

— דאָס איז מײַן גורל, וואָס גייט מיר נאָך דאָס גאַנץ לעבן.

זעט אויס, אַז מײַן ענטפֿער האָט אים נישט נאָר אַרײַנגעטריבן אין אַ פֿאַרלעגנהייט; אין זײַנע שפּאַרונקעלעך־אויגן האָט פּלוצעם אויפֿגעציטערט אַ מין געמיש פֿון חשד און פּחד. איך האָב עס פֿאַרשטאַנען פֿון זײַן דריטער פֿראַגע:

— און אין די שוואַרצער קאַסטן איז בײַ דיר וואָס, אַ ביקס?

כ׳וואָלט מסתּמא געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן קליגער, און פֿאַרשטיין, אַז אַ בחור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן ערגעץ אין אַן אוזבעקישן אָדער טאַדזשיקישן דאָרף־קישלאַק און איז גלײַך פֿון דאָרטן געשטעלט געוואָרן צום פּריזיוו, האָט אין זײַן לעבן קיין פֿידל־פֿוטליאַר נישט געזען; אַ ביקס אָבער האַלט ער יעדן טאָג.

— יאָ, — האָב איך אים צוגעשפּילט, — אַ ביקס, איך בין דאָך אַ שאַרפֿצילער.

אַ ווײַלע האָט ער געשוויגן. עפּעס האָט, אַפּנים, אין זײַן קאָפּ זיך אָנגעהויבן דרייען אַ נײַע פֿראַגע, וואָס ער איז זי נאָך נישט גרייט געווען צו שטעלן. זײַן בליק האָט אָבער געזאָגט מער, ווי זײַנע ווערטער. — ווילסט אַ קוק טאָן? — האָב איך אים געפֿרעגט.

ער האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. איך האָב זיך אָנגעשפּאַרט מיט דער פּלייצע אין דער וואַנט, אונטערגעשטעלט אַ קני אונטערן פֿוטליאַר און אויפֿגעשלאָסן די פֿלאַכיקע שלעסלעך פֿון ביידע זײַטן. איידער אים אויפֿצודעקן, האָב איך נאָכאַמאָל אַ קוק געטאָן אויפֿן יעפֿרייטאָר. זײַן פּנים האָב איך שוין נישט געזען, אָבער אויפֿן אָפּגעגאָלטן שמאָלן נאַקן האָט זיך אָפּגעשטעמפּלט אַ קינדערישע נײַגעריקייט.

— נו אָט, חבֿר יעפֿרייטאָר, דאָס איז מײַן שאַרפֿצילערישע ביקס, — האָב איך אים דערקלערט, אַרויסשטעלנדיק מײַן פֿידל פֿאַר זײַנע אויגן. צו דערפֿירן מײַן וויץ צו אַ קולמינאַציע, האָב איך באַרימעריש צוגעגעבן: — מיט איין שאָס, קאָן איך טרעפֿן אין די הערצער פֿון אַ פֿולגעפּאַקטן זאַל…

זײַן קאָפּ איז נאָך געהאָנגען איבערן פֿידל, ווען ס’האָט זיך דערהערט אַ גאָרגלדיקער פּאַסאַזש פֿון ווערטער, וואָס ער האָט, אַפּנים, אַרויסגעבראַכט אויף זײַן מאַמע־לשון. די לעצטע ווערטער האָט ער מיר אַ וואָרף געטאָן אין פּנים; זיי האָבן שוין געקלונגען קלאָר און דײַטלעך:

— אַנו, מאַרש אַהין! — און זײַן האַנט, ווי אַ וועגווײַזער, האָט מיר אָנגעוויזן אויף דער מאַסע זיצנדיקע פּריזיווניקעס אויפֿן פּלאַץ.

אַזוי, אַ פֿאַרגליווערטער אין זײַן כּעס, איז ער געשטאַנען און געוואַרט, ביז איך האָב ווידער פֿאַרמאַכט מײַן פֿוטליאַר און זיך שטיל „צונויפֿגעגאָסן‟ מיט דער „גרויער מאַסע‟. איך האָב זיך אַראָפּגעלאָזט אויף די קאָרטעטשקעס, נישט אַרויסשטאַרצן און נישט צוציִען מער דעם אויפֿמערק פֿון עפּעס אַ צווייטן יעפֿרייטאָר. ס‘האָט מיר נאָך געקלונגען אין די אויערן דער קוויטשנדיקער קאָמאַנדירסקיע צוזאָג זײַנער, אַז די נאָענטע עטלעכע טעג „וועסטו בײַ מיר פֿון די טואַלעטן נישט אַרויסקריכן, שאַרפֿצילער‟. נישט, חלילה, צוליב מײַן שוואַכן מאָגן, נאָר ווײַל כ‘וועל זיי „רייניקן און וואַשן ביז אַ בלישטש!‟…

שפּעטער איז אײַזיקן נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן די דראָענדיקע קאָמאַנדע, וואָס האָט אים געבראַכט צום געדאַנק, אַז דווקא בײַם רייניקן די אַרמיייִשע טואַלעטן „ביז אַ בלישטש”, שמידט זיך אויס די אָרדענונג און דיסציפּלין אין דער סאָוועטישער אַרמיי. ער האָט שוין נישט אָפּגעריסן קיין אויג פֿון דער טיר, וווּ ס׳איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דער שטרענגער יעפֿרייטאָר און געוואַרט, אַז אָט וועט ער זיך ווידער באַווײַזן מיט אַ שמאַטע און עמער, און אים שיקן זיך אָנצונעמען סאָלדאַטסקיע שׂכל. צו אײַזיקס גליק, איז פֿון דער טיר אַרויסגעקומען אַן אָפֿיציר און הויך אויסגעשריִען: „פּריזיווניק אײַזיק כײַמאָוויטש!‟.

ביז אַהער האָב איך נישט געהערט, אַז מײַן נאָמען זאָל מען אַזוי הויך און אויף אַזאַ אופֿן געווען אָנרופֿן. ס׳האָט אָפּגעהילכט אינעם הויף, ווי אַן אַלאַרעם, וואָס האָט באַלד אויפֿגערודערט די אײַנגעדרעמלטע פּריזיווניקעס און אַרײַנגעבראַכט אויפֿן פּלאַץ אַן אומרו. ס׳האָט מיר אַזש אַ גרילץ געטאָן אין די אויערן, און זיך אויסגעדאַכט, אַז אַלע אַרום דרייען צו מיר אויס דעם קאָפּ. יעדעס מאָל פֿאַרן אַרויסגיין שפּילן אויף דער בינע האָב איך געוואַרט צו דערהערן מײַן נאָמען: „סאָליסט אײַזיק כײַמאָוויטש‟ — ס׳פֿלעגט קלינגען פֿאַר מיר, ווי אַ מין פֿאַרבעטונג צום קאָנצערט — ווײַטער איז שוין געווען נאָר מוזיק. און פּלוצעם — „פּריזיווניק אײַזיק כײַמאָוויטש!‟ — וואָס דאַרף ער איצט טאָן, דער פּאַרשוין מיט אַ פֿידל־פֿוטליאָר אונטערן אָרעם, אַן איבערגעשראָקענער פֿון אַ פּשוטן יעפֿרייטאָר, און פּריטשמעליעט פֿון הערן זײַן אייגענעם נאָמען? געוויס, נישט אַרויסנעמען זײַן פֿידעלע און זיך שטעלן שפּילן „ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ‟…

און דער אָפֿיציר האָט שוין ווידער אויסגעשריִען, נאָך שטאַרקער, און אַפֿילו בייזלעך: „כײַמאָוויטש!…‟

— איך בין דאָ!..

ס׳האָט נישט גענומען קיין האַלבע שעה, אַז אונדזער פּריזיווניק, אײַזיק כײַמאָוויטש, זאָל באַקומען דעם ברוינעם פֿאַרקלעפּטן קאָנווערט גלײַך פֿון די הענט פֿונעם קאַפּיטאַן, וואָס האָט אים פֿריִער אַרײַנגערופֿן. נאָך דעם וואָס אײַזיק האָט זיך געחתמעט אין אַ דיקער העפֿט, אַז ער האָט דעם דאָזיקן קאָנווערט באַקומען, האָט אים דער אָפֿיציר געזאָגט:

— נו, פּריזיווניק כײַמאָוויטש, איצט איז אײַער אַרמיייִשער גורל אין אײַערע אייגענע הענט. — און ער האָט אַ וווּנק געטאָן מיטן קאָפּ אויפֿן קאָנווערט, — אויב איר פֿאַרלירט אים — טריבונאַל! גייט!

און אײַזיק כײַמאָוויטש איז שוין גערן געווען וואָס גיכער זיך זען פֿון יענער זײַט דער בעטאָן־וואַנט. דעם וויכטיקן קאָנווערט האָט ער באַהאַלטן אינעם פֿוטליאַר, אַרונטעגערוקט אים אונטערן פֿידל, ווי ער האָט בדרך־כּלל געהאַלטן זײַנע נאָטן. קיינעם וועט נישט אײַנפֿאַלן דאָרט צו זוכן. צוריק גערעדט, ווער דאַרף אים האָבן, דעם קאָנווערט? און דאָך, האָט אײַזיק כײַמאָוויטש, דערצויגן אויף די בעסטע מוסטערן פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור, זיך פּלוצעם דערמאָנט אין אַ דערציילונג, געלייענט נאָך אין שול, וועגן איינעם אַ רויטאַרמייער, ליאָנקע פּאַנטעלעיעוו, וועלכער האָט בעת דעם בירגערקריג געדאַרפֿט צושטעלן אין שטאַב אַ קאָנווערט און אויפֿן וועגן האָבן אים געכאַפּט די ווײַס־גוואַרדייער. אויס מורא, אַז דער געהיימער קאָנווערט וועט אַרײַן אין די פֿײַנטלעכע הענט, האָט ליאָנקע אים געפּרוּווט אויפֿעסן. אַראָפּצושלינגען דאָס פּאַפּיר איז דעם רויטאַרמייער, טאַקע אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, דאָך, האָט ער עס געטאָן; ווען ס’איז געקומען אָבער צום טריוואַקס־שטעמפּל, האָט ער זיך שיִער נישט געוואָרגן…

וואָס פּלוצעם האָט אײַזיק זיך דערמאָנט אין דער דערציילונג, האָט ער אַליין נישט געוווּסט, אָבער אַ טראַכט געטאָן, אַז ס׳איז פֿאָרט גוט, וואָס דאָס שטעמפּל אויף זײַן קאָנווערט איז פֿון טינט. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט ער זיך אויפֿן הענטל פֿונעם פֿוטליאַר נישט פֿאַרלאָזט, און אים אַרומגעכאַפּט מיט דער לינקער האַנט, אַז די רעכטע זאָל אים זײַן פֿרײַ — אויף מאַלע וואָס.

די דיוויזיע ХУ 7631 האָט זיך געפֿונען 145 קילאָמעטער אויף צפֿון פֿונעם צענטראַלן פּריזיוו־פּונקט, אינעם שטעטל N. זאָל עס נישט זײַן קיין חידוש, וואָס מיר רופֿן עס נישט אָן מיטן אמתן נאָמען; מלוכות צעפֿאַלן זיך טאַקע, אָבער די מלוכישע סודות פֿאַרבלײַבן. אָנגעקומען אַהין איז אײַזיק מיטן אויטאָבוס. לויטן אַדרעס אויפֿן קאָנווערט, האָט דער דיוויזיע־שטאַב זיך דיסלאָקירט אויף דער גאַס, אָנגערופֿן אין אָנדענק פֿונעם לעגענדאַרן רויטן קאָמאַנדיר וואַסילי טשאַפּאַיעוו. ס’איז שוין געווען נאָענט צו פֿיר, און, ווי ס’האָט אים אינסטרוקטירט דער קאַפּיטאַן, האָט ער געמוזט איבערגעבן דעם „דאָקומענט” ביז פֿינף אַזייגער. דאָס וואָרט „טריבונאַל!”, ווי אַ שאָס, אַרויסגעלאָזט מיט עטלעכע שעה צוריק, האָט אים איצט אָנגעיאָגט און געטראָפֿן אין האַרץ, וואָס האָט אַ טיאָכקע געטאָן.

אײַזיק האָט זיך צוגעאײַלט. זיך אַ גריבל געטאָן אין זײַן קעשענע, האָט ער דאָרט אָנגעטאַפּט די לעצטע פֿינף רובל און שוין מיט פֿעסטע טריט זיך אַ לאָז געטאָן צו די עטלעכע טאַקסי, וואָס האָבן זיך פּאַרקירט אויף אַ באַזונדער פּלעצל נישט ווײַט פֿון דער אויטאָבוס־סטאַנציע.

— וווּהין פֿאָרן מיר? — האָט אים געפֿרעגט אַ הויכער, מאָגערער מאַן, וואָס איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט אין זײַן גרינער „וואָלגאַ”, און געגעסן אַן עפּל.

— אויף טשאַפּאַיעוו־גאַס…

ער האָט דעם פּאַסאַזשיר אָפּגעשאַצט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס און, פֿאַרהאַלטנדיק דעם בליק אויפֿן פֿידל־פֿוטליאַר, געזאָגט:

— זעץ זיך, פּאַגאַניני…

ווען דער אויטאָ האָט זיך שוין אַ ריר געטאָן, האָט דער שאָפֿער אַ דריי געטאָן עטלעכע מאָל דעם געלטציילער. אײַזיק האָט פֿאָרזיכטיק געפֿרעגט:

— ס׳איז ווײַט?…

— נישט ווײַטער, ווי אויף דרײַ, פֿיר רובל, — האָט ער דערהערט דעם שאָפֿערס קול, און געכאַפּט זײַן שמייכל אינעם שמאָלן שפּיגעלע איבער זײַן קאָפּ. דער טאַקסיסט האָט עס פֿאַרראָכטן מיט דער האַנט, בעסער צו זען זײַן פּאַסאַזשיר.

— וווּ זשע פֿאָרן מיר, אויף אַ קאָנצערט?

— כּמעט… — האָט אײַזיק געענטפֿערט, און צוגעגעבן: — טשאַפּאַיעוו־גאַס 24.

דער טאַקסיסט האָט זיך אויף אַ רגע אומגעקוקט, און ווײַטער, שוין דורך דעם שפּיגעלע, געפֿרעגט:

— אויף וויפֿל איך ווייס, געפֿינט זיך דאָרט דער דיוויזיע־שטאַב… וואָס האָסטו דאָרט פֿאַרלוירן?

איצט האָט שוין אײַזיק זיך צעשמייכלט, אונטערכאַפּנדיק דעם פֿרײַנדלעכן טאָן פֿונעם טאַקסיסט:

— איך האָב דאָרט גאָרנישט פֿאַרלוירן. אָבער זיי האָבן געפֿונען אין מיר אַ בראַוון סאָלדאַט אויף אַ גאַנץ יאָר.

— ביסטו, הייסט עס, אַ פּריזיווניק?

אײַזיק האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ צום שפּיגעלע, און זיך אָנגעשטויסן אין אַ פֿאַרחידושטן בליק.

— כ׳פֿיר שוין אָט צוואַנציק יאָר פּאַסאַזשירן, אָבער אַזאַ פּאַסאַזשיר האָב איך צום ערשטן מאָל. ביסטו מסתּמא אַ באַקאַנטער פֿידלער, אַז דו קומסט דינען אין אַרמיי, ווי אַ גאַסטראָליאָר אין פֿילהאַרמאָניע?

— דערווײַל נאָך נישט אַזוי באַקאַנט, ווי פּאַגאַניני, אָבער אויף מײַן ערשטן קאָנצערט מיטן מיליטערישן בלאָז־אָרקעסטער פֿאַרבעט איך אײַך שוין. סײַדן כ׳ווייס נאָך נישט די דאַטע.

— וועסטו, הייסט עס, דינען אינעם בלאָז־אָרקעסטער? אַגבֿ, איך קען דעם נאַטשאַלניק פֿונעם אָרקעסטער, מאַיאָר פּאָסעסאָר, עטלעכע מאָל אָפּגעפֿירט אים אַהיים…

דער טאַקסיסט האָט אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָ לעבן אַ צוויי־גאָרנדיקן בנין און ווידער אַ דריי געטאָן דעם געלטציילער. אײַזיק האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן ציפֿערבלאַט און גאָרנישט פֿאַרשטאַנען: אַלע פֿיר ציפֿערן, וואָס האָבן דעם גאַנצן וועג זיך גיך געדרייט, זײַנען פֿאַרגליווערט געוואָרן אויפֿן „0”. דער טאַקסיסט האָט אויסגעדרייט צו אים זײַן פּנים און גוטמוטיק געשמייכלט.

— גיי, פּאַגאַניני, פֿון פּריזיווניקעס נעם איך נישט קיין געלט.

די אָפּגעשפּאָרטע פֿאַרן טאַקסי פֿינף רובל זײַנען מיר טאַקע שפּעטער, אינעם זעלבן טאָג, גוט צו ניץ געקומען; אָבער דערווײַל, נאָכן קאָנטראָל בײַם דורכלאָזפּונקט, האָט מיך דער דעזשור־אָפֿיצער, דורך אַ שמאָלן און לאַנגן קאָרידאָר, געבראַכט צו פֿירן אין אַ געראַמען צימער און, אָנווײַזנדיק אויף עטלעכע בענקלעך, צוגעשטעלט צו דער וואַנט, געהייסן מיר וואַרטן. איך בין געבליבן זיצן אַליין אַנטקעגן אַ צווייטער טיר, אויף וועלכער ס’איז געהאָנגען אַ פֿאַרגלאָזט פֿירעקיק שילדל. אויפֿן טונקל־רויטן הינטערגרונט האָבן די געלע געדרוקטע בוכשטאַבן געמאָלדן:

פּאָלקאָווניק נ. נ. קאָוואַליאָוו

דעם פֿוטליאַר מיטן פֿידל און מײַן רענצל האָט דער דעזשור־אָפֿיצער געהייסן מיר לאָזן אין זײַן קאַבינעט. דעם ברוינעם קאָנווערט האָב איך אים איבערגעגעבן נאָך פֿריִער, אויפֿן קאָנטראָל־דורכלאָזפּונקט.

— האָב נישט קיין מורא, — האָט ער מיך פֿאַרזיכערט, — קיינער וועט דאָ דאָ דײַן סררראַדיוואַרי נישט צוגנבֿענען!

ער האָט בכּיוון באַטאָנט דעם „ר” און דערמיט, אַ פּנים, געגעבן מיר צו פֿאַרשטיין, אַז ער ווייסט אַוודאי ווער סטראַדיוואַריוס איז געווען און ווי מע דאַרף ריכטיק אַרויסזאָגן זײַן נאָמען; אָבער דער אופֿן ווי ער האָט דעם נאָמען אַרויסגעזאָגט האָט אויסגעדריקט אַ מיאוס וואָרט אויף רוסיש. איצט, בלײַבנדיק אַליין אינעם וואַרטצימער בײַם נאַטשאַלניק פֿון שטאַב נ. נ. קאָוואַליאָוו, האָב איך מיטאַמאָל דערפֿילט ווי עס פֿעלט מיר אויס מײַן פֿידל. אַוודאי, פֿלעגט זיך פֿריִער נישט איין מאָל טרעפֿן, אַז כ’פֿלעג אים נישט נעמען אין די הענט וואָכן־לאַנג; נאָר כ׳האָב עס געטאָן אַליין, און זעלטן ווען געבענקט נאָך אים. אָבער איצט איז דאָס אויספֿעלן פֿונעם פֿידל געווען ממש אַ פֿיזיש געפֿיל, ווי מע וואָלט בײַ מיר, חלילה, אָפּגענומען אַן אבֿר. כ׳האָב אַפֿילו דערפֿילט אַ ווייטיק אין מײַן לינקער האַנט. נאָך מער, כ׳האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אויך מײַן פֿידל ליגט דאָרט אַליין, פֿאַרשפּאַרט אין דער פֿינצטערער שאַפֿע אין אַ פֿרעמד אָרט…

כּדי אָפּצוטרײַבן די מרה־שחורה, וואָס האָט זיך אויף מיר אַרויפֿגעוואַלגערט, האָב איך באַטראַכט די געלע קאַזיאָנע ווענט פֿונעם וואַרטצימער, אַרומגעהאָנגען מיט פּאָרטרעטן פֿון די הויפּט־פֿירער פֿון אונדזער לאַנד. זיי האָבן איצט אַלע געקוקט אין מײַן זײַט, אָפּשאַצעריש געווויגן און געמאָסטן מיך מיטן בליק, צי ס׳איז כּדאי מיר, דעם פּריזיווניק אײַזיק כײַמאָוויטשן, צו פֿאַרטרויען די וויכטיקע מיסיע — פֿאַרטיידיקן דאָס גרויסע פֿאַטערלאַנד?! גראָד אין דער מינוט איז אינעם וואַרטצימער אַרײַנגעקומען נאָך איין אַפֿיציר. אַ קליינוווּקסיקער, נאָר מיט ברייטע אַקסלען און אַן אויפֿגעבלאָזענעם ברוסטקאַסטן, וואָס האָט זיך צונויפֿגעגאָסן מיטן בויך; דער ברייטער רימען האָט דעם בויך אַרומגעכאַפּט און פֿאַרצויגן, אָפּטיילנדיק דעם קערפּער פֿון די צוויי קורצע פֿיס, אָנגעטאָן אין הויכע גוט־אָנגעפּוצטע שטיוול. קיין האַלדז האָט זיך בײַ אים נישט אָנגעזען, אָבער דער קײַלעכדיקער קאָפּ איז פֿעסט געזעסן פּונקט צווישן די צוויי טונקל־רויטע פּאָגאָנען מיט אַ מאַיאָר־שטערנדל אין מיטן, צווישן צוויי פּאַראַלעל־רויטע קאַנטן. ער האָט געטראָגן אַ ברייט מיליטעריש היטל, פֿון פֿאָרנט אַ ביסל פֿאַרריסן, און דער גלאַנצנדיקער שוואַרצער דאַשיק פֿאַרקערט, צוגעפּלעטשט און אָנגערוקט אויף די אויגן.

אײַזיק כײַמאָוויטש האָט זיך גלײַך געשטעלט אויף די פֿיס און זיך אויסגעצויגן פֿאַר אים, ווי אַ סטרונע. זעט אויס, אַז די געלע ווענט, מיט די אָפֿיציעלע פּאָרטרעטן אויף זיי, און אפֿשר טאַקע די לופֿט אַליין אין דעם מיליטערישן שטאַב, אָנגעזעטיקט מיט כאָליעווע און גומען, וואַקס, שווייס און ריחות, אַרײַנגעבראַכט פֿון די קאַזאַרמעס, סאָלדאַטסקיע גאָרגיכן און פּאָליגאַנען, שוין אָפּגערעדט פֿון די פֿאַרבאָרגענע מיליטערישע סודות — האָט אַזוי טרעפֿלעך אויף אים געווירקט.

דער מאַיאָר איז צוגעגאַנגען צו אים און אַ פֿרעג געטאָן:

— אײַזיק כײַמאָוויטש?

— טאַק טאָטשנאָ!* — זײַנען פֿון זײַן מויל אַרויסגעפֿלויגן די צוויי ווערטער, ווי ער וואָלט זיי זײַן גאַנץ לעבן אָפּגעהיט און אויסבאַהאַלטן אינעם זכּרון, ווי זײַן טאַטנס אַ מלחמה־טראָפֿיי.

— כ׳זע, אין קאָנסערוואַטאָריע האָט מען דיך געלערנט נישט נאָר שפּילן פֿידל? — דער מאַיאָר איז צוגעגאַנגען צו אײַזיקן און דערלאַנגט די האַנט, — מאַיאָר פּאָסעסאָר, אָסיפּ אַרקאַדיעוויטש.

אײַזיק האָט אַ דריק געטאָן די ווייכע האַנט:

— מײַן נאָמען ווייסט איר שוין, און נישט נאָר…

— די אויסשפּיר־אַגענטור האָט צוגעטראָגן, — האָט דער מאַיאָר ערנסט דערקלערט.

ער האָט אַ ווײַז געטאָן מיטן קאָפּ אויף דער טיר:

— דער חבֿר פּאָלקאָווניק וואַרט אויף אונדז, קום, כ׳וועל דיך פֿאָרשטעלן.

אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, האָט זיך פֿון דאָרט גלײַך דערהערט אַ געדיכטע באַסאָווע שטים:

— קומט אַרײַן!

דער מאַיאָר האָט פֿעסט איבערגעטראָטן די שוועל און אַרײַנגערופֿן נאָך זיך אײַזיקן.

— אָט, חבֿר פּאָלקאָווניק, פּריזיווניק כײַמאָוויטש.

דער פּאָלקאָווניק האָט זיך אויפֿגעהויבן און אויסגעשטרעקט די האַנט אַריבער דעם טיש.

— געהערט, געהערט וועגן אײַך, — האָט ער זיך גוטמוטיק אָנגערופֿן; און זיך שוין ווײַטער געוואָנדן צום מאַיאָר: — וואָס טראַכט איר טאָן מיטן פּריזיווניק כײַמאָוויטש?

— כ׳מיין, ווי אַלע פּריזיווניקעס, זאָל ער דורכמאַכן פֿיר וואָכן דעם קורס פֿון אַ יונגן סאָלדאַט, און דערנאָך…

דער פּאָלקאָווניק האָט אָפּשאַצעריש אַ קוק געטאָן אויף אײַזיקן און געזאָגט:

— ער איז שוין אַ ביסל צו אַלט פֿאַר אַזאַ קורס. איך מיין, אָסיפּ אַרקאַדיעוויטש, אַז ריכטיקער וואָלט געווען איר זאָלט אים נעמען צו זיך, אין אָרקעסטער, און שוין דאָרט אויסלערנען די קונסט פֿון שמעקן פּולווער, האַ?

— ווי איר פֿאַרשטייט, ניקאָלײַ ניקאָלײַעוויטש, — האָט דער מאַיאָר אויך געביטן זײַן טאָן אויף אַ מער חבֿרישן. — בײַ מיר איז גראָד צוגעגרייט אַ פֿעסעלע פּולווער, וועט אים זײַן וואָס צו שמעקן. דער וויץ איז געפֿעלן געוואָרן דעם נאַטשאַלניק פֿון שטאַב, און ער האָט צו אים צוגעגעבן זײַן ביסל זאַלץ:

— קוקט, כאַפּט נישט איבער די מאָס. פֿידל שפּילן איז נישט פֿון אַ ביקס צו שיסן, ריכטיק, פּריזיווניק כײַמאָוויטש?

— טאַק טאָטשנאָ!

— זעט איר דאָך, ער ווייסט שוין כּמעט אַלץ, וואָס אַ סאָלדאַט מוז וויסן!


*טאַק טאָטשנאָ! (רוס.) — פּונקט ריכטיק; אַ סטאַנדאַרטער ענטפֿער אויף אַ קאָמאַנדע אין אַרמיי

המשך קומט