Boris Sandler

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (ערשטער טייל)

When the Fiddle's Silent, You Can Hear the Drums (Part 1)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
  • Multiple Pages

1. פֿידל

Yehuda Blum

אין מײַן לעבן איז געווען איין יאָר, וואָס ווען איך קוק זיך אום, זעט עס מיר אויס, ווי אַ שמאָל, געל פּאַסיקל אויף די טונקל־רויטע פּאָגאָנעס, נישט ברייטער פֿון מײַן קליינעם פֿינגער. און דאָך פֿלעגט דאָס פּאַסיקל אַרײַנברענגען אין דעם ניט־פּשוטן לעבן פֿון אַ סאָלדאַט אַ דין האָפֿענונג־שטראַלעכל; עס האָט דעם סאָלדאַט צוגעטיילט דעם ראַנג פֿון אַ יעפֿרייטער, און יעפֿרייטער איז שוין נישט אַבי ווער, נאָר דאָס ערשטע טרעפּל אויפֿן לאַנגן לייטער אַרויף צו די גאָלדענע עפּאָלעטן פֿון אַ גענעראַל.

אויף דער אַרמיייִשער שפּראַך האָט מען דאָס דאָזיקע געלע פּאַסיקל גערופֿן “ליטשקאַ”. אויף רוסיש האָט עס אַפֿילו נישט קיין פּינקטלעכן טײַטש, און קאָן מיינען אַ מין צוטשעפּעניש, אַ שטיקל פֿון עפּעס; מיט איין וואָרט — אַ קלייניקייט. אָבער נישט, חלילה, אויף די פּאָגאָנעס פֿון אַ סאָלדאַט. אַ ליטשקע טיילט באַלד אָפּ דעם גרינעם רעקרוט פֿונעם אויסגעפּרוּווטן “גרײַז”, וואָס ווייסט שוין גוט דעם טעם פֿון דער סאָלדאַטסקע קאַשע. אָט די איינציקע שמאָלע ליטשקע גיט דעם סאָלדאַט צו קראַפֿט און אָפּשײַ, מאַכט ברייטער זײַנע אַקסלען, פֿעסטער זײַן שטים, לענגער זײַנע הענט, שטעלט אים נענטער צום קאָמאַנדיר און צו דעם מאָגערן קעסעלע פֿון אַרמיייִשע פּריווילעגיעס…

איין יאָר פֿון מײַן לעבן האָב איך געדינט אין אַן אַרמיי, וועלכע עקזיסטירט שוין נישט מער, ווײַל דאָס לאַנד וואָס זי האָט פֿאַרטיידיקט, איז אויך מער נישטאָ אויף דער וועלט־מאַפּע. פֿאַר יעדן בירגער פֿון יענעם לאַנד, וואָס האָט דערגרייכט צום פּריזיוו־עלטער, איז עס געווען אַ הייליקער חובֿ — פֿאַרן אויסהאָדעווען, דערציִען, לערנען, היילן, פֿאַרטיידיקן… מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז שוין פֿון דער ערשטער רגע אָן, ווי נאָר ס’איז קלאָר געוואָרן, אַז דאָס גליטשיקע נפֿשל פֿון אַ בערעק־קאָליר, נאָך וועלכן עס שלעפּט זיך פֿון דער קימפּעטאָרינס טראַכט דער נאָפּלשנור, איז אַ ייִנגעלע, — מע זאָל אויף דער ליסטע פֿון פּריזיווניקעס געווען מאַכן אַ פּאַסיקע רעגיסטרירונג. אַזוי איז געשען אויך אין יענעם טאָג: די פֿעסטע האַנט פֿונעם שטאַלטנעם רוסישן אָפֿיציר אין די העכסטע הימלען פֿון דער מיליטערישער קאַנצעלאַריע האָט פֿעסט, מיט אַ קאַליגראַפֿישן כּתבֿ אַרײַנגעשריבן — כײַמאָוויטש, אײַזיק זאַכאַראָוויטש, פּריזיוו־דאַטע — 1969. אָפּגעקלעקט די טינט מיט אַ שווערן מאַרמאָר־קלעקער, האָט דער בלוי־אויגיקער אַפֿיציר לײַכט אַ פֿיר געטאָן מיט דער ברעם, וואָס האָט געקאָנט מיינען: “נו, נו… שוין איין מאָל אַ סאָלדאַט — כײַמאָוויטש!” — און ווידער זיך גענומען צו דער פּען; אין יענעם פֿינפֿטן נאָך־מלחמהדיקן יאָר האָבן די ווײַבער איבערן גאַנצן רחבֿותדיקן שטח פֿונעם מעכטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך צעקינדלט מיט ייִנגעלעך.

און דער נײַ-געבוירענער סאָלדאַט, אײַזיק כײַמאָוויטש, האָט שוין געגעבן וועגן זיך צו וויסן מיט זײַן קוויטשיק שטימעלע, אַז די וועלט קאָן זיך אויף אים פֿאַרלאָזן. יעדנפֿאַלס, דער וועלט־טייל, פֿאַר וועלכן זײַן פֿאָטער, זאַכאַר כײַמאָוויטש, האָט פֿאַרגאָסן בלוט. ער האָט אָנגעהויבן זײַן מלחמה־וועג אין אויגוסט 1941, און פֿאַרענדיקט אים אין 1945, אין קעניגסבערג, מיט אַ שווערער קאָנטוזיע… אמת, דעם נאָמען זאַכאַר האָט אים פֿאַרשריבן אין זײַן אַרמיייִש ביכעלע דער סטאַרשינאַ אויפֿן פּריזיוו־צירקל, דווקא אַ ייִד: “גענוג — האָט ער שטילערהייט דערקלערט — אַז דו ביסט כײַמאָוויטש, טראָגסטו נאָך אַ פֿאַרדרייטן נאָמען — זעליג. ווער וועט עס דען קאָנען אַרויסרעדן?!”

ווען זעליג־זאַכאַר איז געלאָפֿן אונטער דעם פֿײַפֿנדיקן קוילן־האָגל אין זײַן ערשטער אַטאַקע, האָט אים קיינער נישט גערופֿן אויפֿן נאָמען. אין יענע מינוטן האָט ער, דאַכט זיך, אַליין פֿאַרגעסן ווי ער הייסט. ער וואָלט, אַוודאי, געקאָנט דערציילן יענעם סמאַרקאַטש פֿון די הויכע מיליטערישע פֿענצטער, דער שטאַב־מויז, וואָס הייסט, צו גיין אין אַן אַטאַקע, אָבער די דאָקטוירים, צוליב זײַן קאַנטוזיע, האָבן אים פֿאַרווערט סײַ זיך צורירן צום פּעקל פּאַפּיראָסן און סײַ זיך איבעריק נערווירן. אין זײַן לעבן איז דעם עלטערן כײַמאָוויטש אויסגעקומען צו זען נישט איין פּאַסקודניאַק. נישט זיי אָבער האָבן געקאָנט איבערקערן זײַן גלויבן אין דער גערעכטיקייט פֿון דעם לעבנס־וועג, וואָס ער האָט דורכגעמאַכט.

די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע בײַ אונדז אין שטוב, וואָס האָט דערמאָנט אין מײַן טאַטנס מלחמה, איז געווען דאָס שוואַרץ־ווײַסע פּאָרטרעט־בילד, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט אינעם שלאָף־צימער פֿון מײַנע עלטערן. דער טאַטע אין זײַן סאָלדאַטסקע מונדיר, וואָס פּונקט אין אַזעלכן האָבן די מלחמה־זיגער מאַרשירט אויפֿן רויטן פּלאַץ אין מאָסקווע, דעם 24סטן יוני 1945, בעתן נצחון־פּאַראַד; און לעבן אים זיצט מײַן מאַמע אין אַ ווײַסער דורכזיכטיקער דעקטוך פֿון אַ כּלה, מיט אַ קרענצל פֿון פֿאָרנט — ביידע פֿאָטאָגראַפֿירט אינעם טאָג פֿון זייער חתונה. און כאָטש עס זײַנען אַוועק זינט דער מלחמה כּמעט דרײַ יאָר, איז מײַן טאַטע, אין דעם גליקלעכן טאָג פֿון זײַן פֿרידלעך לעבן, געגאַנגען צו דער חופּה אָנגעטאָן אין זײַן אַרמיייִשן פּאַראַד־מונדיר, מיט פּאָגאָנעס פֿון אַ יעפֿרייטאָר, און מיט די דרײַ מעדאַלן, צוגעטשעפּעט צו דער לינקער זײַט — “פֿאַר דרייסטקייט”, “פֿאַר באַפֿרײַען קעניגסבערג” און “פֿאַרן זיג איבער די דײַטשישע פֿאַשיסטן”. וויפֿל די מאַמע זאָל אים נישט געווען בעטן און זיך מיט אים נישט געאַמפּערט אָנצוטאָן דעם טונקל־בלאָוון דאַראַבאַנץ־קאָסטיום, וואָס איר שוועסטערקינד איז אים גרייט געווען צו באָרגן צו דער חתונה, האָבן אירע רייד נישט געהאָלפֿן.

ווי געזאָגט, איז דער חתונה־פּאָרטרעט געהאָנגען אינעם שלאָף־צימער פֿון אײַזיקס טאַטע־מאַמע, אַקוראַט איבער זייער ברייטער אײַזערנער בעט, און איז געוויס געווען אַן עדות פֿון אײַזיקס פֿאַרשוואַנגערונג. כאָטש ס’איז געשען אין סאַמע אָנהייב פֿון דער קאַלטער מלחמה, און וועדליק די נײַעס, וואָס האָבן זיך געטראָגן פֿון דעם ראַדיאָ, ווי האַרבע קללות אויפֿן קאָפּ פֿונעם וועלט־קאַפּיטאַליזם, האָט זאַכאַר כײַמאָוויטש באַשלאָסן בײַ זיך, אַז ווי ס’זאָל ווײַטער זיך נישט אויסדרייען, מוז ער, ווי אַן עכטער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אַרײַנברענגען זײַן שטיקל חלק צו פֿאַרשטאַרקן די שוצפֿעיִקייט פֿון זײַן פֿאָטערלאַנד. נישט אומזיסט האָט דאָך חבֿר סטאַלין געשטעלט דעם “פּלוידערזאַק טשערטשיל” אויף איין ברעט מיט היטלערן; שוין אָפּגערעדט, וועגן דעם “כיטרע פֿיקסל טרומען” מיט זײַנע מיאוסע אינטריגעס…

זאַכאַר כײַמאָוויטש האָט געלייענט יעדן טאָג די צײַטונג “פּראַוודאַ” (אמת) און, אַז חבֿר סטאַלין האָט אַזוי געזאָגט, איז עס געזאָגט! ניין, זאַכאַר כײַמאָוויטש איז נישט געווען קיין מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, צו אַזאַ כּבֿוד איז ער נאָך נישט דערוואַקסן; ער איז געווען אַ פּשוטער עקספּעדיטאָר אויף דעם “שוך־קאָמבינאַט”, אָבער דער סעקרעטאַר פֿון זייער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע, מאַטוויי יאָסיפֿאָוויטש בראָנשטיין, האַלט פֿון אים אַ וועלט. חבֿר בראָנשטיין האָט שוין נישט איין מאָל געזאָגט פֿאַר אַן עולם אַז, נישט געקוקט דערויף, וואָס חבֿר כײַמאָוויטש איז נישט קיין קאָמוניסט, איז ער מיטן גײַסט אַ פּאַרטיימענטש!

חבֿר בראָנשטיין פֿירט יעדן מאָנטיק דורך מיט די מיטאַרבעטער פֿונעם קאָמבינאַט אַ “פּאָליטשטונדע” אין זייער “רויטן ווינקל”, און דערקלערט זיי זייער פּינקטלעך און קלאָר סײַ די אַלגעמיינע פּאָליטישע סיטואַציע אין דער וועלט און סײַ ווי זי ווערט אָפּגעשאַצט פֿון דעם צענטראָל־קאָמיטעט. איז אָט, ווען ער וואָלט, למשל, אַרײַנגערופֿן דעם מיטאַרבעטער זאַכאַר כײַמאָוויטשן צו זיך אין קאַבינעט און אים שטיל, נאָר פֿעסט געזאָגט: “איר ווייסט דאָך, חבֿר כײַמאָוויטש, אַז אונדזער רעגירונג האָט אָנערקענט די יונגע ייִדישע מדינה אין מיטעלן מיזרח, איזראַיִל…” — אַוודאי, ווייסט ער; חבֿר בראָנשטיין אַליין האָט עס דערקלערט אויף דער לעצטער פּאָליטשטונדע… — “איז דאָ אַ מיינונג פֿון אויבן, מע זאָל אײַך שיקן אַהין מיט אַ שליחות — צוצושטעלן דער יונגער ייִדישער מלוכה לעדערנע פּאָדעשוועס און עטלעכע וואַגאָנען הילצערנע פֿלעקלעך פֿאַר זייער שוך־אינדוסטריע…”

לעדערנע פּאָדעשוועס און הילצערנע פֿלעקלעך זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, זעלטענע מציאות, אָבער לטובֿת דער יונגער מלוכה איזראַיִל וואָלט זעליג כײַמאָוויטש געטאָן אַלץ. ער וואָלט אַפֿילו מסכּים געווען צו פֿאָרן זיך טיילן מיט זײַן רײַכער דערפֿאַרונג, ווי אַ געניטער סאָלדאַט, ווי צו שלאָגן זיך מיטן שׂונא… אָבער דער זעלבער סאָלדאַטסקער חוש, וואָס פֿילט אַ סכּנה, ווען זי איז נאָך גאָר ווײַט, האָט אים אונטערגעזאָגט, אַז דערווײַל איז בעסער זיך אָפּהאַלטן פֿון אַזאַ ברידערלעכן ענטוזיאַזם, און זיך אָפּגעבן מיט מער ברענענדיקע זאַכן.

מיט אַן ערך אָט די געדאַנקען האָט אין יענער געבענטשטער נאַכט זיך געלייגט שלאָפֿן זעליג־זאַכאַר כײַמאָוויטש, איבעגעפֿולט מיט זאָרג צו זײַן אייגן פֿאָטערלאַנד און דער ווײַטער ייִדישער מלוכה אין מיטעלן מיזרח. אָבער דערפֿילנדיק דעם הייסן אָטעם פֿון זײַן יונגער פֿרוי מאַניע, אירע וואַרעמע גלעטן אויף זײַן פּלייצע, האָט ער וועגן די אַלע הויכע מחשבֿות פֿאַרגעסן; ריכטיקער, זיי זײַנען פֿאַרשלעפּט געוואָרן מיט די זודיקע שטראָמען בלוט, וואָס האָבן זיך צעגאָסן איבער זײַן לײַב, אָנגעפֿילט זײַן יעדן אבֿר מיט גלוסטעניש און ליבע. זײַנע הענט האָבן אַרומגעכאַפּט דאָס צאַפּלדיקע לײַב פֿון זײַן מאַניען, און אײַנגראָבנדיק זיך מיט דער נאָז אינעם פֿײַכטן שפּאַלט צווישן אירע בריסט, האָט ער דערפֿילט ווי ער הייבט אָן זינקען און פֿאַלן אין אַ טיפֿן אָפּגרונט…

אַזוי איז געשען אין דער אַלטער פּרוסישער שטאָט קעניגסבערג, ווען די אויפֿרײַס־כוואַליע האָט אים אונטערגעוואָרפֿן און באַלד אַ שלײַדער געטאָן אַראָפּ אין אַ געדיכטער פֿינצטערניש, אַ שמאָלער און גליטשיקער, וואָס האָט אים משונה־ווילד אַרײַנגעזויגט אין זיך; און ווען נישט דער מסוכּנער פֿײַף אין די אויערן און דער צעשפּאָלטענער ווייטיק אין קאָפּ, וואָלט אים דער טייטלעכער זומפּ אײַנגעשלונגען מיט די ביינער… איצט האָט אים אַרויסגעריסן פֿונעם אָפּגרונט מאַניעס קורצער געשריי בײַ זײַן אויער. ער האָט אויפֿגעציטערט, אָבער שוין נישט פֿון אַ שאַרפֿן ווייטיק, ווי דעמאָלט, ווען ס’האָט אים קאָנטוזיעט; איצט האָט אין אים געציטערט יעדעס אָדערל בשעתן פֿאַרפֿלאַנצן זײַנע זוימען פֿון אַ נײַ לעבן…

אין יענער גליקלעכער קולמינאַציע פֿון דער ליבע־סימפֿאָניע, אויף דער לאַנגער “פֿערמאַטאַ” פֿונעם שלוס־אַקאָרד, האָט מײַן טאַטע, אַוודאי, נישט געקאָנט וויסן, אַז די קורצע רגע פֿון פֿאַרשוואַנגונג, איז אויך געוואָרן אַן אָנהייב פֿון אַ שפּאַלט צווישן אים און מײַן מאַמען. ניין, זיי זײַנען געבליבן געטרײַ איינער דעם אַנדערן, אָבער די ליבע, וואָס די מאַמע האָט ביז אַהער אָפּגעגעבן נאָר אים, האָט זי ווײַטער געמוזט טיילן מיט דעם נפֿשל, וועלכן זי האָט אויסגעטראָגן אונטער איר האַרץ.

מאַניע, וואָס איז אין גאַנצן פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער זאָרג פֿון שטוב און קינד, האָט נעבעך, נישט געהאַט קיין צײַט צו לייענען די צענטראַלע צײַטונג “פּראַוודאַ”; און אַזוי ווי איר סטאַטוס פֿון אַ הויז־באַלעבאָסטע האָט זיך געפֿונען שיִער נישט אויפֿן נידעריקסטן שטאַפּל פֿונעם סאָציאַלן לייטער אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט, האָט זי נישט געקאָנט וויסן, אַז די וועלט האָט זיך אויך צעשפּאָלטן אויף צוויי קעגנערישע לאַגערן און פֿירט צווישן זיך אַן אומברחמנותדיקע קאַלטע מלחמה. איר איז נישט אויסגעפֿאַלן דאָס גליק צו הערן, כאָטש מיטן שפּיץ־אויער, די טיפֿזיניקע איבערזיכטן פֿון חבֿר בראָנשטיין אויף די “פּאַליטשטונדעס” אינעם “רויטן ווינקל” פֿונעם שוך־קאָמבינאַט. נאָך מער: זי פֿלעגט באַלד אויסשליסן דעם ראַדיאָ, דעם “שוואַרצן טעלער” אינעם קיך־ווינקל, ווען ס’האָט זיך נאָר דערהערט: “גאָוואָריט מאָסקוואַ…” — עס רעדט מאָסקווע…

— ווידער אויסגעשלאָסן! — האָט זיך שוין געהערט דעם טאַטנס אומצופֿרידן קול פֿונעם צווייטן צימער. איבערגעריסן דאָס לייענען, האָט ער נערוועז פֿאַררייכערט זײַן “בעלאָמאָר קאַנאַל”*.

— וואַרף אַוועק דעם פּאַפּיראָס! — האָט די מאַמע קאָמאַנדעוועט פֿון קיך, — האָסט גיך פֿאַרגעסן, וואָס דער דאָקטער האָט דיר געזאָגט!

דער טאַטע הערט נישט; ער ציט ווײַטער אײַן דעם גיפֿטיקן רויך אין זײַנע שוואַכע לונגען און רעדט, ווי צו עמעצן נאָך אינעם צימער:

— אַ פֿרוי זאָל נישט וועלן וויסן פֿון דאַנען אַהין, וואָס עס טוט זיך אין דער וועלט… עס קאָן, חלילה, הײַנט־מאָרגן, אויסברעכן אַ נײַע מלחמה — מיט אַמעריקע, און זי וועט הערן איר “קאַפּריטשימאָזע”…

— וואָלטסט שוין געקאָנט זיך אויסלערנען ריכטיק אַרויסצוזאָגן “קאַ־פּרי־טשי־אָ־זאָ”, — האָט די מאָמע ריטמיש אָפּגעקלאַפּט מיט דער צונג יעדן טראַף. — דײַן זון וואַקסט אַ פֿידלער, און דו קאָנסט נישט אַרויסרעדן דעם נאָמען פֿון אַזאַ באַקאַנט מוזיקאַליש ווערק!

דער טאַטע בלײַבט שטיין בײַ דער שוועל פֿון קיך, ווי בײַ אַ גרענעץ, וואָס ווײַטער געפֿינט זיך שוין דער שטח פֿון אַ פֿײַנטלעכער מלוכה. פֿון זײַנע פֿאַרוואַקסענע נאָזלעכלעך שלאָגט אַ רויך, וואָס מאַכט זײַן אויסזען דראָענדיק און אַגרעסיוו.

— און דו קאָנסט אַרויסרעדן די ווערטער “קאַריבסקע קריזיס”!? — האַלט ער זיך קוים אײַן זיך נישט צעשרײַען. — זיי האָבן אָנגעשטעקט אין טערקײַ זייערע ראַקעטן, און סטראַשען אָפּצוּווישן אונדז פֿון דער ערד; און מיר, הייסט עס, טאָרן נישט אָנשטעלן אויף זיי אַ פּאָר ראַקעטן אין קובאַ, זיי זאָלן אויך ציטערן איבער די נעכט?!…

דער מוזיקאַליש־פּאָליטישער סיכסוך אין דער משפּחה כײַמאָוויטש אין סאַמע ברען פֿון דער קאַלטער מלחמה, ווען ס’האָט שוין בפֿירוש געהאַלטן זייער שמאָל מיטן שלום אין דער וועלט — איז געווען נאָר דער הינטערגרונט, דער אַראָפּגעלאָזטער פֿאָרהאַנג, אַזוי צו זאָגן. אויף דער אַוואַנסצענע איז געשטאַנען אַן אומגעלומפּערטער בחור אין דער עלטער, ווען אַלץ אין אים “ברעכט זיך” און “בײַט זיך” — די שטים און שטימונג, דער אויסזען און אײַנזען, דער אימוניטעט און נערוון־סיסטעם — ער איז זייער שעמעוודיק און ווייסט נאָך דערווײַל נישט, וואָס צו טאָן מיט זײַן געשלעכטלעכער רײַפֿקייט.

זײַן טאַטע, זאַכאַר כײַמאָוויטש, וואָס שעפּט זײַן חכמה אויף די “פּאָליטשטונדעס” פֿון חבֿר בראָנשטיין, האָט געהאַלטן, אַז זײַן זון מוז פֿון קליינערהייט אָן וואַקסן אַ פּאַטריאָט, אַ געטרײַער בירגער פֿון זײַן לאַנד; און אויב ס’וועט, חלילה, קומען אַ סכּנה, צו קענען עס פֿאַרטיידיקן פֿונעם פֿאַרביסענעם שׂונא. צוליב דעם דאַרף זײַן אײַזיק פֿאַרהאַרטעווען סײַ דעם גוף און סײַ דעם גײַסט. פֿידל־שמידל — ווײַבערישע מאַנקאָליעס, וועלכע שפּילן צו די אימפּעריאַליסטן, וואָס זוכן נאָר אַ וועג, ווי אַזוי צו דעמאָראַליזירן די סאָוועטישע יוגנט.

מאַניע, די “פֿאַרברענטע מאַנקאָליסטקע”, האָט זיך נישט סתּם אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ, אַז איר זון וואַקסט אַ פֿידלער; זי האָט דעם חלום אַרויסגעטראָגן פֿון איר קאַלטער, הונגעריקער מיידלשאַפֿט. דאָרט, אין דער ווײַטער שטאָט סווערדלאָווסק אויף אוראַל, וווּ זי, מיט איר מאַמען, האָבן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין די מלחמה־יאָרן, האָט מאַניע צום ערשטן מאָל דערהערט די וווּנדערלעכע קלאַנגען פֿון “ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”… אַוודאי, האָט זי נישט געוווּסט, ווי די זאַך רופֿט זיך, זי האָט אָבער געפֿילט, אַז די סטרונעס פֿונעם פֿידל קניפּן זיך אָן מיט אירע אָדערן און פֿילן אָן מיט זייער קלאַנג איר יונג לײַב, ווי זי אַליין וואָלט געווען אַ פֿידל. ראָווימטשיק — אַזוי האָבן אים אַלע גערופֿן, דעם פֿידלער אין זייער דירה, וווּ אויף דעם וווין־שטח פֿון 24 קוואַדראַט־מעטער, האָבן זיך באַזעצט דרײַ משפּחות, עוואַקויִרט פֿון די “אָקופּירטע געביטן” — האָט ער מיט זײַן מאַמען פֿאַרנומען אַ קליינעם אַלקער, אָן אַ פֿענצטער, אָבער אָפּגעטיילט פֿון די אַנדערע קוואַרטיראַנטן, וואָס איז אין יענע צײַטן געווען אַ באַזונדערע פּריווילעגיע. דער פֿופֿצן־יאָריקער ראָווימטשיק, איז געווען אַ לאַורעאַט פֿונעם אַל־אוקראַיִנישן קאָנקורס פֿון יונגע מוזיקאַנטן. עוואַקויִרט האָבן זיי זיך פֿון אָדעס, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַם באַרימטן פּראָפֿעסאָר סטאָליאַרסקי און איז טאַקע מיט אים צוזאַמען געקומען קיין סווערדלאָווסק.

ווער ס’איז געווען סטאָליאָרסקי האָט מאַניע אויך נישט געוווּסט, אָבער דער שכן פֿלעגט זײַן נאָמען נישט אַרויסזאָגן, נאָר ממש אַרויסזינגען, ווי אַ תּפֿילה — פּיאָטער סאָלאָמאָנאָוויטש! אַ וועלט מיט מעשׂיות און וויצן האָט זי אויסגעהערט פֿון ראָווימטשיקן וועגן זײַן “געניאַלן פּעדאַגאָג”. מאַניע פֿלעגט, נעבעך, נישט אַלץ פֿאַרשטיין, ווײַל אַ רוסיש וואָרט האָט זי צום ערשטן מאָל דערהערט מיט אַ קנאַפּ יאָר צוריק, ווען די סאָוועטן זײַנען געקומען אין בעסאַראַביע. מעגלעך, דערפֿאַר האָבן אייניקע זאַכן, דערציילט שוין מיר, מיט יאָרן שפּעטער, געקלונגען מאָדנע, פֿאַרדרייט און אַפֿילו אויסטערליש. אַזוי, למשל, האָט די מאַמע זיך דערמאָנט, אַז אויפֿן אַנדערן טאָג נאָך סטאָליאַרסקיס לוויה, האָט מען געפֿונען זײַן קבֿר אויסגעגראָבן, דאָס דעקל פֿון דער טרונע אויפֿגעריסן, און דער פֿאַרשטאָרבענער פּראָפֿעסאָר איז געלעגן אויסגעטאָן, אין די הוילע גאַטקעס.

“איין וואָרט — פֿאַשסיטן! — האָט די מאַמע זיך נישט געקאָנט באַרויִקן. דער ווייטיק פֿון יענע יאָרן איז איר נאָכגעגאַנגען. — די גאַנצע שטאָט האָט געזשומעט… און פֿאַרוואָס, מיינסטו, האָבן זיי עס געטאָן, די רויבער? צוליב דעם קאָסטיום, אין וועלכן מ’האָט סטאָליאָרסקין באַגראָבן. מ’האָט געקאָנט אים גוט פֿאַרקויפֿן!”

און נאָך איין דערמאָנונג. אייגנטלעך, איז טאַקע פֿון דעם פֿאַל אײַנגעפֿאַלן מאַניען די “מאַנקאָליע” אין האַרצן. אין אַ זונטיק האָט ראָווימטשיק פֿאַרבעטן זי אויף אַ קאָנצערט פֿון סטאָליאַרסקיס קלאַס. ראָווימטשיק אַליין האָט געשפּילט צום סוף. “קאַמיל סען־סאַנס, אינטראָדוקציע און ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ” — האָט געמאָלדן די באַיאָרטע פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ שוואַרצער, לאַנגער קלייד, וואָס האָט דעם קאָנצערט געפֿירט, און אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם “סאָליסט”. מאַניע האָט אַפֿילו נישט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז דער “רעוּווען גולקאָ” איז בפֿירוש איר שכן ראָווימטשיק; אָבער ער האָט זיך באַלד באַוויזן אויף דער בינע, מיט זײַן פֿידל אין דער האַנט, ווי זיך געאײַלט צו באַשטעטיקן, אַז “יאָ, דאָס בין איך, דער סאָליסט, רעוּווען גולקאָ, אָדער פּשוט ראָווימטשיק!”…

נישט איין מאָל האָב איך געהערט די מעשׂה און יעדעס מאָל פֿלעגט די מאַמע זיך אויף דעם אָרט אָפּשטעלן; צי די קלאַנגען פֿון ראָווימטשיקס פֿידל האָבן פּלוצעם אויפֿגעוואַכט אין איר זכּרון און דערמאָנט גאָר אַן אַנדער געשיכטע, וועגן צוויי פֿאַרליבטע יונגע מענטשן אין מיטן אַ קאַלטער הונגעריקער עוואַקואַציע־נאַכט; צי זי, אויף דעם וועג צו איר נעכטן, וואָלט מיט דער קורצער פּויזע, געקאָנט פֿאַרהאַלטן דעם לויף פֿון צײַט.

נאָכן קאָנצערט האָט זי ראָווימטשיק צוגעפֿירט צו סטאָליאָרסקין.

“אָט דאָס איז זי, דײַן באַרישניע?” — האָט געפֿרעגט דער אַלטיטשקער, פֿאַרריכטנדיק זײַנע ברילן. ער איז געזעסן אַ מידער, אויסגעשטרעקט די הענט און מיט די ווייכע דלאָניעס זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ שטעקן. די אויגן האָבן אים געטרערט, האָט ער מיט אַ פֿינגער, ציטערנדיק, אַ פֿיר געטאָן אונטער אַ גלעזל, און גאָר אומדערוואַרט, האָט מאַניע דערהערט אויף ייִדיש: “ער איז אַ וווילער בחור, אָבער דער קאָפּ פֿליט אים” — זײַן שווערער גוף האָט זיך פֿאַרטרוילעך צוגערוקט צום שטעקן און ער האָט צוגעגעבן: “היט אָפּ, מיידעלע, זײַן קאָפּ…”

גאָר אין גיכן נאָך סטאָליאָרסקיס טויט, איז ראָווימטשיק פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט. ער האָט זיך כּסדר געריסן נקמא צו נעמען נאָך זײַן פֿאָטער, אָבער זײַן “געניאַלער פּעדאַגאָג” האָט אים אָפּגעהאַלטן. מער האָט מאַניע ראָווימטשיקן נישט געזען. מיט אַ חודש שפּעטער האָט זי מיט איר מאַמען זיך אומגעקערט אין דער באַפֿרײַטער מאָלדאַוויע. נישט איין יאָר — מאַניע האָט שוין געהאַט אַ מאַן און אַ קינד — פֿלעגט זי פּלוצעם אויפֿציטערן און פֿאַרטײַען דעם אָטעם, ווען פֿון דעם “שוואַרצן טעלער” האָט זיך דערהערט שפּילן סען־סאַנס’ “ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”. זי פֿלעגט אָפּלייגן אַלע אַרבעטן, וואָס האָבן אין שטוב נישט אויסגעפֿעלט, און זיך אַוועקזעצן אויפֿן דיוואַנדל, מיט די הענט אויף די קני. זי האָט געוואַרט אויפֿן סוף, ווען מע וועט מעלדן דעם נאָמען פֿונעם “סאָליסט”.

און אַזוי האָבן זיי געוווינט, מאַניע און זאַכאַר, אונטער איין דאַך, געטיילט צווישן זיך די זעלבע פֿרייד און לייד, אָבער געזען גאָר פֿאַרשידענע חלומות. זאַכאַר פֿלעגט אײַנשלאָפֿן גיך, און באַלד געבן וועגן דעם צו וויסן מיט אַ גאָרגלדיק כראָפּעניש פֿון אַ מידן עקספּעדיטאָר. גראָד אין יענעם מאָנטיק, אויף דער פּאָליטשטונדע, האָט חבֿר בראָנשטיין זייער דײַטלעך דערקלערט זיי, ווי סכּנותדיק פֿירן זיך אויף די “ציוניסטישע אַגרעסאָרן”. “זיי דראָען אויפֿצורײַסן דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח!” — האָט ער שיִער נישט געשריגן. “אונדזערע אַראַבישע ברידער, אין שפּיץ מיטן חבֿר גאַמאַל אַבדעל נאַסער, דעם העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלן מיט איין קנאַק צעשמעטערן די מחנה אימפּעריאַליסטישע תּחת־לעקערס; און דעם הויפּט־ציוניסט, משה דאַיאַן, צוזאַמען מיט זײַנע גענעראַלן, וועט מישפּטן דער אינטערנאַציאָנאַלער מיליטער־טריבונאַל!… ווי עס זײַנען אין נירנבערג פֿאַרמישפּט געוואָרן די פֿאַשיסטישע פֿאַרברעכערס…” דאָס קוויטשיק שטימעלע פֿונעם הויפּט־פּראָפּאַגאַנדיסט אינעם שוך־קאָמבינאַט איז נאָכגעגאַנגען זאַכאַרן נישט איין טאָג און נישט איין נאַכט. ער האָט נישט געקאָנט זיך געפֿינען קיין רויִק אָרט: “סטײַטש, די אַראַבער זײַנען טאַקע פֿרײַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און שטייען מיט אונדז אינעם קאַמף קעגן דעם וועלט־אימפּעריאַליזם אויף איין סאָציאַליסטישער פּלאַטפֿאָרמע; אָבער איזאַריִל איז דאָך דאָס לאַנד פֿון ייִדן, פּונקט אַזעלכע ווי ער, זעליג־זאַכאַר כײַמאָוויטש?! פֿאַר וואָס זשע דאַרף ער זיי ווינטשן ׳צעשמעטערט צו ווערן׳?”

זאַכאַר האָט פֿונעם שלאָף געקרעכצט, און זײַנע קרעכצן, איבערגעמישט מיט די כראָפּנדיקע קלאַנגען, האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער הייסער זומער־נאַכט אַן אומרו. מאַניע, שוין צוגעוווינט צו דער טראָמבאָנירנדיקער שלאָף־מוזיק פֿון איר מאַן, האָט געהאַט קעגן דעם נאָר איין מיטל — אַ קורצער שטורץ מיטן עלנבויגן אין זאַכאַרס פּלייצע. די קורצע ווײַלע פֿון שטילשטאַנד איז איר גענוג געווען זיך ווידער אײַנצוזינקען אינעם זיסן חלום… זי זיצט אין מיטן אַ ריזיקן קאָנצערט־זאַל. אַרום איז פֿינצטער, נאָר די סצענע איז פֿאַרגאָסן מיט ליכט. און אָט גייט אַרויס אַ באַיאָרטע פֿרוי, אין אַ שוואַרצער, אַלטמאָדישער קלייד און רופֿט אויס הויך אויף אַ קול: “קאַמיל סען־סאַנס, אינטראָדוקציע און ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ. סאָליסט אײַזיק כײַמאָוויטש…” — און אײַזיק כײַמאָוויטש באַווײַזט זיך פֿון הינטער די קוליסן, מיט זײַן אומגעלומפּערט גענגעלע, ברייט צעשטעלט די פֿיס… ער בלײַבט שטיין פֿאַרן אָרקעסטער, הייבט אויף דעם פֿידל און קוקט זיך איבער מיטן דיריגענט… בלויז איין סעקונדע, ביז דער דיריגענט גיט אַ פֿיר מיט זײַן שטעקעלע; אָבער אין דער דאָזיקער סעקונדע פֿילט מאַניע, אַז איר האַרץ קלאַפּט אין איין ריטעם מיטן זונס האַרץ, ווי דעם נאַפּלשנור וואָלט מען נאָך אַלץ נישט איבערגעשניטן…

און זאַכאַר, אין זײַן חלום, פֿירט נאָך אַלץ אַ מלחמה… ער ליגט אינעם אָקאָפּ. דער שׂונא האַלט אין איין באַשיסן זייער פּאָזיציע. ער ווייסט שוין, דער קאָמאַנדיר האָט זיי געזאָגט, אַז אין פֿינף מינוט אַרום הייבן זיי זיך אויף אין אַן אַטאַקע. וואָס טראַכט אין דער מינוט צווישן לעבן און טויט אַ סאָלדאַד? ער דערמאָנט זײַנע טײַערע ליבע פּנימער: מאַניען, זײַן בן־יחיד, אײַזיק, וואָס איז אויך אויף דער מלחמה, פֿאַרטיידיקט זײַן פֿאָטערלאַנד… נישט אומזיסט האָט זאַכאַר זיך אַזוי פֿיל יאָר געאַמפּערט מיט זײַן פֿרוי, אַז אַ ייִנגל דאַרף וואַקסן אַ שטאַרקער און דרייסטער, מיט איין וואָרט, אַ סאָלדאַט, אַ פֿאַרטיידיקער פֿון זײַן היים און לאַנד. אַ שאָד, וואָס זיי קעמפֿן אויף פֿאַרשיידענע פֿראָנטן. ער איז דאָך אַ היציקער קאָפּ, זײַן אײַזיקל, קריכט גלײַך אין פֿײַער אַרײַן… און דאָ הערט זאַכאַר, ווי עמעצער טאָרקעט אים אין דער פּלייצע און רופֿט: “אַבאַ, אַבאַ…” זאַכאַר קוקט זיך אום — זײַן אײַזיק. אָבער פֿאַר וואָס רעדט ער אַזוי? עפּעס אַ מאָדנע שפּראַך… “אַבאַ, קדימה! האויב לא ישן!” און דאָ דערפֿילט זאַכאַר שוין גאָר אַ שטאַרקן זעץ אין פּלייצע און ער שרײַט אויס, ווי דעמאָלט, אונטער קעניגסבערג: “וופּעריאָד, זאַ ראָדינו, זאַ סטאַ**…”

ער כאַפּט זיך אויף. זומער זײַנען די נעכט קורץ און פֿײַכט. מאַניע זיצט אויפֿן געלעגער. זי קוקט אַפֿילו נישט אויף אים, ער הערט נאָר איר שלעפֿעריק קול: “נו, וויפֿל איז דער שיעור צו מלחמהווען?”

מײַן מאַמע האָט מסתּמא געזען נישט איין מאָל איר שיינעם חלום, ביז זי האָט דערלעבט אויף דער וואָר צו הערן מיך שפּילן דאָס באַרימטע פֿידל־ווערק פֿון קאַמיל סען־סאַנס. איך האָב זיך שוין געלערנט אויפֿן צווייטן קורס אין קאָנסערוואַטאָריע, ווען כ’האָב מײַנע עלטערן פֿאַרבעטן אויפֿן קאָנצערט פֿון מײַן פּראָפֿעסאָרס קלאַס. אמת, איך האָב געשפּילט נישט מיטן אָרקעסטער, נאָר באַגלייט פֿון אַ פֿאָרטעפּיאַנע. מײַן מאַמען האָט עס די שׂימחה נישט פֿאַרמינערט. דאָס איז געווען איר נצחון־טאָג, און דער טאַטע האָט מיט איר די פֿרייד צעטיילט.

זאַכאַר כײַמאָוויטש האָט שטיל שטאָלצירט מיט זײַן זון, כאָטש אויפֿן האַרצן איז אים געווען קאַלעמוטנע. אַוודאי, לעבט יעדער מיט זײַן קאָפּ און מיט זײַנע געדאַנקען, אָבער אַזאַ דריי האָט זאַכאַר נישט דערוואַרט פֿון חבֿר בראָנשטיין. דער קלאַנג, אַז דער הויפּט־פּראָפּאַגאַנדיסט אויף זייער שוך־קאָמבינאַט גייט אײַנגעבן די פּאַפּירן אַרויסצופֿאָרן אין “איזראַיִל”, האָט אַלעמען געפּלעפֿט. זאַכאַר האָט בײַם אָנהייב נישט געגלייבט, געמיינט, אַז די שׂונאים־אַנטיסעמיטן פֿאַרשפּרייטן בכּיוון אַזאַ קלאַנג. ווען מ’האָט אָבער געמאָלדן, אַז אויף דער נאָענטסטער פֿאַרזאַמלונג פֿונעם קאָלעקטיוו וועט מען אַרומרעדן דעם “פּערסאָנאַלן ענין פֿונעם געוועזענעם פּאַרטאָרג, מ. י. בראָנשטיין”, — איז שוין קיין שום צווייפֿל נישט געבליבן, אַז בראָנשטיין איז אַ פֿאַררעטער. נאָך מער, עס איז אין גאַנצן נישט אויסגעשלאָסן, אַז די אַלע יאָרן האָט ער זיך נאָר פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ געטרײַען סאָוועטישן בירגער, אויסנוצנדיק דערבײַ דאָס הייליקסטע וואָס עס קאָן נאָר זײַן — דעם צוטרוי פֿון דער פּאַרטיי און פֿאָלק — אָבער אַליין “זיך פֿאַרקויפֿט צו די ציוניסטן”.

אַזוי האָט מען טאַקע גערעדט אויף דער פֿאַרזאַמלונג — פֿאַרשעמט אים און פֿאַראורטיילט. איינער אַן אַרבעטער, אַ שוסטער פֿונעם צווייטן צעך, בפֿירוש אַ ייִד, האָט אַפֿילו פֿאָרגעלייגט: אַזוי ווי עס גייט אָן אַן אומברחמנותדיקע קאַלטע מלחמה, זאָל מען, לויט די געזעצן פֿון “הייסער מלחמה”, בראָנשטיינען צעשיסן. אָבער דער דירעקטאָר פֿונעם שוך־קאָמבינאַט, חבֿר מונטיאַן, האָט דעם היציקן שוסטער באַלד איבערגעריסן און דערקלערט, אַז אַזעלכע זאַכן “זײַנען נישט אין דער קאָמפּיטענץ” פֿון דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם שוך־קאָמבינאַט…

זאַכאַר כײַמאָוויטש איז די גאַנצע פֿאַרזאַמלונג געזעסן און געשוויגן. דאָס הייסט, ער האָט טאַקע נישט אַרויסגעבראַכט קיין וואָרט אויף דער צונג, אָבער אין אים גופֿא האָט אַלץ געשריִען: געוואַלד! אַזאַ קלוגער מענטש — אַ פֿעסטונג אויף דער וואַך פֿונעם פֿונאַנדערגעוויקלטן סאָציאַליזם, זאָל פּלוצעם נעמען און אָפּטאָן אַזאַ אַנטי־געזעלשאַפֿטלעכע אַקציע! וואָס זשע זאָל שוין זאָגן אַן אומפּאַרטיייִשער עקספּעדיטאָר?! בײַ וועמען זאָל ער איצט זוכן אַן ענטפֿער אויף די אַלע פֿראַגעס, וואָס געבן אים נישט קיין רו שוין אַ היפּשע צײַט?!.. סײַדן, בײַ זײַן לעצטן וואָרט האָט בראָנשטיין פֿאַרזיכערט דעם קאָלעקטיוו פֿונעם שוך־קאָמבינאַט, אַז ווי עס זאָל נישט זײַן, בלײַבט ער טרײַ דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע, און ווי נאָר ער קומט קיין “איזראַיִל”, טרעט ער אײַן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין שפּיץ מיט דעם חבֿר מאיר ווילנער.

צו דער צײַט וואָס איך האָב פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע, האָט מײַן טאַטע גרינטלעך געביטן זײַן אידעאָלאָגיש קוקווינקל. דאָס מיינט, חלילה, נישט, אַז ער איז געוואָרן אַ “דיסידענט”, אַן אָפֿענער קעגנער פֿונעם סאָוועטישן רעזשים. ניין! ער האָט געפֿירט אַן אינערלעכן קאַמף מיט זיי, אָבער דאָס איצטיקע “זיי” איז געווען גאָר אַ היפּוך צו זײַן אַמאָליקן אַנטי־אימפּעריאַליסטישן “זיי”. דאָס איז געווען זײַן פּערזענלעכע “קאַלטע מלחמה” קעגן דער סאָוועטישער ביוראָקראַטיע. ווי יעדער אַזאַ קעמפֿער, האָט אויך מײַן טאַטע געהאַט זײַנע אייגענע מיטלען אויסצודריקן זײַן פּראָטעסט. ער האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף זײַן אײַנגעבוירענעם געווער — צו להכעיס און קללות.

ווי פֿריִער, האָט זעליג כײַמאָוויטש יעדן טאָג געלייענט די מאָסקווער צײַטונג “פּראַוודאַ” און פֿון דאָרט געשעפּט טעמעס פֿאַר זײַן קעגנערשאַפֿט — די קללות. זיי פֿלעגן אַרויספֿליִען פֿון זײַן מויל און זיך אויפֿרײַסן אין דער לופֿטן, ווי באָמבעס: “זאָלן זיי שוין עסן, וואָס ס’איז דאָ אין די קלייטן!”, “זאָלן זיי שוין לעבן אויף דעם געהאַלט וואָס איך באַקום!”, “זאָלן זיי שוין ברענען אויפֿן שײַטער פֿון זייער ליכטיקער צוקונפֿט!”…

— וואַרף שוין אַוועק די צײַטונג! — האָט מאַניע קאָמאַנדעוועט פֿון קיך, — וואָס רעגסטו זיך אויף די נערוון?

— וווּ קענסטו עס פֿאַרשטיין? — האָט זאַכאַר געענטפֿערט, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ יחיד־במינו. — זיי פֿירן אונדז אַלעמען צו אַן אָפּגרונט!

אַן אַנדער מקום פֿאַר זײַן שטילן קאַמף איז געווען דער טעלעוויזאָר. יעדן פֿאַרנאַכט, זאָל אַפֿילו דער הימל פֿאַלן צו דער ערד, פֿלעגט כײַמאָוויטש קוקן די נײַעס־פּראָגראַם; און יעדעס מאָל, נאָכן אויסהערן דעם וועטער־פּראָגנאָז, זיך אויפֿהייבן פֿונעם פֿאָטעל און ווי אַ פּסק־דין אַרויסברענגען: “ליגנערײַ, אַרום און אַרום! ווי קען מאָרגן זײַן אַ זוניקער טאָג, אַז עס ברעכן מיר הײַנט די ביינער צו אַ רעגן?”

אָנגעלאָדן מיט אַ “פּאָזיטיווער ענערגיע”, באַקומען פֿון די “מאָסקווער נײַעס”, פֿלעגט דער טאַטע אַרײַנגיין אין שלאָף־צימער. דאָרט, אין אַ ווינקל, ווי אַ טייל פֿונעם מעבל־גאַרניטור, איז געשטאַנען אונדזער ראַדיאָלע “מאַיאַק” (לײַכט־טורעם); דאָס הייסט, אַז מ’האָט עס געקאָנט נוצן ווי אַ ראַדיאָ, אָבער אויך דרייען אויף דעם פּלאַטעס. צו קויפֿן די דאָזיקע “שיינע און נוצלעכע זאַך” האָט אויסגעפֿירט די מאַמע.

— דו ווייסט כאָטש, וויפֿל סע קאָסט די באַנדורע? — האָט זיך באַלד קעגנגעשטעלט דער טאַטע.

ער האָט בכּיוון באַטאָנט דאָס וואָרט “באַנדורע”, אַראָפּרײַסנדיק דערמיט די ווערט פֿון אַ זאַך, וואָס ס’איז נישט כּדאי אויסצוגעבן אויף דעם קיין געלט. און צוגעגעבן אַ נײַעם אַרגומענט:

— ס’איז דאָ מער וויכטיקערע זאַכן צו קויפֿן!

— דיר וואָלט געווען גענוג ביז הײַנט אַרומצוגיין אין דײַן אָפּגעבליאַקעוועטער גימנאַסטיאָרקע און אָפּגעריבענע גאַליפֿע־הויזן! — האָט די מאַמע אים נישט געקאָנט מוחל זײַן דאָס נישט וועלן זיך שטעלן אונטער דער חופּה אין אַ “דאַראַבאַנץ־קאָסטיום”. — נישט דו דאַרפֿסט עס האָבן, נאָר דײַן זון, צו הערן שפּילן פּלאַטעס מיט גרויסע פֿידל־ווירטואָזן.

— און וווּ וועסטו נעמען אַזוי פֿיל געלט? — האָט דער טאַטע זיך געטשעפּעט פֿאַר דער לעצטער געלעגנהייט. די מאַמע האָט אָבער געהאַט אַן ענטפֿער אויך אויף דער פֿראַגע:

— איך האָב מײַן קניפּל!

ס’איז קלאָר געווען, אַז די מאַמע האָט זיך צוגעגרייט צו דעם שמועס פֿון פֿריִער; זי האָט אַפֿילו שוין געוווּסט וואָסער ראַדיאָ־אַפּאַראַט מע דאַרף קויפֿן. איר שוועסטערקינד, וואָס האָט געאַרבעט אינעם שטאָטישן “אוניווערמאַג”, האָט עס איר דײַטלעך דערקלערט — בעסער פֿון “מאַיאַק” איז הײַנט נישטאָ!

דאָס באַווײַזן זיך אין אונדזער שטוב פֿון אַזאַ לוקסוס־זאַך, האָט געלייגט אַן אָנהייב פֿון מײַן זאַמלען פּלאַטעס מיט קלאַסישער מוזיק. די ערשטע צײַט פֿלעגט דער טאַטע, מעגלעך, ווי אַ מין פּראָטעסט אויף זײַן מפּלה, נישט צוגיין צו דער ראַדיאָלע, געקוקט אויף איר, ווי אויף אַ שיין אומניצלעך שפּילעכל. צומאָל, פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן, האָט ער זיך שטיל צוגעשאַרט צו דער “באַנדורע”, אַ קוועטש געטאָן איין קלאַוויש פֿון די זיבן אויפֿן פּאַנעל, אַן אַנדערע, אַ דריי געטאָן די ווײַסע קײַלעכדיקע הענטלעך פֿון איין זײַט, פֿון דער צווייטער זײַט; דערנאָך אַרײַנגעקוקט אינעם גרינעם אייגל-לאָקאַטאָר, וואָס האָט געוויזן, ווי פּינקטלעך איז געפֿונען געוואָרן די סטאַנציע, און מיטן לעצטן קוועטש — אויסגעלאָשן דעם אַפּאַראַט.

נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה אין מיטעלן מיזרח, האָט “מאַיאַק” צוגעצויגן כײַמאָוויטשן אַלץ מער און מער. גאָר אין גיכן האָט ער שוין געוווּסט, וווּ פּינקטלעך צו געפֿינען די געגאַרטע סטאַנציע “קול־ישׂראל”, און, שיִער נישט אַרײַנקריכנדיק מיט אַן אויער אין זײַן “באַנדורע”, אַרויסכאַפּן פֿון דעם גרילצנדיקן זשום שטיקער זאַצן און באַזונדערע ווערטער אויף ייִדיש… אים איז עס געווען גענוג, כּדי דערנאָך, בײַ נאַכט, אָנשטעלנדיק דעם בליק אין דער סטעליע אַרײַן, פֿון די שטיקלעך ידיעות צונויפֿשטוקעווען “אַ פֿול בילד פֿון די מעשׂים”.

ווי אַ געניטער פֿאַרבינדלער אין שטאַב פֿון אַ געהיימער אַרמיי אויף אַ געהיים־פֿראָנט, האָט זאַכאַר כײַמאָוויטש אויסגעזוכט די סטאַנציעס פֿון “פֿײַנטלעכע שטימען”, וואָס די מאַכט האָט קעגן זיי געלאָזט אין גאַנג אַלע אירע טראַסקענדיקע, זשומענדיקע, פֿײַפֿנדיקע און גרילצנדיקע מיטלען צו דערשטיקן די “ליגנערישע אימפּעריאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע”, צו וועלכער עס זײַנען אַזוי נײַגעריק געווען אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי כײַמאָוויטש. שוין אַליין אין גאַנצן פֿאַרהילכט און פֿאַרהלושעט, מיט אַ שווערן קאָפּ, אָנגעשטאָפּט מיט “פֿרישער אינפֿאָרמאַציע”, פֿלעגט זאַכאַר אַ מידער זיך קוים דערשלעפּן צום געלעגער און אַ פֿאַל טאָן אָן כּוח, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן עכטן סאָלדאַט נאָך אַ טייטלעכער שלאַכט.

איך האָב שוין צו יענער צײַט נישט געוווינט מיט די עלטערן, זיך געלערנט אין אַן אַנדער שטאָט, אָבער בײַ מײַנע קורצע באַזוכן, האָט די מאַמע זיך געקלאָגט פֿאַר מיר: “גיי ווייס, אַז די ‘באַנדורע׳ טראָגט אין זיך אַזאַ בייזן כּישוף!” און שוין גאָר באַזאָרגט, צוגעגעבן:

— ווער דאַרף עס האָבן, מיט אַזעלכע צעשרויפֿטע נערוון? דערצו איז ער שוין אין גאַנצן טויב געוואָרן פֿון דעם טראַסק און זשום!

צו דעם יאָר וואָס איך האָב געזאָלט זיך שטעלן צום פּריזיוו, איז פֿון די הויכע מיליטערישע פֿענצטער אַראָפּגעלאָזט געוואָרן אַ באַפֿעל, אַז פֿאַר אַזעלכע יאַטן ווי איך, וואָס זיי איז דערלויבט געוואָרן אָפּציִען זייער דינסט, כּדי צו פֿאַרענדיקן די בילדונג, איז גענוג אויך צו דינען איין יאָר, נישט צוויי, ווי ס’האָט געפֿאָדערט דער חובֿ פֿון אַנדערע רעקרוטן. מעגלעך, אַז די תּפֿילות פֿון אַזעלכע מאַמעס ווי מײַן מאַמע, זײַנען דערגאַנען צום אייבערשטן, צי אין שטאַב פֿון די סאָוועטישע באַוואָפֿנטע קראַפֿטן אין מאָסקווע, וווּ מ’האָט באַשלאָסן, אַז פֿון אַזעלכע סאָלדאַטן ווי איך, וועט סײַ־ווי קיין גרויסער טאָלק נישט זײַן. צוריק גערעדט, וווּ נאָך קאָן מען אויסנוצן אַזעלכע נישט־טויגערס, ווי מוזיקאַנטן, אַרטיסטן, מיט איין וואָרט, מענטשן “אָן אַ נוצלעכער פֿאַך”, אַז נישט אין די מיליטערישע בוי־באַטאַליאָנען. לויט די חשבונות פֿון די גענעראַלן, איז נישט שווער צו פֿאַרבײַטן, למשל, אַ פֿידל אויף אַ באַרשט אָדער אַ קעלניע, און דעם פֿידלער אַליין אויסלערנען צו פֿאַרבן אָדער טינקעווען די ווענט אויף די אַרמיייִשע אָביעקטן. וואָס איז דער אונטערשייד צווישן דעם רײַבן מיטן סמיטשיק, און שמירן מיט דער באַרשט?!

אַזאַ פּערספּעקטיוו פֿון זײַן איינציקן זון, וואָס שפּילט אויף קאָנצערטן דאָס ווירטואָזע ווערק “ראָנדאָ קאַפּריטשיאָזאָ”, האָט געמאַכט אַ סוף צום שטילן קאַמף פֿון זעליג כײַמאָוויטשן קעגן “זײ”; אַפֿילו אָן מאַניעס קאָמאַנדע האָט עס אים אויפֿגעהויבן פֿון זײַן “פֿרידלעכער אָקאָפּע” און אַ טרײַב געטאָן אין אַן אָפֿענער שלאַכט…

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

*”בעלאָמאָר קאַנאַל” — אַ סאָרט פּאַפּיראָסן

**”וופּעריאָד, זאַ ראָדינו, זאַ סטאַ…” — פֿאָרויס, פֿאַרן היימלאַנד, פֿאַר סטאַלין!

המשך