איך בין נישט אלט, כ’בין נאך א קינד, אומערפארן און אומזיכער, אבער פארט עלטער ווי פריער, מיט אפאר יאר עלטער, און שוין זע איך ווי מיין וועלט טוישט זיך. דאס וואסער אינעם טייך האט מער נישט דעם זעלבן עפעקט, און די וואלקן אין הימל זינגען מער נישט קיין ליד. די וועלט האט אמאל געהאט א שיינעם גלאנץ, די ביימער האבן געאטעמט מיט אידעאליזם, און די בערג האבן געשושקעט גרויסע חלומות. מיר האט זיך געדאכט ווי די וועלט איז פארטונקען אין אן אוניווערסאלן טרוים וואס איז מער אמת ווי סיי וועלכע טעארעטישע רעאליטעט.
נאר צוביסלעך צעקריכט מיר יענע אידעאליסטישע וועלט פון די פינגער און זי ווערט מיר פארשוואונדן. די סיבה צו דער ענדערונג איז נישט קיין ביאלאגישער, ס’איז נישט די אינערליכע הארמאנען וועלכע ברענגען אין מיר דעם טויש, נאר די ערפארונגען פונעם לעבן וועלכע ברענגען אלץ נייע אנערקענונגען. איך האב ליב געהאט די וועלט, וויבאלד איך האב געגלייבט אז זי איז פאר מיר אומבאגרעניצט. איך האב געהאט גרויסע חלומות, ווייל איך האב נאכנישט געהאט דערלעבט צו זען ווי זיי פארגייען אין רויך.
אויפן פלאץ פונעם אידעאליזם קומט איצט א ייאוש, נאר אפילו דער ייאוש איז נישט דער זעלבער ווי אמאל ווייל כ’האב מער נישט קיין ליד וואס זאל אויסדרוקן דעם ייאוש, און מיר בלייבט נאר איבער צו בענקען נאך עפעס וואס איך קען נישט דערגיין וואס דאס איז געווען. איך בין מוחל די דערגרייכונג פונעם חלום, די רעאליזירונג פונעם אידעאליזם, איך וויל נישט מער ווי דאס חלומ’ען גופא, דער אידעאליזם אליין, נאר אפילו דאס קען איך נישט דערשפירן. איך פיל מער נישט דעם פייער וואס האט אמאל ארומגענומען מיינע נעכט, און איך פיל מער נישט ווי א בת-קול הייסט מיר עפעס טון.
דאס לעבן איז אכזריות’דיג, אבער אמאל האב איך געטראכט אז די ברוטאליטעט פונעם לעבן איז שיין ווען ס’ווערט אויסגעזונגען דורך א פאעט. היינט דערזע איך אז די אמת’ע ברוטאליטעט איז ערשט ווען ס’בלייבט נישט איבער קיין צייט צו טראכטן, אדער צו טון סיי וואס, און מ’פארלירט גאר דעם טעם צו וועלן זינגען. די טעג זענען איין גרויסער שטיק כאַאָס, גלאט אזוי ארויפגעווארפן איינער אויפ’ן צווייטן אן קיין סדר, געלעבט לויטן ווילן פון אנדערע, ווי דער פסוק זאגט, “בעל כרחך אתה חי”, מאכט רש”י: “דו וועסט דיינע חלומות קיינמאל נישט קענען רעאליזירן, ווייל דו לעבסט נישט פאר דיר אליין…”
די יארן רוקן זיך, אבער איך אליין רוק זיך נישט. אמאל אין א יובל, זיצנדיג מיט זיך אליין, דערוועקט זיך נאך א פונק, איך שטיי אויף פון פלאץ, פארמאך די פויסט, און קלער אז איך וועל אייננעמען די וועלט. איך דערפיל מיטאמאל אז איך קען זיך פארט דערטאפן צו דעם פנימיות פון מיין הארץ, און אז דער אוניווערס קען נאך צוברענגען (דורך זיין אינספירירונג) אז א סטרונע אינעם הארץ זאל זיך טרייסלען. אין יענע מאמענטן וויל איך אויסקניען פון שמחה, פון בענקשאפט, און איך וועל עס גלייך איבערזעצן אין מעשים. איך וועל נעמען טריט אויסצופירן מיינע חלומות, ווייל דאס לעבן פאדערט עס. איך וויל נישט שטארבן אן דערגרייכן דעם מינימום.
נאר דא דערמאן איך זיך מיטאמאל אז איך בין געבונדן. די רעאליטעט איז שטארקער פון מיר. איך בין א פויגל וואס די פליגלען זענען ביי אים אפגעשניטן, די פיס צוגעבונדן, און אלץ וואס איז געבליבן זענען בלויז די מוסקלען וועלכע האבן אמאל געדינט די פליגלען. איך וויל זיך בעטן, נאר גיי ווייס ביי וועמען, אז מ’זאל מיר אפגעבן די פליגלען, מ’זאל מיר לאזן זיי צוריקלעבן צו די מוסקלען, און איך זאל זיי אויסשפרייטן פריי און פארפליען ווי דער אראבישער פרינץ פון די קינדערישע מעשה ביכלעך, וועלכער איז געפלויגן מיט א טעפיך אינאיינעם מיט זיין געליבטער איבער ווייטע בערג און טאלן.
אזעלכע יסורים ווערן אליין אלץ מער זעלטן, ווייל די רעאליטעט גיט נישט קיין צייט דערפאר. פארגאנגען זענען די צייטן פון שאיפות, פון אמביציעס, אוועק זענען די צייטן פון רעליגיעזער דערוואכונג, און אויף זייער פלאץ קומט א שרעקעדיגער נישט-טראכטן, וואס גיט נאר אמאל אין א יובל א פענסטערל צו קענען ארויסקוקן און באטראכטן דעם תהום וואס ווערט כסדר טיפער. אין א פרואוו זיך צו מאכן באקוועם אין לעבן, קוקט מען ארויס אויף דער סביבה און מ’זוכט דעם טעם אינעם עולם הזה, ויהי מה, אבער עפעס אינעווייניג שרייט ווי א פארוואונדעטע חיה. אין דער שטומקייט פון דער נשמה דונערט אפ דאס כליפען פון דער סאמע אינערליכער שיכט.
פאעטן קענען אפשרייבן א שיר השירים צו די סתירות פונעם לעבן, אבער ס’איז נישטא קיין פאעט וואס זאל קענען אפשרייבן די מאמענט פון שטומקייט, ווען בלויז א קאשמאר רייסט איבער דעם שלאף פון דער נשמה, אן דעם וואס ס’זאל קומען אויפ’ן אויבערפלאך. וויסנדיג אז צו פאקוסירן אויפ’ן יעצט און היינט מאכט גרינגער דאס לעבן, פארענטפערט נאכנישט דעם טראגישן מציאות פון מאטקייט, ווען די וועלט הערט אויף צו פאדערן מעשים, און קאנפארמיטעט ווערט דער סדר היום. עפעס אינעווייניג מאנט אז מ’זאל פילן די יסורים, און נישט לאזן זיך איינשלאפן, אבער די כאאטישע קראפט פון רעאליטעט לאכט דעם מענטש אין פנים. אויף אט דעם ברוטאלן מציאות איז נישטא קיין ווערטער, נאר ס’איז איינגעקריצט מיט בלוט אין די סאמע טיפענישן פונעם נפש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.