Yiddish with an Aleph

לאָמיר נישט אויסשליסן די שוואַכערע ישיבֿה־תּלמידים

Let's Not Ignore Our Weaker Yeshiva Students

פֿון יפֿתּח הגלילי

  • Print
  • Share Share
 

איך האב שוין א פאר מאל געהערט ווי היימישע אידן דריקן אויס זארג איבער דער “פוטסטעפס” ארגאניזאציע וואס העלפט ארויס בחורים און יונגעלייט וועלכע ווילן איבערלאזן די פרומע וועלט. איך אליין האב אויך אמאל געציטערט אז “פוסטסטעפס” איז בכח צו מאכן א חורבן אין דער פרומער וועלט, און איך האב געהאפט אז ס’וועט זיך גרינדן א פאראלעלע ארגאניזאציע קעגן פוטסטעפעס, וועלכע זאל העלפן היימישע בחורים און יונגעלייט צו טרעפן א וועג צו דער גרויסער וועלט, אן דעם וואס זיי זאלן פארלאזן אידישקייט, אויפ’ן שטייגער פון “תורה און דרך ארץ”. (איך האב אמאל אפילו פרובירט צו טון עפעס למעשה אין דער ריכטונג.)

איך האב ביי זיך געקלערט אז אזא ארגאניזאציע וואלט געקענט העלפן אז אלע זוכנדיקע נשמות, וועלכע ווילן נישט שטויסן אויף זייערע עלטערן אבער זיי ווילן כאטש זיך באקענען מיט די יסודות פון דער גרויסער וועלט, זאלן דאס קענען אויספירן בדרך היתר. מיט דער צייט האב איך זיך אבער געכאפט אז די רבנים וואלטן קיינמאל נישט צוגעשטימט צו אזא מין ארגאניזאציע, וויבאלד דאס וואלט געגעבן א “הכשר” אויף א ברייטערער אידישקייט, וואס נעמט אריין מער ווי די ד’ אמות וואס די חרדישע וועלט איז גרייט צו אנערקענען.

איי, וועט איר פרעגן, וואס דארף מען בכלל מורא האבן פון אזא מין “הכשר”? ס’וואלט דאך געווען געאייגנט פאר יענע וועלכע וואלטן אנשטאט דעם געלאפן צו פוטסטעפס? דער בחור אדער יונגערמאן וואס פילט נישט קיין אינערליכע קאנפליקטן, ער וועט דאך סיי ווי בלייבן ביי דער גמרא ווי לאנג מעגליך. נישט אזוי? אויף דעם מוז זיין דער ענטפער איינס פון די צוויי: אדער אז מיר ווילן באשיצן דוקא יענע וואס ווילן נישט בלייבן נאר ביי דער גמרא. אדער איז דער ענטפער אז מיר האבן מורא אז עווענטועל וועלן צוגעצויגן ווערן צו “וועלטליכקייט” אפילו יענע יונגעלייט וואס וואלטן לכתחילה יא געשפיגן אויף יענער וועלט.   

איך פרוביר צו טראכטן צי דער ערשטער ענטפער קען זיין דער אמת’ער ענטפער. איז עס אמת אז מיר ווילן באשיצן די שוואכערע וואס קענען נישט געפֿינען קיין ארט פֿאר זיך אין אונזער ישיבה און כולל סיסטעם? דאס איז דאך נישט מעגליך. וויבאלד אויב וואלטן מיר געהאט א טראפעלע דאגה פאר אזעלכע מענטשן, וואלטן מיר אויסגעשטעלט דעם גאנצן מהלך פון די ישיבות אויף אן אנדערן אופן. מיר וואלטן אוועקגעשטעלט די ישיבות אויף א סיסטעם וואס זאל קלאפן פאר’ן רוב פונעם עולם, און נישט בלויז פאר דער מינאריטעט-עליטע וועלכע קען זיצן צען שעה א טאג אינעם בית מדרש.

מיר וואלטן נישט פארקלאפט די טיר אויף בחורים וועלכע גייען נישט אין שפאן מיט די כללי הישיבה, און מיר וואלטן פאר יעדן פרייז פרובירט צו טרעפן פאר זיי א מסגרת אינעם סיסטעם וואס זאל רעדן צו זייער נפש. ובכן, האב איך אויסגעשלאסן אט די מעגליכקייט. ס’זעט נישט אויס אז מיר זענען איבריג אינטערעסירט אין די שוואכערע וועלכע קענען זיך נישט האלטן צו די סטאנדארטן וואס דער סיסטעם האט אוועקגעשטעלט, סיי אויב ס’האנדלט זיך פון אינטעלעקטועלע שוואכע, אדער פון שוואכע הערצער וועלכע ספראווען זיך מיט אינערליכע רוחניות’דיגע, אדער געזעלשאפטליכע קאנפליקטן.

בלייבט נאר איבער דער צווייטער ענטפער, אז מיר האבן מורא פאר יענע וועלכע וואלטן לכתחילה געבליבן אפגעזונדערט פון דער גרויסער וועלט, און אויב מיר וועלן שאפן א “כשר’ע” ארגאניזאציע אויפ’ן שטייגער פון “תורה עם דרך ארץ” וועט דאס קענען צוציען די אזוי גערופענע בעסערע עלעמענטן פון דער געזעלשאפט. דא איז מיר אבער ווידער שווער א קשיא: אויב מיר גלייבן אז אזא וועג איז נישט לכתחילה, פארוואס זאלן מיר קלערן אז די בעסערע עלעמענטן וועלן ווערן אריינגעשלעפט אין דעם? וואס איז אונזער חינוך ווערט, אויב די בלויזע “מעגליכקייט” פון אויסברייטערן די האריזאנטן וועט שטעלן אין סכנה אונזער גאנצן עתיד?

מיר לעבן אין א שרעק וועלכע פאראליזירט אונז כסדר. מיר קענען נישט באַפֿרידיקן די שוואכערע ישיבה־תלמידים, צוליב פחד אז דאָס וועט קאליע מאכן די גוטע. אזוי ווערן מיר טיפער פארוויקלט אינעם ציקל פון אויסשליסן די שוואכע, און דערנאך זיי באשייגעצן און באשולדיגן פאר זייערע פראבלעמען, אויס מורא אז יעדער סימן פון טאלעראנץ וועט אויסגעטייטשט ווערן ווי מיר גיבן א הכשר אויף זיי. מיטן ווארט “שוואכע” מיין איך נישט דוקא שוואכע מוחות, נאר יעדער סארט כאראקטער וואס פאסט זיך נישט אריין אין די שטרענגע ד’ אמות פון דער געזעלשאפט, צוליב וועלכער סיבה ס’זאל נישט זיין.

הלוואי זאל איך נישט זיין גערעכט מיט מיין אפשאצונג, אבער דער קאמף קעגן די חרדישע סאלדאטן אין ארץ ישראל איז א ביישפיל פון דעם וואס מיר רעדן. די בחורים און יונגעלייט וועלכע קומען אן אין די חרדישע אפטיילונגען פונעם מיליטער זענען דאך נישט אזעלכע וואס האבן געוואלט בלייבן זיצן און לערנען, אבער זיי האבן דאך אויסגעקליבן צו בלייבן פרום. פון די ישיבות האט מען זיי ארויסגעווארפן, און בכל אופן האבן מיר נישט צוגעשטעלט א סיסטעם וואס זאל ארבעטן פאר זיי, נאר מיט דעם אלעמען זענען דא גענוג היימישע אידן וועלכע בארעכטיגן דאס וואס מ’שרייט זיי נאך אויף די גאסן אין ירושלים. ס’איז דא וואס זאגן אז מ’טאר יענע סאלדאטן נישט אריינלאזן אין א שול דאווענען מיט מנין. הייסט דאס אז וויבאלד מיר שטויסן זיי ארויס פון ישיבה טארן זיי שוין אויך נישט דאווענען מיט קיין מנין…     

איך פארשטיי די סיבה פארוואס מיר האבן אזא פחד. מיר האבן מורא פונעם ווארט וואס רופט זיך “בחירה”. מיר האבן מורא פון געבן פרייען אויסוואל פאר מענטשן, אפילו אויב דער אויסוואל איז נישט בהכרח קעגן אידישקייט, אלס פחד אז דער בלויזער אויסוואל פון קענען גיין לינקס וועט צוציען יעדן איינעם צו לויפן לינקס. ובכן, כדי אז קיינער זאל זיך נישט אוועקרירן פונעם וועג וואס מיר האלטן פאר ריכטיג, פילן מיר זיך געצוואונגען אוועקצונעמען יעדע מעגליכקייט פון נעמען אזא טריט.

איך האב א קבלה פון די זיידעס אז ווען א מענטש האט א גוטן אוצר דארף ער קיינעם נישט צווינגען עס צו נעמען. דערפאר באאומרואיגט מיך אביסל ווען איך זע דעם גרויסן פחד וואס מיר האבן קעגן דער בלויזער מעגליכקייט פון גיין לינקס, און די קנאות וואס מיר פילן קעגן יעדן וואס פאסט זיך נישט אריין הונדערט פראצענט אינעם סיסטעם פון דער געזעלשאפט. פאר אונזער טובה, און פאר דער טובה פון אונזער געזעלשאפט, דארפן מיר אויפלאזן אביסל דעם פחד און לאזן מער מענטשן לעבן, אז זיי זאלן אלע קענען זיין א געזונטער טייל פונעם אידישן בילד, מיט ליבשאפט צו תורה און אידישקייט.