זייט איך געדענק האב איך אייביג ליב געהאט צו ליינען. אלע ארום מיר האבן געוואוסט אז דעם קליינעם יצחק (מיין העברעיש׳ן נאמען) טרעפט מען שטענדיג מיט א בוך אין האנט. דארט וואו די ביכער זענען, דארט האב איך זיך געפונען. אויפוואקסנדיג אין א חסידיש היים וואו מיין ערשטע און איינציגע שפראך איז געווען אידיש (מיט אן אלף!), איז מיין ליינען פארשטייט זיך אויך געווען בלויז אין אידיש.
גאר באדייטנדיק איז די פאקט אז מיין מאמע פלעגט מיר רופן אויף ענגליש א „בו״ק ווער״ם” (book worm). הגם די שפראך איז געווען אידיש, דאך איז געווען א געברויך פאר א נישט אידיש אויסשפראך צו באשרייבן מיין ליבשאפט פאר ליינען אין אידיש! צי „בוך ווארעם” וואלט געווען אן אויטענטישע אויסוועג צי נישט ווייס איך נישט, אבער די פאקט פארבלייבט אז אונז האבן זיך געשפירט גענוג באקוועם זיך צו באנוצן מיט ענגלישע ווערטער אינם פלוס פון אידיש’ן געשפרעך.
דאס איז נישט די איינציגע פאל וואס אן ענגלישע ווארט איז געווען א טייל פון אונזער אידיש׳ן געשפרעך, און ענגליש איז אויך נישט געווען די איינציגע פרעמדע שפראך וואס האט זיך באקוועם געמאכט אין אונזער אידיש. אונזער אידיש האט א סך אויסגעניצט העברעאיש און אראמעאיש. ארום הויז האט די „בית הכסא” געדינט פאר אונזערע געברויכן, די „היטינג” (heating) האט געהייצט, די „עיר קאנדישענינג” (air conditioning) האט געקילט און די „קאוטש” (couch) איז ווי אונז האבן זיך באקוועם געמאכט שבת נאכמיטאג נאכן טשולענט צו ליינען די וועכנטליכע אויסגאבע „באלייכטונגען”.
חסידיש אידיש איז היינט די איינציגע אידיש אין וואס פרישע דורות פון קינדער ווערן אריינגעבוירן דערין אלץ זייער מאמע לשון און וואס האט דערפאר אויסזיכטן אנצוגיין אלס א לעבעדיגע שפראך. אבער דאס איז די טראגעדיע: חסידיש־אידיש איז צוקלאפט, פארדריקט און פארארעמט. פארגאנגען זענען די טעג ווען אידיש איז געווען א שטאלצע שפראך — א שפראך פאר אינטעלעקטואלע געשפרעכן, ליטערארישע באשאפונגען, פאעזיע און טעאטער. וואס איז פארבליבן איז א גלות שפראך צוגעפאסט פאר א לעבן אין פארמאכטן געטא, אויסגעטון פון א יעדע לעבנ׳ס לוסט און נישט צוגעפאסט פאר די רעאליטעט פונם מאדערנע לעבן.
חסידיש־אידיש האט פשוט נישט די כלים אויף צו זיין א צוגעפאסטע מאדערנע שפראך. ווערנדיג אנטוויקלט אונם איסאלאציע פונם חסידיש׳ן שטעטל לעבן, האט זי פארלוירן איר בונד מיט רעאליטעט און איז נישט צוגעפאסט צו די געברויכן פונם מאדערנעם וועלט. זי פארמאגט נישט ווערטער צו באשרייבן מאדערנע טעכנאלאגישע אינאוואציעס, סייענטיפישע באגריפן און אינטעלעקטואלע אויסשפראכן. עס ווערט דערפאר כמעט נישט באנוצט אויף צו שרייבן, אפילו אין אידיש־רעדנדיקע געמיינדעס! אין די קהילה וואו איך בין אויפגעוואקסן שרייבן די מענער אויף א רבנישע גמרא־שפראך (העברעיש־אראמעיש) און די פרויען אין ענגליש; כמעט קיינער שרייבט נישט אין אידיש.
דאס געשפריכענע אידיש איז אזוי ארעם אז ווי נאר איך האב מיר צוגעלערנט צו רעדן ענגליש האב איך פארלוירן די מעגליכקייט צו רעדן אידיש. אידיש איז געווען מיין מאמע לשון פאר צוואנציג יאר און דאך — קוים געציילטע יאר שפעטער — חלום איך אין ענגליש, טראכט איך אין ענגליש און איך שפיר ווי איך ברעך מיר די ציין ווען איך פראביר צו רעדן אידיש. דאס איז א דאנק די רעלאטיווע ארעמקייט פון דאס אידיש׳ן ווערטער־אוצר אין קעגנשטאנד צו ענגליש. דאס ענגלישע שפראך האט אויפגעעפנט פאר מיר נייע טויערן פון געדאנקען און אויסשפראכן דורכן געבן מיר א ביביליאטעק פון אבסטראקטע ווערטער און עס קומט מיר אן גאר שווער צו ערשפרעכן די געדאנקען אין א חסידיש’ן אידיש וויבאלד עס פעלט איר די ווערטער און אויסשפראכן.
אן ענליכע ערשיינונג איז קענטיג ווען חסידיש׳ע אינגערלייט גייען ארויס פון זייער ענגע וועלט אויף מסחר און לערנען זיך צו נייע ווערטער און אויסשפראכן פון די וועלט אינדרויסן פון זייערע געמיינדעס. צי דאס איז העברעיש אין ישראל, אדער ענגליש אין אמעריקע — אין ביידע ערטער לערנען זיי זיך צו נייע ווערטער פון דער לאנדשפראך אבער טרעפן נישט די ווערטער זיי איבערצוטייטשן אויף אידיש. וויבאלד די נייע ווערטער זענען אבער געווארן אן אינטעגראלע טייל פון זייער געדאנק און געשפרעך, מוזן זיי צולייגן די נישט־אידישע ווערטער צו זייער אידיש׳ן ווערטער אוצר. ווידעראמאל, דאס צייגט ווי חסידישע אידיש איז נישט צוגעפאסט צום מאדערנעם לעבן.
די אינגע דור וואס וואקסט אויף מיט דעם אינגליש אדער אמערידיש רעדט שוין מלכתחלה אזא פארמישטע שפראך. עס איז נישט זעלטן צו הערן א חסידיש קינד אין ברוקלין פרעגן א דערוואקסענעם: „סארי, קענסטו מיך פליז קראסן דעם ראוד?”
איך בין שוין נישט א חלק פון דער חסידיש׳ער קהילה פאר עטליכע יאר און איך בין נישט באקאנט מיט וויאזוי זי האט זיך געביטן איבער די צייט, אבער עס וועט זיין גאר אינטערעסאנט צוצוזען וויאזוי די שפראך פון חסידישע קהילות וועט זיך אנטוויקלען איבער די קומנדיגע יאר־צענדליק. צי וועט חסידיש־אידיש ממשיך זיין זיך צו פארשמעלערן און פארארעמט ווערן? צי וועט עס גאר אנהייבן זיך צו פארברייטערן און אנהייבן זיך צו אדאפטירן צו מאדערנע געברויכן?
דאס איז אבער זיכער אז אויב חסידיש־אידיש האט סיי וואספארא אויסזיכטן צו לעבן אלס א מאדערנע שפראך, דאן וועט דאס קומען דורך א גראמאטישע באהאנדלונג פונם שפראך און אן אקאדעמישע באציאונג איר צו סטאנדאזירן. חסידיש־אידישע לערער און גראמאטיקער דארפן זיך צוזאמקומען און טראכטן וויאזוי מאדערנע ווערטער און באגריפן קענען צוגעלייגט ווערן צום שפראך און שולעס דארפן נעמען ערנסט דאס אידיש לערנען אלס א ליטעראטור־שפראך.
עס איז אין די אינטערעסן פון אקאדעמיקער פונ׳ם נישט־חסידיש׳ן אידיש אז חסידיש אידיש ווערט נישט פארלוירן, וויבאלד זי איז דאס אידיש פונ׳ם עתיד. עס איז אויך אין די אינטערעסן פון חסידים מיטצוארבעטן מיט די אקאדעמיקער צו פארזיכערן אז זייער שפראך בלייבט נוצליך אויפ׳ן טאג־טעגליכן לעבן. צי אזא צוזאמארבעט איז רעאליסטיש ווייס איך נישט, אבער עס וואלט געווען א שאד נישט צו פראבירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.