Yiddish with an Aleph

די חרדישע וועלט — ביים שוועל פון אסימילאציע? (קאפיטל 2)

Is the Haredi World Assimilating? (Part II)

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

מיט אפאר וואכן צוריק האב איך געשריבן אן ארטיקל איבער דער צעפאלונג פון דער אידישער אויטענטישקייט צווישן חרדים. איך האב אונטערגעשטראכן דעם פאקט וואס די אידישע שפראך ווערט צוביסלעך איבערגענומען פון אן ענגליש-אידישן געמיש; די מוזיק גייט איבער א טראנספארמאציע, און אזוי קען מען אננעמען אז נאך און נאך קולטור-שטריכן וועלן נאכקומען. עמיצער האט קאמענטירט אויפ׳ן ארטיקל אז „ואיה וענה זאל זיך נישט זארגן‟, וויבאלד אידן האבן שטענדיג געהאט א קאמפליצירטע באציאונג מיט דער סביבה, און אפילו אויב מ׳זאל איבערלאזן די מזרח-אייראפעישע קולטור וועט מען נאך אלץ טרעפן א מהלך ווי צו לעבן אייגנארטיג אין דער אמעריקאנער סביבה.

מיין פראבלעם איז אבער נישט געווען דאס אז אידישקייט וועט נישט האבן קיין קיום, דאס האב איך קלארגעמאכט באלד אינעם ערשטן פאראגראף אז „מיטן ווארט אסימילאציע מיין איך נישט חלילה אז מ׳שטייט ביים שוועל פון פארלירן די אידישע אידענטיטעט, און איך מיין אויך נישט אז מ׳האלט ביים אויפהערן זיין פרום‟. איך האב בלויז אונטערגעשטראכן אז אונזער היימישע וועלט פארלירט צוביסלעך דעם יסוד אויף וועלכן זי אליין איז געבויט. אויב וויל מען רעדן וועגן א אידישער אייגנארטיגקייט אינעם עתיד מוז מען דאך נישט לויפן דוקא צו חרדים, ס׳זענען דא גענוג אידישע קהילות איבער דער וועלט וואס זענען גרייט זיך מוסר נפש צו זיין אויף זייער אידענטיטעט, אבער די ספעציעלקייט פון דעם חרדישן חינוך באשטייט פון דעם וואס מיר פאררופן זיך אויף דער פארגאנגענהייט.

אויב וויל מען זוכן א ווינקל וואו די אידישע שפראך לעבט נאך דארף מען גיין צו חסידים, און אויב וויל מען זוכן א ווינקל צווישן אידן וואו די דאמינירנדע מוזיק איז מזרח-אייראפעיש, דארף מען ווידער זיך ווענדן צו אונזער חרדישן וועלטל. מיר האבן שטענדיג שטאלצירט מיט דעם, אונזערע רבנים האבן עס געוואלט אויפהיטן, אבער נישט האבנדיג די מעגליכקייט אפצוטיילן צווישן מנהג און הלכה, אויסרופנדיג חרמים און איסורים קעגן יעדער אפנויגונג פון דער טראדיציע, ווי גלייך ס’וואלט זיך געהאנדלט פון עסן חזיר, האט מען דערפאר נישט פארכאפט צו דערוועקן א געשמאק צווישן די יונגלייט און די יונגע פרויען צו די קולטורעלע אספעקטן פון אונזער לעבן.

פארשטייט זיך, דאס ווארט קולטור איז א פרעמד ווארט פאר חרדים, אבער מ׳קען עס אנרופן מיט אנדערע נעמען. מ׳קען זיך פאררופן אויף דער וויכטיגקייט פון אויפהאלטן „אמאליגע אוצרות‟, און יעדער וועט פארשטיין אז מיט דעם מיינט מען יענע שטריכן פונעם לעבן וואס זענען נישט דירעקט הלכה. האבן מיר דען נישט די זעלבע אינסטינקטן ווי אלע מענטשן אין דער וועלט צו וועלן אויפהיטן אונזער פאלקלאר? מוז מען טאקע קומען צו אונז מיט סטראשונקעס און זאגן אז „פאר׳ן רעדן ענגליש וועט מען ברענען אין גיהנם‟? זע נאר ווי שיין אונזערע קינדער זיצן פסח ביינאכט ביזן סוף פונעם סדר ווייל זיי ווילן הערן די פאלקס-לידער וואס קומען צום סוף אין א דייטשמערישן פארצייטישן אידיש, געזונגען אין א יעקישער מעלאדיע.

ס׳איז נישטא קיין מענטש וואס האט נישט עפעס א געפיל צו זיין פארגאנגענהייט, און כדי דאס אויפצואוועקן דארף מען נישט לערנען קיין קב-הישר. ווען די כאניאקעס מיט די גרויסע בערד זיצן פאר׳דבקות׳ט איבער א אידישן לידל איז עס אפשר נאר וועגן דעם ווייל ס׳איז אריינגעדרוקט אין דער הגדה, אדער ווייל דער עלטער-זיידע האט עס געזונגען יעדן פסח און ממילא מוז זיין אז ס’זענען דא אין דעם גרויסע סודות, אבער אז מ׳קוקט זיך גוט איין וועט מען באמערקן אויף זייער פנים דעם זעלבן געשמאק וואס די קליינע קינדער האבן אין די לידער. דאס איז די טבע פון א מענטש, אז ער האט ליב די קלאנגען וואס פירן אים צוריק מיט אפאר דורות. אויפצוהיטן דעם עבר איז נישט קיין גרינגע זאך, אבער די חרדישע וועלט האט גענומען אויף זיך די שליחות דאס אויסצופירן. וויבאלד מיר לעבן איזאלירט זענען מיר אויך בכח דאס אויסצופירן, נאר ס׳ווייזט זיך אויס אז מיר פארמאגן נישט די ריכטיגע כלים דערצו.

אינעם ארטיקל וואס בן-זומא האט אפגעשריבן אין רעאקציע צו מיינע ווערטער, האט ער אויסגעדרוקט זיין אפשאצונג אז אונזער אידישקייט האלט שוין ביי א מצב פון נישט-לעבן און נישט-טויט („אויף א שפיטאל-בעט, מיט א בלייכן פנים און אויסדרוקסלאזע אויגן‟), אבער איך בין מיט דעם נישט מסכים. אידישקייט האט א געוויסע וויברירונג וואס איז שווער אנצוכאפן מיט ווערטער. דאס קען מען נישט טרעפן צווישן די שורות פון הלכה, נאר צווישן די שורות פון א אידישן קיבוץ וואס לעבט אינאיינעם. די וויברירונג לעבט נאך אין דער נשמה פונעם חרדישן איד, אבער די טרוקנקייט פון דער עסטאבלישמענט לאזט עס נישט ארויסברענגען צום אויבערפלאך. צי די ענערגיע וועט עווענטועל אויפלעבן אדער זיך פארלעשן איז שווער צו וויסן.

דא בין איך זיכער מסכים מיט בן-זומא אז די איינציגע האפנונג וואס מיר קענען געבן היינט צוטאגס פאר׳ן חרדישן חינוך איז צו היטן אויף א נאנטקייט מיט ארץ-ישראל. דער מאטעריאליזם פונעם אמעריקאנער לעבנסשטייגער איז סתירה׳דיג צו דער מסירות נפש וואס ס׳פאדערט זיך פונעם איד, כדי צו קענען אנהאלטן זיין שייכות מיטן פאלק און איבערלעבן ווי א מינאריטעט אין א פרעמדער סביבה. אפילו דארט וואו ס’קומט נישט צו פולשטענדיגע אסימילאציע איז עס א סכנה ווען יעדער אידישער פונק ווערט אויסגעלאשן פונעם הארץ.

אט קומט ל״ג בעומר און מיר וועלן דאס פראווען אין אונזערע בתי-מדרשים אויפ׳ן שטייגער ווי מ׳טוט דאס אין מירון, מיר וועלן נאכמאכן די דארטיגע מוזיק און די דארטיגע טענץ, אבער ווי לאנג וועט נעמען ביז מיר וועלן אנהייבן פראווען דעם יום-טוב דורכ׳ן אנצינדן א פייער נעבן טייך און בראטן דערויף וואורשטלעך, מיט א מוזיק וואס וועט צושפילן פאר אונז א בלוז אדער א זשעז מעלאָדיע? איר קענט זאגן אז דאס וועט קיינמאל נישט געשען, אבער ווען מ׳נעמט אין באטראכט די קולטורעלע אסימילאציע פון איין זייט – וואס האט אין די לעצטע פאר יאר גענומען א גרויסן שפרונג – און די אנטי-ישראל׳דיגע רעטאריק פון דער אנדערער זייט, וואס הוילט צוביסלעך אויס יעדן געפיל וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט צום הייליגן לאנד במשך צוויי טויזנט יאר, ברענגט דאס אויף א חשש צי די חרדישע וועלט אין אמעריקע וועט נישט זיין אמאל א גרעסערע סכנה פאר דעם אידישן גייסט ווי די מאדערנע געזעלשאפטן וואס קלאמערן זיך אין ארץ-ישראל.

אפשר וועלן שטענדיג פארבלייבן אזעלכע וואס וועלן זיין געטריי דעם אידישן פאלק, איז אבער די פראגע וואוהין די מערהייט וועט שפאנען. אויב מיר כאפן א שפאציר אין וויליאמסבורג, מאנרא אדער ניו-סקווירא, וועלכע געהערן לכאורה צו די סאמע פרומע קהילות אין דער חרדישער וועלט, וועלן מיר גאנץ גיך באמערקן אז דארט בליעט דער אמעריקאנער מאטעריאליזם נאך מער ווי אין אנדערע אידישע מקומות. מיר קענען רואיג זאגן אז אפילו דער אנטי-ציוניזם איז שוין לאנג נישט קיין רעזולטאט פון אן אידעאלאגיע, נאר פון אן אפשיי צו אקטיוויזם. באטראכטנדיג דאס הייליגע פייער וואס ברענט צווישן יונגע מאדערנע אידן וואס לייגן זיך אריין אין דער לענג און אין דער ברייט צו פארטיידיגן ציון פון אירע שונאים, זעט מען באלד אז דאס איז צופיל פאר אונזערע אידן. ס’איז זיכער גרינגער צו פארן איין מאל א יאר קיין מאנהעטן אויסצושרייען א מחאה קעגן דער מלכות הרשעה…

ס׳טוט מיר לייד אז דאס איז דער מצב, וויבאלד איך בין אליין אויפגעוואקסן אין דעם חינוך-סיסטעם און איך וויל אז ס׳זאל מצליח זיין ביים אוועקשטעלן ווייטערדיגע דורות לויטן מוסטער פון די פריערדיגע. וואס שייך מיינע קינדער, בין איך אבער נישט גרייט צו נעמען די ריזיקע. איך וועל זיי מירטשעם אויסלערנען העברעאיש, כדי זיי זאלן קענען לייכט קאמוניקירן מיט אידן אין ארץ-ישראל, און איך וועל אין זיי אריינגיסן די גרעסטע ליבשאפט צו ציון. איך וויל אז זיי זאלן ליב האבן אידן סיי וואו איבער דער וועלט (אריינגערעכנט פון סאטמאר), אפגעזען ווי שטארק פרום יענע אידן זענען, און זיי זאלן וויסן אז קיין שום אקטיוויזם איז נישט צו שווער פאר׳ן נאמען איד.