Yiddish with an Aleph

דער סוד פון חד-גדיא

The Secret of Khad Gadyo

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

א וואוילער חסידישער איד האט מיר געזאגט אין א שמועס, אז קוקנדיג אויף דער שטייגנדער ראטע פון סעקולאריזם צווישן אידן אינעם לעצטן יאר-הונדערט, איז אים גאר נישט שווער פארשטיין פארוואס דער האלאקאסט האט פאסירט. כביכול האט זיכער, נישט אנדערש, נאר געוואלט ראטעווען דאס אידישע פאלק פון אונטערגאנג. אויב וואלט דער חורבן נישט פאסירט, וואלט די השכלה ווייטער אנגעזייט חורבנות צווישן אידן, און ווער ווייסט, וואס ס׳וואלט געבליבן פונעם אידישן פאלק. מיט יארן צוריק האב איך אויך געגלייבט אין אזעלכע תירוצים, אבער היינט איז מיר ליבער די קשיא.

ווען איך בין געווען א קינד און איך האב מיין מאמען געדרייט א קאפ מיט קשיות, פלעגט זי מיר זאגן, „לאז עפעס איבער אויף פסח ביינאכט‟. פארשטיי איך אז פאר גרויסע קשיות וואס האבן צוטון מיט דעם אידישן פאלק, איז זיכער פסח ביינאכט די בעסטע צייט. סיי וואס דער תירוץ זאל נישט זיין פאר׳ן חורבן-אייראפע, וועט עס נישט גילטן פאר די צרות פון ת״ח ות״ט, די שווארצע מגיפה, די קרייצציגלער, און נאך אן א שיעור אזעלכע אומגליקן וואס האבן באטראפן דאס אידישע פאלק אין איר לאנגער געשיכטע. די קשיות טארן זיך נישט אפשטעלן ביים לעצטן חורבן פון נאצי-דייטשלאנד, סיידן אויב דער זיכרון איז גאר א קורצער.

פסח ביים סדר, אין דער נאכט פון גאולה, ברענגען מיר אויף אין זיכרון דעם גלות. אין דעם טאג וואס כלל ישראל איז געווארן א פאלק, דערמאנט מען זיך דאס שווערע געוויכט וואס האט תמיד באגלייט דעם נאמען איד. פסח דערמאנט אונז די בלוט-בלבולים, ס’דערמאנט אונז אז אין דער צייט וואס די נאטור האט ארויסגעגעבן אירע דופטיגע פרילינג-ווינטן פאר דעם אייראפעאישן מענטש, האט זי געברענגט מיט זיך כאאס און טויט-שרעק אויף די דארטיגע אידן. פסח איז דער יום-טוב פון קשיות. דאס איז נישט א יום-טוב וואס לערנט אויס ווי צו אנטלויפן פון קשיות, נאר עס לערנט אונז אויס וויאזוי זיך צו פארמעסטן מיט זיי, לעבן מיט זיי, און זיי ארומהאלזן.

זאגנדיג די הגדה, ליינט מען ווי שרעקליך דער גלות-מצרים איז געווען, אבער נאכ׳ן לעצטן חורבן אין אייראפע וואונדערט מען זיך וויאזוי מצרים האט געקענט הייסן א גלות. דער דור המדבר, געראטעוועטע פון מצרים, האבן נאך געקענט רעדן מיט נאסטאלגיע וועגן די „פיש און די אוגערקעס, די טעפ פלייש מיט קוסקוס, וואס זיי האבן געגעסן אין מצרים‟, אבער די געראטעוועטע פונעם לעצטן חורבן קענען נישט רעדן מיט נאסטאלגיע וועגן דעם שווארצן ברויט און די קארגע קארטאפעלעך וואס זיי האבן באקומען אין אוישוויץ. די וואס זענען ארויס פון מצרים האבן געדענקט „די שווערע ארבעט וואס מ’האט אויף זיי ארויפגעלייגט‟, אבער די וואס האבן איבערגעלעבט אוישוויץ קענען נישט פארגעסן די געשרייען פון זייערע פאמיליעס וואס מ’האט פון זיי אוועקגעריסן, געשאסן און פארברענט.

די באפרייטע פון מצרים האבן זיך געקווענקלט צי זיי ווילן גיין קיין ארץ-ישראל, אבער די וואס זענען ארויס פון די לאגערן האבן זיך נישט געקווענקלט. זיי זענען געקומען אין די מאסן, לעגאל און אומלעגאל, און איבערגעשטרענגט די בריטישע אקופירער. די באפרייטע פון מצרים האבן זיך געשראקן פון א מלחמה, אבער די פארבליבענע פון אוישוויץ האבן געכאפט די רעוואלווערס און געשוואוירן געטריישאפט צום לאנד. די וואס זענען ארויס פון מצרים האבן געשריגן „לאמיר שטעלן א נייעם פירער און מיר וועלן זיך אומקערן קיין מצרים”, אבער די באפרייטע פון אוישוויץ האבן נישט גערעדט אזעלכע שענד-ווערטער קעגן גאט, נאר תיכף מיט זייער באפרייאונג האבן זיי אויפגעהויבן א שבועה צום הימל אויסרופנדיג הייליג, „קיינמאל, קיינמאל וועלן מיר אהין נישט צוריקגיין‟.

אט דאס, ערקלערן צדיקים, איז די קשיא פון דער מה-נשתנה. פארוואס איז די היינטיגע נאכט, דאס הייסט, דער יעצטיגער גלות, שווערער און לענגער פון אלע אנדערע נעכט? פארוואס איז די היינטיגע נאכט אינגאנצן מרור? פארוואס קענען מיר נישט אין אונזער גלות געניסן פון די אָ לוקסוסן פון וועלכע די אידן אין מצרים האבן גענאסן? פארוואס האבן אונזערע עלטערן אין לאגער נישט געקענט האבן יענע רויטע מעלאנעס און זאפטיגע קישואים? די אידן אין מצרים האבן געהאט קינדער, לויט געוויסע מדרשים גאר א סך קינדער, און דאס אידישע פאלק האט זיך צעבליט און צעוואקסן, אבער די אידן אין אוישוויץ האבן צוגעזען דאס פארקערטע, די איינדארונג און פארניכטונג פון מיליאנען… גלות מצרים איז געווען דאס געבורט פון א פאלק, גלות דייטשלאנד דער חורבן פון א פאלק.

***

דער תירוץ אויף אט דער מה-נשתנה געפינט זיך נישט אין „עבדים היינו‟. אין דער גאנצער הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל וועט איר נישט געפינען קיין תירוץ. יעדעס בלעטל אין דער הגדה איז א הללויה צו דער גאולה פון מצרים, אבער ס׳באציט זיך אינגאנצן נישט צו די נאצינאלע פראגעס וואס דאס אידישע פאלק האט אקארשט געפרעגט. מהיכי תיתי, מ’זאגט „שפוך חמתך” און מ’בעט זיך אויס א נקמה אין די רשעים, אבער א נקמה איז העכסטנס א קייט פון חד-גדיא, וואו דער הונט בייסט דאס קעצעלע וואס האט צעביסן דאס ציגעלע, בשעת ס’קען נישט אוועקנעמען די פארברעכנס וואס זענען שוין געשען און זיי קענען נישט פארענטפערן פארוואס דאס איז געשען.

נאר הארט פאר׳ן ענדיגן די הגדה, אינעם ליד פון חד-גדיא, דארט באציט מען זיך צו דער קשיא. דארט קומט דער בעל-הגדה אטאקירן די תירוצים פון די אפאלאגעטיקער אין אלע דורות. אינעם ליד פון חד-גדיא איז פאראן א צאל געוואלדטאטן וואו אלעס האט א באלדיגן תירוץ, אבער ס׳צייגט אויך ווי יעדע קייט האט אן אנהויב און נישט אלעס קען פארענטפערט ווערן. איז דאס געביסענע ציגעלע א משל אויף כלל-ישראל? געווענליך פארשטייט מען אז יא, אבער ס׳מוז נישט זיין. דער עיקר איז דער געדאנק שבו, אז מ׳קען צוזען ווי א קאץ בייסט א ציגעלע אן דעם וואס מ׳זאל מוזן טרעפן א שולד אויפ׳ן געביסענעם.

זאל זיך יאווען עמיצער א חכם צו פארענטפערן די אידישע צרות, וועט קומען סוצקעווער׳ס „אונטער דיינע ווייסע שטערן‟, אדער הירש גליק׳ס „שטיל, די נאכט איז אויסגעשטערנט‟ און זיי צוריק אויפגראבן פונעם קבר, זיי אויסלייגן בראש כל חוצות פאר יעדן צו זען. זיי וועלן אונז צוריקברענגען די רויך פון די קרעמעטאריומס, די לעצטע געשרייען פון שמע-ישראל, און די וויינערייען פון די גאנץ קליינע יונגלעך און מיידלעך וואס זענען געווארפן געווארן דורך די נאצישע חיות צו דער ערד. במחילה פון די ציוניסטן, אבער אפילו די „התקוה‟ קען אויך נישט דעקן דאס פארגאסענע בלוט. אפילו שיבת ציון איז נישט גענוג ענטפער קעגן דעם וואס איז געווען. גארנישט, ממש גארנישט. דאס אויפגעפרעסענע ציגעלע איז פארוואונדעט אויף אייביג.

מיר זענען מענטשן און מיר פילן א דראנג צו מאכן ארדענונג פון יעדער זאך. דערפאר הייבן מיר אן דעם סדר מיט מה-נשתנה האפנדיג צו באקומען א תירוץ, אבער מיר שליסן די נאכט מיט חד-גדיא. די חד-גדיא האט צוויי אומפארענדיגטע עקן, אויף איין זייט שטייט דאס ציגעלע און אויף דער אנדערער הקדוש-ברוך-הוא. די צוויי עקן פארמירן א קרייז פון מיסטעריע וואס מיר קענען נישט דערגרונטעווען. צו טרעפן צופרידנשטעלנדע סיבות פאר דער טראגעדיע פונעם ציגעלע איז נישט ווייניגער לעכערליך ווי פארשטיין גאט. דער אידישער גלות דארף נישט קיין תירוץ, ווייל זיין פראגע-צייכן איז קודש קדשים. פארזיגלט און פאר׳חתמ׳עט אין די בלעטער פון אידישער געשיכטע.