Yiddish with an Aleph

די רואיגע גאולה לא-השלימה

A Peaceful But Imperfect Redemption

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
//beishamikdashtopics.blogspot.com

כ׳האב דורכאויס דעם פארלאפענעם יום-טוב אונטערגעהערט א שמועס צווישן צוויי יונגעלייט, וואס האבן הפנים זיך געמאכט א שיעור אין נביא. די צוויי האבן גערעדט וועגן די וויזיעס, וואס די נביאים אין תנ״ך מאלן אויס פאר דער „ענד פון די טעג‟ תקופה. האט איינער אנגעוויזן, ווי א ריי פון די נבואות זענען שוין מקויים געווארן, אדער האלטן אינמיטן זיך אויסשפילן אין אונזערע צייטן. זיין מסקנא: מיר שטייען שוין אינמיטן דעם גאולה-פראצעס, ווען ארץ ישראל וועט צוריק ווערן דאס היימלאנד פון אידישן פאלק, וואו עס וועט זיך לעבן רואיג און זעלבסשטענדיג, אזוי ווי אמאל.

דער ערשטער האט געצויגן מיט די פלייצעס; ער האט נישט מסכים געווען. „כ׳קען נישט ביי זיך פועל׳ן,‟ האט ער זיך אנגערופן צום סוף, נאך דעם וואס דער חבר זיינער האט אים צענומען דאס ענין אויף טעלערלעך, „אז די צוויי-טויזנט יאר פיין און פלאג זאלן זיך ענדיגן אזוי פשוט. נישט אויף אזא גאולה האבן אידן געווארט אזוי לאנג…‟

דער ערשטער האט פארגעזעצט מיט זיינע גראדע היפש איבערצייגעוודיגע ארגומענטן. ער האט גערעדט וועגן די באגרינטע בערג פון יהודה און די שפיצן פון שומרון, וואס האבן יארן געפוסטעוועט פון לעבהאפט און געווירבעלט אנשטאט מיט קרענק און זומפן; וועגן דעם וואס אין ארץ ישראל וואוינט שוין יעצט דער גרעסטער קיבוץ אידן אויף דער וועלט; וועגן דעם וואס דאס קליינטשיג שטיקל ישראל איז היינט א פירנדע גרויסמאכט וואס שייך די סאמע וויכטיגסטע ענינים אין די מאדערנע צייטן – טעכנאלאגיע, מעדיצין, און אגריקולטור; וועגן דער אומפארשטענדליכער, כפוי-טובה׳דיגער שנאה מיט וואס אן אומראציאנאלע וועלט טראגט זיך ארום קעגן דעם נעמליכן לאנד וואס קעמפט אויפ׳ן פראנט פון דער גלאבאלער מלחמה מיט דער טויט-קולטור פון איסלאם.

דער צווייטער האט אויסגעהערט און געדולדיג מיטגעלייענט די שורות פונעם תנ״ך, וואס דער ערשטער האט אים אונטערגעטראגן די אויגן און געטייטלט ווי אן איבערגעגעבענער דרדקי מלמד. ער האט אויסגעהערט, און פון דער מינע אויפ׳ן פנים האט זיך געלאזט דרינגען אז ער הערט דעם חבר אויס מיט אן אפענעם מוח, אבער פארט איז ער געבליבן ציען מיט די פלייצעס. עפעס האט זיך אים נישט געזעצט אין קאפ.

ארויסגייענדיג פון בית המדרש האב איך מיטגענומען דעם שמועס אינאיינעם מיט׳ן קאנפליקט, וואס האט זיך צווישן די צוויי אויסגעשפילט. דער ערשטער האט דאך גערעדט זאכליכע דיבורים, האב איך צו זיך געטראכט. פון דער אנדערער זייט איז דאך טאקע שווער משלים צו זיין מיט אזא „געלאסענעם‟ סוף צו אזא שווערן גלות. זאלן מיר אננעמען אז אזא שטורמישער וועג זאל זיך ענדיגן אזוי פשוט, אן קיין טראפן דראמא? און וואס איז מיט די אלע ניסים ונפלאות וואס גאט האט דורך די מיילער פון זיינע נביאים אונז פארזיכערט: פארוואס זעען מיר נישט פון זיי קיין זכר?

אזוי איז דער ויכוח צווישן מיין מוח און הארץ געבליבן קאכן ביז יעצט. מיין הארץ זוכט א גאולה וואס טראגט מאסן אידן פון אלע ווינקלען וועלט קיין ארץ ישראל מיט׳ן שטורעם פון מחנות אדלערס. מיין הארץ וויל זען א פיקס-פארטיגער פייערדיגער בית המקדש זיך אראפלאזן פון די הימלען. מיין הארץ – און מיין פאנטאזיע איז דא אינגאנצן מסכים – דערווארט די יסודות פון דער וועלט אויפצוציטערן, שטורעמס פון אייז און פייער, און איבערמענטשליכע קולות פון אלע זייטן.

דאס וויל מיין הארץ, וואס איז אויפגעוואקסן מיט דער אמונה אז די גאולה וועט קומען ווי די קולמינאציע פון אן איום-ונורא׳דיגער וועלט-אויפשאקלונג. מיין מוח אבער ראט מיך צו זיין צופרידן מיט דעם קערנדל גאולה – וואס באשטייט אין תוך פון אידן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל און לעבן דארט פריי פונעם שעבוד מלכיות און עול הגלות. איי די ניסים? זיי וועלן שוין נאכקומען ווען די צייט וועט זיין. דערווייל לאמיר זשע נעמען וואס מיר האבן פון הימל באקומען – טאקע נישט אויף די פליגלען פון אדלערס אבער יא אויף א גאלדענעם טאץ. וויאזוי „יענע צייטן‟ וועלן באמת אויסזען און וואספארא פארעם די ניסים וועלן למעשה אננעמען, ווייסט דאך קיינער נישט. די שילדערונגען וועגן „אחרית הימים” זענען אונז איבערגעגעבן געווארן אויפ׳ן פאעטיש-מליצה׳דיגן נביא-ניגון, און באלד אויפ׳ן פלאץ זענען פאראן מערערע פירושים איבער זייער באדייט. לאמיר צואווארטן און מיר וועלן מיט דער צייט קלוגער ווערן. דערווייל איז דער ערשטער, און אייגנטליך וויכטיגסטער חלק, פון באקומען ארץ ישראל אויף צוריק, פארווירקליכט געווארן. ביז פאר הונדערט יאר צוריק איז אויך דאס געווען א ווייטער חלום.

אזוי טענה׳ן זיי זיך ארום, מיין הארץ און מיין מוח. איך זיץ אין א זייט און קוק זיך צו. אנשטאט זיך אריינמישן אינעם שמועס, האב איך באשלאסן ליבערשט צו בלייבן אינדרויסן און זיך שטיל צוהערן.