ווי א המשך פון קאלעגע ואיה וענה׳ס לעצטן ארטיקל, „איז די חרדישע וועלט ביים שוועל פון אסימילאציע?‟ וויל איך ווייטער טראגן דעם גרונט-געדאנק אויף וועלכן זיין רעיון שטיצט זיך. אפשר איז זיין כוונה נישט געווען ממש צו דעם וואס איך וויל זאגן, אבער א שייכות האט עס זיכער. „ואיה וענה‟ שפעקולירט אז מיר, דער חרדי׳שער עולם, האלטן אינמיטן זיך אריינגליטשן אין דער אלגעמיינער קולטור, אינערהאלב וועלכער מיר האבן זיך מיט א יובל יארן צוריק אויסגעבויט אזא אינזל.
דער מחבר נוצט עטליכע ביישפילן אונטערצושטיצן זיין טעזע, און איך מיין אז ער איז גערעכט. איך ווייס נישט צי ס’איז אזוי ווייט אסימילאציע, ווי דאס פארלירן די אייגענע אידענטיטעט. די גרונט-שטריכן וואס דעפינירן דעם חרדי’שן איד, ווערן אלץ מער פארלוירן און פארבלאסט. מיר פארגעסן ווער מיר זענען, אבער ווייסן נאכנישט וואוהין מיר גייען.
פארלירן דעם זיך, מיינט נאכנישט אויטאמאטיש צעשוואנקען ווערן אין דעם קולטורעלן ים פון דער אלגעמיינער אמעריקאנער קולטור. נאך אלעמען, שוין נעמענדיג אין באטראכט די ריזיגע לעכער וואס די ווירטואלע וועלט האט אויסגעבויערט אין אונזערע געטא-מויערן, לעבן מיר פארט פאר זיך. מיר וואקסן אויף אנדערש, מיט אנדערע השגות און איספיראציעס ווי נישט נאר דעם גוי, נאר אויך דעם פרומען, נישט-חרדי׳שן איד.
דער בעסטער ביישפיל צו אילוסטרירן ווי ווייט מיר זענען פונעם ארום, שוין אפילו נאכ׳ן אוועקווארפן רעליגיע און די חרדי׳שע קולטור, קומט פון די וואס פרואווען פארלאזן אונזער לאגער. יעדער וואס לייענט די שורות ווייסט, אז קעגן יעדן וואס גייט אוועק, זענען פאראן כאטש נאך עטליכע וואס וואלטן גענומען דעם זעלבן שריט, נאר קענען זיך נישט ברענגען דערצו. אוועקגיין מיינט נישט דאס זעלבע ווי זיך אריבערציען צו א נייער, אומבאקאנטער סביבה. ס’איז א סך טיפער און קאמפליצירטער. מען דארף האבן געבוירן געווארן אין דעם חרדי’שן לאגער דאס געהעריג צו פארשטיין.
אסימילירן זיך וועלן מיר מסתמא נישט. אבער ס’איז אין דער זעלבער צייט יא אמת, אז מיר שפאנען מיט גרויסע שריט אוועק פון דער היים. אונזער אידישקייט, און אפילו קולטור, איז אפגעלעבט און אפגעדינט. נישט אז אידישקייט אדער אפילו אונזער קולטור האט נישט וואס צו פארקויפן; דוקא פארקערט, אידישקייט איז גוט און אונזער קולטור איז שיין און לעבעדיג. די צרה איז נאר דאס, אז מיר האבן זיי ביידן איבערגעלאזט. אידישקייט איז געבליבן לעבן אויף אלע באקן, אבער נאר דארט וואו זי ווערט געהעריג אויפגענומען און פראקטיצירט. אויב איר ווילט זען א לעבעדיגע אידישקייט, וועט איר זי געפינען אין די מושבים און ישובים פון ארץ ישראל, מחוץ די גרויסע חרי׳דשע צענטערס. דארט זענען פאראן פשוט׳ע אידן, וואס באצייכענען זיך נישט דוקא ווי חרדים אדער חסידים, אבער פארמאגן אין זיך א הערליכן סינטעז פון ביידן, לעבן און אויטענטישער אידישקייט.
ביי אונז איז הויל פון אינעווייניג. מיר האבן דורכאויס דעם לעצטן יארהונדערט זיך אוועקגעריקט אלס מער פון אונזער הארץ און נשמה, און פארביטן דאס קערנדל אידישקייט מיט סינטעטישע גדרים און גבולים. דאס התפעלות און הארץ-שייכות מיט יהדות איז ערזעצט געווארן מיט טרוקענער פארמאליטעט. מיר האבן שוין פארגעסן וואס די גדרים זענען געקומען איינצוימען און דעם הרגש וואס דאס מעכאניש זיך שאקלען און העוויות זענען געקומען אויסדריקן. געבליבן איז אן אפגעגעסענער סקעלעט פון טרוקן ביין, וואס איז ווי יענע פרעה׳ס באשמירט געווארן מיט כעמיקאלן, וואס האלטן דעם קערפער פארגליווערט אין יענעם לעצטן מאמענט פון אפשטארבן.
יא, אונזער געזעלאפט וויברירט מיט טעטיגקייט, אבער ס׳איז נישט אידישקייט און זיכער נישט חסיד’ישקייט וואס שטויסט און שטופט דעם קערפער אונזערס צו לעבן. ווי חרדי׳שע אידן ליגט אונזער פארשמאכטער גוף אויף א שפיטאל-בעט, מיט א בלייכן פנים און אויסדרוקסלאזע אויגן, וואס דרייען זיך ציללאז אין די לעכער צום טאקט פון אטעם-מאשינען.
חרדי׳שע אידישקייט איז פארבליבן מיט גדרים וואס היטן אפ א גרויסן פוסטן חלל, און גזירות וואס פארהיטן אונז ארויסצואוואנדערן צו יענער אומבאקאנטער וויסטעניש וואוהין מיר ווילן במילא נישט גיין. זיצן מיר, טויזנטער גוטע, וואוילע מענטשן, אויף א צוים, וואס צייכנט אפ א נישט-דעפינירטע גרעניץ צווישן תהום און תהום, און קראצן זיך ביי די קעפ צו פארשטיין ווער מיר זענען, וואס מיר ווילן, און וואס די אנדערע פון ביידע זייטן צוים ווילן פון אונזער לעבן האבן.
מיר האבן נאך א ווייטן וועג צו גיין ביז אסימילירט – פארלוירן ווערן – אין דער אמעריקאנער קולטור. עס פילט זיך אבער אז מיר זענען אוועק פון אונזער קשר מיט זיך אליין פונקט אזוי ווייט ווי דעם שטח פון וואו מיר זענען יעצט ביז׳ן פארפאלן ווערן אין דעם ארום. שטייען מיר אינמיטן, פארצווייפלט און פארלוירן, און האבן שוין פארגעסן וואס מיר האבן געוואלט אמאל, ווען מיר האבן נאך יא עפעס געפילט.
אפשר איז דאס דער טאג וואס איז „נישט טאג, נישט נאכט‟, נאך וועלכן בעטן זינגענדיג אין דעם פיוט ביים סוף פונעם פסח’דיגן סדר: „קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה‟ (ברענג, גאטעניו, נאענטער יענעם טאג, וואס באשטייט פון נישט טאג און נישט נאכט). ווייל פון אזא צעמישעניש, ווען ליכט און חושך מישן זיך כאאטיש פאר די אויגן, קען ארויסקומען בלויז א ליכטיגע קלארקייט ווי קיינמאל פריער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.