שלום בערגער האט מיט א פאר טאג צוריק אנגעשריבן אן ארטיקל אינעם „פארווערטס‟ איבער א פאעזיע-פארמעסט וואס איז פארגעקומען אויף קאווע-שטיבל. קורץ נאכ׳ן פובליצירן זיין קריטיק האב איך באקומען א ידיעה אויף דער בליצפאסט פון שלומ׳ס בלאג, איבער אן אויפברויז וואס איז געשאפן געווארן צווישן די קאווע-שטיבל׳ניקעס קעגן דער קריטיק וואס שלום האט געשריבן אין דער צייטונג. אין ליכט פון דעם איבערקערעניש וואס איז געשאפן געווארן האב איך באשלאסן צו כאפן א בליק וועגן וואס ס׳רעדט זיך, און צום סוף האט זיך מיר פארגלוסט אפצוגעבן דערויף מיינע אייגענע צוויי פרוטות.
אין דער צייטונג האט שלום געשריבן אז נאכ׳ן אפליינען די פאעמעס פונעם קאווע-שטיבל איז אים קלאר געווארן אז ער, „אלס מאדערנער פאעט, און זיי, ווי חסידישע דיכטער, וואוינען און שרייבן אויף ווייט אפגערוקטע פלאנעטן, מזרח ממערב.‟ דערנאך האט ער ווייטער אפגעשריבן א לאנגע מגילה מיט קריטיק, וואס די חסידים אויף קאווע-שטיבל האבן אנגענומען פערזענליך, ווי גלייך ער וואלט געהאט ארויסגעוויזן א פיינטשאפט צו חסידים. ווי א רעזולטאט פונעם אויפברויז האבן טייל פון די „ניקס‟ זיך צעלאזט אויך קעגן דעם שרייב-אויסלייג פונעם „יידיש,‟ און בכלל קעגן דעם „צוריקגעשטאנענעם פארווערטס” וואס קיינער איז אין אים נישט אינטערעסירט.
קען זיין ס׳איז אמת אז די צוויי גרופעס, יידישיסטן און חסידים, לעבן אויף ווייט אפגערוקטע פלאנעטן, אבער דער פאקט וואס די ניקס אויף קאווע-שטיבל האבן זיך אויפגערעגט, צייגט אז זיי האבן געהאפט אז זיי זענען נישט אזוי ווייט. נישט די קריטיק קעגן דער פאעזיע האט וויי געטון פאר די ניקס אינעם קאווע-שטיבל, נאר דער פאקט וואס שלום האט זיי דערקלערט ווי אזעלכע וואס געהערן צו אן אנדער פלאנעט. טייל ניקס האבן קלאר אויסגעדרוקט פארדרוס איבער וואס זיי באטראכטן ווי אראגאנץ פון זיין זייט, אויף דעם וואס ער איז געקומען אין קאווע-שטיבל נאר כדי „זיי צו פארשעמען און זיך גרויסן איבער זיי‟.
ליינענדיג די ויכוחים אהין און צוריק, האט עס מיך אומווילנדיג דערמאנט אינעם אנטאגאניזם וואס האט געהערשט מיט א צוויי דורות צוריק, צווישן דער מערב-וועלט און די „פרימיטיווע דריטע וועלט פעלקער‟. ווען שלום בערגער האט זיך געשאפן א ניק אין קאווע-שטיבל האבן די דארטיגע „איינוואוינער” מסתמא געקוקט מיט חשד אויפ׳ן פרעמדן יידישיסט, און געהאפט אז ער וועט אריינברענגען א רייכקייט אין די דיסקוסיעס. זיי האבן געהאפט אז שלום וועט זען די אנשטרענגונג וואס זיי מאכן פון זייער זייט צו דערגרייכן א געוויסע מאס פון אפנקייט, און ער וועט זיי העלפן.
דא איז ענדליך אנגעקומען די גרויסע פאעזיע פארמעסט, און ווי איך פארשטיי האבן די אנפירער פון קאווע-שטיבל מיט א כוונה געוואלט אריינלאזן יעדן איינעם אין דער פארמעסט, אפילו די וואס האבן קיינמאל קיין פעדער נישט אנגערירט (כאטש כ׳בין מסכים אז עפעס א צענזור דארף תמיד זיין). זייער ציל איז נישט געווען צו קאנקורירן מיט מאדערנע פאעטן, נאר צו שאפן די ערשטיגע באוואוסטזיניגקייט צווישן די אומרייפע ניקס איבער דעם באגריף פון שאפן פאעזיע, א פעלד וואס איז בכלל נישט בנמצא אין דער חסידישער מענער-וועלט. זיי וואלט זיך געקומען קרעדיט נישט איבער וואס זיי האבן געשריבן, נאר אויף דעם וואס זיי האבן בכלל געשריבן. דער ערשטער וואס וואלט געדארפט זיי קומען צוהילף און קלאפן אויף דער פלייצע, האבן זיי זיך פארגעשטעלט, וואלט געדארפט זיין שלום בערגער.
און דא… מיטאמאל טראך! נאכ׳ן וואוינען צווישן זיי אפאר יאר, איז ער אוועק צו דער יידישיסטער צייטונג און באטיטלט די חברה אויף קאווע-שטיבל ווי „אזעלכע וואס לעבן אין אנדער פלאנעט‟, דאס הייסט למעשה אז יענע האבן שוין נישט קיין רפואה. פונעם שטאנדפונקט פונעם קאווע-שטיבל איז דאס פארראט, און דא האבן זיי מיטאמאל אנגעהויבן האסן אלעס וואס שלום בערגער שטעלט פאר מיט זיך, דעם ייווא-אויסלייג, דעם פארווערטס, און אפילו זיין „צעדרייטע פאעזיע וואס איז געשריבן אין א לשון פון קאודס, וואס נאר די מלאכי השרת קענען פארשטיין…‟
דאס דערמאנט מיך אין אן ענליכן שמועס וואס כ׳האב פונקט געהאט מיט א וואוילן חסידישן איד, וואס האט מיר געזאגט אז די שפראך פונעם פארווערטס, און בכלל פון אלע פארצייטישע אידישע שרייבער, איז א שפראך וואס איז געמאכט פאר אידיאטן… זיי קענען נישט קומען צום פונקט, נאר זיי מוזן אלעס זאגן ארום און ארום, אויף עפעס א משונה׳דיגן געקינצלטן לשון. „די היינטיגע חסידישע שרייבער,‟ האט מיר יענער געזאגט, „זענען סך מער צו דער זאך. זיי זאגן גלייך וואס זיי ווילן, צום פינטל.‟ (איך ווייס נישט וויאזוי איך אליין שרייב. קען מיר איינער זאגן?)
מ׳קען דא באמערקן א געוויסע פרעמדקייט וואס הערשט צווישן די צוויי גרופעס, ווען יעדער ליינט אפ דעם אנדערן מיט חשד און אומהיימליכקייט. דער חסידישער איד איז ביי זיך זיכער אז ער, וואס איז געבוירן אויף דער אידישער שפראך, דארף האבן די מאנאפאל אויף דער שפראך, און ווען ער זעט ווי עפעס אן אינטעליגענטע גרופע קומט איינטיילן דיעות, שטויסט אין אים אויף דאס געפיל פון קעגנערשאפט, קעגן יענע וואס זענען אריינגעקומען „אין אונזער שטח‟ כדי אונז אויסצולערנען וויאזוי צו ניצן די שפראך. אבער פאר די יידישיסטן פון זייער זייט, דאכט זיך אפט אז זיי זענען גאר די אמת׳ע באלעבאטים פון דער שפראך, וויבאלד זיי האבן דעם צוטריט צו דער רייכער טראדיציע פון יידיש אין די ארכיוון און ביבליאטעקן פון כל-ערליי אינסטיטוציעס, בשעת די היימישע אידן „האבן קיינמאל נישט גענומען א פאעזיע-בוך אין דער האנט, אויסער די גרעניצן פון ארטאדאקסישע שרייבער‟.
מיט איין ווארט, דא האנדלט זיך נישט בלויז פון אן אויפברויז איבער קריטיק קעגן א פאעזיע-פארמעסט, נאר איבער א מלחמה אויף טעריטאריע. די געבוירענע בירגער זענען גרייט צו הערן פון די „פארגעשריטענע‟ וויאזוי צו פירן דאס לאנד, אבער זיי זענען נישט גרייט אויפצוגעבן דאס לאנד גופא. זיי זענען מסכים צו הערן, אזוי לאנג ווי יענער באציט זיך צו זיי מיט גענוג רעספעקט, נישט מיט א געפיל פון אויבן-אראפ. דער ארטיקל וואס שלום בערגער האט אפגעשריבן אינעם „פארווערטס‟ איז געווען דאס שוועבעלע וואס האט געפירט צום רעוואלט. יעצט דארפן מיר נאר האפן אז ס׳זאל זיך חלילה נישט אויסשפרייטן ווייטער און ווייטער, ביז דער עולם קאווע-שטיבל׳ניקעס וועט זיך ארויסלאזן אין פראטעסטן אויף די גאסן קעגן די אקופירנדע מאכטן, וועלכע האבן זיך דערקלערט ווי אפוטרופסים אויפ׳ן יידיש, ווי רעטער פון א „שפראך וואס שטארבט אפ‟, איגנארירנדיג אינגאנצן די הויפט פאפולאציע פונעם אידיש, ביי וועמען די מאמרי חז״ל ליגן נאך אויף דער צונג, און ביי וועמען אידיש מיט לשון-קודש לעבן זייט ביי זייט אין פרידן שוין אן ערך פון טויזנט יאר…
צוריקגעשמועסט איז טאקע גוט אז אפענע חסידים זאלן באקענען דעם אוצר וואס דער יידישיזם שלאגט זיי פאר. איך וואלט גע׳עצה׳ט פאר שלומ׳ען אז אנשטאט צו באטראכטן די פארמעסטן אויף קאווע-שטיבל ווי אן ענין וואס געהערט צו דער קאטעגאריע פון „פאעזיע,‟ זאל ער עס גיכער באטראכטן ווי אן ערשיינונג פון סאציאלער ענדערונג אין א געזעלשאפט וואס איז רייף פאר א רענעסאנס. נאך דער קומענדיגער פארמעסט זאל ער נישט אפשרייבן א רעצענזיע אויף דעם ביכל מיט זיינע „נארישע פאעמעס‟, נאר ער זאל גיכער אפשרייבן אן ארטיקל איבער די ערד-ציטערנישן וואס גייען אריבער אויף א גרופע חסידים, וועלכע זוכן לכאורה אן אויסדרוק פאר׳ן הארץ, קומענדיג פון א חינוך-סיסטעם וואס גלאריפיצירט סטאנדאריזאציע, און זעט נישט מיט קיין גוטן אויג די פרייע ספאנטאנע עמאציאנען, אפילו ווען דאס זענען רעליגיעזע געפילן.
איך גלייב אז קאווע-שטיבל פארמאגט כל-ערליי קולות, אלע מיני מענטשן, אבער אינמיטן דערונען באהאלטן זיך אויך צארטע נשמות וואס בענקען מיט אן אמת אויף א בעסערער וועלט, ווי ס׳דערקענט זיך פון די הויפט טעמעס אין דער פארמעסט. שלום האט נישט ליב דעם „קרעכצנדן” כאראקטער פון די פאעמעס, אבער ער פארשטייט נישט אז די חסידים פון קאווע-שטיבל לעבן ווירקליך אין אן אנדער פלאנעט. זיי לעבן נישט מיט דער רואיגקייט פונעם מאדערנעם מענטש וואס דערקענט די עסטעטיק פון דער וועלט אין א דירעקטן אופן, נאר זיי זעען דאס דורך דעם פריזם פון א געוויסן גלות הנפש, וואס רייסט זיך צו זיפצן.
לאמיר האפן אז ביידע צדדים וועלן ארויסנעמען פון דער קריגעריי וואס מ׳האט פארזען ביז יעצט, און זוכן א וועג זיך צו פארשטיין בעסער. אז נישט, וועלן מיר אפשר מוזן איינשפאנען דיפלאמאטישע כוחות, אויף אויסצוארבעטן א שלום-פראצעדור, איידער דער קריג גייט ארויס פון די גלייזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.