Yiddish with an Aleph

גענוג מיט די גזירות!

Enough With the Decrees Already!

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
איין גזירה נאָך אַ צווייטער: דער גערער רבי האָט פֿאַרווערט זײַנע ישיבֿה־בחורים צו עסן סויע־פּראָדוקטן, טענהנדיק, אַז עס קאָן נאָך דערפֿירן צו האָמאָסעקסועלע באַציִונגען

גדרים און סייגים זענען אזעלכע גזירות וואס ווערן איינגעשטעלט פאר׳ן צוועק פון באהיטן א מענטש פון אנקומען צו אן אמת׳ן איסור, א ווירקליכן פראבלעם. פאראן אין אידישקייט די תורה און מצוות, וואס האט איבערגעלאזט פלאץ פאר די חכמים פון יעדן דור צוצולייגן א „צוים‟, וואס זאל ווי צעברייטערן דעם שטח ארום אן עבירה, כדי צו פארשווערן דעם צוטריט אהין.

די לאגיק אונטער דעם געדאנק איז פשוט. די צייטן און אומשטענדן בייטן זיך כסדר, און וואס איז אמאל געווען א זאך פון וואס יעדער איז בהחלט אוועקגעשטאנען, איז היינט מער רייצנד, צוציענד, און גרינג צוטריטליך. כדי צו פארזיכערן אז דער גרינגער צוטריט זאל נישט פירן צום צוזאמפאל פונעם עצם תורה׳דיגן איסור, האט זיך אויסגעפעלט אפצוצוימען נאך א שטיק שטח היתר. א גדר (צוים) קען ובכן געזען ווערן ווי דעם איסור אנעקסירן א שטיק שטח פונעם היתר.

דאס איז באמת נישט קיין יושר, און אונזערע חכמים פון אמאל האבן דאס גוט פארשטאנען. דערפאר האבן זיי זיך נישט דערלויבט זיך צוצוטיילן דעם רשות דערפאר, איידער׳ן אזוי פארשטיין דעם פשט אין א געוויסן פסוק, פון וועמען ס׳לאזט זיך אזוי דרינגען. און אפילו דעמאלט, שוין נאך דעם וואס ס׳איז קלאר געווען אז די חכמים פון דור מעגן צולייגן אייגענע איסורים צו די עקזיסטירנדע, האבן זיי עס געטאן מיט שכל און ישוב הדעת. זיי האבן גענומען אין חשבון די תוצאות וואס א גזירה וועט מיטברענגען, און אויך האבן זיי באטראכט וויאזוי זי וועט אויפגענומען ווערן ביי דער עפנטליכקייט. דאס קען מען קלאר זען פונעם כלל וואס ראט נישט אוועקצושטעלן א גזירה וואס רוב פונעם המון עם וועט במילא נישט פאלגן.

פון דער גמרא קומט זייער קלאר ארויס א וועלט-אויסקוק וואס זעט די וועלט ווי גוט און געשמאק. דער מענטש דארף הנאה פון דער וועלט; דערפאר איז זי באשאפן געווארן. נאר וואס, די הנאה דארף קומען אויף א מסודר׳דיגן אופן, אין א תורה׳דיגער סטרוקטור. גראד אזוי, איז עפעס מותר; אויב דער היתר ברענגט אויף א פראבלעם, דארף מען זיך מיט אים ספראוון. איינער פון די אופנים וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט א פראבלעם איז דורך מינימיזירן דעם צוטריט אדער אופן פונעם היתר – איינשטעלן א „גזירה‟. אבער אפילו דעמאלט, ווען די אומשטענדן פארלאנגען צו צוימען דעם שטח פון מותר, איז פאראן א ריי פאקטארס וואס מוזן גענומען ווערן אין באטראכט.

נעמט יעצט אונזערע חכמים מיט זייער לאגיק פון היינט און שטעלט זיי אוועק נעבן אונזערע חכמים מיט זייער לאגיק פון דעמאלט. אלע להבדילס וואס זענען ארויסגעזאגט געווארן דורכאויס די יארן פון דער תקופה פון חז״ל ביז היינט זענען נישט גענוג ארויסצוהייבן דעם חילוק, און אפילו סתירה, צווישן די צוויי.

דער קאנטראסט שטעקט נישט נאר אין דעם חילוק צווישן די „ראשונים כמלאכים‟ (די פריערדיגע חכמים וואס זענען צוגעשטעלט צו מלאכים), ביז די היינטיגע מענטשעלעך. דאס איז א דבר פשוט צו וואס אפילו אונזערע חכמים פון היינט זענען מסכים. ס׳איז מער דער וועג פון טראכטן, דער פארנעם פון זיך רעכענען מיט די אויף וועמענס חשבון די גזירות ווערן אוועקגעשטעלט, און די אויסווירקונגען וואס זיי ברענגען אויפ׳ן גאנצן עולם. אנדערש ווי די חכמים פון דעמאלט, וואס האבן אין א גזירה געזען א געצייג וואס דארף בלייבן אויפ׳ן בוידעם, נאר אפירגענומען צו ווערן ווען די אומשטענדן צווינגען דערצו, איז זי היינט אין די הענט פון להבדיל אונזערע חכמים פארוואנדלט געווארן אין א לשם-יחוד לכתחילה שבלכחילה. גזירות זענען גוט און געזונט; א שאד אז די אומשטענדן לאזן נישט מער און שטארקערע…

וויאזוי די גזירות וועלן זיך אפרופן אויפ׳ן לעבן פון די אויף וועמען זיי ווערן נגזר איז בכלל נישט נוגע. א גזירה וואס רוב ציבור קען נישט, צי וועט נישט פאלגן? אויך מיר א פראבלעם! מ’וועט זיי אהיימשיקן די קינדער פון די מוסדות, און פטור אן עסק. ווער רעדט שוין דעם פון דעם, אז די גזירות – וואס מערן זיך אין צאל און פארנעם ווי די קריגערייען צווישן אונזערע חכמים – אדרעסירן אזוי אונזערע פראבלעמען ווי זיי ווייסן וואס א געווענליכער יונגערמאן גייט דורך אין א דורכשניטליכן טאג.

א יסודות׳דיגער חילוק צווישן אונזערע חכמים פון אמאל און אונזערע מענטשעלעך אין חכמ׳ישן אוניפארם ליגט אבער אין דעם וועלט-אויסקוק. רב און שמואל, אביי און רבא, האבן אנגעקוקט די וועלט ווי א מתנה וואס דער אויבערשטער האט געשאנקען צום מענטש. דער זעלבער באשעפער האט אבער איינגעשטעלט א סיסטעם מיט געזעצן, וואס דיקטירן ווען און וויאזוי צו הנאה פון דער וועלט. אונזערע חכמים היינט זעען אין דער וועלט א שונא פון וועלכן מען דארף זיך היטן און אוועקשטיין וואס ווייטער. דער אונטערליגנדער מאטיוו פון די היינטיגע גזירות איז אריינצושטעלן וואס מער דיסטאנץ צווישן מענטש און וועלט. די וועלט איז א פראבלעם, און דער מענטש דארף וואס מער אפגעזונדערט ווערן פון איר.

דער גרעסטער קרבן פון דער גזירה-לשם-גזירה מענטאליטעט איז נעבעך נישט קיין צווייטער ווי אידישקייט, פון וועמען דער מהלך זויגט ארויס דאס לעצט-ביסל חיות וואס איז איר נאך פארבליבן.