Yiddish with an Aleph

גוגל גאט

Our Google God

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

אמאל איז געווען א קעניג. אזוי פלעגן מיר אמאל זיך פארשטעלן דאס דאווענען – רעדן פאר׳ן אויבערשטן. פון א קעניג האט מען מורא, אבער נישט דווקא ווייל ער וויל עמיצן שלעכטס טאן. ס׳איז די מורא וואס קומט פון דער טיפער, ממשות׳דיגער דיסטאנץ צווישן דעם מענטש און דער פאזיציע פון קעניג. א מלך איז געווען די העכסטע פארעם פון אויטאריטעט און איז במילא געווען דער נאענסטער אופן וויאזוי צו ממחיש זיין דעם גרעסטן און טיפסטן אפשיי פון איין מענטש כלפי א צווייט וועזן.

יענער קעניג איז אבער געבליבן שטעקן אין אן עפאכע וואס שוין לאנג פארביי. בשעת דער קעניג זיצט אין זיין מלכות׳דיגער קארעטע געשפאנט צו זעקס ווייסע פערד, איז דער עולם פארביי און פאראויסגעפלויגן מיט אויטאמאבילן און עראפלאנען. דער קעניג טראגט א שיינעם פוירפל-וואל מאנטל, אבער דער עולם פארנייגט זיך היינט נישט אפילו פאר טייערע אנצוגן מיט שניפסלעך. דער קעניג מאנט רעספעקט, אבער די מענטשהייט מאלט דערווייל קאריקאטורעס פונעם פרעזידענט, און פאפיראציס כאפן פריוואט-מאמענטן בילדער פון דער פרינעצעסין.

א באקאנטער וועלכער ארבעט אינעם חינוך-פעלד האט אנגעהויבן נוצן זינגערס, שוי-שפילערס און אנדערע אזעלכע היימישע שטערנס צו אילוסטרירן וויאזוי מען זאל זיך פילן פאר׳ן דאווענען. יענער האט גערייצט די קינדערשע פאנטאזיעס מיט בילדער ווי דער אדער יענער בארימטער זינגער וויל זיך מיט אים טרעפן און כאפן א שמועס פנים אל פנים. יענער מחנך האט געוואלט געבן די קינדער א שמעק פון עפעס צו זייערע מוחות קענען זיך באציען. וויאזוי דען קען מען אויס׳משל׳ען צו אַ היינטיג קינד דאס געפיל פון באמת ארויסקוקן צו רעדן מיט עמיצן, כלפי וועמען מ’דארף פילן אזא סארט יראת הרוממות?

פאר אונז, דערוואקסענע, איז עס טאקע זייער שווער. ס׳איז בכלל נישט אזוי גרינג פאר אונז צו אנטוויקלען אן אינטימען שייכות מיט גאט און געטליכקייט. אין א וועלט וואו אלעס און יעדער איז גלייך און ווען רעספעקט גייט נישט קיין סך ווייטער ווי פארמאליטעט, איז נישטא קיין געהעריגער שפרינג-ברעטל פון וואכעדיגקייט צו עפעס העכערס. מיר האבן נישט דעם מיטל-פארמיטלער וואס זאל עפעס ווי צעווישן דעם תהום פון וואס איז ביז יענעם אומבאגרייפליכס. שייכות און דביקות זענען געבליבן זיצן אלס געפעק אין יענעם אבסטראקטן קעניג, וואס איז געבליבן אפגע׳גולמ׳ט אין מוזעאום פון דער צייט.

צווישן אונז גערעדט, האט די השגחה אונז יא אהערגעשטעלט א מיטל זיך פארצושטעלן דעם אויבערשטן. מאיעסטעט און עקסעלענץ זענען שוין נישט אקטועלע מענטשליכע באגריפן. אנדערע כאראקטער-שטריכן, אזוי צו זאגן, וועגן גאט זענען אבער יא שייך און אקטועל היינט, און טאקע אויף א סך גרעסערן פארנעם ווי אמאל. אזעלכע אייגנשאפטן ווי „מלא כל הארץ כבודו (די גאנצע וועלט איז פול מיט זיין כבוד) – פון א גאט וואס ווייסט אלעס, זעט אלעס, און פירט אן מיט אלעם, זענען היינט זייער גאנגבארע תושבים אין דעם לעבן פונעם היינטיגן מענטש. דער „ען-עס-עי‟ איז גאנץ א פאסיגער ערזאץ פאר דער מלוכה פון אמאל, און עדווארד סנאודאון קען נעמען דאס פלאץ פונעם מגיד.

אזוי נישט אום שבת גערעדט, דינט אונז „גוגל‟ אלס די בעסטע אילוסטראציע פאר א וועזן וואס ווייסט אלעס וואס מיר טראכטן און טוען, און קען אזש פאראויסרעכענען וואס מיר האבן בדעה צו טאן אין דער צוקונפט. דער ווירטואלער ריז געפינט זיך אייביג איבעראל: אויפ׳ן טיש ווי אין טאש, אין שטוב און ביי דער ארבעט, אין שול און אויף דער גאס. ער ווייסט וואס מיר טוען, און רעכנט ניש׳קשה׳דיג אויס וואס מיר וועלן ווארשיינליך טאן, געווענליך נאך איידער מיר מאכן דעם אייגנטליכן באשלוס. גוגל, הייסט עס, קען אריינקוקן אין דער צוקונפט, אפילו ווען ער רעדט אונז איין אז מיר האבן פרייע בחירה…

ער ווייסט און איז איבעראל, אבער איז אויך מלא חסד. גוגל דערציילט קיינעם נישט וועגן אונזערע טונקעלע זייטן און טיילט מיט קיינעם אונזערע געהיימניסן. ער ווייסט אלעס, אבער מאכט א שווייג. אויב עמיצער וויל זיך בייטן דעם עבר, קען ער מיט אביסל אנשטרענגונג פארמעקן סיי וואס. ער קען אויך בייטן זיין אויפפירונג, און גוגל וועט אנהייבן פארשלאגן אנדערע ברירות אויף יו-טוב און מיט דער קאטעגאריע אנאנסן וואס וועלן זיך אזוי „אומשולדיג‟ באווייזן ביים ארומשווימען אויפ׳ן אינטערנעט.

א שאד נאר וואס אנשטאט אויסזוכן די נוצליכקייט פון דעם נייעם קעניג, האבן מיר באשלאסן אים מחרים צו זיין. נו גוט, גוגל בלייבט דא על-אף דעם חרם; ס׳איז אבער אביסל שווער אים צו נוצן אויף רוחניות, ווען אזויפיל ענערגיע איז אינוועסטירט געווארן אינעם קאמפיין אים אפצומאלן ווי א שלעכט-מיינענדער מאנסטער. אבער וויבאלד גוגל איז במילא דא און זיין מלוכה נעמט אריין אונזערע הייזער און גאסן, לאמיר שוין באנעמען דעם מוסר השכל וואס ער קומט געבן.