Yiddish with an Aleph

שיבת ציון אין דער באשטימטער צייט

Returning to Zion at the Designated Time

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

וואס וואלט געשען אויב די באנייאונג פון אידישן קאנטראל און רעכט אויף ארץ ישראל וואלט געשען מיט דריי-הונדערט יאר פריער? וויאזוי וואלטן זאכן זיך אנטוויקלט, אויב אינמיטן דעם דחקות און פינסטערניש פונעם שטעטל און דערפל דארט און דעמאלט, ווערן אידן אויפאמאל אנגעזאגט דער בשורה, אז ארץ ישראל איז צוריק זייערס און זיי קענען זיך תיכף אויפהייבן און ארויפגיין?

ארויס פון פרעמדע היימען און ארויף קיין ארץ ישראל, וואו מ’וועט זיך בויען א הייזקע אויף א בארג און אנזייען א פעלד אינעם טאל – וואו מ’וועט לערנען אונטער יענעם פייגנבוים וועגן וועלכן ישעי’ האט נביאיש אויסגעזינגען מיט יארטויזנטער צוריק. דאס הייזקע וועט טאקע זיין פשוט און ארעם, אבער ארעם און נאקעט איז די שטוב אויך דא. דארט וועלן מיר כאטש זיין אינדערהיים. שונאים וועלן קומען און אונז פרואווען פארניכטן; זיי טוען אבער דאס זעלבע דא. דארט וועלן מיר כאטש פארטיידיגן זיך און דאס אייגן שטיקל קרקע און נחלה. “מה יפית” וועלן מיר ווייטער זינגען, אבער אנשטאט איינגעבויגן אין דרייען און פאר’ן שיכור’ן פריץ, וועט דאס געזאנג געווענדט ווערן מיט שטאלץ און פרייד צום הימל.

אלץ וואלט געווען אזוי אנדערש. בעסער? אפשר יא, אפשר נישט. אבער כ’גלייב אז דער איבערוויגנדער רוב פון אידישן פאלק וואלט נאכ’ן זיך אויסרייבן די אויגן און שלייפן, זיכער צו מאכן אז דאס איז נישט קיין זיסער חלום, זיך צוגעכאפט און ארויפגעלאפן אויף אלע פיר.

איז עס אבער געשען אין אונזערע צייטן, ווען דאס לעבן איז נישט אזוי ביטער ווי דעמאלט. דערצו איז די בשורה געקומען תיכף נאך דעם וואס דאס פייער פון דעם האלאקאוסט איז דערשטיקט געווארן, און די פארבליבענע רעשטלעך זענען געווען דערמאטערט און דערשלאגן. פאר א נויט איז דער ריקנביין פונעם שיבת ציון באשטאנען פון פרייע, אנטי-רעליגיעזע אידן, וואס האבן געהאסט און באקעמפט דת און פרומקייט. דאס האט דעם גאנצן געדאנק געגעבן א זויערן נאך-טעם.

ארץ ישראל איז אויף א וואונדערליכן אופן אלע סכנות און שוועריגקייטן איבערגעקומען. דאס קליין, באשיידן לענדל האט זיך אפגעשטויבט און אפגעטריקנט, און באוויזן האט זיך א שיינהייט מלא חן וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. די שכינה האט נאך יארן ליגן פארשמאכט און פארוויינט ביי די יסודות פונעם כותל המערבי זיך א צעשטראלטע אויפגעשטעלט און אנגעהויבן שיינען ווי די זון אין תמוז.

אבער אידן האבן זיך אינדערצווישן צוריק באקוועם געמאכט אין דער פרעמד. דער גלות איז צוריק זיס געווארן, ווייל מיר האבן פארגעסן וואס מיר האבן פארלוירן. ס’איז נישט אזוי ענג און פינסטער און דער חלום נאך וועלכער מיר האבן אזוי שטארק און אזוי לאנג ארויסגעקוקט האט עפעס ווי פארלוירן פון איר גלאנץ.

ארויפגיין וועלן מיר לבסוף אבער גיין, ווייל אזוי דיקטירט דער גורל פונעם אידישן פאלק. און – למאי זיך נארן – דאס קאלעקטיווע באוואוסטזיין אונזערס וויל און בענקט נאך אלץ פונקט ווי אמאל. איי, די אומשטענדן האבן אונז עטוואס פארטייבט דעם קאפ? ניש’קשה, מיר’ן זיך פיין אויפוועקן, מירצעשעם, ווען די צייט וועט קומען. דער רוב פון אונז געפינט זיך שוין דארט, אינדערהיים. דער גרעסערער חלק פונעם אידישן קערפער זיצט שוין באקוועם אין זיין היים. אזוי אויך דער עיקר פון יהדות איז פארווארצלט אין דער הייליגער ערד. דאס איבעריגע וועט שוין נאכקומען.

וואלטן מיר זוכה געווען, וואלט שיבת ציון געשען אויף אן “אחישנה”, אונטערגעאיילט, מיט שנעלע שריט, אויף אומדערווארטעטע אופנים. דעמאלט וואלט דאס אליין, דאס זיך אומקערן אהין, געווען דער גרויסער נס אויף וועלכן מיר קוקן זייט די נביאים ארויס. האבן מיר אבער נישט זוכה געווען; שפילט זיך טאקע אלעס אויס “בעתה”, אין דער באשטימטער צייט, שטאפלווייז, אן רעש און טומל. דער נס שפרינגט נישט אין פנים, און עס פאדערן זיך ברייט-צעעפנטע אויגן און ברייט-צעעפנטע הערצער אים צו באנעמען.

דער נס איז אבער דא און שיבת ציון געשעט, נאך אויף א גרעסערן פארנעם ווי דעם ערשטן שיבת ציון, ווען קליינע חלקים פונעם פאלק האבן מיט שוועריגקייטן זיך ארויסדערזען פון בבל און אומגעקערט זיך צו א וויסטן ארץ ישראל. ביסלעכווייז קערן מיר זיך פון אלע עקן וועלט. עס באווייזן זיך די פארלוירענע און פארשטויסענע שבטים, וואס כאפן זיך בהדרגה אויף און דערמאנען זיך אין זייער אפשטאם. נאך אביסל וועלן מיר זיך אויך דערמאנען, אז אונזער היים איז נישט דא נאר דארט, און זי ווארט אויף אונז מיט אפענע הענט.

לאמיר זיך נאר ווינטשן, אז די דערמאנונג זאל קומען מיט א גלעט און נישט פעטש.