Yiddish with an Aleph

צו דער 13טער שמיטה פון דער באלפור-דעקלעראציע

Honoring the 13th Sabbath Year Since the Balfour Declaration

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

אינעם בית מדרש וואו איך דאוון האט דער רב אויסגעקלאפט ערב ראש השנה און אויסגערופן אז דאס יאר וואס קומט וועט זיין א שמיטה יאר, און מ’דארף זיך דערפאר באקענען בעסער מיט די הלכות איידער מ’נעמט אריין אין מויל עפעס וואס קומט פון ארץ-ישראל. “ס’איז כדאי זיך אפצוהאלטן פון קויפן ארץ-ישראל’דיגע פראדוקטן”, האט דער רב געזאגט, “באזונדערס די מילך פראדוקטן וואס האבן קאמפליצירטע שמיטה שאלות [ווייל די בהמות שטאפן זיך מיט תבואה וואס איז געוואקסן אין שמיטה, טאר מען דערפאר נישט האנדלען מיט די מילך], און ווער ס’דארף נישט פארן קיין ארץ ישראל היי-יאר זאל נישט פארן בכלל, כדי מ’זאל נישט בטעות דורכפאלן מיט אן איסור”.

מיך האט געוואונדערט צי דער רב האט געקלערט א מינוט, איידער ער האט אויסגערופן זיין פסק פאר’ן עולם, אז זיינע ווערטער אנטהאלטן אין זיך א פאטענציעלן הפסד פאר די סוחרים וואס אימפארטירן די סחורה’ס פון ארץ-ישראל. נאך מער, ליגט אין זיינע ווערטער א פסק וואס קען שאטן פאר דער ארץ-ישראל’דיגער עקאנאמיע אויף פארשידענע אופנים, און ס’וואלט זיך געפאסט אז מ’זאל אזא שאלה דורכשמועסן מיט אנדערע גדולים איידער’ן ארויסלאזן עס צום עולם. אליין בין איך נישט קיין רב, בין איך אודאי נישט ביכולת זיך צו דינגען אויפ’ן פסק פון א הלכה’דיגן שטאנדפונקט, אבער עפעס אין מיין נשמה האט זיך געריסן קעגן דעם פסק, וויבאלד ס’איז סוף כל סוף געלעגן אין דעם אן אנזאג צו בויקאטירן דאס אידישע לאנד מיט אירע סוחרים.

דאך, א צווייט קול האט מיר געוויזן אן אנדער בילד פאר די אויגן, א פיל שענער בילד פון דעם וואס איך האב געזען אין דער ערשטער מינוט. ס’איז טאקע אמת אז דער פסק פונעם רב פארמאגט א שווער געוויכט פון א היינטיגן עקאנאמישן שטאנדפונקט, דאך איז עס אנגעהאנגען אין די אלטערטימליכע דורות’דיגע עקאנאמישע געזעצן פון ארץ-ישראל, און איז אן עדות צו זייער אומשטערבליכן נצחיות. ווען אידן האבן פארלוירן דאס בעלות אויפ’ן לאנד מיט צוויי טויזנט יאר צוריק האבן זיי אינעם לאנד נישט פארגעסן, און אפילו איר עקאנאמישן געזעץ-סיסטעם [דאס האלטן שמיטה למשל] האבן זיי מיט זיך מיטגעשלעפט אין גלות. ס’איז נאר א שאד אז ביים קלאמערן זיך אינעם אייביגן ארץ-ישראל פארגעסט מען צומאל אינעם קאנקרעטן, ממשות’דיגן ארץ-ישראל.

איך אליין וואלט דוקא יא געפארן היי-יאר קיין ארץ-ישראל, כדי צו קענען פערזענליך איבערלעבן דעם נס, צו זען ווי די אור-אלטע עקאנאמישע געזעצן זענען ווידער אויפגעלעבט געווארן מיט דער היינטיגער שיבת ציון. און אפילו אויב זאל מיר נישט אויסקומען אליין צו פארן, וועל איך ווייניגסטנס קויפן מער פון די דארטיגע פראדוקטן, כדי צו פילן כאטש עפעס א שייכות פונדערווייטנס מיט דעם יעצטיגן מציאות. נישט וועגן „יבול נכרי‟ גייט דא די רייד, נאר וועגן תבואה פון אידישע פעלדער, וואס ווערן אויפגעאקערט דורך אידישע טראקטארן מיט אידישע ארבעטער, און טאקע נאר דערפאר קומט אונז אויס צעדרייט צו ווערן פון די שאלות וואס דאס ברענגט אויף להלכה.

געדענקט איר נאך די מעשה’ס וועגן די מאשקעס וואס האבן פאר די פריצים זיך אויסגעגעבן די נשמה? געדענקט איר נאך די דערציילונגען וועגן די ריזיגע פוילישע פעלדער און וועלדער וואס האבן געהערט צו די פריצים, בשעת דער איד האט נישט געטארט זיין א באלעבאס אפילו אויף א ד’ אמות פון אייגענער קרקע? אט האבן מיר זיך דערלעבט א צייט ווען הונדערטער טויזנטער דונאם אין ארץ-ישראל געפינען זיך אין אידישע הענט, און די שאלות פון שמיטה זענען ווידער צוריק מיט דער פולסטער קראפט. דאס לאנד האט גענוג שמיטות גערוט, ווען זי האט אפגעפוסטעוועט באלד צוויי טויזנט יאר אין די זומפיגע פעלדער, ווארטנדיג נישט מער ווי דאס, אז דאס אידישע פאלק זאל זיך אומקערן צו איר ברוסט צו זייגן פון איר מוטערליכער מילך.

ווען דער רב זאל וועלן הערן מיין ארעמע מיינונג וואלט איך אים געזאגט אז ס’איז א שאד זיך אפצוטיילן פונעם ארץ-ישראל’דיגן ציבור, וויבאלד היינט צוטאגס זענען מיר כמעט ווי איין גרויסער כלל. עפעס אומזיסט ברענגט מען אריבער די מילך פראדוקטן ביז אמעריקע? פוטער און מילך ווערן געהאדעוועט אויף אמעריקאנער ערד אויך, אבער אויב איז דא א פארלאנג פאר דארטיגער סחורה, צייגט דאס אז ס’איז פאראן גענוג אן עולם צווישן אונז וואס זעט דוקא אין דער זילבערנער פאקונג פון „תנובה‟ א גרוס פונדערהיים… דאס איז אן עולם וואס פילט אפנים אז ס’איז אינו דומה א פוטער צו א פוטער, ס’איז נישט גלייך דאס שטיקל קעז וואס קומט פון אן אנגעפאשעטער אמעריקאנער קו, צו א שטיקל קעז וואס קומט פונעם „לאנד וואס רינט מיט מילך און האניג‟… געזען שוין אזוינס? א שטיקל פוטער וואס פארקערפערט אין זיך די טרערן-דורכגעווייקטע שורות פון רבי יהודה הלוי… דערמאנט אין די בערג פון ציון, אין די קיה וואס פאשען אויף איר גראז…

יא, דער אור-אלטער עקאנאמישער סיסטעם פון ארץ-ישראל איז אונז הייליג און טייער. דאס איז נישט קיין סיסטעם וואס איז אויסגעשריבן געווארן דורך א מענטש, נאר דאס האט אויף זיך דעם שטעמפל פון גאט, וואס האט אונז דערמעגליכט אויפסניי צו באלעבן די ערד אין אקוראט דעם זעלבן סיסטעם. דער פסק פונעם רב איז אודאי אויך געשטעלט אין איינקלאנג מיט דער אייביגקייט פונעם הייליגן לאנד און די געזעצן וואס זענען אנגעבונדן צו איר ערד, ווייל אין תוך גערעדט איז די גאנצע אידישע תורה דער אלטער געזעץ סיסטעם פונעם אידישן לאנד. דאך מיין איך אז ווען מ’אנערקענט דעם היינטיגן מציאות פון שיבת ציון, און דער שירעם פון ארץ-ישראל וואס שפרייט זיך שוין היינט אויס איבער די גאנצע תפוצות, וואלט מען געדארפט זיך אנבינדן אינעם געזעץ-סיסטעם אין א מער לעבעדיגן אופן, דורכ’ן זיך פארבינדן צו ארץ-ישראל, און נישט דורכ’ן אנטלויפן פון איר.