ס’זאל זיך נישט מאכן ביי קיינעם וואס וויל עס נישט, אבער למעשה מאכט זיך יא אמאל אז א קינד גליטשט אראפ פון גלייכן וועג.
אזא געשיכטע קומט תמיד באגלייט מיט אויסווירקונגען אויף דעם איבעריגן חלק פון דער משפחה. נישט זעלטן פירט עס צו אן אויפשאקלונג אין די דינאמיקס פון דער פאמיליע. די פרטים זענען אזוי אנדערש ווי די צאל אזעלכע געשעענישן. דאס אז א קינד זאל אפלאזן דעם וועג אויף וועלכן זיינע עלטערן פירן אים, איז א יוצא מן הכלל. און אפילו ווען דער יוצא איז היינט נישט אזוי זעלטן ווי אמאל, איז עס נאך אלץ אומגעווענליך, אין דעם זינען אז אונזער מהלך פארמאגט נישט קיין פארגעשריבענע ליניעס וויאזוי צו האנדלען אין אזא פאל.
עס זענען פאראן עקסטרעמע פאלן, ווען דעם קינד’ס קרימע גענג פאדערן דאס אים, אין טייל צי גענצליך, באזייטיגן פון שטוב. דאס קינד בלייבט אבער טייל פונעם משפחה-בוים, און אויב די עלטערן זענען געפיליש געזונט און גראד אינעם טראכטן, וועלן זיי ממשיך זיין אים אזוי אנצוקוקן. עס טוט וויי אז זייער בלוט-און-פלייש פארט נישט גוט; די נאטירליך-איינגעבירגערטע ליבשאפט איז אבער שטארקער און טיפער פארווארצלט ווי די ווייטאג און אנטוישונג. דאס התרחקות איז קינסטליך, פראוויזאריש, צייטווייליג. דער נאטירליכער קשר פון ליבשאפט לשם ליבשאפט צו א קינד בלייבט אומבארירט. דאס שייכות צו וואס אזא אהבה פירט נארמאלערווייז ווערט נאר ווי אביסל „מעכאניזירט‟ לתועלת הענין.
דאס זעלבע קען מען זאגן לגבי א גרופע. פאראן משפחות מיט א געמיש פון ברידער, וועלכע זענען אין די יונגע יארן זיך צעגאנגען אויף פארשידנערליי וועגן. אלע האבן אויפגעשטעלט אייגענע פאמיליעס, און דאס קען פירן צו א דילעמע איבער דעם שייכות וואס די קינדער זאלן האבן מיט זייערע קרובים – פעטערס-מומעס און שוועסטער-קינדער. אויך דארט איז דער צוגאנג אנדערש ביי אנדערע, און געוואנדן אין די פרטים שטעלט זיך יעדער אויס א מהלך וואס ארבעט פאר אים.
ביז אהער פארשטייט יעדער קלאר. מען קען אבער דעם געדאנק טראגן ווייטער, צו גרופעס מענטשן פון דעם זעלבן קרייז. א מענטש באלאנגט צו א געוויסן חסידות, וואס פארמאגט, ווי יעדן קרייז, א געוויסער פראצענט „שוואכערע‟. זיי דאווענען אין זעלבן שול און די קינדער זעען זיי אין פאליש צי אויף דער גאס. מיט יענע איז דער ענין נישט אזוי קאמפליצירט, ווייל די אומשטענדן צווינגען נישט קיינעם מיט זיי צו פארקערן. פארט, איז לכאורה געזונט פאר א טאטן זיך אויסצובויען א מהלך, וויאזוי ער און די קינדער זאלן אויף יענע קוקן. נישט אלעמאל איז פראקטיש סתם אוועקצומאכן יענע אלס „באמס‟ אד”ג. די קינדער זעען יענע מענטשן ווי טייל פון דער זעלבער קהילה, און ס’איז כדאי צו האבן א גאנג וואס וועט זיך באקוועם קענען באזעצן אין קאפ: יענע זענען טייל פון אונזער קרייז, אבער פארט נישט ווי אונז.
די דריי אזעלכע מצבים זענען מער פראקטיש גערעדט. זיי פאדערן אן אויסגעבויטן מהלך אלס טייל פונעם חינוך. דערנאך איז אבער פאראן דער זעלבער ענין וואס פאדערט אויך א מהלך, הגם ס’איז ווייניגער פראקטיש נוגע למעשה. דאס איז בנוגע אידן פון אנדערע קרייזן, אדער קרייזן מיט אנדערע סארט אידן. אויך זיי זענען אידן; דאס ווייסן מיר אלע. אינעם קאנטעקסט פון דעם גאנצן כלל ישראל זענען זיי פונקט אזוי חשוב און טייער. דאס ווייסן מיר טאקע נישט אלע, אבער ס’איז פארט דער אמת… עס ליגט אינעם נאמען: „כלל‟ ישראל.
די גלות’ער אין מקום און דעת האבן אונז אביסל צעשאקלט דעם קאפ, און ס’איז שווער זיך יעדעס מאל אויפסניי אויפצובויען א פרישן מהלך וואס זאל ארבעטן אין אומשטענדן וואס האלטן זיך ביי אונז אין איין טוישן. יעדע זיבעציג-אכציג יאר טרעפן מיר זיך מיט פרישע מצבים. מיר זענען אויסגעמאטערט און האבן נישט דעם קאפ און כוח אויפצוקומען מיט פרישע המצאות און סטראטעגיעס יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. דערפאר האבן מיר זיך פארמאכט אין אונזערע אייגענע ד’ אמות און איינגעשטעלט רויטע, קלאר-אנגעצייכנטע גרעניצן, וואס טיילן אפ “מיר” פון “זיי”, “גוט” פון “שלעכט”.
דער “זיי” איז אבער נאך אלע פשטים און פשט’לעך טייל פונעם “אונז”, גארנישט ווייניגער ווי א קינד וואס האט זיך אביסל פארפרעמדט. יענער האט זיך נאר אפגעפרעמדט מיט א פּאר דורות פריער, און די אונטערשיידן זענען געווארן טיפער און בולט’ער. יענער “אנדערער סארט” איד איז אבער טייל פון דער זעלבער משפחה, און די דערווייטערונגען וואס די חילוקי דיעות און אנדערשקייטן אין לעבן פאדערן דארפן זיי קינסטליכע, באין-ברירה’דיגע. ביים יסוד פונעם טראכטן און טיף אין הארצן דארף די נאטירליכע נאענטקייט און ליבשאפט בלייבן אומבארירט.
סתם אזוי איז אזא קוק טייל פונעם פארשטאנד אז פון א פערספעקטיוו אינדרויסן איז דער כלל-איד איין גרויסער קערפער. אין אונזערע צייטן, ווען די וועלט ווערט אלץ אפענער און קומט וואס נאענטער, איז עס שוין א שטיקל פראקטישער מוז. קינדער וואס וואקסן אויף מיט דער הנחה אז יענע זענען נישט קיין אידן, האבן אונזער תקופה א סך גרעסערע שאנסן ווי אמאל אנטוישט צו ווערן און אפווארפן אויך אנדערע השקפה-יסודות. פריער צי שפעטער וועלן זיי זיך אנשטויסן אין יענע אנדערע אידן און זייערע השקפות, און ווען זיי וועלן אנערקענען אז יענע האבן אויך א מהלך (זאל זיין א פרעמדער, אנדערער, אפילו נישט אויסגעהאלטענער), זענען זיי אומשטאנד צו טראגן די אנטוישונג ביז בראשית.
דאס דארף נישט בפירוש געפרעדיגט ווערן. ס’איז גענוג אז דער טאטע אליין זאל עס אנקוקן מיט אזא בליק. די קינדער וועלן עס אזוי אויפנעמען, און ווען זיי וועלן עלטער און רייפער ווערן וועלן די פעלנדע פרטים פון זיך אריינפאלן אין פלאץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.