Yiddish with an Aleph

א פארגלייך פון “איי וועלט” און “קאווע שטיבל”

Comparing iVelt to Kave Shtibl

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

“קאווע שטיבל” און “איי-וועלט” זענען ביידע אינטערנעט-פארומס געפירט דורך און געווידמעט דעם חסיד’ישן עולם. מ’וואלט געקענט זאגן, אז צווישן די צוויי ליגט א תהום-טיפער מרחק. און ס’ליגט דערין אן אמת. מיר דאכט זיך אבער אז ס’איז נישט אינגאנצן אזוי. אויבנאויף, איז די אומגאנגס-שפראך ביי די צוויי ווייט אפגעריקט – כמעט ווי צוויי אנדערע לשונות פון צוויי פארשידנארטיגע קולטורס. אויב קוקט מען אבער אבער אביסל טיפער ווי דעם גאנץ אויבערשטן שיכט, זענען צווישן די צוויי פאראן סך מער ענליכקייטן ווי אנדערשקייטן.

די שרייבערס און לייענערס דרייען זיך אין די זעלבע גאסן און שולן, וואוינען אין די זעלבע ערטער, גייען מיט’ן זעלבן לבוש, און פירן מסתמא מער-ווייניגער דעם זעלבן מהלך אין לעבן. אין ביידע פארומס שרייבט מען נישט אויפ’ן זעלבן נוסח ווי מ’רעדט פאקטיש צווישן זיך. די אינטעלעקטועלע און איבערגעקליגלטע קאווע-שטיבל שמועסן הערט מען זעלטן אין פנים-אל-פנים שמועסן. דאס זעלבע איז פונקט אזוי אמת מיט דעם תמים-תהיה’דיגן, קאנפארמיסטישן נוסח וואס איז גאנגבאר אין איי-וועלט. אינעם עולם העשיה רעדן יונגעלייט צווישן זיך ברייטער און אפענער, און דערלויבן זיך א מער קריטישן טאן כלפי זאכן וואס ווערן אויף דעם דאזיגן ווירטואלן זייטל געווענליך פארשריגן.

איי וועלט און קאווע שטיבל זענען ביידע באשרענקט מיט נוסח און טעמעס. אין דער צייט וואס דער איי-וועלט קאנטראל איז מער שטייף און באגרעניצט ווי דעם פון קאווע שטיבל, זענען אבער פונקט אזוי פאראן טעמעס וואס וועלן אויף קאווע שטיבל נישט אויסגעלופטערט ווערן – טאקע נישט צוליב א צענזור, אבער יא ווייל יענע ענינים אדער נוסח “פאסט” נישט מיט’ן ווינט וואס בלאזט דארט. די איי-וועלט אויפזעערס וועלן נישט דערלאזן קיין שמועס איבער עוואלוציע אדער קאסמאלאגיע, אבער א קאווע-שטיבל’ניק וואלט זיך מסתמא נישט געפילט באקוועם צו שרייבן א צעשוואנקענעם, מלא-רגש שטיקל מיט זיינע פשוט-תמימות’דיגע געפילן איבער דעם חרדי’שן לעבנסשטייגער כמו שהוא. קיינער וועט עס טאקע נישט פארמעקן; אבער דאס שטיקל וועט למעשה פארלוירן ווערן אין א מבול פון חוזק און קריטיק.

כ’בין זיכער אז פאראן גענוג איי-וועלטניקעס וואס זענען באקוועם צו לייענען וועגן עוואלוציע, אדער קריטישע אבסערוואציעס איבער דער חרדי’שער געזעלשאפט. כ’בין גארנישט אזוי זיכער אז ס’זענען נישט פאראן אזעלכע וואס וועלן לייענען “אפיקורסישע” מאטעריאלן, אפילו נאר צוליב נייגער. כ’בין אין דער זעלבער צייט זייער גענויט צו טראכטן, אז גענוג קאווע-שטיבלערס זענען באקוועם מיט דעם חרדי’שן מהלך החיים און קוקן אים נישט אן אזוי קריטיש ווי ס’באקומט זיך פון א סך שטיקלעך דארט.

בעת אויף קאווע שטיבל וועט איר געפינען א שלל מיט אינטעלעקטועלן און וויסנשאפטליכן מאטעריאל פון וואס אויף איי-וועלט איז נישט פאראן קיין זכר, וועט איר אויף איי-וועלט טרעפן מער ווי גענוג רייכן תוכן וועגן היסטאריע, פראקטישע עצות אויף כל’ערליי טעמעס, און אפילו לייטישע אפשאצונגען אויף פארשידענע אספעקטן פון אונזער לעבן. פון דער אנדערער זייט, איז קאווע שטיבל אויסשליסליך מיט’ן צושטעלן זאכליכע הילף אויף למעשה אין די טאבו-טעמעס – הייראטס-לעבן איז א געלונגענער ביישפיל – וואס זענען פאקטיש טייל פונעם מציאות החיים אבער וועגן וועלכע מען טאר אפיציעל נישט רעדן.

צווישן אונז גערעדט: ביידע רירן אן, אפילו אויב נאר ברמיזה און אויפ’ן שפיץ-גאפל, די טעמעס מיט וועלכע דער קאלעגע-קאנקורענט צייכנט זיך אויס איבער זיך. יעדער פון די צוויי האט זיך נאר זיינע צענטער, עיקר, סמעטענע סחורה בעת אנדערע ווערן מער אזוי טפל’דיג אפגעריקט אין א זייט.

איך בין כמעט איבערצייגט, אז אויב וואלט איי-וועלט נאכגעלאזט, אדער קאווע שטיבל וואלט באשרענקט, די מאס און פארנעם פון דער צענזור, וואלטן ביידע פארומס אויסגעזען מער-ווייניגער די זעלבע. ווי-עס-איז האבן זיי ביידע שוין זייערע רעפוטאציעס און “קליענטעל”; אויב זאל איינער פון די צוויי זיך פארמאכן און דער געבליבענער זאל עטוואס בייטן די צענזור ווי דערמאנט, וואלט איר נישט דערקענט קיין חילוק צווישן ביידן.

אין קורצן: אנדערש ווי עס דאכט זיך, אז די צוויי דינען צוויי אנדערע סעקטארס פון דער חרדי’שער געזעלשאפט, בין איך נוטה צו טראכטן אז זיי שטעלן מיט זיך פאר צוויי זייטן פון דער זעלבער זייער-לויזער, נישט-קלאר דעפינירטער גרופע מענטשן. די אנדערשקייטן זענען ווייט-נישט אזוי שארף ווי דער אויסוואל פון טעמעס און אונטערשיידן אין סגנון ווילן זאגן. עקסטרעמען זענען אוודאי דא; דער צענטער פון ביידן איז אבער סך נאענטער ווי ס’קען זיך דאכטן.