Yiddish with an Aleph

גענוג געקריגט, צייט עפעס אויפצוטאן

Enough Quarreling. It’s Time to Do Something

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

שטעלט זיך פאר ווען דאס גאנצע געלט און כוח וואס זענען פארשוואונדן געווארן אדאנק די קהילה קריגערייען ביי אונזערע קרייזן, וואלטן געווידמעט געווארן אויף קאנסטרוקטיווער ארבעט לטובת די פראבלעמען ביים זעלבן עולם. מיט צענדליגער מיליאנען דאלארס און יארן ווערט אין שעות, וואלט דאך ממש יעדער יחידישער און ציבורשער פראבלעם ביים חרדישן עולם שוין לאנג געווען געשליכטעט.

דאס געלט איז פאראן. והא ראי’, ווען מען האט זיך דערין גענויטיגט, איז עס אפירגעקומען. ווען איין צד האט ענדליך צעקייט דעם ביטערן פיל און אנערקענט אז ער האט פארלוירן, זענען אויף אמאל אפירגעקומען ריזיגע סכומים געלט, געווידמעט דעם צוועק פון אפקויפן שטחים און בויען בנינים פאר שולן און מוסדות. אויך די כוחות זענען דא, ווייל ווען דער קאלעקטיווער עגא האט עס געפאדערט, זענען זיי ארויסגעשפרונגען פון דער העלער הויט. מענטשן האבן ארויפגעשארצט די ארבל און זיך גענומען צו דער ארבעט.

אויב די כוחות זענען פאראן און דאס געלט איז אויך דא, וויל זיך פארשטיין פארוואס דאס אלעס איז נישט פארנוצט געווארן לטובת דעם זעלבן ציבור, וואס ווערט יעצט אויסגעמאלקן פון אלע רעסורסן לטובת אן “אייגענער” שול מיט “אייגענע” מוסדות? מ’רעדט דאך פון נישט מענטשן וואס זענען געבליבן אן קיין דאך איבער’ן קאפ. מ’רעדט נאר פון דער זייער טיפער אומבאקוועמליכקייט, פון דארפן זען ווי דער צד שכנגד שטייט ביים רודער און דרייט דאס רעדל.

ווען אלעס וואלט געווען כשורה, קען מען זיך דערלויבן די לוקסוס פון ווארפן געלט יענעם אויף צו להכעיס. ס’איז נישט אידיש, און זיכער נישט חסידיש; אבער, נו. אונטער די חסידישע בגדים געפינען זיך פשוט-מענטשליכע גופים, מיט אלע זיינע שוואכקייטן און שווערע מידות. אנדערע רופן עס פארטייאישקייט און ביי אונז רופט מען עס חסידות. לאז זיין אזוי. אבער ווען דער זעלבער ציבור נויטיגט זיך אזוי דרינגענד אין אזויפיל תיקונים, אלע פון וועמען וואלטן מיט געלט געקענט געלעזט ווערן, וואס דער שכל פון אויסשפענדן ריזן סכומים אויף עגאאיסטישע צוועקן?

יא, דער אנדערער צד איז שרעקליך אומגערעכט. ער איז א גנב, א גזלן, א חמסן, א רוצח, און מיר וועלן זיך בשום אופן נישט לאזן פון אים טרעטן. אויב טרעט ער אן פרעגן רשות, וועלן מיר זיך ארויסגליטשען פון אונטער זיינע שיך און זיך קויפן נייע. וואס איז אבער דער הסבר פון קויפן נייע שיך, ווען די אלטע טראגן פיין נאר זענען אביסל אומבאקוועם? וואס איז דער יושר פון אוועקווארפן א בגד אין א גוטן צושטאנד, בלויז דערפאר ווייל ס’איז אביסל ענג אין דער זייט?

איר מיינט נישט, רבותי, אז עפעס שטימט נישט מיט’ן חשבון?

אויב ווילט איר באקומען א שטיקל השגה ווי לופטיג אונזערע קריגערייען זענען באמת, פרובירט זיך פארשטעלן וואס וואלט געשען אויב איינער פון די צוויי צדדים גיט מרצונם הטוב עפעס אויף. כ’ווייס וואס: דער ראש הקהל מצד אחד האט זיך אויפגעוועקט איין שיינעם אינדערפרי מיט א באשלוס פון אויפגעבן פופציג פראצענט פון דער קהילה’ס נכסים לטובת דעם צד שכנגד. דער ראש הקהל האט אזוי באשלאסן און דער גאנצער עולם האט צוליב אן אומפארשטענדליכער סיבה באשלאסן מיטצוגיין מיט’ן פלאן.

יעדער פארשטייט דאך אז די מחלוקה וואלט תיכף פארלוירן פופציג פראצענט פון איר מאמענטום. אויב יענער וויל נישט, פאלט דאך אויטאמאטיש אוועק מיין וויל-איך-דווקא-פארקערט. ווייל סוף כל סוף רעדט מען נישט פון פארלירן דעם דאך איבער’ן מנינ’ס קאפ און אויך נישט דעם מוסד פאר די קינדער. מען רעדט פון אראפשלינגען א ביטערן פיל און בייגן דעם קאפ צו יענעמס נצחון — לאז שוין זיין אן אומבארעכטיגטן.

זענען די קליינליכע מענטשליכע שוואכקייטן טאקע מיט אזויפיל וויכטיגער ווי די גרויסע אמת’ע פראבלעמען ביי דעם זעלבן קריגערישן ציבור?

איר זעט: דאס איז איינער פון יענע מצבים, ווען מען דארף טראכטן מיט’ן אייגענעם קאפ און פילן מיט’ן אייגענעם הארץ. אויב וואלט די השגחה עליונה געוואלט מיר זאלן אויף טריט און שריט זיך אומקוקן צו זען וואס אנדערע זאגן, וואלטן מיר אויף דער וועלט אראפגעקומען ווי קי און קעץ. מיר זענען אויף דער וועלט געקומען אין מענטשליכע גופים, כדי מיר זאלן אמאל אליין טראכטן און זען, וואס איז באמת וויכטיג און נוצליך, און וואס איז סתם נארישקייטן און פאטשקערייען.

מ’דארף זיך בלויז געבן א קליינעם שאקל אויף און זיך עטוואס אויסגראדן דעם קאפ, צו אנערקענען דעם אמת וואס טיף אין הארצן ווייסן מיר אלע אליין. אנשטאט זיך אליין נאכאנאנד פארזיכערן מיט כל’ערליי געקינצלטע טענות און סיבות פארוואס די מחלוקה און געלט-פארשווענדעניש איז אזוי וויכטיג, לאמיר יא לאזן דעם שכל קומען צום ווארט און אויסהערן וואס ער האט צו זאגן.

ס’איז שווער צו אנערקענען אז מיר האבן אזויפיל אינוועסטירט אין א טעות, אבער סוף כל סוף וועלן מיר צו דער הכרה במילא אנקומען. אויב נישט יעצט, וועט עס זיין ביי דער נעקסטער מחלוקה. וואס שפעטער און וואס טיפער, אלץ שווערער וועט עס אנקומען.

און גלייבט מיר, אז איינמאל די פירערשאפט וועט זען אז דער ציבור זינגט אן אנדערן ניגון, וועלן אויך זיי גאר שנעל בייטן דעם טאן. ס’איז פאראן א סיבה פארוואס דער אויבנאן זיצט מיט’ן פנים צום עולם…