אז איך גיי אריין אין שול און דערזע ווי חסידישע אידן שמועסן און פארברענגען, אין א רואיגקייט וואס נאר א מאמין אין סיפורי צדיקים קען האבן, פיל איך א קנאה אין הארצן. איינער דערציילט דעם חבר א מעשה, וואס גענוי קען איך נישט הערן, דער חבר הערט זיך איין מיט נייגער און ווען די מעשה ענדיגט זיך, לאזט ער ארויס פונעם מויל „מורא׳דיג!‟ אדער „מעשה נורא!‟ האט ער דערציילט א מעשה פון א צדיק? אדער סתם אזוי וועגן א השגחה פרטית? מסתמא איינס פון די צוויי. ווי עס זאל נישט זיין, בין איך די שמוסערס מקנא.
עס זענען אריבער די ימים נוראים. אפילו די ווייבער שטייען אויף פארטאגס צו די ערשטע סליחות. די שולן ביי די רבי׳ס זענען געפאקט מיט חסידים וועלכע ס׳קימערט ווייניג דער פאקט אז ס׳איז נישטא וואו זיך צו רירן פון גרויס געדרענג. חסידים פון דער גאנצער וועלט טרעפן זיך איינער מיטן אנדערן, דאס הארץ איז ביי זיי גאנץ, ריין און צעוואקסן. איינער דערציילט וועגן דער נסיעה זיינער, דער צווייטער רעדט וועגן זיין אכסניא. גרויסע זאכן ווערן נישט דיסקוטירט, אבער קליינע זאכן ווערן באטראכט ווי גרויסע.
ערב יום כיפור צו כפרות שלאגן וועקן זיך די מענער פארטאגס גאנץ פרי. דער הימל איז נאך רויט, וואלקנדלעך זענען צעשפרייט דא דארט ווי פארלוירענע שאף פון א סטאדע, און ווי נאר מ׳טרעט איבער דעם שוועל פון שטוב הערט מען שוין די קוקוריקוס פונדערווייטנס. פון יעדער גאס זעצט ארויס דאס קרייען פון א מחנה הינער, און חסידישע אידן שפאנען געיאגטערהייט ארומגעבונדן מיט די גארטלעך, האלטנדיג די סליחות׳לעך אין דער האנט. דער מחבר האלט טאקע אז כפרות שלאגן איז דרכי אמורי, אבער נישט דאס האט ער געמיינט… מיט אזא דרכי אמורי וואלט גאט נאך אויסגעקליבן די כנענים פאר זיין עם הנבחר.
נאר איך אליין, צווישן אלע, בלייב פארשווארצט מיט מיינע עבירות. איך שטיי נישט אויף צו קיין סליחות, איך זאג נישט קיין תשליך, און למען השם שלאג איך נישט קיין כפרות. קען זיין אז דער ים זאפט נישט איין קיין אידישע עבירות, אבער דער תמימות מיט וועלכער דאס ווערט אויסגעפירט דערלאזט עס נישט אנדערש בלייבן. קוק איך דערפאר זיך איין אין די רואיגע פנימ׳לעך, אין די ריינע הערצער, כאטש יעצט אין די ימים נוראים, און איך בין זיי אויף אן אמת מקנא.
קום איך דערפאר יום כיפור אין שול און איך קלאפ מיר על חטא, האב איך אינזין ״אל חטא״ מיט אן אלף. דאס הייסט ״קיין זינד״. ביי די וואס ס׳נאגט א זינד אין הארצן איז שייך א תשובה, ביי די וואס ס׳נאגט נישט קיין זינד איז נישטא קיין תשובה. איך זאג אפ די שמונה עשרה איינס צוויי און בייס זיך די נעגל אויף יעדער מינוט וואס ס׳שלעפט זיך. ווער האט עס געדולד אפצוזיצן א גאנצן טאג אין שול? נאר ווי לענגער עס ציט זיך, פיל איך אלץ טיפער און שארפער די קנאה. א סברא אז יום-כיפור האט נישט קיין טעם ווען ס׳קומט נישט פריער מיט א סליחות, תשליך, און כפרות-שלאגן.
היינט שטעלט זיך פאר וואס א פנים ס׳האט ביי מיר דער סוכות ווען די עבירות זענען נישט פריער געווארן שוגגים. אז ס׳קומט א קאלט ווינטל אנטלויף איך אין שטוב אריין און בין ממשיך די סעודה דארטן, נאר די חסידישע הדיוטים בלייבן זיצן אפילו ווען ס׳גייט א שלאקס רעגן… אודאי, אז די גמרא זאגט אז זיי זענען הדיוטים מוז עס אזוי זיין, נאר וואס א פנים האט שוין מיין נישט-הדיוט׳שאפט קעגן אזא פאר׳דבקות׳טע הדיוט׳שאפט?
דאך, אין דעם איינעם ענין מוז איך זאגן אז איך בין די פרומע הדיוטות נישט מקנא. און דאס איז נישט צוליב דעם וואס איך דערשרעק מיך פון רעגן, נאר גיכער וויבאלד עס איבלט מיך צו זיין א הדיוט. עס איבלט מיך אזוי שטארק, ממש צום ברעכן. און דאס איז נישט ווייל איך האב עפעס קעגן פשוט׳ע אידן, נאר גיכער וויבאלד פשוטע אידן כאפן זיך געווענליך נישט צו צו אזא מין פשטות. דאס איז א הדיוט׳שאפט וואס געהערט אויסשליסליך נאר צו דער עליטע… א הדיוט׳שאפט צו וועלכער עס קענען זיך צושרייבן נאר די וואס האבן א שלאנקען לולב וועלכער פלאטערט אין א הויכן קול ביי יעדן טרייסל, און א דיקער אתרוג, א נקי אפילו פון בלאט פלעקן, און גענוג דיק אז מ׳זאל דערקענען פונדערווייטנס אז דא שפאנט א הדיוט…
און אזוי איז מיר דער תשרי זיך פארלאפן, נישט ווי א הדיוט אין דער סוכה, נישט ווי א פשוטער איד מיטן תשליך, נישט ווי א קינד מיט די כפרות, נישט ווי א פרוי צו די סליחות, נישטאמאל ווי דער שבת-גוי צו נעילה, נאר ווי א פארוואגלטע נשמה וואס איז אזוי מאט ווי דער הימל אין א פארוואלקנטן טאג. האב איך מיר געקלאפט מיין על-חטא גאנץ שטום, אן ארויסזאגן א ווארט, און געלאזט מ׳זאל עס אויסטייטשן אין הימל ווי מ׳וויל.
מיינט איר איך בין חלילה א קאנדידאט פאר ייאוש? דאס נישט. א קנאה האב איך, א בענקשאפט אפשר אויך, און פון א קנאה און בענקשאפט קען אמאל ארויסקומען גרויסע זאכן. דאך, דאס איינע האב איך מיר הייליג פארגענומען, אז סיי וואס ס׳זאל נישט מיט מיר פאסירן אינעם עתיד, א הדיוט וועל איך בלי-נדר קיינמאל נישט זיין!… און אז גאט וועט באשערן וועל איך איבעראיאר קלאפן על-חטא מיט מער הארץ און מער געפיל. הלואי!..
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.