חומרות און פרומקייט איז נישט אין א טאג אראפגעפאלן פון הימל. א טייל האט די געזעלשאפט אליין אנטוויקלט, און א גרויסער טייל האבן די אידישע מנהיגים פון פריערדיגע דורות בכיוון אריינגעאטעמט אינעם אידישן קערפער. איז אבער די ברכה געווען וואס די רבנים האבן געוואוסט אונטערצושיידן צווישן לכתחילה און בדיעבד. ווי למשל, די עקסטרעמע פארהייליגונג פון „מסורה‟, די קעגנערשאפט צו וועלטליכער בילדונג (אפילו צוליב פרנסה), א.ד.ג. איז געווען א רעזולטאט פון א הוראת שעה, א רעאקציע צו דער ערשיינונג פון השכלה, קעגן וועלכער אן אנדערע הוראת שעה האט געקענט קומען און עס אויפלאזן אביסל.
ס’איז אמת, אז א רעליגיעזע געזעלשאפט מוז, אין א געוויסן מאס, האלטן פאר די אויגן דעם פרינציפ פון „חדש אסור מן התורה‟, וויבאלד דער גאנצער בנין פון רעליגיע איז געבויט אויף טראדיציע און אלטע מסורות. דאך, אנערקענענדיג אז רעליגיע דארף קענען אויסהאלטן די שטרעמונגען פון יעדער צייט, און אז די תורה אליין דערקלערט זיך ווי א תורת חיים, מיט א דינאמישקייט פון לעבן, און אלץ אזא וואס האט פיינט פארגליווערונג ווי דאס לעבן אליין, איז עס די אויפגאבע פון דער פירערשאפט נישט צו פארהייליגן די אלטע סטרוקטור ווי א ציל פאר זיך, נאר הויפטזעכליך ווי א מיטל איבערצוגעבן ווייטער די תורה.
א באקאנטער ביישפיל איז דער חינוך פון מיידלעך. די מזרח-אייראפעישע רבנים האבן מתחילה געזען דעם חינוך פון פרויען און מיידלעך ווי אן אומגעזונטע זאך לויט דער טראדיציאנעלער וועלט-אנשויאונג. היינט האבן מיר א שוועריגקייט צו פארמולירן זייער געדאנקגענגאנג וויבאלד מיר זענען שוין אויפגעוואקסן אין א וועלט וואס פירט זיך אנדערש, און מיר זענען דערצו אויך איבערגענומען מיט א שלל פון ליבעראלע און פעמיניסטישע אידעען. דאך, זיי האבן אין אונזער היינטיגער וועלט נישט געלעבט און דער געדאנק פון טראנספארמירן דעם חינוך, און אנהייבן דערציען די מיידלעך אין שולעס, איז אן א ספק געווען זייער רעוואלוציאנעריש. די היינטיגע רבנים וואלטן זיכער געשריגן „חדש אסור מן התורה‟, נאר יענע רבנים האבן בשעתו געזאגט „עת לעשות לה’…‟
כדי צו קענען פירן די שיף, האבן די רבנים געדארפט כאטש אליין וויסן וואס ס’געהערט צו דעם אידישן קאנאן און קען נישט געענדערט ווערן, און וואס ס’איז נאר א רעזולטאט פון דער צייט, אדער א הוראת שעה. איז אבער דער פראבלעם אז די „עזאטערישע תורה‟ פון די רבנים, דער סוד פון וויסן וואס געהערט צו תורה און וואס נישט, איז נישט עפעקטיוו אריבער צו די רבנים פונעם נייעם דור, זענען מיר ממילא געבליבן מיט א פירערשאפט, וועלכע איז אין דעם געביט אייניג מיט דעם המון.
ס’איז זייער לייכט אנצונעמען דעם פּאָסטן אלץ מנהיג ווען מ’דארף מער נישט פאסן קיין שום נייע באשלוסן אויסער „גיין אין די אלטע וועגן‟. אויפ’ן פאן איז אויסגעקריצט דער סלאגאן „חדש אסור מן התורה‟, אין חדר איז מען מסביר דעם באדייט דערפון: מיר האבן אן אויסגעטראטענעם וועג שוין צוויי טויזנט יאר, אין דעם וועג האבן מיר איבערגעלעבט אלע סכנות ברוחניות ובגשמיות, סיי די צרות פון די גויים, סיי די סכנות פון די משכילים. די וואס האבן אפגעטרעטן נאר מיט א טריט איז פון זיי גארנישט געבליבן… נאר מיר אליין זענען היינט דא, א דאנק דעם וואס מיר האבן זיך נישט אוועקגערירט מיט א קוצו של יוד.” פארשטייט זיך אז די וואס האבן א שמעק פון היסטאריע צעשמייכלען זיך קעגן אזא מין גערעדעכץ.
אלץ אידן האבן מיר אלע דעם אייזן-שטארקן ווילן צו פארבלייבן א טייל פון דער אידישער המשכ’דיגקייט. יעדער איד, אויב האט ער נאר א אידיש-קלאפנדן הארץ, פרואווט אויסצודרוקן זיין אידישע המשכ’דיגקייט אויף דעם אופן ווי ער פארשטייט אז עס וועט זיך אמבעסטן האלטן און איבערגעפירט ווערן צו זיינע דורות נאך אים. די פראגע איז אבער וויאזוי מיר קענען זאגן אז מיר גייען אין די טריט פון די פריערדיגע, בעת יענע האבן כסדר געמאכט באשלוסן לפי הצורך, אבער מיר קענען גארנישט טון אויסער שרייען אז מיר גייען אין זייערע טריט…
איך וועל טאקע נישט אפפרעגן די אויטענטישקייט פון דער חרדישער אידישקייט, מ’קען אבער בפירוש יא שטעלן אין פראגע דעם עתיד פון אזא סיסטעם וואס איז נישט גרייט צו אנערקענען זיין היסטארישן קאנטעקסט, און דער אופן “וויאזוי” עס האט דערלאנגט אהער צום יאר צוויי טויזנט.
צו זיין אויפריכטיג, קיינער קלערט שוין נישט היינט אז צו זיין א דאקטאר אדער א לויער איז א סכנה פאר אידישקייט, און ס’איז דוקא א מאדנער פאראדאקס פארוואס די רבנים האבן נישט קיין פראבלעם מיט די הונדערטער עסקנים וואס דרייען זיך אריין אין פאליטיק און זיצן טאג און נאכט מיט גוי’שע מענער און פרויען. די ביזנעסער און אפיסעס זענען פיל מיט ענליכע פראבלעמען און די רבנים זענען אדער פארלוירן אדער פארשטייען זיי אז דאס איז א טייל פונעם מציאות. דאך ווען ס’קומט צו איינפירן אפיציעל צו געבן די קינדער אין די מוסדות א חינוך וואס זאל זיי צוגרייטן צו לעבן אין דער מאדערנער וועלט אויף א אידישן (און האפנטליך חרדישן) אופן, דא וועלן די רבנים זיך שטארק קעגנשטעלן.
אט דער צוגאנג איז אנזעבאר ווען עס קומט צו פראגעס פון טעכנאלאגיע, חינוך, צניעות, א.א.וו. און איבערהויפט כלפי דער ערשיינונג פון דיסידענטן וועלכע פאסן זיך נישט אריין אין דעם אפיציעלן אוועקגעשטעלטן סטרוקטור. אן אומבאקאנטשאפט מיט דעם מציאות, פונעם היסטארישן ווי פונעם היינטיגן קאנטעקסט צוגלייך, איז וואס שטייט הינטער די החלטות פון די מוסדות, די פראטעסטן פון די עסקנים, און די חרמות און איסורים פון די רבנים. אז דער עולם דערפילט אליין די ווייטקייט וואס הערשט מצד דער פירערשאפט צווישן זיי און דעם ציבור, וואס דריקט זיך אויס אין א דעמאנסטרירנדן אומפארשטאנד און אומגרייטקייט צו באפאסן זיך מיט דער רעאליטעט, אט דעמאלט שאפט זיך דוקא א סכנה פאר’ן היימישן חינוך.
עס שטעלט אין פראגע וויאזוי דער עתיד פון אזא געזעלשאפט וועט זיך אויסשטעלן ווי א המשך פונעם אידישן לאנג-דורות’דיגן חינוך, און דער עיקר נאך ווי ווייט עס קען פארזיכערן פאר די קינדער פון יעדן יחיד צו טרעפן זיך דאס פלאץ אין דעם שמאלן תחום וואס מ’שלאגט זיי פאר זיך אריינצופאסן דערין. איך קען נישט פארשלאגן קיין לעזונג וויבאלד איך ווייס נישט וואו ס’איז בעסער כלפי דער פראגע פון המשכ’דיגקייט, דער פראבלעם איז אבער קלאר און איך האף אז די רבנים וועלן עס דערהערן, אויב ס’איז נאך נישט צו שפעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.