ווען מען קוקט זיך ארום אויפן „מצב האומה‟ אין ישראל און די גלות-לענדער, פילט זיך ווי די עקסטרעמע אנטי-ציוניסטישע סאטמארער שיטה איז דורכגעפאלן. ווי א לאנד און ספעציפיש טאקע ווי א אידיש לאנד לעבט ישראל אויף אלע באקן. שוין נאך אלע מוטשענישן און מיט אלע פראבלעמען, מאכט דאס לאנד גרויס פארשריט, און איר רעפוטאציע ווי א סאפיסטיקירטער, מוצלח’דיגער שטאַט האלט אין איין וואקסן. די באפעלקערונג בכלל ווערט פרומער און קומט אלץ נאענטער צו יהדות און דער אידישער מסורה. די צאל פון באַקאַפּלטע קעפ אין דער כנסת וואקסט און שנאת הדת (כ’רעד דווקא פון דת, נישט חרדיזם) ווערט זעלטענער און ווייניגער. די עקאנאמיע גייט בארג ארויף און נאציאנאליזם — אין זיין ריינער פארעם: נישט שנאה כלפי אנדערע, נאר ליבע און איבערגעגעבנקייט צום לאנד ווי א אידיש לאנד — קריכט אלץ ווייטער און טיפער אריין אפילו אין די חרדישע רייען.
מ’קען אויך זאגן, אז די קעגנערשאפט צום ציוניזם ביי די אנטי-ציוניסטישע קרייזן ווערט אלץ קלענער. יא, די אפיציעלע ליניע איז נאך אלץ א בלי-פשרהדיגע התנגדות צום אידיש לאנד; אבער די שנאה וועפט צוביסלעך אויס. די פערזענליכע, מ’קען זאגן ליידנשאפטליכע פיינטשאפט צו ישראל ווערט צוביסלעך אבער זיכער רעדוצירט צו בלויז אן אינטעלעקטואלער קעגנערשאפט. ס’איז עפעס ווי: דער סאטמארער און סאטמאר-געשטימטער ציבור „ווייסט‟, אז ער איז קעגן ציוניזם; ער פילט עס אבער נישט מער. ס’איז מער מוח-קנאות ווי איידער לב-קנאות.
דאס איז אייגנטליך דער אופן, דער שניט, וויאזוי די סאטמארער שיטה האט זיך אנטוויקלט. ווען דער סאטמארער רבי האט אין די ערשטע יארן נאך דער מלחמה געשטורעמט קעגן דער ניי-אויפגעקומענער מדינה, האט ער גערעדט וועגן הלכהדיגע און השקפהדיגע פראבלעמען. דאס האט ער געפרעדיגט; פון דעם איז באשטאנען זיינע דרשות. ווי די צאל פון זיינע נאכפאלגערס איז געוואקסן, איז דאס, דאס התנגדות צום ציוניזם, פארוואנדלט געווארן אין דער מאטא, דער אידענטיטעט, פון דער סאטמארער באוועגונג. ווי אזא, איז דער אנטי-ציוניזם פארוואנדלט געווארן אין א פערזענליכער, ליידנשאפטליכער שנאה.
די דאזיגע שנאה איז במשך די יארן אבער אפגעשוואכט געווארן. וואס א דור שפעטער, דערקענען זיך אלץ שוואכער די סימנים פון יענער האס. אין אן איראָנישן קנייטש, ריקט דער אנטי-ציוניזם זיך אריבער צום ראדיקאל-לינקן לאגער אין ישראל און איבער דער וועלט, בעת צווישן חרדישע אידן ווערט ער אלץ שוואכער און בלאסער.
מען וואלט אמאל געקענט זאגן, אז ישראל וועט נישט האבן קיין לאנגיעריגן קיום. שוואך און שלעכט-אנטוויקלט, ארומגעקומען מיט שונאים פון אלע זייטן, האבן שווארצע נביאות איבער ישראל’ס צוקונפט אויסגעזען רעאליסטיש. היינט איז פארקערט. ישראל איז א ביז-גאר אנטוויקלט לאנד, באוואפנט ביז די ציין, און די אלגעמיינע שטימונג ריקט זיך צו רעכטס. פראבלעמען האט זי, און גרויסע, אבער די סכנה אויף איר עקזיסטענץ ווערט נאר שוואכער. דער גלאבאלער טעראר איז היינט טאקע א גרעסערע סכנה ווי אמאל, אבער דאס איז שוין נישט דווקא מער א ישראל-פראבלעם ווי דער גאנצער מערב-וועלט.
איז דער סאטמארער רבי דורכגעפאלן מיט זיין שיטה? לאו דווקא. אייגנטליך, בפירוש נישט. נישט אז איך בין דער גרויסער קענער פונעם סאטמארער רבינס מיינונגען, אבער איך גלייב, אז זיין גרעסטע דאגה איז געווען צו פארזיכערן, אז פרומע אידן זאלן בלייבן פרום. די אטמאספער אין דער אמעריקאנער גאס, דער נעבעכדיגער צושטאנד פון אידן נאך דער מלחמה, און דאס פנים וואס דער ציוניזם האט דעמאלט געטראגן, האבן פארגעשטעלט א באלדיגע סכנה פֿארן ארטאדאקסישן, שוין אפגערעדט חרדישן, אידנטום. דער ציוניסטישער עסטאבלישמענט פון דעמאלט איז געווען לינק און בפירוש אויסגעשפראכן קעגן דת. ווערן א ציוניסט איז געווען כמעט א סינאנים מיט ווערן פריי.
היינט האט דער מצב זיך ארומגעדרייט. ציוניזם איז, אין רוב פאלן, סינאנים מיט מסורה. מען קען אפשר זאגן, אז ווערן א ציוניסט קען מעגליך יענעם „פארכאפן‟ צו אידישקייט. ס’איז אפשר נישט ממש אזוי; א ווילדע גוזמא איז עס אבער זיכער נישט.
הגם פראקטיש זענען די צוויי היפש אפגעריקט, איז אבער סאטמאר היינט אידאלאגיש היפש נאענט צו דער אגודת ישראל פון דעמאלט, אין דער תקופה פונעם התדרות המדינה. און טאקע צוליב דער סיבה, ווייל דער קאמף מיט’ן ציוניזם האט דעמאלט ווי מער אלעם געטראגן א רעליגיעזן כאראקטער: לטובת דת קעגן אנטי-דת.
אין דעם זין, פון באשוצן אידן קעגן „פארכאפט ווערן‟ אין ציונית ווי דאס איז דעמאלט פארשטאנען געווארן, האט דער סאטמארער רבי אפגעהאלטן אן אומגעהויערע און אפילו אומדערווארטעטע הצלחה — גארנישט ווייניגער ווי ישראל אלץ א לאנד. דער פאקט אז עס זענען היינט פאראן גרויסע קהילות און הויפן מיט חרדישע — זאל זיין ציוניסטיש-געשטימטע — אידן איז אין גרויסן, אויב נישט גרעסטן טייל צום פארדאנקען דעם סאטמארער רבי’ן.
ווייל אזוי ארבעט עס מיט יעדן חידוש. א חידושדיגער צושטאנד צעשאקלט די סטאביליטעט. אן אידאלאגיע וואס קומט באגלייט פון אזויפיל, אזוי-לאנגער האפנונג און האט הינטער זיך אזויפיל פיין און בלוט, מוז בהכרך האבן א שטארקן קעגן-כוח אנצוהאלטן די באלאנץ.
פון סאטמארער רבי’ן ווייס איך נישט קיין סך. פון זיין גרעסטן אידאלאגישן בר פלוגתא, הרב קוק – אויך נישט. אין פאנטאזיע משל איך זיך אבער אויס, אז אראפקוקנדיג פונעם עולם האמת שמייכלט דער ערשטער, בעת דער צווייטער קוקט ערנסט מיט קלוגע, פארחלומטע, פאעטישע אויגן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.