ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ (איין ציגעלע, אויף אַרמיש) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.
לחתּכילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם אַ מיטל צו פֿאַרווײַלן די קינדער בײַם סדר. אַזוי ווי דאָס דריידל האָט מען עס אָבער שפּעטער אויסגעטײַטשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים סימבאָליזירן די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אָשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון, דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — מצרים און, דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.
דאָס ליד, אָנגעשריבן אויף לשון־קודש (מערסטנס אַרמיש), איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחישער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע, האַקאַטיִאַ (אַ מאָראָקאַנישער וואַריאַנט פֿון דזשודעזמע) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 150 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. אַ צווייטע פּאָפּולערע ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יצחק פּירזשניקלאָוו.
אויבן קען מען הערן, ווי שלום לעמער שטעלט פֿאָר דעם חזן משה אוישערס נוסח פֿון „חד־גדיא‟, וואָס טראָגט שטאַרקע השפּעות סײַ פֿונעם טראַדיציאָנעלן חזנות, סײַ פֿון דזשעז.
אָט זינגט דער „זמירות־כאָר‟ זייער אייגענעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון „חד־גדיא‟, וואָס מע האָט צוגעפּאַסט צום ניגון פֿונעם „פּינגווין־טאַנץ‟, אַ טאַנץ פֿון סאַודיע, וואָס איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ די חסידים מיט פֿיר יאָר צוריק.
אָט זינגט טובֿה בן־צבֿי „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי.
אָט קען מען הערן ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאָראָקאַנישע ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף האַקאַטיִאַ און אַראַביש.
און אָט איז אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע:
די חסידישע שטיצער פֿון ייִדיש באַטראַכטן די שפּראַך ווי אַ הייליקע ירושה, וואָס דינט ווי אַ מיטל זיך צו באַשיצן קעגן דער אַסימילאַציע. אַזאַ צוגאַנג האָט געלערנט דער חת׳׳ם־סופֿר (הרבֿ משה סופֿר, 1762־1839), וואָס האָט געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען געבליבן אַ פֿאָלק במשך פֿון די לאַנגע יאָרן אין מצרים בלויז אַ דאַנק דעם, וואָס זיי האָבן ניט געביטן זייערע נעמען, זייער שפּראַך אָדער זייערע מלבושים.
דער דאָזיקער אָפּטײַטש פֿון אַ באַקאַנטן מדרש ווערט טאַקע דערמאָנט אינעם גאָר־שיינעם נוסח פֿון הרבֿ שלמה קאַלישס ליד „ייִדיש‟ פֿאָרגעשטעלט פֿונעם שירה־כאָר. דאָס ליד דינט ווי אַ מוזיקאַלישער אויסדרוק פֿונעם חסידישן צוגאַנג צו ייִדיש און דערקלערט די חשיבֿות פֿון דער שפּראַך צווישן געוויסע פֿרומע קהילות.
אינעם ייִדישן טעאַטער זענען די טרויעריקע לידער געווען פּאָפּולער פֿון סאַמע־אָנהייב אָן. אַז מע הערט זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירונגען קען מען מיינען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן פֿון די 1910־1930ער יאָרן זענען געווען גאָר דעפּרעמירט. און אפֿשר ליגט אין דעם טאַקע אַ שטיקל אמת, ווײַל עס דאַכט זיך מיר, אַז ס׳איז אַ שיטה בײַ ייִדן זיך צו דערמאָנען אין טראַגעדיעס בײַ שׂימחות, כּדי מע זאָל קיינמאָל ניט פֿילן הונדערט פּראָצענט פֿריילעך.
דווקא אַזאַ שיטה פֿאָלגט דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר שלמה סמולעוויץ, בעסער באַקאַנט ווי „סאָלאָמאָן סמאַל‟, אין זײַן ליד „דער בלומענקראַנץ‟, וואָס וועבט צונויף אימאַזשן פֿון אַ חתונה מיט, לחבֿדיל, סצענעס פֿון אַ לוויה. אינעם ליד ווערן ביידע פֿאַרגליכן צו אַ קראַנץ בלומען, וואָס צעפֿאַלט זיך, אַזוי ווי דאָס לעבן, אין גיכן פֿאַר די אויגן.
שלמה סמולעוויץ איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ סך באַקאַנטע ייִדישע לידער אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט „אַ בריוועלע דער מאַמען‟ אָבער ס׳איז זעלטן וואָס מע הערט זײַן אייגן קול. די דאָזיקע רעקאָרדירונג, פֿון 1910, האָט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ דזשיין פּעפּלער.
עס זענען דאָ אויף ייִדיש, ווי אויך אויף אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַ סך לידער וועגן פּאַסטעכער, וואָס זענען אין דער אמתן אַלעגאָריעס אויף גרעסערע טעמעס. איינס פֿון די באַקאַנטסטע איז דאָס טרויעריקע, מיסטעריעזע ליד „איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟. אינעם ליד פֿאַרלירט דער פּאַסטוך זײַן שעפֿעלע און עס דאַכט זיך אים, אַז זײַן „איין און איינציק שעפֿעלע‟ האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ מיתה־משונה. דערפֿאַר טענהט ער זיך אויס מיטן רבנו־של־עולם וואָס ענטפֿערט אים, דורך אַ פּויער, אויף אוקראַיִניש.
פֿאַר וואָס פֿאַרמאָגט אַ פּאַסטעך בלויז איין שאָף? און פֿאַר וואָס דאַכט זיך אים, אַז די געוויינטלעכע חפֿצים אין פֿעלד זענען די רעשטלעך פֿון זײַן שעפֿעלע? און צי זעט ער באמת די אַלע זאַכן, צי ס׳איז אַלץ בלויז אַ בייזער חלום? די אַלע פֿראַגעס ווערן ניט פֿאַרענטפֿערט אינעם ליד גופֿא, נאָר יעדער צוהערער קען געפֿינען זײַן אייגענעם אָפּטײַטש. דאָס ליד איז אָבער זיכער אין אַ געוויסן זינען אַן אַלעגאָריע וועגן דער שטערבלעכקייט פֿונעם בשׂר־ודם און זײַן מאַכטלאָזיקייט אין פֿאַרגלײַך מיט גאָט.
דאָס ליד, אַזוי ווי אַ סך אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, עקזיסטירט אין פֿאַרשידענע נוסחאָות. אַלע נעמען אָבער אַרײַן אַספּעקטן פֿון חזנות, דעם דיאַלאָג אויף אוקראַיִניש און לשון־קודש און שפּורן פֿון פּיזמונים. דער קלעזמער און עטנאָמוזיקאָלאָג זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס האָט אַליין רעקאָרדירט זײַן אייגענעם „רעפּ‟־נוסח פֿונעם ליד, טײַטשט עס אויס ווי אַ „מוזיקאַלישער מדרש‟.
אינעם נוסח אויבן זינגט דער חזן מרדכי הירשמאַן. אַ געבוירענער אין טשערניכעוו, אוקראַיִנע, איז ער אַ שטיקל צײַט געווען דער ווילנער שטאָט־חזן. אין 1920 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט רעקאָרדירט דעם דאָזיקן פֿאַרכאַפּנדיקן נוסח פֿונעם ליד. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט דזשיין פּעפּלער.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן די אויפֿפֿירונג פֿונעם חזן ישׂראל באַקאָן. אַ באָבאָווער חסיד פֿון קשאַנעוו, האָט ער, צוזאַמען מיט אַ ריי קרובֿים, געהאַלטן וויכטיקע פּאָסטנס ווי אַ חזן אין פֿאַרשידענע שטעט אין פּוילן און דײַטשלאַנד. אַ לאַנגע צײַט האָט ער געוווינט אין בערלין, וווּ ער האָט רעקאָרדירט אַ טוץ לידער אין 1936, אַרײַנגערעכנט זײַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון „איז אַמאָל געווען אַ פּאַסטעכל‟. נאָך „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט ער פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד און איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון, זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם פֿאַרטיליקונג־לאַגער בעלזשעץ, אין 1943.
צוויי ייִדישע לידער זענען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע אויף ענגליש: „דאָנאַ דאָנאַ‟ און „אַ ייִדישע מאַמע‟, אינעם ענגלישן נוסח — My Yiddishe Momme.
ביידע לידער זענען געווען ריזיקע שלאַגערס אויף ביידע שפּראַכן און ווערן הײַנט געזונגען אַרום דער וועלט אויף צענדליקער לשונות. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער (שוין אָפּגערעדט פֿראַנצויזן און יאַפּענער), ווייסן בכלל ניט, אַז „דאָנאַ דאָנאַ‟ איז לכתּחילה געווען אַ ייִדיש ליד, ווייסן אַלע גלײַך בײַם צוהערן זיך צו „אַ ייִדישער מאַמע‟ וועגן וואָס עס האַנדלט זיך דאָרט.
„אַ ייִדישע מאַמע“, בפֿרט אין זײַן ענגלישן נוסח, טראָגט אין זיך די סטערעאָטיפּישע עמאָציאָנעלע קנייטשן פֿונעם אַמעריקאַנער „וואָדעוויל‟ פֿון די 1920ער יאָרן און ס׳איז קיין חידוש ניט, וואָס אַ לידער־שרײַבער פֿאַר „וואָדעוויל‟, דזשעק יעלען, האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט.
יעלען, וואָס איז געקומען פֿון פּוילן קיין אַמעריקע ווי אַ קינד, האָט געשאַפֿן מער ווי 200 דעמאָלט באַקאַנטע לידער, אַ סך פֿאַר דער ייִדישער זינגערין און אַקטריסע סאָפֿי טאָקער.
טאָקער (פֿון דער היים סאָניע קאַליש) איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און איז צום מערסטנס באַקאַנט געווען פֿאַר איר גרעבלעכער קאָמעדיע. ווען זי האָט אַרויסגעלאָזט דאָס ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ אויף אַ פּלאַטע אין 1925 איז עס אומדערוואַרט געוואָרן אַ שלאַגער, און פֿאַרקויפֿט איבער אַ מיליאָן עקזעמפּלאַרן, אַ געוואַלדיקע צאָל צו יענער צײַט.
דאָס ליד איז אויך געווען איינס פֿון די סאַמע ערשטע לידער, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין אַמעריקע אין אַ צוויישפּראַכיקן פֿאָרמאַט. אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער פּלאַטע האָט טאָקער געזונגען אויף ענגליש און אויף דער צווייטער — אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן טאָקערס רעקאָרדירונג אויף ביידע שפּראַכן:
אין די 93 יאָר זינט טאָקער האָט דאָס ליד פּאָפּולאַריזירט, האָבן ממש הונדערטער באַקאַנטע זינגער אַרויסגעלאָזט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד, אויף ענגליש, ייִדיש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, שפּאַניש, אונגעריש, דײַטש, פֿיניש און אַפֿילו אַראַביש. צווישן זיי — בילי האָלידיי, טאָם דזשאָנס, ניל צדקה און קאַני פֿרענציס.
האָלידייס נוסח, רעקאָרדירט בעת אַן אומפֿאָרמעלער רעפּעטיציע, איז כּדאַי צו הערן:
אויף ייִדיש זענען ספּעציעל באַרימט געוואָרן די נוסחאָות פֿון די שוועסטער בערי און יאָסעלע ראָזענבלאַט. אָט קענט איר הערן ווי עס האָבן דאָס ליד פֿאָרגעשטעלט די שוועסטער בערי אויף ענגליש און ייִדיש:
דאָס ליד קען מען הײַנט אויך הערן אין דער חסידישער וועלט. אָט זעט ווי דער „שירה־כאָר‟, צוזאַמען מיט דער „פֿריילעך־קאַפּעליע‟, טרעטן אויף מיט דעם ליד אויף אַ הכנסות־ספֿר־תּורה אין ברוקלין.
האַלב וואָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשיילע און מיט אַ פֿאַרטוך, שטייט די מאַמע בײַם טיש, שטאַרק צעטראָגן. עפּעס אַ ווערטעלע אויסצורעדן — כּמעט אַ מאה שלח־מנות אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנות אָפּשיקן. קיינעם נישט אָנזעצן, חלילה קיין טעות נישט האָבן, געדענקען וועמען וואָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן.
צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײַך איין פֿלעדל, צוויי קישעלעך, איין מאָהינדל, צוויי שטיקלעך טאָרט, איין האָניק־טײגל, מיט צוויי צוקער־לעקעכלעך — באַדאַרפֿט איר אים אָפּשיקן, געוויינטלעך, צוויי פֿלעדלעך, איין קישעלע, צוויי מאָהינדלעך, איין שטיקל טאָרט, צוויי האָניק־טײגלעך, מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה, נישט אָנמאַכן אַ חתונה, ווי עס האָט זיך אַמאָל שוין געטראָפֿן בײַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הייסט, מע האָט אָפּגעשיקט איינער אַ נגידיתטע צוריק איר אייגענעם שלח־מנות, האָט זיך דאָס געטאָן! עס איז אַרויס אַ מחלוקת צווישן די מאַנען, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, ווי געוויינטלעך… הײַנט די מענטשן, וואָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אויך עפּעס שענקען, וועמען אַ קאָפּיקע, און וועמען צוויי, און וועמען נאָך מער ווי צוויי…
אָט עפֿנט זיך די טיר און סע קומט אַרײַן אַ מיידל מיט שטאַרק־רויטע האָר און מיט אַ סך קלײַען אויפֿן פּנים — דאָס איז מײַן רבינס אַ מיידל. זי גייט אַרום פֿון איין בעל־הבית צום אַנדערן און נעמט צונויף די שלח־מנות פֿאַרן רבין. זי טראָגט אין האַנט אַ שעלעכל, איבערגעדעקט מיט אַ טישטעכל. אינעם שעלעכל ליגט אַ לעקעכל, אינעם לעקעכל שטעקט אַ ראָזשינקע, און אויף דער ראָזשינקע ליגט אַ זילבערנע מטבע. די מאַמע דעקט אויף דאָס טישטעכל און לייגט צו צו יענער מטבע נאָך אַ מטבע. און אויך דעם מיידל רוקט זי עפּעס אין האַנט אַרײַן. דאָס רויטע מיידל ווערט נאָך רויטער און ווינטשעוועט, ווי אַן אַלטע: „דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟…
נאָך דעם רויטן מיידל קומט אַרײַן אַ געשוואָלן בחורל מיט אַן אויפֿגעטראָגענער באַק, אונטערגעבונדן מיט אַ בלויער פֿאַטשיילע. איין אויג אַ קליינס, דאָס אַנדערע אַ ביסל גרעסער. אין האַנט האַלט ער אַ מעשן טעצל. אויף דעם טעצל ליגט אַ פֿלעדל, אויפֿן פֿלעדל איז אויסגעוויקלט אַ פֿישעלע. דאָס פֿישעלע איז אָנגעפֿילט מיט האָניק־פֿאַרפֿל. און בײַ דער זײַט ליגן עטלעכע זילבערנע מטבעות און אַ פּאָר קערבלעך פּאַפּירענע. דאָס געשוואָלענע בחורל גייט צו גלײַך צו דער מאַמע און שיסט אויס אין איין אָטעם, ווי אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק: „אַ גוט יום־טובֿ, דער רבֿ האָט אײַך געשיקט שלח־מנות און דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟… דאָס געשוואָלענע בחורל נעמט אָפּ זײַן רח׳׳ש און גייט אַוועק אָן אַ „זײַט־געזונט‟, וואָרום די ווינטשעוואַניע האָט ער על־פּי טעות אויסגעכאַפּט פֿריִער. און עס קומען אָן אַלע מאָל נײַע פּאַרשוינען מיט נײַע שלח־מנות: פֿונעם דיין, פֿונעם חזן, פֿון די שוחטים, פֿונעם סופֿר, פֿונעם תּלמוד־תּורה־מלמד, פֿונעם בעל־תּוקע, פֿונעם בעל־מגילה, פֿונעם מנקר, פֿונעם וואַסערפֿירער, פֿונעם בעדער (אויך כּלי־קודש!), און נאָך די דאָזיקע אַלע קומט צו גיין וועלוול דער שמשׂ אַליין, נעבעך אַ קראַנקער, אַ הייזעריקער, אַ יאַדעשליווער. ער בלײַבט שטיין אַ ווײַלע בײַ דער טיר, כאַפּט זיך בײַם האַרצן און פֿאַרהוסט זיך.
— וואָס וועט איר עפּעס זאָגן גוטס? — פֿרעגט אים די מאַמע שוין רעכט מיד פֿון דער אַרבעט.
— מע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות — מאַכט וועלוול און באַווײַזט אַ לעקעכל אין האַנט. — דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער…
— פֿון וועמען איז? — פֿרעגט אים ווידער די מאַמע און לייגט אַרײַן די האַנט איבערן פֿאַרטוך; זי זוכט אַ מטבע.
— פֿון מיר טאַקע אַליין, דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער — מאַכט וועלוול און פֿאַרהוסט זיך. — האָט קיין פֿאַראיבל ניט, וואָס אַליין… נישטאָ וועמען צו שיקן. געווען אַ מיידל, איז זי, ניט דאָ געדאַכט… איר געדענקט דאָך מײַן פֿריידלען, עליה־השלם?…
וועלוול דער שמשׂ פֿאַרהוסט זיך אויף אַ גאַנצער מינוט, און די מאַמע טוט זיך אַ כאַפּ צו דער קעשענע, נעמט אַרויס עטלעכע מטבעות מיט אַ מאָל און רוקט אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן, און איז אים מכבֿד, אויסער דעם, מיט אַ שטיק טאָרט און מיט אַ פּאָר פֿלעדלעך. וועלוול שטופּט דעם טאָרט מיט די פֿלעדלעך אין בוזעם אַרײַן, דאַנקט און ווינטשעוועט: „דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟, און פֿאַרהוסט זיך ווידער אַ מאָל. איך טו אַ קוק אויף דער מאַמע — און דערזע, אויף אירע שיינע אויגן הענגט אַ טרער.
וועלוול דער שמשׂ האָט מיט זײַן שלח־מנות, וואָס ער האָט געבראַכט „פֿון זיך אַליין‟, אַ ביסל פֿאַרשטערט אונדז דעם יום־טובֿ. אָבער ניט אויף לאַנג. באַלד נאָך זײַן אַוועקגאַנג קומען אָן נײַע פּאַרשוינען מיט נײַע שלח־מנות. און די מאַמע האַלט אין איין טיילן געלט: אַ גראָשן אויף צווייען, צוויי גראָשן אויף דרײַען. און איטלעכער באַזונדער באַקומט אַ שטיקל טאָרט, אַ פֿלעדל, אָדער אַ לעקעכל — לאָז אַן אָרעמאַן אויך וויסן פֿונעם הייליקן יום־טובֿ…
— דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער…
— גם אַתּם! דערלעבט אויך איבעראַיאָר!…
אַ סך עלטערן, וואָס פּרובירן אויסצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש באַקלאָגן זיך, אַז ס׳איז דאָ אַ ריזיקער דוחק פֿון אַנימאַציע־פֿילמען און אַנדערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון.
עס איז דאָ איין סעריע פֿון שוועדן, וואָס ווערט אונטערגערעדט (בלע״ז: dubbed) אויף ייִדיש אָבער די סיפּורי־מעשׂיות האָבן ניט קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער קולטור אָדער געשיכטע. עס זענען אויך דאָ, ליידער, בלויז זעקס אָדער זיבן פֿון זיי.
איינער פֿון די איינציקע גאָר־געלונגענע אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די פּוילישע אַנימאַטאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ. ער דערציילט וועגן דעם כעלעמער בעל־שם רבי אליהו און וואָס עס איז געשען נאָך דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ גולם.
דער פֿילם, וואָס מע האָט פּראָדוצירט ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות אין אַ ריי שפּראַכן, איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך דער פּוילישער, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער רעגירונג. מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם אין פֿיר נסוחאָות, מיט דער נאַראַציע פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און העברעיִש. אויף ייִדיש און העברעיִש לייענט קאָבי ווײַצנער פֿאָר דעם טעקסט. כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז די מעשׂה איז אויטענטיש פֿון אַ קולטורעלערן שטאַנדפּונקט אַ וואַרשעווער רבֿ, יואל־חיים נאָוויצקי, האָט איבערגעקוקט דעם פֿילם, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז די העלדן זענען אין גאַנצן ייִדישלעך.
צווישן די אַנדערע אַנימאַציע־פֿילמען מיט לעגענדעס פֿון פֿאַרשידענע קולטורן איז דאָ נאָך אַ פֿילם מיט אַ שײַכות צו די ייִדן: אַ פֿילם וועגן אַ וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד. מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אויף דער טערקישער שפּראַך, וואָס עס רעדן די מיזרח־אייראָפּישע קראָים.
פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אינעם לוח און דערפֿאַר גלוסט זיך זיי צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.
אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן.
דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט זיך אַזוי אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.
אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען געלערנט דאָס ליד „המן־טאַשן‟ („יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט‟ אָדער „האָפּ מײַנע המן־טאַשן‟) אין כּמעט אַלע וועלטלעכע ייִדישע שולן. כאָטש עס ווערט, אַזוי ווי „אַז דער רבי אלימלך‟, הײַנט באַטראַכט ווי אַ פֿאָלקסליד, ווייסט מען יאָ, אַז מ. פּיראָזשניקאָוו האָט עס מחבר געווען.
אָט איז דער באַקאַנטסטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל האָט געמאַכט אין 1967.
אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח האָט געזונגען שׂרה גאָרבי:
דער גרויסער פּאָעט און איבערזעצער יהואש האָט אַחוץ זײַן איבערזעצונג פֿון תּנ׳׳ך, אויך פֿאַרטײַטשט הענרי וואַדסוואָרט לאָנגפֿעלאָוס „ליד פֿון היאַוואַטאַ‟ און אַפֿילו אַ טייל פֿונעם קאָראַן. ס׳קען זײַן, אַז פֿון זײַן קלאַסישער תּנ״ך־איבערזעצונג איז דער סאַמע באַקאַנטסטער טייל הײַנט זײַן ייִדישער נוסח פֿון „מגילת אסתּר‟, ווײַל ער ווערט פֿאָרגעלייענט אויף פּורים־שׂימחות איבער דער גאָרער וועלט. יעדעס יאָר, למשל, לייענט די „פֿאָלקסבינע‟ פֿאָר די מגילה ווי דער הויפּט־טייל פֿון איר פּורים־שׂימחה. דער סטיל פֿון יהואשס איבערזעצונג האָט זיכער אויך משפּיע געווען אויף דער שפּראַך פֿון איציק מאַנגערס אייגענער „מגילה‟.
אין 2016 האָט ד׳׳ר דוד ראָסקעס פֿאָרגעלייענט די מגילה אין יהואשס איבערזעצונג אויף אַ פּורים־פֿײַערונג אין ירושלים. אָט איז אַן אויסצוג פֿונעם ספּעקטאַקל, וואָס ד׳׳ר ראָסקעס שטעלט פֿאָר מיט אַ ריי הומאָריסטישע אַקצענטן און וויצן. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, אַז בײַ די וואָס קענען סײַ ענגליש, סײַ ייִדיש, איז די שפּראַך פֿון די אונטערקעפּלעך אַ סך שווערער צו פֿאַרשטיין ווי דער ייִדישער טעקסט. די סיבה דערפֿון איז, ווײַל די אונטערקעפּלעך באַנוצן זיך מיט דער איבערזעצונג פֿון דער תּקופֿה פֿונעם קעניג דזשיימס, וואָס בלײַבט עד־היום דער סטאַנדאַרט אויף ענגליש, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ מענטשן קענען עס ניט געהעריק פֿאַרשטיין. די ביבל פֿונעם קעניג דזשיימס האָט מען אָנגעשריבן אָנהייב 17טן יאָרהונדערט, און יהאוש האָט פֿאַרענדיקט זײַן ייִדישן תּנ׳׳ך מיט ווייניקער ווי הונדערט יאָר צוריק.
די גאַנצע מגילה אויף ייִדיש קען מען הערן דאָ:
27 יאָר נאָך זײַן פּטירה בלײַבט יום־טובֿ עהרליך צווישן די פּאָפּולערסטע חסידישע זינגער. אַ קאַרלין־סטאָלינער חסיד פֿון קאָזנהאַראַדאַק, אַ קליין שטעטעלע אין ווײַסרוסלאַנד, האָט ער איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין אוזבעקיסטאַן. נאָכן באַזעצן זיך שוין אין וויליאַמסבורג איז ער געוואָרן אַ פּאָפּולערער בדחן און זינגער און האָט אַרויסגעלאָזט אַ טוץ אַלבאָמען מיט לידער, וואָס ווערן נאָך אַלץ געזונגען דורך די גרעסטע הײַנטצײַטיקע חסידישע זינגער ווי ליפּא שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד און מרדכי בן־דוד.
אַן עכט־טאַלאַנטירטער פֿאָלקס־פּאָעט, וועמענס לידער ווײַזן אַרויס אַ געוואַלדיקע גאַמע טעמעס, סטילן און מעטאַפֿאָרן, האָט עהרליך גענומען ס׳רובֿ פֿון די מעלאָדיעס, צו וועלכע ער האָט צוגעפּאַסט זײַנע ייִדישע ווערטער, פֿון רוסישע לידער, וואָס ער האָט זיך געהאַט אויסגעלערנט ווי אַ קינד. צווישן זײַנע באַקאַנטסטע לידער זענען „יעקבֿ‟, וועגן אַ ייִד וואָס ער האָט געקענט אין אוזבעקיסטאַן, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט חתונה צו האָבן מיט אַ רײַכער אוזבעקער פֿרוי; „שלאָף מײַן קינד‟, וואָס האַנדלט זיך וועגן אַ פֿרוי, וואָס טרעפֿט אַ קינד אַליין אין וואַלד בעתן חורבן, און „וויליאַמסבורג‟. אַזוי ווי אַזעלכע הײַנטיקע חסידישע שטערן ווי ליפּא שמעלצער און מיכאל שניצלער, האָט עהרליך זיך דערלויבט צו קריטיקירן געוויסע אַספּעקטן פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט, בפֿרט ווי אַ טייל פֿון זײַנע הומאָריסטישע שטיקלעך אין גראַמען.
אינעם מעטאַפֿאָרישן ליד „דער תּלמיד אין מידבר‟ אויבן, הערט מען ווידערקלאַנגען פֿון דער אור־אַלטער חסידישער טראַדיציע, ווי אפֿשר אויך אַ פֿאָרגעפֿיל פֿאַרן „מאַגישן רעאַליזם‟, וואָס איז שפּעטער געוואָרן פּאָפּולער אין דער וועלט־ליטעראַטור.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן זײַן האַרצרײַסנדיק ליד „שלאָף מײַן ליד‟.
דער אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן איז צום־מערסטנס הײַנט באַקאַנט צוליב זײַן פּרעכטיקן באַסאָווער שטים און זײַן קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר, ווי אויך צוליב זײַנע פּאָליטישע אַקטיוויטעטן און נאָענטע פֿאַרבינדונגען צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
אַחוץ דעם איז ער אויך געווען אַן עכטער עילוי — איינער, וואָס האָט יונגערהייט אַרויסגעוויזן אַ סך טאַלאַנט אין גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע געביטן; אַ באַקאַנטער אַטלעט, איינער פֿון די ערשטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, וואָס מע האָט געלאָזט שפּילן פֿוטבאָל אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט. אין מיטן פֿון זײַנע לימודים אין דער יוריספּרודענץ־שול בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און זײַן גלײַכצײַטיקער קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿוטבאָל־שפּילער אינעם NFL האָט ער אינטענסיוו זיך פֿאַרנומען מיט שפּראַכן, זיך אויסלערנענדיק מער ווי 20 פֿון זיי.
כאָטש ראָבסאָן האָט געזונגען אויף מער ווי 50 שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט די וואָס ער האָט בכלל ניט געקענט, האָט ער יאָ פּערפֿעקט באַהערשט מער ווי 10 שפּראַכן, צווישן זיי — רוסיש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, כינעזיש און דײַטש. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט בעת די שטודיעס אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן, ווי אויך בעת זײַנע רײַזעס אין פּוילן און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, כאָטש ניט אויפֿן זעלביקן ניוואָ ווי זײַנע „בעסטע‟ שפּראַכן. אויבן קען מען הערן ווי אַזוי ער האָט געזונגען דאָס באַקאַנטע פֿאָלקסליד „ווי אַזוי ס׳לעבט דער קייסער‟.
ראָבסאָן איז אויך באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער צוליב זײַן חבֿרשאַפֿט מיטן פּאָעט איציק פֿעפֿער. אין 1949, ווען ראָבסאָן האָט באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער געבעטן זיך צו טרעפֿן מיט פֿעפֿערן. מע האָט ראָבסאָן דערקלערט, אַז פֿעפֿער איז אויף אַ וואַקאַציע אין קרים, אָבער אין דער אמתן איז פֿעפֿער שוין געזעסן מער ווי צוויי יאָר אין טורמע. נאָך דעם ווי די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן פֿעפֿערן אַ פּאָר טעג געגעבן עסן, ער זאָל אויסזען מער געזונט, האָט מען אים געבראַכט זיך צו טרעפֿן מיט ראָבסאָנען. אויף זײַן מאָסקווער קאָנצערט האָט ראָבסאָן געזונגען דעם פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויפֿן ראַדיאָ איבערן גאַנצן לאַנד, ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט פֿעפֿערן. נאָכן צוריקפֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער, האָט ראָבסאָן אין גאַנצן געלייקנט, אַז מע האָט גערודפֿט די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַ רעקאָרדירונג פֿון „זאָג ניט קיינמאָל‟, וואָס מע האָט געמאַכט בעתן קאָנצערט נאָך זײַן טרעפֿונג מיט איציק פֿעפֿער קען מען הערן דאָ:
בעת די חסידישע מוזיק־אינדוסטריע ווערט אַלץ מער סאָפֿיסטיצירט, ווערט אויך מער פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט דער פּירסום וואָס באַגלייט דאָס אַרויסלאָזן אַ נײַעם אַלבאָם. אין צוזאַמענהאַנג מיטן נײַעם אַלבאָם „מײַן חלום‟ פֿונעם פּאָפּולערן חסידישן זינגער דודי קנאָפּפֿלער האָט מען לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ווידעאָ־אינטערוויו מיט אים, וואָס זעט אויס ממש ווי אַ כּשרער נוסח פֿון „עם־טי־ווי.‟
אין דער פּראָגראַם פֿרעגט דער מוזיק־זשורנאַליסט וועלוול שמעלצער אויס קנאָפּפֿלערן וועגן זײַן קאַריערע, הינטערגרונט, צוגאַנג צו פּראָדוצירן מוזיק און אַ ריי אַנדערע פֿראַגעס. בשעת־מעשׂה פֿירט מען די קאַמערע איבער אַ לוקסוסדיקער דירה, וווּ קנאָפּפֿלער זינגט לידער מיט די אַנדערע זינגער, קאַפּעליעס און כאָרן, וואָס באַגלייטן אים אויף זײַן אַלבאָם; צווישן זיי — די „שירה־כאָר‟, נחמן דרייער און די „פֿריילעך־קאַפּעליע.‟ ווי מע קען זען אינעם ווידעאָ, צייכנט זיך קנאָפּפֿעלד אויס מיטן זינגען אין אַ גרויסער גאַמע סטילן און זשאַנערן.
כאָטש דער אינטערוויו איז אויף ייִדיש, מישט מען אַרײַן געוויסע ענגלישע און העברעיִשע ווערטער וואָס זענען אפֿשר ניט אַלעמען באַקאַנט. די וואָס זענען ספּעציעל וויכטיק צו פֿאַרשטיין אינעם קאָנטעקסט פֿונעם אינטערוויו זענען:
„קאָמפּאָוזער‟ — קאָמפּאָזיטאָר
„קווײַער‟ — כאָר
„בענד‟ — קאַפּעליע
„אינדזשויען‟ — הנאה האָבן
„טשויס‟ — אויסקלײַב.
ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער און ד״ר דובֿ־בער קערלער זענען במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע, כּדי צו מאַכן פֿילם־אינטערוויוען מיט אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט בײַ זיי אין די פֿאַרשידענע שטעט און שטעטלעך פֿון ייִדישלאַנד.
ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים־פּראָיעקט‟ האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פּאָרפֿאָלק אין וויניצע, אוקראַיִנע. גריגאָרי און לודמילאַ שאָר האָבן ביידע געדענקט אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס זיי האָבן געלערנט בײַ טאַטע־מאַמע אין שטוב. לודמילאַ האָט אַ פּרעכטיקע שטימע. די ווידעאָס האָט אויסגעקליבן, צוגעגרייט און איבערגעזעצט ד׳׳ר אַניאַ קוויליטש.
אָט זינגט לודמילאַ אירע נוסחאָות פֿון צוויי באַקאַנטע פֿאָלקסלידער און איין ווייניק־באַקאַנט ליד:
„וויאָ, וויאָ, פֿערדעלעך‟:
„פּאַפּיר איז דאָך ווײַס‟:
„איך פֿאָר פֿון אײַך אַוועק‟, אַ וואַריאַנט פֿונעם ליד „מחותּנתטע מײַנע‟.
ווי מע האָט פֿריִער באַשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟, איז דער יונגער סערעט־וויזשניצער חסיד פֿון חיפֿה, מלך זילבערשלאַג, לעצטנס געוואָרן אַ שטערן אויף דער נײַער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־נעץ ׳כאן׳. כאָטש כּמעט אַלע פֿון זײַנע ווידעאָס זענען אויף העברעיִש, מאַכט ער אַמאָל שטיקלעך פֿון זײַן פּראָגראַם אויף ייִדיש, עפּעס וואָס מע האָט פֿריִער ניט געזען אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע.
צווישן די רעגולערע שטיקלעך וואָס זילבערשלאַג פֿירט דורך איז אַן אינטערוויו וועגן די פֿאַרשידענע פֿאַכן און פּרנסות בײַם חרדישן סעקטאָר אין ישׂראל. לעצטנס האָט ער באַזוכט אליעזר, אַ היימישן שטרײַמל־מאַכער. אַן אַמעריקאַנער חסיד וואָס האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל, איז עס אַ פּנים אליעזרן גרינגער זיך אויסצודריקן אויף ייִדיש ווי אויף העברעיִש. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק וואָלט מען במילא געמאַכט דעם אינטערוויו אויף העברעיִש אָדער ענגליש אָבער בײַ „כאן‟ איז איצט, דאַכט זיך, אַ נײַע תּקופֿה און זילבערשלאַג רעדט מיט אליעזרן דווקא אויף מאַמע־לשון. אויף דער טעלעוויזיע האָט מען טראַנסמיטירט די פּראָגראַם מיט העברעיִשע אונטערקעפּלעך אָבער אויף „יוטוב‟ האָט מען אים געלאָזט אָן אונטערקעפּלעך. אַזוי ווי עס פֿירט זיך געוויינטלעך בײַ הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע וואָס קענען העברעיִש און ענגליש, מישט מען אַרײַן אינעם שמועס אַ פּאָר ווערטער און פֿראַזעס פֿון די שפּראַכן. מע דאַרף אָבער ניט קענען קיין העברעיִש אָדער ענגליש, כּדי נאָכצופֿאָלגן דעם שמועס.
אַ סך מענטשן ווילן בעסער מיינען, אַז אַלע ייִדן אין דער אַלטער היים זענען געווען אומשולדיק און תּמימותדיק. אַז מע בלעטערט אָבער דורך די אַלטע לידער, דערוויסט מען זיך גלײַך, אַז דאָס לעבן איז ווײַט ניט געווען אַזוי פּשוט, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן אין שטעטל האָט זיך שוין כּמעט אין גאַנצן געהאַט פֿאַרענדיקט.
די קאַבאַרעטן־לידער האָבן חוזק געמאַכט פֿון אַ סך פּראָבלעמען, וואָס מע האָט צום מערסטן פֿאַרשוויגן אין אַנדערע ערטער. די זינגערין דזשיין פּעפּלער האָט אויסגעפֿאָרשט הונדערטער אַזעלכע לידער און אַרויסגעלאָזט נײַע רעקאָרדירונגען פֿון מער ווי הונדערט פֿון זיי מיט דער אָריגינעלער מוזיק. איין ליד, „אוי מאַמעלע‟, האָט זי אַרויסגעלאָזט צוזאַמען מיט אַ חנעוודיקן אַנימאַציע־פֿילם.
דאָס ליד דערציילט פֿון אַ מאַן, וואָס גייט אויף אַ שפּאַציר מיט אַ מיידל אין וואַלד און ווערט נײַן חדשים שפּעטער אַ פֿאָטער און דאַרף מיט איר דערפֿאַר חתונה האָבן. דאָס ליד איז ווײַט ניט אַזוי גרעבלעך ווי אַנדערע ייִדישע לידער אינעם זשאַנער, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ סך הײַנטיקע אַמעריקאַנער לידער. עס דינט אָבער יאָ ווי אַ טשיקאַוון באַווײַז, אַז אויך צווישן ייִדן זענען אַזעלכע פֿאַלן פֿאָרגעקומען.
עס זינגען ראַנדי קלאָקאָ און דזשיין פּעפּלער.
פֿאַראַכטאָגן האָט שמעון קראָטשס קרעטשמע־ליד פֿון קאָלאָמיי אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערעס. אַ לייענער האָט געפֿרעגט, צי עס געפֿינען זיך נאָך אַזעלכע לידער. וועגן אַנדערע ווייניק באַקאַנטע לידער וועגן שיכּרות אויף „יוטוב‟ ווייסן מיר ניט, אָבער ס׳זענען דאָ צענדליקער פּרעכטיקע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס מע האָט געמאַכט אין די לעצטע 15 יאָר מיט עלטערע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
אַחוץ ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער און ד׳׳ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער, וואָס האָבן געמאַכט דעם אינטערוויו מיט שמעון קראָטש, האָבן אַ פּאָר אַנדערע מאַנשאַפֿטן געלערנטע אויך געמאַכט ענלעכע פֿאָרש־עקספּעדיציעס אינעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. צווישן זיי געפֿינט מען דעם עטנאָמוזיקאָלאָג און מוזיקער ד׳׳ר דמיטרי (זיסל) סלעפּאָוויטש, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער אַמאָליקער ייִדישער ליטע מיט זײַן קאָלעגע און מדריך נינאַ סטעפּאַנסקאַיאַ ז׳׳ל. סלעפּאָוויטש און סטעפּאַנסקאַיאַ האָבן געהאַט אַ בפֿירושן אינטערעס צו די דאָרטיקע ייִדישע פֿאָלקסלידער און האָבן ספּעציעל אויסגעזוכט עלטערע ייִדן, וואָס האָבן נאָך געדענקט די לידער און מוזיק פֿון זייערע קינדער־יאָרן און האָבן געקענט גוט זינגען.
אויבן קען מען הערן אַ פּרעכטיקן נוסח פֿונעם פֿאָלקסליד: „לכּבֿוד שבת,‟ געזונגען פֿון זינאַיִדאַ ליאָווינאַ און דאַסיאַ כראַפּונסקאַיאַ, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אין פּינסק, ווײַסרוסלאַנד, אין 2005.
נאָכן אַריבערציִען זיך קיין אַמעריקע האָט סלעפּאָוויטש געשאַפֿן אַ מוזיקאַלישן ספּעקטאַקל צוזאַמען מיט אַ קאַפּעליע און דעם זינגער מיישקע אַלפּערט, אין וועלכן מע ווײַזט זײַנע אָריגענעלע פֿילמען פֿון די עלטערע ייִדן, און ער און זײַן קאַפּעליע באַגלייטן זייערע געזאַנגען. אָט קען מען זען אַ ווידעאָ־רעקלאַמע וועגן דעם ספּעקטאַקל „אַ רײַזע איבערן ייִדישלאַנד.‟
און אַזוי קלינגט ליאָווינאַס און כראַפּונסקאַיאַס „לכּבֿוד שבת‟ באַגלייט פֿון די מוזיקער.
לכּבֿוד דעם 209טן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן אַמעריקאַנער פּאָעט עדגאַר אַלען פּאָו שטעלן מיר פֿאָר אַ ווידעאָ, וואָס איך האָב געמאַכט מיט פֿינף יאָר צוריק ווען איך האָב געאַרבעט אינעם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟ אינעם פֿילם לייענען לייבל און סענדער באָטוויניק פֿאָר פּאָוס סאַמע באַרימטסטע ליד, „דער ראָב‟ סײַ אינעם אָריגינעלן ענגליש, סײַ אין דער פּרעכטיקער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לייב נײַדוס.
דעם קלאַנג האָב איך גענומען פֿון אַ רעקאָרדירונג פֿון אַ פּראָגראַם געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם פּאָעט לייב נײַדוס, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן אָקטאָבער 1982 בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל.‟ די רעקאָרדירונג איז איינע פֿון איבער טויזנט וואָס מע האָט געמאַכט אין מאָנטרעאָל, וואָס איך און שפּעטערדיקע סטיפּענדיאַנטן אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָבן דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿונעם „קלאַנגאַרכיוו א׳׳ן פֿון פֿראַנצין בראַנדט‟. מע קען זיך צוהערן צו דער גאַנצער פּראָגראַם. אָט איז די צווייטע העלפֿטerary-evening-dedicated-poet-leib-naidus-leybl-sender-david-botwinik
כאָטש זייער צאָל איז אַ סך קלענער ווי אין פֿאַרגאַנגענע דורות, ווערן קינדער נאָך אַלץ דערצויגן אין ייִדיש־רעדנדיקע היימען אין ווילנע. עטלעכע אָרטיקע משפּחות, איבערהויפּט די משפּחה גורעוויטש און זייערע קרובֿים, רעדן צווישן זיך אויף מאַמע־לשון.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער איז נאָך אַלץ רעלאַטיוו יונג, איז שמעון גורעוויטש שוין העכער 15 יאָר אַן אַקטיווער כּלל־טוער און פֿירער אין דער ליטווישער ייִדישער קהילה. אין זײַנע עפֿנטלעכע רעדעס, צי אויף ייִדיש, ליטוויש, רוסיש אָדער ענגליש, באַטאָנט ער אָפֿט די וויכטיקייט פֿון מאַמע־לשון ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט בכלל, און פֿון דער ווילנער ייִדישער אידענטיטעט בפֿרט.
אָט טרעטן אויף שמעון מיט זײַנע יונגע טעכטערלעך אויף זייער היימישן ליטווישן ייִדישן און זינגען צוזאַמען דעם פּאַרטיזאַנער הימען. די רעקאָרדירונג איז געמאַכט געוואָרן דורך אלי ראַבינאָוויטש, וואָס פֿאָרט איבער מיזרח־אייראָפּע און פֿילמירט ווי ייִדישע תּלמידים זינגען דאָס ליד. נאָך אַזעלכע פֿילמען קען מען זען אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן דער משפּחה גורעוויטש און דער ווילנער ייִדישער קהילה קען מען זען אַן אינטערוויו וואָס קריסטאַ וויטני האָט געמאַכט מיט שמעונס ברודער יוליוס אויף דער „ייִדיש־וואָך.‟ דער אינטערוויו איז אַ טייל פֿונעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟
ד״ר דובֿ־בער קערלער און ד׳׳ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער זענען במשך פֿון לאַנגע יאָרן געפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע, כּדי צו אינטערוויויִרן עלטערע ייִדן, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און וועגן דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין זייערע שטעטלעך.
אין 2005 האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט שמעון קראָטש אין קאָלאָמיי, און ער האָט געזונגען אַ ריי לידער, צווישן זיי — דאָס דאָזיקע אומבאַוווּסטע פֿאָלקסליד וועגן אַ ייִד, וואָס האָט, אַ פּנים, צו פֿיל געטרונקען. עס זענען דאָ אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן שיכּרות („דער רבי אלימלך‟, „יאָשקע‟), אָבער דער ייִדישער הומאָר אינעם דאָזיקן ליד גיט צו אַן אומדערוואַרטן קנייטש.
דעם ווידעאָ האָט אויסגעקליבן, צוגעגרייט און איבערגעזעצט ד׳׳ר אַניאַ קוויליטש.
דאָס ליד „איבער דעם רעגן־בויגן‟ פֿונעם קלאַסישן אַמעריקאַנער פֿילם „דער מכשף פֿון אָז‟ איז איינס פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע לידער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און ווערט געזונגען הײַנט איבער דער גאָרער וועלט. די באַלאַדע, וואָס שטעלט פֿאָר אַן אוטאָפּישע וועלט „ערגעץ איבער דעם רעגן־בויגן‟, וווּ מע לאָזט מענטשן צו רו, האָבן פֿאַרשידענע גרופּעס אַדאָפּטירט ווי אַ מין הימען אויסצודריקן זייער באַגער נאָך אַ בעסער לעבן. אין די 1930ער יאָרן איז דאָס ליד געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער בײַ די ייִדן און אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער. ס׳איז ניט קיין חידוש, וואָס ביידע פֿעלקער האָבן געהערט אינעם ליד אַן אָפּשפּיגלונג פֿון זייער פֿאַרלאַנג צו לעבן אין אַ וועלט, וווּ מע דיסקרימינירט ניט קעגן זיי. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן איז דאָס ליד געוואָרן אַ מין הימען אויך בײַ די האָמאָסעקסואַליסטן צוליב ענלעכע סיבות.
די פֿאַרבינדונג צווישן די ווערטער פֿונעם ליד און דאָס שטרעבן צו פֿרײַהייט האָט אַ זינען, ווען מע דערוויסט זיך וועגן דעם ייִד, וואָס האָט אָנגעשריבן דעם באַרימטן טעקסט פֿון ליד. ייִפּ האַרבורג (פֿון דער היים: איזידאָר הויכבערג) איז געבוירן געוואָרן אויפֿן „איסט סײַד‟, אַ קינד פֿון פֿרומע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד. זײַן משפּחה איז געווען גאַנץ אָרעם און ס׳רובֿ פֿון זײַנע ברידער און שוועסטער זענען יונגערהייט געשטאָרבן. אַ סטודענט פֿונעם אירלענדישן דראַמאַטורג דזשאָרדזש בערנאַרד שאַו, איז הויכבאַרג צוליב דער השפּעה פֿון זײַן לערער געוואָרן אַ לעבנס־לאַנגער סאָציאַליסט. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געשריבן פּאָליטישע לידער וועגן אַזעלכע ענינים ווי דער קלאַסנקאַמף, די מלוכישע דיסקרימינאַציע קעגן די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אַרבעטער־פֿאַראיינען און גלײַכע רעכט פֿאַר פֿרויען. מע קען אַפֿילו זאָגן אַז דער גורל פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן אין די 1930ער יאָרן האָט אפֿשר משפּיע געווען אויף דער טעמאַטיק פֿון זײַן באַקאַנטסטן ליד.
אויף ייִדיש עקזיסטירן, צום ווייניקסטן, צוויי איבערזעצונגען פֿונעם ליד. דער נוסח אויבן, וואָס עס זינגט יוסי דעסער מיט אַ געשמאַקן חסידישן טעם, האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַל גראַנד, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן ייִדישן נוסח פֿון גילבערט און סוליוואַנס „די ים־גזלנים‟ (The Pirates of Penzance). אָט קענט איר הערן אַ שיינעם נוסח פֿון אַל גראַנדס איבערזעצונג, געזונגען דורך שעלי שילדס, וואָס האָט אויך געשפּילט אין דער טעאַטראַלער אויפֿפֿירונג פֿון „די ים־גזלנים‟.
נאָך אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ליד האָט געמאַכט בנימין שעכטער. אָט זעט ווי זײַן טאָכטער טעמע שעכטער זינגט איר פֿאָטערס נוסח אין 2013.