שמעון דזשיגאַן איז ניט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטער קאָמיקער און אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר, נאָר אויך, אַ פּנים, אַ שטיקל מוזיקער.
אויף זײַן איינמאָליקער טעלעוויזע־פּראָגראַם אין ישׂראל, די איינציקע וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש אינעם ייִדישן לאַנד, האָט ער פֿאַרבעטן חוה אַלבערשטיין אויפֿצוטרעטן ווי זײַן „מוזיקאַלישן גאַסט‟. אַלבערשטיין האָט געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט איציק מאַנגערס „רבנו־תּם‟ פֿון זײַנע „מגילה־לידער‟. בעת אַלבערשטיין זינגט דאָס ליד באַגלייט זי דזשיגאַן דורכן פֿײַפֿן און מאַכן אַנדערע קלאַנגען. פֿון דעם חנעוודיקן אויפֿטריט קען מען זען, אַז דער קאָמיקער האָט טאַקע געהאַט אַ חוש פֿאַר מוזיק און ריטעם.
דעם ווידעאָ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט טשאַרלס גאָלדשלאַגער אויף זײַן יוטוב קאַנאַל.
להיפּוך צו ס׳רובֿ ישׂראלדיקע זינגערס וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים אָבער זענען געוואָרן באַרימט אויף העברעיִש, בלײַבט חוה אַלבערשטיין געטרײַ אירע ייִדיש־שפּראַכיקע וואָרצלען.
שוין עטלעכע יאָר צייכנט זיך מאָטי אילאָוויטש אויס ווי איינער פֿון די טאַלאַנטירטסטע מחברים פֿון לידער בײַם ייִנגערן דור חסידים. אַזוי ווי ליפּא שמעלצער, דודי קאַליש און ר׳ יום־טובֿ עהרליך, באַרירן זײַנע לידער ניט בלויז רעליגיעזע ענינים, נאָר שפּיגלען אויך אָפּ די שוועריקייטן און שטרעבונגען פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן.
פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר פֿאָרגעשטעלט שיין בייקערס פֿאָרלייענונג פֿון משה קולבאַקס קינדער־דערציילונג „דער ווינט וואָס איז געווען אין כּעס‟. צוזאַמען מיט דער רעקאָרדירונג פֿון קולבאַקס דערציילונג האָט דער שוועדישער ראַדיאָ־פּראָדוצענט טאָמאַס לינדערקוויסט אויך לעצטנס געשאַפֿן נאָך אַ רעקאָרדירונג מיט דער אַקטריסע און זינגערין מרים־חיה סגל, אין וועלכער זי לייענט פֿאָר קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס דערציילונג „דער בעקער און דער אָרעמאַן.‟ די מעשׂה האָט מען אויסגעקליבן אַ דאַנק דער רעקאָמענדאַציע פֿון ד׳׳ר מרים יודל (עמאָרי־אוניוועריסטעט), וואָס האָט באַזאָרגט לינדערקוויסט מיט איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג.
אַזוי ווי משה קולבאַק איז קאַדיע מאָלאָדאָווסקי געווען אַ שרײַבערין, וואָס האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿאַר ייִנגערע קינדער. כאָטש זי איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט אין אַמעריקע פֿאַר אירע לידער פֿאַר דערוואַקסענע, איז זי אין ישׂראל דווקא בעסער באַקאַנט פֿאַר אירע קינדערלידער, וואָס זענען זייער פּאָפּולער געוואָרן אין דער העברעיִשער איבערזעצונג. אַחוץ אירע לידער איז מאָלאָדאָווסקי געווען אַ מײַסטערישע שרײַבערין פֿון דערציילונגען סײַ פֿאַר קינדער, סײַ פֿאַר דערוואַקסענע. זי האָט אויך אָנגעשריבן עטלעכע ראָמאַנען (אויך — געוויסע פֿאַר קינדער, געוויסע פֿאַר דערוואַקסענע), זכרונות, פֿאָרשערישע עסייען וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, עטלעכע היסטאָרישע דראַמעס און אַ גרויסע צאָל זשורנאַליסטישע אַרטיקלען אונטער פֿאַרשידענע פּסעוודאָנימען.
מע קען הערן ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי לייענט אַליין פֿאָר עטלעכע פֿון אירע באַקאַנטסטע לידער אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג פֿון אַן אינטערוויו, וואָס דער שרײַבער אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט געמאַכט מיט איר אין 1955. (די רעקאָרדירונג האָב איך דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿון מײַן אַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן־ביכער־צענטער.‟)
די שוועסטער בערי (מערנאַ 1923־1976 און קלייר 1920־2014) זענען מסתּמא געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע זינגער פֿון ייִדישע לידער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די שוועסטער, וואָס האָבן פֿון דער היים געהייסן מיני און קלאַראַ בייגלמאַן, זענען פּאָפּולער געוואָרן אַ דאַנק זייער אַרבעט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ייִדישע מעלאָדיעס אין ׳סווינג׳‟ פֿון 1937 ביז די 1950ער יאָרן, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ דזשעז־סטיל און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש.
כאָטש די שוועסטער בערי זענען הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק זייערע 11 אַלבאָמען, זענען זיי געווען באַרימט פֿאַר זייערע קאָנצערטן — זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט ווי פֿאַרווײַלערינס מיט זייער עלעגאַנטן סטיל און ריזיקע אָרקעסטערס. אָט קענט איר זען אַ זעלטענעם פֿילם פֿון אַ קאָנצערט זייערן, אין וועלכן זיי זינגען דאָס פּאָפּולערע ליד „נו, זאָג מיר שוין ווען‟, אָנגעשריבן פֿון אַלכּסנדר אָלשאַנעטסקי אין 1935 פֿאַר זײַן אָפּערעטע „וואָס מיידלעך טוען‟ מיט מאַלי פּיקאָן.
כאָטש ער איז הײַנט בעסער באַקאַנט דעם ברייטן עולם פֿאַר זײַנע לידער פֿאַר דערוואַקסענע און זײַן ראָמאַן „זעלמעניאַנער‟, איז משה קולבאַק אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער פֿאַר קינדער. אין ווילנע האָט ער געלערנט ייִדישע ליטעראַטור סײַ אין דער באַרימטער „רעאַל־גימנאַזיע‟, סײַ אין אַ פֿאָלקסשול פֿאַר קלענערע קינדער. אַחוץ די קלאַסישע ווערק פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ האָט ער אויך געלערנט די לידער און דערציילונגען פֿון זײַנע מיטצײַטלער דוד בערגעלסאָן, איזי כאַריק, לייב קוויקטאָ און נאָך.
קולבאַק האָט אויך אַליין אָנגעשריבן מעשׂיות, דערציילונגען און לידער פֿאַר קליינע קינדער, וואָס ער האָט געניצט אין זײַנע קלאַסן. זײַן באַרימטסט ווערק אַזאַ איז זײַן מעשׂהלע „דער ווינט וואָס איז געווען אין כּעס‟.
לעצטנס האָט מען פֿאַרבעטן דעם אַקטיאָר שיין בייקער פֿאָרצולייענען די מעשׂה פֿאַרן שוועדישן ראַדיאָ. די וווּנדערלעכע רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿון אַ סעריע ייִדישע קינדער־מעשׂיות פּראָדוצירט דורך טאָמאַס לינדערקוויסט. די מעשׂה האָט מען אויסגעקליבן אַ דאַנק דער רעקאָמענדאַציע פֿון ד׳׳ר מרים יודל (עמאָרי־אוניוועריסטעט), וואָס האָט באַזאָרגט לינדערקוויסט מיט איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג. די רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן מוזיק געשפּילט דורך פֿרענק לאָנדאָן און דער קאַפּעליע „קול אישה‟.
בייקערס חנעוודיקער אויפֿטריט דערמאָנט דעם קלאַסישן רעציטאַציע־סטיל פֿון אַזעלכע באַרימטע וואָרט־קינסטלער ווי יוסף בולאָף און הערץ גראָסבאַרד, וואָס פֿלעגן אויפֿטרעטן אין ווילנע מיט ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿאַר קינדער, וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן „וואָרט־קאָנצערטן‟. גראָסבאַרד, האָט, דרך־אַגבֿ, באַזוכט די קלאַסן פֿון משה קולבאַקן, כּדי צו רעציטירן פֿאַר קולבאַקס תּלמידים.
אָט קען מען הערן ווי גראָסבאַרד לייענט פֿאָר אַנדערע לידער פֿון משה קולבאַקן.
דער אַמעריקאַנער ניטל איז סײַ אַ רעליגיעזער חגא בײַ די קריסטן, סײַ סתּם אַ מין געזעלשאַפֿטלעכע פֿײַערונג, בײַ וועלכער עס קומען זיך צונויף קרובֿים און פֿרײַנד פֿון אַלע עקן לאַנד, וואָס זעען זיך געוויינטלעך ניט במשך פֿונעם יאָר.
ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע סימבאָלן פֿון ניטל אין אַמעריקע אַזוי ווי די יאָלקע (ניטל־בוים), „סאַנטאַ־קלאַוס‟ מיט זײַן שליטן און זײַנע געטרײַע רעניפֿערן (reindeer) און קראַנצנבלעטער, וואָס מע שטעלט אויף די הײַזער, האָבן באמת גאָרניט צו טאָן מיטן אָפּמערקן דעם געבורט פֿון יעזוס, נאָר שטאַמען פֿון פּאַגאַנישע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר. ס׳איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע לידער, וואָס ווערן באַטראַכט אין אַמעריקע ווי „ניטל־לידער‟ האָבן כּמעט אין גאַנצן ניט קיין שײַכות צום חגא גופֿא, נאָר פּריידיקן די מעלות פֿון משפּחה־פֿײַערונגען און דעם ווינטער־סעזאָן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער האָבן אָנגעשריבן דווקא ייִדן.
דאָס פּאָפּולערע כּמו־ניטל ליד „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ האָט, למשל, אָנגעשריבן פֿעליקס בערנאַרד, (פֿון דער הײם: בערנהאַרט). White Christmas (ווײַסער ניטל), דאָס צום מערסטנס פֿאַרקויפֿטע ליד אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט מחבר געווען אירווינג בערלין, (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין). אַ טוץ אַנדערע באַקאַנטע ניטל־לידער האָבן אויך אַ „ייִדישן‟ ייִחוס.
צוליב דעם שטענדיקן אַמעריקאַנער־ייִדישן באַגער צו פֿאַרוואַנדלען די גוייִשע טראַדיציעס אין ייִדישע מנהיגים, איז אפֿשר קיין חידוש ניט, וואָס מע האָט געוויסע באַקאַנטע ניטל־לידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
„רודאָלף דער רויט־נאָזיקער רעניפֿער‟ איז באַקאַנט אַלע אַמעריקאַנער קינדער צוליב דעם, וואָס ער האָט געהאָלפֿן „סאַנקט־ניקאָלאַס‟ מיט זײַן רויטער נאָז, נאָך דעם וואָס „סאַנטאַ‟ האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט צוליב דער זאַווערוכע. די קלעזמער־קאַפּעליע „קוגל־פּלעקס‟ האָט רעקאָרדירט אַ קלעזמער־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש. כאָטש דער ייִדיש הינקט אונטער אין געוויסע ערטער, איז עס כּדאַי צו זען, בפֿרט ווײַל מע האָט דאָס ליד אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַן אַלטן אַנימירטן פֿילם.
די ייִדישע זינגערין טערעזע טובֿה שטעלט פֿאָר אַ ריי ייִדישע ניטל־לידער אין אירע ווינטערדיקע קאָנצערטן. איר נוסח פֿון „לאָז עס שנייען‟ איז כּדאַי צו הערן. דאָס ליד האָבן אויך, דרך־אַגבֿ, אָנגעשריבן צוויי ייִדן: דזשול סטײַן (פֿון דער היים: יוליִוס שטײַן) און סאַמי קאַהן (פֿון דער הײַם: שמואל כּהן).
די „פֿאָלקסבינע‟ שטעלט פֿאָר חנוכּה־קאָנצערטן יעדעס יאָר, וואָס נעמען אַרײַן אַ פּאָר ניטל־לידער אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן ווי דזשאָען באָרץ און רחל יוכט שטעלן פֿאָר צוויי „ייִדישע‟ ניטל־לידער, וואָס הייבן זיך אָן 26:45 אין דער ווײַטערדיקער פֿאַרבינדונג („לינק‟). די לידער זענען „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „פֿעטער־שנײער קומט באַלד אין שטאָט‟ (Santa Claus is Coming to Town).
פֿאַראַכטאָגן, אין מײַן איבערזיכט פֿון לידער לכּבֿוד חנוכּה, האָב איך געשריבן, אַז כאָטש אַ סך קלעזמאָרים זינגען און שפּילן די חנוכּה־לידער פֿון משה אוישער, קען קיינער פֿון זיי זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישער אַליין.
אָבער נאָכן זיך צוהערן ווי אַזוי שלום לעמער שטעלט פֿאָר אַ פּאָפּורי פֿון אוישערס לידער, באַגלייט פֿונעם „שירה־כאָר‟ און דעם „פֿריילעך־אָרקעסטער‟, מיין איך אַז איך האָב זיך טועה געווען.
די מאָדערנע אינטערפּרעטאַציע פֿון „האָב אַ גוטן חנוכּה‟, „דרײ דריידל‟ און נאָך לידער פֿון אוישערס רעפּערטואַר בינדט צונויף די בעסטע עלעמענטן פֿון אוישערס אָריגינעלער קאָמפּאָזיציע מיט מאָדערנע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, אַזוי ווי די עלעקטרישע גיטאַר, וואָס האָבן ניט עקזיסטירט ווען דער באַקאַנטער חזן האָט געלעבט. די אַראַנזשירונג מיטן פֿולן אָרקעסטער, אין איינעם מיט די שטאַרקע קולות פֿונעם כאָר, גיבן אַ סך צו צו לעמערס זינגען אָבער ווענדן ניט אָפּ פֿון זײַן שטאַרקן קול. אַפֿילו די בלאָז־אינסטרומענטן, וואָס זענען געוויינטלעך די הויפּט־חסרון פֿון דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק, קלינגען גוט צוגעפּאַסט אינעם נײַעם נוסח. דער סאַקסאָפֿאָן־סאָלאָ אין „דריי דריידל‟ איז בפֿירוש שטאַרק.
מיט איין וואָרט: ס׳איז כּדאַי צו זען און הערן — און שפּילן אויף אײַער חנוכּה־שׂימחה.
מיר זענען ממשיך מיט אונדזער סעריע פֿון לידער לכּבֿוד חנוכּה.
די צווייטע ליסטע הייבט זיך אָן מיט אַ ליד, וואָס איז מסתּמא דאָס סאַמע־עלטסטע; ווי אַלע באַקאַנטע ייִדישע תּפֿילות, האָבן די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער חזן פּנחס באָרענשטיין זינט דאָס ליד, באַגלייט מיט אַ כאָר.
די בראָסלעווער חסידים האָבן זייער אייגן ניגון, מיט וועלכן זיי זינגען „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער באַקאַנטער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.
אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען די ייִדישע תּפֿילות אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. אָט הערט ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער קאַפּעליע שטעלט פֿאָר „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מיימון כּהן.
נאָך אַן אור־אַלטע תּפֿילה, וואָס איז געוואָרן אַ חנוכּה־ליד איז „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער וואַרשעווער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.
חזן סיראָטע איז געווען צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע חזנים אויף דער וועלט אין די 1910ער און 1920ער יאָרן און איז אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געזונגען אין „קאַרנעגי־האָל‟. ער איז אומגעקומען על־קידוש השם, אַ קעמפֿער אינעם וואַרשעווער־געטאָ אויפֿשטאַנד, צו 69 יאָר.
נאָך דעם וואָס גרשון סיראָטע האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע ווי דער חזן אין דער באַקאַנטער וואַרשעווער שיל אויף דער טלאָמאַצקע־גאַס, האָט דער חזן משה קוסעוויצקי איבערגענומען דעם פּאָסטן. חזן קוסעוויצקי האָט איבערגעלעבט די מלמחה אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין אַמעריקע. די דאָזיקע רעקאָרדירונג פֿון זײַן „הנרות הללו‟ האָט מען געמאַכט בעת אַ קאָנצערט אין לאָנדאָן אין 1955.
דער באַקאַנטסטער חזן פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון חזנות איז מסתּמא יאָסעלע ראָזענבלאַט, וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, רעקאָרדירט אַ סך חנוכּה־לידער. גאָר אינטערעסאַנט איז זײַן נוסח פֿון „יוונים‟, באַגלייט פֿון משוררים.
פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר געהערט די חנוכּה־לידער פֿון וווּדי גאָטרי און „די וויווערס‟. ווי עס טרעפֿט זיך, האָט פּיט סיגער, אַ זינגער אין דער קאַפּעליע „די וויווערס‟ און אַ חבֿר פֿון גאָטרי אויך רעקאָרדירט אַ נוסח פֿון „חנוכּה, אוי חנוכּה‟ אויף ייִדיש.
און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן סיגערס נאָענטער חבֿר און קאָלעגע טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל זינגט דאָס זעלביקע ליד. איידער ער הייבט אָן צו זינגען, רעציטירט ער אַן ענגלישן נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד „אוי איר קליינע ליכטלעך‟.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס איינציקע גאָר־באַקאַנטע חנוכּה־ליד אויף דזשודעזמע איז „אַכט ליכטלעך‟, זענען דאָ צענדליקער אַלטע פֿאָלקסלידער וועגן חנוכּה אין דער ספֿרדישער טראַדיציע, אַ סך מער ווי, למשל, אין דער אַשכּנזישער. אָט שטעלט דזשודי פֿרענקל פֿאָר איר נוסח פֿון איינעם פֿון זיי.
וואָס שייך „אַכט ליכטלעך‟ איז דאָס ליד פֿון פֿלאָרי יאַגאָדאַ גאַנץ פּאָפּולער צווישן דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג און ווערט געזונגען אין אַ סך עפֿנטלעכע שולן אויף די יערלעכע ווינטער־קאָנצערטן. אָט איז גאָר אַ שיינער נוסח פֿון Ocho Kandelikas, וואָס אַ לייענער האָט אַרײַנגעשיקט, אין וועלכן אַ קינדערכאָר פֿון קאָנעטיקאָט שטעלט פֿאָר דאָס ליד.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענען די אַקטיאָרן דוד ראָגאָוו און ריטאַ קאַרין
טרעפֿט, קינדער, וואָסער יום־טובֿ איז דער בעסטער פֿון אַלע ימים־טובֿים?
חנוכּה.
אַכט טעג כּסדר נישט גיין אין חדר, עסן לאַטקעס מיט שמאַלץ, שפּילן אין דריידל און באַקומען פֿון אַלע זײַטן חנוכּה־געלט — נו, באַדאַרף מען נאָך אַ בעסערן יום־טובֿ?
ווינטער. דרויסן איז קאַלט, דער פֿראָסט ברענט מיט סכּנות. די פֿענצטער זענען פֿאַרקאָוועט, באַדעקט מיט שניי, צעמאָלט אויפֿן שענסטן אָרט, און אין שטוב איז וואַרעם — מחיה־נפֿשות. דאָס זילבערנע חנוכּה־לעמפּל שטייט צוגעגרייט נאָך פֿון בײַטאָג. דער טאַטע גייט אום איבער דער שטוב, די הענט אַרונטער, און דאַוונט מעריבֿ. אויסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה, נעמט ער אַרויס פֿון טישקעסטל אַ וועקסן ליכטל (דער שמשׂ), זאָגט „עלינו‟ און מאַכט צו אונדז, צו מיר מיט מײַן ייִנגערן ברודער, מאָטל, אויף לשון־קדוש:
— אי־אָ! שהוא נוטה שמים ויוסד האָרץ … אי־נו־אָ!
איך און מײַן ברודער מאָטל פֿאַרשטייען ניט וואָס ער מיינט. און מיר פֿרעגן אים:
— וואָס? אַ שוועבעלע?
דער טאַטע באַווײַזט מיט דער האַנט אַהין, אין קיך אַרײַן.
— אי־אָ־אָ! ועל כּן נקווה לך … אי־אָ־נו!
— וואָס? אַ קאָלאָדאַטש־מעסער? אַ שערל? דאָס אייבערשטע פֿונעם שטויסל?
— מט־אי־אי־אָ־נו־פֿע! אַמי! אַמי! ביום ההוא יהיה יי אחד ושמו אחד … די מאַמע! רופֿט אַרײַן די מאַמע, לאָז זי גיין הערן בענטשן חנוכּה־ליכטלעך.
איך און מײַן ברודער מאָטל לאָזן זיך לויפֿן ביידע, איינס איבערן אַנדערן.
— מאַמע! גיכער, חנוכּה־ליכטלעך.
— אוי, מכּה איז מיר, חנוכּה־ליכטלעך! — זאָגט די מאַמע און וואַרפֿט אַוועק אַלע אַרבעט אין קיך (מע האָט געקוילעט גענדז, מע פּרעגלט שמאַלץ, מע האָט גערעשטשינעט לאַטקעס) און לאָזט זיך לויפֿן אין שטוב אַרײַן, און נאָך איר — ברײַנע די קעכין, אַ שוואַרצע ייִדענע מיט וואָנצעס, מיט אַ פֿעט פּנים און מיט תּמיד פֿעטע אויסגעשמירטע הענט. די מאַמע שטעלט זיך אַוועק אין אַ זײַט און מאַכט אַ פֿרום פּנים, און ברײַנע די קעכין בלײַבט שטיין בײַ דער טיר, ווישט די הענט אינעם קויטיקן פֿאַרטעך, טוט אַ שמיר מיט דער פֿעטער האַנט איבער דער נאָז פֿון אונטן אַרויף און לאָזט־איבער אַ שוואַרצע צייכן איבערן גאַנצן פּנים. מיר זענען שטאַרקער פֿון אײַזן, איך און מײַן ברודער מאָטל, אַז מיר האַלטן זיך אײַן און שיסן ניט אויס קיין געלעכטער.
דער טאַטע גייט צו מיטן אָנגעצונדענעם שמשׂ צום חנוכּה־לעמפּל, בייגט זיך און מאַכט די ברכה מיטן באַקאַנטן ניגון: „ברוך אַתּה!‟ און לאָזט אויס: „להדליק נר של הנוכּה!‟
די מאַמע ענטפֿערט מיט גרויס יראת־שמים „ברוך הוא ובֿרוך שמו, אָמן‟, און ברײַנע שאָקלט צו מיטן קאָפּ און מאַכט בשעת־מעשׂה אַזעלכע פּיסקעס, אַז איך און מײַן ברודער מאָטל האָבן מורא אַ קוק טון איינעם אויפֿן אַנדערן.
„הנרות הללו שאָנו מדליקין‟… — זינגט דער טאַטע אונטער דער נאָז און שפּאַצירט אַרום הין און צוריק איבערן זאַל, קוקט אויפֿן חנוכּה־לעמפּל, זאָגט און הערט גאָרניט אויף צו זאָגן. מיר וואָלטן וועלן, עס זאָל שוין האָבן אַן עק, ער זאָל זיך שוין נעמען צו דער קעשענע, צום בײַטעלע. מיר ווינקען זיך איבער, שטופּן אונטער איינס דאָס אַנדערע:
— מאָטל, גיי צו, זאָג אים חנוכּה־געלט.
— וואָס עפּעס איך זאָל זאָגן חנוכּה־געלט?
— אַזוי, וואָרעם דו ביסט קלענער, באַדאַרפֿסטו בעטן חנוכּה־געלט.
— טאָמער פֿאַרקערט, דו ביסט עלטער, באַדאַרפֿסטן בעטן חנוכּה־געלט.
דער טאַטע הערט גאַנץ גוט, אַז מיר רעדן פֿון חנוכּה־געלט, נאָר ער מאַכט זיך, ווי ער הערט ניט. שטיל, נישט געכאַפּט, גייט ער צו צום טישקעסטל און ציילט געלט. עס גייט אונדז איבער אַ קליין פֿרעסטל איבערן לײַב, עס ציטערן די הענט, עס קלאַפּט דאָס האַרץ. מיר קוקן אויף דער סטעליע, קראַצן זיך אונטער דער פּאה, מאַכן זיך כּלומרשט קאַלטבלוטיק, גלײַך ווי ניט אונדז מיינט מען. דער טאַטע טוט אַ הוסט..
— הם … קינדער, קומט נאָר אַהער.
— האַ? וואָס איז?
— נאַט אײַך הנוכּה־געלט.
באַקומען אונדזער הנוכּה־געלט, לאָזן מיר זיך גיין, איך און מײַן ברודער מאָטל, פֿריִער פּאַוואָליע, ווי די סטאַטיקעס, און נאָכדעם — גיכער און גיכער, מיט אַ שפּרונג־אונטער און מיט אַ טענצל. און ביז מיר קומען אין אונדזער חדרל אַרײַן קאָנען מיר זיך ניט אײַנהאַלטן, קוליען זיך איבער דרײַ מאָל מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרויף, שפּרינגען אויף אײן פֿוס און זינגען אונטער:
ענגע, בענגע,
סטופּע צענגע,
אַרצע, באַרצע,
גאָלע שוואַרצע,
איימעלע, ריימעלע,
בייגעלע, פֿייגעלע —
האָפּ!
און פֿאַר גרויס שׂמחה און התפּעלות גיבן מיר זיך אַליין צו צוויי פּעטש אין די באַקן.
עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן דער פֿעטער בעני.
— חבֿרה פּלעצל, אײַך קומט חנוכּה־געלט!
דער פֿעטער לייגט אַרײַן די הענט אין זשילעט־קעשענע, נעמט אַרויס צוויי זילבערנע גילדן און גיט אונדז חנוכּה־געלט.
קיינער אין דער וועלט וועט ניט זאָגן, אַז דער טאַטע און דער פֿעטער בעני זענען ברידער. דער טאַטע — אַ הויכער, אַ דאַרער; דער פֿעטער בעני — אַ קורצער, אַ גראָבער; דער טאַטע — אַ שוואַרצער, פֿעטער בעני — אַ געלער; דער טאַטע — אַ מרה־שחורהדיקער, אַ שווײַגער, דער פֿעטער בעני — אַ פֿריילעכער, אַ רעדנער. טאָג מיט נאַכט, זומער און ווינטער — און דאָך אײגענע ברידער.
דער טאַטע נעמט אַ גרויסן בויגן פּאַפּיר צעווירעט אויף קעסטעלעך, שוואַרצע און ווײַסע — הייסט אַרײַנטראָגן פֿון קיך פֿאַסאָליעס, שוואַרצע און ווײַסע, דאָס וועט זײַן אַ דאָמינאָ.
די מאַמע איז אין קיך, פּרעגלט שמאַלץ און באַקט לאַטקעס. איך מיט מײַן ברודער מאָטל שפּילן אין דריידל: נס גדול היה שם, און דער טאַטע מיטן פֿעטער בענין זעצן זיך אַוועק שפּילן אין דאָמינאָ. — איין זאַך וועל איך דיך בעטן, בעני, — בלא חרטה ובלא דרעה, דאָס הייסט: אַ גאַנג זאָל זײַן אַ גאַנג! — זאָגט דער טאַטע.
— אַ גאַנג איז אַ גאַנג. — זאָגט דער פֿעטער בעני און גייט אַ גאַנג.
— אַ גאַנג איז אַ גאַנג. — זאָגט דער טאַטע און שלאָגט אָפּ דעם פֿעטער בעניס אַ ציגל.
— אַ גאַנג איז אַ גאַנג. — זאָגט דער פֿעטער בעני און שלאָגט אָפּ דעם טאַטנס צוויי ציגעלעך.
וואָס ווײַטער־ווײַטער לאָזן זיי זיך אַרײַן אין דעם שפּיל אַלץ טיפֿער, קײַען בשעת־מעשׂה די בערד, טרייסלען מיט די פֿיס אונטערן טיש און זינגען שטילערהייט ביידע איין לידל.
— אוי וואָס טוט מען, וואָס טוט מען! — זינגט דער טאַטע מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא און קײַט איין עק באָרד. — זאָל איך גיין אַהער? — וועט ער גיין אַהין. וועל איך גיין אַהין? — וועט ער גיין אַהער. באַדאַרף מען בעסער גיין אַזאַ מין גאַנג!
— אַזאַ מין גאַנג, אַזאַ מין גאַנג! — העלפֿט אים אונטער דער פֿעטער בעני מיטן זעלבן נוסח.
— וואָס זשע באַדאַרף איך מורא האָבן? — זינגט דער טאַטע ווײַטער. טאָמער שלאָגט ער מיר אָפּ יענעם ציגל? וועל איך בײַ אים צונעמען צוויי ציגלעך. אײַ, וואָס? טאָמער מיינט ער מיר שלאָגן דרײַ ציגלעך?
— דרײַ ציגלעך, דרײַ ציגלעך, דרײַ ציגלעך… — העלפֿט אים אונטער דער פֿעטער בעני מיטן זעלבן נוסח.
— אוי, ביסטו אַ טיפּש און אַ גרויסער! — זינגט דער טאַטע און גייט אַ גאַנג.
— ביסט אַליין אַ טיפּש, מײַן ברודער, און נאָך אַ גרעסערער! — זיגנט דער פֿעטער בעני און גייט אַ גאַנג און פֿאַרכאַכט זיך באַלד צוריק.
— פֿע, בעני, מיר האָבן דאָך גערעדט, אַ גאַנג איז אַ גאַנג! — זאָגט דער טאַטע שוין אָן אַ ניגון און כאַפּט דעם פֿעטער בעני פֿאַר דער האַנט.
— אַ גוטער משל! — זאָגט דער פֿעטער בעני. — כּל־זמן איך האַלט אין מיטן אַ גאַנג מעג איך מיר גיין וווּהין איך וויל.
— ניין! — זאָגט דער טאַטע. — אַ גאַנג איז פֿאַרפֿאַלן! מיר האָבן דאָס עפּעס געשמועסט, בעני, בלא חרטה, בעני, בלא דרעה!
— חרטה? — זאָגט דער פֿעטער בעני. — וויפֿל מאָל מאַכט זיך, אַז דו האָסט חרטה?
— איך? — זאָגט דער טאַטע. — ע, בעני, דערפֿאַר האָב איך דאָך פֿײַנט מיט דיר צו שפּילן אין דאָמינאָ!
— ווער זשע נויט דיך, זאָלסט מיט מיר שפּילן?
— שוין? מע קריגט זיך שוין איבער אַ פֿאַסאָלקעלע? — רופֿט זיך אָן די מאַמע פֿון קיך מיט אַ פֿאַרפֿלאַמט פּנים, און נאָך איר — ברײַנע מיט אַ גרויסן פּאַלומעסיק מיט הייסע לאַטקעס מיט שמאַלץ. פֿון די לאַטקעס זעצט אַ פּאַרע. אַלע לאָזן זיך צום טיש. איך און מײַן ברודער מאָטל, וואָס האָבן זיך פֿריִער אַביסל געקריגט, געריסן ווי די קעץ, בעטן זיך איצט איבער, ווערן שלום און זעצן זיך צו די לאַטקעס מיט גרויס כּוונה.
בײַנאַכט אויפֿן געלעגער ליג איך און טראַכט: וויפֿל קאָן זיך, אַ שטייגער, בײַ מיר צונויפֿקלײַבן, אַז אַלע פֿעטערס מיט אַלע מומעס מיט אַלע קרובֿים וועלן מיר געבן חנוכּה־געלט? ראשית חכמה, דער פֿעטער משה־אַהרן, דער מאַמעס ברודער, אַפֿילו זייער אַ קאַרגער, נאָר אַ נגיד. נאָכדעם דער פֿעטער איצי און די מומע דבֿורה, וואָס דער טאַטע און די מאַמע זענען מיט זיי ברוגז שוין פֿון כּמה וכּמה יאָרן. הײַנט דער פֿעטער בייניש און די מומע יענטע? הײַנט וווּ איז אונדזער שוועסטער איידל? און איר מאַן שלום־זיידל? און אַלע איבעריקע קרובֿים?
— מאָטל, דו שלאָפֿסט?
— יאָ, וואָס איז דען?
— וויפֿל מיינסטו וועט אונדז געבן דער פֿעטער משה־אַהרן חנוכּה־געלט?
— פֿון וואַנען זאָל איך וויסן? איך בין דען אַ נבֿיא?
אין אַ מינוט אַרום:
— מאָטל, דו שלאָפֿסט?
— יאָ, וואָס איז דען?
— ווי באַלד דו שלאָפֿסט, הײַנט ווי אַזוי רעדסטו מיט מיר?
— דו פֿרעגסט דאָך מיך, מוז איך דיר ענטפֿערן.
אין דרײַ מינוט אַרום:
— מאָטל, דו שלאָפֿסט?
—טססס — טררר — כילכילכיל — טססס…
מאָטל כראָפּעט, כאָרכלט, פֿײַפֿט מיט דער נאָז, און איך זעץ מיך אויף אויף מײַן בעטל, נעם אַרויס מײַן קערבל, גלעט דאָס, באַטראַכט דאָס.
„דאַכט זיך, וואָס?‟ — טראַכט איך מיר. — אַ שטיקל פּאַפּיר, און וואָס קאָן מען דערפֿאַר ניט קויפֿן? צאַצקעס, מעסערלעך, שטעקעלעך, בײַטעלעך, ניס און קאָנפֿעקטן, און ראָזשינקעס, און באָקסערן, און וואָס ניט?‟
איך באַהאַלט דאָס קערבל צוקאָפּנס אונטערן קישן און לייען אָפּ קריאַת־שמע. ס׳קומט אַרײַן ברײַנע פֿון קיך מיט אַ פֿולן פּאַלומעסיק מיט קערבלעך … ברײַנע גייט ניט, נאָר זי שוועבט אין דער לופֿטן, זינגט „הנרות הללו שאָנו מדליקין‟, און מאָטל שלינגט קערבלעך, ווי די האַלעשקעס. „מאָטל! — שרײַ איך מיט אַלע כּוחות. — גאָט איז מיט דיר, מאָטל, וואָס טוסטו? קערבלעך? …
איך כאַפּ זיך אויף און שפּײַ אויס דרײַ מאָל: „טפֿו־טפֿו־טפֿו — אַ חלום!‟
און ווער אַנטשלאָפֿן.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס חנוכּה איז שטענדיק געווען אַ באַליבטער יום־טובֿ בײַ ייִדן, זענען כּמעט אַלע באַקאַנטע חנוכּה־לידער, בפֿרט די אויף ייִדיש, אָנגעשריבן געוואָרן אין אַמעריקע אין די לעצטע 100 יאָר.
דאָס באַקאַנטסטע חנוכּה־ליד פֿון זיי אַלע, „איך בין אַ קליינער דריידל‟, איז געוואָרן ברייט באַקאַנט אויף ענגליש אין אַמעריקע ווי I Have A Little Dreidel. כאָטש קיינער קען עס ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, זעט עס אויס אַז מיכל געלבאַרטס ייִדישן נוסח האָט מען פּשוט צוגעגנבֿעט און פֿאַרוואַנדלט אינעם ענגלישן ליד. די צוויי לידער זענען זייער ענלעך, כאָטש אין געלבערטס ייִדישן אָריגינאַל זינגט דאָס דריידל אַליין וועגן זיך און עס איז געמאַכט פֿון בלײַ. אינעם ענגלישן נוסח מאַכט אַ ייִנגל אַ דריידל פֿון לײם (clay), עפּעס וואָס האָט נישט קיין זינען אָבער וואָס גראַמט זיך יאָ מיטן ענגלישן וואָרט play.
אָט קענט איר הערן ווי דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ זינגט דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט.
vo3sYVSw
און אָט זינגט לאָרי כּהן־סײַמאַן אַ מער טראַדיציאָנעלן נוסח פֿונעם ליד באַגלייט מיט איר קאַפּעליע.
נאָך אַ ייִדיש ליד לכּבֿוד חנוכּה, וואָס איז ברייט באַקאַנט אויף ענגליש (ווי אויך אין ישׂראל אויף העברעיִש) איז „חנוכּה אוי חנוכּה‟. אָט איז אַ פּרעכטיקער נוסח, אין וועלכן טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל זינגט עס אויף אַלע דרײַ שפּראַכן.
און אָט איז אַ פֿילם, אין וועלכן ליפּא שמעלצער זינגט דאָס ליד פֿאַר אַן עולם אין זײַן פּאָפּולערן חסידישן סטיל.
איינס פֿון די עלטסטע חנוכּה־לידער וואָס מע זינגט אין אַמעריקע איז „מי ימלל‟, וואָס די פֿאָלק־קאַפּעליע The Weavers, בראָש מיט פּיט סיגער, האָט רעקאָרדירט אין די 1950ער יאָרן:
כאָטש עס איז ניט ברייט באַקאַנט, קען מען דאָס ליד אויך הערן אויף ייִדיש. הערט ווי לאָרי כּהן־סײַמאַן זינגט איר נוסח פֿון „ווער קען דערציילן‟ פֿון איר אַלבאָם „חנוכּה איז פֿריילעך‟.
איינס פֿון די שענסטע ייִדישע לידער וועגן חנוכּה איז דווקא אַ טרויעריקס. מאָריס ראָזענפֿעלדס „אָ איר קליינע ליכטעלעך‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט, גיט אַ טרויעריקן בליק אויף דער ייִדישער צוקונפֿט און טאַדלט די ייִדן מחמת זיי האָבן ניט קיין מאַכט און ניט קיין לאַנד. דאָס כּמו־ציוניסטישע ליד שיידט זיך אונטער מיט זײַן פּעסימיסטישן טאָן. אָט זינגט עס לאָרי כּהן־סײַמאַן.
נאָך אַ שיין ליד איז אַבֿרהם רייזענס „ברך אַתּה זינגט דער טאַטע‟, אין וועלכן אַ ייִד דערמאָנט זיך אין זײַן פֿאָטער בעת ער צינדט די ליכט. אָט קענט איר הערן זייער אַ שיינעם נוסח געזונגען דורכן Peace of Heart Choir.
אַ סך לעבעדיקער איז משה אוישערס ענערגעטישע „דריי דריידעלע‟. דאָס אָפּטימיסטישע ליד, אין וועלכן ער מוטיקט די צוהערער זיך צו שטאָלצירן מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם, איז ספּעציעל מערקירוודיק צוליב דעם וואָס ער האָט עס אָנגעשריבן און רעקאָרדירט ניט לאַנג נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. הײַנט זינגען אַ סך קלעזמאָרים דאָס ליד אָבער קיינער פֿון זיי קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט אוישערס נוסח.
די אַלטע טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לידער ווערן אָפּגעהיט אין דער חסידישער וועלט. אָט קענט איר הערן אַ פּאָר פֿונעם מונקאַטשער כאָר:
אויף ענגליש זענען דאָ אומצאָליקע חנוכּה־לידער. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען, צום באַדויערן, גאַנץ שוואַך. אַ פּאָר שטעלן מיט זיך אָבער פֿאָר אַ שיינעם סינטעז פֿון די אַמעריקאַנער און ייִדישע קולטורן. דאָס באַקאַנטסטע פֿון אַזעלכע לידער, וואָס בינדט צונויף חנוכּה מיטן קלאַנג פֿון די 1960ער יאָרן, איז Light One Candle פֿון „פּיטער, פּאָול און מערי‟:
דער אַמעריקאַנער פֿאָלק־זינגער וווּדי גאָטרי האָט געשריבן צענדליקער לידער אויף ייִדישע טעמעס, צווישן זיי — אַ פּאָר וועגן חנוכּה. ס׳רובֿ פֿון די לידער זענען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן ביז „די קלעזמאַטיקס‟ האָבן אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם אויפֿן סמך פֿון זײַנע חנוכּה־לידער. גאָטרי האָט געהאַט צוויי נאָענטע פֿאַרבינדונגען צו דער ייִדישער ליטעראַטור. ערשטנס איז זײַן שוויגער געווען די פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט, מיט וועמען ער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט. צווייטנס איז זײַן חבֿר און דער מענטש, וואָס האָט פּראָדוצירט אַ סך פֿון זײַנע רעקאָרדירונגען געווען מאָ אַש, דער זון פֿונעם שרײַבער שלום אַש.
אָט קענט איר זען, ווי אַזוי די „קלעזמאַטיקס‟ האָבן פֿאָרגעשטעלט וווּדי גאָטריס ליד „חנוכּה־געלט‟ אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Late Night with Conan O’Brien.
נאָך אַ גאָר טשיקאַווע חנוכּה־ליד פֿון וווּדי גאָטרי איז זײַן באַלאַדע The Many and the Few, וואָס גיט איבער אויף זײַן פֿאָלקישן שטייגער די געשיכטע פֿון חנוכּה. להיפּוך צו ס׳רובֿ חנוכּה־לידער, וואָס מײַדן אויס די עכטע בלוטיקע געשעענישן פֿונעם יום־טובֿ, דערקלערט גאָטרי פּרטימדיק די געשיכטע פֿון די חשמונאָים. טשיקאַווע איז צו באַמערקן, וואָס דער ליבעראַלער זינגער איז דווקא מסכּים אינעם ליד מיט די אַמאָליקע ייִדישע קנאָים:
און אַזוי זינגען עס „די קלעזמאַטיקס‟:
אַ רשימה פֿון חנוכּה־לידער מוז שוין אויך דערמאָנען פֿלאָרי יאַגאָדאַס Ocho Kandelikas (אַכט ליכטעלעך). אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון באָסניע, שרײַבט זי נײַע „פֿאָלקס־לידער‟ אויף איר מוטערשפּראַך דזשודעזמאָ. דאָס ליד האָט זי אָנגעשריבן אין 1983 און עס איז אין גיכן געוואָרן פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט:
די לידער פֿונעם באַקאַנטן מחבר, ר׳ יום־טובֿ עהרליך, זענען עד־היום פּאָפּולער בײַ די חסידים — אַפֿילו בײַ די ייִנגערע, וואָס עס איז זיי שווער צו פֿאַרשטיין זײַן ליטווישן ייִדיש. דערצו איז זײַן מוזיקאַלישער סטיל פֿון נעמען די מעלאָדיעס פֿון רוסישע פֿאָלקסלידער און זיי שפּילן אויף אַן אַקאָרדעאָן הײַנט זייער אַלטמאָדיש. פֿון דעסט וועגן, שטערט דאָס נישט זײַן פּאָפּולאַריטעט דאָ אין אַמעריקע.
מיט זײַן זאַפֿטיקן ייִדיש און אימאַזשן וואָס שטאַמען סײַ פֿון תּנ׳׳ך, סײַ פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור און פּאָפּולערער קולטור, איז עהרליך אָן קיין שום ספֿק דער גדול־הדור פֿון די פֿרומע נאָך־מלחמהדיקע מחברים פֿון זינגלידער. זײַנע לידער, בסך־הכּל איבער 450, נעמען אַרײַן פֿילצאָליקע זשאַנערס און באַהאַנדלען אַ ברייטע גאַמע טעמעס אויף אַזאַ גרויסן פֿאַרנעם, אַז די איינציקע ייִדישע מחברים פֿון זינגלידער וואָס קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט אים זענען מאַרק וואַרשאַווסקי און מרדכי געבירטיג (ס׳איז קלאָר, אַז ער איז געווען באַקאַנט מיט ביידע פֿון זייערע לידער).
כּדי צו ברענגען די רײַכקייט פֿון יום־טובֿ עהרליך צו די יונגע דורות חסידים זינגען אַ סך הײַנטיקע זינגער זײַנע לידער. מע זעצט איבער זײַנע לידער אויף ענגליש און העברעיִש און מע זינגט זײַנע לידער מיטן „הײמישן‟ דרומדיקן אַרויסרייד וואָס ווערט הײַנט כּמעט דער אוניווערסאַלער אַרויסרייד אויף דער אַמעריקאַנער חסידישער גאַס. דערצו שאַפֿט מען נײַע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן זײַנע ווערטער, וואָס פּאַסן זיך בעסער צו צום געשמאַק פֿונעם הײַנטיקן חסידישן עולם.
אויבן קען מען, למשל, הערן ווי יואלי פֿאַלקאָוויטש שטעלט פֿאָר זײַן פּרעכטיקן נוסח פֿון עהרליכס „די נאַטור‟, באַגלייט פֿון אַ גרויסן אָרקעסטער דיריגירט פֿון אַבֿרומי בערקאָ.
און אונטן קען מען הערן ווי ר׳ יום־טובֿ עהרליך האָט אַליין געזונגען דאָס ליד:
אָט קען מען הערן ווי דער פּאָפּולערער ליובאַוויטשער זינגער אַבֿרהם פֿריד שטעלט פֿאָר דאָס ליד ווי אַ טאַנגאָ:
מע קען, דרך־אַגבֿ, זיך צוהערן צו כּמעט אַלע לידער פֿון יום־טובֿ עהרליך אָט דאָ.
אַ דאַנק דעם נײַעם בוך פֿון דוד פֿישמאַן וועגן „דער פּאַפּירענער בריגאַדע‟, די געהיימע גרופּע ייִדן וואָס האָט געראַטעוועט הונדערטער טויזנטער דאָקומענטן פֿון די נאַציס און זיי פֿאַרבאַהאַלטן אין דער ווילנער געטאָ, איז דער נאָמען שמערקע קאַטשערגינסקי הײַנט בעסער באַקאַנט דעם ברייטן עולם.
אַחוץ זײַן צײַט ווי אַ פּאַרטיזאַן און אַן אָנפֿירער פֿון דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ איז קאַטשערגינסקי געווען צווישן די סאַמע וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון די לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן. פֿאַר דער מלחמה איז ער אויך געווען אַ מיטגליד פֿון „יונג־ווילנע‟. להיפּוך צו זײַן נאָענטן חבֿר אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז בעצם געווען אומפּאָליטיש, איז קאַטשערגינסקי געווען אַ לעבנס־לאַנגער פּאָליטישער אַקטיוויסט. אין די אָנהייב 1930ער יאָרן האָט ער געשמאַכט עטלעכע יאָר אין תּפֿיסה צוליב זײַנע פּאָליטישע טעטיקייטן. זיצנדיק אין תּפֿיסה האָט ער אָנגעשריבן דאָס ליד „באַריקאַדן‟ (טאַטעס, מאַמעס, קינדערלעך…), וואָס שילדערט ווי אַ גרופּע ייִדישע אַרבעטער און זייערע קינדער שלאָגן זיך אין די גאַסן מיט דער פּאָליציי. כאָטש דאָס ליד איז געווען זייער פּאָפּולער פֿאַר דער מלחמה איז עס כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן ביז די „קלעזמאַטיקס‟ האָט עס אַרײַנגענומען אין איר רעפּערטואַר. אויבן קען מען זען ווי די קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין ניו־יאָרק, באַגלייט פֿון אַ כאָר.
און אָט קען מען הערן ווי קאַטשערגינסקי אַליין זינגט דאָס ליד בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרשער בען סטאָנהיל.
יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס איז די וואָך געבוירן געוואָרן מיט 115 יאָר צוריק, איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק. ער איז אָבער אויך געווען אַ באַגאַבטער רעדנער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט מענטשן מיט זײַנע אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, וויצן און אַנעקדאָטן (און זייער אָפֿט אַ געמיש פֿון אַלע דרײַ) אויף ייִדיש און ענגליש.
אין 1978 האָט באַשעוויס־זינגער גערעדט אויף ייִדיש פֿאַר אַ ריזיקן עולם, וואָס איז געקומען אים באַגריסן לכּבֿוד זײַן באַקומען דעם „נאָבל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור. אין דער רעדע, וואָס די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־נעץ „קול־ישׂראל‟ האָט דערנאָך טראַנסמיטירט מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿון אפֿרים שעדלעצקי, דערקלערט באַשעוויס־זינגער פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף ייִדיש. ער מאַכט אויך חוזק פֿון די, וואָס ווילן, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ וואָרט אויף „אַלץ‟. ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זײַן געשמאַקן וואַרשעווער לשון, עפּעס וואָס מע הערט ניט קיין סך הײַנט צו טאָג.
דניאל קאַהן איז באַרימט פֿאַר זײַן קלעזמער־, „פּאָנק‟־ און „ראָק‟־מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש, דײַטש און רוסיש. כאָטש ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, ווי אויך אַ געראָטענער מחבר פֿון זײַנע אייגענע לידער, באַשטייט זײַן ספּעציעל גאונות אין זײַן פֿעיִקייט איבערצוזעצן לידער פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען זיי נאָך אַלץ זינגען.
לויט מײַן מיינונג איז ער, באַנאַנד מיט זײַן מענטאָר טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל, דער סאַמע געראָטנסטער שאַפֿער פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע זינגלידער. עס גייט די רייד ניט בלויז וועגן די ווערטער, נאָר אויך וועגן די נאָטן צו די לידער, וואָס ער מאָדערניזירט אויף אַזאַ אופֿן, אַז גאָר אַלטע לידער קלינגען בײַ אים נײַ אָן צו קלינגען געקינצלט אָדער אַנאַכראָניסטיש.
אויבן קען מען זען ווי ער זינגט זײַן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דעם מילנערס טרערן‟ באַגלייט פֿון זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל‟. אין קאַהנס געזאַנג הערט מען ניט בלויז די יסורים פֿון אַ ייִדישן מילנער אין צאַרישן רוסלאַנד, נאָר עס הילכן אויך אָפּ אין דער איבערזעצונג אַ דאַנק דער השפּעה פֿון ברוס ספּרינסטין די ליידן פֿון די מענטשן אין קאַהנס היימשטאָט דעטרויט און אַנדערע ערטער אינעם „פֿאַרזשאַווערטן פּאַס‟ פֿון אַמעריקע, וווּ די גלאָבאַליזאַציע האָט איבערגעלאָזט מיליאָנען מענטשן אָן אַרבעט.
אַ מער ראַפֿינירטער סטודיאָ־נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:
אין 2014 האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ געמאַכט אַן אינטערוויו מיט יצחק לודען ז׳׳ל. ווי יעדער איינער וואָס האָט גערעדט מיט לודענען וועגן זײַן יונגט, האָט זי געהערט זײַנע לעבעדיקע זכרונות פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟, די בונדיסטישע לערן־אַנשטאַלט פֿאַר אָרעמע קינדער, וואָס ער באַצייכנט אינעם אינטערוויו ווי דער „דימענט‟ פֿונעם ייִדישיסטישן דערציִונגס־וועזן. אינעם אינטערוויו דערציילט לודען ווי אַזוי די „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ האָט געווירקט אויף זײַן גאַנץ לעבן.
די קינדער פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ זענען געווען באַרימט פֿאַר זייערע לידער, סקיצן און פּאַראָדיעס. אויבן זינגט לודען אַ פּאָר פֿון די פּאַראָדישע לידער, וואָס די קינדער פֿלעגן דאָרטן זינגען, אַרײַנגערעכנט איינע, אין וועלכן די קינדער מאַכן חוזק פֿון דער סאַנאַטאָריעס מעטעאָראָלאָגישער סטאַנציע ביז מע הערט אַ דונער.
נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ אין 1942 האָבן די קינדער וואָס האָבן זיך אַמאָל געלערנט אין דעם אַנשטאַלט געשטרעבט אים צו פֿאַראייביקן. צווישן זייערע אויפֿטוען איז געווען דאָס ריזיקע יזכּור־בוך, וואָס לודען האָט געהאָלפֿן צוגרייטן צום דרוק.
דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער מיכאל שניצלער האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם אַלבאָם „מימיני מיכאל‟. צווישן די לידער אויפֿן אַלבאָם איז דאָס ליד „באָכע באָכע באָכע‟, אָנגעשריבן פֿון ליפּא שמעלצער, אפֿשר דער גרעסטער שלאַגער ביז אַהער. דאָס ליד, מיט אַ פֿאַרכּישופֿדיקן ריטעם וואָס האָט וואָרצלען סײַ אין דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק, סײַ אין דער הײַנטיקער „ראָק‟־מוזיק, ווערט באַטראַכט ווי אַ טאַנצשלאַגער בײַ חסידישע בחורים און יונגעלייט. אויבן קען מען זען ווי ליפּא שמעלצער האָט געזונגען דאָס ליד אויף אַ חתונה מיטן „שירה‟־כאָר.
און אָט קען מען זען ווי מע טאַנצט צום ריטעם פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.
בונדיסטן איבער דער וועלט האָבן לעצטנס געפּראַוועט 120 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון זייער באַוועגונג. אין ס׳רובֿ ייִדישע ייִשובֿים האָבן די פֿײַערונגען כּמעט אויסשליסלעך פֿאָקוסירט אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט. אין מעלבורן, אָבער, וווּ עס געפֿינט זיך אַן אַקטיווע בונדיסטישע קהילה מיט אַ טאָגשול, אַ ביבליאָטעק און רײַכע קולטורעלע פּראָגראַמען, איז די פֿײַערונג געווען אַ באַווײַז, אַז די טראַדיציעס פֿון דער באַוועגונג ציִען זיך דאָרטן ווײַטער צום ייִנגערן דור.
ווי אַ טייל פֿון אָט דער פֿײַערונג האָבן דודי רינגלבלום און זײַן זון הלל פֿאָרגעלייענט חנה ראָזענפֿאַרבס רירנדיק ליד וועגן דער ראָלע וואָס דער „בונד‟ האָט געשפּילט אין איר משפּחה־געשיכטע און ווי אַזוי די באַוועגונג האָט געווירקט אויף איר לעבן בכלל.
לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט טעדי שוואַרץ, וואָס האָט איבערגעזעצט אַ ריי באַקאַנטע אַמעריקאַנער לידער, צװישן זיי: דעם דאָזיקן פּרעכטיקן נוסח פֿון „אַלטער דאָנאַלד‟. לזכר איר אָנדענק ברענגען מיר אײַך דעם ווידעאָ װי די יונגע זינגערין טעמע שעכטער שטעלט פֿאָר דאָס ליד.
יעדע שפּראַך האָט באַזונדערע קלאַנגען, וואָס עס מאַכן כּלומרשט די בעלי־חיים. אויף ענגליש זאָגט אַ הונט, למשל, woof און אויף ייִדיש ־ „האַווקע‟. איין אופֿן, ווי אַזוי מע לערנט די קינדער צו דערקענען געוויסע קלאַנגען פֿון חיות, איז דורך געזאַנג.
אין אַמעריקע איז דאָס באַקאַנטסטע ליד פֿון אַזאַ סאָרט Old Macdonald. עס דערציילט וועגן אַן אַלטן פֿאַרמער, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ריי בעלי־חיים אויף דער פֿאַרם. בעת דאָס ליד רעכנט אויס די פֿאַרשידענע באַשעפֿענישן אויף דער פֿאַרם, לערנען זיך די קינדער די קלאַנגען, וואָס עס מאַכן די חיות.
אין טעדי שוואַרצס קאָמישן ייִדישן נוסח קען מען הערן ווי עס וואָלט געקלונגען די חיות אויף דער פֿאַרם, ווען זיי וואָלטן אַלע גערעדט ייִדיש. איין אויסנאַם: אינעם ייִדישן נוסח פֿאַרמאָגט דער פֿאַרמער, חלילה, ניט קיין חזיר, אַזוי ווי אינעם אָריגינעלן נוסח.
אָט זינגט טעמע־ליבע שעכטער. אויף דער פּיאַנע — בנימין שעכטער
פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכטע פֿילמען, וואָס מע שאַפֿט כּדי זיי צו ווײַזן אויף פֿאַרשידענע באַנקעטן און גאַלאַס לטובֿת די חסידישע ווויל־טעטיקע אָרגאַניזאַציעס, זענען שוין פֿון לאַנג זייער פּאָפּולער. אין אָט די פֿילמען זעט מען געוויינטלעך ווי אַן ערלעכער ייִד לײַדט פֿון עפּעס אַ פּראָבלעם און ווי אַזוי די אָרגאַניזאַציע, פֿאַר וועמען די צוקוקער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט כּדי צו שאַפֿן געלט, העלפֿט אים אַרויס.
אַזוי ווי אַ סך חסידישע פֿילמען (ווי אויך די ייִדישע פֿילמען וואָס מע האָט געשאַפֿן פֿאַר די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע), זענען די פּרעזענטאַציע־פֿילמען איבער דער מאָס וואָס שייך זייער עמאָציאָנעלקייט (דאָס הייסט אויף ייִנגליש: „שמאַלצי‟). נאָר די חסידישע צוקוקער זענען אָפֿט פֿון זיי דווקא טיף גערירט.
אינעם דאָזיקן פֿילם, אָנגעשריבן און רעזשיסירט דורך שלמה פּערל, פּרובירט אַן ערלעכער זעצער חנינה זיך אַן עצה צו געבן נאָך דעם וואָס מע זאָגט אים אָפּ. ער קען אָבער ליידער ניט באַצאָלן פֿאַר זײַנע טאָג־טעגלעכע באַדאַרפֿענישן ביז אַ יונגערמאַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „רבֿ חסיד‟ העלפֿט אים בסוד אַרויס.