Oyneg Shabes

דער גבֿית־עדות פֿון לעאָן דזשייקאָבס

The Testimony of Leon Jacobs

נישט גענוג גבֿית־עדותן פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה האָט מען פֿאַרשריבן אויף ייִדיש. צו אָפֿט הערט מען ווי די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן מוטשען זיך צו דערציילן זייערע איבערלעבונגען אויף אַ שלעכטן ענגליש אָדער עבֿריתּ, אויפֿן אָרט פֿון אַ היימישן ייִדיש.

דער טראַנסילוואַנער ייִד, לעאָן דזשייקאָבס, האָט, פֿאַר זײַן שיל, מסכּים געווען צו דערציילן זײַנע זכרונות, און דערמיט האָט מען אויפֿגעכאַפּט אַ געוואַלדיקן אוצר פֿון שפּראַך און געשיכטע, כאָטש דאָס וואָס ער דערציילט איז אַזוי שרעקלעך און גרויליק. זײַן גבֿית־עדות האָט מען אײַנגעטיילט אין פֿיר עפּיזאָדן, און מיר ברענגען אײַך דעם ערשטן עפּיזאָד.

די אַנדערע דרײַ טיילן קען מע זען אויף „יו־טוב‟ —

צווייטער טייל: http://www.youtube.com/watch?v=TdzB3ORSngE

דריטער טייל: http://www.youtube.com/watch?v=V7hSQoxmPEQ

פֿערטער טייל: http://www.youtube.com/watch?v=iZskjk0FNg4


ליד: אַ חזן אויף שבת

Song: A Cantor for the Sabbath

אין די איצטיקע יום־טובֿדיקע טעג וועט מען אין אַ סך שילן אָנשטעלן אַ חזן, און דאָס וועט אפֿשר זײַן דאָס איינציקע מאָל במשך פֿונעם גאַנצן יאָר, וואָס דער מנין וועט הערן אַ טרענירטן חזן. דאָס ליד — „אַ חזן אויף שבת‟ — מאַכט חוזק פֿון די אַלע „מבֿינים‟ פֿון חזנות אין שטעטל. ס‘איז געוואָרן אַ באַליבט ליד אינעם חזנישן רעפּערטואַר.

עס זינגט דער גרויסער זינגער און חזן מישאַ אַלעקסאַנדראָוויטש. זײַן קאָמפּאַקטל הייסט: „און דאָך זינג איך‟.


וויצן צום נײַעם יאָר

Jokes for the New Year

אַ גרױסער בעל־צדקה

אַ ייִד אַ נגיד, װאָס איז אַמאָל אין דער יוגנט געװען אַ שטיקל בעל־תּפֿילה, האָט אײן מאָל מנדבֿ געװען צו דאַװנען מוסף פֿאַרן עולם. נאָכן דאַװנען רופֿט זיך אײנער אָפּ:

„הערט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. אונדזער הײַנטיקער בעל־מוסף איז באמת אַ גרױסער בעל־צדקה. איטלעכער גיט װען ער קען; ער, אָבער, קען נישט, פֿון דעסטװעגן גיט ער אַ נדבֿה.

Read more


אלישבֿע־רחל טײלאָר

Elisheva Rokhl Taylor

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

עליזאַבעט טײלאָר, 1950

די באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטריסע, עליזאַבעט טיילאָר, האָט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע ייִדישע געשיכטע. נישט אַלע ווייסן, אַז זי האָט שטאַרק ליב געהאַט דאָס ייִדישע פֿאָלק און מדינת־ישׂראל.

געבױרן איז עליזאַבעט־ראָוזמאָנד טײלאָר אין לאָנדאָן, אין יאָר 1932, אין אַ משפּחה פֿון אַמעריקאַנער אַקטיאָרן, און איז דערצױגן געװאָרן אין אַ טראַדיציאָנעלן „קריסטלעכן גײַסט‟. אין 1959 האָט עליזאַבעט טײלאָר זיך מגייר געװען און גענומען דעם ייִדישן נאָמען אלישבֿע־רחל. װאָס איז געווען די סיבה צו אַזאַ גורלדיקן טראָט, איז הײַנט שױן שװער צו װיסן. אײניקע האַלטן, אַז זי האָט עס געטאָן צוליב דער גרױסער ליבע צו אירע ייִדישע מענער; די אַנדערע מײנען, אַז דאָס איז געשען בעת איר אַרבעט איבער דער ראָלע פֿון אַ ייִדיש מײדל אינעם פֿילם „אײַװענהאָ‟, לױט װאַלטער סקאָטס אַװאַנטוריסטישן ראָמאַן. אַזױ צי אַנדערש, נאָר עליזאַבעט־ראָוזמאָנד איז געװאָרן אלישבֿע־רחל, און איר נײַע, ייִדישע נשמה איז געװאָרן אַ װעגװײַזער ביזן לעצטן טאָג פֿון איר לעבן. די איצטיקע באַרימטע האָליװוּדער שמדניקעס, געװעזענע ייִדן, האָבן ניט ליב צו רעדן װעגן עליזאַבעט־ראָוזמאָנדס טאַט און װעגן אלישבֿע־רחלס מסירת־נפֿשדיקער ליבע צום ייִדישן פֿאָלק בכלל און צו מדינת־ישׂראל בפֿרט. זי האָט ניט נאָר שײן גערעדט, זי האָט שײן געטאָן.

Read more


אַ מעשׂה מיט אַ מלמד און מיט דרײַ חכמות

A Teacher and Three Bits of Wisdom

Max Gershman

אַ מלמד איז אין דער הײם געשװאָלן געװאָרן פֿאַר הונגער. לאָזט ער זיך אין דער װעלט אַרײַן זוכן אַ קנעלונג. אַװעק אַ ביסל צײַט, קלײַבט ער זיך שרײַבן אַ בריװ אַהײם. איז ער זיך אָבער מישבֿ, אַז אָן געלט איז קײן יום־טובֿ ניט. ווען ער האָט פֿאַרדינט עטלעכע רובל, איז ביז װאַנען ער האָט זיך צוגעקליבן שרײַבן אַהײם פֿלעגט דאָס געלט אַװעק.

אַ חודש נאָך אַ חודש, אַ יאָר נאָך אַ יאָר. אָט אַזױ איז דורכגעגאַנגען 7 יאָר. צום סוף האָט אים אָפּגעגליקט: דער אײבערשטער האָט אים צוגעשיקט פּרנסה דרײַ טױזנט רובל. מיט אַזױ פֿיל געלט, לאָזט ער זיך גלײַך אַהײם. דעם װײַב האָט ער וועגן דעם ניט געשריבן.

Read more


צוויי לידער פֿון פּרץ מאַרקיש

Two Poems by Peretz Markish

יענע וואָך האָט די ייִדישע קולטור־וועלט אָפּגעגעבן כּבֿוד די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, וועלכע זענען אומגעקומען דעם 12טן אויגוסט 1952, און בכלל, דער צעשטערטער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור פֿון יענער תּקופֿה.

פֿאַר אַ יאָרן האָט „דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟ אין ניו־יאָרק בײַ זײַן הזכּרה געוויזן צוויי קורצע אָריגינעלע פֿילמען, ספּעציעל צוגעגרייט פֿאַר יענער אונטערנעמונג — וויזועלע אויסטײַטשונגען פֿון צוויי לידער פֿונעם פּאָעט פּרץ מאַרקיש (1895 — 1952). ביידע לידער לייענט דער אַקטיאָר שיין בייקער, דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ און באַקאַנט אויך פֿונעם „שיין שאָו‟ אויף דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט.

Read more


דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע

The Song of Bessarabia

פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין זײַן געזאַנגבוך האָט דער גרויסער זינגער סידאָר בעלאַרסקי געשריבן, אַז דאָס ליד האָט געשאַפֿן איציק מאַנגער, און פֿון דעמאָלט אָן, גיט מען דעם קרעדיט מאַנגערן, אָבער אין דער אמתן איז דער מחבר משה פּינטשעווסקי. בײַ אים הייסט דאָס ליד „איך האָב געקענט…‟ און עס געפֿינט זיך אין זײַן ערשטער זאַמלונג „צוויט‟, אַרויסגעגעבן אין בוענאָס־אײַרעס, אין 1916.

Read more


שאַרפֿזיניקע חכמות

Clever Wit

דוד המלכס אַן עצה

איינער האָט זיך באַרימט אין אַ געזעלשאַפֿט, אַז ער פֿירט זיך לויט דוד המלכס אַן עצה: „מיט חסידים איז ער אַ חסיד‟; מיט משׂכּילים — אַ משׂכּיל, און אַזוי מיט אַלע סאָרטן מענטשן.

— „און צווישן הינט?‟ — האָט איינער געפֿרעגט.

„איך געפֿין זיך ערשט דאָס ערשטע מאָל‟, האָט דער באַרימער געענטפֿערט.

Read more


געזאָגט אויף שטענדיק

Words for Eternity

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

װינסטאָן טשערטשיל

■ טשאַרלז דיקענס פֿלעגט שלאָפֿן מיטן קאָפּ אױף צפֿון. ער האָט געהאַלטן, אַז דאָס אינספּירירט זײַן שאַפֿערישע פֿאַנטאַזיע.

■ יוליוס צעזאַר האָט געטראָגן אַ לױבערקראַנץ, כּדי צודעקן זײַן „יונגן‟ פּליך.

■ דזשאָן ראָקפֿערפֿעלער האָט אין משך פֿון זײַן לעבן מנדבֿ געװען מער װי פֿינף הונדערט מיליאָן דאָלאַר.

■ מאַריאַ סקלאַדאָװסקאַ־קיורי איז צװײ מאָל זוכה געװען צום נאָבעל־פּרײַז, נאָר מע האָט איר אָפּגעזאָגט צו װערן אַ מיטגליד פֿון דער פֿראַצײזישער אַקאַדעמיע, װײַל זי איז אַ פֿרױ.

Read more


אַ מעשׂה מיט אַבֿרהמען און מיט נמרודן

A Tale of Abraham and Nimrod

נמרוד האָט געװאָלט װערן אַ גאָט. האָט ער שױן בײַ אַלעמען געפּועלט, נאָר אײן אַבֿרהם איז אים אין װעג געשטאַנען, האָט געבונטעװעט קעגן אים.

װאָס טוט מען מיט אים?

האָט אים נמרוד געכאַפּט און אין קאַלכאױװן געװאָרפֿן; אַרײַנגעװאָרפֿן אין פֿלאַקער און גײט אַװעק מיט שׂימחה. כאַפּט מען זיך: אַבֿרהם שפּאַצירט אַרום אין קאַלכאױװן, װי אין א װײַנגאָרטן. זאָל עס אים טשעפּען אַ האָר!

Read more


דער שטום־פֿילם: „לחיים‟

Watch: Silent Movie 'Lekhayim'

אין יאָר 1911 האָט די מאָסקווער סטודיע פֿון דער קינאָ־פֿירמע „פּאַטע־פֿרער‟ אַרויסגעלאָזט דעם 15־מינוטיקן שטום־פֿילם „לחיים‟. דער רעזשיסאָר איז געווען קײַ האַנסאָן און אַלעקסאַנדער אַרקעטאָוו האָט אָנגעשריבן דעם סצענאַר. לויט די באַריכטן פֿון יענער צײַט, האָט דער פֿילם „לחיים‟ אויסגענומען בײַם עולם און איז געוויזן געוואָרן אין מערבֿ־אייראָפּע און אין אַמעריקע. עס זענען דאָ צוויי אינטערעסאַנטע סצענעס פֿונעם ייִדישן לעבן — אַ שבת־וועטשערע און אַ חתונה אין דרויסן מיט קלעזמאָרים. אין זײַן געשיכטע פֿון ייִדישע פֿילמען, שרײַבט דזשאַן האָבערמאַן, אַז די אַקטיאָרן זענען נישט געווען קיין ייִדן. דאָס קען זײַן, אַבער צווישן די קלענערע ראָלעס האָבן זיך זיכער געפֿונען ייִדן, וואָס האָבן געגעבן עצות די פֿילממאַכער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע.

Read more


ליד: אַז נישט קיין אמונה

Song: Az nisht keyn emune

אַז נישט קיין אמונה צוזאַמען מיטן געלט,
וואָס זשע אַרבעטסו אויף דער וועלט?

וואַריאַנטן פֿון „אַז נישט קיין אמונה‟ געפֿינט מען שוין אין דער גינזבורג און מאַרעק פֿאָלקסלידער־זאַמלונג „ייִדישע לידער פֿון רוסלאַנד‟, פֿון 1901. וואַריאַנטן האָט מען אויך געזונגען בעתן חורבן מיט אַ סך אַ פּאַמעלעכערן טעמפּאָ. אַ נוסח קען מען אויך הערן אין דער „סטאָנהיל‟־זאַמלונג פֿון פֿעלד־רעקאָרדירונגען.

Read more


עכטער ייִדישער הומאָר פֿונעם שטעטל

Quintessential Shtetl Humor

Illustration: Bonheur

אַ גר

אין אַ שטעטל איז אַמאָל געקומען אַ גר, און האָט געבעטן נדבֿות. אַלע ייִדן האָבן אים שיין אויפֿגענומען און אים געגעבן געלט, וויפֿל עס איז אין אים אַרײַן. אַ קלייניקייט — אַ גר. האָט זיך געטראָפֿן, אַז איין ייִד האָט זיך דערוווּסט, אַז ער איז גאָר קיין גר ניט — אַ ייִד, ווי אַלע ייִדן. האָט מען אָנגעהויבן אין שטעטל צו גוואַלדיקן, מע זאָל אים מער קיין קאָפּיקע ניט געבן; אַ רמאַי, אַ ליגנער טאָר מען קיין נדבֿות ניט געבן. און מע האָט געזאָגט דעם ייִדן: „הערט זיך אײַן, רב ייִד, מיר ווייסן, אַז איר זענט קיין גר נישט, און אַז איר ווילט אונדז נאַרן. זאָלט איר וויסן זײַן, אַז מער וועט איר פֿון אונדז קיין קאָפּיקע ניט קריגן, און טראָגט זיך אַוועק פֿון וואַנען איר זענט געקומען, וואָרעם, אַז ניט, וועט איר קריגן ביטערע קלעפּ.‟ זאָגט זיי דער ייִד, „איך פֿאַרשטיי אײַך ניט. אַז מײַן טאַטע וואָלט געווען אַ גוי, וואָלט אײַך גוט געווען? וואָס אַרט אײַך, אַז מײַן טאַטע איז אויך געווען אַ ייִד?‟.

Read more


גרינער הימל, בלױע גראָז... און פֿאַרקערט

Blue Grass and Green Sky

אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה וואָס ווילט זיך אין דעם גלייבן

אײנע פֿון די גרעסטע איבערלעבונגען פֿון מײַן קינדהײט איז געװען די אַנטפּלעקונג פֿון דער זאָאָלאָגיע־לערערקע, דהײַנו, — אױב אַ יאַשטשערקע פֿאַרלירט איר עק, װאַקסט בײַ איר אױס אַן אַנדערער עק. װוּנדער שבװוּנדער. בין איך געגאַנגען אױף דער לאָנקע הינטער דער באַן־סטאַנציע, געכאַפּט אַ גרינע יאַשטשערקע, אָפּגעשניטן איר דעם עק, אַרײַנגעלײגט די בידנע חיהלע אין אַ פּושקע און אָנגעהױבן צו װאַרטן אױף אַ נס. דער נס איז געשען איבער אַ טאָג — די יאַשטשערקע האָט געפּגרט. גלײַך דאָרטן, אױף דער לאָנקע האָב איך אױסגעגראָבן אַ גריבל, באַגראָבן דעם קרבן פֿונעם גרױסן „לעבנס־עקספּערימענט‟ אין דער ערד, און פֿון אױבן געשטעלט אַ צלמל פֿון צװײ צװײַגעלעך.

Read more


אַ מעשׂה מיט צװײ שותּפֿים

Parters Who Split the Difference

Max Gershman

צװײ שותּפֿים ברוך בר־זרח און בערל בר־שמערל האָבן געהאַט געשעפֿטן אין פּעטערבורג, און געלעבט צװישן זיך װי צװײ ברידער. דערנאָך האָט אײנער געמוזט אַװעק אין מאָסקװע. די גוטע־פֿרײַנד האָבן זיך געמוזט שײדן. האָבן זײ אָפּגעמאַכט מיט אַ שבֿועה, און הימל און ערד פֿאַר עדות גענומען, אַז װער עס װעט שטאַרבן פֿון זײ פֿריִער, זאָל ער קומען צום אַנדערן און דערצײלן, װאָס ס’טוט זיך אױף יענער װעלט. ױהי היום, שטײט דער שותּף פֿון פּעטערבורג אין גאַס. זעט ער: עס פֿאָרט אַ רײַטער. דערקענט ער זײַן פֿרײַנד ברוכן. שרײַט ער צו אים: „שטײ! שטײ! שטעל זיך אָפּ!‟ נאָר יענער איז שױן פֿאַרשװוּנדן. כאַפּט ער אַן איזװאָשטשיק* און לױפֿט אים אָניאָגן. — אין קול ואין עונה…

Read more


טעאַטער אין כּתריאלעווקע

Theater in Kasrilevke

ווען אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע „קאָלדוניע‟ קומט קיין כּתריאלעווקע גייט דאָס שטעטל כאָדאָראָם. שלום־עליכמס קאָמישע דערציילונג האָט אילוסטרירט דער קינסטלער סעם רינגער, און דער פֿראַנצייזישער פֿילממאַכער אַלעקס שאַלאַט האָט מיט די בילדער געמאַכט דעם ווײַטערדיקן אַנימאַציע־פֿילם. די שטימען פֿון אַלע כאַראַקטערן אינעם פֿילם זענען פֿון איין מענטש — דער באַקאַנטער רעזשיסאָר און אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער, דירעקטאָר פֿונעם „לופֿטעאַטער‟ אין שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך. די מוזיק שפּילט „דער נײַער קלעזמער־טריאָ‟.


דאָס ליד „ווי אַזוי?‟

A Song Called 'How?'

מיר האָבן דערווײַל אין „עונג־שבת‟ געלייגט דעם טראָפּ אויף נײַע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש — די קינדער־לידער פֿון באָריס סאַנדלער און מאַרק אײַזיקאָוויטש, אַרקאַדי גענדלערס לידער, און די וואָך קען מען הערן אַבֿרהם סוצקעווערס ליד „ווי אַזוי?‟ מיט מוזיק פֿונעם ניו־יאָרקער קלאַרנעטיסט און קאָמפּאָזיטאָר מײַקל ווינאָגראַד. דער בערלינער זינגער דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע — Daniel Kahn and the Painted Bird — האָבן דאָס ליד רעקאָרדירט און צוגעגעבן אַן ענגלישע איבערזעצונג אויף זייער קאָמפּאַקטל Lost Causes. דאָס ליד האָט סוצקעווער אָנגעשריבן אין ווילנער געטאָ, דעם 14טן פֿעברואַר 1943.

Read more


וויצן פֿון דאַנען און פֿון דאָרטן

Jokes From Here and There

מיטן אײניקל איז ער שױן זיכער

צװײ אַלטע פֿרומע חסידים האָבן זיך געטראָפֿן בײַ זײער רבי. נאָך דעם װי זײ האָבן זיך אָפּגעגעבן שלום, צערעדט מען זיך און מען שמועסט, װאָס מען טוט און װי סע האַלט מיט פּרנסה, און װאָס סע הערט זיך מיט דער משפּחה. אַז מ’האָט שױן גוט אָפּגערעדט, גיט צום סוף אײנער אַ פֿרעג: „נו, און װי האַלט עס בײַ דיר מיט ייִדישקײט?‟

Read more


גענעראַל שעבאַרשין שפּאַסט

General Shebarshin Jokes Around

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

דער רוסישער גענעראַל לעאָניד שעבאַרשין איז צווישן די יאָרן 1989־1991 געװען דער שעף פֿון דעם רוסישן אױסערן אױסשפּיר־קאָמיטעט. אַן אַנדערער מענטש װאָלט פֿאַר אַ טײל פֿון אַזעלכע שאַרפֿע אַפֿאָריזמען געקענט קריגן אַ „צענערל‟ פּאָליטישער תּפֿיסה. עס װײַזט זיך אָבער אַרױס, אַז די סאָוועטישע הויך־ראַנגיקע טשינאָווניקעס האָבן זיך געהאַלטן בײַם אַלט־רױמישן שפּריכװאָרט — „װאָס איז דערלױבט יופּיטערן, איז ניט דערלױבט דעם אָקס‟. נאָך איין בײַשפּיל פֿון צבֿיעות צווישן דער סאָוועטישער ביוראָקראַטיע, וואָס האָט זי, סוף־כּל־סוף, געבראַכט צום קראַך פֿונעם רעזשים.

פֿון לעאָניד שעבאַרשינס אַפֿאָריזמען־ביכל „KGB שפּאַסט‟:

■ אַז מע גיט ניכטער אַ קוק אױף אונדזער לעבן, װיל זיך גלײַך שיכּור ווערן.

Read more


דער מגיד הייסט פֿאָרן מיט אַן אַנדער װעג

The Preacher Says 'Take Another Path'

Max Gershman

עס זענען פֿאַראַן אויף ייִדיש וווּנדער־מעשׂיות וואָס דערציילן וועגן אַ בן־מלך און אַ בת־מלכּה מיט פֿאַנטאַסטישע עפּיזאָדן, אָבער, ס‘רובֿ מעשׂיות אויף ייִדיש זענען לעגענדעס, און דערציילן וועגן אמתע מענטשן, און זייערע מעשׂים — „מעשׂים‟ איז דאָך פֿאַרבונדן מיט „מעשׂה‟. אין דער ווײַטערדיקער מעשׂה וועגן דעם מעזריטשער מגיד קומען נישט פֿאָר קיין גרויסע נסים, אָבער אַ דאַנק דעם מגידס עצה, וואָס זעט אויס ווי אומלאָגיש, איז אַ ייִדישע קהילה ניצול געוואָרן.

ס’איז געװען אַ שטאָט, װוּ די ייִדן האָבן געהאַט גרױס עגמת־נפֿש פֿון דעם שטײַערן־קאָמיסאַר. אַז עס פֿלעגט קומען דער זמן פֿון ראַטע געבן, פֿלעגט דער קאָמיסאַר שטעלן זײער גרױסע זאַקוציעס. האָבן ייִדן זיך מײשבֿ געװען עטלעכע װאָכן פֿאַר דעם זמן פֿון ראַטע געבן און האָבן אויסגעקליבן צװײ מענטשן, װאָס זאָלן פֿאָרן צום פֿירשט, װאָרן דער פֿירטש איז געװען װײַט פֿון דער שטאָט, אַכציק מײַל. די צװײ מענטשן זענען געװען — אײנער אַן אַלטער מאַן און אײנער אַ יונגער. זײ האָבן זיך מזהיר געװען, למען־השם, אַז זײ זאָלן אײַליק פֿאָרן, װאָרן עס איז נאָענט דער זמן פֿון דער ראַטע. דערצו האָבן זײ מורא געהאַט פֿאַר נגישות.

Read more