פֿאַר דער אויסשטעלונג — „16 מילימעטער פּאָסטקאַרלעך‟ — האָט דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיטן „ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי‟ און דעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ געוויזן די אַלטע פֿילמען פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו, וואָס זענען פֿילמירט געוואָרן אין פּוילן אין די 1930ער יאָרן. די דאָזיקע שטומע פֿילמען האָבן פֿילמירט די אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע זענען צוריקגעפֿאָרן צו דער „אַלטער היים‟.
אויף דער וועבזײַט פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ קען מען זען 26 פֿון די פֿילמען פֿון פֿאַרשיידענע פּוילישע שטעט און שטעטלעך:
http://www.cjh.org/16mmPostcards/Original_Films.php
דער פֿילם פֿון קורעוו (Kurow #9) איז טיפּיש פֿאַר אַזוינע פֿילמען. דער אַמעריקאַנער וואָס איז צוריקגעפֿאָרן, דר. ר. ווײַסבאָרד, האָט פֿילמירט די גאַסן פֿון שטעטל, די שטעטלדיקע טיפּן און אַלע דורות פֿון זײַן משפּחה, וועלכע וווינען אין שטעטל. דערנאָך האָט ער פֿילמירט די אַלטע גרויסע שיל און די אַלטע און נײַע בית־עולמס. די „פּאָסטקאַרטלעך‟ ברענגען אונדז הײַנט אַ לעבעדיקן גרוס פֿון אַ פֿאַרשוווּנדענער וועלט.
דאָס ליד „שנירעלע פּערעלע‟ איז אַרויסגעוואַקסן פֿון וואַריאַנטן פֿון דער ווײַבערישער תּפֿילה אויף ייִדיש — „גאָט פֿון אַבֿרהם‟ — וואָס מע זאָגט צום סוף פֿון שבת. כאָטש דאָס ליד שטאַמט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, איז עס כּמעט ווי פֿאַרגעסן געוואָרן ביז די קאַפּעליע „קלעזמאַטיקס‟ האָט עס רעקאָרדירט אין 1991. הײַנט איז „שנירעלע פּערעלע‟ איינס פֿון די באַליבטסע לידער אינעם קלעזמערישן רעפּערטואַר. די זינגערין מאַשאַ יאַקובאָוויטש שטאַמט פֿון טאַשקענט און זי זינגט עס אויף איר קאָמפּאַקטל „צוריק צום אורקוואַל‟ — (Back to Origin (2001.
אין סלאָנים איז געװען אַ ייִד — אַ זקן, ר’ זונדל מנקר האָט מען אים גערופֿן. איז דער דאָזיקער ייִד געװען אַזאַ טיפֿער זקן, אַז קײנער האָט נישט געװוּסט װי אַלט ער איז, ייִדן האָבן דװקא יאָ געװאָלט װיסן װיפֿל אַן ערך ער איז אַלט, נאָר קײנער האָט זיך נישט דערװעגט צו פֿרעגן אים אױף זײַנע יאָרן. אַ קלײניקײט עפּעס? פֿרעגן ר’ זונדלען אױף זײַן עלטער? מ’האָט פּשוט מורא געהאַט פֿאַר אַן עין־הרע, חלילה. גײ פֿרעג אַזאַ זקן אױף יאָרן!
נאָר אײן מאָל, מ’האָט גראָד געשמועסט װעגן אַמאָליקע יאָרן, כאַפּט זיך אַרױס אײנער, אַ שטיקל שײגעץ, און פֿרעגט: „ר’ זונדל, װי אַלט אַן ערך זענט איר, ביז הונדערט און צװאַנציק!?‟
אַלפֿאָנס אַללע, 1854־1905, איז געװען אַ גלענצנדיקער פֿראַנצײזישער עקסצענטרישער שרײַבער און דער געהיימער „פֿאָטער‟ פֿון קאָנצעפּטואַליזם, מאָנאָכראָמקײט און מינימאַליזם אין מאָלערײַ. ער איז אײנער פֿון די גרינדער (1882) פֿון אַ גרופּע חוזק־מאַכער, „די אומגעלומפּערטע קונסטן‟.
אין אַלפֿאָנס אַללע־מוזײ געפֿינען זיך זײער אינטערעסאַנטע עקספּאָנאַטן: „װאָלטערס שאַרבן פֿון זײַנע קינדער־יאָרן‟, „אַן אמת שטיקל פֿונעם פֿאַלשן יױזלס־קרײץ‟, „אַ גלאָז פֿאַר די געלינקטע‟, „פֿילטער פֿאַר דער ניט־נאָרמאַטיװער לעקסיק‟ און נאָך אַלעזכע קינסטלערישע שפּיצלעך.
מע דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער מומחה, כּדי צו זען, װי ענלעך איז קאַזימיר מאַלעװיטשס שעדעװער „דער שװאַרצער קװאַדראַט‟, 1913, צו אַלפֿאָנס אַללעס בילד „שלאַכט פֿון די נעגערס אין אַ טונקעלער הײל טיף אין דער נאַכט‟, 1893, און צו פּאָל בילהאָדס „אַ נאַכט־געשלעג פֿון די נעגערס אין אַ קעלער‟, 1884. נאָר װער געדענקט הײַנט פּאָל בילהאָד אָדער אַלפֿאָנס אַללע?
אַמאָל זענען געװען צװײ ברידער, אײנער אַן אָרעמאַן און אײנער אַ רײַכער.
דער רײַכער פֿלעגט קײן מאָל נישט װעלן װיסן פֿון דעם אָרעמען ברודער; ער פֿלעגט אים קײן מאָל נישט װעלן העלפֿן. און אַזױ װי דער אָרעמער האָט נישט געהאַט פֿון װאָס צו לעבן, פֿלעגט ער גײן אין װאַלד אַרײַן האַקן האָלץ. פֿלעגט אָנהאַקן אַ בינטל האָלץ, פֿלעגט ער עס טראָגן אין מאַרק אַרײַן פֿאַרקױפֿן, און דערפֿון האָט ער מפֿרנס געװען װײַב און קינדער.
אײן מאָל אַזױ װי ער איז געשטאַנען אין װאַלד און האָט געהאַקט דאָס האָלץ, האָט ער דערהערט אַ גרױס געזאַנג, האָט ער זיך פֿאַרחידושט און דערשראָקן. האָט ער זיך געקלערט, ער װעט אַרױפֿקריכן אױף אַ בױם, װעט ער זען, װער סע זינגט דאָס? איז ער אַרױפֿגעקראָכן אױף אַ בױם, און אַזױ װי ער איז שױן געװען אױפֿן בױם, האָט ער געזען װי ס’איז אָנגעקומען אַ מחנה גזלנים, מיט פֿולע זעק אױף די פּלײצעס און האָבן געזונגען. און ער האָט געזען װי זײ זענען צוגעקומען צו אַן אָרט, האָט זיך געעפֿנט אַ טירעלע, זענען זײ אַרײַנגעגאַנגען, און ס’האָט געדױערט אַ שטיקל צײַט, זענען זײ אַרױסגעקומען צוריק מיט לײדיקע זעק און האָבן װײַטער געזונגען און זענען אַװעקגעגאַנגען.
„ייִדל מיטן פֿידל‟ (1936) פֿונעם אַמעריקאַנער רעזשיסאָר און אונטערנעמער יוסף גרין, איז, אין תּוך, געווען אַן אַמעריקאַנער פֿילם, וואָס מע האָט פֿילמירט אין וואַרשע און קוזמיר, פּוילן. די אַמעריקאַנערין מאָלי פּיקאָן, צו יענער צײַט, איז געווען צווישן די באַליבסטע אַקטריסעס אויף דער ייִדישער בינע. אין דער ראָלע פֿון אַ קלעזמער־בחור האָט זי געפֿונען חן בײַ אַלעמען.
די חתונה־סצענע, וואָס מיר ווײַזן דאָ, (פֿון 13:00 ביז 21:00 מינוט) האָט עטלעכע אינטערעסאַנטע עטנאָגראַפֿישע מאָמענטן. בײַ דעם „באַדעקנס‟, ווען דער חתן באַדעקט די כּלה מיטן שלייער, שפּילן די קלעזמאָרים אַ טראַדיציאָנעל, קלעזמעריש „באַדעקנס‟, און דער בדחן זינגט און גראַמט אויפֿן אַלטן שטייגער, כאָטש מיט האַלבע שפּאַסן. ווען מע הייבט אָן טאַנצן, באַגריסט אַ פֿרוי די חתן־כּלה מיט אַ חלה — „אַ קוליטש־טאַנץ‟, אַ סימבאָל פֿון אַ פֿרוכטפּערדיק לעבן. די באָבעס טאַנצן פּאַמעלעך און פֿאָרמעל, ווי ס‘באַדאַרף צו זײַן. כאָטש מענער טאַנצן מיט פֿרויען, האַלטן זיי זיך קיין מאָל נישט בײַ די הענט. צום סוף, טאַנצן אַלע אין רעדלעך, און מע קען אַפֿילו טענהן, אַז די ווילדע אומאָרדענונג בײַם טאַנצן איז אויך גאַנץ טראַדיציאָנעל בײַ ייִדן.
געבענטשט מיט אַן אײַזערנעם זכּרון, האָט אַרקאַדי גענדעלר געמאַכט אַ רושם אויפֿן ייִנגערן דור קלעזמאָרים און זינגער מיט זײַן גרויסן רעפּערטואַר פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס ער געדענקט פֿון זײַן בעסעראַבער שטעטל, סאָראָקע. אָבער גענדלער איז נישט בלויז אַ פֿאָלקזינגער, נאָר אויך אַ קאָמפּאַזיטאָר, בפֿרט פֿון לידער וואָס באַשרײַבן זײַנע איבערלעבונגען, און פּאָזיטיוון קוק אויף דער וועלט.
אין 2012 האָט Golden Horn Records אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקט־דיסק פֿון זײַנע שאַפֿונגען — „אַרקאַדי גענדלער — ייִדישע לידער‟ — מיט אַראַנזשירונגען פֿונעם דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. גענדלערס ליד „זינגט אויף ייִדיש‟ האָט ער אָנגעשריבן אין 1999, און צום ערשטן מאָל עס געזונגען בײַם „קלעזפֿעסט‟ אין פּעטערבורג.
דער װילנער גאון איז אַמאָל געפֿאָרן קײן לידע מיט אַן אָרעם װעגעלע. אונטערװעגנס קריכט אַראָפּ דער בעל־עגלה בײַ אַ שענקל. צוריקקומענדיק בגילופֿין, אַ פֿאַרשיכּורטער, בעט ער דעם גאון, ער זאָל נעמען די לײצעס אין זײַנע הענט און טרײַבן די פֿערד. דער גאון פֿאָלגט אים, און דער בעל־עגלה דרעמלט זיך אונטער אינעװײניק אין װעגעלע. אױפֿן װעג, אָנטרײַבנדיק די פֿערד, דערזעט אַ פֿאַרבײַגײענדיקער ייִד די מלאכדיקע צורה פֿונעם מאָדנעם אָנטרײַבער, איז ער אַרײַן אַ פֿאַרצאַפּלטער אין שיל: „ייִדן! משיח איז געקומען!‟
— אײַ װוּ, װי אַזױ? — פֿרעגן אַלע מיט אַ קורצן אָטעם.
— איך האָב געזען דאָס ליכטיקײט פֿון דער שכינה אױפֿן בעל־עגלהס פּנים, טאָ װער זשע זאָל שױן אינעװײניק זיצן, אױב ניט משיח אַלײן? — האָט דער בשׂורה־אָנזאָגער דערקלערט.
לױפֿן אַלע ייִדן אַרױס פֿון שיל מקבל־פּנים זײַן משיחן. דערזעען זײ גאָר, אַז דאָרט ליגט אַ בעל־עגלה שיכּור און כראָפּעט.
באַלזאַקס אַקסיאָם
הינטער יעדן גרױסן פֿאַרמעגן באַהאַלט זיך אַ פֿאַרברעכן.
די אַקסיאָם פֿון מיסטער קאָול
די אַלגעמײנע סומע פֿונעם אינטעלעקט אױף דער װעלט בלײַבט תּמיד די זעלבע, כאָטש די צאָל מענטשן אױף דער װעלט װערט אַלץ גרעסער.
װײלער־געזעץ
עס איז ניטאָ קײן „אוממעגלעכס‟ פֿאַר יענע מענטשן, װעלכע דאַרפֿן „דאָס‟ ניט טאָן.
תּישעה־באָבֿ, ווען די ייִדן טרויערן אויפֿן חורבן בית־המיקדש, פֿאַלט אויס דינסטיק, דעם 16טן יולי 2013. די מעשׂה פֿון קמצא און בר־קמצא איז דער באַקאַנטסטער מדרש וועגן דער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע, און דער פּאָעט ישׂראל גויכבערג (1893 - 1970) האָט געשריבן אַ פּאָעמע אויף דער טעמע און זי אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך איןי 1931. מיר ברענגען די דראַמאַטישע סצענע, ווען, אויף דער שׂימחה פֿון זײַן שׂונא, יהושע בן גמלא, ווערט פֿאַרבעטן, על־פּי־טעות, בר־קמצא אויפֿן אָרט פֿון אַן אַנדער מענטש מיט אַן ענלעכן נאָמען — קמצא. ווײַל בר־קמצא ווערט אַרויסגעטריבן און פֿאַרשעמט פֿאַרן גאַנצן עולם, און קיינער רופֿט זיך נישט אָן אים צו פֿאַרטיידיקן, הייבט זיך אָן אַ קייטל עפּיזאָדן, וועלכע דערפֿירט, סוף־כּל־סוף, צו דער צעשטערונג פֿון ירושלים.
אונטערן פֿליגל פֿון „פֿאָרווערטס‟ ווערט איצט צוגעגרייט אַ מוזיקאַליש קאָמפּאַקטל (CD), וואָס הייסט, „לידער מיט אַ ייִדישן טעם‟. דאָס קאָמפּאַקטל נעמט אַרײַן סײַ שפּאָגל־נײַע לידער, געשאַפֿן פֿון דער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין ריטאַ קויפֿמאַן, סײַ עטלעכע לידער פֿון די באַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן אין רוסלאַנד — איסאַק דונאַיעווסקי און ניקיטאַ באָגאָסלאָווסקי. די ווערטער צו די לידער האָט אָנגעשריבן באָריס סאַנדלער. אין דער אַרבעט, ווי אַן איבערזעצער אין ייִדיש, האָט זיך אויך באַטייליקט דער באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. די מוזיקאַלישע אָראַנזשירונגען האָט מײַסטעריש געמאַכט דער זינגער און מוזיקער נאַום קויפֿמאַן.
הײַנט וועט איר זען און הערן איין ליד פֿון דער נײַער זאַמלונג — „בהמה‟. דאָס ליד האָבן צום ערשטן מאָל געזונגען, אַוודאי אויף רוסיש, לעאָניד אוטיאָסאָוו און זײַן טאָכטער, עדיטאַ. לעאָניד אוטיאָסאָוו (לייזער ווײַסביין, 1895־1982) אַ פּאָפּולערער זינגער און אַקטיאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז געווען צווישן די גרינדער פֿון סאָוועטישן דזשאַז.
איר קענט אויך נאָכזינגען אויפֿן נוסח פֿון „קאַראַאָקי‟. אײַער שטימונג וועט ווערן נאָך בעסער.
דאָס פֿאַרשפּרייטע פֿאָלקסליד זינגט דער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט. אַזוינע „קייטל־לידער‟ זענען צווישן די עלטסטע לידער אויף ייִדיש ,קודם־כּל, ווײַל זיי זענען לײַכט צו פֿאַרגעדענקען; צווייטנס, ווײַל ס‘איז אַ ליד, צו וועלכן אַ גרעסערע גרופּע קען מיטזינגען און אַפֿילו צוגעבן נאָך סטראָפֿעס; דריטנס, צוליב דער בילדערישקייט פֿון דער לעגענדע.
זאָג שוין רבינו, וואָס וועט זײַן, אַז משיח וועט שוין קומען?
אַז משיח וועט קומען, וועלן מיר מאַכן אַ סעודה־ניו.
ר׳ לױ־יצחק באַרדיטשעװער איז אַמאָל אין די נײַן טעג געגאַנגען קלײַבן אױף צדקה. איז ער אַרײַן צו אַ נגיד אין שטוב און אים געטראָפֿן מיט אַ גאַנצן עולם זיצן בײַם טיש און עסן עופֿות.
— ס׳איז מיר אַ גרױסער חידוש אױף אײַך, — שמײכלט ר׳ לױ־יצחק — אַז איר עסט הײַנט אױף די עופֿות, װעט איר דאָך בלײַבן ערבֿ־יום־כּיפּור אָן אַ כּפּרה…
נתן שטראַוס איז געבױרן געװאָרן אין דײַטשלאַנד אין יאָר 1848. אין גיכן איז זײַן משפּחה אַריבערגעפֿאָרן קײן אַמעריקע, װוּ זײַן פֿאָטער לאַזאַרוס האָט געגרינדעט די פֿירמע L. Straus & Sons. אין 1875 האָט נתן חתונה געהאַט מיט לינע גורהערץ און בײַ זײ איז געבױרן געװאָרן אַ מײדל, שׂרה, װעלכע, בעת אַ רײַזע קײן אײראָפּע, איז געשטאָרבן צוליב אַ מילך־פֿאַרגיפֿטונג. די דאָזיקע משפּחה־טראַגעדיע איז געװאָרן אַ שטױס־סטימול פֿאַר אַ נײַער טעטיקײט פֿון נתן שטראַוס’ משפּחה; דהײַנו, זינט 1892 האָבן זײ אָנגעהױבן צו פּראָפּאַגאַנדירן די מילך־פּאַסטעריזאַציע.
דער טאַטע פֿונעם ייִדישן שרײַבער ב. י. ביאַלאָסטאָצקי איז געווען אַ מגיד אין דער ליטע, האָט דער זון גוט געקענט די מגידישע וועלט. אין דעם אויסצוג פֿון זײַן בוך „די משלים פֿון דובנער מגיד‟ דערציילט נישט ביאַלאָסטאָצקי קיין מעשׂה, אָדער דרשה, אָבער ער גיט איבער די פֿרומע סבֿיבֿה און טעמאַטיק פֿון דעם דובנער מגידס לעגענדאַרע „דרשה פֿון געוויין‟.
דער דובנער פֿלעגט, פֿון צײַט צו צײַט, אין אַ שקיעה־שטימונג צונױפֿגיסן געװײן מיט טרײסט, מען זאָל זיך אױסװײנען, כּדי די טרײסט זאָל אַרױסקומען אַ געלײַטערטע.
בכלל גענומען האָט דער דובנער, אָבער, ניט געװאָלט „ברעכן הערצער‟. נאָר פֿון דעם „דובנער שבעל־פּה‟ װײסן מיר, אַז געהאַט האָט ער אַ „דרשה פֿון געװײן‟ װאָס ער פֿלעגט האַלטן פֿאַרן עולם פֿאַרן אַװעקפֿאָרן פֿון אַ שטעטל.
דאָס קול פֿונעם נאַראַטאָר אינעם פֿילם „דער גליקלעכער מענטש‟ וועט אפֿשר קלינגען באַקאַנט די צוהערער פֿונעם „פֿאָרווערטס־קול‟ ראַדיאָ־פּראָגראַם; http://yiddish.forward.com/tags/radio. עס געהערט צו אונדזער וואַרשעווער קאָרעספּאָנדענט קאָבי ווײַצנער, און די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע האָט געהאָלפֿן צו מאַכן דעם אַנימאַציע־פֿילם. דער פֿילם איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּוילישן פּראָיעקט, „פֿיר ריכטונגען פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות‟ — Cztery Strony Bajek — פֿאָרצושטעלן פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקס־לעגענדעס פֿאַר קינדער אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן, צווישן זיי פּויליש, רוסיש, ייִדיש און ענגליש. „דער גליקלעכער מענטש‟ קען מען אויך זען אויף פּויליש און ענגליש אויף „יו־טוב‟.
ווײַצנער האָט געשאַפֿן דעם סצענאַר און מע קען הערן די שטימען פֿון די זינגערס מענדי כּהנא און אָלגאַ מיעלעשטשיק. כאָטש די מעשׂה דערציילט נישט בפֿירוש וועגן ייִדן, האָבן די פֿילם־מאַכערס צוגעגעבן אינעם ווידעאָ ייִדישע פּרטים דאָ און דאָרט.
מיטן אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין די 1970ער יאָרן, איז אויך אויפֿגעקומען אַן אינטערעס צו ייִדישע טענץ פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַזוי ווי די קעלזמער־מוזיק באַשטייט, אין תּוך, פֿון טאַנץ־מוזיק, איז דאָס נישט קיין חידוש. אָבער להיפּוך צו די טאַנץ־טראַדיציעס בײַ אַנדערע פֿעלקער, מיט זייערע פּינקטלעכע, אויסגעמאָסטענע טריט פֿאַר ספּעציפֿישע טענץ, האָבן די ייִדן פֿרײַ אויסגעטײַטשט געוויסע ריטמען מיט די הענט, מיט די פֿיס; איז געוואָרן שווערלעך צו זאַמלען און באַשרײַבן די טענץ בײַ אונדז.
ווער עס וויל לייענען די וויצן אינעם ליטווישן דיאַלעקט ווי עמנואל אָלשוואַנגער האָט זיי פֿאַרשריבן, קען זיי געפֿינען אין דער זאַמלונג „L‘chayim‟
איינער אַ ייִד פֿון קאָוונע איז געקומען קיין ווילנע. ער האָט געהאַט בײַ זיך אַ הונדערטער, און האָט אים געוואָלט צעבײַטן. איז ער געגאַנגען פֿון איין קראָם אין דער אַנדערער, און קיינער האָט ניט געהאַט אים צו געבן קיין קליינגעלט. איז דער ייִד אַרויס פֿון דער לעצטער קראָם און געזאָגט צו איינעם אַ מענטשן אויף דער גאַס: „עפּעס אַ מאָדנע שטאָט ווילנע: אַז מע דאַרף צעבײַטן אַ הונדערטער, איז ניטאָ אַוווּ!‟ מאַכט יענער צון אים: „נאָך אַלץ בעסער ווי מינסק! וואָרעם בײַ אונדז אין מינסק, אַז מע וויל צעבײַטן אַ הונדערטער, איז ניטאָ דער הונדערטער!‟
אַז מע װערט געבױרן אין אַ קלײן שטעטל, װוּ דאָס לעבן איז רעגלאַמענטירט און צעלײגט אױף די פּאָליצעס פֿונעם דאָרפֿישן עטיקעט, מוזן, נעבעך, די קינדער בלײַבן אָפֿט אַ גאַנצן טאָג אײנע אַלײן, אָן אַן אױפֿזיכט. „זיץ און לערן זיך!‟ — פֿלעגט מיר איבערחזרן דער טאַטע אין די זעלטענע טעג, װען איך האָב אים געזען, — „לערן זיך, קוק אַרײַן אינעם ביכל, אַ ניט, װעסטו װערן אַ פּאַסטעך!”
קײן פּאַסטעך בין איך, לײַדער, ניט געװאָרן, און אין די ביכלעך קוק איך כּסדר אַרײַן. חוץ פֿון די קינדער־ביכלעך, שװימען מיר אַ מאָל אַרױף אין זכּרון עטלעכע בילדער פֿון די אַמאָליקע פֿילמען, װעלכע כ’האָב געזען אין די װײַטע פֿופֿציקער יאָרן. איך געדענק נאָר דרײַ פֿילמען, און דװקאַ פֿון דאָרטן קומען צו מיר די קלאָרע, שװאַרץ־װײַסע טיטלען: „מאַמלוק”, „דער פּאַרטיזאַנער פֿונק‟ און „איװאַנס קינדהײט‟.
איבערדערציילט פֿון ב.י. ביאַלאָסטאָצקי
ס’איז אים אַ מאָל אױסגעקומען צו זײַן אַ זומער אין דובעלן (אַ באָדאָרט לעבן ריגע). אױף שבת פֿלעגן אַהין אַרױספֿאָרן ריגער ייִדן צו זײערע פֿאַמיליעס, װעלכע פֿלעגן דאָרט פֿאַרברענגען דעם זומער. האָט דער מגיד באַמערקט, אַז די ריגער שבתדיקע אורחים קומען אין שול דאַװנען אָן טליתים, פֿױלנדיק זיך מיטצונעמען זײ פֿון שטאָט. האָט ער אַ מאָל אַ זאָג געטאָן אין זײַנער אַ דרשה:
— זײַענדיק אין ריגע איז מיר אַ מאָל אױסגעקומען אַרײַנצוגײן ערבֿ־שבת צו אײנעם אַ באַלעבאָס. ער, דער באַלעבאָס, איז ניט געװען אין דער הײם: ער איז אַװעקגעפֿאָרן קײן דובעלן, זאָגט מען מיר. אַרױסגײענדיק הער איך עפּעס אַ מאָדנע געװײן אין אַ זײַטיקן צימער. קײנער ניטאָ, נאָר אַ טלית־זעקל מיט אַ טלית הענגט אױף דער װאַנט, און דאָס געװײן הערט זיך טאַקע פֿון טלית־זעקל. פֿרעג איך אים: „טליתל, װאָס װײנסטו? ענטפֿערט ער: סטײַטש, װי זאָל איך ניט װײנען, אַװעקפֿאָרנדיק קײן דובעלן האָבן זײ מיטגענומען מיט זיך דאָס גאָלד און זילבער פֿון שטוב, נאָר מיך אײנעם אַלײן איבערגעלאָזן‟. „זײַ רויִק, טליתל, — האָב איך אים געטרײסט. — „עס װעט אַ מאָל קומען אַ צײַט, אַז דער באַלעבאָס װעט מאַכן אַ װײַטערע, זײער װײַטע נסיעה, װעט ער שױן דעמאָלט אַלץ איבערלאָזן, דאָס גאָלד און דאָס זילבער, און זײַן גאַנצן רכוש, נאָר דיך אַלײן, טליתל, װעט ער מיטנעמען”.
— טליתל, טליתל, װײן ניט!