Oyneg Shabes

ייִדישער קאָפּ

Jewish Smarts

אַן אַלטער חסיד ווערט געווויער, אַז זײַן ניט־ייִדישער העלפֿער רעדט אויך מאַמע־לשון. אַ וועלט מיט וועלטעלעך!

דעם ווידעאָ האָט געשאַפֿן די באַקאַנטע פֿרומע אָרגאַניזאַציע „רופֿא־חולים‟ (RCCS), וואָס העלפֿט די ראַק־פּאַציענטן צאָלן פֿאַר זייער מעדיצינישער באַהאַנדלונג. נאָך דער קאָמישער סצענע דערוויסט מען זיך מער וועגן דער אָרגאַניזאַציע און מע הערט אַ ייִדיש ליד „רחמים‟, געזונגען פֿון שלמה דאַסקאַל.


דאָס ייִדישע שטום־לשון

Jewish Sign Language

רעדן מיט די הענט

אַז ייִדן רעדן מיט די הענט, איז שוין אַן אַלטע מעשׂה. אַנדערע אבֿרים העלפֿן אויך אַרויס דעם ייִד. נעמט, למשל, די נאָז. דער ייִד שמעקט טאַבעק מיט איר, ער פֿאָנפֿעט אונטער איר, ער קאָן דערלאַנגען מיט דער נאָז אַ תּקיעות־שופֿר, מען זאָל דערהערן אין אַ צווייטער שטאָט. ער שטעקט די נאָז, וווּ מע דאַרף ניט, ער רעדט מיט איר. איר האָט אַ מאָל באַמערקט ווי אַ ייִד גיט אַ דריי מיט דער נאָז, ווען מע בעט בײַ אים לײַען אַ גמילות־חסד? “כי באפם הרגו איש” (בראשית, ממ, ו’) — „מיט איין דריי מיט דער נאָז, קאָנען זיי אַוועקהרגענען אַ מענטשן‟.

די נאָז און דאָס אויג העלפֿן דעם ייִדן רעדן. אָבער די הענט רעדן אַליין. די הענט בײַם ייִדן קאָנען בעטן רחמים, צוזאָגן הבֿטחות, סטראַשען, מוסר זאָגן; אויסדרייען זיך פֿון אַן אומאײַנגענעמער לאַגע; זיי קאָנען דערציילן זײַן ביטער האַרץ, שילדערן פּחד, צער, ספֿקות — קורץ, מיט די הענט קאָן דער ייִד איבערקערן וועלטן.

Read more


ס’איז שװער צו זײַן אַ שרײַבער

It’s Difficult to Be a Writer

אַ דענקמאָל דעם גרױסן רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּושקין אין עטיאָפּיע

■ אין עטיאָפּיע האָט מען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געשטעלט אַ דענקמאָל דעם גרױסן רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּושקין. אױפֿן שײנעם פּעדעסטאַל זײַנען אױסגעשניצט געװאָרן נאָר צװײ װערטער: „אונדזער דיכטער‟.

■ פֿרידריך ניצשע האָט זײער ליב געהאַט שײנע מײדלעך, אָבער די שײנע מײדלעך האָבן ניט ליב געהאַט פֿרידריך ניצשע. אַגבֿ, אױך די מיאוסע מײדלעך האָבן אים פֿײַנט געהאַט.

Read more


די אַלטע לערערין

The Old Teacher

פֿון יחיאל שרײַבמאַן

קאָ, קאָ… קאָ, קאָ, קאָ.

קאָ, קאָ, קאָ־קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ.

הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבױרן־טאָג. אױב זי האָט קײן טעות ניט, אױב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.

זי זיצט אין דרױסן אױף דער פּריזבע, אײַנגעהילט אין אַ שאַל איבערן קאָפּ, אַ קלײנינקע און אײַנ­גע­פּלעטשטע, די אָדערדיקע הענט אירע אונטער דער שאַל — אַראָפּ­גע­לאָזטע פֿליגל; װי אַ קװאָטשקע.

אײן אױג דרימלט איר פֿאַרגלאָנצט, טאַקע װי בײַ דער ראַבער הון אירער אין אַ כמורנעם טאָג, אין קאַמער אױפֿן סידעלע.

זי האָט שױן לאַנג קײן אײער ניט געלײגט, (די הון), גאָר־גאָר לאַנג קײן הינדעלעך ניט אױסגעפֿירט. דרײט זיך אום אײן־און־אײנציקע בײַ דער שטוב, האַלט דאָס קעפּל אױף אַ זײַט, קוקט מיטן אײנעם אײגל איר, (דאָס צװײטע האָט מען איר אױסגעפּיקט), טוט אַ צעפּאָרפּל אַ בערגל מיסט, אַ צופּ אַ פֿאַרטריקנט גרעזל, אַ טרינק אין אַ שיטער בלאָטקעלע. װען דער הימל פֿאַרכמאַרעט זיך נאָר, שפּאַנט זי אַװעק מיט דריבנע טריטעלעך (די הון) אין קאַמער אַרײַן, דראַפּעט זיך אַרױף אױפֿן סידעלע, און דאָס אײנע אײגל דרימלט איר פֿאַרגלאָצט, פֿאַרצױגן מיט אַ הײַטעלע.

Read more


„איך האָב זיך יאָרן געוואַלגערט‟

“For Years I Wandered”

די „ערשטע דאַמע‟ פֿונעם העברעיִשן טעאַטער, איז חנה ראָווינאַ באַקאַנט געוואָרן אין דער ראָלע פֿון לאה אין אַנ־סקיס „דיבוק‟, ווען זי איז אויפֿגעטראָטן מיטן העברעיִשן טעאַטער „הבימה‟ נאָך אין מאָסקווע. מיטן טעאַטער האָט זי אין 1928 עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל, און זי האָט דאָרט ווײַטער געשפּילט אויף דער בינע ביז איר טויט אין 1980. אין דעם ווידעאָ לייענט זי פֿאָר מאַנגערס באַקאַנט ליד.


מעשׂיות וועגן שטאָט־חכמים

Tales of the Local Lunatic

Max Gershman

פֿאַרקערט אָנגעשמירט

— איך ווייס נישט, — זאָגט בערל צו שמערלען, — די וועלט זאָגט, אַז עס פֿאַלט שטענדיק מיט דער פּוטער אַראָפּ, צום סוף איז בײַ מיר ערשט נעכטן אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד אַ שטיקל ברויט מיט פּוטער, איז גראָד געפֿאַלן, פֿאַרקערט גאָר, מיט דער פּוטער אַרויף.

— אַ חכם אַ גרויסער! — מאַכט שמערל, — מן־הסתּם האָסטו פֿאַרקערט אָנגעשמירט.

Read more


בײַם רבינס טיש

At My Rebbe‘s Table

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

ר’ דוד־משה ראָזען

יוסף, װאָס האָט אױף זיך עדות געזאָגט, אַז ער איז אַן עבֿרי — האָט זוכה געװען, אַז זײַנע בײנער זאָלן אַרײַנגעבראַכט װערן אין ארץ־ישׂראל, אָבער משה, דערפֿאַר װאָס ער איז באַלד ניט אַרײַנגעקומען און געזאָגט, אַז ער איז אַן עבֿרי — האָט נישט זוכה געװען אַרײַנצוקומען אין לאַנד.

שמות רבּה, א’

יעדעס יאָר, אין חודש שבֿט, װען עס קומט צו דער פּרשה „יתרו‟, צעזינגט זיך און יאָמערט אין מײַן נשמה אַ פֿױגל, אַ מאָדנער פֿױגל אָן אַ נאָמען, אַ פֿױגל, װעלכער איז אַרײַנגעפֿלױגן אין מײַן נשמה דורכן רעכטן אױער מיט אַ האַלבן יובֿל צוריק, בעת שלש־סעודות אין דער כאָראַל־שיל אין בוקאַרעשט. אַרײַנגעפֿלױגן — און געבליבן אױף אײביק… דער פֿױגל, אַגבֿ, איז אַרױסגעפֿלױגן פֿון מײַן רבינס מױל. איך מײן דעם רבֿ דוד־משה ראָזען, זצ”ל.

Read more


די ליבע פֿון אַ בלעכער

From a Tinsmith, With Love

פֿון שירה גאָרשמאַן

בײַ יונה סטעלמאַך איז געװען אַ שבת־צו־נאַכטס װי אַלע מאָל. ער האָט געשפּאַנט איבערן שטיבל און נישט געהערט, װי זײַן װײַב נעכע האָט אים גערופֿן עסן װעטשערע:

— נו, װיפֿל מאָל דאַרף מען רופֿן? די בוריקלעך װערן דאָך קאַלט!

— קאַלטע בוריקלעך־ראָסל איז נאָך געשמאַקער, — האָט יונה געזאָגט און זיך געזעצט עסן.

— פֿרומקע, גײ אױך צום טיש! — האָט נעכע אַ רוף געטאָן.

נאָר פֿרומקע איז, װי פֿריִער, גע­זעסן אויף דער הילצערנער שלאָפֿ­באַנק, מיטן אָפֿענעם ביכל אױף די קני. זי האָט פֿאַרפֿלאָכטן און פֿונאַנ­דער­גע­פֿלאָכטן דעם העל־ברױנעם צאָפּ. אירע באַקן האָבן זיך געצונדן און געלאָשן. אַ טיפֿער אומעט האָט אַראָפּגעקוקט פֿון איר פּנים און פֿון אירע גיך־גיך זיך פֿלעכטנדיקע בלײכע פֿינגער.

Read more


דער קוש

The Kiss

אַ חנעוודיקער קורצער פֿילם פֿון 2004, געשריבן און רעזשיסירט פֿון פּאָל פֿישער, וועגן אַ יונגער משפּחה: אַ רבֿ, אַ רביצין און זייער טעכטערל. און וועגן אַ קוש…

די סצענעס האָט מען פֿילמירט אין גרינפּוינט, ברוקלין.


רבנישע חכמה

Rabbinic Humor

וויל נאָר

מען דערציילט וועגן ווילנער גאָון, אַז ער איז איין מאָל געגאַנגען אין גאַס, הערט ער ווי צוויי ייִנגלעך, וואָס זײַנען אים נאָכגעגאַנגען, רעדן צווישן זיך, און איינער ווײַזט אָן דעם אַנדערן:

— זעסט אָט דעם וואָס גייט פֿאַר אונדז? דאָס איז דער ווילנער גאָון.

קערט זיך אום דער גאָון צו יענעם מיטן פּנים און זאָגט אים:

— מײַן קינד, וויל נאָר, וועסטו אויך זײַן אַ גאָון.

Read more


זײַט מיר מוחל, מײַנע טײַערע...

Forgive me my dears

װײַזט אױס, אַז אינטעליגענטקײט איז אַ באַזונדערער נשמה־צושטאַנד. בעת מײַנע װאַנדערונגען איבער דער װעלט, האָט מיר צוגעפֿידלט צו באַקענען זיך מיט מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע סאָציאַלע שיכטן — פֿון װאַגאַבאָנדן ביז פּרעזידענטן; און איך האָב געקענט אַ פּאָר זײער אינטעליגענטע שלעפּערס און ניט װײניק גראָב־יונגישע מיניסטאָרן און פּרעזידענט.

בעת מײַן טעאַטראַלער יוגנט איז מיר אױסגעקומען צו „זיצן‟ אין אײן גרימיר־צימער מיט אַ פּאָר אַקטיאָרן פֿונעם אַלטן „שניט, און ס’האָט מיך שטענדיק געחידושט אַלמאַי זײ טוען זיך אױס הױל נאַקעט, אײדער זײ הײבן אָן זיך גרימירן און אָנטאָן די טעאַטראַלע קלײדער. די טעאַטער־קאָריפֿײען האָבן מיר דערקלערט, אַז דער־אָ אַלטער מינהג העלפֿט זײ זיך אָפּװענדן פֿון די שטײגער־זאָרגן און בעסער אַרײַנדרינגען אין דער ראָלע.

Read more


קיװקע גנבֿ

Kivke the Thief

פֿון יוסף אָפּאַטאָשו

נאָכן לוסטגאָרטן, װוּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ צערקװע און הײַנט איז פֿון דער צערקװע געבליבן בלױז דער ציגלנער פֿונדאַמענט — דאָרט, צװישן שטײנער און װילדע געװיקסן, איז געלעגן קיװקע גנבֿ. לעבן אים — אַ רעקל. אױפֿן רעקל — אַ בלױ טוכן היטל מיט אַ לעדערנעם דאַשיק. קיװקע האָט זיך געװאַרעמט. ס׳העמד אַרום האַלדז איז בײַ אים געװען צעקנעפּלט. ער האָט הנאה געהאַט, װאָס די סעפּטעמבער־זון בריט נישט מער, װאָס אַרום איז אַזאַ בלױע רחבֿות. און אין דער רחבֿות, װוּ עס טראָגן זיך אלול־פֿעדים, הערט זיך ס׳געקלימפּער פֿון טרוקענע בלעטער, הערט זיך אַ װײַט גערודער פֿון װילדע גענדז.

Read more


שפּיל, ציגײַנער...

Play, Gypsy...

ווען דער גרויסער אונגערישער־ציגײַנער דיריגענט און פֿידלער שאַנדאָר יאַרוקאַ איז געשטאָרבן אין 1985, איז די גאַנצע ציגײַנערישע מוזיק־וועלט געקומען צו זײַן לוויה. אַלע האָבן מיטגעבראַכט זייערע אינסטרומענטן, כּדי זיך צו געזעגענען מיט זייער גײַסטיקן פֿירער. פֿון דעם דאָזיקן אימפּראָוויזירטן קאָנצערט בײַם פֿרישן קבֿר אין אַ קאַלטן, רעגנדיקן טאָג איז געבוירן געוואָרן דער „בודאַפּעשטער ציגײַנערישער אָרקעסטער‟.

דער אָרקעסטער איז ספּעציעל באַקאַנט פֿאַר זײַנע לעבעדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿון פּאָפּולערע קלאַסיקער — בראַמס, סאַראַסאַטע, ליסט, שטראַוס און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן. אָבער אין דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון אַ קאָנצערט אין 2008, אונטער דער דיריגירונג פֿונעם „ערשטן פֿידלער‟ שאַנדאָר בופֿו ריגו, שפּילט דער אָרקעסטער אַן אינסטרומענטאַלן נוסח פֿונעם ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟, ווי אויך פֿונעם העברעיִשן „הבֿאנו שלום עליכם‟.


חסידים כּנגד מתנגדים

Hasidim vs. Misnagdim

אַ וויכּוח

Max Gershman

צוויי ייִדן פֿירן צווישן זיך אַ וויכּוח. בײַ איינעם פֿון זיי האָבן זיך געענדיקט אַלע אַרגומענטן, האָט ער אָנגעכאַפּט דעם אַנדערן פֿאַר די הענט און זיי שטאַרק צוגעהאַלטן.

Read more


יעדע שטאָט האָט זײַן משוגענער

Every City Had Its Oddballs

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

הײַנריך הײַנע

אונדזער גרױסער שרײַבער, מענדעלע מוכר־ספֿרים, האָט ליב געהאַט צו פֿאַררופֿן זיך אױף עפּעס אַ פּסוק אָדער אַן אױסדרוק פֿון דער גמרא. און גאָר ניט צופֿעליק האָט ער פֿאַראײביקט דעם שײנעם אױסדרוק, — “עיר ועיר וחכמיה, עיר ועיר ומשוגעיה” — יעדע שטאָט האָט אירע חכמים, און יעדע שטאָט האָט אירע משוגעים. הײַנטיקע צײַטן, װען די “רעאַליטי־שאָו” באַגלײט די פּראָגראַם־אָנטײלנעמער פֿון בעט ביזן בית־הכּסא, איז שװער איבערראַשן דעם לײענער מיט אַ טשיקאַװער נײַעס. און גלײַך מיט דעם, פֿון צײַט צו צײַט, גלוסט זיך אונדז אַ קוק צו טאָן אין דער שליסללאָך פֿון דער צײַט און “אָנמעסטן” אױף זיך די מעלות און חסרונות פֿון יענע מענטשן, װעלכע זײַנען געבליבן שטײן, זיצן אָדער ליגן אױפֿן הױכן פּעדעסטאַל פֿון דער געשיכטע.

Read more


בײַם ברעג

On the Shore

פֿון יוסף בורג

זיצט זיך דער טאַטע אַזױ אַ פֿאַרטראַכטער בײַם ברעג פֿונעם טשערמוש און מיט זײַנע האַלב־פֿאַרמאַכטע, װי אין לײַכטן דרעמל אַראָפּגעלאָזטע אױגן מעסט ער די װײַסקײט פֿונעם טײַך, װאָס רײַסט זיך באַרג־אַראָפּ פֿון די געדיכטע צעװאַקסענע װעלדער און יאָגט מיט אַ װילדן ברום פֿאַרבײַ. דערזעט ער, דער טאַטע, דעם װײַסן שױם, װאָס װיגט זיך אױף די כװאַליעס, הײבט ער שטאַרקער אױף די װיִעס און קוקט נאָך, װי שטיקער האָלץ װערן אָפּגעריסן און בלײַבן פֿאַרטשעפּעטע הענגען בײַ די ברעגעס. שעפּטשעט ער אַרױס שטיל, װי פֿאַר זיך אַלײן:

Read more


אַ שידוך־קלאָגליד

A Shidduch Lament

לכּבֿוד דער טעמע שידוכים און זיווג־לעבן ברענגען מיר אײַך אַ פּרעכטיקע רעקאָרדירונג פֿונעם ליד “איך בין שוין אַ מיידל אין די יאָרן”, געזונגען פֿון שורה ליפּאָווסקי:


נעם מײַן ווײַב, ביטע!

Take My Wife, Please!

לאַכן פֿון שידוכים…

איך האָב זי שוין פֿײַנט

אַ חתן איז געקומען אָנקוקן אַ כּלה. חוץ זײַנע עלטערן האָבן אים באַגלייט אויך אַ סך מומעס.

בײַם טיש גיט דער שדכן אַ פֿרעג די כּלה:

— אַנו, כּלה, טרעף, ווער פֿון אָט די אַלע ווײַבער וועט זײַן דײַן שוויגער?

— אָט די! — ווײַזט אָן די כּלה אויף דעם חתנס מוטער.

— ווי אַזוי האָסטו געטראָפֿן? — פֿרעגט דער שדכן.

— איך האָב זי שוין פֿײַנט — ענטפֿערט די כּלה.

Read more


װעגן דעם אַרמענער שבֿט די „זאָקן‟

A Few Words on the Armenian 'Zokn'

גאַיאַנע כאַטשאַטוריאַן אין איר אַטעליע

פֿון אַלע לענדער, אין װעלכע מיר איז אױסגעקומען צו װױנען, האָט זיך מיר בעסער פֿון אַלץ אויסגעאַרבעט אין אַרמעניע. אַזאַ כּבֿוד און ברײטהאַרציקײט צו ייִדן, װי אין אַרמעניע, האָב איך ניט געזען און ניט געפֿילט מער אין ערגעץ ניט, כאָטש אין דער מאָדערנער היסטאָרישער תּקופֿה האָבן אין גאַנץ אַרמעניע געלעבט ניט מער װי דרײַ הונדערט ייִדן.

Read more


צװײ מלמדים קומען צום בעל־שם

Two Teachers Come to the Baal-Shem Tov

אַמאָל איז דער בעש”ט אײַנגעשטאַנען בײַם פּאַלנער רבֿ און האָט גאָרנישט געװאָלט עסן. אַז דער רבֿ האָט שטאַרק געבעטן, האָט דער בעש”ט געזאָגט: „איך בעט אײַך, פּטרט מיך פֿון עסן, װאָרן איך קען דאָ נישט עסן. עס זענען דאָ אַזעלכע נצוצי־קדושה, װאָס עס איז מיר שװער מתקן זײַן און, אַז איך װעל עסן און װעל ניט מתקן זײַן איז מיר אַ סכּנה‟.

Read more