Oyneg Shabes

מאַמע־לשון

Mother-Tongue

פֿון טבֿיה גען

1

אַלע מײַנע גוטע פֿרײַנד װינטש איך פֿאַרברענגען אַזאַ װױלן זומער­דיקן חודש, װי איך האָב הײַנ­טיקס יאָר פֿאַרבראַכט אין פּאַ­לאַנ­גע. דער װעטער איז געװען אַן אױס­גע­צײכנ­טער און יעדן פֿרימאָרגן בין איך געגאַנגען צום ים, װוּ איך האָב שױן געהאַט אַ צענדליק באַקאַנטע מאַנספּאַרשױנען און פֿרױען, געקו­מענע צו פֿאָרן פֿון דער נאָענט — פֿון קאָװנע, פֿון װילנע, פֿון די מער װײַטערע — מינסק, באָריסאָװ און פֿון די נאָך מער װײַטערע — לענינגראַד (סאַנקט־פּעטערבורג), מאָסקװע און שױן גאָר־גאָר װײַטע פֿון דאַנען — סװערד­לאָװסק (יעקאַטערינבורג), נאָ­װאָסיבירסק.

Read more


אוי, וויי מאַמעלע...

Oy Vey, Mamele...

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: http://yiddish.forward.com/articles/169842/jane-peppler-s-warsaw-songs/)

די מוזיקערין דזשיין פּעפּלער אַרבעט שוין עטלעכע יאָר מיט איר קאַפּעליע „מאַפּאַמונדי‟ אויף אַ פּראָיעקט צו רעקאָרדירן די לידער פֿון די וואַרשעווער ייִדישע קאַבאַרעטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, דער עיקר, פֿון די זאַמלונגען פֿונעם ווייניק־באַקאַנטן איציק זשעלאָנעק. פֿאַר 101 פֿון זײַנע 126 לידער האָט זי געפֿונען די מעלאָדיעס און אַן אויסקלײַב פֿון זיי האָט זי רעקאָרדירט מיט איר קאַפּעליע און אַרויסגעגעבן אויף דרײַ קאָמפּאַקטלעך. אַלצדינג קען מען הערן אויף איר וועבזײַטל:

http://www.polishjewishcabaret.com

פֿאַר איין ליד, „אוי וויי, מאַמעלע…‟, האָט זי אויך געמאַכט זייער אַ חנעוודיקן אַנימאַציע־ווידעאָ, אַ ביסל אינעם סטיל פֿון דער באַקאַנטער סעריע „סאַוט פּאַרק‟. די מעשׂה דערציילט וועגן אַ יונגן־מאַן, וואָס זעט זיך מיט אַ מיידל, מאַכט מיט איר אַ שפּאַציר אין וואַלד און אומר ועושׂה — ער איז געוואָרן אַ טאַטע!

אוי וויי מאַמעלע
ס’איז געשען אַ דראַמעלע.
כ’בין געווען אַ בחורל,
איצט בין איך אַ מאַנעלע.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

דער טראַמווײַ־קאָנדוקטאָר

אַ טראַמווײַ־קאָנדוקטאָר, שוין אַ פּענסיאָנער, זעצט זיך שרײַבן אַ בריוו. עפּעס גייט עס אים נישט, רופֿט ער צו זײַן אייניקל:

— משהלע, — זאָגט ער, — טו מיר אַ טובֿה, שאָקל דעם טיש.

וואָס הערט זיך אין ישׂראל? — נאָרמאַל, מלחמה.

Read more


אַ ביטע צו רייניקן אונדזער וועלטל

A Plea to Clean Up the Earth

מײַנע ליבע דאַמען און הערן, עס קומט אונדז אַ קרומער מזל־טובֿ: די װיסנשאַפֿטלער־עקאָלאָגן האָבן געמאָלדן דער העלער װעלט, אַז פֿון דעם 19טן אױגוסט 2014 אָן האָבן מיר, די מענטשן, אָנגעהױבן צו לעבן אױף קרעדיט. װאָס זאָל עס הײסן? הײסן הײסט עס, אַז די מענטשן, װי אױך די בהמות, אַרבעטן אױס מער קױלנזױער־גאַז װי די נאַטור — די װעלדער און די אָקעאַנען — קענען איבעראַרבעטן און נײטראַליזירן. און די סיבה דערױף איז ניט נאָר, אַז מיר פּראָדוצירן אַ סך אָרגאַנישן מיסט און גיפֿטיקע גאַזן, נאָר די הױפּט־סיבה איז, אַז מיר פֿאַרניכטן די נאַטירלעכע נײטראַליזאַטאָרן, דהײַנו, די גרינע מאַסע און די לױטערע װאַסערן, װעלכע אַרבעטן איבער די „פּראָדוקטן‟ פֿון מענטשנס לעבנס־טעטיקײט. אין דער ערשטער רײ גייט די רייד װעגן די װעלדער, װעלכע װערן אױסגעהאַקט; װעגן די טײַכן, װעלכע װערן פֿאַרשמוציקט מיט כּלערלײ גיפֿטיקע שטאָפֿן; װעגן דער ערד, װעלכע װערט פֿאַרסמט מיט פּעסטיצידן; װעגן דער לופֿט, װעלכע װערט ענלעך אױף אַ שמוציקן זױער־נעפּל… צום באַדױערן, די רשימה איז צו לאַנג…

Read more


דער בױם

The Tree

פֿון אַבֿרהם רײזען

„איילבירט־בוים” פֿון יעקבֿ קנאָלער

עס איז געװען אַ לאַנגע גאַס. אין דעם ייִדישן קלײנשטעטל האָט די גאַס זיך גערעכנט פֿאַר דער לענגסטער. זי האָט פֿאַרמאָגט פֿערציק הײַזלעך, אױסער דער חורבֿה, אין װעלכער קײנער האָט שױן זינט צען יאָר ניט געװױנט. די אײַנװױנער פֿון דער גאַס זײַנען געװען דורכױס ייִדן. דער אײנציקער גױ, װאָס איז געװען אין גאַס, איז אױך געװען אַ האַלבער ייִד: גערעדט ייִדיש, געהאַלטן פֿון אַ סך ייִדישע מינהגים און האָט געװױנט אין אַ ייִדיש שטיבל, װוּ בײַ דער טיר איז געװען צוגעשלאָגן אַ מזוזה; אַזױ, אַז די ייִדישע אָרעמע־לײַט, גײענדיק איבער די הײַזער, פֿלעגן זײַן שטיבל אױך ניט דורכלאָזן און פֿלעגן אַמאָל כאַפּן בײַ אים — ניט אין אַ יקרות־יאָר —אַ צװײ־דרײַ קאַרטאָפֿל…

די דאָזיקע גאַס האָט געהאַט צװײ ברונעמס. אױך האָט די גאַס גע­האַט אַן עירובֿ, צװײ גריבער, װוּ די קינדער פֿלעגן זיך אין זאַמד שפּילן, און צװײ גאַנץ טיפֿלעכע רינשטאָקן בײַ די זײַטן פֿון דער גאַס.

Read more


מאָדערנע גײַסטער־מעשׂיות

Modern Ghost Stories

דער לייענער ווייסט שוין אפֿשר, אַז אין שוועדן ווערט ייִדיש אָנערקענט ווי איינע פֿון די אָפֿיציעלע מיעוט־שפּראַכן, צוזאַמען מיט פֿיניש, ציגײַנעריש און נאָך עטלעכע קליינע לשונות. אָבער איר האָט מסתּמא נאָך ניט געזען איינע פֿון די קורצע פֿילמען פֿאַר קינדער, וואָס די שוועדישע טעלעוויזיע פּראָדוצירט אויף ייִדיש?

מיר ברענגען אײַך איצט אַן עפּיזאָד פֿון דער סעריע „מאָדערנע גײַסטער־מעשׂיות‟ — וועגן אַ במקום־לערערין, וואָס ווײַזט זיך אַרויס פֿאַר אַ מין מכשפֿה. דער שוועדישער ייִדישיסט טאָמאַס וווּדסקי לייענט פֿאָר מיט אַן אמתן אַקטיאָרישן טאַלאַנט פֿון דער זייער פֿײַנער ייִדישער איבערזעצונג. ס’איז אויך מעגלעך צו לייענען די אונטערקעפּלעך אויף ייִדיש, וואָס קען זײַן אַ גרויסע הילף בײַם לערנען.

http://www.ur.se/Produkter/182874-Moderna-spokhistorier-jiddisch-Vikarien


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

דער פּסחדיקער סענדוויטש

די מלחמה האָט געמאַכט אַ גאַנצע איבערקערעניש אין אונדזערע רעסטאָראַנען. מען האָט אָנגעהויבן דאָרט אָפּהיטן כּשרות און ייִדישקייט.

לויפֿט אַרײַן פּסח־צײַט אַ ייִד אין אַ רעסטאָראַן און גיט אַ זאָג צום קעלנער:

— מאַכט מיר אַ סענדוויטש פֿון חזיר אויף ברויט.

— אַנטשולדיקט, — ענטפֿערט דער קעלנער, — איך קאָן עס אײַך געבן אויף מצה, אָבער ניט אויף ברויט…

Read more


חילוקי־דעות צווישן די מלאכים אין הימל

Debate Among the Angels in Heaven

צו זײַן אַ מענטש איז ניט קײן לײַכטע זאַך. דער מענטש אַלײן, אָבער, האָט ניט קײן מעגלעכקײט אױסצוקלײַבן, צי ער זאָל קומען אױף דער װעלט, אָדער ניט. די מעשׂה מיט קומען אױף דער װעלט האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיט אַ פּאָר גרונטלעכע מאָראַלישע אַספּעקטן, דהײַנו: אין װאָס פֿאַר אַ װעלט זאָל לעבן דער מענטש? אין אַ װעלט פֿון אמת, צדק, חסד און שלום? אָדער פֿאַרקערט — אין דער װעלט פֿון שקרים, עגאָיִזם, אומגערעכטיקײט און מלחמות? אָדער, אפֿשר, אין דער װעלט, װוּ די אַלע מעלות און חסרונות זײַנען איבערגעפֿלאָכטן, געקניפּט און געבונדן? און אױב אַלע מענטשן װײסן װאָס איז גוט און װאָס איז שלעכט, פֿאַר װאָס זשע קענען ניט די מעלות באַהערשן די חסרונות?

Read more


דער לעצטער סופֿר

The Last Scribe

פֿון מענדל מאַן

„סופֿר” פֿון יחזקאל שלאָס

דאָס איז געװען אַן אַלטער מחזור, אַ פֿאַרװיקלטער אין אַ טלית. ער איז געלעגן אין אַלמער לעבן די שבת־לײַכטער, אַ ראָש־השנה־מחזור אין אַ לעדערנעם אײַנבאַנד, אַן אָפּגע­בליאַ­קעװעטן מיט פֿאַרגעלטע בלעטער.

דרײַ מאָל אין מײַן לעבן האָב איך זוכה געװען צו האַלטן דעם דאָ­זיקן מחזור אין מײַנע הענט און אים באַװוּנדערן.

אײדער איך װעל דערצײלן װעגן די דרײַ געשעענישן װאָס האָבן זיך אַזױ אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון, איז נאָך כּדאַי איבערצוגעבן עטלעכע פּרטים װעגן דעם אױסטערלישן ראָש־השנה־מחזור װעלכן מיר האָבן גערופֿן דער ייִחוס־מחזור. ער איז אַלט געװען קנאַפּע פֿיר הונדערט יאָר, געדרוקט אין אַמסטערדאַם. אַז מען האָט אים געעפֿנט, האָט דער ספֿר פֿאַרנומען אַ האַלבן טיש. צו אײן טאָװל איז געװען צוגעפֿעסטיקט אַ שלאָס פֿון זילבער. די צװײטע טײל שלאָס האָט געפֿעלט.

Read more


„ייִדלײַף־קריזיס‟

YidLife Crisis

מוצאי־שבת דעם 30סטן סעפּטעמבער האָט די נײַע קאָמעדיע־סעריע „ייִדלײַף־קריזיס‟ געהאַט איר פּרעמיערע בײַם באַקאַנטן „אַשכּנז‟־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ. די צוויי טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן פֿון מאָנטרעאָל, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן, גראַדואַנטן פֿון דער „ביאַליק־שול‟, האָבן אָנגעשריבן די סצענאַרן און געשפּילט די הויפּט־ראָלעס אין די 4 עפּיזאָדן, וואָס זײַנען איצט דערשינען אויף אַן אייגן וועבזײַטל yidlifecrisis.com, ווי אויך אויף „יו־טוב‟.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געמאַכט מיט די צוויי יונגע פֿילם־מאַכער אַן אינטערוויו און ס’איז דאָ אַ סך וואָס צו דערציילן וועגן זייער פּראָיעקט — אָבער דערווײַל איז כּדאַי, אַז דער לייענער זאָל פֿריִער זען די גאַנצע סעריע פֿאַר זיך אַליין.

ערשטער עפּיזאָד:

צווייטער עפּיזאָד:

דריטער עפּיזאָד:

פֿערטער עפּיזאָד:


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

ווי זײַן באָבע

ער: איר זאָגט, אַז איר זענט הײַנטוועלטיקע, צום סוף זענט איר פּונקט ווי מײַן באָבע.

זי: ווי אַזוי?

ער: איר גייט ביידע ניט אין די אייגענע האָר.

Read more


דער װײַסער גזלן

The White Bandit

גאַנצע טעג איז ער געלעגן אױפֿן דאַך לעבן דעם קױמען און געהאַלטן זיך פֿאַר אַ באַלעבאָס פֿונעם גאַנצן הױף. ער איז געװען װײַס װי שנײ און זײער גרױס, לכל־הפּחות אין מײַנע אױגן. די באָבע מילכּה האָט אים גערופֿן „דער גזלן‟ און געטענהט, אַז „אַחוץ דעם, וואָס ער איז אַ גזלן, איז ער נאָך פֿױל װי אַ הונט‟. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אַ קאָטער און אַ הונט קענען זיך אָנקערן װי „שטיקלעך קרובֿים‟, װײַל אױך אונדזערע שכנים, לױטן באָבעס װאָרטשען, „לעבן װי אַ קאַץ מיט אַ הונט‟.

מיט די שכנים איז אַלץ געװען קלאָר: דער תּמיד אָנגעבלאָזענער אַרמענער, אַרמען־דזשאַן, שפּילט די ראָלע פֿון אַ הונט, און די קורנאָסע בלאָנדע טאַמאַרעטשקע איז די קװיטשענדיקע קאַץ. שױן אַ סך שפּעטער האָב איך איבערגעלײענט בײַ שטעפֿאַן צװײַגן, אַז „אױב אַ הונט און אַ קאַץ חבֿרן זיך, הײסט עס, אַז זײ חבֿרן זיך קעגן דעם קאָך‟. דעמאָלט, אָבער, האָב איך נאָך ניט געקענט לײענען, װײַל כ’בין געװען אַרום פֿיר יאָר אַלט, און די ערשטע ביכער האָב איך באַקומען נאָר מיט אַ יאָר שפּעטער. האָב איך דערװײַל זיך באַנוגנט מיט די לעבעדיקע העלדן פֿון אונדזער הױף.

Read more


דער פּױער װאָס האָט געזען גאָט

The Peasant Who Saw God

פֿון אַבֿרהם סוצקעװער

אין אַ האַלבן קרײַז, װי אַן אָנגע­שפּאַנטער בױגן, שטײען אַרום קאַנאַ­װע די שיסער מיט פֿאַרקאַשערטע אַרבל און צילן אין “רעדעלע פֿון מזל” — אין אַ קופּע פֿאַרמישפּטע.

דער אָפּשײַן פֿון אַ מעשענעם שײַטער אין דערבײַיִקן װעלדל, מיט בײמער פֿון האַלב צעפֿאַלענע סקעלעטן, באַשימערט מיט ברענענ­דיקע שאָטנס דאָס געבײן פֿון לעבע­דיקע טױטע, װאָס אַלע זעען זײ אױס װי אײנער — אַזױ זעט אױס ערד, װען אַן אַקער צעשנײַדט און קערט זי איבער.

בלױז די באָבע, מיט בײדע אײניק­לעך בײַ די זײַטן — אַ גרײַז־גראָע אָדלערין מיט צעשפּרײטע פֿליגל, בלױז זי האַלט אױף די אײבי­קײט פֿון איר פּנים.

די באָבע איז פֿאַרבליבן די לעצטע.

Read more


„לאָז אַרויס‟

“Let It Go”

אויף דער הײַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟, אָרגאַניזירט פֿון „יוגנטרוף‟, האָט דער דאָקטאָראַנט שמואל זערין אָנגעפֿירט מיט אַ גרופּע, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט איבערזעצן אויף ייִדיש עטלעכע באַקאַנטע לידער פֿון די דיזני־פֿילמען. צווישן די לידער איז געווען „לאָז אַרויס‟ פֿונעם פֿילם „פֿאַרפֿרוירן‟, וואָס האָט געוווּנען דעם הײַיאָריקן „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן ליד און איז גאָר פּאָפּולער, ניט בלויז בײַ די יונגע מיידלעך. דער ייִדישער נוסח איז אַזוי געראָטן, אַז די גרופּע האָט באַשלאָסן אים צו רעקאָרדירן און אַרויפֿצושטעלן ווי אַ ווידעאָ אויף „יו־טוב‟, צוזאַמען מיטן ייִדישן טעקסט.

עס זינגט טעמע שעכטער, די ייִנגערע שוועסטער פֿון די באַקאַנטע „שעכטער טעכטער‟.

Read more


אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

ער איז אַ מחותּן

בײַ די קאַטאָליקן איז אַ מינהג, אַז נאָך דעם ווי אַ פֿרוי פֿאַרברענגט אין מאָנאַסטיר אַ געוויסע צײַט, ווערט פֿאַר איר דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע פֿון איר חתונה מיט דעם „אותו האיש‟…

איין מאָל איז אַ ייִד פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ קירך, וווּ עס האָט געדאַרפֿט פֿאָרקומען אַזאַ צערעמאָניע. איז ער אַרײַן אינעווייניק און האָט זיך געזעצט אויף אַ באַנק. קומט צו צו אים צו דער גלח און פֿרעגט אים, צי ער ווייסט, וואָס דאָ קומט איצט פֿאָר.

— אַוודאי, ווייס איך, — ענטפֿערט דער ייִד.

— נו, — פֿרעגט ווײַטער דער גלח, — און וועמען קענט איר דאָ?

— וואָס הייסט? — מאַכט דער ייִד, — איך פֿאַרטרעט דאָ דעם חתנס צד…

Read more


דער סוד פֿון לעבן

The Secret of Life

למען ציון לא אחשה ולמען ירושלים לא אשקוט, פֿון װעגן ציון װעל איך ניט שװײַגן, און פֿון װעגן ירושלים װעל איך ניט רוען.

ישעיה ס”ב, א’

„איבער אַ יאָר אין ירושלים‟, — האָט שטיל אַ זאָג געטאָן די באָבע מלכּה און מיך אַ קוש געטאָן אין שטערן.

— װאָס, מיר פֿאָרן איבער? װוּ איז ירושלים? ס’איז װײַט פֿון דאַנען?

— זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות… פּשוט, עס רעדט זיך אַזױ, ירושלים.

Read more


וואָס האַווקעסטו?

What are you barking for?

אַ מאָל איז געווען אַ ייִד,
האָט ער געהאַט אַ הינטל,
האָט עס געהאַווקעט, געהאַווקעט,
ווען נאָר ס’האָט געבלאָזן אַ ווינטל.

„שווײַג שטיל!‟ האָט דער ייִד געשריגן,
„אויב דו ווערסט נישט באַלד אַנטשוויגן,
זאָג איך דיר צו, בנאמנות,
טיף אין דר’ערד וועסטו ליגן!‟

דעם ייִד איז אָבער ניט געווען באַקאַנט
אַ פֿאַקט, וואָס איז אינטערעסאַנט:
אַז זײַן האַווקנדיק הינטל
איז געווען נעבעך טויב ווי די וואַנט.


ליפּע דער בדחן

Lipa the Badchen

בײַם סוף פֿון אַ חסידישער חתונה, ווען ס’רובֿ געסט זײַנען זיך שוין צעגאַנגען, טרעט אויף דער בדחן פֿאַר די פֿאַרבליבענע געסט, דער עיקר, פֿאַר חתן־כּלה און פֿאַר דער נאָענטער משפּחה. בײַ דער דאָזיקער געלעגנהייט זאָגט דער בדחן ניט בלויז וויצן, ער זינגט אויך מיט גראַמען און רופֿט אויף די נאָענטע משפּחה צו טאַנצן אַ „מיצווה־טאַנץ‟ פֿאַר חתן־כּלה. כּדי זיך צו האַלטן בײַ דער געהעריקער דיסטאַנץ, האַלט דער טענצער איין עק פֿון אַ גאַרטל, בשעת די כּלה האַלט דעם צווייטן עק.

אין דעם דאָזיקן ווידעאָ זעען מיר אַ זעלטעננעם אויפֿטריט פֿון איין בדחן פֿאַר אַ צווייטן, דהײַנו דער באַקאַנטער חסידישער זינגער ליפּע שמעלצער רופֿט אויף צום מיצווה־טאַנץ אַ זינגער פֿונעם פֿריִערדיקן דור, מיכאל שניצלער.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

רעכטע און לינקע

דעם קראָקעווער רבֿ האָט מען איין מאָל אַ פֿרעג געטאָן:

— וואָס איז די מעשׂה, וואָס בײַ ייִדן געפֿינען זיך תּמיד אַזוי פֿיל לינקע?

— דאָס איז דערפֿאַר, — האָט דער רבֿ געענטפֿערט, — וואָס ייִדן האָבן ניט קיין רעכטע.

Read more


אין דער נעץ פֿון אינטערנעץ

Getting Caught Up in the Internet

די צײַטן, ווען אַ טאָגבוך איז געווען אַ פּריוואַטער און אַפֿילו אַן אינטימער װינקל פֿון אַ מענטשנס לעבן — יענע צײַטן זײַנען שוין פֿאַרבײַ. די מחיצה צװישן פּריװאַט און עפֿנטלעך איז געװאָרן אַזױ דין, אַז מע קען זי ניצן אַנשטאָט ביבעלע־פּאַפּיר פֿאַר פּאַפּיראָסן.

די בליץ־שנעלקײט פֿון די מאָדערנע קאָמוניקאַציע־מיטלען דערלױבט אונדז צו זײַן אין פֿאַרבינדונג מיט די מענטשן פֿון אַלע עקן װעלט. די אַמאָליקע אָפּגערינסקײט פֿון דער געזעלשאַפֿט, װי אױך דאָס געפֿיל פֿון אַ ביטערער עלנטקײט זײַנען הײַנטיקע טעג אַ סך קלענער װי פֿריִער. דער מאָדערנער יונגער־מאַן האַלט, אַז אױב „דעם פּאָלקאָװניק קײנער שרײַבט ניט‟, הײסט עס, אַז אין זײַן „לאָך‟ איז ניטאָ קײן אינטערנעץ און בכלל, „הונדערט יאָר פֿון עלנטקײט‟ — איז ניט מער װי אַ פּריװאַטער אױסקלײַב.

Read more