Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

די וואָך האָט קיינער ניט אידענטיפֿיצירט דאָס ליד מיט אַלע נייטיקע פּרטים. דאָס הייסט, צוויי חשובֿע לייענער, אסתּר־בתיה ווײַסמאַן־שולמאַן און יורי זאַקאָן, האָבן ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „אַ ייִדישע מאַמע‟, געשריבן פֿון דזשעק יעלען, מיט מוזיק פֿון לעוו פּאָלאַק — נאָר די זינגערין האָבן זיי ניט דערקענט. קענען מיר איצט אויסזאָגן, אַז זי הייסט ביבי מאַרסעל און זי זינגט מיט דער „מאַקסוועל סטריט‟ קלעזמער־קאַפּעליע. אָט האָט איר דאָס גאַנצע ליד:

This week nobody identified the song with all the necessary details. That is, two esteemed readers, Ester-Basya Vaisman-Schulman and Yuri Zakon, rightly guessed that the song was “A Yiddishe Mama,” written by Jack Yelen, with music by Lew Pollack - but they failed to recognize the singer. Now we can reveal that the singer is Bibi Marcell, performing with the Maxwell Street Klezmer Band. Here you have the whole song:

דאָס מאָל וועלן מיר אײַך ברענגען אַן אויסצוג פֿון אַ ליד, וואָס איז אפֿשר ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. איז הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

This time we bring you an excerpt from a song that is not as hard to guess. Listen carefully, send in the name of the song, of the lyricist, of the composer, and of the singer, and the first person to guess correctly will receive a present from the “Forverts”.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

Send your answer to the address [oyneg@yiddish.forward.com](mailto:oyneg@yiddish.forward.com)

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.

Give your name and the city where you live.

אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

אַ גרויסער קאַרליק

מען האָט אַרומגעטראָגן איבער די גאַסן זייער אַ קליינעם קאַרליק ווײַזן פֿאַר עטלעכע קאָפּיקעס. אַ קלוגער קלויזניק האָט דערזען, ווי אַלע לויפֿן נאָך און קוקן, האָט ער מיט וווּנדער געזאָגט: „איך פֿאַרשטיי ניט, וואָס איז דאָ אַזוי נאָכצולויפֿן? איך האָב געזען גרעסערע קאַרליקעס‟.


די קלוגע כּלה

„דו נאַר איינע!‟ — האָט אַ מוטער געטרייסט איר טאָכטער בשעת דער חופּה, — „וואָס וויינסטו? אַ מאַן איז דאָך ניט קיין בער. ווי איז געווען, אַז איך האָב חתונה געהאַט מיטן טאַטן?‟

„אַזוי?‟ — האָט זיך די כּלה אָפּגערופֿן, — „האָסטו דאָך חתונה געהאַט מיטן טאַטן, און איך האָב איצט חתונה גאָר מיט אַ פֿרעמדן מאַנצביל‟.


אַ שנײַדער אַ למדן

אַ שנײַדערשער יונג האָט שבֿועות צו קידוש געזאָגט „זמן חרותנו‟. „גראָבער יונג איינער! — האָט אויף אים דער בעל־הבית אָנגעשריִען — מילא, פּסח זאָגט מען ׳זמן חרותנו׳, עסט מען כאָטש חרוסת, אָבער וואָס איז הײַנט פֿאַר אַ חרותנו אויף דײַן משוגענעם קאָפּ?‟


לעבן ווי אַ שלעפּער

„איך האָב מורא, — האָט איינער געזאָגט צו זײַן חבֿר, — אַז מיר זאָלן ניט שטאַרבן ווי שלעפּער‟.

„אויך אַ דאגה! — האָט געזאָגט דער אַנדערער, — איך האָב מורא, אַז מיר וועלן דאַרפֿן לעבן ווי שלעפּער‟.


יאָסל־פּאַרך

Yossel With the Canker on His Scalp

בײַ אונדז אין שטעטל, אין פֿלאָרעשט, פֿלעגט מען זאָגן, אַז „אַ ייִד אַ פּאַרך איז ערגער פֿון אַ גױ אַ רשע‟. פֿונעם קאָנטעקסט האָט מען באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז סע רעדט זיך װעגן אַ שלעכטן מענטש. מײַן טאַטע, זאָל זיך מיִען, אַ ליטװאַק, כּדי אָפּכאַראַקטעריזירן אַ שלעכטן ייִדן, פֿלעגט זיך באַנוצן מיט אַן אַנדערן אױסדרוק — אַ פּאַרשיװער ייִד, אָדער אַ פּאַרשיװער מענטש.

שפּעטער, װען איך האָב שױן געװױנט אין דער גרױסער ייִדישער שטאָט בעלץ, האָב איך געהערט סײַ „אַ ייִד אַ פּאַרך‟ און סײַ „אַ פּאַרשיװער ייִד‟, אָבער מײנען האָבן זײ געמײנט צװײ פֿאַרשידענע זאַכן. דער בעלצער „אַ ייִד אַ פּאַרך‟ איז געװען אַ פּראָסטאַק, אַ נאַר, אַ טיפּשעװאַטער מענטש, אָבער „אַ פּאַרשיװער ייִד‟ האָט טאַקע געמײנט אַ שלעכטער מענטש, אַ רשע.

Read more


דער רעטעך

The Radish

פֿון יוליאַן טוּווים


דער פֿרילינג איז געקומען, האָט דער זיידע נח פֿאַר דער אַרבעט זיך גענומען און האָט פֿאַרזעצט אַ רעטעך.

איז געקומען דער זומער, איז דער רעטעך אויסגעוואַקסן אַ גרויסער, אַ גרויסער און אַ געראָטענער.

האָט דער זיידע נח געוואָלט דעם רעטעך פֿון דער ערד אַרויסשלעפּן.

ער שלעפּט און ציט, ציט און שלעפּט און אַרויסשלעפּן דעם רעטעך קען ער ניט.

Read more


דער פּעסטער פּרעזידענט

The Pester President

מיר ברענגען אײַך אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם „ווײַסן הויז‟, וווּ דער באַקאַנטער חסידישער בדחן און קאָמיקער, דער פּעסטער רבי, ר׳ יואל לעבאָוויטש, דערקלערט אַמעריקע וועגן דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

אלי איידלמאַן

די וואָך האָט געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט דער יונגער לייענער פֿון ירושלים, ר’ אלי איידלמאַן. יישר־כּוח!

ער האָט ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „רומעניע‟, געשריבן פֿון אַהרן לעבעדעוו, און דאָ געזונגען פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם „סאָ־קאַלד‟ — דזשאַש דאָלגין. אָט איז דאָס גאַנצע ליד:

און אָט האָט איר אַ נײַעם אויסצוג פֿון נאָך אַ ליד — הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ קאָמפּאַקט־דיסק.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com.

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

אַן ענטפֿער פֿון אַ רבֿ

„זאָגט מיר, רבי, — האָט איינער געזאָגט צו אַ רבֿ, — די גמרא זאָגט דאָך, אַז צדיקים כּל זמן שמזקינין דעתּן מיושבת עליהם — ד”ה די צדיקים וואָס זיי ווערן עלטער, ווערן זיי אַלץ קליגער, און די רשעים וואָס זיי ווערן עלטער, ווערן זיי אַלץ נאַרישער. טאָ ווי קומט עס, אַז די ספֿרים, וועלכע איר האָט איצט אַרויסגעגעבן, זײַנען ערגער פֿאַר די, וועלכע איר האָט געשריבן יונגערהייט?‟

„אָט דאָס איז דאָך טאַקע די סיבה, — האָט אים דער רבֿ געענטפֿערט, — וואָס איר זײַט עלטער געוואָרן‟.

Read more


אַ פֿאָלקס־מעשׂהלע פֿונעם שטעטל זינקעוו

A Folktale From the Town of Zinkev

עס װײַזט זיך אַרױס, אַז דאָס שטעטל זינקעװ האָט זײער אַ לאַנגע געשיכטע, װײַל אין יאָר 1404 האָט דער פּױלישער קעניג יאַגײַלאָ פֿאַרשאָנקען די פֿעסטונגען זינקעװ און סאַװענעװ דעם פּױלישן פֿירשט פּעטער שאַפֿראַנץ.

אַ פֿעסטונג איז דאָך ניט קײן שטאַל; פֿאַר אײן טאָג שטעלט מען זי ניט אױף. די זינקעװער פֿעסטונג איז געװאָרן אַ װיכטיקער פֿאָרפּאָסט קעגן די רױבערישע אָנפֿאַלן פֿון די קרימער טאָטערן. אין 1648טן יאָר איז זינקעװ געװאָרן פֿון די ערשטע פּױליש־ייִדישע שטעטלעך, װעלכע ס׳האָבן חרובֿ געמאַכט די באַנדעס פֿון כאַמעליוקס קאַזאַקן און די קרימער טאָטערן. דער פֿראַנצײזישער דיפּלאָמאַט װערדום, פֿאַרבײַפֿאָרנדיק דאָס שטעטל זינקעװ אין 1671, האָט פֿאַרצײכנט אין זײַן רײַזע־ביכל: „פֿון דער שטאָט זינקעװ איז קײן סימן ניט געבליבן, נאָר די רויִנען פֿונעם שטאָטמױער‟. פֿון 1672טן ביז 1699טן יאָר האָט זינקעװ געהערט צו דער טערקישער אימפּעריע, מע האָט פֿאַרראָכטן די זינקעװער פֿעסטונג און אין שטעטל האָבן זיך באַזעצט די ספֿרדישע ייִדן, אָבער נאָך דעם װי פּאָדאָליע איז איבערגעגעבן געװאָרן צו פּױלן, האָבן די קאַזאַקן װידער רויִנירט דאָס שטעטל און אומגעבראַכט אַלע ייִדן.

Read more


מײַן טאַטנס האַנט

My Father’s Hand

פֿון ה. לײװיק

אַ ייִדישער קינסטלער, ב. רעדער, האָט גענומען אַן אַלט פֿאָטאָגראַפֿיש בילד פֿון מײַן טאַטן און פֿאַרװאַנדלט עס אין אַ האָלצשניט־געשטאַלט, און װי שאַרף, אין שװאַרץ און װײַס, ס׳איז אַרױסגעקומען דעם טאַטנס פּנים, איז נאָך שאַרפֿער אַרױסגעקומען דעם טאַטנס האַנט. די רעכטע האַנט, לאַנג, דאַר, בלענדנדיק. אַלע פֿינ­גער, אַ חוץ דעם אָנװײַז־פֿינגער, אונ­טער­געבױגן. דער אָנװײַז־פֿינגער אָבער אױסגעצױגן. לענגער נאָך װי נאַטירלעך. די גאַנצע האַנט ציט זיך אַראָפּ, אַזױ װי עס װאָלט איר געװען שװער צו האַלטן זיך, צו עקזיסטירן. זי װאָלט ערגעץ אַראָפּגעזונקען, צי זי ראַנגלט זיך און װיל ניט אַרונטערפֿאַלן. זי האַלט זיך האַלב אונטערגעשפּאַרט, האַלב אין לופֿטן. זי איז שאַרף אין איר װײַסקײט, אין איר בלענדיקײט. דער אָנװײַז־פֿינגער, ניט געקוקט אױף גאָר זײַן לענג, איז ניט דראָענדיק, ניט באַפֿעלעריש. ער איז גאָר פֿול מיט צער. פֿון דער גאַנצער טונקלקײט טײלט זיך אױס דעם טאַטנס האַנט װי אַ װעלט פֿאַר זיך אַלײן. איך װאָלט שיעור ניט געזאָגט, אַז זי טײלט זיך אױס װי גאָטס האַנט.

Read more


אַ חתונה אין חדר

A Wedding in Heder

די תּלמוד־תּורה „תּיפֿרת בנים מונקאַטש‟ אין באָראָ־פּאַרק האָט אָרגאַניזירט אַן אייגענע חתונה־צערעמאָניע לכּבֿוד פּרשת חיי שׂרה און דער חתונה פֿון יצחק אָבֿינו און רבֿקה אמנו: די קליינע ייִנגלעך האָבן אַליין געשפּילט די ראָלעס פֿון יצחק און רבֿקה, ווי אויך פֿון די אַלע מחותּנים און געסט.

דאָס הייסט חתונה האָבן יונגערהייט!


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

ר’ יורי זאַקאָן

די וואָך האָט געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט דער חשובֿער לייענער פֿון טולאַ, רוסלאַנד, ר’ יורי זאַקאָן. יישר־כּח!

ער האָט ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „בובליטשקי (בייגעלעך)‟, געשריבן (קודם אויף רוסיש) פֿונעם אַדעסער זשורנאַליסט יעקבֿ יאַדאָוו, און דאָ געזונגען אויף ייִדיש פֿון די שוועסטער בערי. אָט איז דאָס גאַנצע ליד:

און אָט האָט איר אַ נײַעם אויסצוג פֿון נאָך אַ ליד — הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ קאָמפּאַקט־דיסק.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט אויך צו אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

ליגנס

מיסטער דרייער: איר ווייסט, אײַער ברודער קען כאַפּן פֿון מיר אַ מפּלה פֿאַר זײַן אַרומגיין זאָגן ליגנס וועגן מיר.

מיסטער מייער: וואָס אַרט אײַך ווען ער זאָגט וועגן אײַך ליגנס? זעט איר, ווען ער זאָל אַרומגיין זאָגן וועגן אײַך דעם אמת, דעמאָלט וואָלט ער זיכער ווערט געווען, איר זאָלט אים אָנברעכן די ביינער.

Read more


אַן אײביקע שׂינאה

Enemies Till the End

עס איז שװער צו גלײבן, אָבער עס זײַנען געװען צײַטן, װען איך בין געװען אַ קלײן קינד. איך װײס נישט װי בײַ אַנדערע קינדער, נאָר פֿון קינדװײַז אָן האָב איך מורא געהאַט פֿאַר די בערן און שלאַנגען. דער אמת איז, אַז אין יענע צײַטן האָב איך אַפֿילו נישט געװוּסט, װי אַזױ זעען זײ אױס, װײַל בײַ אונדז אין שטעטל זײַנע קײן בערן און שלאַנגען נישט געװען. עס איז געװען אַ קאָמפּאַקטע ייִדישע שטאָט מיט אַ גױיִש מיליטער־שטעטל פּאַזע דער לײם־ריפּע.

איך מײן, אַז דאָס װאָרט „ריפּע‟ איז נישט באַקאַנט אַ סך ייִדישע לײענער. אַ ריפּע האָט בײַ אונדז געמײנט אַ באַלקע, אַ יאַר, מיט אײן װאָרט, אַ טיף אױסגעטריקנט טײַכבעט. בקיצור, צװײ ריפּעס זײַנען בײַ אונדז יאָ געװען, אָבער מיט קײן בערן און שלאַנגען האָט אַפֿילו ניט געשמעקט. די מורא פֿאַר די־אָ חיות האָט מיך באַפֿאַלן נאָך מײַן באָבעס „מעשׂהלעך צום שלאָפֿן‟. װעגן װאָס זײַנען געװען יענע מעשׂהלעך געדענק איך ניט, נאָר דער פּחד פֿאַר יענע שרעקלעכע חיות איז געבליבן אױף אײביק, און עס װײַזט זיך אױס, אַז די דאָזיקע פֿאָביע האָט אַ לאַנגע, לאַנגע „באָרד‟. זי איז געבױרן געװאָרן אין די גאָר װײַטע קדמונישע צײַטן, און אױך שלמה המלך האָט באַװיזן צולײגן אַ האַנט צו דעם אײביקן װיכּוח צװישן די מענטשן און שלענג.

Read more


דער טויט פֿון משהן

The Death of Moses

פֿון י. ד. בערקאָװיטש

בען שאַן

צװײ װאָכן פֿאַר די יום־טובֿים, אין די בין־הזמנים־טעג, האָב איך זיך אָפּגעזעגנט מיטן חדר פֿון דעם רבין הירשל־בערל.

איך זאָג “זיך אָפּגעזעגנט”, אָבער דאָס איז ניט דאָס פּינקטלעכע װאָרט. עס איז ניט געװען קײן ענדגילטיקער אָפּשײד. אױך נאָך דעם װי איך בין אַריבער אין אַן אַנדער חדר, בין איך געבליבן נאָענט צו מײַן אַלטן רבין אַזױ װי פֿריִער. מיר האָבן געװױנט אין אײן הױף, געלעבט אין פֿרײַנדשאַפֿט און גוטער שכנות און מיר איז געװען ליב צו זען טאָג־טעגלעך דעם רבין הירשל־בערל װי ער איז מדריך זײַנע קלײנע תּלמידים, װאָס איך בין שױן נישט געװען אײנער פֿון זײ. אױך ער האָט צו מיר ליבלעך געשמײכלט יעדעס מאָל װען ער האָט מיך געזען, אַזױ װי ער װאָלט געטראָפֿן אַן אַלטן באַקאַנטן, װאָס די פֿרײַנדשאַפֿט צװישן זײ איז ניט איבערגעריסן גע­װאָרן אױך איצטער. און זײַן װײַב, די רביצין, איז דאָך אָפּגערעדט. זי האָט מיר װײַטער אַרױסגעװיזן אַ באַזונדער ליבשאַפֿט, מיך געגלעט מיט אירע גוטע װאַרעמע אױגן, װי אין יענע טעג בעת איך בין געװען צוגעבונדן צו איר, זיך געקװיקט מיט אירע פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות. מיר זײַנען געװען גוטע שכנים און מיר האָבן שטענדיק געפֿילט װי משפּחה־קרובֿים, סײַ די גרױסע, סײַ די קינדער.

Read more


אַריבער דעם סמבטיון

Over the Sambation

לכּבֿוד דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם גרויסן מומחה אויפֿן געביט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, פּראָפֿ’ דבֿ נוי (1920־2013), האָט דער „לייענזאַל‟ אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ פֿון אַ לעקציע, וואָס פּראָפֿ’ נוי האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן אַפּריל 1996. די רעקאָרדירונג האָט געשאָנקען דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטור־קלוב.

דבֿ נוי איז געבוירן געוואָרן אין דעם שטעטל קאָלאָמיי (דעמאָלט פּוילן, הײַנט אוקראַיִנע), און האָט עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אין 1938. ער האָט שטודירט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און שפּעטער געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט אין אַמעריקע. אין 1955 האָט ער געגרינדעט דעם „ישׂראל־אַרכיוו פֿון פֿאָלק־דערציילונג‟ בײַם אוניוועריטעט פֿון חיפֿה. ער האָט אַליין אָנגעשריבן אָדער רעדאַקטירט אַן ערך 60 ביכער און זאַמלונגען, און האָט אויף דער עלטער באַקומען סײַ דעם ביאַליק־פּרײַז, סײַ דעם ישׂראל־פּרײַז.

דאָ דערציילט ער וועגן די ייִדישע לעגענדעס פֿונעם טײַך סמבטיון און פֿון די רויטע ייִדעלעך.


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

נח באַרעראַ־סטאַנפֿאָרד

די וואָך האָט געוווּנען אונדזער פֿאַרמעסט דער יונגער ייִדישיסט פֿון סאַנטאַ־קרוז נח באַרעראַ־סטאַנפֿאָרד, וואָס האָט שוין באַקומען זײַן פּרעמיע — די רעקאָרדירונג „ייִדישע קלאַסישע ווערק‟ רעציטירט פֿון שורע גרינהויז־טורקאָוו.

יישר־כּח!

ער האָט ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „זאָל שוין קומען די גאולה‟, געשריבן פֿונעם ווילנער פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי, אין אַ גאָר מאָדערנעם נוסח געזונגען פֿון וואָלף קראַקאָווסקי. הערן דאָס גאַנצע ליד קענט איר דאָ:

און אָט האָט איר אַ נײַעם אויסצוג פֿון נאָך אַ ליד — הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר (ווערטער און אויך מוזיק!), און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ קאָמפּאַקט־דיסק.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

„פּליין‟־ייִדיש

רעדאַקטאָר: אײַער אַרטיקל טויג ניט. דער פּראָסטער מענטש וועט אים ניט קענען פֿאַרשטיין.

שרײַבער: וואָס פֿאַרשטייט איר דאָ ניט?

Read more


„זעקל, נעם אים!‟

“Pouch, Grab Him!”

די שאַפֿונג פֿון יעדן פֿאָלק איז אַ פֿאַרמאַסקירטע האָפֿענונג אױף אַן אַלגעמײנעם אָדער טײלװײַזן גליק — פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק, פֿאַר אַ באַזונדערער קהילה אָדער סתּם פֿאַר אַ יחיד.

צו פֿאַרװירקלעכן אַ טרױם דאַרף מען דאָך האָבן אַן איבערנאַטירלעכן גײַסטלעכן כּוח אָדער אַ כּישוף־מיטל. די אַלטע ייִדישע אַגדות און מעשׂהלעך געהערן איבער הױפּט צו דעם לעגענדעס־זשאַנער, אין װעלכן ס׳איז תּמיד פֿעסט באַשטימט אַ געאָגראַפֿיש אָרט אָדער דער נאָמען פֿון אַן אמתן היסטאָרישן פּערסאָנאַזש. און עס מאַכט ניט אױס, אַז די געשעענישן און די נעמען אין די ייִדישע מעשׂהלעך זײַנען אַ מאָל פֿון פֿאַרשידענע היסטאָרישע תּקופֿות און אױסגעמישט װי אַ פּעשל קאָרטן; װיכטיק איז, אַז די אַטריבוטן אין די ייִדישע מעשׂהלעך געהערן שטענדיק צום נאַציאָנאַלן תּחום פֿונעם ייִדישן שטײגערישן אָדער רעליגיעזן לעבן. אין דעם פֿאַל איז זײער אינטערעסאַנט צו זען װי אַזױ עס פֿלעכטן זיך איבער אין אײן מעשׂהלע דער גאָר אײנפֿאַכער אוניװערסאַלער אַטריבוט פֿון אַ נע־ונד, דהײַנו — אַ זעקעלע, און דער טרױם אױף אַן אײביקן גליק, דהײַנו — משיחס קומען. אָט, הערט שױן אַ שטיקל מעשׂה.

Read more


אַ מעשׂה וועגן זיך

A Story About Myself

פֿון מאַני לײב

וויטראַזש פֿון מאַרק שאַגאַל

אין אוקראַיִנע איז דאָ אַ שטאָט ניעזשין װאָס האָט געשמט מיט אירע בלאָטעס, װערבעס, רײַכע טאַבאַק־סוחרים, פֿערדהענדלער און פֿערד-גנבֿים. די שטאָט האָט אױך געשמט מיט הײליקע קבֿרים־שטיבלעך פֿון צדיקים, מיט אירע שוסטער־שיכּורים, מיט איר װײַסן, גרױסן ליצײ, װוּ גאָ­גאָל האָט געלערנט און מער פֿון אַלץ — מיט אירע געזאַלצענע אוגערקעס.

שײן איז געװען די שטאָט ניעזשין!

שײן מיט אירע ערבֿ־פּסחדיקע און נאָך־ימים־נוראָימדיקע בלאָטעס װאָס לאָזן זיך פֿונאַנדער ביז אַריבערן גאַרטל, אָבער נאָך שענער איז די שטאָט געװען װינטערצײַט, װען די שנײען װאַקסן אָן ביז אַריבער די שטרױענע דעכער, הױך ביז צו די קױמענס אַרױף.

האָבן אין דער שטאָט ניעזשין געלעבט אַמאָל אַ ייִד מיט אַ ייִדענע װאָס האָבן געהאַט אַכט קינדער, גע­װױנט האָבן דער ייִד מיט דער ייִדע­נע אין אַ קלײן־קלײן שטיבל מיט אַ שטרױענעם דאַך. דער ייִד מיט דער ייִדענע זײַנען געװען אײדעלע און ערלעכע מענטשן, נאָר גרױסע אָרע­מע־לײַט. יעדן טאָג פֿלעגן זײ אױפֿשטײן באַגינען און אַװעקלױפֿן אין מאַרק אַרײַן האַנדלען און װאַנד­לען. דער ייִד האָט געהאַנדלט מיט פֿעל. גױים ברענגען אױפֿן מאַרק אַלער­לײ פֿעל, קױפֿט זײ דער ייִד אױף און פֿאַרקױפֿט זײ דערנאָך צו דעם רײַכסטן הענדלער פֿון שטאָט. די ייִדענע האָט געהאַנדלט מיט גענדז, הינער און אײער. אַלע אינ­דערפֿרי איז זי אַרױס אין מאַרק מיט אַ גרױסן לײדיקן קױש, און אַז זי איז צוריקגעקומען פֿאַר נאַכט, איז דער קױש געװען אָנגעלאָדן מיט קאַר­טאָפֿל, ברױט און געפֿרױרענע עפּל.

Read more


„שבתון‟ אין קרית־יואל

Shabbaton in Kiryas Joel

מיר ברענגען אײַך הײַנט אַ חנעוודיקן ווידעאָ פֿון דער צדקה־אָרגאַניזאַציע „אַחים ביחד‟ (מיטן ענגלישן נאָמען: Chai Lifeline), וואָס איר מיסיע איז פֿריילעכער צו מאַכן און צו פֿאַרבעסערן דאָס לעבן פֿון ייִדישע קינדער, וואָס לײַדן פֿון שווערע, אָפֿט אומהיילעוודיקע קרענק. „אַחים ביחד‟ איז ספּעציעל אַקטיוו אין דער חסידישער וועלט, וווּ עס ווערן געבוירן אַזוי פֿיל קינדער, כּן ירבו, און דעריבער ווערט אַ טייל פֿון זייער אַרבעט טאַקע דורכגעפֿירט אויף ייִדיש. איבער זייער נאָמען קען מען אַפֿילו לייענען דעם ייִדישן לאָזונג: „ברודערל, ביסט נישט אַליין‟.

דער דאָזיקער ווידעאָ ווײַזט אַ „שבתון‟ אינעם סאַטמערער שטעטל קרית־יואל, וווּ מע פֿאַרווײַלט די קראַנקע קינדער מיט פֿאַרשיידענע שפּילן און פֿאָרשטעלונגען.