Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

מיר באַגריסן דעם געווינער פֿונעם פֿאַראַכטאָגיקן פֿאַרמעסט, הרבֿ שאול ראַפּעפּאָרט פֿון לידאָ ביטש, ניו־יאָרק, וואָס האָט דער ערשטער געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „קום אַהער דו פֿילאָזאָף‟, פֿונעם משׂכּיל וועלוול זבאַרזשער, וואָס עס זינגט טעאָדאָר ביקעל. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט דעם חשובֿן רבֿ שוין געשיקט זײַן פּרעמיע — דעם קאָמפּאַקט־דיסק „איציק מאַנגער — ליד און באַלאַדע‟, רעציטירט פֿון שורע גרינהויז־טורקאָוו.

מיר באַגריסן אויך די אַנדערע באַטייליקטע, וואָס האָבן אַרײַנגעשיקט ענטפֿערס — אַ סך פֿון זיי ריכטיקע. דאָס קומענדיקע מאָל דאַרפֿן זיי ענטפֿערן גיכער! דאָ קענט איר הערן דאָס גאַנצע ליד „קום אַהער דו פֿילאָזאָף‟:

איצט ברענגען מיר אײַך אַ ווײַטערן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ייִדיש ליד — הערט זיך צו און שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, פֿונעם מחבר, און פֿונעם זינגער, וועט דער ערשטער נאָך אַ מאָל באַקומען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟, אַ קאָמפּאַקט־דיסק.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

וחלקלקות און זמזומים

(איסט־סײַדער טיפּן)

וחלקלקות און זמזומים,
צוויי פֿאַרברענטע „איסט־סײַדיסטן‟,
האָבן תּמיד זיך געאַמפּערט
און געפֿירט אַ קאַמף אַ וויסטן.

קוים נאָר האָט מען זיך באַגעגנט,
הייבן אָן שוין די דעבאַטן,
און עס פֿליִען אין דער לופֿטן
הונדערט־פּודיקע ציטאַטן.

Read more


צי זענען בלינדע מער מאָראַליש ווי זעעוודיקע?

Are the Blind More Moral than Those Who Can See?

איך מײן, אַז פֿאַר די סאָציאָלאָגן און סתּם גוטע מענטשן װעט זײַן אינטערעסאַנט צו זען דעם גראַנדיעזן מהלך, װעלכן ס׳האָט אַדורכגעמאַכט די מענטשהײט זינט די לעצטע פּאָר טױזנט יאָר; און אײנע פֿון די שײנע אילוסטראַציעס פֿון דעם איז אַן אַלט מעשׂהלע, אין װעלכן עס שטױסן זיך צונױף צװײ צוגאַנגען פֿון די לעבנס־פֿילאָסאָפֿיעס — די געצן־דינערישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער רױמישער אימפּעריע און דער מאָנאָטעיִסטישער באַנעם פֿון דער װעלט לױט דער בעל־פּה־תּורה.

אַ רױמישער קיסר האָט געפֿרעגט בײַם באַװוּסטן תּנא, רבי יהושע בן־קרחה: „וווּ איז די גערעכטיקייט פֿון אײַער גאָט? צו וואָס לאָזט ער, אַז עס זאָלן געבוירן ווערן מענטשן וואָס זײַנען טויב, שטום, בלינד אָדער קרום? פֿאַר וואָס קומט זײ, געבוירן צו ווערן געשטראָפֿטע?‟

Read more


ברידער

Brothers

פֿון איציק קיפּניס

זײ זײַנען אין גאַנצן ניט געװען געראָטן אײנס אינעם צװײטן, סײַדן דאָס, װאָס זײ זײַנען בײדע געװען געלע.

בײַ זלמנען מיט דער לאַנגער װײַסער באָרד איז דער גאַנג שטענדיק אַ פּאַמעלעכער, רײדן רעדט ער שטיל בנעימות, כאָטש פֿון די אױגן קוקט אַרױס אַ קלוגער שמײכל, פֿונעם שמועס — אַ גלײַכװאָרט.

בײַ פֿײַװיש־בערעלען דערלעבט דאָס בערדעלע קײן מאָל ניט אױס­װאַקסן מער, װי ער ברױכט עס. דאָס קורצלעך נעזל זעט אױס װי אַ קיר­פּאַטע. פֿון די אױגן שפּריצט מיט גע­לעכטער און זײַן גענגעלע הערט מען פֿאַר אַ װערסט, פּונקט װי די עט­װאָס הױכלעכע אָפּצאַסן פֿון זײַנע אױס­גע­פּוצטע שטיװל װאָלטן געװען אײנס מיטן טומלדיקן באַלעבאָס מיט זײערן.

Read more


ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

הערט זיך צו צו דעם דאָזיקן אויסצוג פֿון אַ ייִדיש ליד:

דער ערשטער, וואָס וועט אַרײַנשיקן דעם נאָמען פֿונעם ליד, דעם נאָמען פֿונעם מחבר, און דעם נאָמען פֿונעם זינגער, וועט באַקומען פֿון „פֿאָרווערטס‟ אַ פֿרײַען קאָמפּאַקט־דיסק.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.


„דער ראָב‟

“The Raven”

לכּבֿוד „האַלאָווין‟ ברענגען מיר אײַך אַ רעקאָרדירונג פֿונעם סאַמע באַרימטן ליד פֿונעם פּאָעט עדגאַר אַלען פּאָו, „דער ראָב‟, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון לייב נײַדוס (1890־1918). לייבל און סענדערל באָטוויניק האָבן עס רעציטירט בײַם לייב נײַדוס־אָוונט דעם 10טן אָקטאָבער 1982 אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל.

דעם ווידעאָ האָט געמאַכט דזשאָרדין קוציק פֿאַרן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

זאָאָלאָגיע

לערער: זאָגט מיר, קינדער, וואָס האָבן זעבראַס אַזוינס, וואָס אַנדערע חיות האָבן ניט?

פֿײַוול (הייבט אויף די האַנט): זעברעלעך.

Read more


שלמה שווייצער — אַ לעבעדיקע ענציקלאָפּעדיע

Shloyme Schweitzer – a Walking Encylopedia

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

שלמה שװײַצער, זכרונו לבֿרכה, איז, לױט מײַן מײנונג, געװען דער בעסטער ייִדישער רעדאַקטאָר פֿון אַלע, װאָס איך האָב געקענט.

ער האָט געהערט צו יענעם דור גלענצנדיקע ישיבֿה־בחורים, װעלכע זײַנען געװאָרן אַ טייל פֿונעם קעמפֿערישן אינטעלעקטועלן אַװאַנגאַרד פֿון די אומצאָליקע ייִדישע סאָציאַליסטישע באַװעגונגען און פּאַרטײען. ער האָט געהאַט אַן אײַזערנעם זכּרון און, דאַכט זיך, ס׳איז נישט געװען קײן ייִדישער שרײַבער, װעלכן ר’ שלמה זאָל ניט האָבן געקענט און ניט געלײענט זײַנע ווערק.

מיר האָט צוגעפֿידלט צו װערן זײַן תּלמיד און חבֿר, און ער איז געװען דער רעדאַקטאָר פֿון אַ פּאָר מײַנע ביכער. נאָך דעם, װי ר’ שלמה האָט אױסרעדאַגירט מײַן נאָװעלע „בירגער פּיפּיק‟“, װוּ אַלע העלדן זײַנען גנבֿים, בלאַטע חבֿרהניקעס, זונות, שמוגלערס און סתּם פֿרײלעכע אונטערװעלטניקעס, האָט ער מיך אַ פֿרעג געטאָן: „מיכאל, װוּ נעמסטו זײ, די אַלע ׳פֿרײלעכע פּאַסקודסטװעס׳? הע, האָב איך אים געענטפֿערט, װען איך װאָלט עס געװוּסט, װאָלט איך דאָרטן געזעסן און געשעפּט פֿון זײ מיט אַ לאָפּעטע.

Read more


אַ סגולה קעגן עלטער

A Remedy For Old Age

פֿון זלמן ווענדראָף

זלמן ווענדראָף

איך האָב שױן, ברוך־השם, אַזאַ מזל, אַז איך דערװיס זיך אָפֿט מאָל פֿון לײַטן װעגן זיך אַזױנס, װאָס מיר אַלײן איז ניט באַװוּסט. אַזױ, צום בײַשפּיל — נאָך אין 1918 יאָר האָב איך זיך דערװוּסט פֿון די אַמעריקאַנער “פּײפּערס”, אַז “דעם קאָמיסאַרס רעכטע האַנט אין ייִדישן קאָמיסאַריאַט בײַם נאַרקאָמנאַץ איז דער ייִדישער שרײַבער װענדראָף”, כאָטש מיר אַלײן איז ביז דאַן באַװוּסט געװען, אַז אין דעם נעמלעכן קאָמיסאַריאַט פֿאַרנעם איך בלױז דעם באַשײדענעם פּאָסטן פֿון פֿאַרװאַלטער מיט דער “סעקציע פֿון קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם”, דער פּערסאָנאַל פֿון װעלכן איז באַשטאַנען פֿון אײן פּערזאָן — טאַקע פֿון מיר גופֿא.

אַ יאָר שפּעטער, װען איך בין באַשטימט געװאָרן אַלס פֿאַרװאַלטער, אָדער, װי ס׳האָט אין יענע יאָרן גע­הײסן, “נאַטשאַלניק” פֿונעם פּרעסע־אָפּטײל בײַם פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר טראַנספּאָרט, האָב איך פֿון די זעלביקע “פּײפּערס” דערפֿאַרן, אַז “די סאָװעט־רעגירונג האָט באַשטימט דעם ייִדישן שרײַבער ז. װענדראָף אַלס פֿאָלקס־קאָמיסאַר, דאָס הײסט אַלס מיניסטער פֿאַר טראַנספּאָרט” —אַ פּאָסטן זײער אַ חשובֿן, אָבער ניט נאָך מײַנע שװאַכע כּוחות און שױן זיכער ניט לױט מײַן ספּעציאַליטעט, שױן אָפּגערעדט דערפֿון, װאָס קײן אײנער פֿון די פֿינף פֿאָלקס־קאָמיסאַרן, װעלכע האָבן פֿאַר דער צײַט פֿון מײַן אַרבעט אין דעם אָנגערופֿענעם קאָמיסאַריאַט זיך געביטן, האָבן אַפֿילו ניט געקלערט איבערצוגעבן מיר זײער פּאָסטן.

Read more


וואָס איז געשען?

What Happened?

די ימים־טובֿים זײַנען בשלום אַריבער, אָבער עס וועלן נאָך בלײַבן די שיינע זכרונות — למשל, פֿון די טויזנטער ייִדן, וואָס זײַנען אויף ראָש־השנה געפֿאָרן קיין אומען, כּדי צו פֿאַרברענגען בײַם קבֿר פֿון רבי נחמן. דאָרט אַנטוויקלט זיך אַ נײַער מין ייִדישקייט, וואָס שרעקט זיך ניט צו נעמען גוטע זאַכן פֿון דרויסן, אַבי מע פֿילט אָן די פֿרעמדע פֿאָרעם מיט אַ ייִדישן, תּורהדיקן אינהאַלט.

נעמט, למשל, דאָס נײַע „טראַנץ‟־ליד „וואָס איז געשען?‟, געזונגען פֿון בערי וועבער, ליפּע שמעלצער, און דעם פּעסטער רבין. דאָס ליד שטאַמט פֿונעם „קלויז‟, אַ שיל אין איירמאָנט, ניו־יאָרק. דאַכט זיך, אַז דאָס איז בכלל די ערשטע „טראַנץ‟־מוזיק אויף ייִדיש.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickle My Toes

צי וויל זי חתונה האָבן?

מיסטער זונדל אַלטמאַן, אַן עלטערער בחור, האָט אַ לאַנגע צײַט געהאַט אַן אויג אויף מיס פּערל קאַלטמאַן, אַ פֿאַרגעסענע עלטערע מויד. אָבער זײַענדיק אַ ביסל שעמעוודיק און ניט געגלייבט, אַז זי וועט אים וועלן, האָט ער קיין מאָל זיך ניט אײַנגעשטעלט אין דער זאַך.

איין מאָל, אָבער, האָט ער באַשלאָסן צו מאַכן זיך מוט און מיט איר אַ רייד טאָן וועגן דעם. האָט ער זי אָנגערופֿן טעלעפֿאָניש:

— העלאָ, איז דאָס מיס פּערל קאַלטמאַן?

— יאָ, דאָס איז פּערל קאַלטמאַן.

— מיס קאַלטמאַן, איך האָב באַשלאָסן אײַך צו פֿרעגן אָפֿנהאַרציק אויב איר ווילט מיט מיר חתונה האָבן.

און זי האָט געענטפֿערט:

— יאָ, מיט פֿאַרגעניגן! ווער רעדט דאָס?

Read more


די זיבן װעלטן פֿונעם מענטשנס אַנטוויקלונג

The Seven Stages of a Person’s Life

דער „מלך‟ מעכעלע און זײַן היטערין, די באָבע מילכּה

דער מינהג אָנצורופֿן די קינדער מיט די נעמען פֿון אַ חיה איז זײער אַן אַלטער, און כּמעט בײַ אַלע פֿעלקער אױף דער װעלט געפֿינען מיר לײבן, פֿײגעלעך, בערן, װאָלפֿן, טײַבעלעך, הערשן אאַ”װ. און גלײַך מיט דעם, צו כאַראַקטעריזירן אַ געװיסע תּקופֿה פֿון אַ מענטשנס לעבן מיט אַ געשטאַלט פֿון אַ כּלל־אױפֿפֿירונג פֿון אַ חיה, איז גאָר אַ זעלטענע זאַך.

אין שײַכות מיט דעם איז זײער אינטערעסאַנט צו לײענען אײנעם פֿון די מדרשים, װעלכן ס׳האָט אין פֿערטן יאָרהונדערט פֿאַרשריבן דער אַמורא רבי תּנחומא בר־אַבא. די ערשטע תּקופֿה (אָדער „װעלט‟, װי רבי תּנחומא רופֿט עס אָן) געהערט צו אַ קינד „אַ מלך‟; אַלע אַנדערע, אָבער, זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ געװיסער חיה, סײַ אַסאָציאַטיװ און סײַ פֿיגוראַטיװ. אױך דאָס איז ניט קײן װוּנדער און אַװדאי ניט קײן נאָװינע.

Read more


פֿאַרגעסן און געדענקען

Forgetting and Remembering

פֿון נח לוריע

ס׳איז געװען זונטיק. אױף דעם פֿרײַען טאָג איז בײַ פֿרידען געװען אָפּגעלײגט אָן אַ שיעור אַרבעטן: זאָקן פֿאַרצירעװען, גרעט פּרעסן, דעם פּאָל װאַשן. אַ מידע איז זי געזעסן, מיט פֿאַרגעניגן אײַנגעעטעמט די פֿריש­קײט פֿונעם פֿײַכטן זױבערן פּאַרקעט, װען די טיר האָט זיך געעפֿנט און דער מאַן איז אַרײַן.

סאַשע!

זײַן קומען איז געװען פֿאַר איר אין גאַנצן אומגעריכט. זי איז צוגעפֿאַלן צו אים און אַ װײַלע געבליבן אַזױ מיט פֿאַרמאַכטע אױגן, אָן װערטער, מיטן צוגעטוליעטן האַרצן איבערגעבנדיק אים איר בענקעניש און אומרו פֿאַר די אַלע חדשים און יאָרן.

אױף לאַנג? — האָט זי געפֿרעגט, העלפֿנדיק אים אַראָפּנעמען דעם רוק­זאַק, דעם שינעל.

אױף זעקס טעג.

Read more


ווי ניט צו פֿאַרקויפֿן הויזן

How Not To Sell Pants

מיר ברענגען אײַך נאָך עטלעכע ווידעאָס פֿון דער חסידישער חבֿרה „אָנטײַם‟־פּראָדוקציעס, וואָס שטייט הינטער דער סעריע חול־המועד־שפּילן „אונטערן בילד‟, „אונטערן שריפֿט‟, „אונטערן פֿענצטער‟ אאַז״וו. אין דער דאָזיקער חבֿרה געפֿינען זיך עטלעכע טאַלאַנטירטע קאָמיקער און זינגער, און זייערע ווידעאָס זײַנען זייער פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט, אַזוי אַז זיי זײַנען כּדאַי צו זען אַפֿילו פֿאַר ניט־חסידים.

אינעם ערשטן ווידעאָ זעען מיר, ווי שווער עס איז צו פֿאַרקויפֿן הויזן אין אַן אָרט, וווּ יעדער פֿאַרבײַגייער טראָגט שוין הויזן:

אינעם צווייטן ווידעאָ זעען מיר אַ ביסל הינטער די קוליסן פֿון דער שפּיל פֿאַר אַ יאָרן, „אונטערן שריפֿט‟. מע זוכט (און געפֿינט ניט) די רעקוויזיטן, וואָס האָבן שפּעטער באַשיינט און באַצירט די בינע בײַ ברוקלין־קאָלעדזש:

צו לעצט, ברענגען מיר אײַך דאָס הויפּט־ליד פֿון „אונטערן שריפֿט‟, געשריבן און קאָמפּאָנירט פֿון דוד־אַהרן פֿראַנקל:


אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

דער סאַמע לעצטער פּרײַז

איינער איז אַרײַנגעקומען אין אַ ניו־יאָרקער איסט־סײַד־קליידער־געשעפֿט און זיך אויסגעקליבן אַ מאַנטל.

— זאָגט מיר דעם לעצטן פּרײַז, — זאָגט ער צום קרעמער, — איך האָב פֿײַנט צו דינגען זיך.

— אויב אַזוי, — זאָגט דער קרעמער, — וועל איך אײַך ניט זאָגן קיין דרײַסיק און ניט קיין פֿינף־און־צוואַנציק, נאָר דעם סאַמע לעצטן פּרײַז: צוואַנציק דאָלאַר.

— אויב אַזוי, — זאָגט דער קונה, — וועל איך אײַך ניט באָטן קיין פֿינף דאָלאַר און ניט קיין אַכט דאָלאַר, נאָר גלײַכע צען.

— סעם, — גיט דער קרעמער אַ זאָג צו זײַן אַסיסטענט, — פּאַק אײַן דעם מאַנטל פֿאַר דעם דזשענטלמען.

Read more


לעבן, געזונט און פּרנסה

To Life, Health and a Livelihood

עס זײַנען פֿאַרבײַ די טעג צװישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור, די טעג פֿון זעלבסט־לײַטערונג און זעלבסט־אױסאײדלונג, די טעג פֿון רײניקן דעם געװיסן און באַפֿרײַען די נשמה פֿון די זינד. אױף אַזאַ אופֿן, גלײבט מען, װעט מען אױסבעטן אַ חתימה־טובֿה אױפֿן נײַעם יאָר, דהײַנו — לעבן, געזונט, און פּרנסה.

Read more


צװישן חלום און װאָר

Between Dream and Reality

פֿון יוסף קערלער

אַ װאָך צװײ נאָך סטאַלינס טױט.

װאָרקוטאַ, מאַרץ 1953. אַ זײגער פֿינף גאַנץ פֿרי האָט מען אונדזער בריגאַדע קױלנגרעבער אַרױסגעטריבן צו דער לאַגער־װאַכטע. ס׳איז נאָך געװען גאַנץ טונקל. דער קױטיקער שנײ האָט געקרעכצט אונטער די פֿיל מאָל געלאַטעטע שיך. ערשט אױפֿ­געריסענע פֿון שװערן שלאָף, האָבן מיר זיך ממש געקאָרטשעט פֿון קעלט. דערצו נאָך האָט אַ פֿױלב­לעך װינטל פֿאַרקליבן זיך דורך די צע­פֿליקטע װאַטאָװע בגדים און אײַנ­געגעסן זיך אין די בײנער.

Read more


„אונטערן בילד‟

“Under the Picture”

חול־המועד סוכּות איז אָנגענומען בײַ די חסידים אויפֿצופֿירן דראַמאַטישע שפּילן, הײַנט מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג פֿונעם מאָדערנעם מיוזיקל: ליכט, קאָסטיומען, קינדער־כאָרן, „ספּעציעלע עפֿעקטן‟. די דאָזיקע שפּילן קענען זיך ציִען איבער 4 שעה, אָבער זיי ציִען צו אַן עולם פֿון טויזנטער, און מע פֿילמירט זיי, כּדי שפּעטער צו פֿאַרקויפֿן די רעקאָרדירונגען. פֿון דעסטוועגן, איז כּדאַי זיי צו זען „לעבעדיקערהייט‟, ווײַל די צוקוקער זײַנען אַ מאָל פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט ווי די שפּיל אַליין. עס דערמאָנט אַ ביסל דעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, ווען ייִדן פֿלעגן עסן און שמועסן בעת די פֿאָרשטעלונגען, ווי זיי וואָלטן געקומען אויף אַ פּיקניק. פֿאַר אָדער נאָך דער פֿאָרשטעלונג קען מען אויך, ווער עס וויל, אַרײַנכאַפּן אַ מנחה אינעם פֿאָיע פֿונעם טעאַטער.

די לעצטע יאָרן גייט אָן אַ סעריע שפּילן, וואָס יעדער הייסט „אונטער‟ עפּעס: „אונטערן פֿענצטער‟, „אונטער דער באַנק‟, „אונטערן אויוון‟ אאַז”וו. הײַיאָר הייסט די שפּיל „אונטערן בילד‟ און מע קען איצט קויפֿן בילעטן אויפֿן וועבזײַטל:

http://www.yiddishplays.com

שווער צו זאָגן אין פֿאָרויס וואָס וועט זײַן דער סיפּור־המעשׂה. זיכער איז נאָר, אַז די שפּיל קומט פֿאָר אין רוסלאַנד. אין די סצענעס הינטער די קוליסן, וואָס די טרופּע האָט אַרויפֿגעשטעלט אין אינטערנעץ, זעען מיר, ווי די חסידישע אַקטיאָרן מאַטערן זיך מיט די רוסישע ווערטער, נעבעך. די נאַרישקייטן, וואָס מע זאָגט דאָרט וועגן רוסלאַנד, זײַנען אַליין ווערט דעם פּרײַז פֿונעם בילעט.


אַ קיצל צום לאַכן

Tickly My Toes

אַ קאָנקורענטס עצה

אין העקסלמאַנס באַוווּסטן רעסטאָראַן אין וואַרשע (נאַלעווקי 15) איז אַ מאָל אַרײַנגעקומען אַ ייִד און אָפּגעגעסן אַ גוטן מאָלצײַט. ווען ס׳איז געקומען צו באַצאָלן האָט ער זיך „אַרומגעזען‟, אַז ער האָט קיין געלט ניט. העקסלמאַן אַליין האָט מיט אים אַ סך אַרײַנגעטענהט, אָבער עס האָט ניט געהאָלפֿן — ער האָט ניט.

— הערט זיך אײַן, ר׳ ייִד, — זאָגט העקסלמאַן, — איך זע דאָך, אַז איך בין אַרײַנגעפֿאַלן, און איך לאָז אײַך אָפּ. אָבער איר מוזט מיר צוזאָגן, אַז מאָרגן וועט איר קומען דאָ קעגנאיבער, צו מײַן קאָנקורערנט לערערס רעסטאָראַן, און דאָרטן אָפּטאָן דאָס זעלבע שפּיצל.

— איך וועל אײַך זאָגן דעם אמת, — ענטפֿערט דער אורח, — בײַ לערערן בין איך שוין געווען נעכטן, און ער האָט עס מיך טאַקע געשיקט צו אײַך…

Read more


פֿאַר וואָס איז אַ גוי געוואָרן אַ גר

Why Did A Gentile Convert to Judaism?

די סליחות־טעג, און שפּעטער — די טעג פֿון רחמים און תּשובֿה פֿאָדערן פֿון אונדז, ייִדן, אַ באַזונדער װאַרעמע און פֿרײַנדלעכע באַציִונג צו יענע מוטיקע מענטשן, װעלכע זײַנען צוגעשטאַנען צום ייִדישן פֿאָלק. צו זײַן אַ ייִד, װי באַװוּסט, איז בכלל נישט קײן לײַכטע זאַך, אָבער צו זײַן אַ גר איז אַװדאי אַ סך שװערער.

הײַנטיקע צײַטן, װען עס האָבן זיך פּלוצעם אומגעקערט אױף דער װעלט די כּמעט פֿאַרגעסענע רעליגיעזע און קולטורעלע מלחמות, װעט זײַן גאָר ניט איבעריק, אַז יעדער אײנער פֿון אונדז זאָל זיך דערמאָנען אין די מוטיקע און געטרײַע גרים, װעלכע האָבן אַרױפֿגעלײגט אױף זיך דעם שװערן עול צו זײַן אַ ייִד. אַ מעשׂהלע פֿון די גאָר װײַטע רױמישע צײַטן דערצײלט אַ געשיכטע פֿון אײנעם אַ גר, אַ פּשוטן פּױער, װעלכער איז געװאָרן אַ באַקאַנטער און בכּבֿודיקער תּנא.


Read more