די וואָך האָט מרים־חיה סגל די ערשטע געטראָפֿן, אַז דאָס ליד הייסט „קינדעריאָרן‟, געזונגען פֿונעם נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענעם טעאָדאָר ביקעל. מיר ברענגען אײַך דאָ דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ פֿאָלקסליד. אַז איר וועט טרעפֿן ווי דער זינגער הייסט און פֿון וואַנען דאָס ליד שטאַמט, וועט שוין זײַן גענוג, ווײַל ווי עס הייסט — ווייסן מיר אויך ניט!
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
די אַנטראָפּאָנימיק (װיסנשאַפֿט װעגן די פֿאַמיליע־נעמען) פֿון דער ייִדישער בעסאַראַבער קהילה איז כּמעט ניט געפֿאָרשט געװאָרן. אױך דאָס שטײנדל, װאָס איך װאַרף איצט אױפֿן ניט־געאַקערטן פֿעלד פֿון דער בעסאַראַבער ייִדישער אַנטראָפּאָנימיק, איז ניט מער װי אַ פּרוּװ צו פֿאַראינטערעסירן די װיסנשאַפֿטלער מיט דער ביז גאָר אינטערעסאַנטער טעמע.
דער שטח פֿון בעסאַראַביע — פֿון אַקערמאַו (טשעטאַטיאַ אַלבע, בעלגאָראָד־דניעסטראָװסק) אױף דרום ביז האָטין אױף צפֿון — האָט ניט געװוּסט קײן שלום־רו און װײסט עס ניט ביז הײַנטיקן טאָג. עס איז געװען אומאָפּהענגיק, געװען אַ טײל פֿון טערקישער אימפּעריע, אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אַ טײל פֿון גרױס־רומעניע, אַ טײל פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און איצט — װידער אַ מאָל אומאָפּהענגיק — רעפּובליקאַ מאָלדאָװאַ, אָבער גוט געשניטן פֿון דרום, פֿון מיזרח און פֿון צפֿון. מילא, פּאָליטיק און מלחמה זײַנען אַ שרעקלעכע זאַך. צו טרױמען, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון בעסאַראַביע װעט האַלטן אין אײן װאַקסן און זיך אַנטװיקלען, איז הײַנטיקע טעג ניט מער װי אַ חלום, און איך מײן, אַז עס איז זײער אינטערעסאַנט צו זען די השפּעה פֿון טערקיש, רומעניש און כּלל־סלאַװיש (אַ מאָל אוקאַיִניש און פּױליש און אַ מאָל רוסיש) אױף אױספֿורעמען דעם קאָרפּוס פֿון ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען אין בעסאַראַביע.
די מאַמע האָט געדאַרפֿט גיין אין קראָם עפּעס קויפֿן, און אַזוי ווי אין דרויסן האָט שטאַרק גערעגנט, האָט זי ניט געקענט מיט זיך נעמען בעבעלען, איר קליין טאָכטערל, אַזוי ווי זי טוט דאָס אַלע מאָל בעת אין דרויסן איז שיין. מאַכט די מאַמע צו בעבעלען:
— איך גיי אין קראָם עפּעס קויפֿן. איך וועל באַלד קומען צוריק. וועסטו ניט מורא האָבן צו בלײַבן אַליין אין הויז?
זאָגט בעבעלע:
— ניין, מאַמע, איך האָב ניט מורא.
מאַכט די מאַמע:
— ביסט אַ גוט קינד, בעבעלע! איך וועל דיר דערפֿאַר ברענגען פֿון קראָם אַ גוטע זאַך.
איז די מאַמע אַוועק און בעבעלע איז געבליבן אַליין אין הויז.
ד״ר מאַקס כּהן, אַ פּאַריזער פּסיכאָאַנאַליטיקער, איז דער מחבר פֿון אַ סך ביכער און ער פֿאַרנעמט זיך אויך אַ סך יאָרן מיט מאַכן אינטערוויוען אויף ייִדיש מיט פֿאַרשיידענע מענטשן איבער דער גאָרער וועלט. אַ שטיק צײַט האָט ער דאָס געמאַכט אין נאָמען פֿון „פֿאָרוועטרטס‟, אָבער, דער עיקר, טוט ער עס אויף זײַן אייגענעם אַחריות, פֿריִער אויף זײַן וועבזײַטל www.maxkohn.com און איצט אויפֿן זײַטל „ייִדיש פֿאַר נאַראָנים‟ (Yiddish Pour les Nuls):
https://www.youtube.com/channel/UCea2bERdBGU1LJc0ks8scIg/videos
מיר ברענגען אײַך איצט אַ פֿרישן אינטערוויו געמאַכט מיטן שווייצער סוחר ר’ יצחק שעכטער וועגן דער ייִדישער קהילה אין ציריך. שעכטער רעדט אַ פּרעכטיקן פּוילישן ייִדיש, כאָטש זײַן שווייצער ייִחוס גייט צוריק הונדערטער יאָרן. ער דערציילט אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן זײַן קהילה, וואָס באַשטייט פֿון בלויז עטלעכע טויזנט ייִדן — כאָטש זיי מאַכן אַן אײַנדרוק ווי הונדערטער טויזנטער, ווײַל די באַן פֿאָרט פּונקט איבער זייערע געסעלעך.
קיינער האָט ניט געטראָפֿן אונדזער ליד יענע וואָך — און אפֿשר איז בעסער אַזוי, ווײַל עס הייסט „מײַן ווײַב די אַלטע קליפּה‟, געזונגען פֿון גאָס גאָלדשטיין מיט הונדערט יאָר צוריק. ווער עס געפֿינט אַ חן אין דער אַלטמאָדישער קאָמעדיע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער קען זיך אָננעמען מיט מוט און זיך צוהערן צום גאַנצן ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אומעטיק ליד, וואָס איז דווקא די טעג געוואָרן אומעטיקער. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿון דעם זינגער, דעם ליד אאַז”וו וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
אַ גאַסט אין הויז איז אַן אמתע סיבה פֿאַר אַ יום־טובֿ. און ווען דער גאַסט איז אַ יונגער־מאַן, וועלכער רעדט אויף דײַן היימישן „בעסאַראָבער‟ ייִדיש, איז דאָס אַ טאָפּלטער יום־טובֿ. דער בכּבֿודיקער גאַסט הייסט זכריה שולמאַן, און ער איז דער דירעקטאָר פֿון דעם איבערזעצונג־איניציאַטיוו בײַם ביכער־צענטער אין עמהערסט, מעסעטשוסעטס. שױן שפּעט אין אָוונט פֿרעגט מיך פּלוצעם זכריה צי איך קען שיקאָ אַראַנאָווס ליד „דײַנע שיינע אויגן‟, און צי ווייס איך, אַז דער מחבר פֿון די ווערטער, ליוויִו דעליאַנו, הייסט אין דער אמתן ליפּע קליגמאַן. מאַי רבֿותא, וואָס איז אַזוי גרויס דער וווּנדער? ער און זײַן פֿרוי אַסיע האָבן זייער ליב דאָס ליד און געוואָלט עס זינגען אויף ייִדיש, אָבער ניט געפֿונען די ייִדישע איבערזעצונג.
נו, מילא, אַז אַ גאַסט בעט, ס’זײַנען ניטאָ קיין תּירוצים. מע זעצט זיך צום טיש און מע פֿילט אויס זײַן בקשה. איך וויל נאָר צוגעבן, אַז דאָס ליד „דײַנע שיינע אויגן‟ (Ochii tai frumosi) איז געווען און געבליבן איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ראָמאַנטישע לידער אין בעסאַראַביע.
צי קען דען זײַן אַ בעסערע מתּנה צום עונג־שבת ווי אויסצופֿירן אַ וווּנטש פֿון אַן אורח? דער עיקר, האָט מיר אַ גוטן שבת.
אַ מאָל איז געווען אַ ייִנגעלע. האָט מען אים גערופֿן בערעלע.
האָט בערעלע געמיינט, אַז ער איז איין בערעלע אויף דער וועלט, און ער מעג אַלעמען שלאָגן, און ער מעג אַלעמען הרגענען.
האָט דערפֿאַר קיין ייִנגל ניט געוואָלט שפּילן זיך מיט אים. אַלע ייִנגלעך פֿלעגן פֿון אים אַנטלויפֿן און זיי פֿלעגן זינגען:
בערעלע קאַפּערעלע,
לאָקשן דרערעלע!
גיי אין וואַלד
און כאַפּ אַ בערעלע,
גיי אין גאָרטן
און רײַס אויס אַ מערעלע.
גיי צום שנײַדער
און נעם אַ שערעלע.
בערעלע קאַפּערעלע,
לאָקשן דרערעלע!
מיר ברענגען אײַך אַ ווידעאָ פֿונעם חסידישן חזן און בדחן ישׂראל אַדלער, וואָס זינגט מיטן „שירה‟־כאָר דעם נײַעם האַרצרײַסנדיקן ניגון „מײַן קינד‟.
מיר דאַנקען אונדזער געטרײַען לייענער „אוי אידישיסטן‟ פֿאַר אונדז צושיקן דאָס ליד מיט די ווערטער!
ס׳איז אַזוי פֿיל וואָכן זינט די דאָזיקע רובריק איז דערשינען, אַז ס׳רובֿ לייענער האָבן זיכער פֿאַרגעסן, אויב זיי האָבן געהערט דעם אויסצוג פֿונעם פֿריִערדיקן ליד. אָבער מיר ברענגען אײַך איצט אַ לענגערן אויסצוג — ס׳הייסט „קאַלט וואַסער‟, געזונגען אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט פֿונעם גרויסן זינגער, טעאָדאָר ביקעל.
איצט נאַט אײַך נאָך אַן אויסצוג פֿון זייער אַן אַלט ליד, ממש אַ היסטאָרישס, וואָס זײַן טיטל איז דווקא ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. דעם ניגון וועט מען גלײַך דערקענען ווי „הלוואַי בין איך אין דיקסי‟ (I Wish I Were In Dixie), וואָס דאָס האָט געדינט ווי אַ מין אומאָפֿיציעלער הימען פֿאַר די קאָנפֿעדעראַטע דרום־שטאַטן אין דער צײַט פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג. דאָס דאָזיקע ייִדישע ליד איז אויך ניט „פּאָליטיש קאָרעקט‟, אָבער ס׳איז פֿאָרט קאָמיש — אפֿשר דווקא דערפֿאַר, ווײַל עס פּאַסט אין גאַנצן ניט צום ענגלישן אָריגינאַל.
דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם זינגער און פֿונעם ליד וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
אַז די צײַט שטעלט זיך אָפּ, װערט זי פֿאַרװאַנדלט אין אַ קײטל זכרונות.
שלום זאַלצמאַן איז ניפֿטר געװאָרן (ט’ בתּמוז) בײַ 77 יאָר, אין גמטריה מאַכט עס, עז — קראַפֿט, גבֿורה, מוטיקײט.
שולימקע איז געבױרן געװאָרן אין בעסאַראַביע, אין בעלץ, און אין 1941 איז ער אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן, אין יאָר 1996 איז ער אַנטלאָפֿן קײן דײַטשלאַנד פֿון די בעסאַראַבער נאַציאָנאַליסטן.
אין דײַטשלאַנד האָבן מיר צוזאַמען געאַרבעט איבער צװײ פֿאָרשטעלונגען: „באָנציע שװײַג‟ און „דער רעגן־טױער‟. װען ער, אַ כאָרעאָגראַף פֿון גאָט, האָט פֿאַרלױרן אַ פֿוס, איז ער געבליבן דער זעלבער פֿרײלעכער „רױטער שולומקע‟, און ממשיך געװען צו אַרבעטן. דעמאָלט, מיט צען יאָר צוריק, נאָך דער אָפּעראַציע, בין איך געזעסן לעבן אים אין זײַן שטוב און מיר האָבן צוזאַמען געזונגען אַ פֿרײלעך לידל,
„אַ קוליעס־טאַנץ‟:
ניט ווײַט פֿון פֿינלאַנד האָט אַ צונג וואַסער זיך געצויגן און איז צום ווײַטן ים געלאָפֿן. בײַ דעם זעלבן ים האָט זיך אַ מאָל אַ זעמדעלע פֿאַרזייט, פֿאַרזייט און אויסגעוואָקסן.
יאָרן האָבן זיך געציילט אין די טויזנטער, און דער זאַמד האָט זיך צעוואָקסן אויף מײַלן, אַזוי לאַנג, אַזוי ברייט ביז דער זאַמד האָט זיך אויך צעוואָקסן אין אַ ים: אַ ים, אַ זאַמד־ים. איין מאָל, אין אַ שטילער שעה, צווישן זיך גענומען פֿאַרברענגען, און זיך גענומען אַפֿילו ברוטשקען איינס מיטן אַנדערן: קען די וואַסער דעם זאַמד ניט פֿאַרגיסן, און ס’קען דער זאַמד די וואַסער ניט פֿאַרשיטן… און דער ווינט דרייט זיך, רוט ניט אײַן און רייצט איינעם אויף דעם צווייטן.
מיר ברענגען אײַך אַ נײַ ליד פֿונעם זינגער שמשון קעמעלמאַכער — וועגן אַ גוט פֿערד.
בײַ אונדז אין הױף איז געװען זײער פּאָפּולער אַ מעשׂה װעגן דער מומע כינקע די מוטלעטשקע (פֿון מוטלען — טרײַבן רכילות). עס דאַכט זיך, אַז ס’איז ניט געװען קײן אײן זאַך אױף דער װעלט, װעגן װעלכער זי האָט ניט געהערט און ניט געװוּסט. מע דערצײלט, אַז אײן מאָל, אין מיטן העלן טאָג, כאַפּט זי זיך אַרײַן צו מאַטוסיע די צוקערניטשקע און טרעפֿט זי אין דער קיך בײַם זאָגן תּהילים. װאָס הײסט זאָגן?… ניט זי זאָגט, נאָר זי יאָמערט, קלאָגט, צערײַסט די הימלען אױף צװײען.
— װאָסי, מאַטוסיע־לעבן? װאָס פּלוצעם זאָגסט תּהילים? — חידושט זיך כינקע די מוטלעטשקע.
— אױ־װײ, אַ בראָך אױף מײַן קאָפּ. װי אַזױ זאָל איך ניט זאָגן תּהילים, װען מײַן הערשעלע קאָנטשעט* זיך פֿון אַ מאָגן־פֿאַרשטאָפּונג. אױ־װײ…
— און װאָס? תּהילים העלפֿט?
— מענטשן זאָגן, אַז יאָ…
כינקע איז אָפּגעזעסן בײַ מאַטוסיען נאָך אַ פּאָר מינוט און גלײַך געלאָזט זיך לױפֿן צו אַן אַנדער שכנה, צו כײַקעלע די װעבערקע. און אױך יענע זיצט, נעבעך, אין דער קיך און זאָגט תּהילים, נאָר צו דערװעקן די מתים.
פֿריִערדיקער קאַפּיטל: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/188787/
אָאַ פֿלעגט שרעקלעך מורא האָבן פֿאַר אַ רעגן, אָבער זיך באַהאַלטן פֿאַרן רעגן האָט ער נאָך ערגער מורא געהאַט. און טאָמער פֿלעגט אַראָפּ אַ רעגן, פֿלעגט ער נאָר שטענדיק פֿאַררײַסן דעם קאָפּ און שטיין אונטערן גאָס. איין מאָל איז אַוועק אַ שלאַקסרעגן, אָאַ האָט ווי שטענדיק אַ לאַנגע צײַט זיך צוגעהערט, ווי די רעגן־בײַטשן שמײַסן אים אין פּלייצע און צוואָגן אים די האָר פֿונעם נאַקעטן לײַב. פּלוצעם האָט ער זיך אַ ריס געטאָן פֿון אָרט און זיך געלאָזן לויפֿן. די ביימער אין וואַלד זײַנען געדיכט. דער רעגן איז נאָך געדיכטער. אָאַ גייט צווישן און אונטער, און דערזען אַ באַקאַנטן בוים אַן אויסגעהוילטן, האָט ער לאַנג געקלערט, גענומען מיט האַנט און מיט פֿוס זיך אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן בוים און אַרײַן אין אויסגעהוילטן חלל. פֿון רעגן איז ער שוין דווקא געווען געשיצט, אָבער ער האָט נאָך שטאַרקער מורא געהאַט און איז געזעסן און געציטערט.
אַקעגן איז געשטאַנען נאָך אַ בוים מיט אַ חלל. פּלוצעם האָט אָאַ דערשמעקט עפּעס דאָרט אַ חיה אין בוים, דער ריח איז עפּעס געווען אַנדערש ווי די חיות, וואָס ער עסט און ווי די, פֿאַר וועלכע ער האָט מורא. אָאַ האָט מיט שרעק און מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם אָטעם גענומען קוקן אַהין צו יענעם בוים. פֿון דאָרט האָט אַרויסגעקוקט אַ באַשעפֿעניש אויך אויף צוויי און מיט אַן אויסגעגלײַכטן רוקן און געציטערט.
ווי אַ טייל פֿונעם גרויסן „קולטורפֿעסט‟, האָט די פֿאָלקסבינע אָרגאַניזירט אַ ריזיקן קאָנצערט פֿון חסידישער און חזנישער מוזיק אין צענטראַל־פּאַרק דעם 16טן יוני אונטערן טיטל „ייִדישע נשמה‟. אויפֿגעטראָטן זײַנען אַזעלכע שטערן פֿון דער פֿרומער וועלט ווי ליפּא שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד, יאַנקי לעמער, נתנאל הערשטיק, יוסף מאַלאָוואַני, און „זושאַ‟.
מיר ברענגען אײַך דרײַ אויסצוגן פֿון דעם דאָזיקן קאָנצערט, פֿילמירט פֿון דער חסידישער נײַעס־אַגענטור „וואָס איז נײַעס?‟. אינעם ערשטן ווידעאָ זינגט ליפּא שמעלצער אַן אייגענעם נוסח פֿונעם אַלטן קלאַסיקער „רומעניע‟ — דווקא וועגן מאַנהעטן. מע קען אויך זען דעם סוף פֿונעם קאָנצערט, ווען אַלע האָבן אין איינעם געזונגען „זאָל שוין קומען די גאולה‟ פֿונעם פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי. ווען קאַטשערגינסקי זאָל אויפֿשטיין און זען, אַז חסידים און חזנים זינגען זײַן ליד פֿאַר טויזנטער פֿרומע ייִדן, וואָלט ער געמיינט, אַז די גאולה איז שוין טאַקע געקומען…
די וואָך האָט קלאַודיאָ קאָלאָסימאָ פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ, בראַזיל, ריכטיק געטראָפֿן, אַז אונדזער קאָמיקער הייסט בעני בעל און זײַן רעקאָרדירונג — „ייִדישע ראַדיאָ־טראַנסמיסיע‟. בעל איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָמעדיע־אַלבאָמען, דער עיקר, אויף ענגליש, פֿון די 1940ער ביז די 1970ער יאָרן. דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד זײַנס הייסט „גאָלקרעם‟ (Shaving Cream), אין וועלכן דאָס דאָזיקע וואָרט פֿאַרבײַט אַן אַנדער ענגליש וואָרט, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ /ש/:
מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ קאָמיש לידל, פֿון אַ זינגער, וואָס מע ריכט זיך אפֿשר ניט, אַז ער זינגט קאָמישע לידער. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם קאָמיקער און פֿונעם אַלבאָם וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.
אַז אָך און װײ איז יענעם, װער ס‘איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שײן ייִדיש פּיסקל. מע װעט אים צוטײלן אַזאַ פֿײַנעם צונאָמען, אַז אַפֿילו די צײַט װעט אים ניט קענען אָפּמעקן. הײַנט, װען דאָס ייִדישע שטעטל איז שױן געװאָרן ניט מער װי אַ יזכּור־בלעטל אין דער געשיכטע פֿונעם אײראָפּעיִשן ייִדנטום, װאָלט אפֿשר געװען גאָר ניט איבעריק אָנמעסטן אױף זיך יענע פֿײַנע שטאָט־צונעמען, אין װעלכע עס שטעקט די צינישע, און אין דער זעלבער צײַט, די הומאָריסטיש פֿרײַנדלעכע באַציִונג צו די אַחינו־בני־ישׂראל. פּאַראַדאָקסאַל איז, אַז דאָס רובֿ אַלגעמײנע כאַראַקטעריסטישע צונעמען פֿון די ייִדישע שטעטלעך זײַנען פֿאַרבונדן מיטן װאָרט „גנבֿ‟.
אין דער גרױסער קאָלעקציע, װעלכע מיט הונדערט יאָר צוריק האָט צונױפֿגעזאַמלט דער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן („בײַ אונדז ייִדן‟, װאַרשע, 1923) האָט יעדעס צװײטע ייִדישע שטעטל געהאַט אַ שײנעם צוגאָב, „גנבֿים‟. כּמעט דאָס זעלבע װעט איר געפֿינען אינעם בוך פֿון אַן אַנדערן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט ש. באַסטאָמסקי („בײַם קװאַל‟, װילנע, 1920). שמואל לעהמאַן שטרײַכט אונטער, אַז „אַ סך שטעטלעך האָבן אַ סיבה פֿאַר װאָס מען רופֿט זײ אַזױ‟, אָבער אַז מע גיט אַ גוטן ניכטערן קוק, זעט מען, אַז דער צונאָמען „גנבֿים‟ װערט איבער הױפּט צוגעטײלט צו יענע שטעטלעך, װעלכע האָבן ניט געהאַט קײן חסידישע הױפֿן, און אױב יאָ, טאָ אין אַזאַ פֿאַל נוצט מען ניט קײן לשון־קודש־װאָרט „גנבֿים‟, נאָר עפּעס פֿאַרצױגן פֿון גױיִש, אַזױ װי „די גערער קראַדניקעס‟, „קאָברינער קאָניװאָדעס‟, אָדער „אין סקװירע איז איטלעכער אַ חסיד, אין יאַרמעלינעץ איז איטליכער אַ גנבֿ‟.
ווען איז דאָס געווען?
— ווײַזט אויס זייער לאַנג.
מע דאַרף זיך אומקוקן צוריק און קוקן, און קוקן, און קוקן. קוקן אַזוי לאַנג, ביז ס׳וועלן אַוועקשווימען די שטעט, ביז ס׳וועלן אַוועקשווימען די דערפֿער און ביז ס׳וועט אַפֿילו קיין איין שטוב קיין מענטשישע נישט בלײַבן. פֿון אונדזערע סעדער מיט גערטנער וועט נאָך קיין זכר נישט זײַן, ווײַל דענסטמאָל האָבן אויפֿן אָרט פֿון אונדזערע איצטיקע הויך און שיין געבויטע שטעט געהויערט שטיינער באַוואַקסענע מיט מאָך, זיך געצויגן ביימער טויזנט־יאָריקע צו די הימלען און זיך געפֿלאָכטן אין געדיכטע פֿאַרצווײַגטע וועלדער.
וווּ ניט וווּ האָט אַ טײַכל געלעקט די וואָרצלען פֿון די ביימער און זיך געשלענגלט צווישן וועלדער; וווּ ניט וווּ האָט אַ קוואַל געשלאָגן טאָג־אײַן טאָג־אויס, יאָר־אײַן יאָר־אויס, געזונגען איין און דעם זעלביקן אומעטיקן ניגון, און קיינער האָט זיך צו אים נישט צוגעהערט. און דאָס איבעריקע זײַנען געווען גרויסע שפּיגל־ימען, וועלכע האָבן זיך אַ מאָל מיט די ווינטן געשפּילט און געטריבן גרויסע כוואַליעס שוים, אַ מאָל אַנטקעגן הימל זיך געצויגן און געשפּיגלט זיך מיט זון.
צווישן די דעמאָלטיקע חיות, וואָס האָבן דענסטמאָל געשפּאַצירט איבער די וועלדער, זײַנען אויך אַרומגעגאַנגען צוויי־פֿיסיקע באַשעפֿענישן אַזעלכע, באַוואַקסענע, נאַקעטע — ווען דערשראָקענע און דערפֿרוירענע, צעכּעסטע און פֿאַרביטערטע, און ווען אַזוי־זיך. בשעת דער מאָגן איז געווען פֿול, די זון האָט געוואַרעמט און קיין סכּנה איז נאָענט ניט געווען, האָט מען זיך אַ שפּיל געטאָן איבערן וואַלד אויף אַ גלאַט שטיקל פּלאַץ, אַ שמייכל געטאָן און זיך געפּרוּווט מיט די ציין און מיט די פֿינגער דראַפּען איין אַנאַנדער און ראַנגלען זיך אויף צו כּלומרשט. אָט די־אָ חיות, וואָס זײַנען געגאַנגען נאָר אויף צוויי פֿיס און מיט אַ האַלב אויסגעגלײַכטן אויפֿגעשטעלטן רוקן, זײַנען, ווײַזט אויס, געווען די אור־אוראַלטע מענטשן אונדזערע, אַזוי צו זאָגן, עלטער־עלטער־זיידעס.
בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט דער „פּראָיעקט פֿאַר געשיכטע בעל־פּה‟, אָנגעפֿירט פֿון דער מיטאַרבעטערין קריסטאַ וויטני, שוין דורכגעפֿירט הונדערטער אינטערוויוען מיט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, למשל, מיטן ניט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם אַקטיאָר לענאַרד נימוי. וויטני באַמיט זיך אויך זיך צו טרעפֿן מיט די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער, כּדי צו דערוויסן זיך מער וועגן וויכטיקע מענטשן, וואָס קענען צו אונדז שוין ניט רעדן פֿון יענער וועלט.
אַזוי האָט זי אינטערוויויִרט אוירווינג מאַסי, דעם זון פֿון דער פּאָעטעסע אידאַ מאַזע. אין דעם דאָזיקן פֿילם האָט וויטני אַרײַנגעפֿלאָכטן אויסצוגן פֿון דעם דאָזיקן אינטערוויו מיט רעקאָרדירונגען פֿון מאַזע אַליין, געמאַכט אין דער מאָנטרעאָלער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין די 1950ער יאָרן. אויף דעם אופֿן באַקומען מיר אַן אינטימען פּאָרטרעט פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט צענדליקער יאָרן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם קולטור־לעבן פֿונעם „ירושלים ד’קאַנאַדע‟.
די וואָך האָט פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער פֿון בלומינגטאָן, אינדיאַנע, געטראָפֿן אונדזער ליד — נאָך אַ מאָל! ס׳איז „אין חדר‟ פֿון משה מילנער, געזונגען פֿונעם גרויסן סידאָר בעלאַרסקי. אָט הערט דאָס גאַנצע ליד:
מיר ברענגען אײַך איצט אַ שטיקל פֿון אַ קאָמעדיע־אַלבאָם. ס׳איז דאָ מוזיק, אָבער ס׳איז ניט לידער אינעם געוויינטלעכן זינען. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם קאָמיקער און פֿונעם אַלבאָם וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.
שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.