די שוועסטער בערי (מערנאַ 1923־1976 און קלייר 1920־2014) זענען געווען אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע זינגער פֿון ייִדישע לידער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די שוועסטער, וואָס האָבן פֿון דער היים געהייסן מיני און קלאַראַ בייגלמאַן, זענען פּאָפּולער געוואָרן אַ דאַנק זייער אַרבעט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ייִדישע מעלאָדיעס אין ׳סווינג׳‟ פֿון 1937 ביז די 1950ער יאָרן, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ דזשעז־סטיל און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש.
כאָטש די שוועסטער בערי זענען הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק זייערע 11 אַלבאָמען, זענען זיי געווען באַרימט פֿאַר זייערע קאָנצערטן — זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט ווי פֿאַרווײַלערינס מיט זייער עלעגאַנטן סטיל און ריזיקע אָרקעסטערס. אָט קענט איר זען אַ זעלטענעם פֿילם פֿון אַ קאָנצערט זייערע, אין וועלכן זיי זינגען דאָס פּאָפּולער ליד „נו, זאָג מיר שוין ווען‟. דאָס ליד האָט אָנגעשריבן אַלכּסנדר אָלשאַנעטסקי אין 1935 פֿאַר זײַן אָפּערעטע „וואָס מיידלעך טוען‟ מיט מאַלי פּיקאָן.
אין די סליחות־טעג האָב איך דערפֿילט אױף װיפֿל שטאַרק פֿעלט מיר אויס אונדזער טײַערער לערער, פּראָפֿעסאָר דבֿ נױ, זאָל זיך מיִען. דאָס האָט ער מיר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז אַ שרײַבער קען ניט װערן אַן אמתער שרײַבער, ביז ער װעט ניט אַרײַנדרינגען אין דער נשמה פֿון אַ װאָרט, און דער־אָ בונד צװישן דעם שרײַבער און װערטער קען זײַן געגליכן נאָר צו אײן זאַך אױף דער װעלט — צו דער ליבע.
װען די כינעזער האָבן איבערגעגעבן דער גרױסער װעלט די סודות פֿון פּראָדוצירן געװער־פּולװער און פּאַפּיר, האָבן זײ בדעה געהאַט פּונקט דאָס, צו װאָס די צװײ זאַכן זײַנען געשאַפֿן געװאָרן, דהײַנו: טײַערע מענטשן, רײַסט זיך געזונטערהײט אױף, נאָר פֿאַרגעסט ניט צו לאָזן אַ בריװל. בײַ די ייִדן, להבֿדיל, מוז אַלץ זײַן קאַפּויער; װען די ייִדן האָבן פּראָקלאַמירט ייִדיש װי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, האָבן זײ, מסתּמא, געהאַט אין זינען, אַז יעדער ייִד באַנוצט זיך מיט לשון־סגי־נהור, אַזױ װי ס׳האָט אַ מאָל פּינקטלעך אַרױסגעזאָגט שלום־עליכם אין „די רױטע ייִדעלעך‟: „ייִדעלעך האָבן ליב צו רעדן פֿאַרשטעלט, בלשון־סגי־נהור, אָנרופֿן איטלעכע זאַכן קאַפּױער, אױף יעדן אײנציקן האָבן זײ אײַך אַ צונעמעניש, אַזױ, אַז פֿון צונעמעניש באַדאַרפֿט איר לערנען פּונקט דעם היפּוך, למשל ׳אַ חכם׳ איז אַ טיפּש, כאָטש בראָק אים אין קרױט אַרײַן; ׳אַ װאָרטסמאַן׳ איז אַ ליגנער, אַ ׳בעל־לשון׳ איז אַ זאַיִקע‟.
צירעלע און מירעלע זענען געווען צוויי חבֿרטעס. זיי זענען געווען אַזוי צוגעבונדן איינע צו דער אַנדערער, אַז צירעלע האָט ניט געקענט לעבן אָן מירעלען און מירעלע האָט ניט געקענט לעבן אָן צירעלען.
געוווינט האָבן זיי ביידע אויף איין גאַס, און ניט נאָר אויף איין גאַס, נאָר אויך אין איין הויז, אַ טיר לעבן אַ טיר, און ווי צירעלע פֿלעגט אָפּעסן אין דער פֿרי אָנבײַסן, אַזוי פֿלעגט זי אַוועקגיין צו מירעלען שפּילן זיך און אָפּשפּילן זיך ביז וואַרמעס, און נאָך וואַרמעס פֿלעגט מירעלע אַרײַנגיין צו צירעלען שפּילן זיך און אָפּשפּילן זיך ביז וועטשערע, און נאָך וועטשערע פֿלעגן זיי שוין גיין שלאָפֿן, ווײַל זיי זענען נאָך געווען קליינע מיידעלעך אין קורצע קליידעלעך, און קליינע מיידעלעך אין קורצע קליידעלעך גייען פֿרי שלאָפֿן, פּונקט ווי קליינע ייִנגעלעך גייען אויך פֿרי שלאָפֿן. ווען זיי שלאָפֿן, וואַקסן זיי, די קליינע מיידעלעך מיט די קליינע ייִנגעלעך, און וואָס פֿריִער זיי גייען שלאָפֿן, אַלץ גיכער וואַקסן זיי.
משה נאַדירס באַקאַנט ליד פֿון „דער רבי אלימלך‟ איז באַזירט אויפֿן ענגלישן קינדערליד „דער אַלטער קעניג קאָול‟ (Old King Cole), וואָס שטאַמט אַליין מסתּמא פֿונעם וועלשישן פֿאָלקלאָר. אָבער דאָס ייִדישע ליד איז הײַנט געוואָרן אַ סך מער פּאָפּולער ווי דאָס ענגלישע, אַזוי אַז מע קען געפֿינען אין אינטערנעץ צענדליקער ווידעאָס און רעקאָרדירונגען דערפֿון. מיר ברענגען אײַך דאָ אַן אָפּקלײַב.
קודם־כּל, דער טראַדיציאָנעלער נוסח, געזונגען פֿונעם גרויסן אַמעריקאַנער זינגער דזשאַן פּירס:
נאַדירס ליד איז אויך געוואָרן פּאָפּולער אין אַ רוסישער איבערזעצונג, געזונגען פֿונעם גרויסן ייִדישן מוזיק־שטערן לעאָניד אוטיאָסאָוו. אָט קענט איר הערן אָטיוסאָווס נוסח, באַגלייט מיט בילדער און אַנימאַציע:
אָט זינגט קאַרסטען טרויקע אַ ייִדישן נוסח — צוריק איבערגעזעצט פֿון אוטיאָסאָווס רוסישער איבערזעצונג!
און צום סוף, שפּילט יצחק פּערלמאַן אַ „פֿידלדיקן‟ נוסח פֿונעם ליד — אָן ווערטער:
מיר ברענגען אײַך אַ קלאַסיש ליד געזונגען פֿונעם גרויסן אַמעריקאַנער זינגער אַל דזשאָלסאָן (1886־1950), וואָס איז געבוירן געוואָרן אַסאַ יואלסאָן אין סרעדניק, לעבן קאָוונע, דער זון פֿון אַ חזן. געקומען קינדווײַז קיין אַמעריקע אין 1894, איז דער יונגער אַסאַ גיך געוואָרן אַ וואָדעוויל־שטערן. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז ער געווען דער סאַמע פּאָפּולערער זינגער אין אַמעריקע, ספּעציעל אין די מוזיקאַלישע זשאַנערס „דזשאַז‟, „בלוז‟ און „רעגטײַם‟.
זייער פֿרי האָט דזשאָלסאָן זיך געמאַכט אַ נאָמען פֿאַרן אויפֿטרעטן מיטן פּנים באַשמירט מיט שוואַרצער פֿאַרב (blackface בלע״ז), וואָס דאָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי ראַסיסטיש, אָבער איז דעמאָלט געווען אַ מאָדע אין אַמעריקע. דזשאָלסאָן אַליין איז געווען אַ קעגנער פֿון ראַסיזם, אַ פֿרײַנד פֿון אַ סך שוואַרצע מוזיקער, און האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין ברענגען די שוואַרצע מוזיק פֿאַר אַ ברייטן אַמעריקאַנער עולם.
צום בעסטן איז דזשאָלסאָן הײַנט באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע אינעם ערשטן „רעדנדיקן‟ פֿילם, „דער דזשאַז־זינגער‟, וואָס איז געוואָרן אַ ריזיקער דערפֿאָלג אין 1927, כאָטש בלויז אַ קליינער חלק איז באמת אַ קלאַנג־פֿילם: די מוזיקאַלישע סצענעס. הײַנט קען מען זען דעם גאַנצן פֿילם אין אַ גוטער קוואַליטעט (און אָן געלט) אין אינטערנעץ:
מיר ברענגען אײַך דזשאָלסאָנס נוסח פֿון „א חזנדל אויף שבת‟, ערשטנס, ווײַל ער זינגט עס זייער שיין, און צווייטנס, ווײַל דער פֿילם ווערט באַגלייט פֿון ענגלישע אונטערקעפּלעך.
זײַן נאָמען איז צערונען געװאָרן צװישן די מיליאָנען ניו־יאָרקער ייִדן, װעלכע מיט אַריבער הונדערט יאָר צוריק האָבן זיך אַרױסגעריסן פֿונעם ביטערן רוסלענדישן תּחום־המושבֿ און זײַנען אָנגעקומען קײן אַמעריקע מיט אַ האָפֿענונג צו װערן אַ גלײַכער צװישן די גלײַכע. הײסן האָט ער געהײסן אַבֿרהם סקלאַרין, און איך בין ניט זיכער, צי עס װעט זיך נאָך געפֿינען אין ניו־יאָרק אַ געלערנטער ייִד, װעלכער װעט זיך דערמאָנען אין זײַן כּשרן נאָמען.
דער אמת איז, אַז קײן גרױסער געלערנטער אָדער אַ פּאָפּולערער שרײַבער איז ער טאַקע ניט געװען, אָבער טאַקע ער, אַ פּשוטער ייִד, װעלכער איז געקומען קײן אַמעריקע מיט אַ לאָך אין דער קעשענע, איז געװאָרן אַ גרױסער סוחר, און זינט 1945 האָט ער אױסגעהאַלטן צענדליקער ייִדישע שולן אין ניו־יאָרק. אַחוץ זײַן מעצענאַטישער טעטיקײט, איז אַבֿרהם סקלאַרין געװען אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון ייִדישע חכמות און װיצן. זײַן זאַמלונג, לױט מײַן מײנונג, איז אַ שײנער מוסטער פֿונעם אינטעליגענטן און באַשײדענעם צוגאַנג צו דער פֿאָלקס־שאַפֿונג. מע דאַרף זײַן אַ גרױסער מומחה, כּדי אונטערצושײדן, װעלכע פֿון די הונדערטער מעשׂהלעך זײַנען סקלאַרינס אײגענע װערק, און װעלכע זײַנען פּשוט איבערדערצײלט געװאָרן פֿון אַנדערע מינדלעכע מקורות.
אַזױ צי אַנדערש, נאָר עס װילט זיך מיר אָנװינטשן אױף אַלע ייִדישע קינדער אַזאַ רײַכע, פּינקטלעכע און בילדערישע שפּראַך. דאָס לעבן אַלײן האָט באַװיזן, אַז גערעכט איז געװען פּראָפֿעסאָר שמעון נױבערג, װען ער האָט מיר אַ מאָל אַ זאָג געטאָן: „מעכל, די טײַערסטע שפּראַך־פּערל געפֿינען זיך אין די ביכער פֿון די פּשוטע אומבאַקאַנטע ייִדישע שרײַבערס‟.
אַמאָל איז געווען אַ פֿייגעלע, ניט אַ פֿייגעלע פֿון הימל, נאָר אַ פֿייגעלע אויף דער ערד. אַ פֿייגעלע אַ מיידעלע, אַ מיידעלע אין אַ קליידעלע, און גערופֿן האָט מען זי פֿייגעלע.
איז פֿייגעלע דאָס מיידעלע אַרומגעגאַנגען און אַרומגעלאָפֿן אויף דער ערד, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מיידלעך, וואָס זיי טראָגן קליידלעך. האָט זי איינמאָל דערזען אַ פֿייגעלע פֿליִענדיק, אַ פֿייגעלע פֿון הימל. האָט זיך פֿייגעלע פֿון דער ערד אויך פֿאַרוואָלט פֿליִען. אָבער זי האָט ניט געהאַט קיין פֿליגלען. נאָר הענטלעך, און מיט הענטלעך קען מען טאָן אַלצדינג אין דער וועלט, אָבער ניט פֿליִען, אַזוי ווי מע קען פֿליִען מיט פֿליגלען.
האָט פֿייגעלע־מיידעלע גענומען זינגען צו פֿייגעלען פֿון הימל:
פֿייגעלע פֿייגעלע —
פּי! פּי! פּי!
פֿון וואַנען קומסטו?
פֿון ניט הי.
ווענ׳סטו פֿליִען?
מאָרגן פֿרי!
ווער וועט פֿליִען?
איך מיט דיר!
פֿייגעלע, פֿייגעלע,
פֿלי, פֿלי, פֿלי!
אין דעם אויסצוג פֿון חנה פֿישמאַן גאָנשאָרס רעפֿעראַט וועגן דער ייִדישער פֿרוי אין די ווערק פֿון י. ל. פּרץ, דערקלערט זי ווי אַזוי פּרצס ליד „מיין נישט‟ שפּיגלט אָפּ די ווערטער פֿון די ייִדישע נבֿיאים. חנה גאָנשאָר לערנט ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור אין „מעגיל‟־אוניווערסיטעט אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע.
25 יאָר נאָך זײַן פּטירה בלײַבט יום־טובֿ עהרליך צווישן די פּאָפּולערסטע חסידישע זינגער. אַ קאַרלין־סטאָלינער חסיד פֿון קאָזנהאַראַדאַק, אַ קליין שטעטעלע אין ווײַסרוסלאַנד, האָט ער איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה אין אוזבעקיסטאַן. אַ פּאָפּולערער בדחן און זינגער אין וויליאַמסבורג, האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ טוץ אַלבאָמען מיט לידער, וואָס ווערן נאָך אַלץ געזונגען דורך די סאַמע גרעסטע הײַנטצײַטיקע חסידישע זינגער ווי ליפּא שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד און מרדכי בן־דוד.
אַן עכט־טאַלאַנטירטער פֿאָלקס־פּאָעט, וועמענס לידער ווײַזן אַרויס אַ געוואַלדיקע גאַמע טעמעס, סטילן און מעטאַפֿאָרן, האָט עהרליך גענומען ס׳רובֿ פֿון די מעלאָדיעס, צו וועלכע ער האָט צוגעפּאַסט זײַנע ייִדישע ווערטער, פֿון רוסישע לידער, וואָס ער האָט זיך געהאַט אויסגעלערנט ווי אַ קינד. צווישן זײַנע באַקאַנטסטע לידער זענען „יעקבֿ‟, וועגן אַ ייִד וואָס ער האָט געקענט אין אוזבעקיסטאַן, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט חתונה צו האָבן מיט אַ רײַכער אוזבעקער פֿרוי; „שלאָף מײַן קינד‟, וואָס האַנדלט זיך וועגן אַ פֿרוי, וואָס טרעפֿט אַ קינד אַליין אין וואַלד בעתן חורבן, און „וויליאַמסבורג‟. אַזוי ווי אַזעלכע הײַנטיקע חסידישע שטערן ווי ליפּא שמעלצער און מיכאל שניצלער, האָט עהרליך זיך דערלויבט צו קריטיקירן געוויסע אַספּעקטן פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט, בפֿרט ווי אַ טייל פֿון זײַנע הומאָריסטישע שטיקלעך אין גראַמען.
אינעם מעטאַפֿאָרישן ליד „דער תּלמיד אין מידבר‟, הערט מען ווידערקלאַנגען פֿון דער אור־אַלטער חסידישער טראַדיציע, ווי אפֿשר אויך אַ פֿאָרגעפֿיל פֿאַרן „מאַגישן רעאַליזם‟, וואָס איז שפּעטער געוואָרן פּאָפּולער.
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן זײַן האַרצרײַסנדיק ליד „שלאָף מײַן ליד‟.
אַז די װײַבער זײַנען קליגער פֿון די מענער, איז אַן אַקסיאָמע, נישט קיין טעמע פֿאַר אַ דיסקוסיע. קליגער — און שױן. אָפּגערעדט. דאָס, װאָס אַ פֿרױ פֿאַרמאָגט אין דער לינקער פּיאַטע, קענען ניט צעקײַען די קליגסטע מענער מיט אײַזערנע צײן. די טשיקאַװע ייִדישע מעשׂהלעך װעגן דער פֿרױען־חכמה, װעלכע מע רופֿט זיי הײַנט „אַנעקדאָטן‟, אַנטדעקן די באַזונדערע לאָגיק פֿון דער ייִדישער פֿרױ. אַפֿילו, װען עס רעדט זיך װעגן אַ „טיפּשהװאַטער‟ פֿרױ, װערט קײן מאָל ניט איבערגעטראָטן די ליניע, נאָך װעלכער עס הײבט זיך אָן די גראָבקײט. אין ערגסטן פֿאַל, װילט זיך אַ שעפּטשע טאָן — אַ רחמנות אױף דער ייִדישער טאָכטער; אָבער בדרך־כּלל טרעפֿן מיר אַ לײַכטן הומאָר, פֿאַרקנאָטן אױף אַן אומגעריכטער און כּמעט אַבסורדאַלער רעאַקציע אױף אַ ביז גאָר פּשוטער לעבנס־סיטואַציע. די זעלבע „כעלעמער‟ תּשובֿה און אומגעריכטע אױפֿפֿירונג איז, אײגנטלעך, דער קינסטלערישער הױפּטמיטל פֿון מאָדערנעם הומאָר, סײַ שריפֿטלעכן און סײַ װיזועלן. דער ייִדישער װײַבער־הומאָר שטײט אַ ביסל אין דער זײַט פֿון די אַלגעמײנע ליטעראַרישע כּללים, אָבער נאָר מחמת דעם, וואָס ער איז שטײַף פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן משפּחה־לעבן, מיטן ייִדישן שטײגער־לעבן און מיט דער „ייִדישער צײַט‟.
מיכעלע איז געווען אַ ייִנגעלע, וואָס האָט געהאַט אַ שיכעלע אויף יעדן פֿיסעלע, וואָרעם עס זענען דאָ אויך מיכעלעך, וואָס האָבן ניט קיין שיכעלעך.
גייט אַזוי איין מאָל אין גאַס מיכעלע און אויף יעדן פֿיסעלע טראָגט ער אַ שיכעלע. קומט אָן אַנטקעגן אַן אַנדער מיכעלע, פֿון די מיכעלעך, וואָס האָבן ניט קיין שיכעלעך.
מיכעלע מיט די שיכעלעך האָט ניט געזען דאָס מיכעלע אָן די שיכעלעך. אָבער מיכעלעס שיכעלעך האָט יאָ דערזען דאָס מיכעלע אָן די שיכעלעך, ווײַל ער האָט אויף זיי זייער שטאַרק געקוקט, און ער האָט אין דער שטיל געזאָגט:
— אָ, ווען איך האָב אַזעלכע שיכעלעך!
רופֿט זיך אָן איין מיכעלעס שיכעלע צום אַנדערן שיכעלע:
— זעסט, חבֿר־שיכעלע, אַ באָרוועס מיכעלע? לאָמיר אַראָפּגיין פֿון אונדזער מיכעלעס פֿיסעלעך און אַרויפֿגיין צו דעם באָרוועסן מיכעלע אויף די פֿיסעלעך.
דער זינגער און אַקטיאָר יוני אילת איז אַרײַן אינעם אַנסאַמבל פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין 2004, און זינט דעמאָלט שפּילט ער כּסדר אויף דער ייִדישער בינע אין ישׂראל. ניט לאַנג צוריק איז ער אויך געקומען קיין ניו־יאָרק, כּדי אויפֿצוטרעטן בײַם פֿאָלקסבינע־„קולטורפֿעסט‟ מיט דער פֿאָרשטעלונג „מאָנאָלאָגן פֿון דער קישקע‟; אָבער ער פֿאַרנעמט זיך אויך מיט ייִדיש, מחוץ די ראַמען פֿון „ייִדישפּיל‟, למשל, מיט זײַן אַלבאָם „ציגײַנער נשמה‟, וואָס איז אַרויס אין 2010 און נעמט אַרײַן עלף ייִדישע נוסחאָות פֿון ציגײַנער־פֿאָלקסלידער.
איצט ברענגען מיר אײַך דעם ערשטקלאַסיקן מוזיק־ווידעאָ פֿון זײַן ליד מיטן זעלביקן טיטל ווי דער אַלבאָם גופֿא, „ציגײַנער־נשמה‟.
אַ סך מענטשן האָבן יענע וואָך אַוודאי געטראָפֿן, אַז דאָס רעדט ישׂראל שומאַכער, פֿון די קאָמעדיאַנטן דזשיגאַן און שומאַכער, מיטן מאָנאָלאָג „קיבוצניק‟. ווער עס האָט דאָס נאָך ניט געהערט, קען דאָ אויסהערן די גאַנצע זאַך:
איצט ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג פֿון אַ ליד פֿון נאָך אַ באַרימטן קאָמעדיאַנט. טרעפֿן זײַן נאָמען איז ניט קיין חכמה, אָבער טרעפֿן דאָס ליד, וואָס ער זינגט, איז שווער:
שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם זינגער און פֿונעם ליד אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
אױף כינעזיש קלינגט זײַן נאָמען װי קאָן טשיאָ. ער איז געבױרן געװאָרן אין 551סטן יאָר פֿאַר דער נײַער צײַט־רעכענונג און געשטאָרבן אין 479סטן יאָר. זײַן פֿאָטער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מיליטער־מאַן, האָט בײַ 64 יאָר זיך גענומען אַ דריטע פֿרױ, אַ נײַנצן־יאָריקע פּלגש, און איז געשטאָרבן אין גיכן נאָך דעם, װי ס׳איז געבױרן געװאָרן זײַן יורש.
צוליב די מחלוקתן צװישן די אַלמנות, איז די יונגע מוטער מיט אַ פּיצל קינד אױף די הענט אַנטלאָפֿן װאָס װײַטער פֿונעם מסוכּנעם הױף, און דער קלײנער קאָן טשיאָ, כּדי צו װערן אַ לײַט, האָט ניט געהאַט קײן אַנדער ברירה אַחוץ זיך לערנען. און אין גיכן איז ער טאַקע געװאָרן אַ לײַט — אַ באַאַמטער בײַם קיניגס הױף. צו 20 יאָר האָט קאָן טשיאָ באַקומען אַ צונאָמען „קאָן פֿו צו‟, דער לערער קאָן. אַזױ אַרום איז קאָן פֿו צו געװאָרן דער ערשטער כינעזער, װעלכער האָט באַקומען דעם אָפֿיציעלן טיטל „לערער‟. עס האָט אָבער ניט לאַנג געדױערט זײַן מלוכה־אַרבעט און דעם יונגן קלוגן טשינאָװניק איז געװאָרן ענג אױפֿן מלכס הױף און ער איז אַװעק אין דער װעלט אַרײַן.
די וואָך האָט ראָבערט גאָלדענבערג פֿון פֿאָרט־אירי, קאַנאַדע, ריכטיק געטראָפֿן, אַז דאָס זינגט מרדכי שעכטער. ס׳איז אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד פֿון זײַן היימשטאָט, טשערנאָוויץ, נאָר פֿון מיזרח־גאַליציע, פֿונעם שטעטל ייִגאָלניצע. דאָס האָט ד״ר שעכטער זיך אויסגעלערנט פֿון ייִדישע פּליטים, בשעת ער האָט געוווינט אין ווין אין די יאָרן 1947־1950. הערט דאָס גאַנצע ליד:
מער וועגן דעם קען מען לייענען אויפֿן וועבזײַטל „ייִדיש ליד פֿון דער וואָך‟, וווּ איציק גאָטעסמאָן האָט צוגעגעבן אַ קאָמענטאַר:
איצט ברענגען מיר אײַך אַן אויסצוג ניט פֿון קיין ליד, נאָר פֿון אַ מאָנאָלאָג. ווער עס איז אַ ביסל באַקאַנט מיט דער ייִדישער קאָמעדיע וועט גרינג טרעפֿן ווער דאָס איז, אָבער ניט געפֿערלעך — עס קען ניט שאַטן!
שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם מענטש, וואָס רעדט, און פֿונעם מאָנאָלאָג, וואָס ער שפּילט, אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com
מיר ברענגען אײַך אַ קורצן פֿילם פֿון דער פֿרומער צדקה־אָרגאַניזאַציע „רפֿואה וחסד‟, וואָס העלפֿט חולים אין שפּיטאָל (נישט אויף קיין ייִדן געדאַכט). ס’איז רעלאַטיוו גוט געשפּילט, כּמעט אין גאַנצן אויף אַ לײַטישן חסידישן ייִדיש — אפֿשר דערפֿאַר ווײַל ס’איז געמאַכט געוואָרן אין מאָנטרעאָל. ס’וועט ניט געווינען קיין „אָסקאַר‟, אָבער ס’איז זיכער פֿון די בעסערע פֿילמען פֿון דעם סאָרט, וואָס עס זעט אויס, ווי בלויז די צדקה־אָרגאַניזאַציעס פּראָדוצירן זיי, און ניט קיין אַנדערע חסידישע מוסדות, צום באַדויערן.
דאָס איז געווען איין מאָל אַ ווינטער אין דער פֿרי, זענען די קינדער אַרויס אין גאַס, האָבן זיי דערזען, עס ליגט אַ סך שניי. רופֿט זיך אָפּ איינער, אַ יונג מיט ביינער: — ווייסט איר וואָס, קינדער? לאָמיר נעמען און מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי.
זאָגט אַ צווייטער, און מיטן קאָפּ דרייט ער:
— ניין, עס טויג ניט אין גאַס צו מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי, ווײַל עס קען נאָך אָנפֿאָרן אַ וואָגן אָדער אַן אויטאָמאָביל און איבערפֿאָרן דאָס מענטשעלע, וואָס מיר וועלן מאַכן פֿונעם שניי. קומט בעסער אין פּאַרק, וועלן מיר דאָרטן געפֿינען אַ שטילן אָרט און דאָרטן ערשט וועלן מיר מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי.
זענען אַלע קינדער אַוועק אין פּאַרק און זיי האָבן געפֿונען דאָרטן אַ שטילן אָרט און האָבן גענומען גלײַך מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי.
אַ סך יאָרן האָב איך געזוכט און געזאַמלט די מינדלעכע און שריפֿטלעכע אַנעקדאָטן, אין װעלכע כאָטש אײן העלד איז אַ קינד. אױף חידושים, זײַנען אַזעלכע אַנעקדאָטן דאָ בשפֿע, און זײער טעמאַטיק איז זײער פֿאַרשידנאַרטיק — פֿון באַציִונגען צװישן די קינדער ביז די באַציִונגען צװישן דערװאַקסענע און קינדער.
אין דער ייִדישער מינדלעכער און שריפֿטלעכער אַנעקדאָטן־שאַפֿונג איז די ליסטע פֿון די פּערסאָנאַזשן זײער רעגלאַמענטירט. די געשעענישן קומען פֿאָר צװישן דעם טאַטע און זײַן זון; צװישן מאַמע און טאָכטער, אָדער צװישן אַ ייִנגל און אַ כּלל־קהל. און נאָך אײן שטריך, אין אונטערשײד פֿון אַנדערע „נאַציאָנאַלע אַנעקדאָטן‟: אין די ייִדישע מעשׂיות װעגן די קינדער, פֿעלן אױס די פּיקאַנטע טעמעס, אָבער כּמעט אַלע געדרוקטע ייִדישע אַדעקדאָטן װעגן קינדער, דערצײלן יאָ װעגן אַ „נאַריש ייִנגעלע‟ אָדער „נאַריש מײדעלע‟, נוסח־כעלעם. צופֿעליק אָדער ניט, נאָר אױך שלום־עליכם פֿיר אויס אין זײַן פּיעסע „גאָלדגרעבער‟ אַ געשטאַלט פֿון אַ „נאַריש ייִנגעלע‟, איציקל, דער זון פֿון אַ חלפֿן אַן אַלמן, יודל טאָרבע. אַזױ אַרום, זעען מיר אױך אין אַ קינסטלעריש װערק, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן מיט הונדערט יאָר צוריק, די זעלבע „אָרגאַנישע ייִדישע אַקס‟, דהײַנו — טאַטע־זון, מאַמע־טאָכטער. אָבער אין דער לעצטער תּקופֿה, די לעצטע 50‒60 יאָר, װען עס האָבן זיך געביטן די קאָנסערװאַטיװע ייִדישע משפּחה־יסודות, זײַנען פֿאַרשפּרײט געװאָרן אַ סך „אָדעסער‟ אַנעקדאָטן װעגן מאַדאַם פּינקוס און איר זון יאָסל, און דאָס איז גאָר אַ נײַע אַקס, דהײַנו — אַ פֿרױ און אַ ייִנגל.
עס איז געווען אַ ייִנגעלע, געצעלע, האָט ער געהאַט אַ קעצעלע, און וווּ עס פֿלעגט גיין געצעלע, פֿלעגט מיט אים אויך גיין ס’קעצעלע, און אַלע פֿלעגן זאָגן:
— אָט גייט געצעלע מיטן קעצעלע!
איין מאָל אין דער פֿרי שטייט אויף געצעלע, גיט ער אַ קוק, ס’איז ניטאָ דאָס קעצעלע!
האָט געצעלע גענומען רופֿן דאָס קעצעלע:
קעצעלע, קעצעלע!
קום צו דײַן געצעלע!
נאַ דיר אַ פּלעצעלע
מיט מילך אויפֿן טעצעלע!
אַ ייִד פֿון ווײַסרוסלאַנד, דערקלערט אין זײַן געשמאַקן ליטווישן ייִדיש, ווי אַזוי עס האָט אויסגעזען זײַן שטעטל דיסנע און ווי אַזוי ער האָט איבערגעלעבט די מלחמה אין דער רויטער אַרמיי. ער דערציילט אויך אַ ביסל וועגן זײַן לעבן הײַנט אין לאָדזש. דער אינטערוויו האָט געמאַכט אַבֿיבֿ לובאַן, אַ יונגער אַמעריקאַנער ייִד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל.