אײנס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿאַר די זינגער, װאָס זינגען ניט געװײנטלעך אויף ייִדיש, איז „אַבי געזונט‟. עס קען זײַן, אַז די אָפּטימיסטישע פּערספּעקטיװ פֿונעם ליד און זײַן דזשעז־סטיל ציִען צו אַפֿילו די טאַלאַנטירטסטע זינגער. עס העלפֿט אױך, אַז דער גרױסער אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער קאַב קאַלאָװײ האָט אַרױסגעלאָזט אַ ליד מיטן נאָמען „אַבי געזונט‟, כאָטש עס האָט גאָרניט געהאַט קײן שײַכות צום אָריגינאַל, אַחוץ די־אָ צװײ װערטער.
די טעג פּראַוועט מען 68 זינט דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. לכּבֿוד דער אומאָפּהענגיקייט־פֿײַערונג „יום־העצמאות‟ שטעלן מיר פֿאָר אַ פּאָר באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש.
די לידער האָבן געזונגען דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער זינגער דוד עשת אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס געווידמעט די ישׂראלדיקע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 איז ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער. צוליב אָבער זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען ניט געוואָלט אים רעקאָרדירן. ער איז דערפֿאַר אַריבער אויף מאַמע־לשון און האָט געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג. זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וואָס איז געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע.
ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולעריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים איבער דער גאָרער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז געווען, וואָס ער האָט געהאַט מורא אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל צו יענער צײַט צו זײַן אַ שטערן, אויב מע זינגט ניט אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען ,דער עיקר, אויף ייִדיש און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז ליידער הײַנט זייער אַ קליינע.
ווי מע קען הערן אין זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער געווען גאַנץ מאָדערן צו יענער צײַט, עפּעס וואָס איז דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.
אפֿשר דאָס סאַמע־באַקאַנטסטע ליד אויף העברעיִש אין אַמעריקע איז „הבֿה נגילה‟. אָט קען מען הערן ווי עשת שטעלט אים פֿאָר אויף ייִדיש.
און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים‟, וואָס הייבט זיך אָן בײַ 14:20.
במשך פֿון די יאָרן האָבן פֿאַרשידענע מענטשן מיך געשטעלט די פֿראַגע: צי רעדט דער זינגער לענאָרד כּהן ייִדיש?
עס דאַכט זיך מיר, אַז דער ענטפֿער איז ניין. ער פֿלעג אָבער יאָ זינגען אַ פּאָר לידער אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט דאָס פֿאָלקסליד „אַז דער רבי זינגט‟, אויף זײַנע קאָנצערטן, בפֿרט אין אייראָפּע. אויבן קען מען זען, ווי ער האָט געזונגען דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין ווין אין 1976.
עס איז יאָ אָבער פֿאַראַן איין גאָר אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונג צווישן לענאָרד כּהן און דער ייִדישער ליטעראַטור. איידער לענאָרד כּהן איז געוואָרן אַ וועלט־באַרימטער זינגער, איז ער קודם געווען אַ ניט־אַזוי־באַרימטער פּאָעט. כּהן האָט זיך געהאַלטן דווקא פֿאַר אַ ייִדישן פּאָעט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן זײַנע לידער אויסשליסלעך אויף ענגליש.
אין 1964 האָט זײַן באַקאַנטע, ד״ר רות ווײַס, אים פֿאַרבעטן אָנטיילצונעמען אין אַ דיסקוסיע בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟ מיט איר, די מחברטע איידעלע ווײַסמאַן און דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער מלך ראַוויטש. די פֿיר האָבן אַרומגערעדט די פֿראַגע: צי קען מען שאַפֿן ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש? די דיסקוסיע צווישן ראַוויטש און כּהן איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ דעבאַטע און ס׳איז קלאָר אין געוויסע מאָמענטן, אַז ביידע גרויסע שרײַבער האָבן ניט געהאַלטן איינער פֿונעם אַנדערן. כּהן האָט אין ראַוויטשן דערזען אַן אַנאַכראָניזם פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט, און ראַוויטש האָט אין כּהנען געזען אַ חוצפּהדיקן יונגאַטש, וואָס האָט ניט געוווּסט, פֿון וואַנען עס וואַקסן די פֿיס. הײַנט, מיט 52 יאָר שפּעטער, ווען כּהן איז שוין אין זײַנע 80ער יאָרן, וואָלט עס געווען אינטערעסאַנט צו הערן, וואָס ער האַלט וועגן דער דאָזיקער דיסקוסיע. אַ רעקאָרדירונג פֿון דער פּראָגראַם קען מען הערן אָט דאָ:
ערשטער טייל:
צווייטער טייל:
די רעקאָרדירונג איז דיגיטאַליזירט געוואָרן דורך די קלאַנג־אַרכיוון בײַם „פֿלאָרידע־אַטלאַנטיק־אוניווערסיטעט‟. עס לייענט י. רײַמער.
„אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון בלאָף‟… „אַמעריקאַנער בלאָפֿערס‟…
אַזוי זאָגן די פֿרעמדע. גרינע חיות — זיי הייבן ניט אָן צו וויסן וואָס זיי זאָגן. אַמעריקע מעג הייצן די פּעטשערעס אין כּתרילעווקע, און אונדזער בערל־אײַזיק וועט פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע אַמעריקאַנער בלאָפֿערס!
איר קענט פֿאַרשטיין ווער בערל־אײַזיק איז, אַז טאָמער מאַכט זיך בײַ אונדז אין כּתרילעווקע, איינער האָט זיך אַ ביסל פֿאַררעדט, אויף אײַער אַמעריקאַנער לשון וועט דאָס הייסן: ער האַקט אַ טשײַניק. שטעלט מען אים אָפּ מיט די ווערטער: „בערל־אײַזיק האָט דיר געלאָזט גריסן‟ — שטויסט ער זיך שוין אָן וואָס מע מיינט און ער ווערט אַנשטוויגן.
ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן דערקענען מסתּמא בלויז די ייִדישע לידער „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, „טום־באַלאַלײַקע‟ און אפֿשר „בײַ מיר ביסטו שיין‟.
ס׳רובֿ מענטשן וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים אין אַמעריקע דערקענען גלײַך צענדליקער אַנדערע לידער, אַרײַנגערעכנט „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, „אויפֿן וועג שייט אַ בוים‟ און נאָך אַזעלכע גוט באַקאַנטע לידער. די ליבהאָבער פֿון קלעזמער, קענען, פֿאַרשטייט זיך, מער לידער און די חסידים קענען צענדליקער לידער פֿון זייער אייגענעם רעפּערטואַר. עס זענען אָבער דאָ זייער ווייניק מענטשן, וואָס קענען באמת מער ווי אַ פּאָר צענדליק לידער אויף אויסנווייניק.
אין אָט דעם חנעוודיקן ווידעאָ האָבן די קלעזמאָרים בענדזשי פֿוקס־ראָזען און מײַקל ווינאָגראַד פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָפּורי, וואָס באַשטייט פֿון בלויז אַ פּאָר שורות פֿון צענדליקער באַקאַנטע ייִדישע לידער, ווי אַ פּרוּוו צו זינגען „דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר מיט אַ מאָל‟. זיי האָבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט דערגרייכט דעם דאָזיקן אַמביציעזן ציל אָבער זיי האָבן יאָ געשאַפֿן זייער אַן אינטערעסאַנטע קאָמפּאָזיציע.
וויפֿל פֿון די באַקאַנטע (און ווייניק באַקאַנטע) לידער קענט איר דערקענען?
אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז דער ייִדישער זינגער און אַקטיאָר אַל דזשאָלסאָן געווען דער סאַמע־פּאָפּולערסטער פֿאַרווײַלער אין אַמעריקע.
ניט געקוקט אויפֿן רעלאַטיוו־פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם צו יענער צײַט האָט דזשאָלסאָן קיינמאָל ניט באַהאַלטן זײַנע ייִדישע וואָרצלען. פֿאַרקערט, זײַן ייִדישקייט איז זייער אָפֿט געווען אַ טייל פֿון זײַן רוטין, אַזוי ווי אינעם סאַמע־ערשטן פֿולן פֿילם מיט קלאַנג „דער דזשעז־זינגער‟, וואָס האָט געוויזן ווי אַ ייִדישער אימיגראַנט, געשפּילט דורך דזשאָלסאָן, ווערט אַסימילירט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אינעם זעלביקן פֿילם טרעט אויף, דרך־אַגבֿ, דער גרויסער חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט.
אַל דזשאָלסאָן איז געבוירן געוואָרן אין מײַ 1886 אין סרעדניק, אַ קליין שטעטל ניט ווײַט פֿון קאָוונע. פֿון דער היים האָט ער געהייסן אַסאַ יואלסאָן. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1894, וווּ זײַן פֿאָטער האָט געפֿונען אַ פּאָסטן ווי אַ חזן און רבֿ אין וואַשינגטאָן די־סי. באַקאַנט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר זײַנע דזשעז־לידער אויף ענגליש, האָט דזשאָלסאָן אָפֿט אַרײַנגעוועבט ייִדישע און העברעיִשע לידער אין זײַנע קאָנצערטן און אַפֿילו אין זײַנע לעבעדיקע אויפֿטרעטן אויפֿן ראַדיאָ.
צווישן זײַנע באַליבטסטע לידער אויף ייִדיש איז געווען „אַ חזנדל אויף שבת‟, וואָס ער האָט סײַ רעקאָרדירט פֿאַר פּלאַטעס, סײַ געזונגען אויפֿן ראַדיאָ. דאָס ליד ווײַזט בולט אָן, אַז ווען ער וואָלט געבליבן אַ פֿרומער ייִד אין אייראָפּע וואָלט ער מסתּמא געוואָרן אַ באַקאַנטער חזן. דער גורל האָט אים אָבער געפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג און דורך דזשאָלסאָן האָט די מוזיקאַלישע קנייטשן פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר, בפֿרט די השפּעות פֿון זײַן פֿאָטערס חזנות אויף דזשאָלסאָנס צוגאַנג צו דזשעז, שטאַרק געווירקט אויף דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער מוזיק.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.
זינט איך לעב, בין איך נישט געווען אויף אַזאַ יאַריד, ווי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יאַריד, נאָר לאָנדאָן אַליין איז אַ יאַריד. סע קלאַפּט, און סע קלינגט, און סע פֿײַפֿט, און סע טראַסקעט, און מענטשן — מענטשן אַזוי ווי מאָן, אַזוי ווי מוראַשקעס!
פֿון וואַנען נעמען זיך אַזוי פֿיל מענטשן, און וווּהין לויפֿן זיי? אַפּנים, זיי זענען הונגעריק, אָדער זיי האַלטן בײַם אַוועקפֿאָרן. אַנישט, וואָס דאַרף מען זיך אַזוי שטופּן, שלאָגן זיך מיט עלגנבויגנס, אומוואַרפֿן אַ מענטשן און טרעטן אים מיט די פֿיס? איך רעד פֿון פּינין. אונדזער חבֿר פּיני, אויב איר געדענקט, האָט אַ נידעריקע ראיה. דערצו האָט ער אַ טבֿע, ער האַלט דעם קאָפּ אַרויף און פּלאָנטערט מיט די פֿיס. אַ פֿאַטראָגענער מלאך. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געכאַפּט אויף דער באַן. מיר זענען נאָר אַרויסגעקראָכן פֿון וואַגאָן, האָט זיך שוין געטראָפֿן אַן אומגליק. דער ערשטער איז אַרויסגעלאָפֿן פּיני. איין הויז פֿאַרקאַטשעט, איין זאָק אַראָפּגעלאָזט, דאָס האַלדזטיכל פֿון יענער זײַט — אַזוי ווי תּמיד. איך האָב נאָך פּינין קיין מאָל נישט געזען אַזוי האָפֿעריק. ער האָט געברענט, ווי אויף פּאָקן. ער האָט אָנגעהויבן שיטן מיט מאָדנע ווערטער, ווי זײַן שטייגער איז: „לאָנדאָן! ענגלאַנד! דיזראַעלי! באָקל! ציוויליזאַציע!…‟
חמשך פֿון דער פֿאָריקער וואָך
— אַמאָל האָבן זיך די מענטשן אַ הויכן טורעם געבויט, אַ טורעם ביזן הימל; צו בר־יוחנע געוואָלט דערגרייכן; ליכטיקע פֿעדערן פֿון זײַנע פֿליגל געוואָלט אויסרײַסן און פֿאַר געלט פֿאַרקויפֿן!
— געלט? געלט? פֿרעגן די פֿייגעלעך, וואָס הייסט געלט?
— ווער קען וויסן? ס׳איז אַ סוד! מענטשן האָבן אַ טבֿע זייער געלט צו באַהאַלטן… נאָר אַ קאַנאַריקל, וואָס איז בײַ זיי אַ גאַנץ יאָר אין אַ שטײַגעלע געזעסן און דערנאָך אויף דער פֿרײַ זיך אויסגעריסן, האָט מיר דערציילט, אַז ס׳האָט אַליין געזען דאָרטן אין שטוב עפּעס אַ שוואַרצע זאַך זיך אַרומדרייען, אַ שוואַרצע זאַך מיט גרינע אייגעלעך און שאַרפֿע נעגעלעך. בײַנאַכט, ווען מע פֿלעג דאָס פֿײַער אויסלעשן, און אַלע אין שטוב האָבן זיך שלאָפֿן געלייגט, דעמאָלט, אין דער פֿינצטערניש, פֿלעגן זיך בײַ דער שוואַרצער זאַך די גרינע אייגעלעך אָנצינדן — אַ פּחד. די גאַנצע וועלט צו פֿאַרברענען! טויט אין אַלע ווינקעלעך פֿאַרשפּרייט!… איך מיין: אויב דאָס איז ניט געווען קיין ווילדע קאַץ, איז דאָס אַוודאי געלט… יאָ, יאָ, געלט… איך האָב דערצו אַ ראיה. — וואָס פֿאַר אַ ראיה? זענען די פֿייגעלעך נײַגעריק צו וויסן.
צוליב דעם וואָס עס קומט באַלד אָן יום־השואה שטעלן מיר פֿאָר פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען‟.
ס׳איז דאָ פּשוט צו פֿיל צו דערציילן אין אַ קליין אַרטיקעלע וועגן דעם ליד און דעם גורל פֿון די, וועלכע האָבן עס לכתּחילה געזונגען אין ווילנער געטאָ. די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ליד און פֿון זײַן מחבר הירש גליק (1922—1944) האָט מען אין ערגעץ ניט דערציילט אויף אַ געהעריקן אופֿן. עס וואַרט אויף דעם באמת אַ גאַנץ בוך, צי אַפֿילו, אַ האָליוווּד־פֿילם מיט באַרימטע אַקטיאָרן.
אין די געטאָס און לאַגערן האָבן די ייִדן מסתּמא געשאַפֿן טויזנטער לידער בעת די פֿינצטערע חורבן־יאָרן. פֿון די לידער זענען אונדז פֿאַרבליבן נאָר אַ פּאָר הונדערט און פֿון זיי זענען בלויז געציילטע זייער ברייט באַקאַנט. איינע פֿון די סאַמע־רירנדיקסטע חורבן־לידער, וואָס ווערט הײַנט זעלטן געהערט, איז חנה חייטין־ווײַנשטיינס „אַ ייִדיש קינד‟.
חנה חייטין איז געבוירן געוואָרן אין שאַוול, ליטע, אין 1925. דאָרטן איז זי פֿאַרשפּאַרט געווען אין דער געטאָ צוזאַמען מיט 5,000 אַנדערע ייִדן. אין דער געטאָ האָט זי אָנגעשריבן צוויי לידער, וואָס זענען געוואָרן פּאָפּולער אין דער שאַוולער געטאָ. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין ישׂראל און אין די 1960ער יאָרן האָט זי זיך אַריבערגעקליבן קיין אַמעריקע, וווּ זי איז געשטאָרבן אין 2004.
יעדע ייִדישע קהילה פּאַסט פֿאַר זיך צו דעם פּסחדיקן סדר, ער זאָל שטימען מיט די ווערטן פֿון אירע מיטגלידער. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען געשאַפֿן אַ ריי „ייִדישיסטישע‟ הגדות, וואָס האָבן זיך באַנונצט מיט די טראַדיציאָנעלע סימבאָלן פֿון פּסח אויף אַ נײַעם אופֿן.
די גאָר־לינקע קרײַזן, ווי למשל, אין די „אָרדן‟־שולן האָבן באַטאָנט ווי אַזוי מע קען פֿאַרשטיין די באַפֿרײַונג פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן ווי אַ משל, וואָס רעדט וועגן דעם מצבֿ פֿון די אָרעמע אַרבעטער אין אַ קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. אַנדערע גרופּעס האָבן באַטאָנט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז פֿאָרגעקומען פּסח־צײַט, ווי אַ נײַעם עפּיזאָד אינעם אייביקן קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט. אַנדערע גרופּעס, ווי למשל, די פּועלי־ציוניסטן, האָבן דערהויבן דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל ווי אַ היסטאָריש געשעעניש, וואָס איז געווען ענלעך צום מאָמענט אין חומש, ווען די ייִדן זענען אָנגעקומען אין ארץ־ישׂראל נאָכן יציאת־מצרים.
לעצטנס האָט אונדזער קאָלעגע מרים האָפֿמאַן אונדז געבראַכט זייער אַן אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונג פֿון אַזאַ מין ייִדישיסטישן פּסח־סדר, וואָס זי האָט געהאָלפֿן אויפֿצופֿירן אין 1964. דער סדר, וואָס עס האָבן געמאַכט די קינדער בײַם „שלום־עליכם־שול 21‟ אויף ביינברידזש־עוועניו אין די „בראָנקס‟, איז אַ ביסל מער טראַדיציאָנעל ווי דער טיפּישער ייִדישיסטישער סדר פֿונעם דור: מע הערט אַ סך פֿון די טראַדיציאָנעלע ברכות און מע נעמט אַרײַן ס׳רובֿ פֿון די הויפּט־מאָמענטן פֿונעם סדר אַזוי ווי די „פֿיר קשיות‟ און „דינו‟. דערצו זינגט מען אַ ריי ייִדישע לידער וועגן פּסח (מאָריס ראָזענפֿעלדס „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ און „שווימט דאָס קעסטעלע אויפֿן טײַך‟ און „זאָג מאַראַן‟ פֿון אַבֿרהם רייזען) און אַ ייִדישן נוסח פֿון „חד־גדיא‟. אינעם חורבן־טייל פֿון דער פּראָגראַם זינגט מען דעם פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟ און „אַני מאמין‟ און מע רעציטירט אַ טייל פֿון בינעם העלערס „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟. צוליב דעם וואָס די „שלום־עליכם‟־שולן זענען געווען ציוניסטיש־געשטימט, הערט מען אויך בײַם סוף פֿונעם סדר ווי מע זינגט „התּיקווה‟.
דעם סדר האָבן אָרגאַניזירט און אָנגעפֿירט מרים האָפֿמאַן און בלומע לעדערהענדלער. אין דער פּראָגראַם האָבן אָנטייל גענומען אַ ריי קינדער, וואָס זענען שפּעטער געוואָרן באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, אַרײַנגערעכנט דער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן, דער היסטאָריקער דוד פֿישמאַן און אונדזערע קאָלעגעס שׂרה־רחל שעכטער און איציק גאָטעסמאַן.
קראַ, קראַ, קראַ!
— ווער מאַכט אַזוי?
— די קראָ.
— און פֿאַר וואָס שרײַט די קראָ: קראַ, קראַ? דאָס ווייסט ניט, קינד? נו, וועל איך דיר דערציילן. קראַ, קראַ איז אויף פֿייגל־לשון, ווי קראָ, קראָ אויף לשון־קודש: ליין, ליין, הייסט דאָס.
— און פֿאַר וואָס שרײַט די קראָ: ליין, ליין?
— ווײַל די קראָ איז דער רבי פֿון די פֿייגעלעך. שרײַט דער רבי: קראַ, קראַ, ליין, פֿייגעלע, ליין!
— און דערפֿאַר רופֿט מען די קראָ — ראָב, ווײַל ראָב הייסט רבי?
— יאָ, יאָ!
— און האָבן דען די פֿייגעלעך ביכעלעך?
— אַוודאַי, נאָך וואָס פֿאַר אַ ביכעלעך? אַיעדער בוים, אַיעדעס ביימעלע איז אַ ביכעלע… אַ ביכעלע מיט בלעטלעך…
— מיט גרינע בלעטלעך?
— אמת!
ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ (אויף אַרמיש: איין ציגעלע) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.
לחתּכילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם עפּעס מיט וואָס מע האָט געקענט פֿאַרווײַלן די קינדער. אַזוי ווי דאָס דריידל, אָבער, שפּעטער האָט מען עס ווידער באַטראַכט און אויסגעטײַשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע ווערט אין דעם פּירוש אויסגעטײַטשט ווי דאָס ייִדישע פֿאָלק אַליין און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים, ווי די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון, דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — די מצרים און דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.
דאָס ליד, אָנגעשריבן אויף אַ געמיש פֿון אַרמיש און העברעיִש, איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחישער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאות פֿונעם ליד אויף דזשודעזמאָ, האַקאַטיִאַ (אַ מאָראָקאַנישער וואַריאַנט פֿון לאַדינאָ) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 150 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. נאָך אַ פּאָפּולערע ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יצחק פּירזשניקלאָוו.
אויבן קען מען הערן, ווי שלום לעמער שטעלט פֿאָר דעם חזן משה אוישערס נוסח פֿון „חד־גדיא‟, וואָס טראָגט שטאַרקע השפּעות סײַ פֿונעם טראַדיצאָנעלן חזנות, סײַ פֿון דזשעז.
אָט זינגט דער „זמירות־כאָר‟ זייער אייגענעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון „חד־גדיא‟, וואָס מע האָט צוגעפּאַסט צום ניגון פֿונעם „פּינגווין־טאַנץ‟, אַ טאַנץ פֿון סאַודיע, וואָס איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ די חסידים מיט צוויי יאָר צוריק.
אָט זינגט טובֿה בן־צבֿי „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי.
אָט קען מען הערן ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאָראָקאַנישע ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף האַקאַטיִאַ.
און אָט איז אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿונעם ליד אויף דזשודעזמאָ.
הײַיאָר פֿאַלט אויס דער 73סטער יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. צוליב דעם, וואָס דער פּינקטלעכער יאָרטאָג איז דינסטיק, דעם 19טן אַפּריל, דאָס הייסט קומענדיקע וואָך, שטעלן מיר צו אַ זעלטענעם פֿילם, אין וועלכן די אַקטריסע הדסה קעסטין לייענט פֿאָר בינעם העלערס באַקאַנטע פּאָעמע וועגן דעם אויפֿשטאַנד אויף אַ וואָרט־קאָנצערט בײַם „ייִדישן קולטור־קלוב‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1990.
בינעם העלער איז אַליין ניט געווען אין וואַרשעווער געטאָ, אָבער ס׳רובֿ פֿון זײַן משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן מאַמע, ברידער און שוועסטער און זײַנע פּלימעניקעס און פּלימעניצעס, זענען דאָרטן פֿאַרשפּאַרט געווען. אינעם ליד „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟ שילדערט ער ווי אַזוי ס׳האָט בײַ זיי אפֿשר אויסגעזען דער לעצטער פּסח, און ער פֿאַרבינדט דערבײַ די גרויליקע געשעענישן אין דער געטאָ מיט דער געשיכטע, וואָס ווערט דערציילט בײַם פּסחדיקן סדר. ס׳איז אַ ליד, וואָס איז כּדאַי צו הערן יעדעס יאָר, סײַ אויפֿן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד, סײַ אין דער צײַט פֿון פּסח.
אַמאָל איז געווען אַ מלך. דער מלך איז געווען אַ גרויסער און אַ שטאַרקער, נאָר ער האָט נישט ליב געהאַט קיין ייִדן. האָט ער אַרויסגעגעבן אַלע מאָל אויף זיי נײַע גזירות, ווי פּרעה מלך מצרים.
איינמאָל — פּסח איז דאָס געווען — האָבן זיך צונויפֿגעקליבן בײַ אים אין סענאַט אַלע מיניסטאָרן און מע האָט זיך אַוועקגעזעצט טראַכטן, וואָס פֿאַר אַ נײַע גזירה זאָל מען אַרויסגעבן אויף די ייִדן?
ייִדן זאָלן נישט טאָרן זיצן אומעטום — איז שוין דאָ. ייִדן זאָלן ניט טאָרן זײַן קיין אָפֿיצירן — איז שוין דאָ. ייִדישע קינדער זאָלן נישט טאָרן זיך לערנען אין די גימנאַזיעס — איז שוין דאָ.
איז איינעם אײַנגעפֿאַלן, ער זאָל אַרויסטרעטן קעגן מצה. איז ער אַרויס מיט אַ מסירה — אַזוי און אַזוי. דײַנע ייִדלעך, אַז עס קומט פּסח, באַקן זיי אָן אויף אַכט טעג כּסדר אַזעלכע טרוקענע קײַלעכיקע קאָרזשעקלעך, וואָס מע רופֿט זיי מצה. ווער ווייסט, וואָס דאָס איז פֿאַר אַ מין מאכל! עס וואָלט געווען מער ווי רעכט, מע זאָל זיי פֿאַרבאָטן עסן מצה.
די „פֿיר קשיות‟ פֿונעם פּסחדיקן סדר שטאַמען לכתּחילה פֿון דער גמרא. צוליב דעם, וואָס זיי זענען געוואָרן אַן עיקרדיקער טייל פֿון דעם, ווי אַזוי מע פּראַוועט דעם יום־טובֿ צווישן אַלע ייִדישע עדות זענען דאָ אַ סך פֿאַרשידענע ניגונים, מיט וועלכע מע זינגט זיי. דערצו איז דאָ אַ מינהג אין ס׳רובֿ ייִדישע קהילות, אַז אַ קליין קינד זאָל פֿרעגן די פֿיר קשיות. דערפֿאַר זענען דאָ נוסחאות פֿונעם ליד אויף צענדליקער באַזונדערע ייִדישע שפּראַכן, ווײַל מע האָט געוואָלט, אַז דאָס קינד זאָל פֿאַרשטיין די ווערטער.
אין ישׂראל הערט מען נאָך אַלץ אין אַ סך חרדישע היימען, וווּ מע רעדט געוויינטלעך אויסשליסלעך העברעיִש, אַז דאָס קינד זאָל זינגען די פֿיר קשיות אויף ייִדיש, ווי אויך אויף דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער חבֿרה. דאָס זעלביקע קומט אויך פֿאָר אין אַמעריקע צווישן די ענגליש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער חסידים און אַפֿילו אין געוויסע וועלטלעכע ייִדישע משפּחות.
אין דער דאָזיקער חנעוודיקער רעקאָרדירונג קען מען הערן ווי דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער „רבי אַלטער‟, באַגלייט פֿון אַ קינדער־כאָר, שטעלט פֿאָר די פֿיר קשיות אויף ייִדיש און אויף לשון־קודש מיט אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער חבֿרה.
פּראָפּאָגאַנדע איז גאָר אַן אינטערעסאַנטער זשאַנער פֿון פֿילם, בפֿרט וואָס שייך דעם אופֿן ווי אַזוי מע שטעלט פֿאָר די פּראָפּאָגאַנדע, וואָס בײַט זיך דראַסטיש פֿון דור צו דור און פֿון געזעלשאַפֿט צו געזעלשאַפֿט. דערפֿאַר קען אַ פּראָפּאָגאַנדישער פֿילם פֿון די 1950ער יאָרן, למשל, אויסזען אין גאַנצן אומעפֿעקטיוו און אַפֿילו עקלדיק צו אַ הײַנטיקן צוקוקער.
אַזוי קומט פֿאָר, האַלט איך, מיטן גאָר אינטערעסאַנטן ייִדיש־שפּראַכיקן פּראָפּאָגאַנדע־פֿילם „דאָס געצעלט‟, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין 1950 אין ישׂראל, כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער נײַער מדינה. דער פֿילם, באַגלייט מיט אַ גאָר פֿאַרקרימטער ענגלישער איבערזעצונג, הייבט זיך אָן ווי אַ נאָרמאַלער פּראָפּאָגאַנדע־פֿילם: מע ווײַזט צופֿרידענע מענטשן אין תּל־אָבֿיבֿ און מע לויבט דעם „נס‟ פֿונעם אויפֿקום פֿון דער מדינה.
דערנאָך, אָבער, פֿאָרט מען באַלד אין די לאַגערן פֿאַר נײַ־געקומענע פֿון דער שארית־הפּליטה, און מע זעט ווי אַ דאָקטער באַזוכט אַ מאַן, וועמענס טעכטערל איז נאָר וואָס געהאַט געשטאָרבן. ממש איבערן קינדס קערפּער אַמפּערן זיי זיך וועגן די סיבות פֿאַר וואָס דאָס לאַנד האָט ניט גענוג געלט אויפֿצוהאַלטן דעם וווילזײַן פֿון די נײַ־געקומענע פּליטים. דער דאָקטאָר באַשולדיקט דעם אויסלענדער, וואָס גיט ניט גענוג געלט. דער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה טענהט, אַז ס׳וואָלט אים בעסער געווען צוריקצופֿאָרן אין די לאַגערן אין אייראָפּע, ווײַל דאָרטן האָט ער כאָטש ניט געהונגערט.
פֿאַר אַ הײַנטיקן צוקוקער איז דער פֿילם ממש שאָקירנדיק. קודם, ווי פּראָפּאָגאַנדע איז עס אַזוי איבערגעטריבן און מעלאָדראַמאַטיש, אַז קיין הײַנטיקער מענטש וואָלט עס ניט געגלייבט. צווייטנס איז עס אין גאַנצן אַן אומדערוואַרטע דערשײַנונג, אַז אַן ישׂראלדיקער פֿילם פֿון 1950 זאָל ווײַזן דאָס לאַנד אין אַזאַ נעגאַטיוון ליכט און פֿאַרגלײַכן דעם מצבֿ פֿון די פּליטים דאָרטן מיט זייער צושטאַנד אין אייראָפּע.
דערצו איז עס שווער צו פֿאַרשטיין ווער האָט געדאַרפֿט זען דעם פֿילם און וווּ מע האָט אים געוויזן. אין 1950 וואָלטן שוין אַ סך פֿון די דאָזיקע צוקוקער מסתּמא אַליין געווען ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צי וואָלט אַזאַ זעלבסט־קריטיק פֿון מדינת־ישׂראל געווען עפֿעטקיוו, כּדי צו שאַפֿן געלט? ס׳איז שווער צו גלייבן.
דער פֿילם איז טאַקע מאָדנע אָבער ס׳איז כּדאַי עס צו זען, פּשוט פֿון אַ געזלשאַפֿטלעך־היסטאָרישן קוקווינקל.
איינמאָל איז אַ קו געגאַנגען שפּאַצירן. געגאַנגען און געגאַנגען און גראָז געגעסן, ביז זי האָט דעם וועג אַהיים פֿאַרגעסן. הייבט זי אויף די אויגן און זעט, אַז עס איז שוין נאַכט און זי שטייט אין מיטן וואַלד. דערשרעקט זיך די קו און וויינט:
„מו, מו, מו! פֿינטצער איז מיר!
וויי איז מיר, וואָס וועט מײַן קעלבעלע טאָן?
מו, מו, מו!‟
האָט עס דערהערט די קליינע קוקאַווע, איז זי געקומען צו פֿליִען און צו דער קו אַזוי געזאָגט:
„נאַרישע קו, וואָס וויינסטו? איך וועל דיר דעם וועג ווײַזן. קום מיט מיר!‟
„אַ דאַנק, אַ דאַנק דיר גוטער פֿויגל!‟ האָט די קו זיך דערפֿרייט, „לאַנג לעבן זאָלסטו!‟
דער פּאָעט בינעם העלער האָט אָנגעשריבן זײַן ליד „מײַן שוועסטער חיה‟ צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון זײַן דערמאָרדערטער שוועסטער.
ס׳איז געוואָרן באַרימט נאָך דעם, וואָס די ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין האָט געשריבן מוזיק צו באַגלייטן דאָס ליד און האָט עס רעקאָרדירט אויף אַן אַלבאָם צוזאַמען מיט די „קלעזמאַטיקס‟.
חוה אַלבערשטיין האָט פּערזענלעך געקענט דעם פּאָעט בינעם העלער און אַ סך אַנדערע ייִדישע דיכטער, וואָס האָבן געוווינט אין ישׂראל. אין 1995 האָט זי , צוזאַמען מיטן רעזשיסאָר נדבֿ לעוויטאַן אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די דיכטער, אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „צו פֿרי אַנשטומט צו ווערן, צו שפּעט צו זינגען‟. אין אַ רירנדיקער סצענע פֿונעם פֿילם, וואָס ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער האָט אַרויסגעשטעלט אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַל, לייענט פֿאָר העלערס פֿרוי, די אַקטריסע הדסה קעסטין „מײַן שוועסטער חיה‟. זי זיצט צוזאַמען מיט איר מאַן, וואָס הערט זיך צו און זעט אויס פֿאַרטראַכט.
אָט זינגט חוה אַלבערשטיין דאָס ליד צוזאַמען מיט די „קלעזמאַטיקס‟ אויפֿן קראָקאָווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל:
און אָט זינגט דזשיין פּעפּלער דאָס ליד. אויפֿן גיטאַר באַגלייט זי באָב וואַסיל:
דער גרויסער פּאָעט און איבערזעצער יהואש האָט נאָך זײַן איבערזעצונג פֿון תּנ׳׳ך אויך פֿאַרטײַשט הענרי וואַדסוואָרט לאָנגפֿעלאָוס „ליד פֿון היאַוואַטאַ‟ און אַפֿילו אַ טייל פֿונעם קאָראַן. ס׳קען זײַן, אַז פֿון זײַן קלאַסישער תּנ׳׳ך־איבערזעצונג איז דער סאַמע־באַקאַנסטער טייל הײַנט זײַן ייִדישער נוסח פֿון „מגילת אסתר‟, ווײַל ער ווערט פֿאָרגעלייענט אויף פּורים־שׂימחות איבער דער גאָרער וועלט. יעדעס יאָר, למשל, לייענט די „פֿאָלקסבינע‟ פֿאָר די מגילה ווי דעם הויפּט־טייל פֿון איר פּורים־שׂימחה. דער סטיל פֿון יהואשס איבערזעצונג האָט זיכער אויך משפּיע געווען אויף דער שפּראַך פֿון איציק מאַנגערס אייגענער „מגילה‟.
הײַיאָר האָט ד׳׳ר דוד ראָסקעס פֿאָרגעלייענט די מגילה אין יהואשס איבערזעצונג אויף אַ פּורים־פֿײַערונג אין ירושלים. אָט איז אַן אויסצוג פֿונעם ספּעקטאַקל, וואָס ד׳׳ר ראָסקעס שטעלט פֿאָר מיט אַ ריי הומאָריסטישע אַקצענטן און וויצן. טשיקאַווע איז צו באַמערקן דעם פֿאַקט, אַז פֿאַר די וואָס קענען סײַ ענגליש, סײַ ייִדיש, איז די שפּראַך פֿון די אונטערקעפּלעך אַ סך שווערער צו פֿאַרשטיין ווי דעם ייִדיש אַליין. די סיבה דערפֿון איז, ווײַל די אונטערקעפּלעך באַנוצן זיך מיט דער איבערזעצונג פֿון דער תּקופֿה פֿונעם מלך דזשיימס, וואָס בלײַבט ביז עד־היום דער סטאַנדאַרט אויף ענגליש, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ מענטשן קענען עס ניט געהעריק פֿאַרשטיין. די ביבל פֿונעם קעניג דזשיימס האָט מען אָנגעשריבן אָנהייב 17טן יאָרהונדערט, און יהאוש האָט פֿאַרענדיקט זײַן ייִדישן תּנ׳׳ך מיט ווייניקער ווי הונדערט יאָר צוריק.