אַמאָל איז געווען אַ רבֿ מיט אַ רביצין. זענען זיי זייער אָרעם, אָבער זייער גוטע מענטשן, אַזעלכע גוטע, וואָס די וועלט האָט נאָך ניט געזען. דעם לעצטן ביסן ברויט פֿון מויל פֿלעגן זיי אַוועקגעבן דעם הונגעריקן און דאָס לעצטע העמד פֿון זיך פֿלעגן זיי אַוועקגעבן דעם נאַקעטן.
פֿלעגט דער רבֿ גייען אַלע טאָג אין שיל אַרײַן לערנען און די רביצין פֿלעגט בלײַבן אין הויז קאָכן וואַרמעס.
איינמאָל האָט די רביצין אָפּגעקאָכט דעם וואַרמעס און געוואַרט דער רבֿ זאָל קומען פֿון שיל עסן. הערט זי מיט אַמאָל, מע קלאַפּט אין טיר. גייט זי צו און עפֿנט, ערשט אַן אָרעמאַן שטייט אין טיר און בעט זיך, מע זאָל אים אַרײַנלאָזן, געבן אים עפּעס עסן.
האָט די רביצין אַרײַנגעלאָזט דעם אָרעמאַן אין הויז, אים אַוועקגעזעצט בײַם טיש און אַוועקגעגעבן אים דעם רבֿס וואַרעמס. און פֿאַרן רבֿ האָט זי צוגעשטעלט קאָכן אַן אַנדער טעפּל.
דער אָרעמאַן האָט אָפּגעגעסן און איז אַוועקגעגאַנגען. דערווײַל איז געקומען דער רבֿ פֿון שיל עסן וואַרמעס. זאָגט צו אים די רביצין:
— וועסט מוזן וואַרטן, מײַן מאַן, אויפֿן וואַרמעס, וואָרעם אַ הונגעריקער אָרעמאַן איז געקומען און האָט אויפֿגעגעסן דײַן וואַרמעס. האָב איך צוגעשטעלט פֿאַר דיר קאָכן אַן אַנדער טעפּל.
זאָגט דער רבֿ:
— אַ דאגה, מײַן ווײַב! האָב קיין צער ניט דערפֿון. איך וועל דערווײַל גיין צוריק אין שיל אַרײַן לערנען, ביז דער וואַרמעס וועט פֿאַרטיק ווערן.
איז דער רבֿ אַוועק צוריק אין שיל אַרײַן לערנען און די רביצין איז געבליבן אין הויז קאָכן דעם וואַרמעס.
ווי דער וואַרמעס איז פֿאַרטיק געוואָרן, אַזוי האָט די רביצין ווידער דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר. איז זי געגאַנגען עפֿענען. ערשט עס שטייט ווידער אַן אָרעמאַן אין טיר און בעט עסן.
האָט די רביצין אויך דעם אָרעמאַן אַרײַנגעלאָזט אין הויז און האָט אים אַוועקגעגעבן דעם רבֿס וואַרמעס. און פֿאַרן רבֿ האָט זי ווידער צוגעשטעלט אַן אַנדער טעפּל.
קומט דער רבֿ פֿון שיל עסן, זאָגט צו אים ווידער די רביצין:
— מײַן מאַן, וועסט מוזן ווײַטער וואַרטן, וואָרעם עס איז ווידער געקומען אַן אָרעמאַן און האָט אויפֿגעגעסן דײַן וואַרמעס. האָב איך ווידער צוגעשטעלט פֿאַר דיר קאָכן אַן אַנדער טעפּל.
— ווײַטער אַ דאגה! וועל איך גייען ווײַטער אין שיל אַרײַן לערנען און זײַן דאָרטן ביז דער וואַרמעס וועט פֿאַרטיק ווערן.
איז דער רבֿ ווידער אַוועק אין שיל אַרײַן לערנען און די רביצין האָט זיך געשטעלט קאָכן אַ נײַעם וואַרמעס.
האָט די רביצין אָפּגעקאָכט דעם וואַרמעס און געוואַרט, דער רבֿ זאָל שוין קומען עסן. ערשט ווידער האָט עמעצער אָנגעקלאַפּט אין טיר. איז די רביצין געגאַנגען עפֿענען, ערשט זי זעט, ווײַטער אַן אָרעמאַן, און ער בעט עסן.
האָט די רביצין ווידער קיין שאלות ניט געפֿרעגט און האָט אַוועקגעגעבן אויך צו דעם אָרעמאַן דעם רבֿס וואַרמעס. און פֿאַרן רבֿ האָט זי ווידער געוואָלט צושטעלן קאָכן אַן אַנדער טעפּל. אָבער אין הויז איז שוין גאָרניט ניט געווען וואָס צו קאָכן, און קיין געלט צו גיין קויפֿן אין קראָם, איז אויך ניט געווען.
דאגהט די רביצין, וואָס דער רבֿ וועט ניט האָבן וואָס צו עסן. זי אַליין איז אויך געווען הונגעריק. דערציילט זי אים די מעשׂה, אַז עס איז ווײַטער געקומען אַן אָרעמאַן און האָט אויפֿגעגעסן דעם וואַרמעס, און וואָס אַנדערש צו קאָכן האָט זי שוין ניט, און קיין געלט אויז אויך ניטאָ.
זאָגט דער רבֿ:
— הער מיך אויס, מײַן ווײַב, ס׳איז ניטאָ וואָס צו זאָרגן. גאָט וועט העלפֿן, איז ניט הײַנט, איז מאָרגן. אַבי מיר האָבן הײַנט דרײַ מענטשן געגעבן עסן.
פֿרעגט די רביצין:
— און טאָמער קומט אַ פֿערטער מענטש בעטן עסן, וואָס וועלן מיר אים געבן?
ענטפֿערט דער רבֿ:
גאָט וועט צושיקן.
רעדן זיי אַזוי. ערשט עס דערהערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר.
— אַן אָרעמאַן אוודאי!
גייט זי עפֿענען די טיר, ערשט טאַקע אַן אָרעמאַן. און נאָך וואָס פֿאַר אַן אָרעמאַן: אַ בעטלער! און נאָך וואָס פֿאַר אַ בעטלער: אַ בעטלער פֿון בעטלער־לאַנד! לאָם אויף אַ פֿוס און אָן אַ האַנט, און אין שמאַטעס אָנגעטאָן און מיט אַ גרויסן שטעקן אין דער איין־איינציקער האַנט און מיט אַ טאָרבע אויף די פּלייצעס.
רופֿט זיך אָן דער בעטלער:
— גוטע מענטשן, גאָט זאָל אײַך בענטשן! קען איך בײַ אײַך קריגן אַ פּלאַץ איבערצונעכטיקן?
— מיטן גרעסטן כּבֿוד! — האָט די רביצין געענטפֿערט, און דער רבֿ אויך.
— עסן וועל איך בײַ אײַך ניט בעטן — האָט דער בעטלער ווײַטער געזאָגט — עסן האָב איך שוין הײַנט געגעסן. און מאָרגן? זאָל גאָט זאָרגן! עס וועט זיך נאָך בײַ מיר עפּעס געפֿינען אין טאָרבע, גענוג אַפֿילו אַ גאַנצע שטאָט אָנצוקאָרמענען.
שמייכלט די רביצין און דער רבֿ אויך. זיי שמייכלען פֿון דעם, וואָס אַ בעטלער באַרימט זיך מיט זײַן טאָרבע.
זעט דער בעטלער, אַז זיי שמייכלען, רופֿט ער זיך אָן:
— לאַכט ניט, גוטע מענטשן! איר קענט ניט וויסן, וואָס בײַ אַן אָרעמאַן קען זיך פֿאַרוואַלגערן.
איז דער בעטלער געבליבן נעכטיקן בײַם רבֿ אין הויז.
אויף מאָרגן אין דער פֿרי שטייט אויף דער רבֿ מיט דער רביצין. גיבן זיי אַ קוק: וווּ בעטלער? ווער בעטלער? קיין בעטלער איז גאָר אויף דער וועלט ניטאָ! נאָר אין ווינקל שטייט נאָך זײַן טאָרבע.
טראַכטן זיי: ער איז אוודאי שוין אַוועק איבערן שטעטל בעטלען שטיקלעך ברויט. אָבער פֿאָר וואָס האָט ער איבערגעלאָזט די טאָרבע? און וווּהין וועט ער לייגן דאָס ברויט, וואָס מע וועט אים געבן?
גייען זיי אַרויס אויף דער גאַס זוכן אים: ער איז ניטאָ! האָבן זיי אים אומעטום אַרומגעזוכט און אין ערגעץ ניט געקענט געפֿינען. האָבן זיי בײַ אַלעמען געפֿרעגט, צי זיי האָבן ניט געזען אַ בעטלער פֿון בעטלער־לאַנד, אַ לאָם אויף אַ פֿוס און אָן אַ האַנט. אָבער קיינער האָט אַזאַ בעטלער ניט געקען.
קערן זיך דער רבֿ מיט דער רביצין צוריק אַהיים, זעען זי, די טאָרבע שטייט נאָך אין ווינקל, אַ טאָרבע, ווי אַלע טאָרבעס. גייען זיי צו און עפֿענען אויף טשיקאַוועס די טאָרבע. ערשט עס האָט זיי אַ בליאַסק געטאָן אין די אויגן! אין טאָרבע איז ניט געווען קיין שטיקלעך ברויט, נאָר שטיקער גאָלד.
רופֿט זיך אָן דער רבֿ צו דער רביצין:
— ווייסטו וואָס, מײַן ווײַב, איך וועל דיר זאָגן? דאָס איז ניט געווען קיין בעטלער, נאָר אליהו הנבֿיא. דו זעסט דאָך, אַז קיין אַנדערע האָט דאָס ניט געקענט זײַן. גאָט האָט דאָס אונדז צוגעשיקט די שטיקער גאָלד, כּדי מיר קענען טאָן גוטס צו מענטשן.
און דער רבֿ מיט דער רביצין האָבן שוין מער ניט געוווּסט פֿון נויט, און זיי האָבן אויך געזען, אַז אַנדערער זאָלן האָבן ברויט. זיי האָבן אַליין געהאַט גענוג צום עסן און זיי האָבן אויך אין אַנדערע ניט פֿאַרגעסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.