לעצטנס, קען מען אין די חרדישע געגנטן פֿון ברוקלין בכלל און אין באָראָ־פּאַרק און קראַון־הײַטס בפֿרט זען גאָר אַ סך פֿאַרשידענע שילדן און פּלאַקאַטן וועגן דעם, אַז הײַיאָר פֿאַלט אויס אַ „שנת־הקהל‟. וואָס אַזוינס איז אַ „שנת־הקהל‟? לויט דער ייִדישער טראַדיציע האָט מען אַלע זיבן יאָר צוזאַמענגעזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי צו הערן ווי דער מלך פֿון ישׂראל לייענט פֿאָר פֿון דער תּורה.
טעכניש גערעדט איז די מיצווה פֿון „שנת־הקהל‟ מער ניט שייך, ווײַל ס׳איז דאָך שוין מער ווי 2000 יאָר ניטאָ קיין ייִדישער מלך, וואָס הערשט אין ארץ־ישׂראל. דערצו, האָט די טראַדיציע לכתּחילה נאָר אַרײַנגענומען די ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין ארץ־ישׂראל, און ניט די, וואָס האָבן געוווינט מחוץ־הארץ.
אינעם 19סטן יאָרהונדערט האָט דער ליטווישער רבֿ אליהו דוד ראַבינאָוויץ־תּאומים, באַקאַנט ווי דער האדר׳׳ת, פֿאָרגעלייגט דעם געדאַנק ווידער אויפֿצולעבן די טראַדיציע אויף אַ מאָדערנעם אופֿן. שפּעטער האָט דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, געמוטיקט זײַנע חסידים אַדורכצופֿירן קליינע פֿאַרזאַמלונגען און ריזיקע כּינוסים איבער דער גאָרער וועלט מיט באַזונדערע אַקטיוויטעטן פֿאַר מענער, פֿרויען און ספּעציִעל פֿאַר קינדער.
ווי איר קענט זען אינעם קורצן פֿילם „שׂרוליקס־פּלאַן‟, איז די טראַדיציע נאָך אַלץ גאָר אַ לעבעדיקע, און ניט בלויז בײַ די חב׳׳ד־חסידים. דער פֿאַקט אָבער, אַז דער פֿילם אַליין דערקלערט פֿאַרן היימישן עולם, וואָס עס איז אַ „שנת־הקהל‟ און פֿאַר וואָס מע זאָל אָרגאַניזירן אַזעלכע פֿאַרזאַמלונגען, ווײַזט אויך, אַז געוויסע מענטשן אין די היימישע קהילות ווייסן ניט פֿון דעם.
אַ פּאָר טשיקאַווע באַמערקונגען וועגן דער שפּראַך אינעם פֿילם: דער ייִדיש, מיט אַ ביסל ענגליש אַרײַנגעמישט, איז אין גאַנצן ניט קיין חידוש אין אַזאַ פֿילם. וואָס איז יאָ דווקא מערקווירדיק, זענען די אונטערקעפּלעך אויף ענגליש מיט געוויסע לשון־קודשדיקע טערמינען אַרײַנגעמישט. כאָטש די אונטערקעפּלעך זענען אויף ענגליש, וואָלטן אויך נאָר פֿרומע ייִדן זיי געקענט פֿאַרשטיין, ווײַל זייער אַ סך ייִדישע און לשון־קודשדיקע טערמינען, אַזוי ווי „השם‟, „מיצווה‟, „ייִדן‟, „שמיטה‟, „בית־המקדש‟, „ספֿר־תּורה‟ און „ניגונים‟ ווערן פֿאָרגעשטעלט מיט לאַטײַנישע אותיות אָן שום דערקלערונג אָדער טײַטש. אַפֿילו מער טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, וואָס דאָס ייִדישע וואָרט „אייבערשטער‟ ווערט איבערגעזעצט ניט מיטן ענגלישן עקוויוואַלענט The Lord, נאָר מיטן העברעיִשן, מיט ענגלישע אותיות: Hashem. אַזוי אַרום קען מען זיך דערוויסן, אַז דעם פֿילם ווײַזט מען אויך בײַם ניט ייִדיש־רעדנדיקן פֿרומען עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.